פארמאגט איר א ביקס?

שמועסן ארום דעם טישל אויף א לייכטערן אופן

פארמאגט איר א ביקס?

יא, מיט לייסענס
12
7%
יא, אן לייסענס
7
4%
ניין
157
87%
ניין, איך האב לייסענס צו האבן א גאן אבער איך האב עס נישט געקויפט למעשה
1
1%
איך האלט אינמיטן מאכן לייסענס
4
2%
 
Total votes: 181

אוועיטער
צוקוקער
מנהל המערכת
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 10:48 pm
Location: קיין חילוק
x 143

Re: פארמאגט איר א גאן ?

פאוסט דורך צוקוקער »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 9:15 pm
צוקוקער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 9:10 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 8:05 pm ניין, אבער איך פגר צו האבן איינס!

גארנישט מיט השתדלות צוטוהן, דזשאסט אלץ די תאווה שבו…
די תאוה איז צו האבן איינס?
זיך לערנען?
עס ניצן למעשה אויף א טעראריסט?
דזשאסט טראגן אויף די הויזן?
און אויב חבירים ארום דיר ווייסן נישט איז עס נאכאלץ א תאוה אדער די תאוה פאלט אוועק?
:lol: :lol: :lol:
1] יא
2] כוואלט געוואלט דאס אויכעט
3] ניין, כוויל נישט הארגענען אפילו טעראריסטן.. זאל עס טון א צווייטער..
4] כווייס?.. כשעם מיך.. (מיט רעכט)
5] וואס???? קיינער זאל נישט וויסן?????? :lol: :lol:
3] יא, אבער למעשה וועסטו קענען נאכדעם באקומען אן אינטערוויו אויף קול מבשר, טראכט איבער אייער באשלוס
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7861
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18862

Re: פארמאגט איר א גאן ?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מנהל לעבן, ביטע טויש דיין ניק פון "צוקוקער" צו "צוקער"... :lol:
אוועיטער
צוקוקער
מנהל המערכת
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 10:48 pm
Location: קיין חילוק
x 143

Re: פארמאגט איר א גאן ?

פאוסט דורך צוקוקער »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 9:35 pm מנהל לעבן, ביטע טויש דיין ניק פון "צוקוקער" צו "צוקער"... :lol:
קומט איין רעגן און כ'בין דערנאך :shock:
אוועיטער
באשיינפערליך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 202
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
x 294

Re: פארמאגט איר א גאן ?

פאוסט דורך באשיינפערליך »

צוקוקער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 9:10 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 8:05 pm ניין, אבער איך פגר צו האבן איינס!

גארנישט מיט השתדלות צוטוהן, דזשאסט אלץ די תאווה שבו…
די תאוה איז צו האבן איינס?
זיך לערנען און נעמען א סעלפי?
עס ניצן למעשה אויף א טעראריסט און רעדן אויף קול מבשר?
דזשאסט טראגן אויף די הויזן?
און אויב חבירים ארום דיר ווייסן נישט איז עס נאכאלץ א תאוה אדער די תאוה פאלט אוועק?
נאר איינס??..
זיך לערנען זיכער, זענען סעלפיס? אממ דאס ווענצעך שוין אינעם בנ״ב…
שיסן טעראריסטן קען זיין געשמאק, אבער נישט פארן אינטערוויו…
טראגן אויף די הויזן איז אויך גאנץ א גוטע פילינג!
קיינער ברויכט נישט וויסן, שוין יארן וואס איך האב די תאווה צו קענען שיסן/צילן…
כל מעשיך יהיו לשם שמים - אויך דער לשם שמים זאל זיין לשם שמים.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2150
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6561

Re: פארמאגט איר א גאן ?

פאוסט דורך נקודות טובות »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 4:01 pm אנקעטע! האסט א קעצל אין שטוב?

ניין.

פארוואס? מ'טאר נישט?

המממ... לאמיך טראכטן. פארוואס טאקע?

אה, ווייל מיין טאטע האט נישט געהאט.

און א גוטן טאג.
דיין טאטע האט א ניק דא?...
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2150
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6561

Re: פארמאגט איר א גאן ?

