בלאט 2 פון 3
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 2:08 pm
דורך וואוילער
אה, דיין פרענד הייסט אויך יואלי.
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 2:56 pm
דורך דער תהלים איד
וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 05, 2023 2:08 pm
אה, דיין פרענד הייסט אויך יואלי.
ווייסטאך, מ'מעג זיין א פרענד מיט זיך אליינס אויך.
הפנים, איך ווארט צו הערן ווען משיח קומט, און ווען מיין נשמה גייט ווערן רייך.
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 3:29 pm
דורך דער תהלים איד
א באזונדערע גוטע עצה איז... אויסצוהערן דעם אינטערוויו מיט אלימלך לאנדא פון לאנדאן.
ס'ווארפט גאנץ א שיינעם ליכט וויאזוי עס ארבעט דאס 'צוטרעפן' יענעמס מחשבות, מידות, אא"וו...
https://www.yiddish24.com/interviews/12/36848
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 4:27 pm
דורך וואוילער
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 2:30 pm
דורך דער תהלים איד
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:27 pm
שלמה בן יוסף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 11:24 pm
שווין ער זאגט מיר אז אויב איך וויל איז ער גרייט צו ליינען איינעמ'ס נאמען בחינם אין כסף פונעם עולם דא
ביטע שיקן אין אישי '''אייער''' נאמען (פולער נאמען ושם אימו)[ ער איזנישט א סאטמארא סאו מ'דארף נישט זארגן אז איינער ועט געוואר ווערן ] וכל הקודם זכה!
יואל בן מלכה
ביטע צוריקקומען דא מיט'ן רעפארט. ייש"כ.
נו??
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 3:04 pm
דורך נפתלי
@שלמה בן יוסף ער קען זאגן עתידות?
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 5:00 pm
דורך אחת למעלה
צק
איך וואק אוועק פון אזא איינעם, און איך שיק פאר זיינע ארומיגע די מענטעל קריזיס נומבער.
פארוואס זאג איך ווייל כ’האב לעטלי געזען צוויי חברה וואס האבן אנגעהויבן ארום רייטן מיט זאנע דיקע סידורים, און ער פילט פאר וויכטיג ביי שלש סעודות אינמיטן שמועסן צו אויפמישן די סידור פארנט פון יעדעם און מאכן א מינוט’גע בורא פרי הגפן.
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 5:16 pm
דורך צווייזייטיג
צ"ק
מען לאכט
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 5:28 pm
דורך נפתלי
איך גלייך זייער די סארט אידן, איך גיי אסאך צו אזאנע אידן, אבער נאר איינער האט מיר אפגעקויפט אין איך גיי צו עם כסדר, אנדערע בין איך געווען איינס אדער צוויי מאל.
ווי קען מען טרעפן דעם איד?
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 6:51 pm
דורך צווייטער
אחת למעלה האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 5:00 pm
צק
איך וואק אוועק פון אזא איינעם, און איך שיק פאר זיינע ארומיגע די מענטעל קריזיס נומבער.
פארוואס זאג איך ווייל כ’האב לעטלי געזען צוויי חברה וואס האבן אנגעהויבן ארום רייטן מיט זאנע דיקע סידורים, און ער פילט פאר וויכטיג ביי שלש סעודות אינמיטן שמועסן צו אויפמישן די סידור פארנט פון יעדעם און מאכן א מינוט’גע בורא פרי הגפן.
יא וואספארא שייכות האט דאס מיט מענטל העלט? אפשר בעלי גאוה זענען זיי, ובעיקר נישט דיין קאפ אוו טי
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:14 pm
דורך בינת הלב
אחת למעלה האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 5:00 pm
צק
איך וואק אוועק פון אזא איינעם, און איך שיק פאר זיינע ארומיגע די מענטעל קריזיס נומבער.
פארוואס זאג איך ווייל כ’האב לעטלי געזען צוויי חברה וואס האבן אנגעהויבן ארום רייטן מיט זאנע דיקע סידורים, און ער פילט פאר וויכטיג ביי שלש סעודות אינמיטן שמועסן צו אויפמישן די סידור פארנט פון יעדעם און מאכן א מינוט’גע בורא פרי הגפן.
איך פארשטיי נישט.
