סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 977
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1878

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך תורה ויראה »

שעות פון קורת רוח ועונג רוחני דורך אלפי לומדים מסיימים ומתחילים ביים פייערליכן "סיום סדר קדשים והתחלת מסכת נדה" במסגרת חבורת זכרו תורת משה סניף קרית יואל בראשות נשיא ומייסד החבורה כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
פארגעקומען די וואך מאנטאג פרשת עקב העעל"ט אין פראכטפולע "עטרת מלכה" חתונה זאלן בתוככי בנין גאלדבערגער קרית יואל יע"א

טויזענטער תושבי קרית יואל לומדים ומסיימים סדר קדשים בחבורת זכרו תורת משה, האבן מיטגעהאלטן לעכטיגע תורה'דיגע מאמענטן ביים פייערליכן "סיום סדר קדשים והתחלת מסכת נדה" די וואך מאנטאג פרשת עקב אין די פראכטפולע "עטרת מלכה" חתונה זאלן בתוככי בנין גאלדבערגער החדש במעמד רבנן ותלמידיהון לומדים ומסיימים ועל צבאם נשיא ומייסד החבורה כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.

דער זאל איז געווען הערליך צוגעגרייט, מלכות'דיג דעקארירט, ווי עס פאסט לכבוד התורה ולומדי', אנגעהויבן פון 8:00 אין אווענט האט זיך אנגעהויבן דער מאסן שטראם פון אזויפיל טויזענטער גליקליכע מסיימים ומתחילים, וועלכע זענען געקומען אנטייל נעמען ביום שמחתם ושמחת לבם. דער ציבור האט זיך געוואשן צו די רייכע סעודה, און מיטגעהאלטן די הייליגע שעות שכולו רוחני וקודש.

א הערליכער קאלירפולער בימת הכבוד איז געווען אויסגעשטעלט אויף די לענג פונעם זאל, ווי עס איז געווען באזעצט דערויף חשובי פני העדה, גדולי הרבנים ועמודי ההוראה שליט"א, דייני הקהלה, מגידי שיעור במסגרת החבורה, ועל צבאם כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א ובנו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.

אלס יו"ר המעמד האט געדינט הרה"ג ר' יואל ברפ"ד שווארטץ שליט"א מרביץ תורה במוסדותינו וויליאמסבורג, ווי ער האט אנגעפירט דעם אווענט מנועם לשונו מיט פאסיגע רייד.

במשך די נאכט האבן מהנה געווען בפרקי שירה די בארימטע "חסידיש קווייער" אין שפיץ פונעם ראש המשוררים הרה"ח ר' יששכר גוטמאן הי"ו.
א לענגערע פייערדיגע דרשה איז געהערט געווארן דורכן נואם הכבוד הרה"ג ר' אברהם שווארטץ שליט"א יו"ר מפעל "ושננתם" בארה"ק, וועלכע האט אויפגעלאמט דעם ציבור מיט זיינע רייכע פערל רייד, ארויסברעגענדיג די חשיבות פון א "זכרו איד", און וואס דאס באדייט פאר די נפש פון א אידיש קינד.
אינמיטן די דרשה פון הרה"ג ר' אברהם שליט"א האט מען געהאט די זכי' מקבל צו זיין את פני הקודש פונעם נשיא ומייסד החבורה כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, וועלכע האט זיך געוואשן נטילת ידים לסעודה.

נאכן לחיים פונעם רבי'ן שליט"א איז געהערט געווארן א רייכע פרעזענטאציע הערליך אויסגעגראמט די געפילן פונעם לומד ומסיים סדר קדשים, מייסטערהאפטיג פארגעזינגען געווארן דורך הרה"ג ר' אלעזר קליין שליט"א מגי"ש בחבורה פק"ק קרית יואל, אינאיינעם מיטן ילד הפלא כמר חיים ווערצבערגער נ"י מחשובי תלמידי מוסדותינו קרית יואל.

