אידישע נייעס אין אמעריקע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 133
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 202

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך א טויב »

רואה חשבונות האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 8:51 am פסח פרייזן
גאר שטארק!
אויב גייט ער אנהאלטן לאמיר זאגן וועכענטליך מיט א רענדעם אייטעם, וועט עס צווינגען געשעפטן אראפצוריקן די פרייזן, אדער עטליסט טראכטן בעפארן פרייזן אן אייטעם.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8582

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

ג' תמוז יארצייט פון ליובאוויטשע רבי אין קראונהייטס.

מעיאר עדעמס נעכטן ביים ציון.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8582

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 11:21 am ג' תמוז יארצייט פון ליובאוויטשע רבי אין קראונהייטס.

מעיאר עדעמס נעכטן ביים ציון.
בשעת דער מעיאר האט באזוכט איז ער אויך צוגעגאנגען צום קבר פון הב' ארי האלבערשטאם הי"ד.
videoframe_2478.png
videoframe_2478.png (174.88 KiB) געזען געווארן 691 מאל
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1235
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 4860

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך Spa 42 »

דריי אידן פון לב טהור זענען גע'משפט געווארן צו תפיסה.

צוויי פון זיי פאר 14 יאר, און איינער פאר 12 יאר. ה"י.
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1235
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 4860

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך Spa 42 »

א איד פון מיאמי מיטן נאמען דזשאסעף גאטליב, איז געפונען געווארן נישט ביים לעבן נאך וואס ער איז פארשוואונדן געווארן פארלאפענע דאנערשטאג.

ווי פאליציי זאגט קוקט נישט אויס ווי ער איז גע'הרג'עט געווארן.

בשורות טובות.
פיילס
WhatsApp-Image-2024-07-20-at-10.27.33-PM-696x906.jpeg
WhatsApp-Image-2024-07-20-at-10.27.33-PM-696x906.jpeg (104.66 KiB) געזען געווארן 642 מאל
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9178

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

פענסעלוועניע - א קלאגע איז אריינגעגעבן געווארן צו די אפיס פון ציווילע רעכטן אינערהאלב די עדיוקאציע דעפארטמענט דורך דיעי. די. על קעגן די שולע דיסטריקט פון פילאדעלפיע ווי עס ווערט פארגעלייגט אהן א צאל פעלער ווי די שולע דיסטריקט האט פארשוויגן און פארווישט אנטיסעמיטישע אינצידענטן אין אירע שולעס.

די קלאגע רעכנט אויס א צאל פעלער אין עטליכע שולעס אין די געגנט ווי אידישע סטודענטן זענען אטאקירט געווארן, לערער׳ס האבן אויסגעלויבט די נאציס און כאמאס, און אנטיסעמיטישע פראזן זענען גענוצט געווארן אויף שולע שטודיעס.

לויט די קלאגע האט די דיסטריקט גארנישט געטוהן צו פאררעכטן די אנטיסעמיטישע שטימונג אין די שולעס, און ווען אידישע עלטערן האבן זיי געמאלדן איבער אינצידענטן וואס זייערע קינדער זענען אריבער האט זיי די דיסטריקט גענצליך איגנארירט.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9178

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

באלטימאר - פאר דריי יאר צוריק איז די אידישע געמיינדע אין שטאט צוטרייסעלט געווארן ווען א איד איז דערשאסן געווארן צום טויט, דער איד ר׳ אפרים גארדאן ע"ה פון ארץ ישראל וואס האט זיך דארט געפונען צוליב א משפחה שמחה איז ערמארדעט געווארן דורך א גרופע פון 4 יוגנטליכע פארברעכער וואס האבן גערויבט זיין קאר.

דריי פון די מערדער וויליאם קלינטאן, אומאריאן אנדערסאן, און ראשיד מאריס זענען שוין מיט א צייט צוריק אנגעקלאגט געווארן מיט ערשטע דעגרי מארד קלאגעס, היינט דאנערשטאג איז דער פערטער פארשוין פון די גרופע וואס האט געברענגט דעם ביקס צום סצענע וויליאם האלמאן אויך אנגעקלאגט מיט ערשטע דעגרי מארד קלאגעס, עס ערווארטעט זיי צווישן 25 יאר און לעבנסלענגליכע טורמע אורטיילן.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9178

