סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 951
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1813

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך תורה ויראה »

שעות פון קורת רוח ועונג רוחני דורך אלפי לומדים מסיימים ומתחילים ביים פייערליכן "סיום סדר קדשים והתחלת מסכת נדה" במסגרת חבורת זכרו תורת משה סניף קרית יואל בראשות נשיא ומייסד החבורה כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
פארגעקומען די וואך מאנטאג פרשת עקב העעל"ט אין פראכטפולע "עטרת מלכה" חתונה זאלן בתוככי בנין גאלדבערגער קרית יואל יע"א



טויזענטער תושבי קרית יואל לומדים ומסיימים סדר קדשים בחבורת זכרו תורת משה, האבן מיטגעהאלטן לעכטיגע תורה'דיגע מאמענטן ביים פייערליכן "סיום סדר קדשים והתחלת מסכת נדה" די וואך מאנטאג פרשת עקב אין די פראכטפולע "עטרת מלכה" חתונה זאלן בתוככי בנין גאלדבערגער החדש במעמד רבנן ותלמידיהון לומדים ומסיימים ועל צבאם נשיא ומייסד החבורה כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.

דער זאל איז געווען הערליך צוגעגרייט, מלכות'דיג דעקארירט, ווי עס פאסט לכבוד התורה ולומדי', אנגעהויבן פון 8:00 אין אווענט האט זיך אנגעהויבן דער מאסן שטראם פון אזויפיל טויזענטער גליקליכע מסיימים ומתחילים, וועלכע זענען געקומען אנטייל נעמען ביום שמחתם ושמחת לבם. דער ציבור האט זיך געוואשן צו די רייכע סעודה, און מיטגעהאלטן די הייליגע שעות שכולו רוחני וקודש.

א הערליכער קאלירפולער בימת הכבוד איז געווען אויסגעשטעלט אויף די לענג פונעם זאל, ווי עס איז געווען באזעצט דערויף חשובי פני העדה, גדולי הרבנים ועמודי ההוראה שליט"א, דייני הקהלה, מגידי שיעור במסגרת החבורה, ועל צבאם כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א ובנו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.

אלס יו"ר המעמד האט געדינט הרה"ג ר' יואל ברפ"ד שווארטץ שליט"א מרביץ תורה במוסדותינו וויליאמסבורג, ווי ער האט אנגעפירט דעם אווענט מנועם לשונו מיט פאסיגע רייד.

במשך די נאכט האבן מהנה געווען בפרקי שירה די בארימטע "חסידיש קווייער" אין שפיץ פונעם ראש המשוררים הרה"ח ר' יששכר גוטמאן הי"ו.
א לענגערע פייערדיגע דרשה איז געהערט געווארן דורכן נואם הכבוד הרה"ג ר' אברהם שווארטץ שליט"א יו"ר מפעל "ושננתם" בארה"ק, וועלכע האט אויפגעלאמט דעם ציבור מיט זיינע רייכע פערל רייד, ארויסברעגענדיג די חשיבות פון א "זכרו איד", און וואס דאס באדייט פאר די נפש פון א אידיש קינד.
אינמיטן די דרשה פון הרה"ג ר' אברהם שליט"א האט מען געהאט די זכי' מקבל צו זיין את פני הקודש פונעם נשיא ומייסד החבורה כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, וועלכע האט זיך געוואשן נטילת ידים לסעודה.

נאכן לחיים פונעם רבי'ן שליט"א איז געהערט געווארן א רייכע פרעזענטאציע הערליך אויסגעגראמט די געפילן פונעם לומד ומסיים סדר קדשים, מייסטערהאפטיג פארגעזינגען געווארן דורך הרה"ג ר' אלעזר קליין שליט"א מגי"ש בחבורה פק"ק קרית יואל, אינאיינעם מיטן ילד הפלא כמר חיים ווערצבערגער נ"י מחשובי תלמידי מוסדותינו קרית יואל.

