וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3631
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5885

Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?

פאוסט דורך וואוילער »

אה, דיין פרענד הייסט אויך יואלי.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
*
Make yidtish great again!‎
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6303
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14383

Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 2:08 pm אה, דיין פרענד הייסט אויך יואלי.
ווייסטאך, מ'מעג זיין א פרענד מיט זיך אליינס אויך.

הפנים, איך ווארט צו הערן ווען משיח קומט, און ווען מיין נשמה גייט ווערן רייך.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6303
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14383

Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שלמה בן יוסף האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 2:00 am
א באזונדערע גוטע עצה איז... אויסצוהערן דעם אינטערוויו מיט אלימלך לאנדא פון לאנדאן.

ס'ווארפט גאנץ א שיינעם ליכט וויאזוי עס ארבעט דאס 'צוטרעפן' יענעמס מחשבות, מידות, אא"וו...

https://www.yiddish24.com/interviews/12/36848
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3631
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5885

Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?

פאוסט דורך וואוילער »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 3:29 pm
שלמה בן יוסף האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 2:00 am
א באזונדערע גוטע עצה איז... אויסצוהערן דעם אינטערוויו מיט אלימלך לאנדא פון לאנדאן.

ס'ווארט גאנץ א שיינעם ליכט וויאזוי עס ארבעט דאס 'צוטרעפן' יענעמס מחשבות, מידות, אא"וו...

https://www.yiddish24.com/interviews/12/36848
ער זאגט פיין
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
*
Make yidtish great again!‎
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6303
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14383

Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:27 pm
שלמה בן יוסף האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 11:24 pm שווין ער זאגט מיר אז אויב איך וויל איז ער גרייט צו ליינען איינעמ'ס נאמען בחינם אין כסף פונעם עולם דא
ביטע שיקן אין אישי '''אייער''' נאמען (פולער נאמען ושם אימו)[ ער איזנישט א סאטמארא סאו מ'דארף נישט זארגן אז איינער ועט געוואר ווערן ] וכל הקודם זכה!
יואל בן מלכה

ביטע צוריקקומען דא מיט'ן רעפארט. ייש"כ.
נו??
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1363
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2152

Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?

פאוסט דורך נפתלי »

@שלמה בן יוסף ער קען זאגן עתידות?
אוועיטער
אחת למעלה
חבר המערכת
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:55 pm
x 326

Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?

פאוסט דורך אחת למעלה »

צק

איך וואק אוועק פון אזא איינעם, און איך שיק פאר זיינע ארומיגע די מענטעל קריזיס נומבער.

פארוואס זאג איך ווייל כ’האב לעטלי געזען צוויי חברה וואס האבן אנגעהויבן ארום רייטן מיט זאנע דיקע סידורים, און ער פילט פאר וויכטיג ביי שלש סעודות אינמיטן שמועסן צו אויפמישן די סידור פארנט פון יעדעם און מאכן א מינוט’גע בורא פרי הגפן.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1033
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 618

Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?

פאוסט דורך צווייזייטיג »

צ"ק

מען לאכט
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1363
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2152

Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?

פאוסט דורך נפתלי »

איך גלייך זייער די סארט אידן, איך גיי אסאך צו אזאנע אידן, אבער נאר איינער האט מיר אפגעקויפט אין איך גיי צו עם כסדר, אנדערע בין איך געווען איינס אדער צוויי מאל.
ווי קען מען טרעפן דעם איד?
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 487
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 872

Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?

פאוסט דורך צווייטער »

אחת למעלה האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 5:00 pm צק

איך וואק אוועק פון אזא איינעם, און איך שיק פאר זיינע ארומיגע די מענטעל קריזיס נומבער.

פארוואס זאג איך ווייל כ’האב לעטלי געזען צוויי חברה וואס האבן אנגעהויבן ארום רייטן מיט זאנע דיקע סידורים, און ער פילט פאר וויכטיג ביי שלש סעודות אינמיטן שמועסן צו אויפמישן די סידור פארנט פון יעדעם און מאכן א מינוט’גע בורא פרי הגפן.
יא וואספארא שייכות האט דאס מיט מענטל העלט? אפשר בעלי גאוה זענען זיי, ובעיקר נישט דיין קאפ אוו טי
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
בינת הלב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:59 pm
x 152

Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?