ווען איינער דמיונ'ט אז ער האט געלט, ווען איינער דמיונ'ט אז ער איז קלוג, ווען איינער דמיונ'ט אז ער איז שטארק, ווען איינער דמיונ'ט אז ער קען לערנען, ווען איינער דמיונ'ט אז ער איז קריעטיוו געלונגען און וואס נישט, שיקסטו אויך פאר זיינע ארומיגע די מענטעל קריזיס נומבער (וואט עווער דעט מיענס)?!
אויב איינער רעדט זיך איין אז ער קען אביסל די קליינע אותיות און ער טוט עס אין פובליק (עפעס טריגערט דיך) איז ער שוין גלייך א מענטל משוגע'נער?! אויב איינער רעדט זיך איין אז ער קען זיין א מורה הוראה ווייל ער קען אביסל לערנען און ענטפערט שאלות פאר מענטשן איז ער שוין א מענטל משוגע'נער?!
ווען איינער זיצט ביי שלש סעודות און ער עפענט אינמיטן של"ס אין פארנט פון יעדן א טייטש סידור און מאכט א מינוט'יגע בורא פרי הגפן, ווען איינער זיצט ביי א סעודת חתונה של"ס קידוש און עפענט א שולחן ערוך אין מאכט זיך ווי ער איז מעיין... שיקסטו אויך פאר זייערע ארומיגע די מענטל קריזיס נומבער?!
בסך הכל איז נאך א חלק פון יודישקייט וואס א געוויסע חלק פון כלל ישראל זוכט דארט זייער אידיענטעטי און סיפוק. מען ברויך פארגינען.
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:16 pm
דורך ענותן
צום קעפל
פרעג אים צו ער איז מקיים די תקנות פון הרה"ק ר' חיים וויטאל געברענגט אין ספה"ק סור מרע ועשה טוב
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:16 pm
דורך בינת הלב
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 5:16 pm
צ"ק
מען לאכט
וואס איז די געלעכטער?! פארוואס לאכן פון א צווייטן איד אין פנים אריין?!
ממה נפשך איז יענער א בעל דמיון וועט דיין לאכן אים נאר מאכן טיפער אריינקריכען אין זיין דמיון נישט ווינציגער - היות ער דמיונ'ט דאך דאס ווייל ער וויל שפירן ווי עפעס א יש.
און אויב האט ער טאקע עפעס א יכולת - טא וואס איז די געלעכטער?! אדרבה, נוץ עס אויס... פרעג אים דיינע פראגעס ווילאנג ער טוט עס נאך אומזינסט...
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:20 pm
דורך דער תהלים איד
בינת הלב האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:16 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 5:16 pm
צ"ק
מען לאכט
וואס איז די געלעכטער?! פארוואס לאכן פון א צווייטן איד אין פנים אריין?!
ממה נפשך איז יענער א בעל דמיון וועט דיין לאכן אים נאר מאכן טיפער אריינקריכען אין זיין דמיון נישט ווינציגער - היות ער דמיונ'ט דאך דאס ווייל ער וויל שפירן ווי עפעס א יש.
איך וועל ענטפערן במקום
@צווייזייטיג אויב איך מעג.
די סיבה פון לאכן איז, כדי נישט צו ווערן פארכאפט אין שיגעון. מ'מיינט נישט יענעם חלילה, מ'לאכט ווען יענער זעט נישט.
בינת הלב האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:16 pm
און אויב האט ער טאקע עפעס א יכולת - טא וואס איז די געלעכטער?! אדרבה, נוץ עס אויס... פרעג אים דיינע פראגעס ווילאנג ער טוט עס נאך אומזינסט...
פראבלעם איז, אז אויב מען פרעגט קען מען נאך ווערן איינגערעדט און ח"ו פאסן החלטות לפי זה.
ס'דא הונדערטער אידן וואס זאגן נעבעך אפ שידוכים און לאזן די קינ דער אלט ווערן צוליב אזעלכע גליקליכע לעבנס-הילף מענטשן. נעבעך.
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:22 pm
דורך ענותן
ענותן האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:16 pm
צום קעפל
פרעג אים צו ער איז מקיים די תקנות פון הרה"ק ר' חיים וויטאל געברענגט אין ספה"ק סור מרע ועשה טוב
![רח''וו_page-0001[1].jpg](./download/file.php?id=10224)
- רח''וו_page-0001[1].jpg (244.93 KiB) געזען געווארן 610 מאל
![רח''וו_page-0002[1].jpg](./download/file.php?id=10225)
- רח''וו_page-0002[1].jpg (221.33 KiB) געזען געווארן 610 מאל
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:02 pm
דורך מסתמא
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 10:06 am
וואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 10:02 am
ס'דא מענטשן וואס האבן די כוחות פון נאטור!