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אינדיאנא - דורכאויס א תקופה פון עטליכע חדשים האט א פארשוין אנדריי בארייגא פון אינדיאנא געמאכט עטליכע טעלעפאן רופן צו אפיסעס פון די עי.די. על. ארגאניזאציע סטראשנדיג צו אומברענגען די ארבעטער פון די ארגאניזאציע, ער האט זיך אנגעגעבן ווי אן אייניקל פון אם עס.עס. אפיציר.
אטוירני דזשענערעל מעריק גארלאנד וואס איז זעלבסט א איד האט געמאלדן אז דער פארשוין איז פאראורטיילט געווארן צו 2יאר טורמע פאר זיינע אנטיסעמיטישע און ווילדע סטראשונקעס.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9178

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

ניו דזשערסי - דעם פרייטאג פארטאגס זענען פייערלעשער אראפגערופן געווארן צו די ׳פעיר לאון סטריפ מאל׳ צוליב א פייער וואס האט אויסגעבראכן אין א כינעזער רעסטאראונט, די פייער האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט צו די דערנעבענדע געשעפטן און געשעדיגט צווישן אנדערע דריי אידישע געשעפטן.

די אידישע געשעפטן וואס זענען געשעדיגט געווארן זענען די זיידעס בעקעריי, א פליישיגע רעסטאראונט, און א סושי געשעפט, די בעקעריי האט שוין אויך געליטן שאדנס אנהייב דעם חודש ווען א קאר איז אריינגעפארן אין די פענסטער פונעם געשעפט.

צענדליגע חברים וואלונטירן פון בערגען קאונטי האבן פרייטאג 2 שעה בעפאר שבת ארויסגעהאלפן די אידישע געשעפט אייגענטומער צו קענען ראטעווען פילע גוטע פראדוקטן און סחורה וואס זענען נישט געשעדיגט געווארן ביי די פייער בעפאר די געשעפטן זענען גענצליך געווארן פאהרהאקט און פארשלאסן דורך דער לאקאלע פייער דעפארטמענט.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9178

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

פלארידע - פאריגע מערץ האט שלמה דאנציגער פארלוירן די וואלן אלס מעיאר פון סורפסייד מיט 105 שטימען, אצינד האט ער געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר מעיאר פון מיאמי-דעיד קאונטי וואו ער פלאנט צו ארויסשטעלן די יעצטיגע אידישע ליבעראלע מעיאר פרוי לעווין, ער לויפט אויף די רעפובליקאנער טיקעט און צילט די שטייער העכערונגען און אנטי רעליגיע פאליסיס פון פרוי לעווין.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9178

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

ניו דזשערסי - די יוסטיץ דעפארטמענט האט געמאלדן די ארעסט פון סטעיסי מארגאריטאנדא, א 51 יעריגע פרוי פון די סקאטש פלעינס געגנט, זי ווערט באשולדיגט מיט בארויבן א שוהל אין די געגנט פון מער ווי $350,000, עס ערווארט איר א געלט שטראף ביז 700 טויזנט דאלאר און ביז 20 יאר טורמע.

די פרוי איז געווען די בוכהאלטער פון די בית ישראל שוהל און האט דורכאויס א צייט אפשניט פון 4 יאר בארויבט די שוהל קאסע מיט איבער $350,000, זי האט דאס געטוהן דורכן אויסשרייבן טשעקס צו איר פריוואטע נאמען.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9178

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

ניו יארק - שטייענדיג נאך די רעפובליקאנער נאציאנאלע קאנווענשאן וואו עס איז ברייט דעבאטירט געווארן די טעמע פון אוניווערסאלע סקול טשויס, האט דער פארזיצער פון אגודת ישראל הרב חיים דוד צוויבל צוזאמגעשטעלט 50 הויכראנגיקע באאמטע צו אונטערשרייבן א בריוו אדרעסירט צו די פירער פון קאנגרעס אז זיי זאלן ארויפברענגען די סקול טשויס געזעץ וואס איז פארגעשטעלט געווארן אין יאנואר.

דער געזעץ טוהט צושטעלן 10 ביליאן דאלאר יערליך אין שטייער קרעדיט פאר מיטל קלאס און ארימע פארדינער אז זיי זאלן קענען דעקן זייער פולע שולע קאסטן, אגודה האט געשטיצט דעם געזעץ אין יאנואר וויבאלד עס נעמט אריין אויך פריוואטע און רעליגיעזע שולעס ווי די מוסדות התורה וועלן קענען געניסן פון די רעגירונג שטיצע אהן דעם וואס די רעגירונג זאל זיך אריין מישן אין וואס מ׳לערנט מיט די קינדער.

