לאמיר זאגן האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 08, 2026 7:30 pm
ס'איז דא א געוויסע נקודה בנוגע וואקסינען, וואס קען שטארק ווערן דעבאטירט, איך זע אז מ'האט נאכנישט גערעדט דערפון קיין סאך. עס איז די שאלה אויף וועלכע יסודות זענען די וואקסינען - און דאס אז עס איז אנגענומען צו נעמען - אוועקגעשטעלט. וויאזוי און ווער באשליסט צו מ'קען און מ'זאל עס געבן?
איך בין נישט איבערצייגט אין די זיכערקייט און אין די קראנטקייט וואס איז אנגענומען ביי אלע דאקטוירים אז וואקסינס זענען סעיף און עפעקטיוו, ווער נעמט אחריות אז ס'איז נישט דא נאך אינטערעסן? א דאקטאר וואס לויט זיין עקספערטיז האט ער געזעהן אז וואקסינס זענען שעדליך, קען בכלל האבן א מיינונג? ער ווערט גלייך אפגעסטעמפלט אלס א משוגענערואס ארבעט אין א גרויסע מעדיקל סענטער ווייסט אז אויב פירט ער אפילו א שטילע קטמף אנקעגן וואקסינען, וועט עס אים קאסטן זיין פאסטן. און צוגאב צו דעם שמעתי אז דאקטוירים פארדינען גאר אסאך פון וואקסינען (איך האב עס דערוויל נישט געהערט פון א קראנטע מקור, אויב איינער ווייסט לכאן או לכאן זאל זיך ביטע אנרופן),
(נאך א נקודה אין די וועלט היינט ווען רוב דאקטוירים זענען אונטער ריזיגע קאמפאניס, מוזן זיי זייער שטארק פאלגן די רולס און נישט ארויקאלירן אויף קיין שום וועג, ווייל אויב עפעס געשעהט ווען זיי האבן (ס'קען זיין אז ער איז טאקע משוגע... אבער א נארמאלע דאקטאר האט לויט די יעצטיגע מצב נישט קיין מעגליכקייט צו ארויסקומען גראב און אפן אנטקעגן די וואקסינס) א דאקטאר וגעפאלגט פראצעדור איז דער דאקטאר גארנישט שולדיג, משא"כ אויב דער דאקטאר פארשטייט אנדערש קען ער באצאלן גאר א טייערע פריייז. אפילו ער איז איבערצייגט אז וואס ער וויל טוהן גיבט סאך א גרעסערע טשאנס פאר א פאציענט וועט ער זיך נישט וואגן צו טראכטן אין די דירעקציע אויב עס איז דא אפילו א גאר קליינע טשאנס אז עס וועט דורכפאלן. איינער האט אמאל אפגעגעבן דין וחשבון פאר די טויזנטער טויטע אין די שפיטעלער ביי קאוויד? ווילאנג מ'האלט זיך צו די רולס און מ'לייגט הענד סעניטייזער זאל יענער שטארבן פון הונגער אבער דער נוירס איז אומשולדיג)
יעצט לגבי מאכן די שטודיעס רולס און רעקעמענדעישענס, עס איז פשוט אז פון וואקסינען זענען דא מענטשן וואס מאכן אסאך געלט, די שאלה איז צו האבן זיי נישט קיין השפעה אויף דעסידזשענס וואס ווערן געמאכט? פארזעהט מען נישט זאכן בכוונה? געלט איז זייער א פאוערפול טול, און קארופציע איז נישט קיין אויסגעריסענע זאך, ווער קען זאגן מיט א זיכערקייט אז די אפיציעלע רעקאמאנדאציעס ווערן געמאכט 100% אויפריכטיג?
איך וויל קלאר שטעלן אז איך בין נישט איבערצייגט אז עס איז דא קארופציע, אבער איך בין אויך נישט איבערצייגט אז עס נישט דא, אדרבה, אויב איינער האט לעגיטימע פראוו לכאן ולכאן זאל זיך ביטע לאזן הערן
ס'איז דא א געוויסע נקודה בנוגע מעדיצינען, וואס קען שטארק ווערן דעבאטריט, איך זע אז מען האט נישט גערעדט דערפון קיין סאך. עס איז די שאלה אויף וועלעכע יסודות זענען די מעדיצינען, - און דאס אז עס איז אנגענומען עס צו געבן - אוועקגעשטעלט וויאזוי און ווער באשליסט פאר וועלעכע מחלה צו געבן וואס?
איך בין נישט איבערצייגט אין די זיכערקייט און אין די קראנטקייט וואס איז אנגענומען ביי כמעט אלע דאקטורים אז מעדיצינען העלפן. ווער נעמט אחריות אז ס'איז נישט דא נאך אינטערעסען? א דאקטער וואס לויט זיין עקספערטיז האט ער געזען אז מעדיצינען זענען שעדליך און אומווירקזאם, קען בכלל האבן א מיינוג? ער ווערט גלייך אפגעסטעמפעלט אלס א משוגענער (ס'קען זיין אז ער איז טאקע משוגע... אבער א נארמאלע דאקטאר האט לויט די יעצטיגע מצב נישט קיין מעגליכקייט צו ארויסקומען גראב און אפן אנטקעגן מעדיצינען) א דאקטאר האט געפאלגט פראצעדור איז דער דאקטאר גארנישט שולדיג, משא"כ אויב דער דאקטאר פארשטייט אנדערש קען ער באצאלן גאר א טייערע פריייז. אפילו ער איז איבערצייגט אז וואס ער וויל טוהן גיבט סאך א גרעסערע טשאנס פאר א פאציענט וועט ער זיך נישט וואגן צו טראכטן אין די דירעקציע אויב עס איז דא אפילו א גאר קליינע טשאנס אז עס וועט דורכפאלן. איינער האט אמאל אפגעגעבן דין וחשבון פאר די טויזנטער טויטע אין די שפיטעלער ביי קאוויד? ווילאנג מ'האלט זיך צו די רולס און מ'לייגט הענד סעניטייזער זאל יענער שטארבן פון הונגער אבער דער נוירס איז אומשולדיג)
יעצט לגבי מאכן די שטודיעס רולס און רעקעמענדעישענס, עס איז פשוט אז פון מעדיצינען זענען דא מענטשן וואס מאכן אסאך געלט, די שאלה איז צו האבן זיי נישט קיין השפעה אויף דעסידזשענס וואס ווערן געמאכט? פארזעהט מען נישט זאכן בכוונה? געלט איז זייער א פאוערפול טול, און קארופציע איז נישט קיין אויסגעריסענע זאך, ווער קען זאגן מיט א זיכערקייט אז די אפיציעלע רעקאמאנדאציעס ווערן געמאכט 100% אויפריכטיג?
איך וויל קלאר שטעלן אז איך בין נישט איבערצייגט אז עס איז דא קארופציע, אבער איך בין אויך נישט איבערצייגט אז עס נישט דא, אדרבה, אויב איינער האט לעגיטימע פראוו לכאן ולכאן זאל זיך ביטע לאזן הערן.