בלאט 111 פון 561
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 6:09 pm
דורך מנהיג
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 09, 2025 6:02 pm
האמיר דא זייער א שטרענגער מנהיג. איך האף ער גייט נישט זיין פון די בי"ד של מעלה
כאפ נאר א בליק אויפ'ן אינטערשריפט..... דער מנהיג איז מנהיג איבערן ב''ד של מעלה אויכעט.....
Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 6:16 pm
דורך טיפע טאשן
על פי תורה האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 28, 2025 2:38 pm
די פינף חברי הנהלה זענען:
משה חיים צבי מלכא - זיצט. מען האט אים שוין אריבערגעברענגט קיין גואטאמאלא (וואו די תפיסה איז פיל באקוועמען ווי אין בעליז).
פסח אברהם יואל גאלדמאן - זיצט.
ניסן יהושע יהודא מלכא - זיצט.
משה יהודא לייב אלטער- ארעסטירט און ארויסגעלאזט.
יואליש ראזנער - אויף דער פריי (יעצט איז ער דער וואס איז בקשר מיט יעקב נחום וויינגארטן פון טורמע. יעקב נחום איז אנגעקומען אין אן אנדערע תפיסה, וואו ער האט פרייע צוטריט צו א סעלפאן, און ער האט איבערגענומען די לייצעס אין די הענט, זייענדיג בקשר מיט יואליש ראזנער).
תגובה קרעדיט: אן עסקן, געשיקט אין אישי
דאס איז די עכטע הנהלה
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 7:36 pm
דורך זאגצעם
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 09, 2025 10:20 am
ברעיקינג!
דוב בער מלכא (חתן אריאל גאלדמאן),
פון די גרעסטע אנפירערס פון לב טהור, איז בס"ד יעצט ארויס געפארן פון געוואטעמאלא און גענצליך פארלאזט דעם כת מיט די הילף פון די געטרייע עסקנים, איבערלאזנדיג זיינע שותפים די עושי מעשי רשע און אלע אנדערע לב טהור מיטגלידער אין טיפן שאק און איבערראשונג.
ער האט זיך פארבינדן מיט די עסקנים נאכן איינזעהן אין וואספארא ביטערע פלאץ ער געפינט זיך, און צו קענען צוריקצובאקומען זיינע 6 קינדערלעך.
אשריכם די צוויי מסירות נפש עסקנים ר' אברהם גרינהוט ושותפו עמו הרב יואל יהושע העשיל בלום, וואס האבן באוויזן דורכצוברעכן דאס אומגלויבליכע מיט זייער איבערמידליכע ארבעט רונדע דעם זייגער און נישט שלאפנדיג קיין נעכט, כדי צושטאנד צוברענגען די גרויסע דורכברוך.
וויאזוי ווייסט מען אז ער מאכט נישט קיין שפיל?
Re: כת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 8:36 pm
דורך על פי תורה
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 09, 2025 6:16 pm
על פי תורה האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 28, 2025 2:38 pm
די פינף חברי הנהלה זענען:
משה חיים צבי מלכא - זיצט. מען האט אים שוין אריבערגעברענגט קיין גואטאמאלא (וואו די תפיסה איז פיל באקוועמען ווי אין בעליז).
פסח אברהם יואל גאלדמאן - זיצט.
ניסן יהושע יהודא מלכא - זיצט.
משה יהודא לייב אלטער- ארעסטירט און ארויסגעלאזט.
יואליש ראזנער - אויף דער פריי (יעצט איז ער דער וואס איז בקשר מיט יעקב נחום וויינגארטן פון טורמע. יעקב נחום איז אנגעקומען אין אן אנדערע תפיסה, וואו ער האט פרייע צוטריט צו א סעלפאן, און ער האט איבערגענומען די לייצעס אין די הענט, זייענדיג בקשר מיט יואליש ראזנער).