ריכטיג.
1) און עס האט גארנישט מיט קדושה.
2) און מ'קען זיך גוט נער'ן.
איך האב געהאט א יונגערמאן אין ביהמ”ד אלץ בחור (אן ערליכער) ביי וועמען כהאב געהעריג געזעהן תפיסת מחשבה, אבער שרעקעדיג.. ער האט געוויסט אלעס.
אפשר האט ער עס נאטורליך? גראדע אויבן אויף איז ער א פשוטער און מאדנער מענטש אבער פארט לייגט ער אראפ אן עבודה היבש ווי א צדיק.. סאו איי ריעלי דאונט קנאו..
היינט צוטאגס זאג איך בשיטה אז דאס אלעס איז דמיונות און שגיונות, פשוט ווייל מקען נישט לעבן אזוי. אן ערליכער איד מיינט אן ערליכער איד, איינמאל מגייט אין די ל”ו צדיקים און צדיקי נסתר טערעטאריע קומט מען אן אין עולם התוהו, בעסער בשיטה פארזעהן די באהאלטענע אמתע צדיקים ווי ווערן אנגעבינדן אין קולט פירער און סקיצאפרענישע משוגעים, ליידער איז עס רוב מאל דמיונות. א רב/דיין/רבי מיט תורה’דיגע קרידענשאלס, ווי מזאגט, אט דאס מיינט אן ערליכער איד.. מקען נישט זוכן אין די בונקערס. אחת מיני אלף איז מזלדיג דארטן.. נאר מיט נגלה קען מען טרעטן פארזיכערטערהייט. ע”ד.
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:05 pm
דורך מסתמא
טובי' שרייבער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 2:48 pm
מ'לאכט זיך אויס און מ'גייט ווייטער....
גראדע איז שטארק מעגליך אז יענער גייט אין די דירעקציע פון א נערוון אטאקע אדער סקיצאפרעניע, מדארף זעהן צו יענער עקט פולשטענדיג נארמאל און איז אין רעאליטעט. טאמער נישט קען מען ראטעווען דורות טאמער מאכט מען א ויצעקו בעוד מועד צו יענעמס משפחה, חבירים, מורה דרך.
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:09 pm
דורך מסתמא
אחת למעלה האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 5:00 pm
צק
איך וואק אוועק פון אזא איינעם, און איך שיק פאר זיינע ארומיגע די מענטעל קריזיס נומבער.
פארוואס זאג איך ווייל כ’האב לעטלי געזען צוויי חברה וואס האבן אנגעהויבן ארום רייטן מיט זאנע דיקע סידורים, און ער פילט פאר וויכטיג ביי שלש סעודות אינמיטן שמועסן צו אויפמישן די סידור פארנט פון יעדעם און מאכן א מינוט’גע בורא פרי הגפן.

יא יא.. יעדע תפילה האט אן עקסטערע סידור פאר זיך.. האמיר געזעהן דאס לעצטנס ביי א לכאורה נארמאלער מענטש. אבער וואו זענען אונזערע רבי’ס געווען? נעבעך זיי האבן נישט געוויסט..
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:11 pm
דורך מאטאווירט
אין ישיבה האמיר געהאט א בחור וואס האט געקענט זיך אראפשטעלן זאגן פאר איינעם אין פנים אריין זעק מיט דעטאלן פון יענעמ'ס פערזענליכע לעבן.
נישט ממש קיין פרטי פרטים, אבער אזעלכע זאכן ווי "ביי די 6 יאר האט דיר איינער געטשעפעט און דו קענסט אים נאכאלץ נישט פארגעבן" אדער "פלעגסט אמאל זיין א שטארקע כעסן און האסט געארבעט דערויף" אדער סתם דורכגענג ווי "ביי די 10 יאר איז אוועק פון די וועלט איינער מיט וועמען דו האסט געהאט א נאנטע קשר און האסט געשפירט א חלל".
ער פלעגט גראדע דא דארט אריינשמירן מוסר פארציעס...
געווען גאנץ איינגענעם אים צו נעמען אויף א קרייץ פארהער.
