באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2179
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 6319

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אידישע נייעס | עורי נא התעוררי נא, לבקש רחמים:

אין ליכט פון די שווערע מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, וועלכער האט זיך דערווייל ליידער נישט פארבעסערט, און דער רבי איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים, איז פאררופן געווארן אויף היינט זונטאג ערב ראש חודש מנחם אב, אלס א יום תפילה ותחנונים אלוועלטליך, אין וואס אידישע קינדער וועלן זיך צוזאמקומען און איינרייסן וועלטן פארן רבינ'ס געזונט, אין די סקולענער בתי מדרשים אין בארא פארק און וויליאמסבורג, און אזוי אויך ביים ציון הק' פון אדמור"י בית סקולען, וועט מען אויסזאגן גאנץ ספר תהלים און תפילת יום כיפור קטן ברוב עם, אזוי אויך אין אלע אנדערע סקולענער צענטערן איבער די וועלט, און אין נאך פילע בתי מדרשים און מוסדות התורה, וועט מען זאגן פרקי תהלים און מעורר זיין רחמי שמים, לרפואת כ"ק מרן רבי ישעי' יעקב בן רייזל לרפואה שלימה. והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים.

הוא הודה הוא זיוה הוא הדרה:
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכער איז צוגאסט אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע, לכבוד די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע וואס איז אויסגעפאלן דעם שבת, וועט היינט אינדערפרי אנקומען צום שטאט אוהעל אין אונגארן, און דאווענען שחרית אינעם בנין ביהמ"ד נעבן די ציון הק'. נאכן דאווענען וועט פארקומען א מסיבת לחיים און מעמד בקשת רחמים אין א גרויסע שאטער דערנעבן, און דערנאך וועט פארקומען די מעמד עלי' לציון בהתעוררות רב. שפעטער נאכמיטאג וועט דער רבי פארזעצן די נסיעה צום שטאט צאנז אין פוילין, מתפלל צו זיין ביים ציון הק' פון הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע.

כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א לאזט זיך היינט ארויס קיין אמעריקע, אויף א לענגערע מסע הקודש אויפצוטרייבן גרעסערע סכומים לטובת די נייע ביהמ"ד הגדול דחסידי תולדות אברהם יצחק בעיר הקודש ירושלים.

הילולא קדישא:
היינט ערב ראש חודש אב געפאלט די ערשטע יארצייט פון כ"ק אדמו"ר משאץ זצ"ל פון וויליאמסבורג, בנו יחידו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א וועט ארויפגיין צום ציון הק' אויפן בית החיים אין מאנסי היינט נאכמיטאג, און שפעטער פארנאכטס אפרעכטן די יארצייט טיש בבית מדרשו אין מאנסי.

ככלות השלושים צו די פטירה פון הגה"צ ר' שמעי' גרינבוים זצ"ל בעל סייעתא דשמיא, קומט היינט פאר די צענטראלע סעודת שלושים אין זאל פון כינור דוד אין קרית יואל, נאכן מעמד עלי' לציון אויפן בית החיים אין קרית יואל.

שמחות בחצרות הקודש:
היינט קומט פאר די שמחת פדיון הבן פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, אייניקל פון זיין זון הגה"צ ר' אהרן רוקח שליט"א, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד ראצפערט בראזיל שליט"א, בן הנולד ביי זיין זון הרב ישכר דוב רוקח שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' ישראל צבי לעמבערגער שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק מאקאווא אשדוד שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק סערט וויזניץ ירושלים שליט"א. - די שמחה קומט פאר אין מאקאווא ביהמ"ד אין אשדוד.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2179
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 6319

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אידישע נייעס | אייגנארטיגע מעמד נתינת ראשית הגז במעונו פון האדמו"ר מפינסק קארלין; מנת כהונה פארטיילט פאר תומכי המוסדות:

אן אייגנארטיגער מעמד נתינת ראשית הגז איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש פון האדמו"ר מפינסק קארלין מיט די השתתפות פון די זקני החסידים ווען הרה"ח ר' ישראל אשר וואלעס די אייגנטומער פונעם בארימטן 'ציצית וואלעס' פאבריק האט איבערגעגעבן די ראשית הגז פארן כהן הגדול מאחיו די רבי שליט"א, מיט וואס מען וועט פאברעצירן א פאר ציצית וואס די רבי שליט"א וועט שענקען אלס א מתנת קודש פאר די נדיבי בעם חסידי פינסק קארלין וועלעכע וועלן ביישטייערן סכומים הגונים פארן עקזיסטענץ פון די מוסדות הקדושים פינסק קארלין בארץ הקודש.
פיילס
IMG_20240804_101306_769.jpg
IMG_20240804_101306_769.jpg (91.64 KiB) געזען געווארן 1318 מאל
IMG_20240804_101306_895.jpg
IMG_20240804_101306_895.jpg (101.84 KiB) געזען געווארן 1318 מאל
IMG_20240804_101307_733.jpg
IMG_20240804_101307_733.jpg (105.41 KiB) געזען געווארן 1318 מאל
הקוראים
פרישער באניצער
פאוסטס: 86
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:19 pm
x 77

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך הקוראים »

וואודריזש
בחסדי השם קומט רבינו שליט"א צירוק צו די כוחות און די שבת איז שוין רבינו שליט"א געווען בכח אריינצוקומען אלע תפילות בבית המדרש,
און טראץ חולשת גופו הטהור זיך איבערגעשטערענגט און געפראוועט רעוא דרעוין של"ס כרגיל באש קודש.
בילד: ביים אריבערגיין וואנטשען א גוט וואך
אנ"ש זענען ווייטער מתפלל פאר א פולע ערהוילונג: כ"ק מרן יצחק בן ברכה לרפו"ש
פיילס
IMG_3302.jpeg
IMG_3302.jpeg (197.08 KiB) געזען געווארן 1268 מאל
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2179
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 6319

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

באריכט 'בצל הקודש' - סאטמאר מהר"א
פרשת פנחס
► Show Spoiler
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2179
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 6319

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אידישע נייעס | הילולא קדישא:

היינט ראש חודש אב געפאלט די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע, בנו כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועט ארויפגיין צום ציון הק' אין די פארמיטאג שעה'ן בראש קהל חסידיו אויפן באבובער בית החיים אין ניו דזשערזי, און שפעטער פארנאכטס אפרעכטן די יארצייט טיש און סיום הש"ס אין ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק.

היינט ראש חודש אב געפאלט די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע, נכדו כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועט ארויפגיין צום ציון הק' ארום דריי אזייגער נאכמיטאג בראש קהל חסידיו, און שפעטער פארנאכטס אפרעכטן די יארצייט טיש און סיום הש"ס אין ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק.

הוא הודה הוא זיוה הוא הדרה:
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער וויילט די טעג אין חלדודנא ענגלאנד אויף אפרוה, וועט היינט אנקומען אויף א באזוך בקרב חסידיו אין מאנטשעסטער לכבוד ראש חודש, דער רבי וועט דאווענען שחרית בבית מדרשו אין מאנטשעסטער, און דערנאך אפרעכטן שולחנו הטהור לכבוד ראש חודש.

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער האט געוויילט אויף שבת אין סקווירא שטעטל, וועט היינט אנקומען אויף תפילת שחרית בבית מדרשו אין מאנסי, שפעטער ביינאכט וועט דער רבי ארויספארן אויפן וועג צוריק קיין מאלויע שווייץ, וואו דער רבי האלט זיך אויף אין לויף פון די זוממער וואכן.

שמחות בחצרות הקודש:
היינט קומט פאר די שמחת פדיון הבן פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אייניקל פון זיין זון הגה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, בן הנולד ביי זיין איידעם הרב שלום גראס שליט"א, זון פון הגה"צ ר' אברהם משה גראס שליט"א אבד"ק קערעסטיר בערבעשט. - די שמחה קומט פאר אין די גרויסע שאטער אין סקווירא שטעטל.

היינט קומט פאר די שמחת הבר מצוה פון א אור אייניקל ביי הגה"ק מצאנז קלויזענבורג זי"ע בעל שפע חיים, אייניקל פון הגה"צ ר' אפרים פישל מוטצען שליט"א גאב"ד קרית הבעש"ט פתח תקוה, א זון פון זיין זון הרב אברהם חיים יצחק מוטצען שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' מנחם מענדיל פאנעט שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מדעעש ירושלים זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק פאפא ירושלים שליט"א. - די שמחה קומט פאר אינעם גרויסן זאל היכל ראזענבערג אין קרית צאנז נתני'.