תגובה קרעדיט: אן עסקן, געשיקט אין אישי
דאס איז די עכטע הנהלה
ניסן יהושע יהודא איז אויך נאר עסקנות
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:00 pm
דורך על פי תורה
שוידערליכע אפדעיט בנוגע פסח אין די שעלטערס
דורך העסקן ר' יצחק טייכמאן
https://www.dropbox.com/scl/fi/irxazsa2 ... euvin&dl=0
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:30 pm
דורך לעבער אייער
רבש"ע האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערלעך
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:44 pm
דורך בנצי
מען קען געטרויען א פארהאנדלונג מיט ל"ט פונקט ווי מען געטרויעט א פארהאנדלונג מיט כאמאס אדער סיי וועלכע אנדערע טעראר גרופע.
ס'קומט צו וויינען, די צער פון די קינדער, עסקנים, די צער פון די שכינה כשהן יורדין יורדין עד לעפר.
השי"ת ירחם על האומללים שיצאו מעבדות לחירות ומיגון לשמחה ומאפילה לאור גדול השתא בעגלא ובזמן קריב
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:48 pm
דורך מכבי
איינער קען עס לייגן אויף דרייוו ביטע?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:55 pm
דורך אנדערער
מכבי האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 09, 2025 10:48 pm
איינער קען עס לייגן אויף דרייוו ביטע?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 12:05 am
דורך פופציגער
כ’האב גערעדט מיט איינעם פון די יוצאי לב טהור, און אנגעפרעגט אויף דעם וואס מ’זעט געוויסע יוצאים אז זיי זענען נאך צוגעבינדן צום פארשאלטענעם כת, און שיקן זאגאר געלט און מאראלישע שטיצע אהיןץ פרובירנדיג צו שטערן די הייליגע עסקנים.
זאגט ער מיר אז דער פאקט איז אז די וועלכע זענען ארויס פון דארט פון אייגענעם ווילן אדער אנערקענונג - אפילו אויב אנערקענונג מיינט יעצט מיטן אויפשאקלונג, זיי ערהוילן זיך בס"ד.
אבער די וואס זענען ארויסגעצווינגען געווארן, צי איז עס לעגאל וכו’ אדער אנדערע אורזאכן, לעבן נאך אסאך אין יענעם באבל.
אלזא, כבין נישט קיין דעת תורה, אבער כקלער אז מברויך אבאכט געבן ווען מלאזט ארויס א מערדער וואס זוכט פשוט צו אנטלויפן פון קלאגעס.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 12:18 am
דורך דעת תורה
לויט מיין אינפארמאציע אכט און ניינציג פראצענט פון די יוצאים האבן נאך עהרע פאר די חבורה/פלאץ
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 12:22 am
דורך פופציגער
דעת תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 10, 2025 12:18 am
לויט מיין אינפארמאציע אכט און ניינציג פראצענט פון די יוצאים האבן נאך עהרע פאר די חבורה/פלאץ
זיכער נישט.
כהאב לעצטנס גערעדט מיט עטליכע יוצאים.
אכט און ניינציג פראצענט פון א געוויסע קליקע אין מאנסי, דאס יא.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 12:31 am
דורך זכריה
שוידערליך!!!!!
די היינטיגע נייעס פון לב טהור
סיי פון די סדרים און סיי פון די ויינגארטן משפחה איז
שוידערליך
רבותי
וואס מיינט דאס פאר אונז????
די טראגעדיע ווערט גרעסע פון טאג צו טאג
כוייס נישט וואס אומז דארפן טוהן
סאיז איום ונורא
פחד פחדים
!!!!!!!
עיני עיני יורדה מים.....
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 2:24 am
דורך על פי תורה
פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 10, 2025 12:22 am
דעת תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 10, 2025 12:18 am
לויט מיין אינפארמאציע אכט און ניינציג פראצענט פון די יוצאים האבן נאך עהרע פאר די חבורה/פלאץ
זיכער נישט.
כהאב לעצטנס גערעדט מיט עטליכע יוצאים.