עפעס האט עס געהייסן אז ער טוט עס מיט ענערדזשי ווייסעכוואס.. איך האב שוין כמה פעמים געטרייט צו טרונקען ענערדזשי דרינקס און פארזאגן עתידות, ס'האציך קיינמאל נישט אויסגעארבעט מער ווי דאס אז מיין מאגן גערעדט - נישט ממש עתידות...
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:15 pm
דורך דבוק אין צדיק
מאטאווירט האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:11 pm

כ’זעה אז דו זאגסט פאר עתידות
מאטאווירט האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:04 pm
צו דיין פראגע וואס די אינגעלייט גייען טון? דעם אמת איז זייער ווייטאגליך און שווער צו טראכטן... ליידער וועלן בדרך הטבע אסאך אינגעלייט - ווי מ'זאגט אויף אידיש - אנזעצן!
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:25 pm
דורך תינוק הבורח
בינת הלב האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:14 pm
אחת למעלה האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 5:00 pm
צק
איך וואק אוועק פון אזא איינעם, און איך שיק פאר זיינע ארומיגע די מענטעל קריזיס נומבער.
פארוואס זאג איך ווייל כ’האב לעטלי געזען צוויי חברה וואס האבן אנגעהויבן ארום רייטן מיט זאנע דיקע סידורים, און ער פילט פאר וויכטיג ביי שלש סעודות אינמיטן שמועסן צו אויפמישן די סידור פארנט פון יעדעם און מאכן א מינוט’גע בורא פרי הגפן.
איך פארשטיי נישט.
ווען איינער דמיונ'ט אז ער האט געלט, ווען איינער דמיונ'סט אז ער איז קלוג, ווען איינער דמיונ'ט אז ער איז שטארק, ווען איינער דמיונ'ט אז ער קען לערנען, ווען איינער דמיונ'ט אז ער איז קריעטיוו געלונגען און וואס נישט, שיקסטו אויך פאר זיינע ארומיגע די מענטעל קריזיס נומבער (וואט עווער דעט מיענס)?!
אויב איינער רעדט זיך איין אז ער קען אביסל די קליינע אותיות און ער טוט עס אין פובליק (עפעס טריגערט דיך) איז ער שוין גלייך א מענטל משוגע'נער?! אויב איינער רעדט זיך איין אז ער קען זיין א מורה הוראה ווייל ער קען אביסל לערנען און ענטפערט שאלות פאר מענטשן איז ער שוין א מענטל משוגע'נער?!
ווען איינער זיצט ביי שלש סעודות און ער עפענט אינמיטן של"ס אין פארנט פון יעדן א טייטש סידור און מאכט א מינוט'יגע בורא פרי הגפן, ווען איינער זיצט ביי א סעודת חתונה של"ס קידוש און עפענט א שולחן ערוך אין מאכט זיך ווי ער איז מעיין... שיקסטו אויך פאר זייערע ארומיגע די מענטל קריזיס נומבער?!
בסך הכל איז נאך א חלק פון יודישקייט וואס א געוויסע חלק פון כלל ישראל זוכט דארט זייער אידיענטעטי און סיפוק. מען ברויך פארגינען.
איך וואלט די אלע בעלי דמיונות וואס דו האסט אויסגערעכנט געשיקט פאר גייסטישע הילף.
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:29 pm
דורך אחת למעלה
מאטאווירט האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:11 pm
אין ישיבה האמיר געהאט א בחור וואס האט געקענט זיך אראפשטעלן זאגן פאר איינעם אין פנים אריין זעק מיט דעטאלן פון יענעמ'ס פערזענליכע לעבן.
נישט ממש קיין פרטי פרטים, אבער אזעלכע זאכן ווי "ביי די 6 יאר האט דיר איינער געטשעפעט און דו קענסט אים נאכאלץ נישט פארגעבן" אדער "פלעגסט אמאל זיין א שטארקע כעסן און האסט געארבעט דערויף" אדער סתם דורכגענג ווי "ביי די 10 יאר איז אוועק פון די וועלט איינער מיט וועמען דו האסט געהאט א נאנטע קשר און האסט געשפירט א חלל".
ער פלעגט גראדע דא דארט אריינשמירן מוסר פארציעס...
געווען גאנץ איינגענעם אים צו נעמען אויף א קרייץ פארהער.
