מסתמא האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 29, 2024 11:54 am
כולל אינגערמאן האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 29, 2024 10:41 am
1 ודוק כי קצרתי
2 אויב האסטו נישט געזען קיין ענטפער ביז יעצט, דאן וועלן מיר עס לאזן ביי דעם.
1 זייער. ווייל כזעה נישט דא גארנישט געענטפערט. אז דער ציבור זעהט יא, אדרבה.
2 אקעי.
איך האב זייער הנאה פון אייער אויפריכטיגע ענטפער, אבער כדי זיך אביסל בעסער ארויסצוברענגן אויף וואס איך האב מקצר געווען, וועל איך נאכאיינמאל פרובירן עס צו שרייבן עטוואס קלארער שלא ישתו התלמידים וכו', און אויב וועט דאס נאכאלץ נישט זיין גענוג קלאר, השם הטוב יכפר.
הרב מסתמא, איר שטעלט זיך אהער אלס א מסורה אנהענגער, און דו ווייסט פון איין זאך, בארג סיני און תורה שבכתב, און דערנאך תורה שבעל פה וואס שמעקט אייך.
אויף דעם שרייב איך אייך, אז מסורה איז נישט 'פיק ענד טשוז', מסורה איז אז אלעס וואס מיר האבן מקבל געוועזן פון אלע צדיקים קדושים שבכל דור ודור, איז אמת, און אויב זעען מיר נישט וויאזוי עס שטימט, ווערט נאך קיין איינס פון די דברי הצדיקים נישט אפגעפרעגט. העכסענס קענען מיר זיך מוטשענען צו פארשטיין די ווערטער, אדער תולה זיין די נישט פארשטיין אין אונזער קוצר המשג און אזוי כאטש נישט נכשל ווערן אין כופר זיין אין די אני מאמין שזאת התורה המצוי' עתה בידינו היא הנתונה למשרע"ה.
דו ווארפסט כסדר אריין דעם ענין פון שבתאות, און דו מישט אן אומגעלונגענע קאשע. די פראבלעם פון שבתאות איז נישט געווען אז מ'האט געגלייבט אין א כוח פון א צדיק, נאר אז מ'האט ליידער געגלויבט אין אן אויסווארף אנשטאט אין א צדיק. אדרבה, משם ראי' אז אידן האבן אלעמאל געגלויבט אין א כוח וואס דער באשעפער האט געגעבן פאר צדיקים שבכל דור ודור, נאר די אידן האבן זיך נעבעך פארדרייעט דורך דעם. דאס מיינט נישט אז די יסוד איז נישט ריכטיג. די אלע וואס האבן מיט מסי"נ חולק געווען און ארויסגעקומען קעגן כת שץ ודעימיה, האבן נישט געשריבן אז מ'טאר נישט גלויבן אין צדיקים, נאר האבן אויפגעוויזן אז דער שחיק טמיא איז א שייגעץ.
מיר האבן א מסורה ביזן היינטיגן טאג, און פון דעם רירן מיר זיך נישט. אמונה בכוח הצדיק איז איינס און לויפט סינאנעם מיט אמונה בה'. און די אלע שטיקלעך וואס דו ברענגסט, זענען זיך נישט סותר מיט דעם בכלל. און אויך נישט מיט די אמונה וואס חסידים בכל הדורות האבן געהאט אין די צדיקים.
זאגן אז די צדיק איז העכער די תורה, דאס איז שוין א זאך וואס צדיקים האבן פארפירט קעגן דעם לכל אורך הגלות, און דאס איז נישט עפעס וואס דו האסט געזען אין ספרי ברסלב.
מ'קען נעמען יעדע פון די שטיקלעך וואס דו פארופסט עס 'תורת הנגלה' כאילו עס איז דא צוויי תורות ביי כלל ישראל חלילה, און דיר אויפווייזן אז דיינע מסכמות דערפון איז בכלל נישט מוכרח, אבער דאס איז נישט דא די נקודה. מיר דארפן קודם וויסן און גלויבן אז 'ש'כל' התורה המצוי' עתה בידינו היא הנתונה למשרע"ה', און נישט נאר תורת הנגלה ווי דו רופסט עס.
דער הייליגער אריה"ק, דער הייליגער רמ"ק, דער הייליגער מהרח"וו און אלע מקובלים פון אלע דורות, האבן נאך אזוי גוט געוואוסט פון די אלע שטיקעלך ראשונים וואס דו ברענגסט אראפ, און דאס האט זיי נישט צוריקגעהאלטן צו שרייבן איבער די גרויסקייט וואס צדיקים האבן אין יעדן דור, און וואס דאס איז נישט אנדערש ווי אלעס וואס דו האסט געברענגט פון רבי נחמן'ס ספרים מיט א כלומר'שטע ציטער.
דער הייליגער בעשטה"ק, דער הייליגער מגיד, דער הייליגער דגל, דער הייליגער תולדות, דער הייליגער בעל התניא, רבי אברהם קאליסקער, דער הייליגער פרי הארץ און דער הייליגער רבי ר' אלימלך האבן אויך געקענט די גאנצע תורת הנגלה, און זיי רעדן פון התקשרות לצדיקים, נישט וויאזוי דו ווילסט עס אויספארעמען, נאר דוקא מיט א מורא'דיגע ביטול צו די קדושה פונעם צדיק, און אמונה אין די כוח פונעם צדיק.
און אויב ווילסטו זיין ווי די וואס ווילן אפטיילן דעם הייליגן חת"ס און די אלע גרויסע צדיקים וואס האבן זיך נישט דוקא אנגעהערט צו די דרכי ואופני החסידות, דאן דארפסטו נישט קומען אין אן אשכול וואס רעדט ארום ברסלב, קענסט דיך אנשליסן אין דעם ליטפאק וואס האט ארויסגעגעבן דעם ספר 'הגאון' קעגן חסידות, מיט כלומר'שטע טענות פון מסורה אין אמונה פראבלעמען אויפ'ן הייליגן בעשטה"ק ותלמידיו.
און דוקא וועל איך נישט אריינגיין פארענטפערן דיינע קשיות, ווייל א איד וואס גלויבט אין מסורה, פרעגט נישט קיין קשיות וויאזוי דו פרעגסט עס. און אויב ווילסטו קוקען אויף וואס מ'האט דיר שוין גענטפערט ביז אהער, צו איבערצייגן אז אונזער הייליגע מסורה איז זייער קלאר נישט מחולק מיט די שטיקלעך וואס דו האסט געטראפן אין די ספרים פון רבי נחמן מיט אן אמת'ע אויג, וואלסטו שוין לאנג געכאפט וואס די תירוץ איז. נאר היות דו קומסט אריין מיט פארהויכטע ברילן, פארשטייסטו נישט די סימפל קאנצעפטן וואס מ'ענטפערט דיר.
און אזוי וועל איך מסיים זיין ווי פריער, אויב האסטו נישט געזען קיין ענטפער ביז איצט, וועלן מיר עס לאזן ביי דעם. די חילוק פון יעצט און פריער איז, אז פריערט האב איך מקצר געווען, און איצט האב איך מאריך געווען.
ודוק כי הארכתי..
נאך איין זאך ווינדערט מיך אז דו האסט זיך נישט באצויגן צום רדב"ז.
שוין.