אכט און ניינציג פראצענט פון א געוויסע קליקע אין מאנסי, דאס יא.
הרב פופציגער שרייבט זייער גוט. יענע קליקע באשטייט פון 2 חברה וועלעכע זענען נישט קיין יוצאים, נאר פשוט די אמעריקאנע רעגירונג לאזט זיי נישט ארויס צוליב די קידנעפינג.זיי זענען 2 לב טהור'ניקעס וועלעכע זענען פשוט סטאק געבליבן אין אמעריקע, זיי מאכן אפשר א רושם פון יוצאים, אבער זיי זענען 'מתעכבים'.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 3:06 am
דורך על פי תורה
מנהיג האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 09, 2025 5:58 pm
אנעקדאט האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 09, 2025 5:55 pm
מנהיג האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 09, 2025 5:21 pm
אך וויל נאר פארשטיין, וויאזוי ארבעט דאס אז ווען מען פראפאגאנדירט די דורכברוך איז ער 'פון די גרעסטע אנפירערס פון לב טהור', און ווען מען הייבט אן פרעגן דערויף ווערט ער פלוצלינג 'פון די געווענליכע פירער' 'נאר געווען אויף די געלט זאכן' (וואס אגב ביי די שמועס איבער זיין שווער איז עס אויך געגאנגען אויף די מהלך...)????
ועוד, אונז אלע ווייס מיר למעשה וויפיל מעשה רשע די הנהלה האט געטוהן דארט, וויאזוי פונקטליך וויל מען אז אונז, ערליכע אידן, זאלן זיי יעצט אויפנעמען מיט ברייטע ארעמעס און פארגעסן וואס זיי האבן א רגע צוריק געטוהן??
הא'וו אבאו'ט איך מאך יעצט א קימחא דפסחא קאמפיין פאר לייבי קלעצקי'ס מערדער און איך זאג אז ער האט מיר קלאר געזאגט אז ער האט תשובה געטוהן און אז ער האט עס נאר געטוהן ווען ר איז געווען אין א מאמענט פון משוגעת וכו' וכו'?? ווער עס וואלט מיר געגעבן א דאלאר זאל יעצט אויפהייבן די הענט....
איך מיין ס'איז פארקערט, באמת איז ער טאקע נאר געווען אויף די געלט זאכן וכו', אבער צו פייערן די הצלחה האט @סענס אף יומער געוואלט מאכן אביסל מצב, האט ער אים אזוי אנגערופן...
אבער דו פארשטייסט אז ווען עס קומט צו אזא זאך, ווען אידן איבער די וועלט וועלן אים יעצט דארפן אויפנעמען כאחד משלנו, קען מען זיך נישט ארומשפילן מיט ווערטער נאר צו מאכן 'אביסל מצב'.....
עס איז בכלל נישט קיין סתירה
ער איז נאר געווען אין די געלט זאכן. נישט געגעבן מלקות און תיקונים. דאס איז א מציאות וואס איר קענט אליין מברר זיין.
מיט עסקנות איז ער געווען א גרויסע פירער און קנאקער.
ס'איז נישט קיין סתירה.
די מציאות איז אז זיין ארויסגיין צושאקעלט די זאך פיין.
קיין מערדער וועט מען אודאי נישט ארויסנעמען פון דארט.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 3:07 am
דורך על פי תורה
זאגצעם האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 09, 2025 7:36 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 09, 2025 10:20 am
ברעיקינג!
דוב בער מלכא (חתן אריאל גאלדמאן),
פון די גרעסטע אנפירערס פון לב טהור, איז בס"ד יעצט ארויס געפארן פון געוואטעמאלא און גענצליך פארלאזט דעם כת מיט די הילף פון די געטרייע עסקנים, איבערלאזנדיג זיינע שותפים די עושי מעשי רשע און אלע אנדערע לב טהור מיטגלידער אין טיפן שאק און איבערראשונג.
