כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
ווייסע טיילס
פרישער באניצער
פאוסטס: 87
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 6:32 pm
x 221

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ווייסע טיילס »

גראדער מעכל האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 12:08 pm
Eric Trump האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 11:55 am
גראדער מעכל האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 11:51 am

ווער איז דער וואס שרייט?
וואס שרייט ער מען דארף נישט פון די ערב רב?
ער שרייט איך דארף נישט קיין ש''ס פון די ערב רב
דאס איז געהעריג כת ש"ץ שר"י, מען לערנט נישט קיין גמרא נאר ביזי מיט רשעות כל היום
ס'שטייט פון אלע ספרים דאס נישט לערנען איז פון די ערשטע סימנים, א איד אן לערנען גמרא איז קיין איד נישט, כגובה ארזים גבוה
מען זאגט נאך פון תלמידי בעל שם דער בעל דבר קען באשטיין מען זאל חסידיתון א גאנצע טאג אבי נישט לערנען א בלאט גמרא!
כהאב געהערט א ענליכע מעשה
אז א בחור האט אמאל געפרעגט הרב מסאטמאר זצ"ל אז זיין תפילין איז אראפגעפאלען רח"ל וואס זאל ער טון מתקן צו זיין סשטייט אז מען דארף פאסטען האט אים די רבי געזאגט אז ער זאל לערנען צוויי בלאט גמרא רש"י תוספות (און דאכצעך מיט ראש)

אנשטאט פאסטען צוויי בלאט גמרא רש"י תוספות!

(סאיז נישט הלכה למעשה כברענג נאר ארויס א נקודה)
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 274
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1219

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

איך הער יעצט אז נאך איינער פון לב טמא האט היינט צוריק באקומען א קינד פרטים?
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1140
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1545

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאנטשי »

ווייסע טיילס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 3:19 pm
גראדער מעכל האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 12:08 pm
Eric Trump האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 11:55 am

ער שרייט איך דארף נישט קיין ש''ס פון די ערב רב
דאס איז געהעריג כת ש"ץ שר"י, מען לערנט נישט קיין גמרא נאר ביזי מיט רשעות כל היום
ס'שטייט פון אלע ספרים דאס נישט לערנען איז פון די ערשטע סימנים, א איד אן לערנען גמרא איז קיין איד נישט, כגובה ארזים גבוה
מען זאגט נאך פון תלמידי בעל שם דער בעל דבר קען באשטיין מען זאל חסידיתון א גאנצע טאג אבי נישט לערנען א בלאט גמרא!
כהאב געהערט א ענליכע מעשה
אז א בחור האט אמאל געפרעגט הרב מסאטמאר זצ"ל אז זיין תפילין איז אראפגעפאלען רח"ל וואס זאל ער טון מתקן צו זיין סשטייט אז מען דארף פאסטען האט אים די רבי געזאגט אז ער זאל לערנען צוויי בלאט גמרא רש"י תוספות (און דאכצעך מיט ראש)

אנשטאט פאסטען צוויי בלאט גמרא רש"י תוספות!

(סאיז נישט הלכה למעשה כברענג נאר ארויס א נקודה)
מיינסט צו זאגן אז דארט פאסט מען משבת לשבת ממילא פעלט נישט אויס צו לערנען גמרא?..
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

שווערמער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 2:17 pm איז מיר געפאלן דער נושא פון די נעמען. נחמן טוישט נעמען און אלע ווארפן זיך פאר פחד...

אלזא, זייענדיג אליין נאך אזא "חכם" ווי נחמנ'ען, האב איך מחליט געווען צו טון עפעס למעשה. על משכבי בלילה בין טרוים לחלום, איז מיר קלאר געווארן אז דער וואס רופט זיך היינט אליהו יואל נחמן העלבראנץ (אדער יענע חרוסת, וואטעווער), דארף האבן א גרויסע שינוי השם, און נאר אזוי וועלן זיינע ציין אמאל קענען זען א תיקון.

זיין נייע נאמען איז: אונקלוס עוזיאל כדרלעומר בן ארז שלמה העלבראנץ. זה הקטן גדול יהיה, כשם שנכנס כן יכנס.