פאוסט דורך נקודות טובות »

באשיינפערליך האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 1:16 am
► Show Spoiler
נאר איינס??..
זיך לערנען זיכער, זענען סעלפיס? אממ דאס ווענצעך שוין אינעם בנ״ב…
שיסן טעראריסטן קען זיין געשמאק, אבער נישט פארן אינטערוויו…
טראגן אויף די הויזן איז אויך גאנץ א גוטע פילינג!
קיינער ברויכט נישט וויסן, שוין יארן וואס איך האב די תאווה צו קענען שיסן/צילן…
איך האב אלעמאל געהאט א חלום פון זיך לערנען שיסן חיות, און לאזן מאכן פאר מיין בני בית א קאוט פון די פעל!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
באשיינפערליך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 202
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
x 294

Re: פארמאגט איר א גאן ?

פאוסט דורך באשיינפערליך »

נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 2:16 am
באשיינפערליך האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 1:16 am
► Show Spoiler
נאר איינס??..
זיך לערנען זיכער, זענען סעלפיס? אממ דאס ווענצעך שוין אינעם בנ״ב…
שיסן טעראריסטן קען זיין געשמאק, אבער נישט פארן אינטערוויו…
טראגן אויף די הויזן איז אויך גאנץ א גוטע פילינג!
קיינער ברויכט נישט וויסן, שוין יארן וואס איך האב די תאווה צו קענען שיסן/צילן…
איך האב אלעמאל געהאט א חלום פון זיך לערנען שיסן חיות, און לאזן מאכן פאר מיין בני בית א קאוט פון די פעל!
איך האלט נאכנישט דארט, קודם קענען שיסן און פארמאגן אפאר ביקסן!
כל מעשיך יהיו לשם שמים - אויך דער לשם שמים זאל זיין לשם שמים.
טובי' שרייבער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 224
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 8:33 pm
x 283

Re: פארמאגט איר א גאן ?

פאוסט דורך טובי' שרייבער »

איך וואלט ווען געקענט באשטיין צו האבן א גאן...

דזשאסט אין קעיס כ'פאר אריבער הארלעם... אדער ס'פארשמעקט זיך פאר מיין גויטע מיין זאלץ מעסטל...
אז מ'טויגט טויגט מען...
הר ההר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 265
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 11:34 am
x 638

Re: פארמאגט איר א גאן ?

פאוסט דורך הר ההר »

איך וואלט געקענט באשטיין צו האבן א גאן, איך האב אבער קינדער. איך האב מורא!
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 809
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 860

Re: פארמאגט איר א גאן ?

פאוסט דורך טראפקעלע »

ניין,

וואס עפעס?

ווי אזוי ר' אלימלך בידערמאן זאגט, אם ה' לא ישמר עיר שוא שקט שומר,
כ"ש ווען ער היט יא!!

פאר די תאוה, האב איך אנדערע טאטע טויס...
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3346
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10485

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך פופציגער »

א ביקס נישט ב"ה, אבער שפיציגע שיך, א בלוטיגע פאסיק, און שלייקעס. דאס העלפט עפעס?

א חבר מיינער זאגט מיר ער האט געהאט א באקאנטן וואס האט געהאט א ביקס, זיך געלערנט פייטן אן סעלף דיפענס, און געהאלטן אז ער איז גרייט פאר א געראנגל מיט'ן מלאך המוות אליינס.

אזוי איז ער געשטאנען גרייט מיט זיינע מוסקלען צו אנבויקערן ווער עס דערוואגט זיך צו דערוואגן, ביז ער איז ליידער דערשאסן געווארן דורך אן אראבער פון דער ווייטנס.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 268
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 427

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך בן מלך »

איך האב גראדע געהאט חשק צו האבן איינס. מיינער א באקאנטער טרענירט אנדערע און העלפט מיטן באקומען לייסענס.

איך האב געפרעגט אן ערליכע איד דערוועגן ״השם ישמרנו!״ איז געווען זיין שארפע אנטווארט.

קאנטראל. אלט. דעליט.
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1583

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

איך האב שוין לייסענס נאך פון אלס קינד,

און איך האב שוין געהאט צענדליגע דערפון,

און מ'האט מיך עס שוין קאנפיסקירד אסאך מאל,

און פארשטייט זיך האב איך באקומען קנסות,

און מיט דעם אלעם האב איך מיך קיינמאל נישט דערשראקן און געקויפט א פרישע,

איך האב שוין געהאט אויסטוישן מיט אנדערע וואס האבן דאס אין זייער באניץ,

אבער איך בין אייביג ארויס אלס געווינער,

ביז זיי האבן אויך געפעסט די דיפ וואטער טעסט,

און דעמאלס האבן זיי מיך געקענט כאפן און צונעמען מיין וואסער גאן...
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 679
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1543

Re: פארמאגט איר א גאן ?