דערויף איז געווען דער הויכפונקט פונעם מעמד הגדול וועט ברוב שבח והודאה להשי"ת האט מען צוגעטרעטן צום היסטארישן "סיום סדר קדשים", ווי דער פטרון פון פינאנצירער פונעם חבורה הרבני הנגיד ר' אברהם בנימין קרויס הי"ו האט מכבד געווען מיטן "הדרן" הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, ווי דער רב שליט"א האט בעפארן הדרן משמיע געווען קורצע דברי תורה ויראה בחיזוק ושבח הלומדים און דערנאך געזאגט דעם הדרן, מיטן "התחלת מסכת נדה" האט דער פטרון מכבד געווען דער דינאמישער מנכ"ל המוסדות הרה"ח ר' משה אלי' עסטרייכער שליט"א, און מיט קדיש דרבנן האט דער פטרון מכבד געווען אביו הרה"ח ר' מיכאל בער קרויס הי"ו מחשובי פני העדה.

א מחזה הוד איז געווען ווען די אלפי המשתתפים לומדים ומסיימים האבן זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ "נגיל ונשיש בזאת התורה" ווי עס האט אנגעהאלטן קרוב צו א האלבע שעה, וכל העדה כולם קדושים ששים ושמחים לכבודו של תורה מיט א אומבאשרייבליכע שמחת התורה אשר אין לשער ואין לתאר. אינמיטן די ריקודי קודש האט דער רבי שליט"א אנגעכאפט דער פטרון החבורה הרבני הנגיד ר' אברהם בנימין קרויס הי"ו ואביו הרה"ח ר' מיכאל בער הי"ו און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע "מחול לצדיקים" לשמוח בשמחת התורה.

נאך די ריקודי קודש האט מען סערווירט די סעודת בשר לכל הקהל הקודש להאי יומא טבא לרבנן, עבדי לי עגלא תלתא אי לאו האי יומא שלמדתי תורה ונתרוממתי, און עס איז געהערט געווארן ווייטערדיגע פרקי שירה דורך די בעלי מנגנים.

דערויף האט מען צוגעטרעטן צום "משא המעמד", ווען עס איז געהערט געווארן דברות קודש פונעם נשיא ומייסד החבורה כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, דער רבי שליט"א האט הערליך משלב געווען די מאורע בעניני דיומא בדברי דרוש ואגדה, און אריינגעגעגעבן א גייסט פון חיזוק והתרוממות פאר אלע לומדים אויף די געוואלדיגע זכי' צו זיין א לומד אין די הייליגע חבורה, און זיך באזונדער באדאנקט פאר די פטרוני החבורה וועלכע טוהן פינאנצינירן די הייליגע חבורה ובזכותם פארמאגט דאס איר ריכטיגער המשכה.

דער רבי שליט"א האט בתוך דבריו ארויסגעברענגט, אז מען שטייט יעצט אין די טעג פון נחמת ציון וירושלים, און די טעג ארום חמשה עשר באב מאן דמוסיף יוסיף, אין די יעצטיגע סיום פון "סדר קדשים" לערנט מען פון הילכתא למשיחא, ענינים פון זמן שבית המקדש קיים, און "מסכת נדה" לערנט מען ענינים וויאזוי אפצוהיטן א אידישע שטוב בקדושה ובטהרה וואס דאס איז דאך א "בית המקדש מעט", אין דעם זכות וואס מען לערנט דעם מסכתא און מען טוט דאס מקיים זיין אזוי ווי עס ברויך צו זיין וועט דאס אודאי נענטער ברענגען די גאולה העתידה אז מען זאל בקרוב קענען מקיים זיין "בפועל" סדר קדשים ככל משפטו וחקתו במהרה בימינו.