ער האט זיך פארבינדן מיט די עסקנים נאכן איינזעהן אין וואספארא ביטערע פלאץ ער געפינט זיך, און צו קענען צוריקצובאקומען זיינע 6 קינדערלעך.
אשריכם די צוויי מסירות נפש עסקנים ר' אברהם גרינהוט ושותפו עמו הרב יואל יהושע העשיל בלום, וואס האבן באוויזן דורכצוברעכן דאס אומגלויבליכע מיט זייער איבערמידליכע ארבעט רונדע דעם זייגער און נישט שלאפנדיג קיין נעכט, כדי צושטאנד צוברענגען די גרויסע דורכברוך.
וויאזוי ווייסט מען אז ער מאכט נישט קיין שפיל?
מ'האט עס אויסגעארבעט מיט אים. בלום און גרינהוט האבן נאך אזויפיל שכל
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 6:36 am
דורך נצחו
זכריה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 10, 2025 12:31 am
שוידערליך!!!!!
די היינטיגע נייעס פון לב טהור
סיי פון די סדרים און סיי פון די ויינגארטן משפחה איז
שוידערליך
רבותי
וואס מיינט דאס פאר אונז????
די טראגעדיע ווערט גרעסע פון טאג צו טאג
כוייס נישט וואס אומז דארפן טוהן
סאיז איום ונורא
פחד פחדים
!!!!!!!
עיני עיני יורדה מים.....
סתם אנציען די נערווען איז נישט ריכטיג
קום אריין מיט עפעס דיטעילס
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 6:37 am
דורך נצחו
על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 10, 2025 2:24 am
פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 10, 2025 12:22 am
דעת תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 10, 2025 12:18 am
לויט מיין אינפארמאציע אכט און ניינציג פראצענט פון די יוצאים האבן נאך עהרע פאר די חבורה/פלאץ
זיכער נישט.
כהאב לעצטנס גערעדט מיט עטליכע יוצאים.
אכט און ניינציג פראצענט פון א געוויסע קליקע אין מאנסי, דאס יא.
הרב פופציגער שרייבט זייער גוט. יענע קליקע באשטייט פון 2 חברה וועלעכע זענען נישט קיין יוצאים, נאר פשוט די אמעריקאנע רעגירונג לאזט זיי נישט ארויס צוליב די קידנעפינג.זיי זענען 2 לב טהור'ניקעס וועלעכע זענען פשוט סטאק געבליבן אין אמעריקע, זיי מאכן אפשר א רושם פון יוצאים, אבער זיי זענען 'מתעכבים'.
מעג מען דא זאגן די 2 נעמען?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 8:27 am
דורך כבוד מלכים
נצחו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 10, 2025 6:36 am
זכריה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 10, 2025 12:31 am
שוידערליך!!!!!
די היינטיגע נייעס פון לב טהור
סיי פון די סדרים און סיי פון די ויינגארטן משפחה איז
שוידערליך
רבותי
וואס מיינט דאס פאר אונז????
די טראגעדיע ווערט גרעסע פון טאג צו טאג
כוייס נישט וואס אומז דארפן טוהן
סאיז איום ונורא
פחד פחדים
!!!!!!!
עיני עיני יורדה מים.....
סתם אנציען די נערווען איז נישט ריכטיג
קום אריין מיט עפעס דיטעילס
ביטע ליין די לעצטע 2 דפים.
וועלכע דיטעיל איז נישט געשריבן געווארן?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 8:30 am
דורך אהרן
אהרן האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 09, 2025 10:51 am
די 2 משפחות לאווער און וויינגארטן וואס האבן צוריק באקומען די קינדער דורך גיבן קסטעדי פאר א גוי, ווי אזוי ארבייט עס אויף למעשה? ווי געפינען זיך די קינדער יעצט? ווי שלאפן זיי? זיי גייען טאקע שוין אין פובליק סקול?