דער בריוו וואס איז אדרעסירט צו ספיקער דזשאנסאן און א גרופע קאנגרעסלייט און סענאטארן איז אונטערגעשריבן געווארן דורך הויכראנגיקע באאמטע צווישן זיי 9 גאווערנארס, 3 געוועזענע עדיוקאציע סעקרעטארן, סטעיט סענאטארן, און פילע פראמינענטע ביזנעסלייט.
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9178

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

טעקסאס - דער טעקסאס עי. ענד עם. אוניווערסיטעט איז די גרעסטע אוניווערסיטעט אין גאנץ אמעריקע, מיט נאנט צו 75,000 איינגעשריבענע סטודענטן, און אזוי ווי אין אסאך אנדערע אוניווערסיטעטן איז אויך דא דארט אסאך אידישע סטודענטן וואס שטודירן און לעכצן נאך אביסל אידישקייט און ווארימקייט.

די גרויסער חב"ד צענטער וואס געפינט זיך ביי דער אוניווערסיטעט קאמפוס סערווירט טאקע די הונדערטער אידישע סטודענטן און פאמיליעס, און אין די טעג האלט מען אט ביים פארענדיגן א הערליכע מקוה טהרה אין די חב"ד צענטער צוגעשטעלט פאר די אידישע פאמיליעס און באזוכער אין די געגנט.

מיט די פארברייטערונג פון די אקטיוויטעטן איז געקומען די צייט אז פרישע כוחות זאלן קומען צוהעלפן די יעצטיגע שלוחים, די וואך איז געמאלדן געווארן אז ר׳ מנחם לייזעראף וואס איז אויפגעוואקסן אויפן קאלעדזש קאמפוס אין שטוב פון זיין פאטער דער שליח הרב משה לייזעראף וועט אהינקומען צו ארויס העלפן מיט די אקטיוויטעטן פון זיין פאטער צו דארט פארשפרייטן אידישקייט.
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1235
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 4860

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך Spa 42 »

העפטיגע זוכערייען קומען פאר נאך א 9 יעריגע אידיש קינד וואס איז פארלוירן געווארן אין א וואלד אין פלעגסטעף אריזאנע.
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1683
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3039

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך ווער »

image_17_tzion_57_1724337169452_565_57_240822103251.png
image_17_tzion_57_1724337169452_565_57_240822103251.png (650.86 KiB) געזען געווארן 377 מאל
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1683
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3039

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך ווער »

חסדי השם: 8 יעריג קינד פארלוירן אין אריזאנע אפגעפונען געווארן ב"ה געזונטערהייט.
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1683
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3039

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך ווער »

ווער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 2:22 pm חסדי השם: 8 יעריג קינד פארלוירן אין אריזאנע אפגעפונען געווארן ב"ה געזונטערהייט.
נאך א העפטיגע זוכעריי פון איבער 20 שעה איז דאס קינד געפונען געווארן ביי די לאווא ריווער קעיווס אין פלעגסטעף געגענט, און ווערט אינטערגעזוכט דורך אמערזשענסי באאמטע צו פארזיכערן אז ער איז בסדר.
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1235
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 4860

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך Spa 42 »

ווער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 2:23 pm
ווער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 2:22 pm חסדי השם: 8 יעריג קינד פארלוירן אין אריזאנע אפגעפונען געווארן ב"ה געזונטערהייט.
נאך א העפטיגע זוכעריי פון איבער 20 שעה איז דאס קינד געפונען געווארן ביי די לאווא ריווער קעיווס אין פלעגסטעף געגענט, און ווערט אינטערגעזוכט דורך אמערזשענסי באאמטע צו פארזיכערן אז ער איז בסדר.
פיילס
d45666-696x604.jpg
d45666-696x604.jpg (107.7 KiB) געזען געווארן 301 מאל
WhatsApp-Image-2024-08-22-at-5.24.11-PM-2-696x928.jpeg
WhatsApp-Image-2024-08-22-at-5.24.11-PM-2-696x928.jpeg (206.36 KiB) געזען געווארן 301 מאל
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1235
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 4860

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך Spa 42 »

פרייליכע טענץ נאכן טרעפן דאס קינד געזונט.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1403
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2848

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

חסדי ה' כי לא תמנו. מורא'דיג.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2129
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5300

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך פופציגער »

געוואלדיגע נסים.

