בלאט 2 פון 2

Re: ברכת לישב בסוכה בעת ס'רעגענט

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 11:47 am
דורך תינוק הבורח
נקודת טובות האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 11:23 am
משה רבינו האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 11:20 am בעזהית לא יהיו גשמים יוט סוכות (1) (003).jpg
מקור לסעיף ד'?
וואס דארף א מקור?

ווארטן ביז חצות איז א חומרא גדולה ולא שייך לחייבו על שאר אנשים.

Re: ברכת לישב בסוכה בעת ס'רעגענט

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 1:43 pm
דורך וואוילער
סאטמאר מאנסי
הרה״ג ר' שמעון כ״ץ שליט״א

.
image000000.jpg
image000000.jpg (298.37 KiB) געזען געווארן 377 מאל

Re: ברכת לישב בסוכה בעת ס'רעגענט

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 5:37 pm
דורך תינוק הבורח
מירון האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 9:38 am
תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 8:01 pm מענין לענין, בלילה ראשונה איז דא שיטות בפוסקים ווילאנג מען דארף ווארטן אז אפשר וועט די רעגן אויפהערן. איז מיין שאלה, אזא יאר ווי די ווען די וועטער פארקעסט זאגט אז עס וועט זיין גאר שטארקע רעגנס ביז שבת צופרי, צו קען מען זיך פארלאזן אויף זיי לכתחילה נישט צו דארפן ווארטן?
זייער א גוטע שאלה. יישר כח פארן אויפברענגען, ווי אויך א דאנק פאר אייך און נקודות טובות פארן צולייגן א שלל פון תורה אינפארמאציע.

Re: ברכת לישב בסוכה בעת ס'רעגענט

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 01, 2023 8:49 pm
דורך דער תהלים איד
א גוטן מועד!

ווייס איך ניש וועגן אנדערע געגנטער, אבער אין קרית יואל איז ב"ה געווען א לישב בסוכה העכער אלע ערווארטונגען!!!

ולא עוד, נאר א גאנצע נאכט אין די סוכה, מיט אן אפענעם שלאק, אה, הודו לה' כי טוב!! (הערשט 8:30 אינדערפרי האט אנגעהויבן צוריק רעגענען פאר א שעה צוויי).

Re: ברכת לישב בסוכה בעת ס'רעגענט

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 01, 2023 9:11 pm
דורך משה רבינו
איינער האט געזאגט פארן רבין אז עס איז געווען א גוטע וועקער זייגער צו סוף זמן קריאת שמע, האט די רבי געפרעגט בצחות וואס! 8:30 איז מען נאך געשאלאפן?

Re: ברכת לישב בסוכה בעת ס'רעגענט

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 01, 2023 9:30 pm
דורך לייבל פריש
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 01, 2023 8:49 pm א גוטן מועד!

ווייס איך ניש וועגן אנדערע געגנטער, אבער אין קרית יואל איז ב"ה געווען א לישב בסוכה העכער אלע ערווארטונגען!!!

ולא עוד, נאר א גאנצע נאכט אין די סוכה, מיט אן אפענעם שלאק, אה, הודו לה' כי טוב!! (הערשט 8:30 אינדערפרי האט אנגעהויבן צוריק רעגענען פאר א שעה צוויי).
צי קרי"ש 8:30 נישט פשוט

Re: ברכת לישב בסוכה בעת ס'רעגענט

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 01, 2023 10:12 pm
דורך נקודות טובות
תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 11:47 am
נקודת טובות האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 11:23 am
משה רבינו האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 11:20 am בעזהית לא יהיו גשמים יוט סוכות (1) (003).jpg
מקור לסעיף ד'?
וואס דארף א מקור?

ווארטן ביז חצות איז א חומרא גדולה ולא שייך לחייבו על שאר אנשים.
די סעיפים זענען נישט מסודר. איך רעד פון די שאר הימים עסן א כביצה לסוף סעודה.