דער וואס קען זיך מיט'ן חכם פארבינדן צו מעלדן דעם וויכטיגן אפדעיט תבוא עליו ברכה.
איך האף דער עולם האט געכאפט די שורה,
:lol: :lol: :lol:
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
מנהיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 179
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 1025

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

נאך דעם הארצרייסנדע גאר אינפארמאטיווע פאנעל פיל איך אז מדארף ארויסברענגען נאכאמאל לשבח די הייליגע עסקנים וואס רייסן זיך אוועק צו ראטעווען די הייליגע מיטגעמאכטע נשמות, וואס די צווי בחורים זענען א ביישפיל וואספארא ריינע צדיקים עס זענען דא דארט!!
כה לחי!!
אשריכם גיבורי החיל!!!
אט איז בילדער פון הצדיק שלו' שכנא ווארטנדיג אינדרויסן פון קאורט מיט זיין לויער (צוגעשטעלט דורך די עסקנים) עטליכע וואכן צוריק ווען ער איז געשטאנען דארט ימים ושעות מיט זיין פעטער הרה''צ ר' יעקב יצחק מלכא ממייסדי כנישתא חדא זיכער צו מאכן אז ער קען רואיג פארן קיין נ.י.
כדי אויך ארויסצוברענגען לשבח זיין פעטער הנ''ל וואס האט טראץ זיינע אייגענע שוועריגקייטן ארויסצופארן אל מקום נושבת, האט ער זיך אוועקגעגעבן פאר אים לילות כימים ממש השם ישלם פעלו הטוב.
פיילס
qd6FX9PRQEhQHA8jqW3ubh.jpg
qd6FX9PRQEhQHA8jqW3ubh.jpg (180.53 KiB) געזען געווארן 1395 מאל
F5d5dwtHUZJyHPg79mQBGn.jpg
F5d5dwtHUZJyHPg79mQBGn.jpg (197.36 KiB) געזען געווארן 1395 מאל
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

גארנישט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 5:28 pm
שווערמער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 2:17 pm איז מיר געפאלן דער נושא פון די נעמען. נחמן טוישט נעמען און אלע ווארפן זיך פאר פחד...

אלזא, זייענדיג אליין נאך אזא "חכם" ווי נחמנ'ען, האב איך מחליט געווען צו טון עפעס למעשה. על משכבי בלילה בין טרוים לחלום, איז מיר קלאר געווארן אז דער וואס רופט זיך היינט אליהו יואל נחמן העלבראנץ (אדער יענע חרוסת, וואטעווער), דארף האבן א גרויסע שינוי השם, און נאר אזוי וועלן זיינע ציין אמאל קענען זען א תיקון.

זיין נייע נאמען איז: אונקלוס עוזיאל כדרלעומר בן ארז שלמה העלבראנץ. זה הקטן גדול יהיה, כשם שנכנס כן יכנס.

דער וואס קען זיך מיט'ן חכם פארבינדן צו מעלדן דעם וויכטיגן אפדעיט תבוא עליו ברכה.
איך האף דער עולם האט געכאפט די שורה,
:lol: :lol: :lol:
כשם שנכנס לחד גדיא... כן יכנס לעד ולעולמי עולמים...
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1696
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2781

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך טיפע טאשן »

די ערשטע צייט אין שעלטער


בערך א חודש פארן איבערפאל
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2214
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 7431

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שינאווער »

דער דריטע קליפ איז ביי א סדר?

וואס איז דעי ווייסע קיטל און די טעפל?

איז דאס נישט א חודש פאר שבת חנוכה?
בינה
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 05, 2025 6:31 pm
Location: בארא פארק
x 74

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בינה »

שינאווער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 6:09 pm דער דריטע קליפ איז ביי א סדר?

וואס איז דעי ווייסע קיטל און די טעפל?