פאוסט דורך בינת הלב »

אחת למעלה האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 5:00 pm צק

איך וואק אוועק פון אזא איינעם, און איך שיק פאר זיינע ארומיגע די מענטעל קריזיס נומבער.

פארוואס זאג איך ווייל כ’האב לעטלי געזען צוויי חברה וואס האבן אנגעהויבן ארום רייטן מיט זאנע דיקע סידורים, און ער פילט פאר וויכטיג ביי שלש סעודות אינמיטן שמועסן צו אויפמישן די סידור פארנט פון יעדעם און מאכן א מינוט’גע בורא פרי הגפן.
איך פארשטיי נישט.

ווען איינער דמיונ'ט אז ער האט געלט, ווען איינער דמיונ'ט אז ער איז קלוג, ווען איינער דמיונ'ט אז ער איז שטארק, ווען איינער דמיונ'ט אז ער קען לערנען, ווען איינער דמיונ'ט אז ער איז קריעטיוו געלונגען און וואס נישט, שיקסטו אויך פאר זיינע ארומיגע די מענטעל קריזיס נומבער (וואט עווער דעט מיענס)?!

אויב איינער רעדט זיך איין אז ער קען אביסל די קליינע אותיות און ער טוט עס אין פובליק (עפעס טריגערט דיך) איז ער שוין גלייך א מענטל משוגע'נער?! אויב איינער רעדט זיך איין אז ער קען זיין א מורה הוראה ווייל ער קען אביסל לערנען און ענטפערט שאלות פאר מענטשן איז ער שוין א מענטל משוגע'נער?!

ווען איינער זיצט ביי שלש סעודות און ער עפענט אינמיטן של"ס אין פארנט פון יעדן א טייטש סידור און מאכט א מינוט'יגע בורא פרי הגפן, ווען איינער זיצט ביי א סעודת חתונה של"ס קידוש און עפענט א שולחן ערוך אין מאכט זיך ווי ער איז מעיין... שיקסטו אויך פאר זייערע ארומיגע די מענטל קריזיס נומבער?!

בסך הכל איז נאך א חלק פון יודישקייט וואס א געוויסע חלק פון כלל ישראל זוכט דארט זייער אידיענטעטי און סיפוק. מען ברויך פארגינען.
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 484
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 433

Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?

פאוסט דורך ענותן »

צום קעפל
פרעג אים צו ער איז מקיים די תקנות פון הרה"ק ר' חיים וויטאל געברענגט אין ספה"ק סור מרע ועשה טוב
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
אוועיטער
בינת הלב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:59 pm
x 152

Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?

פאוסט דורך בינת הלב »

צווייזייטיג האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 5:16 pm צ"ק

מען לאכט
וואס איז די געלעכטער?! פארוואס לאכן פון א צווייטן איד אין פנים אריין?!

ממה נפשך איז יענער א בעל דמיון וועט דיין לאכן אים נאר מאכן טיפער אריינקריכען אין זיין דמיון נישט ווינציגער - היות ער דמיונ'ט דאך דאס ווייל ער וויל שפירן ווי עפעס א יש.

און אויב האט ער טאקע עפעס א יכולת - טא וואס איז די געלעכטער?! אדרבה, נוץ עס אויס... פרעג אים דיינע פראגעס ווילאנג ער טוט עס נאך אומזינסט...
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6303
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14383

Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בינת הלב האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:16 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 5:16 pm צ"ק

מען לאכט
וואס איז די געלעכטער?! פארוואס לאכן פון א צווייטן איד אין פנים אריין?!

ממה נפשך איז יענער א בעל דמיון וועט דיין לאכן אים נאר מאכן טיפער אריינקריכען אין זיין דמיון נישט ווינציגער - היות ער דמיונ'ט דאך דאס ווייל ער וויל שפירן ווי עפעס א יש.
איך וועל ענטפערן במקום @צווייזייטיג אויב איך מעג.

