א שיינער באשרייבונג וואס איז געווען אויף אנדערע פלאטפארמעס, רויע געפילן פון איינער פון די איינוואוינער נאך דעם דערהויבענעם שבת התאחדות.
- - -
ס'איז מוצש"ק פרשת בא תשפ"ה ווען איך זעץ זיך שרייבן די שורות, שורות פון אן איבערגעפילטן הארץ וועלכע בקושי דריקט זיך אויס אין שריפט.
דאס געביין איז טאקע מיד, אדער זייער מיד מיטן זייגער פארבייגייענדיג דעם צוויי-דרייסיג צייכן, כ'וויל אבער נישט אז דאס ווערטער-ביסעלע זאל טרוקן אין קאלט ווערן.
מיר, דאס הייסט תושבי ואורחי קאסא גראנדע, דער שטאט מיטן געטליכן שיינקייט, און בליענדער קהלה, האבן נאר וואס מיטגעלעבט א שבת וואס קאסא גראנדע האט נישט געזען מיום הוסדה.
א שבת התאחדות מיטן רב שליט"א, באקרוינט מיטן גרויסן טאטן דער רב פון קהל חסידי באיאן-וומסב"ג שליט"א וועלכע האט געהויבן דעם גאנצן שבת אוועק אין ספערישע הויכן.
מיט א טאפעדיג שמחה, און א שפיר פון בחרתנו-דערהויבנקייט האבן מיר געפראוועט דעם שבת כאיש אח"ד ובלב אח"ד.
אמרתי לעצמי, לאמיר פארשרייבן דעם סדר הדברים, אולי וועט דאס ברענגען פארגעניגן פאר נאך א אידן.
מיר האבן געהאט דעם זכי' צו ענטפאנגען דעם רב - וועלכע וואוינט אדערווייל אינעם ווייטן ברוקלין - שוין אויף מיטוואך נאכט.
אנדערש ווי די באזוכן יעדע צוויי וואכן, האבן די נשי קאסא גראנדע געהאט צום ערשטן מאל דער געלעגנהייט צו באגריסן אויכעט דעם רעביצין וועלכע גיבט זיך אזוי איבער בעצה ותושיעה לחנך בנות ישראל הכשרות אין עטליכע היימישע בתי חינוך אין ניו יארק, און שטייט בראש פונעם מיידל סקול דאהי אין קאסא גראנדע.
אויף דאנערשטאג ר"ח שבט העעל"ט, נאך א ווארימען שחרית נאכגעפאלגט מיט א לחיים, איז געפראוועט געווארן א סעודת ראש חודש מיטן רב אינעם תלמוד תורה, די תינוקות של בית רבן האבן געהאט א געלעגנהייט צו באקומען דעם רב'ס אויפמערקזאמקייט פאר זיך אליינס, אן ווערן געשטערט פון די עלטערע. דער רב האט גערעדט צו די ילדי חן נאכגעפאלגט מיט די תלמידים'ס געזאנגען לכבוד היום.
כמעשהו בבית ספר כך מעשהו בבית חינוך לבנות, ווי די מיידלעך האבן אפגעווארט דעם רעביצין תליט"א מיט א ספעציעל ווארעמען ברוכים הבאים אראפגעזינגען דורך די מיידלעך תחי'.
דאנערשטאג נאכט איז מען זיך צוזאמענקומען צו א פארברענגען חציו לשם וחציו לכם, ווי דער רב שליט"א האט געגעבן דעם וועכענטליכער השקפה שיעור אויף די פרשה, א שיין חלק פון די ערווארטעטע געסט זענען שוין אנגעקומען, און מ'האט פארברענגט געשמאק כמנהג החסידים.
דער ביהמ"ד איז געווארן צייטווייליג פארגרעסערט, צו קענען אקאמאדירן דעם ציבור, און איז ב"ה געווען אן אויסנאמליכע סוקסעס, ולא אמר אדם צר לי המקום.
