ל"ג בעומר אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
הימל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 393
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
x 595
פארבינד זיך:

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך הימל »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 3:24 pm אקעי. אז ס'נאך אלס דא בחורים און אינגעלייט וואס פארשטייען נישט גענוג וואס איך שרייב 'נישט', וועל איך יא שרייבן, און איך האף אז ס'וועט קיינעם נישט ווייטון, איך האב נישט געפרעגט רשות פון די באטרעפנדע, אבער אדרבה, איך האלט אז מען מעג רעדן אפן און קלאר. דאס איז די היינטיגע וועלט...

זאגט מיר טייערער אינגערמאן. ביסט טאקע זייער גוט אין מוזיק, און האסט גוט ארויס יעדע נושא, ווען מ'בויט א שול ביסטו א בויער מבין, און ווען ס'דא א די"ת ביסטו א טוען, ווען ס'איז דא קאוויד ביסטו א דאקטאר, אא"וו. נישט נאר דו, איך אויך. ס'איז אזא טבע אנושי. באמת. אזוי באלאנגט עס.

אבער אמאל מעג מען טראכטן אויך. איז טאקע דער זינגער און דער שפילער וואס לייגן אריין אזויפיל כוחות לייב און לעבן פאר אונז אלע, זענען זיי טאקע געמאכט פון סולי פאטי? קומט דאס פאר זיי אז נאכן אזוי אויפבויען די מעמד הדלקה אין סאטמאר, נאכן אויפבויען אלע טישן, נאכ'ן כסדר אריינלייגן כוחות און שעות און אלעס מאכן אלס בעסער און בעסער, און לאמיר רעדן היינט, שטייענדיג נאך אזא הערליכע מעמד פון נעכטן נאכט, קומט זיך זיי צו נאכהערן אז "מען וויל יואלי קליין"? "מען וויל מושי גרויס"? "מען וויל מאיר אדלער"? "מען וויל נחום ברייטבארד"?

איז טאקע נישטא קיין ברעקל פארשטענדעניש צו יענעם׳ס געפילן?!

ס׳איז דא איינער וואס ארבעט אריין פאר דיר א גאנץ יאר פאר אומזיסט, קומט זיך אים אז ביי יעדע "שפיץ מעמד" זאל ער דארפן אוועק געבן זיין פאזיציע פאר א צווייטן, זיך דארפן דורכקומען מיט איינעם וואס גייט אודאי פארשטיי בעסער ווי אים, און דארפן נאכדעם הערן די שטעכעדיגע קאמפלימענטן אז פשי, "יעצט איז עס גוט געווען"!!... און פון דארט און ווייטער גייסטו אים יעדעס יאר פאר ל"ג בעומר פרעגן די געלאסענע שטעכעדיגע שאלה "נו? ווער גייט זינגען דאס יאר? ברענגסט עפעס איינעם וואס קען? ווייל דו קענסט דאך נישט...

איז נישטא דאס ביסל התבוננות?! איז יענער גארבעדזש ווייל ער צורייסט זיך פאר דיר?!

איז אזוי. ווען ס'זאל זיין א אישו אז ס'שטייט אין שפיץ איינער וואס טויג נישט, קען איך הערן אז מ'דארף פון יענעם פטור ווערן, אפילו ס'וועט אים ווייטון, אבער, מ'דארף זען תכלית. מאך מיט אים שחיטה מונחת איינמאל פאר אלעמאל און פארטיג.

אבער איינער וואס טויג ב"ה, ער דעליווערט ב"ה, ער האט פאקטיש געריקט ווענט ב"ה, כאטש נישט יעדער ווייסט בכלל ווייל ס'קוקט אויס ווי אלעס ריקט זיך נאטורליך, אבער דאס איז יעדער מעיד אז ב"ה לכה"פ 90% פראצענט איז סוקסעס שבסוקסעס, קומט אים צו שטעכן יעדן צווייטן טאג?! דאס איז זיין באצאלדונג?! הזאת כלל ישראל?!

ידיד נפש וכו'.
לייק פאר ידיד נפש...
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2897
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8242

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 7:57 pm וועל איך צולייגן מיינע 2 צענט צו די נושא פון טראנספארטאציע.

די טרעפיק אין אלגעמיין האט געבומט, געווען עכט גוט אויסגעארבעט, און איך האב זייער הנאה געהאט. קודאס פאר די חשובע עסקנים וועלכע האבן גענומען דעם גרעסטן כאאס פונעם יאר אויף די קרית יואלע ראודס און אזוי שיין מסדר געווען. אבער לאמיר רעדן א מינוט וועגן טראנספארטאציע פאר פרויען.