די סיבה פון לאכן איז, כדי נישט צו ווערן פארכאפט אין שיגעון. מ'מיינט נישט יענעם חלילה, מ'לאכט ווען יענער זעט נישט. :cry:

בינת הלב האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:16 pm און אויב האט ער טאקע עפעס א יכולת - טא וואס איז די געלעכטער?! אדרבה, נוץ עס אויס... פרעג אים דיינע פראגעס ווילאנג ער טוט עס נאך אומזינסט...
פראבלעם איז, אז אויב מען פרעגט קען מען נאך ווערן איינגערעדט און ח"ו פאסן החלטות לפי זה.

ס'דא הונדערטער אידן וואס זאגן נעבעך אפ שידוכים און לאזן די קינ דער אלט ווערן צוליב אזעלכע גליקליכע לעבנס-הילף מענטשן. נעבעך.
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 484
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 433

Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?

פאוסט דורך ענותן »

ענותן האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:16 pm צום קעפל
פרעג אים צו ער איז מקיים די תקנות פון הרה"ק ר' חיים וויטאל געברענגט אין ספה"ק סור מרע ועשה טוב
רח''וו_page-0001[1].jpg
רח''וו_page-0001[1].jpg (244.93 KiB) געזען געווארן 608 מאל
רח''וו_page-0002[1].jpg
רח''וו_page-0002[1].jpg (221.33 KiB) געזען געווארן 608 מאל
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1456
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4611

Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?

פאוסט דורך מסתמא »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 10:06 am
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 10:02 am ס'דא מענטשן וואס האבן די כוחות פון נאטור!
ריכטיג.

1) און עס האט גארנישט מיט קדושה.

2) און מ'קען זיך גוט נער'ן.
איך האב געהאט א יונגערמאן אין ביהמ”ד אלץ בחור (אן ערליכער) ביי וועמען כהאב געהעריג געזעהן תפיסת מחשבה, אבער שרעקעדיג.. ער האט געוויסט אלעס.
אפשר האט ער עס נאטורליך? גראדע אויבן אויף איז ער א פשוטער און מאדנער מענטש אבער פארט לייגט ער אראפ אן עבודה היבש ווי א צדיק.. סאו איי ריעלי דאונט קנאו..

היינט צוטאגס זאג איך בשיטה אז דאס אלעס איז דמיונות און שגיונות, פשוט ווייל מקען נישט לעבן אזוי. אן ערליכער איד מיינט אן ערליכער איד, איינמאל מגייט אין די ל”ו צדיקים און צדיקי נסתר טערעטאריע קומט מען אן אין עולם התוהו, בעסער בשיטה פארזעהן די באהאלטענע אמתע צדיקים ווי ווערן אנגעבינדן אין קולט פירער און סקיצאפרענישע משוגעים, ליידער איז עס רוב מאל דמיונות. א רב/דיין/רבי מיט תורה’דיגע קרידענשאלס, ווי מזאגט, אט דאס מיינט אן ערליכער איד.. מקען נישט זוכן אין די בונקערס. אחת מיני אלף איז מזלדיג דארטן.. נאר מיט נגלה קען מען טרעטן פארזיכערטערהייט. ע”ד.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)

טובי' שרייבער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 2:48 pm מ'לאכט זיך אויס און מ'גייט ווייטער....
גראדע איז שטארק מעגליך אז יענער גייט אין די דירעקציע פון א נערוון אטאקע אדער סקיצאפרעניע, מדארף זעהן צו יענער עקט פולשטענדיג נארמאל און איז אין רעאליטעט. טאמער נישט קען מען ראטעווען דורות טאמער מאכט מען א ויצעקו בעוד מועד צו יענעמס משפחה, חבירים, מורה דרך.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1456
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4611

Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?

פאוסט דורך מסתמא »

אחת למעלה האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 5:00 pm צק

איך וואק אוועק פון אזא איינעם, און איך שיק פאר זיינע ארומיגע די מענטעל קריזיס נומבער.

