בלאט 114 פון 131

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 2:46 am
דורך הדסים
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 12:08 am הילד החשוב דיען רוי - 14 יאר - פון ווערמאנט האט געמאלדן אז ער לויפט פאר גאווערנער פונעם סטעט.

ווערמאנט האט נישט קיין געזעץ ווי אלט מען דארף זיין צו לויפן, און אינזער שולע אינגעלע שיעור א' שיבע קטנה ניצט עס אויס.

מיטן געלויף האט ער אויך געעפנט א נייע פארטיי - תתחדש - פרידן און פאראייניגט. ווערנדיג די יונגסטע אין היסטאריע צו עפענען א פארטיי.

ברבבתינו! #רוי פאר גאווערנער...

קאמפיין זייטל
https://www.deanroy.us/....
זאגעם ער זאל עטליעסט אראפנעמען די ברעיסעס בעפארן זיך שטעלן פארן קאמפיין בילד...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 9:56 am
דורך חלום חלמתי
די פאוער באל לאטערי איז ארויף צו א ביליאן דאלאר. די גורל וועט פארקומען שבת.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 9:57 am
דורך חלום חלמתי
די טיים מאגאזין האט אויסגעוועהלט AI אלס פארשוין פונעם יאר.

און געלייגט אויפן דעקל די עקזעקיוטיוו'ן פון די גרויסע AI פירמעס

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 10:01 am
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 5:24 pm אמעריקע האט פארכאפט א ווענעזועלע אויל טאנקיר שיף - וואס איז געווען אינטער סאנקציעס - און איז א דראמאטישע אנטוויקלונג צווישן די צוויי לענדער
ממש פאר די פארכאפונג האט אמעריקע ארויסגעשווערצט די אפאזיציע פירער'טע פון ווענעזועלע (די היי יאריגע נאובל פרייז געווינער.)

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 10:16 am
דורך חלום חלמתי
דירעקטאָר פון האומלענד סעקיוריטי מרת קריסטי נאועם וועט היינט אויפטרעטן פאר קאנגרעס, ווי ס'איז ערווארטעט קלעפ פון אלע זייטן איבער די נעשאנעל גארד, אייס, פראטעסטן, וכו'

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 11:09 am
דורך חלום חלמתי
ערשטמאליגע ווידיאו ערשינען פון געוועזענע כאמאס משכונות, אריינגערעכנט די וואס זענען שוין נישט בין החיים, צינדן חנוכה ליכט אין א עזה טאנעל, אינטער כאמאס.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 11:12 am
דורך זבולון שטיינקלאץ
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 9:57 am די טיים מאגאזין האט אויסגעוועהלט AI אלס פארשוין פונעם יאר.

און געלייגט אויפן דעקל די עקזעקיוטיוו'ן פון די גרויסע AI פירמעס
בילד געמאכט דורך עי איי?

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 11:54 am
דורך חלום חלמתי
אנענפלוימענט שטויסט אריין מיט די העכסטע נומערן זינט מארש 2020, פאר קאוויד.

236,000 פון העכער די געשאצטע 220,000

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 5:40 pm
דורך חלום חלמתי
ערשטע אסיפות עסקנים צו פלאנירן די מאמדאני איינשווערונג.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 5:42 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 5:47 pm אינדיאנע האט זיך געבראכן און דורכגעפירט איר נייע מאפע וואס גיבט פולע ניין זיצן פאר די רעפובליקאנע.

דארף נאך דורכגיין אינעם ארטיגן סענאט
די ארטיגע רעפובליקאנע געפירטע סענאט האט מיאוס אנגעפאטשט די טראמפיסטן און אפגעווארפן די מאפע מיט א 21 רעפובליקאנע וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו די דעמאקראטן.


די לאיאלע מאגא חסידים סטראשענען צו פריימערי'ען יעדע איינציגע סענאטאר.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 9:46 am
דורך חלום חלמתי
פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געשאנקען א פארדאן פאר א אקטיוויסט וואס האט געארבעט צו איבערדרייען די 2020 עלעקשן'ס אין קאלאראדא.

דער יעניגער איז ארעסטירט אין א סטעיט טורמע, און די ארטיגע גאווערנער האט קלאר געמאכט אז ער וועט איר נישט פארדאנירן און ארויסלאזן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 9:49 am
דורך חלום חלמתי
דערווייל אויף די בעטינג מארקעט איז געווין ניוסאם די פראנט ראנער אין די דעמאקראטישע 2028 פרעזידענט פריימערי'ס.

שווערע נייעס פאר ניוסאם, אויב וויל ער נישט אויסקוקן ווי בוש אין 2016...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 10:02 am
דורך חלום חלמתי
רעדנדיג פון א בוש, איז היינט 25 יאר פון ווען די סופרים קארט האט באפוילן נישט איבערצוציילן די פלארידע שטומען, און מיט דעם האט בוש געווינען די פרעזידענטשאפט איבער א חודש נאך די וואלן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 10:59 am
דורך חלום חלמתי
לסיום שנת 2025 למס', פאלגנד איז א ליסטע פון לענדער וואס האבן זיך אויסגעצייכנט אין טעכנעלאגישע דערגרייכונגען אין דעם יאר.