פאוסט דורך פעיק ניוז »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:29 am א גאן איז א פעסטע תאוה אבער גארנישט מער ווי א גראבע תאוה..

השתדלות טוט מען נאר וואס דער עווערידזש מענטש טוט, סאו אויב טוט איר עס פאר השתדלות זייט וויסן אז דאס איז א פגם אין די בטחון זינט סאיז נישט די עווערידזש סעיפטי מעזשור וואס א נארמאלער מענטש נעמט אן.

צו סאיז אסור צו האבן? ניין, ממעג. אבער סאיז בערך ווי א פיינע סושי און סטעיק... גראבע תאוות..
עס איז יא די סטאנדארט זיכערהייט מיטל, עכ"פ אין דער גוי'אישער וועלט.

א פגם אין בטחון איז געוואנדן, ביי יעדן מענטש, אין וויאזוי דער קאפ פון דעם מענטש לויפט, נישט אויף די מעשים. עס איז כמעט נישט פארהאן קיין אוניווערסאל פעולות ווען עס קומט צו בטחון.
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3346
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10485

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך פופציגער »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 2:13 am איך האב שוין לייסענס נאך פון אלס קינד,

און איך האב שוין געהאט צענדליגע דערפון,

און מ'האט מיך עס שוין קאנפיסקירד אסאך מאל,

און פארשטייט זיך האב איך באקומען קנסות,

און מיט דעם אלעם האב איך מיך קיינמאל נישט דערשראקן און געקויפט א פרישע,

איך האב שוין געהאט אויסטוישן מיט אנדערע וואס האבן דאס אין זייער באניץ,

אבער איך בין אייביג ארויס אלס געווינער,

ביז זיי האבן אויך געפעסט די דיפ וואטער טעסט,

און דעמאלס האבן זיי מיך געקענט כאפן און צונעמען מיין וואסער גאן...
:P :P :P
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2026

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך יום טוב »

א ביקס ? א איד ? זענט איר אפן קאפ געפאלן ? ועל חרבך תחיה איז דאך געזאגט געווארן פאר עשיון מיין זיידע און עלטער זיידע און דיין אויך איז אין וויסטן חלום נישט בייגעפאלן אזאנס , דאס איז די היפך פון א אידישע געפיל
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 679
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1543

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך פעיק ניוז »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 10:09 am א ביקס ? א איד ? זענט איר אפן קאפ געפאלן ? ועל חרבך תחיה איז דאך געזאגט געווארן פאר עשיון מיין זיידע און עלטער זיידע און דיין אויך איז אין וויסטן חלום נישט בייגעפאלן אזאנס , דאס איז די היפך פון א אידישע געפיל
דער פשוט'ער פשט פון "ועל חרבך תחיה" מיינט אז עשיו וועט לעבן דורך הרג'ענען אנדערע.

עס איז נישט דער היפוך פון א אידישן געפיל.

פאר יארן צוריק פלעגן אידן האבן געווער. נישט דא קיין שום מקור אז עס זאל זיין א פראבלעם צו האלטן געווער ביי זיך.
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2026

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך יום טוב »

פעיק ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 10:19 am

היפך פון די אידישע געפיל איז א מציאות, אפשר ווילט איר אויסרייסן די געפיל ווייל איר האלט אז די געפיל איז נישט ריכטיג אבער במציאות איז דער אידישע געפיל היפך פון א ביקס הרגענען א צווייטן שפיכת דמים , א איד איז א רחמן און ער איז דאס נישט סובל

פאר יארן צוריק פלעגן אידן האבן א ביקס? פון ווען רעדט איר און פון וועמען? מיר זענען נתגדל געווארן אז א גוי האט א ביקס , אזוי האט מיין מאמע מיר געזאגט
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3741
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 11439

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך פליט »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 2:13 am איך האב שוין לייסענס נאך פון אלס קינד,

און איך האב שוין געהאט צענדליגע דערפון,

און מ'האט מיך עס שוין קאנפיסקירד אסאך מאל,

און פארשטייט זיך האב איך באקומען קנסות,

און מיט דעם אלעם האב איך מיך קיינמאל נישט דערשראקן און געקויפט א פרישע,

איך האב שוין געהאט אויסטוישן מיט אנדערע וואס האבן דאס אין זייער באניץ,

אבער איך בין אייביג ארויס אלס געווינער,

ביז זיי האבן אויך געפעסט די דיפ וואטער טעסט,

און דעמאלס האבן זיי מיך געקענט כאפן און צונעמען מיין וואסער גאן...
שקיין ווינדער די דראג באנדע האט אייך געדארפט.....
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 679
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1543

