ל"ג בעומר אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
הימל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 178
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
x 246
פארבינד זיך:

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך הימל »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 3:24 pm אקעי. אז ס'נאך אלס דא בחורים און אינגעלייט וואס פארשטייען נישט גענוג וואס איך שרייב 'נישט', וועל איך יא שרייבן, און איך האף אז ס'וועט קיינעם נישט ווייטון, איך האב נישט געפרעגט רשות פון די באטרעפנדע, אבער אדרבה, איך האלט אז מען מעג רעדן אפן און קלאר. דאס איז די היינטיגע וועלט...

זאגט מיר טייערער אינגערמאן. ביסט טאקע זייער גוט אין מוזיק, און האסט גוט ארויס יעדע נושא, ווען מ'בויט א שול ביסטו א בויער מבין, און ווען ס'דא א די"ת ביסטו א טוען, ווען ס'איז דא קאוויד ביסטו א דאקטאר, אא"וו. נישט נאר דו, איך אויך. ס'איז אזא טבע אנושי. באמת. אזוי באלאנגט עס.

אבער אמאל מעג מען טראכטן אויך. איז טאקע דער זינגער און דער שפילער וואס לייגן אריין אזויפיל כוחות לייב און לעבן פאר אונז אלע, זענען זיי טאקע געמאכט פון סולי פאטי? קומט דאס פאר זיי אז נאכן אזוי אויפבויען די מעמד הדלקה אין סאטמאר, נאכן אויפבויען אלע טישן, נאכ'ן כסדר אריינלייגן כוחות און שעות און אלעס מאכן אלס בעסער און בעסער, און לאמיר רעדן היינט, שטייענדיג נאך אזא הערליכע מעמד פון נעכטן נאכט, קומט זיך זיי צו נאכהערן אז "מען וויל יואלי קליין"? "מען וויל מושי גרויס"? "מען וויל מאיר אדלער"? "מען וויל נחום ברייטבארד"?

איז טאקע נישטא קיין ברעקל פארשטענדעניש צו יענעם׳ס געפילן?!

ס׳איז דא איינער וואס ארבעט אריין פאר דיר א גאנץ יאר פאר אומזיסט, קומט זיך אים אז ביי יעדע "שפיץ מעמד" זאל ער דארפן אוועק געבן זיין פאזיציע פאר א צווייטן, זיך דארפן דורכקומען מיט איינעם וואס גייט אודאי פארשטיי בעסער ווי אים, און דארפן נאכדעם הערן די שטעכעדיגע קאמפלימענטן אז פשי, "יעצט איז עס גוט געווען"!!... און פון דארט און ווייטער גייסטו אים יעדעס יאר פאר ל"ג בעומר פרעגן די געלאסענע שטעכעדיגע שאלה "נו? ווער גייט זינגען דאס יאר? ברענגסט עפעס איינעם וואס קען? ווייל דו קענסט דאך נישט...

איז נישטא דאס ביסל התבוננות?! איז יענער גארבעדזש ווייל ער צורייסט זיך פאר דיר?!

איז אזוי. ווען ס'זאל זיין א אישו אז ס'שטייט אין שפיץ איינער וואס טויג נישט, קען איך הערן אז מ'דארף פון יענעם פטור ווערן, אפילו ס'וועט אים ווייטון, אבער, מ'דארף זען תכלית. מאך מיט אים שחיטה מונחת איינמאל פאר אלעמאל און פארטיג.

אבער איינער וואס טויג ב"ה, ער דעליווערט ב"ה, ער האט פאקטיש געריקט ווענט ב"ה, כאטש נישט יעדער ווייסט בכלל ווייל ס'קוקט אויס ווי אלעס ריקט זיך נאטורליך, אבער דאס איז יעדער מעיד אז ב"ה לכה"פ 90% פראצענט איז סוקסעס שבסוקסעס, קומט אים צו שטעכן יעדן צווייטן טאג?! דאס איז זיין באצאלדונג?! הזאת כלל ישראל?!

ידיד נפש וכו'.
לייק פאר ידיד נפש...
שרייב פאוסט