שמחת בית מאחנובקא בעלזא: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, די חתן א זון פון זיין איידעם הגה"צ ר' אלטר משה טווערסקי שליט"א אב"ד ראחמיסטריווקא רמה ד' בית שמש, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' אביגדור פאללאק שליט"א אב"ד קהל חסידים בית שמש, זון פון כ"ק אדמו"ר מבערעגסאז שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א.

ובראשי חדשיכם:
כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועט היינט נאכמיטאג אפרעכטן שולחנו הטהור לכבוד ראש חודש, אין ביהמ"ד הגדול אין קרית טאהש.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2179
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 6319

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אידישע נייעס | כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א איז נארוואס אנגעקומען צום בית החיים אין ניו דזשערסי פוקד זיין די ציון הק' פון זקינו הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע, לרגל די יארצייט.
הקוראים
פרישער באניצער
פאוסטס: 86
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:19 pm
x 77

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך הקוראים »

וואודריזש
שַׁבָּת הִיא מִלִּזְעֹק
רבינו שליט״א היינט ביי שחרית ביי זיין גאנץ יעריגע מנין כרגיל טראץ חולשת גופו הטהור, נאך עטליכע וואכן אפשניט וואס די רב איז נישט געווען בכח כמעט צו גיין אין ביהמ״ד,
אונטערשטע בילד: בחדרו הפרטי לפני תפילת שחרית
פיילס
IMG_3339.jpeg
IMG_3339.jpeg (217.21 KiB) געזען געווארן 947 מאל
IMG_3338.jpeg
IMG_3338.jpeg (311.93 KiB) געזען געווארן 951 מאל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1994
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 4815

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך פופציגער »

הקוראים האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 2:32 pm וואודריזש
בחסדי השם קומט רבינו שליט"א צירוק צו די כוחות און די שבת איז שוין רבינו שליט"א געווען בכח אריינצוקומען אלע תפילות בבית המדרש,
און טראץ חולשת גופו הטהור זיך איבערגעשטערענגט און געפראוועט רעוא דרעוין של"ס כרגיל באש קודש.
בילד: ביים אריבערגיין וואנטשען א גוט וואך
אנ"ש זענען ווייטער מתפלל פאר א פולע ערהוילונג: כ"ק מרן יצחק בן ברכה לרפו"ש
"רבינו שליט"א" איז דער אפיציעל אנגענומענער טיטל צווישן מעריציו?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2179
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 6319

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אידישע נייעס | שמחות בחצרות הקודש:

שמחת בית טשערנאביל: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, די חתן א זון פון בנו הגדול הגה"צ ר' מרדכי טווערסקי שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' ישראל שניאורסאן שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יוסף משה שניאורסאן שליט"א ראש ישיבת טשעבין, און איידעם ביי הגה"צ ר' נחום שניאורסאן שליט"א נשיא ישיבת טשעבין.

היינט קומט פאר די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון וויליאמסבורג, א זון פון בנו יחידו הגה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א אב"ד וויזניץ בלומינגראוו, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון בית שמש, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. - די מעמד הנחת תפילין קומט פאר היינט צופרי אין ישיבה גדולה תורת מרדכי וויזניץ אין בלומינגראוו קרית יואל, און די סעודת הבר מצוה שפעטער פארנאכטס אין די נייע היכל ביהמ"ד אין מחנה אהבת ישראל וויזניץ אין ליבערטי.

היינט קומט פאר די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, א זון פון זיין זון הגה"צ ר' שלמה זלמן כ"ץ שליט"א. - די מעמד הנחת תפילין קומט פאר אין היכל הישיבה אין מחנה סערדאהעלי אין מאנטיסעלא, און די סעודת הבר מצוה שפעטער פארנאכטס אין זאל מאנטי מענאר אין מאנטיסעלא.