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך פעיק ניוז »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 10:27 am
פעיק ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 10:19 am
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 10:09 am א ביקס ? א איד ? זענט איר אפן קאפ געפאלן ? ועל חרבך תחיה איז דאך געזאגט געווארן פאר עשיון מיין זיידע און עלטער זיידע און דיין אויך איז אין וויסטן חלום נישט בייגעפאלן אזאנס , דאס איז די היפך פון א אידישע געפיל
דער פשוט'ער פשט פון "ועל חרבך תחיה" מיינט אז עשיו וועט לעבן דורך הרג'ענען אנדערע.

עס איז נישט דער היפוך פון א אידישן געפיל.

פאר יארן צוריק פלעגן אידן האבן געווער. נישט דא קיין שום מקור אז עס זאל זיין א פראבלעם צו האלטן געווער ביי זיך.
היפך פון די אידישע געפיל איז א מציאות, אפשר ווילט איר אויסרייסן די געפיל ווייל איר האלט אז די געפיל איז נישט ריכטיג אבער במציאות איז דער אידישע געפיל היפך פון א ביקס הרגענען א צווייטן שפיכת דמים , א איד איז א רחמן און ער איז דאס נישט סובל
מיט'ן פולסטן רעספעקט, דינג איך זיך אויף 'דיין' מציאות.
ווער רעדט דען פון שופך דמים זיין? מען רעדט פון האלטן א ביקס פון פאל פון א לעבן געפאר.
פאר יארן צוריק פלעגן אידן האבן א ביקס? פון ווען רעדט איר און פון וועמען?
ניין, איך רעד פון געווער, נאך איידער עס זענען בכלל געווען ביקסן אויפ'ן וועלט.
מיר זענען נתגדל געווארן אז א גוי האט א ביקס , אזוי האט מיין מאמע מיר געזאגט
מיין מאמע נישט.
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2026

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך יום טוב »

פעיק ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:07 am
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 10:27 am
פעיק ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 10:19 am

דער פשוט'ער פשט פון "ועל חרבך תחיה" מיינט אז עשיו וועט לעבן דורך הרג'ענען אנדערע.

עס איז נישט דער היפוך פון א אידישן געפיל.

פאר יארן צוריק פלעגן אידן האבן געווער. נישט דא קיין שום מקור אז עס זאל זיין א פראבלעם צו האלטן געווער ביי זיך.
היפך פון די אידישע געפיל איז א מציאות, אפשר ווילט איר אויסרייסן די געפיל ווייל איר האלט אז די געפיל איז נישט ריכטיג אבער במציאות איז דער אידישע געפיל היפך פון א ביקס הרגענען א צווייטן שפיכת דמים , א איד איז א רחמן און ער איז דאס נישט סובל
מיט'ן פולסטן רעספעקט, דינג איך זיך אויף 'דיין' מציאות.
ווער רעדט דען פון שופך דמים זיין? מען רעדט פון האלטן א ביקס פון פאל פון א לעבן געפאר.
פאר יארן צוריק פלעגן אידן האבן א ביקס? פון ווען רעדט איר און פון וועמען?
ניין, איך רעד פון געווער, נאך איידער עס זענען בכלל געווען ביקסן אויפ'ן וועלט.
מיר זענען נתגדל געווארן אז א גוי האט א ביקס , אזוי האט מיין מאמע מיר געזאגט
מיין מאמע נישט.
איר דינגט זיך אויף א מציאות וואס יעדער ווייסט און יעדער איז נתגדל געווארן דערמיט כמעט כשמש בצהריים אז א איד מיט א ביקס איז א סתירה, אין א לעבנס געפאר איז דאס אויך שפיכת דמים , אודאי איז דאס מותר בכגון דא אבער עס איז נאך אלס א מציאות פון שפיכת דמים וואס א איד איז דער היפך דערפון

אייער מאמע און רבי אין חדר האט אייך אויך אזוי געלערנט חוץ אויב קומט איר פון א מאדערן ארטעדאקס פלאץ

וואס עס איז געווען פאר טויזנט יאר צוריק רעד איך נישט יעצט איך רעד פון די לעצטע הונדערטער יאר זיך א ראיה ברענגען פון טויזענטער יארן צוריק איז אינגאנצן נישט אין פלאץ ווען מיר האבן געהאט עלטערן און איר עלטערן וואס יי האבן אויך געוויסט פום דעם מוראדיגע סוד אז אידן האבן אמאל מלחמה געהאלטן מיט די אומות

