שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אינטערן טיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 217
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 2:55 pm
x 472

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אינטערן טיש »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 10:25 am
אינטערן טיש האט געשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2026 4:27 pm
דריידל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2026 12:25 pm

גערעכט והא ראי' אז פאר דעוועלאפמענט אין בלומינגגראוו איז טאקע נישטא קיין אדווערטייזמענטס...
א מאנגעל אין דירות איז אויך דא אין בלומינגראוו? אדער נאר בלומינגבערג?
איך האב נישט קיין אנונג איבער די מצב דירות נישט אין ב"ב און נישט אין ב"ג.

איך האב מיך נאר באצויגן צו דעם וואס די ברענגסט א ראי' פון "פענסי אדווערטייזמענטס", אַז אי משום הא איז דא פונקט אזוי אדווערטייזמענטס פאר דירות אין ב"ג.
נו און ביי ביידע טאקע זיכט מען טאקע קונים מיט לעכט , סאיז דא זייער אסאך דירות אויף די מארקעט, סיי וואס זענען פארטיג אדער כמעט פארטיג
חכם החכמים
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 4:42 pm
Location: 10950
x 45

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך חכם החכמים »

עטרת חיים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2026 8:08 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2026 8:08 pm
עטרת חיים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2026 8:06 pm

כ'האב עס מיטגעהאלטן פון דעי וואן, איך וועל נישט ווערן אריינגעשלעפט אין דיינע ספינערייען
אויב די ווילסט קענסטו שרייבן קלאר. רוב מענטשן געדענקען אנדערש.
רוב מענטשן געדענקען גוטע שטימע פראפעגאנדע און ספינערייען, נישט קיין אמת'ע פאקטן

עס שטייט אין מדרש אז ווען מען האט געדארפט באערדיגן
יעקב אבינו אין דעם מערת המכפילה, איז עשו געקומען צו גיין
און גע'טענה'ט אז די איבערגעבליבענע חלקה אין מערת המכפלה
באלאנגט פאר אים. עס האט זיך אנגעהויבן א וויכוח. די שבטים האבן
גע'טענה'ט אז עשו האט פארקויפט די בכורה, ממילא באלאנגט דער
חלקה פאר יעקב, אבער עשו האט פארלאנגט צו זען דעם שטר אז
ער האט פארקויפט די בכורה. וויבאלד דער שטר איז געבליבן אין
מצרים, האט מען ארויסגעשיקט נפתלי, וועלכער האט געקענט לויפן
אזוי שנעל ווי א הערש, אז ער זאל גיין ברענגען דעם שטר. דערווייל
האט חושים בן דן, וועלכער איז געווען א טויבער, זיך צוגעקוקט צו
דעם מצב, כאטש ער האט נישט געקענט געהעריג פארשטיין וואס דא
קומט פאר. ער האט זיך נאכגעפרעגט פארוואס מען האלט אויף די
קבורה, און ווען מען האט אים דערציילט דעם פראבלעם, האט חושים
בן דן זיך אנגערופן, "און ביז מען וועט נישט ברענגען דעם שטר וועט
יעקב אבינו'ס הייליגער גוף ליגן בבזיון?" ער האט דאן אויפגעהויבן א
שווערד און אפגעהאקט עשו'ס קאפ.

רבי חיים שמואלעוויץ זצ"ל פרעגט דערויף: וואס האט חושים
געזען וואס אנדערע האבן פארפאסט? האט דען קיינער נישט געזען
אז עס איז א בזיון פאר יעקב אבינו צו ווארטן ביז מען ברענגט דעם
שטר? דער ענטפער איז, וויבאלד חושים איז געווען טויב, האט ער
נישט מיטגעהאלטן די אלע טענה'רייען און וויכוחים מיט עשו הרשע,
דערפאר האט ער נישט פארלוירן דעם פשוט'ן שכל הישר. ווען מען
פראבירט צו פארשטיין דעם צד פון עשו און אויסהערן זיינע טענות,
קען מען פארלוירן ווערן און נישט טראכטן גראד. חושים איז געווען
טויב, האט ער נישט געהערט די וויכוחים און בכלל נישט געקלערט
אז עשו האט דא עפעס א צד, ממילא האט ער געטון צו דער זאך.
העלאו בעלאו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 184
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
Location: Brooklyn
x 356

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך העלאו בעלאו »

הדסים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 1:55 am
פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 1:36 am למעשה, ווען גייט יו דזשעי סי, למען השם, מיר געבן מיין רעכט צו שטימען נעקסטע מאל?
וואס איז טאקע געווארן מיט די קאורט קעיסעס?
ער פרעגט גוט וואס איז געווארן מיט די טוץ פון ניקים וואס האבן געוויסט מיט א זיכערקייט אז עס איז א פראגע פון טעג ביז גאנץ יו זדשעי סי גייט אין חד גדיא און מען מאכט נייע וואלן אזדש זיי האבן שוין אפילו געשוינט זייער קעגנער וואָס גייען זיצן...
הא?

ומשם ראיה אז פונקט ווי יענע פאקטן זענען געווען הוילע לופט ווי איך און אנדערע האבן געשריגן בשעתם אבער זיי האבן נישט אראבגעבעקט און מען זעט יעצט ווער סאיז גערעכט געווען און ווער עס האט געהאט ניטאמאל איין לעק אמת.
איז די זעלבע גילטיג פאר אסאך לאנגע דעבאטעס וואס די זעלבע ניקס פארטרעטן, קען מען זען וויפול זיי רעכענען מיט פאקטן און וויפול מיט אגענדעס.
שרייב פאוסט