פארוואס זאג איך ווייל כ’האב לעטלי געזען צוויי חברה וואס האבן אנגעהויבן ארום רייטן מיט זאנע דיקע סידורים, און ער פילט פאר וויכטיג ביי שלש סעודות אינמיטן שמועסן צו אויפמישן די סידור פארנט פון יעדעם און מאכן א מינוט’גע בורא פרי הגפן.
👍
יא יא.. יעדע תפילה האט אן עקסטערע סידור פאר זיך.. האמיר געזעהן דאס לעצטנס ביי א לכאורה נארמאלער מענטש. אבער וואו זענען אונזערע רבי’ס געווען? נעבעך זיי האבן נישט געוויסט..
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 648
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 883

Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?

פאוסט דורך מאטאווירט »

אין ישיבה האמיר געהאט א בחור וואס האט געקענט זיך אראפשטעלן זאגן פאר איינעם אין פנים אריין זעק מיט דעטאלן פון יענעמ'ס פערזענליכע לעבן.
נישט ממש קיין פרטי פרטים, אבער אזעלכע זאכן ווי "ביי די 6 יאר האט דיר איינער געטשעפעט און דו קענסט אים נאכאלץ נישט פארגעבן" אדער "פלעגסט אמאל זיין א שטארקע כעסן און האסט געארבעט דערויף" אדער סתם דורכגענג ווי "ביי די 10 יאר איז אוועק פון די וועלט איינער מיט וועמען דו האסט געהאט א נאנטע קשר און האסט געשפירט א חלל".
ער פלעגט גראדע דא דארט אריינשמירן מוסר פארציעס...

געווען גאנץ איינגענעם אים צו נעמען אויף א קרייץ פארהער.

עפעס האט עס געהייסן אז ער טוט עס מיט ענערדזשי ווייסעכוואס.. איך האב שוין כמה פעמים געטרייט צו טרונקען ענערדזשי דרינקס און פארזאגן עתידות, ס'האציך קיינמאל נישט אויסגעארבעט מער ווי דאס אז מיין מאגן גערעדט - נישט ממש עתידות...
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 250

Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

מאטאווירט האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:11 pm אין ישיבה האמיר געהאט א בחור וואס האט געקענט זיך אראפשטעלן זאגן פאר איינעם אין פנים אריין זעק מיט דעטאלן פון יענעמ'ס פערזענליכע לעבן.
נישט ממש קיין פרטי פרטים, אבער אזעלכע זאכן ווי "ביי די 6 יאר האט דיר איינער געטשעפעט און דו קענסט אים נאכאלץ נישט פארגעבן" אדער "פלעגסט אמאל זיין א שטארקע כעסן און האסט געארבעט דערויף" אדער סתם דורכגענג ווי "ביי די 10 יאר איז אוועק פון די וועלט איינער מיט וועמען דו האסט געהאט א נאנטע קשר און האסט געשפירט א חלל".
ער פלעגט גראדע דא דארט אריינשמירן מוסר פארציעס...

געווען גאנץ איינגענעם אים צו נעמען אויף א קרייץ פארהער.

עפעס האט עס געהייסן אז ער טוט עס מיט ענערדזשי ווייסעכוואס.. איך האב שוין כמה פעמים געטרייט צו טרונקען ענערדזשי דרינקס און פארזאגן עתידות, ס'האציך קיינמאל נישט אויסגעארבעט מער ווי דאס אז מיין מאגן גערעדט - נישט ממש עתידות...
כ’זעה אז דו זאגסט פאר עתידות :)
מאטאווירט האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:04 pm
צו דיין פראגע וואס די אינגעלייט גייען טון? דעם אמת איז זייער ווייטאגליך און שווער צו טראכטן... ליידער וועלן בדרך הטבע אסאך אינגעלייט - ווי מ'זאגט אויף אידיש - אנזעצן!
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 548
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 475

Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?

פאוסט דורך תינוק הבורח »

בינת הלב האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:14 pm
אחת למעלה האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 5:00 pm צק

איך וואק אוועק פון אזא איינעם, און איך שיק פאר זיינע ארומיגע די מענטעל קריזיס נומבער.