כלל #1: אויב ווילסטו ארויסקומען מיט פאדערונגען אז קיינער זאל נישט נוצן קיין קאר, יעדער זאל נוצן פובליק טראנספארטאציע, מוזטו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור. אנשים נשים וטף.

כלל #2: ווען עס קומט צו ארדענונג ביי פרויען איז דא א גרויסע אלטע פראבלעם, אז מ'שטעלט עס אויס אבי "יוצא צו זיין", אן קיין עכטע מחשבה ס'זאל קלאפן. און דאס איז נישט בדוקא, נאר ווייל דער עסקן וואס פארשטייט צו מאכן פלאץ ביי הקפות ווייסט עכט נישט וואס די מצב איז ביי די פרויען. עס וואלט אויסגעפעלט צו האבן א שטאב פרויען עסקנים וואס זאלן זיצן ביי די אסיפות, און גלייכצייטיג העלפן אויפ'ן פלאץ האלטן סדר.

די פרויען טראנספארטאציע איז געווען א וויסטע דורכפאל.

איך וואוין אין שכונת ויואל משה, און איך קען נאר פארציילן מיין ערפארונג.

בערך 7 אזייגער רופט מיר מיין ווייב אז זי ווארט שוין 20 מינוט אויף א באס, ענדליך איז אנגעקומען א באס, און מהאט איר נישט ארויפגעלאזט ווייל ס'דא צופיל מענטשן און זי האט א קערידזש! זי איז געווען די ערשטע צו ווארטן דארט, אבער איר האט מען נישט ארויפגעלאזט.

למעשה אפאר מינוט שפעטער איז יא געקומען נאך א באס וואו זי האט געקענט ארויפגיין, טראץ איר "פארברעך" אז זי האט א קערידזש. (אגב, מיין שכן פארציילט אז זיין ווייב האט פלעין נישט געהאט קיין באס).

10:45 רופט זי מיר אז זי ווארט אויף א באס אהיים, עס שטייען הונדערטער פרויען מיט וויינעדיגע קינדער צודרוקט, און ס'נישטא קיין שום באס אויפ'ן האריזאנט.

איך האב איר געזאגט זי זאל אוועקגיין און שפעטער פרובירן זאגט זי אז זי איז סטאק אין א מאסע צודרוקטע מאמעס מיט קינדער, נישטא קיין וועג ארויס...

למעשה, א שעה שפעטער, בין איך איר געגאנגען אויפפיקן פון מירון, זי האט געדארפט גיין צופוס אהין נאכן אנערקענען אז ווארטן אויף א באס מיינט שטיין נאך אפאר שעה...

זי זאגט אז ס'נישט געווען קיינעם וועם צו פרעגן, ס'געווען טאטאל כאאס אויפ'ן פלאץ, פרויען זענען געשטאנען אויף גאנץ פארעסט, און יעדע האלבע שעה - צי וויפיל - ווען א באס (מיט פלאץ פאר קארגע 25 מענטשן) איז ענדליך אנגעקומען איז די באס געגאנגען דארט וואו מ'האט זיך די מערסטע געשטופט... דאס האט פילפאכיג פארערגערט די געדרענג.

אין קורצן: ביי די מענער קלאפט אלעס, ס'דא צענדליגע באסעס אויפ'ן ראוד, גרויסע באסעס מיט פלאץ פאר 50 מענטשן, און ס'פארט א באן... עסקנים מיט רעדיאס, טרעפיק קאנטראלירער מיט בליצערס, אמחי'...

ביי די פרויען אבער, וואס פאר פרויען מיט קליינע קינדער איז פיל שווערער זיך צו שטופן, שווערער צו ווארטן לאנג, און שווערער צו באשליסן צו גיין צופיס, איז פשוט איבערקערעניש.

ס'געווען אונטער 20 באסעס, און די קליינע סארט באסעס, אהיימצופירן די טויזנטער פרויען! וויאזוי? וויאזוי האט מען גערעכנט דאס גייט ארבעטן??

איך פיל זייער שלעכט אראפצורייסן די עסקנים, וואוסענדיג אז זיי האבן אריינגעלייגט משונה'דיגע כוחות אלעס זאל קלאפן, און אודאי האט קיינער נישט דוקא פארזען אזאנס. אבער פאר קומענדיגע יאר דארפן זיי דאס נעמען אין באטראכט.

ס'דארף זיין גענוג באסעס, און ס'דארף זיין פרויען עסקניות סיי ביי די אסיפות און סיי אויפ'ן פלאץ.
א גוטע וואך.