עפעס האט עס געהייסן אז ער טוט עס מיט ענערדזשי ווייסעכוואס.. איך האב שוין כמה פעמים געטרייט צו טרונקען ענערדזשי דרינקס און פארזאגן עתידות, ס'האציך קיינמאל נישט אויסגעארבעט מער ווי דאס אז מיין מאגן גערעדט - נישט ממש עתידות...
ענערדזשי דרינקס

Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:41 pm
דורך דער תהלים איד
דער חכם האט נישט אריינגעלייגט אין זיין ענערדזשי דרינק אביסל סי.בי.די. אויסגעמישט מיט טענענהאלץ, מיט א שפריץ פון ווייטאמין וואסער פון טשיינע טאון, און ער ערווארט נאך רעזולטאטן.
צום ענין, ווי @מסתמא זאגט, דער אמת איז אז ס'איז דא געוויסע מענטשן מיט געוויסע כוחות, אבער פגיעתן רע. אז מען הייבט אן פאלט מען אריין אין די 90% דמיונות וואס נעמען ארום די דאזיגע מארקעט. בדוק ומנוסה...
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 11:00 pm
דורך איד
מ'וואלט געדארפט עפענען א אשכול איבער די כח פון ענערזשי
ס'איז דא טויזענטע וואס שווערען זיך אין דעם, און ס'איז דא זייער אסאך היימישע וואס טוהען נישט קיין שום גרויסע זאך צ.ב.ש. שידוכים און פארשידענע געזונהייט אישויס נאר נאכן זיך דארעך רעדען מיט איינער וואס האט די כח
ס'איז באמת א גרויסע נושא ס'איז דא אין דעם צענדליגע חלקים מקצה אל הקצה
ס'איז דא אפאר באקאנטע פיגורין אויף דעם וואס די היימישע עולם ניצט אידישע און להבדיל...
איך בין נישט אזוי באהאווענט אין דעם, אבער איך ווייס פון אזעלעכע וואס שווערען זיך אין דעם, און זעהן עס פאר א מציאות
Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 12:51 am
דורך בינת הלב
מסתמא האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:02 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 10:06 am
וואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 10:02 am
ס'דא מענטשן וואס האבן די כוחות פון נאטור!
ריכטיג.
1) און עס האט גארנישט מיט קדושה.
2) און מ'קען זיך גוט נער'ן.
איך האב געהאט א יונגערמאן אין ביהמ”ד אלץ בחור (אן ערליכער) ביי וועמען כהאב געהעריג געזעהן תפיסת מחשבה, אבער שרעקעדיג.. ער האט געוויסט אלעס.
אפשר האט ער עס נאטורליך? גראדע אויבן אויף איז ער א פשוטער און מאדנער מענטש אבער פארט לייגט ער אראפ אן עבודה היבש ווי א צדיק.. סאו איי ריעלי דאונט קנאו..
היינט צוטאגס זאג איך בשיטה אז דאס אלעס איז דמיונות און שגיונות, פשוט ווייל מקען נישט לעבן אזוי. אן ערליכער איד מיינט אן ערליכער איד, איינמאל מגייט אין די ל”ו צדיקים און צדיקי נסתר טערעטאריע קומט מען אן אין עולם התוהו, בעסער בשיטה פארזעהן די באהאלטענע אמתע צדיקים ווי ווערן אנגעבינדן אין קולט פירער און סקיצאפרענישע משוגעים, ליידער איז עס רוב מאל דמיונות. א רב/דיין/רבי מיט תורה’דיגע קרידענשאלס, ווי מזאגט, אט דאס מיינט אן ערליכער איד.. מקען נישט זוכן אין די בונקערס. אחת מיני אלף איז מזלדיג דארטן.. נאר מיט נגלה קען מען טרעטן פארזיכערטערהייט. ע”ד.
ביסט גערעכט לגבי כוחות און דיע זאכן, אבער נישט לגבי תורת הנסתר.
בכלל זעה איך אין דעם אשכול רוב מאכן דיזע קוגל פון כוחות און תורת הנסתר, זיי זענען צוויי זאכן לחלוטין, על אף עס קען זיך צוזאמקומען, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך פארוואס און ווען.
און ווי די לשון פון הייליגן קאליסקער אויף תורת החב"ד וועלעכע האט אפגעלערנט תורת הקבלה אינאיינעם מיט תורת הנסתר: הגם שהכל הולך אל מקום [אחד] - לשון תורה (תורת הנסתר) לחוד ולשון חכמים (תורת הבעש"ט) לחוד.