מיט ברכת המזון איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' מיכאל בער קרויס הי"ו. נאך ברכת המזון איז פארטיילט געווארן די "שפה ברורה מסכת נדה" נדבת לבו פון הרבני הנדיב ר' יואל אפרים ווייס הי"ו, וועלכער האט שוין חזקה צו פארטיילן די גמרות ביי די סיומים במשך די לעצטערע יארן.

דער ציבור הגדול האט פארלאזט דעם זאל מיט געהויבענע געפילן ברוך שהחיינו לזמן שמחתינו, און מיט א פעסטע החלטה ווייטער אנצוגיין און זיך מחזק זיין בלימוד התורה כי הוא הם חיינו ואורך ימינו, און מיט דעם שפאנט מען ווייטער צום היסטארישן "תקופת סיום הש"ס" במסגרת החבורה קומענדיגן פורים קטן שנת תשפ"ז לפ"ק הבעל"ט.
שישו ושמחו בשמחת התורה כי היא לנו עוז ואורה!

unnamed.jpg
unnamed.jpg (237.88 KiB) געזען געווארן 2586 מאל
קוקן פאזיטיוו
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3099
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
x 2652

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך קוקן פאזיטיוו »

מתיבתא מאנסי
פיילס
IMG_20260731_100920_693.jpg
IMG_20260731_100920_693.jpg (140.17 KiB) געזען געווארן 2213 מאל
קוקן פאזיטיוו
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3099
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
x 2652

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך קוקן פאזיטיוו »

ביהמ"ד הגדול וומ"ס
פיילס
IMG_20260731_100924_388.jpg
IMG_20260731_100924_388.jpg (258.81 KiB) געזען געווארן 2210 מאל
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 424
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 755

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך אגד »

קוקן פאזיטיוו האט געשריבן: פרייטאג יולי 31, 2026 10:12 am מתיבתא מאנסי
WOW
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 977
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1878

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך תורה ויראה »

unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (345.32 KiB) געזען געווארן 2054 מאל
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (236.71 KiB) געזען געווארן 2054 מאל
unnamed.jpg
unnamed.jpg (196.58 KiB) געזען געווארן 2054 מאל
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 128

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך גאלדבערג »

.
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 977
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1878

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך תורה ויראה »

לְמַעַן יִיטַב לָנוּ בַּעֲבוּרֵךְ וְחָיְתָה נַפְשֵׁנוּ בִּגְלָלֵךְ!

יום בשורה לעיר סאטמאר - קרית יטב לב!

א גליקליכע בשורה מרנינה ומשמחת כל אנ״ש הילכט אפ דעם היינטיגן זונטאג לסדר רְאֵה אָנֹכִי נֹתֵן לִפְנֵיכֶם הַיּוֹם בְּרָכָה איז נגמר געווארן א ״היסטארישער נדבה״ פון ״דעם גרעסטן נדיב אין סאַטמאַר׳ס היסטאריע״, פאר סאטמאר׳ס בליענדער שטאט, קרית מלך רב ״קרית יטב לב״.

שר כל הבונים, אביר כל המקימים, פטרון הצדקה והחסד בדורינו, הרב יואל לאנדא שליט״א, האט מוזיל געווען זהב מכיסו מיט אסטראנאמישע ״מיליאן דאלער״ נדבה אדירה פאר׳ן ביהמ״ד הגדול ההולכת ונבנית ברוב פּאר והדר צו פארטיג ווערן בעזר השם אויף די ימים נוראים הבעל״ט לתפארת כל בית סאטמאר!

בנדבתו העצומה, בלב ובנפש חפיצה, בלבו הפתוח לרווחה לעשות נחת רוח לנשמת רבינו הקדוש זי״ע בגנזי מרומים - טוט דער נדיב קונה זיין דעם מקח טב פונעם זכות ״היכל התורה״ הנהדר והמפואר אינעם בית גדול וקדוש, וואָס וועט אי״ה זיין דער פּראַכט און שטאָלץ פונעם פּראַכטפולן בית גדול רם ונשא, לשם ולתפארת!