איז דאס נישט א חודש פאר שבת חנוכה?
די ריש׳ס גייען אייביג מיט אזוינע ווייסע בגדים, עיין בילדער למעלה.
אוועיטער
ראובי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 3:54 am
Location: קרית יואל
x 213

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ראובי »

שווערמער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 2:12 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 1:06 pm
גארנישט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 12:50 pm

מער פרטים ביטע
בהשתדלות דעם באקאנטען רא. פון וומ''ס (ווייטער פאר זיינע נגיעות מיט זיין פאנטעזירטע דרוקעריי?)
צו גאר דער מעליץ'ער
אדער סתם גאר א גרויס פקחות

וואלט וועלט ווען געווען וועלט וואלט מען דא געדארפט ארויפלייגן זיין פאן נומער און אים טורערעזירן,,,
און פאר אלע יפי נפש וואס ווערן דערציטערט צו הערן אזאלעכע ווערטער.. יא ווער עס שטיצט חאמאס קען ווערן ערנסט אנגעקלאגט אין אמעריקא, ער איז א חלק פון די מערדער!
ער איז ליידער נישט דער איינציגער
איך אליין ווייס פון גאר היימישע שבהיימישע אידן וואס גיסן דארט אויס זייערע קעשענעס ליידער, און יא, אפילו נאך היינט צו טאג נאכן הערן אלעס וואס קומט אלס ארויס פון דארט

מ'ברויך ווען צוזאמשטעלן א ליסטע זאלן זיי אלע ברענגען אן עגלה ערופה און אויסשרייען ברבים אז "ידינו לא שפכו את הדם הזה"

שעמט אייך אלע!
אבער אויב איינער אויף אידטיש רעדט ווי איינער ווי די גבירים איז ער א לב-טהור'ניק אויפ'ן ארט...
גערעכט דער עולם דא זאל זיך בארואיגן. נישט יעדער וואס פרעגט קשיות איז איינער פון זיי. איך שרייב פון ווייטאג וויבאלד איינער דא האט מיר שוין באשולדיגט און זיין איינער פון זיי.....
❤️‍🔥❤️‍🩹א פייער ברענט און הארץ פון א איד!!
אוועיטער
פארשטענדליך אידל
פרישער באניצער
פאוסטס: 85
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 6:01 pm
x 275

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פארשטענדליך אידל »

ראובי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 7:41 pm
שווערמער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 2:12 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 1:06 pm

ער איז ליידער נישט דער איינציגער
איך אליין ווייס פון גאר היימישע שבהיימישע אידן וואס גיסן דארט אויס זייערע קעשענעס ליידער, און יא, אפילו נאך היינט צו טאג נאכן הערן אלעס וואס קומט אלס ארויס פון דארט

מ'ברויך ווען צוזאמשטעלן א ליסטע זאלן זיי אלע ברענגען אן עגלה ערופה און אויסשרייען ברבים אז "ידינו לא שפכו את הדם הזה"

שעמט אייך אלע!
אבער אויב איינער אויף אידטיש רעדט ווי איינער ווי די גבירים איז ער א לב-טהור'ניק אויפ'ן ארט...
גערעכט דער עולם דא זאל זיך בארואיגן. נישט יעדער וואס פרעגט קשיות איז איינער פון זיי. איך שרייב פון ווייטאג וויבאלד איינער דא האט מיר שוין באשולדיגט און זיין איינער פון זיי.....
יא יא.
איינער וואס האט שוין דורכגעליינט די פאריגע איבער הונדערט בלעטער און געהערט פון כלי ראשון, איבער א מנין פון אידן וואס האבן דארט געליטן, מען האט דארט געהרג'עט און געפייניגט אידן, און דאך נעמט ער זיך אן פאר א קליינע פראצענט פון זיי, איז צריך בדיקה אחריו.
און אויב איז דא א עושר וואס ווייסט נישט אלע פרטים, נאר ער האלט מיט ווי איינער קומט מיט קראקאדייל טרערן און וויינט "מיר האבן נישט קיין (בלוט אין די...) מצות" און געבט זיי פערציג אלפים, וואס זיי ניצן פאר בארבארישע שטיק, ברויך מען אים אויפקלערן.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2959
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6910

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

בינה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 6:31 pm
שינאווער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 6:09 pm דער דריטע קליפ איז ביי א סדר?

וואס איז דעי ווייסע קיטל און די טעפל?

איז דאס נישט א חודש פאר שבת חנוכה?
די ריש׳ס גייען אייביג מיט אזוינע ווייסע בגדים, עיין בילדער למעלה.
ווי די גלחים. אן קיין להבדיל
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 378
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1191

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

געטטער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 7:27 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 7:23 pm אין א זייטיגע נאטיץ, בין איך שטארק נתפעל געווארן פון די ערוואקסנקייט און מעטשור וועג פון רעדן, פון די צוויי אינגע יוצאים ביים לעבעדיגן הארצרייסענדער אינטערוויו.