דערויף איז געווען דער הויכפונקט פונעם מעמד הגדול וועט ברוב שבח והודאה להשי"ת האט מען צוגעטרעטן צום היסטארישן "סיום סדר קדשים", ווי דער פטרון פון פינאנצירער פונעם חבורה הרבני הנגיד ר' אברהם בנימין קרויס הי"ו האט מכבד געווען מיטן "הדרן" הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, ווי דער רב שליט"א האט בעפארן הדרן משמיע געווען קורצע דברי תורה ויראה בחיזוק ושבח הלומדים און דערנאך געזאגט דעם הדרן, מיטן "התחלת מסכת נדה" האט דער פטרון מכבד געווען דער דינאמישער מנכ"ל המוסדות הרה"ח ר' משה אלי' עסטרייכער שליט"א, און מיט קדיש דרבנן האט דער פטרון מכבד געווען אביו הרה"ח ר' מיכאל בער קרויס הי"ו מחשובי פני העדה.

א מחזה הוד איז געווען ווען די אלפי המשתתפים לומדים ומסיימים האבן זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ "נגיל ונשיש בזאת התורה" ווי עס האט אנגעהאלטן קרוב צו א האלבע שעה, וכל העדה כולם קדושים ששים ושמחים לכבודו של תורה מיט א אומבאשרייבליכע שמחת התורה אשר אין לשער ואין לתאר. אינמיטן די ריקודי קודש האט דער רבי שליט"א אנגעכאפט דער פטרון החבורה הרבני הנגיד ר' אברהם בנימין קרויס הי"ו ואביו הרה"ח ר' מיכאל בער הי"ו און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע "מחול לצדיקים" לשמוח בשמחת התורה.

נאך די ריקודי קודש האט מען סערווירט די סעודת בשר לכל הקהל הקודש להאי יומא טבא לרבנן, עבדי לי עגלא תלתא אי לאו האי יומא שלמדתי תורה ונתרוממתי, און עס איז געהערט געווארן ווייטערדיגע פרקי שירה דורך די בעלי מנגנים.

דערויף האט מען צוגעטרעטן צום "משא המעמד", ווען עס איז געהערט געווארן דברות קודש פונעם נשיא ומייסד החבורה כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, דער רבי שליט"א האט הערליך משלב געווען די מאורע בעניני דיומא בדברי דרוש ואגדה, און אריינגעגעגעבן א גייסט פון חיזוק והתרוממות פאר אלע לומדים אויף די געוואלדיגע זכי' צו זיין א לומד אין די הייליגע חבורה, און זיך באזונדער באדאנקט פאר די פטרוני החבורה וועלכע טוהן פינאנצינירן די הייליגע חבורה ובזכותם פארמאגט דאס איר ריכטיגער המשכה.

דער רבי שליט"א האט בתוך דבריו ארויסגעברענגט, אז מען שטייט יעצט אין די טעג פון נחמת ציון וירושלים, און די טעג ארום חמשה עשר באב מאן דמוסיף יוסיף, אין די יעצטיגע סיום פון "סדר קדשים" לערנט מען פון הילכתא למשיחא, ענינים פון זמן שבית המקדש קיים, און "מסכת נדה" לערנט מען ענינים וויאזוי אפצוהיטן א אידישע שטוב בקדושה ובטהרה וואס דאס איז דאך א "בית המקדש מעט", אין דעם זכות וואס מען לערנט דעם מסכתא און מען טוט דאס מקיים זיין אזוי ווי עס ברויך צו זיין וועט דאס אודאי נענטער ברענגען די גאולה העתידה אז מען זאל בקרוב קענען מקיים זיין "בפועל" סדר קדשים ככל משפטו וחקתו במהרה בימינו.

מיט ברכת המזון איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' מיכאל בער קרויס הי"ו. נאך ברכת המזון איז פארטיילט געווארן די "שפה ברורה מסכת נדה" נדבת לבו פון הרבני הנדיב ר' יואל אפרים ווייס הי"ו, וועלכער האט שוין חזקה צו פארטיילן די גמרות ביי די סיומים במשך די לעצטערע יארן.

דער ציבור הגדול האט פארלאזט דעם זאל מיט געהויבענע געפילן ברוך שהחיינו לזמן שמחתינו, און מיט א פעסטע החלטה ווייטער אנצוגיין און זיך מחזק זיין בלימוד התורה כי הוא הם חיינו ואורך ימינו, און מיט דעם שפאנט מען ווייטער צום היסטארישן "תקופת סיום הש"ס" במסגרת החבורה קומענדיגן פורים קטן שנת תשפ"ז לפ"ק הבעל"ט.
שישו ושמחו בשמחת התורה כי היא לנו עוז ואורה!

unnamed.jpg
unnamed.jpg (237.88 KiB) געזען געווארן 128 מאל
שרייב פאוסט