אידישע געפיל איז עפעס וואס יעדער איד איז נתגדל געווארן דערמיט און דאס קען מען נישט אוועקמאכן מיט סברות און טענות פון ווי שטייט עס
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 679
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1543

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך פעיק ניוז »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:16 am
פעיק ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:07 am
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 10:27 am
היפך פון די אידישע געפיל איז א מציאות, אפשר ווילט איר אויסרייסן די געפיל ווייל איר האלט אז די געפיל איז נישט ריכטיג אבער במציאות איז דער אידישע געפיל היפך פון א ביקס הרגענען א צווייטן שפיכת דמים , א איד איז א רחמן און ער איז דאס נישט סובל
מיט'ן פולסטן רעספעקט, דינג איך זיך אויף 'דיין' מציאות.
ווער רעדט דען פון שופך דמים זיין? מען רעדט פון האלטן א ביקס פון פאל פון א לעבן געפאר.
פאר יארן צוריק פלעגן אידן האבן א ביקס? פון ווען רעדט איר און פון וועמען?
ניין, איך רעד פון געווער, נאך איידער עס זענען בכלל געווען ביקסן אויפ'ן וועלט.
מיר זענען נתגדל געווארן אז א גוי האט א ביקס , אזוי האט מיין מאמע מיר געזאגט
מיין מאמע נישט.
איר דינגט זיך אויף א מציאות וואס יעדער ווייסט און יעדער איז נתגדל געווארן דערמיט כמעט כשמש בצהריים אז א איד מיט א ביקס איז א סתירה, אין אלעבנס געפאר איז דאס אויך שפיכת דמים , אודאי איז דאס מותר בכגון דא אבער עס איז נאך אלס א מציאות פון שפיכת דמים וואס א איד איז דער היפך דערפון

ס'איז מותר, אבער א איד איז דער היפוך דערפון. שיינט נישט ווי א סתירה?

אגב, נישט בלויז וואס עס איז מותר, נאר עס איז פאקטיש א מצוה, "הבא להורגך השכם להורגו".
אייער מאמע און רבי אין חדר האט אייך אויך אזוי געלערנט חוץ אויב קומט איר פון א מאדערן ארטעדאקס פלאץ
יעצט דינגט איר זיך מיט א מציאות..
וואס עס איז געווען פאר טויזנט יאר צוריק רעד איך נישט יעצט איך רעד פון די לעצטע הונדערטער יאר זיך א ראיה ברענגען פון טויזענטער יארן צוריק איז אינגאנצן נישט אין פלאץ ווען מיר האבן געהאט עלטערן און איר עלטערן וואס יי האבן אויך געוויסט פום דעם מוראדיגע סוד אז אידן האבן אמאל מלחמה געהאלטן מיט די אומות
דארפסט נישט גיין ביז טויזנט יאר צוריק, איך רעד פון האלטן געווער סתם אזוי און זיי אפילו ניצן אין צייטן פון פאגראמען וכדומה. און אפילו אויב ברענג איך יא א ראיה פון זיי, כאפ איך נאכנישט וואס איז שלעכט. מיר זענען עפעס בעסערע אידן פון זיי?
אידישע געפיל איז עפעס וואס יעדער איד איז נתגדל געווארן דערמיט און דאס קען מען נישט אוועקמאכן מיט סברות און טענות פון ווי שטייט עס
דיין יסוד איז נאכנישט געבויעט געווארן, אבער איך קען עס נישט אוועקמאכן מיט סברות?
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
שמייכלדיג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 556
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 763

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך שמייכלדיג »

ס'איז טאקע קעגן די פרידליכע אידישע געפיל אין פרידנ'ס צייטן, אין דזשונגעל איז די געפיל אנדערש..

די מחלוקה דא איז צי יעצט איז רח"ל אזא מצב אז מ'זאל עס דארפן אויף א ברייטן באנוץ, אדער ס'איז גענוג די געווענליכע סעקיוריטי, פאליציי וכדו'.