היינט קומט פאר די שמחת הברית פון א דאפלטע אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אייניקל פון זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, בן הנולד ביי זיין זון הרב יוחנן טווערסקי שליט"א, איידעם ביים רבינ'ס זון הגה"צ ר' אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א. - די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא.

היינט קומט פאר די שמחת הברית פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א פון בארא פארק, בן הנולד ביי זיין זון הרב גבריאל יודא לייפער שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' פנחס שלום ראטטענבערג שליט"א מקאסאני, אור אייניקל פון הגה"צ גאב"ד יעמערינג שליט"א. - די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד ווערדאן אין פלעטבוש.

הילולא קדישא:
היינט ב' אב געפאלט די צווייטע יארצייט פון כ"ק הגה"ק גאב"ד ירושלים זצ"ל בעל שערי טוביה, פילע אידן גייען ארויף צום ציון הק' אויפן הר הזיתים, א גרויסע יארצייט סעודה קומט פאר אינעם גרויסן היכל אויף רחוב אדוניהו הכהן ביים וויזניצער בית המדרש קהל תורת חיים, אין שפיץ פון די שרי התורה חברי הביד"ץ העדה החרדית.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2179
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 6319

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אידישע נייעס | כ''ק אדמו''ר מסערדאהעלי שליט''א באזוכט אין די גאנץ יעריגע מוסדות התורה אין מאנטיסעלא:

מיט א דערהויבנקייט האבן די קינדער פון די גאנץ יעריגע מוסדות התורה אין מאנטיסעלא געהאט די זכיה דעם זונטאג צו מקבל פנים זיין כ''ק אדמו''ר מסערדאהעלי שליט''א, וואס איז אריבערגעקומען אויף א באזוך אין די מוסדות. מיט א התרגשות האבן די קינדער אויפגענומען די רבי מיט פאסיגע דברי שירה וניגוני צפיה לגאולה, און דערנאך האט די רבי משמיע געווען דברות קודש פאר די תשב"ר.
די רבי איז דאן אריבער אין די יונגערע קלאסן, און ארויסגעברענגט מיט התפעלות אז מען זעהט אז די קינדער ווערן נתחנך אפגעזונדערט פון די רוישיגע גאס. די רבי האט גאר שטארק מחזק געווען און ווארעם געוואונטשען די עסקנים פונעם ישוב.
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 349
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 557

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך Joel »

כולל פון הגה"צ רבי עמרם בלוי זצ"ל "מתורתו של רבי עמרם" ביי כ"ק מרן פוסק הדור גאב"ד ירושלים מרא דארעא קדישא שליט"א לרגל די יארצייט פון רבי עמרם זצ"ל ידידו של להבחל"ח מרן פוסק הדור גאב"ד ירשלים מרא דארעא קדישא שליט"א
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=W ... 5Ho3FoA9no
פיילס
acSgokD_wide_m.jpg
acSgokD_wide_m.jpg (42.85 KiB) געזען געווארן 702 מאל
aQPyY6o_wide_m.jpg
aQPyY6o_wide_m.jpg (50.55 KiB) געזען געווארן 702 מאל
aJhfsxS_wide_m.jpg
aJhfsxS_wide_m.jpg (42.47 KiB) געזען געווארן 702 מאל
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2179
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 6319

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אידישע נייעס | מעמדי קודש:

היינט קומט פאר די גרויסארטיגע כינוס כללי פאר תלמידי וחסידי תולדות אברהם יצחק בארה"ב, מקבל צו זיין את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א בבואו לחון את פני העיר, און צו אנטקעגן קומען דעם רבי'ן מיט סכומים אדירים לטובת די אויפבוי פונעם נייעם גרויסן ביהמ"ד דחסידי תולדות אברהם יצחק בירושלים עיר הקודש, די מעמד קומט פאר אין די וואלי טערעס זאל אין ישיבה ספרינג וואלי אין מאנסי אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א.

הוא הודה הוא זיוה הוא הדרה:
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון בית שמש וועלכער האט געוויילט די לעצטע וואך צייט אין ניו יארק לרגל די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל, וועט זיך היינט ארויסלאזן אין וועג קיין ענגלאנד, וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע צוויי וואכן אויף אפרוה אין שטעטל חלדודנא, בצל הקודש פונעם שווער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.