מנחה ערש"ק האט מען זיך געשטעלט גאנץ פרי, ליתן ריוח פארן שיעור קבלת שבת, און נאך א ווארימען תפילת מנחה מיטן רב פון חסידי באיאן וומסב"ג שליט"א יורד לפני התיבה, האט טאקע בנו חביבו דער רב ווארעם באגריסט דעם עולם און איבערראשט דעם ציבור מיטן אויפרופן האברך המופלג דולה ומשקה הר"ר משה ברא"צ ברייער הי"ו וועלכע האט מיט זיין זיסן לשון למודים אריינגעברענגט דעם שבת.
נאך תפילת ערבית האט דער ציבור אויסגעבראכן און פייערליכע געטענץ מיט א חדוה עילאה וועלכע האט אנגעהאלטן לאנגע מינוטן, און פון דארט איז דער עולם געגאנגען פראווענען דעם סעודת חקל תפוחין קדישין איש תחת גפנו ותאנתו, און דערנאך זענען אלע זיך צוזאמענקומען בשבת אחים בבית הרה"ח אשר אנשיל פערל הי"ו פאר א גאר געהויבענע באטע בשיר ובמחול, וועלכע האט זיך פארצויגן אויף עטליכע שעות מיט אן אור וחדוה וואס איז שווער אראפצוגעבן אינעם געשריבן ווארט.
שבת אינדערפרי זענען די תשב"ר זיך צוזאמגעקומען ווי געווענליך זאגן תהילים, אנגעפירט דורך המלמד החשוב הר"ר יואל טארים הי"ו, און דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען כרגיל. צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען החסיד הישיש הרה"צ רבי נפתלי לעבאוויטש שליט"א וועלכע האט געהאט יארצייט נאך אמו הרבנית הצדיקת ע"ה. שחרית איז געווארן פארגעזאגט דורכן בעל אכסניא של תורה הרה"ח ר' אלעזר דאנציגער שליט"א, נאך שחרית האט דער רב אויפגעטרויטן א קורצע הלכה שמועס בהלכות שבת און מ'איז תיכף געגאנגען צו קריאת התורה, ווי עס זענען מכובד געווארן פני וחשובי העדה כפי כבודם הראוי אויף ווי ווייט מעגליך.
נאך מוסף איז געשטעלט געווארן א קידוש לכבוד העם הנאספין, ווי מען האט פארברענגט לאנגע מינוטן בשירות ותשבחות ובשיחת חברים, והשתי' כדת אין אונס.
דער שבת איז געברענגט געווארן צום קלימאקס ביי סעודה שלישית, געפירט דורך רב ד'קהילת באיאן וויליאמסבורג שליט"א, וועלכע האט במתק לשונו הנחמדים מפז ארויסגעברענגט די חשיבות פון א איד אפגעזעהן זיין ביז יעצטיגן שטאנד, און ווי דער בוכ"ע פארשטייט א איד ומחכה לו לתשובה, ואם ישוב מיד יקבלו. און מיט דעם האט מען געשלאסן דעם שבת.
במוצאי יום גילה.
מוצש"ק, דער ציבור וואשט זיך מלוה מלכה צוגעשטעלט לכל הקהל הקודש אנשים נשים וטף, אינעם ספעציעל ארויסגעדינגענעם זאל, א טאפעדיגע עקסטאז איז אין די לופט.
דער אויבן אן איז באצירט מיט הגה"צ אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א, מיטן ברודער הרה"צ ר' נפתלי שליט"א, הרה"צ אדמו"ר אושוואר שליט"א, דער רב זאל זיין געזונט, אביו הגדול הגה"צ ר' יצחק ראבינאוויץ שליט"א מבאיאן וומ"ס. הרה"ג ר' בנציון גאלדמאן אב"ד וראש ישיבות נייפעסט שליט"א. ואחרון חביב הגה"צ הרב רויזמאן שליט"א אב"ד פיניקס-אריזאנע.