ויסדו בוני קרית יטב לב היכל ה׳ - ויקרא שמו ״היכל שפע יואל״ על שמו ולזכרו הבהיר של אבינו רועינו רבינו הקדוש והטהור זי״ע, על שם ספרו הבהיר העומד להופיע ביקרו לקראת ההילולא קדישא הבעל״ט!

בנוסף צו ״2 פרעכטיגע חדרי התפלה וואס וועלן שטיין לפאר ולרומם בתוככח בית השם״, לתפארת ולנוי; דער פּרעכטיגער בית גדול רם ונשא ותפארת העיר ״בנין מיללער״ וואס ווערט געבויעט אין מאַקסימום שנעלקייט! 6 טעג אַ וואָך — דאַרונטער זונטאָג און פרייטאָג! אָן קיין אָפּשטעל!

אַלעס גאַלאָפּירט אין אַ שטוינענדער פאָראויסמאַרש צו קענען באַנייען דעם בנין האדיר אין די קומענדיגע חדשים, בשעת ווען הגאון הצדיק האבד״ק שליט״א וועט זיך אי״ה באַזעצן בתוככי העיר, להנהיג את קהל עדת ישורין בשליחות הקודש של מר אביו כ״ק מרן רבינו שליט״א און אָנהייבן אַ נייע גאָלדענע עפּאָכע פון רוהמפולער וואוקס למעלה למעלה בעזר ה׳!

קרית יטב לב, מכרזת מעומק הלב:
אשרי חלקך שר הצדקה!!! אשריך בונה ומקים! טוב לך בעולם הזה ובעולם הבא!! וצדקתך לדור דורים!!!

unnamed (3).jpg
unnamed (3).jpg (292.92 KiB) געזען געווארן 1665 מאל
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 128

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך גאלדבערג »

תורה ויראה האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 02, 2026 7:20 pm לְמַעַן יִיטַב לָנוּ בַּעֲבוּרֵךְ וְחָיְתָה נַפְשֵׁנוּ בִּגְלָלֵךְ!

א חידוש פון א השגה נאך אזויפיל יארן וואס רביה''ק איז נישט מיט אונז
איז די פלאקער און ברען אויף אזא פארנעם צו מנציח זיין איבעראל א זכר ושארית לשמו הק'
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 977
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1878

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך תורה ויראה »

גָדֹול מַה שֶהָי' בִּימֵי יֹואֵ"ל!!! מִחַי'ל׳ אֶל חָי׳ל׳!!! יושפּע שפ״ע רב!!!
מזל טוב סאטמאר!!! מזל טוב שכונת ניי וויליאמסבורג!!!
ביהמ״ד החדש ״שפע יואל״ דקהלתינו הק׳ הנה זה בא!!!

אנשי שלומינו מרחוק ומקרוב זענען ווידער עלעקטריזירט געווארן נעכטן מאָנטאָג, זעענדיג באשיינפערליך ווי די גאלדענע קייט פון פאנטאסטישע נדבות פונעם גדול ושר הנדיבים פאר כל אשר בשם רבינו הקדוש זי״ע יכונה שפינט זיך ווייטער, מיט פרישע אומאויפהערליכע הנצחות אדירות בקרב קהל יטב לב ומוסדותיה בכל קצווי תבל! מיט די בשורה המרנינה אז סאטמאר׳ס נזר הנגידים, מפליא פלאות ומחדש חידושים עצומים, הרב יואל לאנדא שליט”א, מו״ל ספה״ק ״שפע יואל״ המפזר מהונו והמקים בנינים למען פריחת גבולי הקדושה בכל פינות העולם מאין דוגמתו טוט שענקען אַ פרישע מעגאַ מולטי-מיליאָן דאָלערדיגער נדבה עצומה פארן גמר והשלמת בית גדול רם ונשא, דער פרעכטיגער סאטמארער לייכט טורעם אין ניי ווילאמסבורג המורחבת שכונת ״ווערנאַן״! צוזעענדיג די אויסטערלישע מסירות נפש און פייערדיגע אייפער פון אנ"ש תושבי שכונת ווערנאן והמחוזות, אויפצובויען דעם נייעם פראכטפולן בנין בית המדרש המפואר לתפארת בית סאטמאר! אויסצופירן הוראת קדשו און צוואה לדורות פון איתן אדונינו מרן רביה"ק זי"ע אז “אנ"ש זאלן אויפבויען אייגענע בתי מדרשים און דייקא דארט קובע מקום זיין לתורה ולתפילה!”

