Re: אויסצוגן פון ספרי חסידות, מבואר פאר היינטיגע מענטשן
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:43 am
און דער תירוץ איז אזויווי חז"ל זאגן "כשיש דין למטה אין דין למעלה" ווען ס'איז דא א דין אונטן איז נישטא קיין דין אויבן. און ווען א צדיק זעט עפעס א שוואכקייט ביי יענעם און ער מוסר'ט אים אויס, און ער רעגט זיך אפילו אויף אים פארוואס ער האט דאס געטאן, דאס איז אזויווי א שטראף, און דאס איז גורם אז ס'נעמט אוועק דעם שטראף פון הימל.
און א צדיק ווערט אנגערופן "קל" אזויווי ס'שטייט אין פסוק "ויקרא לו קל, אלקי ישראל" דרש'ענען חז"ל אז הקב"ה האט גאר אנגערופן יעקב'ן מיטן נאמען "קל".
איז פשט, אז ווען "קל" דער צדיק, צערנט יעדן טאג, דא פון אונטן, דעמאלט איז "חסד קל כל היום" (פון אויבן), און ממילא שטימען שוין ביידע פסוקים אינאיינעם.
און דאס איז פשט "אלקים בארמנותיה", ווייל דער עולם הזה ווערט אנגערופן אן ארמון, אזויווי ס'שטייט אין דער משנה "התקן עצמך בפרוזדור". און "אלקים" איז דין. און ממילא איז פשט (אלקים בארמנותיה), אז ווען ס'איז דא א מידת הדין דא אין די עוה"ז'דיגע פאלאצן אונטן, דאן איז "נודע למשגב", אז דער אייבערשטער ווערט דאן באקאנט "למשגב", אז ער באשיצט יעדן פון יעדן סארט שאדן.
און דאס איז פשט "בקנאו את קנאתי, ולא כליתי" וויבאלד מ'האט געטון א שטראף דא אונטן, דערפאר האב איז זיי נישט פארלענדעט, ווייל ס'איז נתעורר געווארן אויף זיי גרויסע רחמים. אכיה"ר.