הילולא קדישא:
היינט נאכט ד' אב געפאלט די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב ירושלים זצ"ל, בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מלעלוב ירושלים שליט"א וועט אפרעכטן די יארצייט טיש היינט נאכט אין לעלובער ביהמ"ד אין די בית ישראל געגנט אין ירושלים, און מארגן דאנערשטאג ארויפגיין צום ציון הק' במרומי הר הזיתים.

שמחות בחצרות הקודש:
היינט קומט פאר די שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אייניקל פון זיין איידעם הגה"צ ר' דוד דוב דושינסקיא שליט"א אב"ד אהל פיגא קרית יואל, זון פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, בן הנולד ביי זיין איידעם הרב ברוך רוקח שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק קארוב שליט"א. - די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד אהל פיגא אין קרית יואל.

היינט קומט פאר די שמחת פדיון הבן פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מראחוב שליט"א, בן הנולד ביי זיין זון הרב ישעי' ראזענבוים שליט"א, איידעם ביי הרה"ג ר' משה שמואל שווארץ שליט"א אב"ד מגדלי שאול. - די שמחה קומט פאר אין די טרייפוס זאל אין גבעת שאול געגנט אין ירושלים.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' חיים שלמה מיללער שליט"א אב"ד נייטרא וומס"ב, זון פון הגה"צ אבד"ק אייזענשטאט שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק דושינסקיא וומס"ב זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' שלמה יודא זלמן לייב שנעעבאלג שליט"א אב"ד קנין תורה אין עירמאונט, זון פון הגה"צ ר' חיים פייוויל שנעעבאלג שליט"א אב"ד קהל אברכים מאנסי, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מלויעוו טשערנאביל פארשעי שליט"א.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2179
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 6319

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אידישע נייעס | האדמו"ר מסאדיגורה איז עוסק בלימוד התורה וויילענדיג אויף אפרו אין שווייץ.
פיילס
IMG_20240807_110055_325.jpg
IMG_20240807_110055_325.jpg (46.22 KiB) געזען געווארן 607 מאל
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2179
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 6319

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אידישע נייעס | האדמו"ר מצאנז אדערסירט יערליכע 'יום עיון' פאר צענדליגער מנהלים פון היימישע סעמינארן אין ארץ ישראל‎:

נעכטן מאנטאג פארמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעקומען צו די 'גלי צאנז' האטעל אין קרית צאנז וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן די יערליכע די 'יום עיון' פאר מנהלים פון די היימישע סעמינארן אין ארץ ישראל אראנזשירט דורך 'איגוד הסמינרים העולמי' בית יעקב, ווי די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש און איבערגעגעבן הדרכות ישרות בעניני חינוך הבנות פאר די מנהלים.
פיילס
IMG_20240807_110135_411.jpg
IMG_20240807_110135_411.jpg (122.36 KiB) געזען געווארן 608 מאל
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2179
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 6319

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אידישע נייעס | טראגעדיע: הרבנית הצ" מליסקא ע"ה אשת יבלחט"א האדמו"ר מליסקא פלוצלינג נפטר געווארן:

ברוך דיין האמת: מיט גרויס טרויער ווערט יעצט פארמיטאג אויפגענומען די ביטערע בשורה איבער די פלוצימדיגע פטירה פון הרבנית הצדיקת מליסקא, מרת מלכה פריעדלאנדער ע''ה, אשת חבר פון יבלחט''א כ''ק אדמו''ר מליסקא שליט''א וועלכער איז נפטר געווארן אין עלטער פון זיבן און זיבעציג יאר.

נעכטן דינסטאג האט די רעבעצין געליטן פון א מאסיווע הארץ אטאקע און איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א קריטישן צושטאנד בעת כלל ישראל איז מעתיר לרפואתה השלימה, יעצט אינדערפרי האט די רעבעצען ליידער צוריקגעגעבן איר נשמה ליוצרה.