פארוואס זאג איך ווייל כ’האב לעטלי געזען צוויי חברה וואס האבן אנגעהויבן ארום רייטן מיט זאנע דיקע סידורים, און ער פילט פאר וויכטיג ביי שלש סעודות אינמיטן שמועסן צו אויפמישן די סידור פארנט פון יעדעם און מאכן א מינוט’גע בורא פרי הגפן.
איך פארשטיי נישט.

ווען איינער דמיונ'ט אז ער האט געלט, ווען איינער דמיונ'סט אז ער איז קלוג, ווען איינער דמיונ'ט אז ער איז שטארק, ווען איינער דמיונ'ט אז ער קען לערנען, ווען איינער דמיונ'ט אז ער איז קריעטיוו געלונגען און וואס נישט, שיקסטו אויך פאר זיינע ארומיגע די מענטעל קריזיס נומבער (וואט עווער דעט מיענס)?!

אויב איינער רעדט זיך איין אז ער קען אביסל די קליינע אותיות און ער טוט עס אין פובליק (עפעס טריגערט דיך) איז ער שוין גלייך א מענטל משוגע'נער?! אויב איינער רעדט זיך איין אז ער קען זיין א מורה הוראה ווייל ער קען אביסל לערנען און ענטפערט שאלות פאר מענטשן איז ער שוין א מענטל משוגע'נער?!

ווען איינער זיצט ביי שלש סעודות און ער עפענט אינמיטן של"ס אין פארנט פון יעדן א טייטש סידור און מאכט א מינוט'יגע בורא פרי הגפן, ווען איינער זיצט ביי א סעודת חתונה של"ס קידוש און עפענט א שולחן ערוך אין מאכט זיך ווי ער איז מעיין... שיקסטו אויך פאר זייערע ארומיגע די מענטל קריזיס נומבער?!

בסך הכל איז נאך א חלק פון יודישקייט וואס א געוויסע חלק פון כלל ישראל זוכט דארט זייער אידיענטעטי און סיפוק. מען ברויך פארגינען.
איך וואלט די אלע בעלי דמיונות וואס דו האסט אויסגערעכנט געשיקט פאר גייסטישע הילף.
אוועיטער
אחת למעלה
חבר המערכת
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:55 pm
x 326

Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?

פאוסט דורך אחת למעלה »

מאטאווירט האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:11 pm אין ישיבה האמיר געהאט א בחור וואס האט געקענט זיך אראפשטעלן זאגן פאר איינעם אין פנים אריין זעק מיט דעטאלן פון יענעמ'ס פערזענליכע לעבן.
נישט ממש קיין פרטי פרטים, אבער אזעלכע זאכן ווי "ביי די 6 יאר האט דיר איינער געטשעפעט און דו קענסט אים נאכאלץ נישט פארגעבן" אדער "פלעגסט אמאל זיין א שטארקע כעסן און האסט געארבעט דערויף" אדער סתם דורכגענג ווי "ביי די 10 יאר איז אוועק פון די וועלט איינער מיט וועמען דו האסט געהאט א נאנטע קשר און האסט געשפירט א חלל".
ער פלעגט גראדע דא דארט אריינשמירן מוסר פארציעס...

געווען גאנץ איינגענעם אים צו נעמען אויף א קרייץ פארהער.

עפעס האט עס געהייסן אז ער טוט עס מיט ענערדזשי ווייסעכוואס.. איך האב שוין כמה פעמים געטרייט צו טרונקען ענערדזשי דרינקס און פארזאגן עתידות, ס'האציך קיינמאל נישט אויסגעארבעט מער ווי דאס אז מיין מאגן גערעדט - נישט ממש עתידות...
ענערדזשי דרינקס :lol: :lol:
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6303
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14383

Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער חכם האט נישט אריינגעלייגט אין זיין ענערדזשי דרינק אביסל סי.בי.די. אויסגעמישט מיט טענענהאלץ, מיט א שפריץ פון ווייטאמין וואסער פון טשיינע טאון, און ער ערווארט נאך רעזולטאטן.