Re: ברכת לישב בסוכה בעת ס'רעגענט

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 01, 2023 10:46 pm
דורך נקודות טובות
תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 5:37 pm
מירון האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 9:38 am
תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 8:01 pm מענין לענין, בלילה ראשונה איז דא שיטות בפוסקים ווילאנג מען דארף ווארטן אז אפשר וועט די רעגן אויפהערן. איז מיין שאלה, אזא יאר ווי די ווען די וועטער פארקעסט זאגט אז עס וועט זיין גאר שטארקע רעגנס ביז שבת צופרי, צו קען מען זיך פארלאזן אויף זיי לכתחילה נישט צו דארפן ווארטן?
זייער א גוטע שאלה. יישר כח פארן אויפברענגען, ווי אויך א דאנק פאר אייך און נקודות טובות פארן צולייגן א שלל פון תורה אינפארמאציע.
איך מיין אז נאך אזא חיבה יתירה וואס מיר האבן זוכה געווען צו זעהן דעם ערשטען נאכט סוכת, איז נישט שייך זיך צו פארלאזען אויף אזא פסק!

Re: ברכת לישב בסוכה בעת ס'רעגענט

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 01, 2023 11:10 pm
דורך Programming
בינעך נייגעריג פארוואס די קרית יואל'ער בית הוראה איז באשטאנען דערויף אז מען זאל עסן א 'כביצה' די ערשטע נאכט אין די סוכה, (אנדערש ווי אלע אנדערע צעטלעך) בפשטות איז דער חיוב צו עסן אין רעגן - אף דמצטער - נאר אויב מען לערנט אז די חיוב איז א כזית
---

לגבי ווארטן מיט קידוש איז נישט קלאר בכלל וואס זאל זיין די סיבה דערצו, פארוואס זאל מען נישט מאכן קידוש און עסן אינדערהיים א פולער סעודה, און דערנאך א כזית הארט פאר חצות אין די סוכה אויב עס האט נאכנישט אויפגעהערט צו רעגענען ביז דעמאלטס

Re: ברכת לישב בסוכה בעת ס'רעגענט

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 5:37 pm
דורך וואוילער
Programming האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 01, 2023 11:10 pm לגבי ווארטן מיט קידוש איז נישט קלאר בכלל וואס זאל זיין די סיבה דערצו, פארוואס זאל מען נישט מאכן קידוש און עסן אינדערהיים א פולער סעודה, און דערנאך א כזית הארט פאר חצות אין די סוכה אויב עס האט נאכנישט אויפגעהערט צו רעגענען ביז דעמאלטס
מ'דארף עסן די כזית / כביצה לתיאבון

Re: ברכת לישב בסוכה בעת ס'רעגנט

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 5:40 pm
דורך וואוילער
א ספעציעלע טעם געהאט די סעודה דעם ליל ראשון, עפעס אזא שמייכל איז געוועהן אויסגעצויגן אויף יעדעם'ס געזיכט.

ערב יו״ט האב איך געוואלט קענסלען דעם סעודה ביים שווער, ווייל ווער ווייסט וויאזוי ס'וועט אויסקוקן די געווארטעכץ און עפענען צומאכן וכו', אינדערהיים קען מען געבן צו עסן פאר די משפחה, און אליינס ווארטן, אבער ביים שווער איז עס שווער.

ב״ה ס'האט נישט אויסגעפעהלט צו צומאכן די שלאק אפילו איין מאל אויך נישט.

Re: ברכת לישב בסוכה בעת ס'רעגנט

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 5:42 pm
דורך וואוילער
אויך ביי אונז אין מאנסי האט די רעגן אויפגעוועקט דעם ציבור בערך 8:30 צו קרי"ש,
די וואס האבן זיך אויפגעוועקט הערשט 8:40 האבן שוין געדארפט אפווישן די פלאהר.

Re: ברכת לישב בסוכה בעת ס'רעגנט

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 5:43 pm
דורך וואוילער
עפעס א פילינג האב איך געהאט אז יעצט חוה״מ נאכמיטאג ווען איך וועל קומען דא צום טיש, וועט @פופציגער שוין האבן א באריכט פון זיינע ברילן אויפן ערשטן נאכט, אבער דערווייל נאכנישט.

Re: ברכת לישב בסוכה בעת ס'רעגנט

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 6:58 pm
דורך שמח
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 5:43 pm עפעס א פילינג האב איך געהאט אז יעצט חוה״מ נאכמיטאג ווען איך וועל קומען דא צום טיש, וועט @פופציגער שוין האבן א באריכט פון זיינע ברילן אויפן ערשטן נאכט, אבער דערווייל נאכנישט.
גא''מ, @פופצי מיר גלייכן אייער שרייבעריי, מיר ווארטן אויף נאך.