וְלָדַעַת כִּי שִמְךָ נִקְרָא עַל הַבַּיִת הַזֶה!!!!
אין א פרעצעדענטלאזער שריט טוט דער נדיב הכביר מעטר זיין דעם נייעם פראכטפולער בית המדרש בכתר שם טוב לשמו ולזכרו פון רביה"ק זי"ע ויקרא שמו בישראל לתפארת "בית המדרש שפע יואל” דקהל יטב לב ד’סאטמאר!
לזכרו הבהיר של אבינו רועינו ועל שם ספר הקדוש הפלא ״שפע יואל״ שיוצא לאור עולם להאיר את העולם במשנתו הטהורה והדרכוליו הקדושים רביה"ק זי”ע לקראת ההילולא קדישא הבעל״ט!

ורוממתנו מכל לשון! סאטמאר האט נישט די ווערטער! ס׳נישט מעגליך צו שילדערן די הרגשת הלב! דאָס התפּעלות! די הכרת הטוב! די רגשי תודה והוקרה, על כל הטוב! על כל החסד! על כל הנדבות! על כל ההשגות!
מ׳וואונטשט דעם נדיב:
ועל ידי זה יושפּע שפ״ע ר״ב בכל העולמות״!
גָדֹול יִהֶי' כְּבֹוד הַבַּיִת הַגָדֹול וְהַקָדֹוֹש הַזֶה אַֹשֶר נִקְרָא שִמְךָ עָלָיו!

unnamed.jpg
unnamed.jpg (486.38 KiB) געזען געווארן 1190 מאל
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (279.5 KiB) געזען געווארן 1190 מאל
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 977
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1878

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך תורה ויראה »

Screenshot 2026-08-05 160747.png
Screenshot 2026-08-05 160747.png (1.27 MiB) געזען געווארן 920 מאל
Screenshot 2026-08-05 162213.png
Screenshot 2026-08-05 162213.png (1009.36 KiB) געזען געווארן 920 מאל
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 977
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 1878

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך תורה ויראה »

מ'גייט אי"ה אריינברענגען די ימים נוראים בענק כדי צו צושטעלן מער פלעצער ביים סעודת הילולא קדישא אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל נאכדעם וואס די פארגאנגענע 2 יאר איז געווען א מאנגל אין זיצן.

Screenshot 2026-08-05 162241.png
Screenshot 2026-08-05 162241.png (203.89 KiB) געזען געווארן 913 מאל
Screenshot 2026-08-05 162245.png
Screenshot 2026-08-05 162245.png (257.66 KiB) געזען געווארן 913 מאל
אוועיטער
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 431
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 956

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך דריידל »

די משב"ק אין א שמועס מיטן איראן'ע רב
פיילס
Screenshot_20260806-000411~2.jpg
Screenshot_20260806-000411~2.jpg (166.01 KiB) געזען געווארן 759 מאל
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 128

Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

פאוסט דורך גאלדבערג »

די חברה זענען זייער גערעגט אויף אדמו''ר מהרי''י
https://recordit.dev/record/87f7894c-7f ... d3b07305fa
דברי האדמו''ר שליט''א
שרייב פאוסט