צום ענין, ווי @מסתמא זאגט, דער אמת איז אז ס'איז דא געוויסע מענטשן מיט געוויסע כוחות, אבער פגיעתן רע. אז מען הייבט אן פאלט מען אריין אין די 90% דמיונות וואס נעמען ארום די דאזיגע מארקעט. בדוק ומנוסה...
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 653
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 725

Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?

פאוסט דורך איד »

מ'וואלט געדארפט עפענען א אשכול איבער די כח פון ענערזשי

ס'איז דא טויזענטע וואס שווערען זיך אין דעם, און ס'איז דא זייער אסאך היימישע וואס טוהען נישט קיין שום גרויסע זאך צ.ב.ש. שידוכים און פארשידענע געזונהייט אישויס נאר נאכן זיך דארעך רעדען מיט איינער וואס האט די כח

ס'איז באמת א גרויסע נושא ס'איז דא אין דעם צענדליגע חלקים מקצה אל הקצה
ס'איז דא אפאר באקאנטע פיגורין אויף דעם וואס די היימישע עולם ניצט אידישע און להבדיל...

איך בין נישט אזוי באהאווענט אין דעם, אבער איך ווייס פון אזעלעכע וואס שווערען זיך אין דעם, און זעהן עס פאר א מציאות
אוועיטער
בינת הלב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:59 pm
x 152

Re: וואס טוט מען ווען איינער זאגט אז ער איז א מקובל?

פאוסט דורך בינת הלב »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:02 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 10:06 am
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 10:02 am ס'דא מענטשן וואס האבן די כוחות פון נאטור!
ריכטיג.

1) און עס האט גארנישט מיט קדושה.

2) און מ'קען זיך גוט נער'ן.
איך האב געהאט א יונגערמאן אין ביהמ”ד אלץ בחור (אן ערליכער) ביי וועמען כהאב געהעריג געזעהן תפיסת מחשבה, אבער שרעקעדיג.. ער האט געוויסט אלעס.

אפשר האט ער עס נאטורליך? גראדע אויבן אויף איז ער א פשוטער און מאדנער מענטש אבער פארט לייגט ער אראפ אן עבודה היבש ווי א צדיק.. סאו איי ריעלי דאונט קנאו..

היינט צוטאגס זאג איך בשיטה אז דאס אלעס איז דמיונות און שגיונות, פשוט ווייל מקען נישט לעבן אזוי. אן ערליכער איד מיינט אן ערליכער איד, איינמאל מגייט אין די ל”ו צדיקים און צדיקי נסתר טערעטאריע קומט מען אן אין עולם התוהו, בעסער בשיטה פארזעהן די באהאלטענע אמתע צדיקים ווי ווערן אנגעבינדן אין קולט פירער און סקיצאפרענישע משוגעים, ליידער איז עס רוב מאל דמיונות. א רב/דיין/רבי מיט תורה’דיגע קרידענשאלס, ווי מזאגט, אט דאס מיינט אן ערליכער איד.. מקען נישט זוכן אין די בונקערס. אחת מיני אלף איז מזלדיג דארטן.. נאר מיט נגלה קען מען טרעטן פארזיכערטערהייט. ע”ד.
ביסט גערעכט לגבי כוחות און דיע זאכן, אבער נישט לגבי תורת הנסתר.

בכלל זעה איך אין דעם אשכול רוב מאכן דיזע קוגל פון כוחות און תורת הנסתר, זיי זענען צוויי זאכן לחלוטין, על אף עס קען זיך צוזאמקומען, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך פארוואס און ווען.

און ווי די לשון פון הייליגן קאליסקער אויף תורת החב"ד וועלעכע האט אפגעלערנט תורת הקבלה אינאיינעם מיט תורת הנסתר: הגם שהכל הולך אל מקום [אחד] - לשון תורה (תורת הנסתר) לחוד ולשון חכמים (תורת הבעש"ט) לחוד.

שרייב פאוסט