פארוואס ענטפערט קיינער נישט די תגובה? וואס איז די מציאות יעצט מיט די 2 משפחות לאווער און וויינגארטן ווי שלאפן זיי ביינאכט ווי דרייען זיי זיך במשך די טאג?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 9:11 am
דורך ער האט געלט?



זיי זענען רשעים במזיד, איז נישט קיין שאלה אבער , די פראבלעם זייערע איז אז זיי זענען נעבעך נעבעך קריטיש קראנק בנפש, און מקען מיט זיי נישט רעדן , פשוט וויילט די מיטל ארבעט נאר מיט מענטשן וואס זענען עט וואס נארמאל
מענטשן וואס זענען נישט געזונט בנפש קען מען נישט גיין דיפלאמאטיש , ס'ארבעט פלעין פארקערט זיי פארשטייען נעבעך נישט די שפראך, נאר אפאר גוטע פעטש פארשטייען זיי
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 10:01 am
דורך ער האט געלט?
ער האט געלט? האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 10, 2025 9:11 am



זיי זענען רשעים במזיד, איז נישט קיין שאלה אבער , די פראבלעם זייערע איז אז זיי זענען נעבעך נעבעך קריטיש קראנק בנפש, און מקען מיט זיי נישט רעדן , פשוט וויילט די מיטל ארבעט נאר מיט מענטשן וואס זענען עט וואס נארמאל
מענטשן וואס זענען נישט געזונט בנפש קען מען נישט גיין דיפלאמאטיש , ס'ארבעט פלעין פארקערט זיי פארשטייען נעבעך נישט די שפראך, נאר אפאר גוטע פעטש פארשטייען זיי
אדער טערעפי אבער סאיז שמד היטלער נאצי שייגץ עמלקי
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 11:09 am
דורך על פי תורה
אהרן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 10, 2025 8:30 am
אהרן האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 09, 2025 10:51 am
די 2 משפחות לאווער און וויינגארטן וואס האבן צוריק באקומען די קינדער דורך גיבן קסטעדי פאר א גוי, ווי אזוי ארבייט עס אויף למעשה? ווי געפינען זיך די קינדער יעצט? ווי שלאפן זיי? זיי גייען טאקע שוין אין פובליק סקול?
פארוואס ענטפערט קיינער נישט די תגובה? וואס איז די מציאות יעצט מיט די 2 משפחות לאווער און וויינגארטן ווי שלאפן זיי ביינאכט ווי דרייען זיי זיך במשך די טאג?
איך האב שוין געשריבן נעכטן אז אויפן מינוט איז די מציאות אז זיי האבן באקומען די קינדער אויף זייער א לעכעריגע אופן און ס'זעט נישט אויס ווי ס'גייט האבן א קיום
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 11:10 am
דורך על פי תורה
נצחו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 10, 2025 6:37 am
על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 10, 2025 2:24 am
פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 10, 2025 12:22 am
זיכער נישט.
כהאב לעצטנס גערעדט מיט עטליכע יוצאים.
אכט און ניינציג פראצענט פון א געוויסע קליקע אין מאנסי, דאס יא.
הרב פופציגער שרייבט זייער גוט. יענע קליקע באשטייט פון 2 חברה וועלעכע זענען נישט קיין יוצאים, נאר פשוט די אמעריקאנע רעגירונג לאזט זיי נישט ארויס צוליב די קידנעפינג.זיי זענען 2 לב טהור'ניקעס וועלעכע זענען פשוט סטאק געבליבן אין אמעריקע, זיי מאכן אפשר א רושם פון יוצאים, אבער זיי זענען 'מתעכבים'.
מעג מען דא זאגן די 2 נעמען?
ניין
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 11:23 am
דורך קטןודל
דעת תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 10, 2025 12:18 am
לויט מיין אינפארמאציע אכט און ניינציג פראצענט פון די יוצאים האבן נאך עהרע פאר די חבורה/פלאץ
דאן דארפט איר איבערטשעקן אייערע אינפארמאציע קוועלער