די לוי' גייט ארויס היינט 1:00 מיטאג פון ליסקא בית מדרש אויף 1449-50 סט. אין בארא פארק, אויפן וועג צום בית החיים הר שלום אין עירמאנט ווי די רעבעצען ע"ה וועט קומען לקבורה.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 349
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 557

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך Joel »

שמחת הווארט פון א אור אייניקל ביי כ"ק מרן פוסק הדור גאב"ד ירושלים מרא דארעא קדישא שליט"א
ביים אויפטרעטן מיט דברת קודש
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=4 ... YYWEriGIc3
פיילס
allAHTq_wide_m.jpg
allAHTq_wide_m.jpg (43.75 KiB) געזען געווארן 544 מאל
aSGXE4H_wide_m.jpg
aSGXE4H_wide_m.jpg (42.29 KiB) געזען געווארן 544 מאל
aKPjiNd_wide_m.jpg
aKPjiNd_wide_m.jpg (48.57 KiB) געזען געווארן 544 מאל
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 349
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 557

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך Joel »

f50a57_1fdd9dda7d3f403898f465f64a0e56be~mv2.jpg
f50a57_1fdd9dda7d3f403898f465f64a0e56be~mv2.jpg (142.04 KiB) געזען געווארן 518 מאל
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2179
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 6319

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אידישע נייעס:

ברוך דיין האמת – הרבנית מליסקא ע"ה

מיט צער און טרויער איז אנגעקומען די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הרבנית הצדיקת מליסקא, מרת מלכה פריעדלאנדער ע"ה, אשת חבר כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א, וועלכער איז היינט צופרי נפטר געווארן אין עלטער פון 77 יאר, נאכן ליידן א הארץ אטאקע נעכטן נאכמיטאג.
די רעבעצין ע"ה איז געווען א טאכטער פון הרב החסיד ר' יעקב יצחק שטערנבערג ז"ל פון ירושלים, און פאר לאנגע יארן געשטאנען לימין הקודש פון איר חשובער מאן כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א, אנצופירן די עדה הקדושה און ממשיך זיין די שלשלת הקודש לבית ליסקא וואס ציהט א המשכה צו פריערדיגע צדיקים וקדושים.
נעכטן נאכמיטאג זייענדיג אין שפיטאל פאר א רוטינע אונטערזוכונג, האט די רעבעצין פלוצלינג געליטן פון א הארץ אטאקע רח"ל, און טראץ אלע פרואוון איר צו האלטן ביים לעבן, איז זי היינט צופרי נפטר געווארן לחיי העולם הבא, איבערלאזנדיג איר חשובער מאן דער רבי שליט"א, קינדער און אייניקלעך א דור ישרים יבורך.
די לוויה איז פארגעקומען היינט מיטאג איינס אזייגער ביי ביהמ"ד ליסקא אויף די פופציגסטע סטריט אין בארא פארק, און שפעטער נאכמיטאג איז זי געקומען לקבורה אויפן בית החיים הר שלום אין מאנסי.
פיילס
IMG_20240807_191433_786.jpg
IMG_20240807_191433_786.jpg (81.16 KiB) געזען געווארן 478 מאל
הקוראים
פרישער באניצער
פאוסטס: 86
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:19 pm
x 77

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך הקוראים »

האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 6:58 pm
האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 11:10 pm וואודריזש
היינט נאכמיטאג בשעת די זמני כניסה
האט באזוכט און מבקר חולה געווען ביי כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א,
הגה״צ אב״ד קראסנא שליט״א פון בארא פארק.
באזוך פון האדמו"ר מקאסאן שליט"א
פיילס
IMG_3393.jpeg
IMG_3393.jpeg (242.03 KiB) געזען געווארן 473 מאל
IMG_3395.jpeg
IMG_3395.jpeg (316.94 KiB) געזען געווארן 473 מאל
9a741401-ee8b-4e07-8be5-e304a70b7536.jpeg
9a741401-ee8b-4e07-8be5-e304a70b7536.jpeg (173.14 KiB) געזען געווארן 473 מאל
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 266
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 234

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי


שבת קודש פ׳ מטו״מ בצל הקודש אין מחנה דברי יואל

► Show Spoiler
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 266
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 234

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי


זונטאג און מאנטאג פרשת דברים בצל הקודש


► Show Spoiler
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 266
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 234

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי


דינסטאג און מיטוואך פרשת דברים בצל הקודש

► Show Spoiler
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3258
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8280