קוקט אויס אז זיי האבן שוין אזויפיל מיטגעמאכט נעבעך, אז זיי זענען שוין געווארן אויסגעריבן. זיי רעדן ליידער זייער זייער צום זאך.

??Someone has it in mp3
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 378
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1191

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

שווערמער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 2:12 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 1:06 pm
גארנישט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 12:50 pm

מער פרטים ביטע
בהשתדלות דעם באקאנטען רא. פון וומ''ס (ווייטער פאר זיינע נגיעות מיט זיין פאנטעזירטע דרוקעריי?)
צו גאר דער מעליץ'ער
אדער סתם גאר א גרויס פקחות

וואלט וועלט ווען געווען וועלט וואלט מען דא געדארפט ארויפלייגן זיין פאן נומער און אים טורערעזירן,,,
און פאר אלע יפי נפש וואס ווערן דערציטערט צו הערן אזאלעכע ווערטער.. יא ווער עס שטיצט חאמאס קען ווערן ערנסט אנגעקלאגט אין אמעריקא, ער איז א חלק פון די מערדער!
ער איז ליידער נישט דער איינציגער
איך אליין ווייס פון גאר היימישע שבהיימישע אידן וואס גיסן דארט אויס זייערע קעשענעס ליידער, און יא, אפילו נאך היינט צו טאג נאכן הערן אלעס וואס קומט אלס ארויס פון דארט

מ'ברויך ווען צוזאמשטעלן א ליסטע זאלן זיי אלע ברענגען אן עגלה ערופה און אויסשרייען ברבים אז "ידינו לא שפכו את הדם הזה"

שעמט אייך אלע!
אבער אויב איינער אויף אידטיש רעדט ווי איינער ווי די גבירים איז ער א לב-טהור'ניק אויפ'ן ארט...
נישט פארשטאנען
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5710

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

א שטיקל אילוסטראציע איבער די מאסיווע כח החידוש פון די הנהלה אויפצוקומען מיט נעמען וואס רעדן מער ווי סיי וועלכע וויץ איר וואלט געמאכט דערויף...


image000000.jpg
image000000.jpg (170.83 KiB) געזען געווארן 2169 מאל
זאגצעם
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 10:39 pm
x 47

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך זאגצעם »

לאמיר דא מוחה זיין אויף די פקחים וואס שטיצן טעראר - לב טמא
געבט א לייק צו ווייזן א פארדאמונג!
צריכין פרנסה
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 5:51 pm
Location: שמים וארץ
x 98

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צריכין פרנסה »

טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 11:15 pm
ביטע נעטפריען.
יישר כח גדול
אז דו זוכסט פרנסה, טא וואזשע גייסטע ליידיג די צייט?????.....
אוועיטער
גרינגראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 334
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:42 pm
x 706

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינגראז »

צריכין פרנסה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 11:29 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 11:15 pm
ביטע נעטפריען.
יישר כח גדול
ביטע שרייב דיין פאוסט אינעם ספעציעלן טעמע.
viewtopic.php?p=165887#p165887
שכוח
שווערמער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 318
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 6:44 pm
x 571

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שווערמער »

פארשטענדליך אידל האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 7:55 pm
ראובי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 7:41 pm
שווערמער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 2:12 pm
אבער אויב איינער אויף אידטיש רעדט ווי איינער ווי די גבירים איז ער א לב-טהור'ניק אויפ'ן ארט...
גערעכט דער עולם דא זאל זיך בארואיגן. נישט יעדער וואס פרעגט קשיות איז איינער פון זיי. איך שרייב פון ווייטאג וויבאלד איינער דא האט מיר שוין באשולדיגט און זיין איינער פון זיי.....
יא יא.
איינער וואס האט שוין דורכגעליינט די פאריגע איבער הונדערט בלעטער און געהערט פון כלי ראשון, איבער א מנין פון אידן וואס האבן דארט געליטן, מען האט דארט געהרג'עט און געפייניגט אידן, און דאך נעמט ער זיך אן פאר א קליינע פראצענט פון זיי, איז צריך בדיקה אחריו.
און אויב איז דא א עושר וואס ווייסט נישט אלע פרטים, נאר ער האלט מיט ווי איינער קומט מיט קראקאדייל טרערן און וויינט "מיר האבן נישט קיין (בלוט אין די...) מצות" און געבט זיי פערציג אלפים, וואס זיי ניצן פאר בארבארישע שטיק, ברויך מען אים אויפקלערן.
לייק פאר די בלוט אין די מצות..... :lol: :lol: :lol:

צום ענין. דאס אז דו נישט פארשטיין וויאזוי איינער נעמט זיך אן פאר לב טהור (אויסער אויב וכו'), איז פשוט'ער קוצרזיכטיגקייט, וואס מאכט דעם ציבור דא זייער נערוועז.

דער מעליצער ווייסט יא פון אלע מעשיות, און אפ"ה נעמט ער זיך אן פאר זיי. און א צאל פון זיינע מתפללים האלטן ווי אים. קען נישט זיין עס נאך מעליצער נשמות דרייען זיך דא?

און, נישט יעדער וואס שרייבט דא האט די צייט דורכצוליינען אלע 100 בלעטער סיי ווי... בפרט ווען ס'פלאץ איז פון געווארן מיט לופטיגע באשולדיגונגען אהין און צוריק.

ודי בזה
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 705

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

[/quote]

דער מעליצער ווייסט יא פון אלע מעשיות, און אפ"ה נעמט ער זיך אן פאר זיי. און א צאל פון זיינע מתפללים האלטן ווי אים. קען נישט זיין עס נאך מעליצער נשמות דרייען זיך דא?
[/quote]


נישט אזוי ריכטיג, און בכלל נישט.
כאפ א שמועס מיט אים.

פשוט, ער האט אן אנדערע צוגאנג ווי די עסקנים, און ער איז איבערצייגט אז נאר זיין מהלך ארבייט.
גראדער מעכל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 183
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:07 am
x 321

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גראדער מעכל »

טיפע טאשן האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 6:03 pm די ערשטע צייט אין שעלטער


בערך א חודש פארן איבערפאל
זיי האבן אריינגעלאזט מענער און פרויען?
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1362
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13972

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

איך האב געהאט א לאנגע שמועס מיט זיין גבאי בערקאוויטש, ער האט מיר מסביר געווען אז אלע קינדער דארפן צוריקגיין צו לב טהור ווייל א קינד באלאנגט ביי א טאטע און א מאמע אפילו זיי פייניגן אים זייער שטארק, ווייל א טאטע בלייבט א טאטע.
סאו דעיס איז די צוגאנג פון וואס איר רעדט?


עס דאווענען ביי אים 2 יונגעלייט וועלעכע זענען געקומען פאר 7 יאר צוריק אינאיינעם מיט נחמן קידנעפן די טעלער קינדער, מען האט זיי איינגעזעצט פאר א שטיק צייט, און יעצט זענען זיי פשוט אויף פראובעישן, און מען לאזט זיי נישט ארויס פון אמעריקע, זיי העלפן לב טהור אויף יעדע טריט און שריט. מענטשן זענען זיך טועה אז זיי זענען ארויס פון לב טהור. זיי זענען געווארן גבאים ביים מעליצער רבין.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 705

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

א לעצטיגע שמועס מיט בערקאוויטש אדער עטליכע חדשים צוריק?
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1362
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13972

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

כבוד מלכים האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:57 am א לעצטיגע שמועס מיט בערקאוויטש אדער עטליכע חדשים צוריק?
ממש לעצטנס
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 705

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:58 am
כבוד מלכים האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:57 am א לעצטיגע שמועס מיט בערקאוויטש אדער עטליכע חדשים צוריק?
ממש לעצטנס
אינטערסאנט צו הערן. ווייל מיטן מעליצער האב איך גערעדט לעצטענס, ער האט זיך פראבירט מסביר זיין, כאילו בלויז אויף די דרכי הפעולה איז ער מחולק, ווייל נאר בפה רך וכו' ארבייט זאכן לויט זיין עקספיריענס.

זיינע ארומיגע איז דאך באקאנט ליידער, לעצטענס ארבייטן זיי אויך אויף די יוצאים, (עטליכע זענען דאך קרובים מיט זיי) העצן אויף די עסקנים וואס האבן זיי ארויסגעראטעוועט ועוד.
שרייב פאוסט