אן אייגנארטיקער מזכרת איז פארטיילט געווארן פאר אלע משתתפים, ווען מכיריו ומעריציו פונעם רב שליט"א האבן ארויסגעגעבן שו"ת דביר אברהם כרך א' לרגל דעם שבת, ענהאלטנדיג די זעלטן-קלארע תשובות לעומקה של הלכה לשואלים און פארשידענע סוגיות.
א סעודה רחבה כיד המלך איז צוגעשטעלט געווארן להציבור הרחב, ווען דער באליבטער מנהל המוסדות הרב עמרם הערצאג דינט אלס יושב ראש המעמד, און ווארפט אריין זיינע כסדר'דיגע טרעפליכע געדאנקען. און צו עפענען דעם מעמד האבן אונז געהאט די זכי' צו הערן א לייוו הוק-אפ דבר השם ברמה פון הגה"צ ר' יחיאל שטיינמעץ שליט"א פון מאנסי וועלכע האט משמש געווען ברבנות דאהי אין קאסא גראנדע בעפאר, און האט מחמת פערזענליכע עיכובים נישט געקענט מיטהאלטן דעם שבת בפועל.
ר' יחיאל שליט"א האט ארויסגעברענגט לשבח דעם לא תגורו מפני איש וואס תושבי קאסא גראנדע האבן דעמאנסטרירט, ווי מ'האט מקיים געווען דעם לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה, און ווי מ'זעהט די רחמים וחסדים גלויים תמיד.
דערנאך האבן מיר געהערט הרה"ג מנייפעסט, וועלכע האט בלשונו הזהב הידוע ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון זיך צוזאמנעמען באחדות ובלב אחד, דער מלוה מלכה איז געקומען צו א הויכפונקט מיט די פערל ווערטער פון פיניקסער רב הרב רויזמאן שליט"א, ארויסווייזנדיג דער חיבה יתירה און הערצה צווישן הרב רויזמאן אינעם רב שליט"א.
צום לעצט האט מען געהערט דעם דבר הקהילה והמוסדות פונעם אדמיניסטראטאר הרב יצחק גראסמאן, וועלכע האט ווידעראמאל געברענגט צום אויבערפלאך דעם עד הנה עזרונו רחמיו ולא עזבונו חסדיו המרובים.
עס איז שוין געווען אין די שפעטע נאכט שעה'ן ווען דער רב שליט"א האט אויפגעטרעטן, און האט טאקע גערעדט זייער קורץ, דאנקענדיג דעם רבוש"ע אויף ווי מיר זענען אנגעקומען ביז אהער און ארומגערעדט את המעשה אשר יעשו אויף ווייטער לחיזוק ולהדרכת הקהילה.
לסיום המעמד האבן תושבי קאסא גראנדע איבערגעגעבן אן אות הכרת הטוב, פאר הרה"ח ר' אברהם הערש ברייער הי"ו, וועלכע שטייט בראש פון אלע קהלישע ענינים למן היום הוסדה, דער הכרת הטוב איז נישט געקומען אינעם געווענליכן פארמאט פון א נוצבארע זייגערל און גאלד געדרייטע ווערטער. אנשטאט, האבן תושבי קאסא גראנדע זיך אמת'דיג אויסגעדריקט אויפן פאפיר, יעדער מיטן אייגנארטיגן שריפט זיינעם ככתבם וכלשונם, ארויס פון הארץ, געשריבן מיטן האנטשריפט, און איבערגעגעבן באהבה.
זונטאג אינדערפרי איז פארגעקומען דער באקאנטער וועכענטליכער כולל יום א' צוזאמען מיטן פת שחרית, ווי דער רב האט פארגעלערנט הלכות הנוגעים למעשה מיט א קלארקייט.
און מיט דעם איז געשלאסן געווארן דעם געהויבענעם שבת. ויה"ר שתשרה שכינתך במעשה ידינו.