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אין די יעצטיגע טעג ווען כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וויילט אין קרית יואל, האט הגה"צ המקובל רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א נשיא ישיבת תורת חסד, אפגעשטאט א באזוך ביים רבי'ן שליט"א מיט וועמען ער האלט אן א נאנטן קשר. דער רבי האט געבעטן דעם מקובל אז ער זאל אים בענטשן און דערנאך האט דער רבי געבענטשט דעם מקובל בברכת כהן.
unnamed - 2024-08-08T101526.364.jpg
unnamed - 2024-08-08T101526.364.jpg (346.29 KiB) געזען געווארן 385 מאל
unnamed - 2024-08-08T101528.949.jpg
unnamed - 2024-08-08T101528.949.jpg (272.81 KiB) געזען געווארן 385 מאל
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2179
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 6319

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אידישע נייעס | הילולא קדישא:

כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועט היינט פארנאכטס אפרעכטן די יארצייט טיש לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק דער קדושת ציון פון באבוב זי"ע, אין ביהמ"ד הגדול אין מתיבתא קעמפ מחנה זכרון צבי דוד אין פענסילוועניע.

כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועט היינט פארנאכטס אפרעכטן די יארצייט טיש לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק דער קדושת ציון פון באבוב זי"ע, אין ביהמ"ד הגדול אין מתיבתא קעמפ אין פארקסוויל.

כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון ירושלים וועט היינט אויפדערנאכט אפרעכטן שולחנו הטהור לרגל די יומא דהילולא קדישא פונעם אר"י הקדוש זי"ע, בביתם נאוה קודש פון אדמור"י בית לעלוב זי"ע אויף רחוב בוני החומה אין די אידישע קווארטל אין אלטשטאט ירושלים.

מעמדי קודש:
היינט קומט פאר די יערליכע דינער אין קרית יטב לב אין בלומינגבורג לטובת מוסדות יטב לב בעיר הקודש ירושלים, אין זאל פון עטרת פעסיל לאה בבנין המוסדות, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.

שמחות בחצרות הקודש:
שמחת בית דושינסקיא: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין זון הגה"צ ר' יואל יעקב דושינסקיא שליט"א רב הקהילה אין לאנדאן, איידעם ביי הגה"צ ר' שלום צבי ענגלענדער שליט"א ראה"כ להוראה מאחנובקא בעלזא אין לאנדאן, זון פון הנגיד החסיד ר' אליש ענגלענדער שליט"א, און איידעם ביי כ"ק גאב"ד זכרון מאיר זצ"ל, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' חיים מיכאל ביבערפעלד שליט"א אב"ד טשארטקוב לאנדאן, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מליעזש זצ"ל.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2179
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 6319

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אידישע נייעס | האדמו"ר מגור וועט נישט ארויספארן אויף אפרוה צוליב מלחמה אנגעצויגנקייט:

מטעם בית כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א איז געמאלדן געווארן די לעצט מינוטיגע טויש, אז אין ליכט פון די מלחמה אנגעצויגנקייט וואס שוועבט אין ארץ ישראל, וועט דער רבי שליט"א אנדערש ווי אלע יארן נישט ארויספארן קיין צפת אויף אפרוה.
דער רבי האט געזאלט ארויספארן קיין צפת אנהייב וואך, אבער צוליב די פארשטערקערטע מצב המלחמה און סכנה וואס לויערט בפרטיות אין צפון, און עס זענען שוין געקומען צו פליען ראקעטן פון די חיזבאלא טעראר גרופע קיין צפת, האט דער רבי אפגערופן זיין נסיעה און וועט אנשטאט פארבלייבן אין ירושלים, און וויילן אויף מנוחת הנפש אין די נגידי'שע ווילא פון האחים הנגידים לבית פישער, אינעם אפרו געגנט אינעם שטעטל אורה נעבן ירושלים.

אויך מטעם בית כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז געמאלדן געווארן אז אנדערש ווי אלע יארן וועט דער רבי שליט"א נישט ארויספארן צו די באשטימטע מקום הנופש אין טעלז סטון, און פארבלייבן במעון קדשו אין ירושלים, צוליב'ן אנגעצויגנקייט פון די מלחמה סיטואציע.
שרייב פאוסט