מיין מיינונג איז אז ס'איז איבריג ב"ה, די רוצחים זענען פארנומען מיט זיך און מיט זייערע גענגס, זיי צילן אונז נישט, דער אויבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט ווייטער

פון א פארבלאנדזשטע קויל - בהשגחת הבורא - קען מען במילא נישט אנטלויפן
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2026

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך יום טוב »

פעיק ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:26 am
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:16 am
פעיק ניוז האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:07 am
מיט'ן פולסטן רעספעקט, דינג איך זיך אויף 'דיין' מציאות.
ווער רעדט דען פון שופך דמים זיין? מען רעדט פון האלטן א ביקס פון פאל פון א לעבן געפאר.

ניין, איך רעד פון געווער, נאך איידער עס זענען בכלל געווען ביקסן אויפ'ן וועלט.

מיין מאמע נישט.
איר דינגט זיך אויף א מציאות וואס יעדער ווייסט און יעדער איז נתגדל געווארן דערמיט כמעט כשמש בצהריים אז א איד מיט א ביקס איז א סתירה, אין אלעבנס געפאר איז דאס אויך שפיכת דמים , אודאי איז דאס מותר בכגון דא אבער עס איז נאך אלס א מציאות פון שפיכת דמים וואס א איד איז דער היפך דערפון

ס'איז מותר, אבער א איד איז דער היפוך דערפון. שיינט נישט ווי א סתירה?

אגב, נישט בלויז וואס עס איז מותר, נאר עס איז פאקטיש א מצוה, "הבא להורגך השכם להורגו".
אייער מאמע און רבי אין חדר האט אייך אויך אזוי געלערנט חוץ אויב קומט איר פון א מאדערן ארטעדאקס פלאץ
יעצט דינגט איר זיך מיט א מציאות..
וואס עס איז געווען פאר טויזנט יאר צוריק רעד איך נישט יעצט איך רעד פון די לעצטע הונדערטער יאר זיך א ראיה ברענגען פון טויזענטער יארן צוריק איז אינגאנצן נישט אין פלאץ ווען מיר האבן געהאט עלטערן און איר עלטערן וואס יי האבן אויך געוויסט פום דעם מוראדיגע סוד אז אידן האבן אמאל מלחמה געהאלטן מיט די אומות
דארפסט נישט גיין ביז טויזנט יאר צוריק, איך רעד פון האלטן געווער סתם אזוי און זיי אפילו ניצן אין צייטן פון פאגראמען וכדומה. און אפילו אויב ברענג איך יא א ראיה פון זיי, כאפ איך נאכנישט וואס איז שלעכט. מיר זענען עפעס בעסערע אידן פון זיי?
אידישע געפיל איז עפעס וואס יעדער איד איז נתגדל געווארן דערמיט און דאס קען מען נישט אוועקמאכן מיט סברות און טענות פון ווי שטייט עס
דיין יסוד איז נאכנישט געבויעט געווארן, אבער איך קען עס נישט אוועקמאכן מיט סברות?
הבא להורגך איז קיין מצוה צו האבן שטענדיג געווער, און אפילו אויב עס איז א סתירה איז דאס נאך אלס א מציאות און מיר דארפן טרעפן א תירוץ און נישט מאכן קיין אייגענע מסקנות וואס איז א סתירה מיט אונזער חינוך און מהות

איך דינג זיך נישט מיט קיין מציאות נאר איר זענט מכחיש א מציאות

האלטן געווער אין צייטן פון פאגראמען וכו' איך האב דאס נישט געזען ביי מיין טאטן און זיידן און פארטיג , איך בין נישט גענוג קלוג צו פארשן און מאכן איגגענע מסקנות כנ"ל

מיין יסוד איז א שטארקע יסוד וואס אויף דעם האלט זיך שוין אידישקייט באלד צוויי טויזט יאר אין גלות, זיך נישט מתחכם זיין אויף אונזערע עלטערן און גיין בעקבי הצאן, און א זאך וואס זיי האבן דאס אנגעקוקט פאר א גויישע זאך און א היפך פון א איד איז ביי אונז נישט אנדערש
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 679
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1543

Re: פארמאגט איר א ביקס?

פאוסט דורך פעיק ניוז »

אונזערע עלטערן האבן פאקטיש נישט אראפגעשטעלט דאס וואס דו פרובירסט צו זאגן אז זיי האבן יא. וואס אונזערע רבי'ס האבן געהאלטן מטעם עבודת ה', האבן זיי געשריבן אין זייערע ספרים. זיי האבן גארנישט געשריבן בנוגע האבן געווער אינדערהיים.

בקיצור, וואס איז שייך זיך צו טענה'ן, ווען דער גאנצער בנין איז געבויט אויף לופט.

שרייב פאוסט