צייטליכע דערמאנונג פאר די עסקנים צו אדרעסירן דעם פראבלעם.

צייטליכע דערמאנונג פאר אלע יוקלעך ווי איך וואס פאלגן די עסקנים, אז אויב וועסטו נישט איבערפארן די אנווייזונגען גייסטו ווארשיינליך חרטה האבן. טרעף א וועג אויסצושפילן דעם סיסטעם און יא פארן מיט דיין קאר. חייך קודמין. די עסקנים וועלן באקומען זייער שקויעך עניוועי.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 261
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 418

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

פופציגער האט געשריבן: מוצש"ק אפריל 26, 2025 9:58 pm

החכם עיניו בראשו..
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1926
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2297

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך שבת קודש »

פארוואס מאכט מען נישט ל''ג בעומר פונקט ווי פורים?

דהיינו אנשטאט אפשפארן א האלבע שטאט זאל מען מאכן אלע הויפט גאסן פאר א וואן וועי און לאזן איבעראל פארקן אויף ביידע זייטן
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 261
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 418

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2025 12:27 pm פארוואס מאכט מען נישט ל''ג בעומר פונקט ווי פורים?

דהיינו אנשטאט אפשפארן א האלבע שטאט זאל מען מאכן אלע הויפט גאסן פאר א וואן וועי און לאזן איבעראל פארקן אויף ביידע זייטן
לויט ווי איך פארשטיי איז עס פשוט א גרעסערע אנלויף ווי פורים, ס'איז אסאך מער מענטשן קאנצעטרירט אין אזא צייט אפשניט
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1926
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2297

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך שבת קודש »

ווער גייט היי יאר זינגן ביי די הדלקה?...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6342
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14507

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 3:27 pm ווער גייט היי יאר זינגן ביי די הדלקה?...
מען ברענגט אראפ אהרעלע סאמעט, בערי וועבער, לוי פאלקאוויטש און בנימין (בעני) פריעדמאן.
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 668
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1283

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 3:29 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 3:27 pm ווער גייט היי יאר זינגן ביי די הדלקה?...
מען ברענגט אראפ אהרעלע סאמעט, בערי וועבער, לוי פאלקאוויטש און בנימין (בעני) פריעדמאן.
שוואכע אויסוואל... איך וואלט געזאגט מען זאל נעמען ליפא, שמואלי אונגאר, מיט ישראלי גרין.
סוחר
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 10:33 pm
Location: אויפן מארק
x 172

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך סוחר »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 3:29 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 3:27 pm ווער גייט היי יאר זינגן ביי די הדלקה?...
מען ברענגט אראפ אהרעלע סאמעט, בערי וועבער, לוי פאלקאוויטש און בנימין (בעני) פריעדמאן.
די ביזט סארקאסטיש אדער עס איז וואר :roll: ?
אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 475

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך משה רבינו »

סוחר האט געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 4:46 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 3:29 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 3:27 pm ווער גייט היי יאר זינגן ביי די הדלקה?...
מען ברענגט אראפ אהרעלע סאמעט, בערי וועבער, לוי פאלקאוויטש און בנימין (בעני) פריעדמאן.
די ביזט סארקאסטיש אדער עס איז וואר :roll: ?
זיכער סארקאסטיש, דו האלסט באמאת אז בערי וועבער און בעני פריעדמאן קענען זינגען אין סאטמאר?
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 261
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 418

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 3:27 pm ווער גייט היי יאר זינגן ביי די הדלקה?...
האמיר דאך א ראש המשוררים, נישט ער גייט זיין?
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
סוחר
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 10:33 pm
Location: אויפן מארק
x 172

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך סוחר »

משה רבינו האט געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 4:54 pm
סוחר האט געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 4:46 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 3:29 pm

מען ברענגט אראפ אהרעלע סאמעט, בערי וועבער, לוי פאלקאוויטש און בנימין (בעני) פריעדמאן.
די ביזט סארקאסטיש אדער עס איז וואר :roll: ?
זיכער סארקאסטיש, דו האלסט באמאת אז בערי וועבער און בעני פריעדמאן קענען זינגען אין סאטמאר?
.
סוחר
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 10:33 pm
Location: אויפן מארק
x 172

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך סוחר »

.
חסיד הארץ
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 2:36 pm
x 37

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך חסיד הארץ »

הער איך קומט מאסיווע טוישנג'ן
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 261
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 418

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

חסיד הארץ האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 4:10 pm הער איך קומט מאסיווע טוישנג'ן
געהערט אז די אויבן-אן גייט צוריק צום זייט פון כולל, אמת?
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
לאכעדיג
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:50 am
Location: Spring valley
x 2