איזריעל האט זיך געריקט צו נומער צוויי

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 11:01 am
דורך חלום חלמתי
ב"ה קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן, אבער פיר היימישע משפחות זענען געבליבן אן א דאך איבערן קאפ היינט צופרי אין בארא פארק.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 11:05 am
דורך חלום חלמתי
קרית גת, נאך שטורעמישע רעגן שטורעמעס וואס האט פארפלייצט ארץ ישראל.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 12:04 pm
דורך חלום חלמתי
טראמפ'ס FDA וויל לייגן א שווארצע לעבל אויף די קראנקע קאוויד וואקסין'ען

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 12:10 pm
דורך חלום חלמתי
די קאנגרעס קאמיטע האט ארויסגעגעבן די ערשטע סעריע שטורעמישע עפשטיין בילדער.

און נישט מער נישט ווייניגער...

מען זעהט טראמפ מיט עפשטיין פארברענגען אין די '90'ס און אין 00 ווען די צוויי זענען געווען שכינים אין וועסט פאלם. לאנג בעפאר 06 ווען מען האט יענעם ארעסטירט...

דא קומט אזא לאנגע אהה יא? אהההההה...


קלינטאן איז אבער נישט געווען קיין שכן...

די פארשוין דא אין בילד פארברענגט מיט עפשטיין איז די געוועזענע טראמפ ראטגעבער סטיוו בענאן, פון די פריע מאגא גרינדער, וואס איז געזיצן אין טורמע. און וועמענס נאמען מען הערט נישט אינעם צווייטן טערמין.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 12:12 pm
דורך הדסים
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 12:10 pm די רבי קאנגרעס קאמיטע האט ארויסגעגעבן די ערשטע סעריע שטורעמישע עפשטיין בילדער.

און נישט מער נישט ווייניגער...

מען זעהט טראמפ מיט עפשטיין פארברענגען אין די '90'ס און אין 00 ווען די צוויי זענען געווען שכינים אין וועסט פאלם. לאנג בעפאר 06 ווען מען האט יענעם ארעסטירט...

דא קומט אזא לאנגע אהה יא? אהההההה...


קלינטאן איז אבער נישט געווען קיין שכן...

די פארשוין דא אין בילד פארברענגט מיט עפשטיין איז די געוועזענע טראמפ ראטגעבער סטיוו בענאן, פון די פריע מאגא גרינדער, וואס איז געזיצן אין טורמע. און וועמענס נאמען מען הערט נישט אינעם צווייטן טערמין.
ווי זאגט יענער; גרויסע נייעס, לאמיכעס אראפשרייבן...

שוין דא סיי וועלכע אנדייטונג פארוואס טראמפ זאל עס נישט האבן געוואלט ארויסגעבן?

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 13, 2025 7:23 pm
דורך חלום חלמתי
די צווייטע נעשאנעל גארד וואס איז געשאסן געווארן אין וואשינגטאן איז באפרייט געווארן פון שפיטאל

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 13, 2025 7:27 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 03, 2025 2:01 pm די טרעזשורי דעפארטמענט קלערט פון ארויסגעבן א ספעציעלע איין דאלער מטבע לכבוד אמעריקע'ס 250טע געבורטסטאג.
די מינט גרייט זיך צו לאזן דריקן די איין דאלער מטבע, טראץ זייער יארן לאנגע פאליסי נישט צו פאבריצירן מטבעות פון א לעבעדיגע פרעזידענט.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 13, 2025 7:47 pm
דורך הדסים
אייסיס האט אויסגעפירט אן אטאקע אין פאלמיירע, סיריע וואס האט גע'הרג'עט צוויי אמעריקאנער זעלנער און איין ציווילער מיטארבעטער מיט די אמעריקאנע.

זייערע נעמען וועלן פארעפנטליכט ווערן 24 שעה נאכן מעלדן די משפחות.

דער אייסיס טעראריסט איז געווען א סאלדאט אינעם ארטיגן מיליטער.

טראמפ האט געמאלדן אז אפעראציעס קעגן אייסיס אין סיריע וועלן זיך אנפאנגען בקרוב.

אויך סעקרעטאר העגסעט סטראשעט מיט אלדאס בייזן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 13, 2025 11:08 pm
דורך חלום חלמתי
הדסים האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 13, 2025 7:47 pm אייסיס האט אויסגעפירט אן אטאקע אין פאלמיירע, סיריע וואס האט גע'הרג'עט צוויי אמעריקאנער זעלנער און איין ציווילער מיטארבעטער מיט די אמעריקאנע.

זייערע נעמען וועלן פארעפנטליכט ווערן 24 שעה נאכן מעלדן די משפחות.

דער אייסיס טעראריסט איז געווען א סאלדאט אינעם ארטיגן מיליטער.

טראמפ האט געמאלדן אז אפעראציעס קעגן אייסיס אין סיריע וועלן זיך אנפאנגען בקרוב.

אויך סעקרעטאר העגסעט סטראשעט מיט אלדאס בייזן.
די טעראריסט מיט אל גילוני די א.ג. בעל תשובה..

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 13, 2025 11:18 pm
דורך חלום חלמתי
עריק טראמפ האט געטוויט א בילד פונעם אוועל אפיס, ווי טועמי' האט באמערקט א טראמפ טרוט וואס ליגט אויפן טישל פאר באשטעטיגונג, וואס סטראשעט איבער אנפילן וואשינגטאן סטעיט מיט פעדעראלע זעלנער

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 13, 2025 11:21 pm
דורך חלום חלמתי
וויכטיגע פראגראם אין קאליפארניע, שיכורט אן די אומלעגאלע אימיגראנטן...