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך לאכעדיג »

חסיד הארץ האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 4:10 pm הער איך קומט מאסיווע טוישנג'ן
קום אריין מיט דעטאלן
חסיד הארץ
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 2:36 pm
x 37

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך חסיד הארץ »

בודקע האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 4:11 pm
חסיד הארץ האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 4:10 pm הער איך קומט מאסיווע טוישנג'ן
געהערט אז די אויבן-אן גייט צוריק צום זייט פון כולל, אמת?
הער איך אזוי ועוד.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 261
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 418

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

חסיד הארץ האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 4:15 pm

ווייסט נאך עפעס מער?
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
חסיד הארץ
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 2:36 pm
x 37

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך חסיד הארץ »

בודקע האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 4:18 pm
חסיד הארץ האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 4:15 pm
בודקע האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 4:11 pm

געהערט אז די אויבן-אן גייט צוריק צום זייט פון כולל, אמת?
הער איך אזוי ועוד.
ווייסט נאך עפעס מער?
מען גייט עפעס אנהייבן פריער ווי יעדעס יאר
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 261
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 418

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

חסיד הארץ האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 4:27 pm
בודקע האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 4:18 pm
חסיד הארץ האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 4:15 pm

הער איך אזוי ועוד.
ווייסט נאך עפעס מער?
מען גייט עפעס אנהייבן פריער ווי יעדעס יאר
ווייל?
און ווייסט עפעס מער איבער אויסשטעל?
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7339

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

אויבנאן ביים כולל

ניגוני התעוררות פארן זמן ברוב עם אן קיין מוזיק

דברות קודש פארן זמן

מעריב ברוב עם אינדרויסן בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א (שטעל דיך פאר די קולות וברקים פון אזא ריזן ציבור ביי "'לשם יחוד'"...

נאכן זמן נאך עטליכע ניגונים און צוטרעטן צום הדלקה

אזוי וועט מען אנהייבן 10:00 אנשטאט 11:00
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6342
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14507

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 4:51 pm אויבנאן ביים כולל

ניגוני התעוררות פארן זמן ברוב עם אן קיין מוזיק

דברות קודש פארן זמן

מעריב ברוב עם אינדרויסן בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א (שטעל דיך פאר די קולות וברקים פון אזא ריזן ציבור ביי "'לשם יחוד'"...

נאכן זמן נאך עטליכע ניגונים און צוטרעטן צום הדלקה

אזוי וועט מען אנהייבן 10:00 אנשטאט 11:00

יאפ. בערך אזוי.

די נקודה איז אז פאריאר האט דער עולם זייער הנאה געהאט ווען ס'איז אויסגעקומען א נאכמיטאג און ס'האט צוגעגעבן א שעה צום טאנצן נאכ'ן מעמד. ווייל בערך 12:00 דאערף מען זיין פארטיג.

וועט היי יאר אי"ה נאכאמאל זיין פרי, דער רבי וועט אריינקומען 8:00 צום הדלקה, ס'וועט זיין די דברות קודש און ווארימע ניגונים, דערנאך א מעריב אויפ'ן פלאץ ברוב עם, און דערנאך הדלקת המדורה.

איי וועט דאס זיין "לשם יחוד" אי"ה...
אוועיטער
הימל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 393
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
x 595
פארבינד זיך:

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך הימל »

בודקע האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 4:11 pm
חסיד הארץ האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 4:10 pm הער איך קומט מאסיווע טוישנג'ן
געהערט אז די אויבן-אן גייט צוריק צום זייט פון כולל, אמת?
וואס איז דיר נוגע וואו די אויבן אָן איז?
אוועיטער
גרינגראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 171
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:42 pm
x 450

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך גרינגראז »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 4:51 pm
מעריב ברוב עם אינדרויסן בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א
דאס איז א שיינע פלאן, אבער איך גלייב מ' האט נאכנישט געפרעגט דעם רבי'ן, ווייל איך גלייב די רבי גייט דאס נישט צולאזן, נאך וואס עס איז נישט קיין לכתחילה צו דאווענען אויפן גאס.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 261
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 418

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

הימל האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 5:55 pm
בודקע האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 4:11 pm
חסיד הארץ האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 4:10 pm הער איך קומט מאסיווע טוישנג'ן
געהערט אז די אויבן-אן גייט צוריק צום זייט פון כולל, אמת?
וואס איז דיר נוגע וואו די אויבן אָן איז?
סתם פאר נייגער, גוט?

שרייב פאוסט