מיט די היצן דארט, אזא אינג קינד, פאר אזוי לאנג.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9178

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

פענסילוועניע - די אידישע געמיינדע אין פיטסבורג וועט אין די טעג אפצייכענען די זעקסטע יארטאג פון די טעראר אטאקע אין די 'עץ חיים' טעמפל וואו 11 אידן זענען אומגעקומען אין די טויטליכסטע אנטיסעמיטישע טעראר אטאקע קעגן אידן אין די היסטאריע פון אמעריקע.

די אטאקע איז פארגעקומען אום אקטאבאר 27 אין יאר 2018 ווען דער 46 יעריגער פארשוין ראבערט גרעגארי באוער האט זיך אריינגעריסן אין די טעמפל שבת אינדערפרי און געשאסן און אומגעברענגט 11 אידן און פארוואונדעט א צאל אנדערע.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2129
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5300

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך פופציגער »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 12:42 am פענסילוועניע - די אידישע געמיינדע אין פיטסבורג וועט אין די טעג אפצייכענען די זעקסטע יארטאג פון די טעראר אטאקע אין די 'עץ חיים' טעמפל וואו 11 אידן זענען אומגעקומען אין די טויטליכסטע אנטיסעמיטישע טעראר אטאקע קעגן אידן אין די היסטאריע פון אמעריקע.

די אטאקע איז פארגעקומען אום אקטאבאר 27 אין יאר 2018 ווען דער 46 יעריגער פארשוין ראבערט גרעגארי באוער האט זיך אריינגעריסן אין די טעמפל שבת אינדערפרי און געשאסן און אומגעברענגט 11 אידן און פארוואונדעט א צאל אנדערע.
אפשר איז עס אומפאסיג צו קאמענטירן, אבער דיין אומשולדיגע פאוסט האט מיר געגעבן א טרייסל.

11 אידן אומגעקומען, און דאס איז די טויטליכסטע אנטיסעמיטיזם אטאקע אין די אמעריקאנע היסטאריע.

וואס ס'האט מיר אבער געמאכט טראכטן, אז א האלבע וועלט אוועק פון דא, זיצט א לענדל, א לאנד וואס דער אויבערשטער האט געגעבן פאר אונז אידעלעך ומפני חטאינו גלינו מארצינו.
זענען אויפגעקומען אזעלכע וואס האבן דערקלערט אז מ'גייט מאכן פּאָטאַש מיט די סאבסיטוט, און אוועקשטעלן א אידישע מדינה, טראצדעם וואס דער גלות גזירה איז ליידער נאך אקטועל איבער אונז.

ווייל יענס גייט זיין א "פארזיכערט לאנד" פאר אידן צו וואוינען...

פעלט אויס צו אויספירן?...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2094
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2195

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך אנדערער »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 1:35 am
מיילעך פריילעך האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 12:42 am פענסילוועניע - די אידישע געמיינדע אין פיטסבורג וועט אין די טעג אפצייכענען די זעקסטע יארטאג פון די טעראר אטאקע אין די 'עץ חיים' טעמפל וואו 11 אידן זענען אומגעקומען אין די טויטליכסטע אנטיסעמיטישע טעראר אטאקע קעגן אידן אין די היסטאריע פון אמעריקע.

די אטאקע איז פארגעקומען אום אקטאבאר 27 אין יאר 2018 ווען דער 46 יעריגער פארשוין ראבערט גרעגארי באוער האט זיך אריינגעריסן אין די טעמפל שבת אינדערפרי און געשאסן און אומגעברענגט 11 אידן און פארוואונדעט א צאל אנדערע.
אפשר איז עס אומפאסיג צו קאמענטירן, אבער דיין אומשולדיגע פאוסט האט מיר געגעבן א טרייסל.

11 אידן אומגעקומען, און דאס איז די טויטליכסטע אנטיסעמיטיזם אטאקע אין די אמעריקאנע היסטאריע.

וואס ס'האט מיר אבער געמאכט טראכטן, אז א האלבע וועלט אוועק פון דא, זיצט א לענדל, א לאנד וואס דער אויבערשטער האט געגעבן פאר אונז אידעלעך ומפני חטאינו גלינו מארצינו.
זענען אויפגעקומען אזעלכע וואס האבן דערקלערט אז מ'גייט מאכן פּאָטאַש מיט די סאבסיטוט, און אוועקשטעלן א אידישע מדינה, טראצדעם וואס דער גלות גזירה איז ליידער נאך אקטועל איבער אונז.

ווייל יענס גייט זיין א "פארזיכערט לאנד" פאר אידן צו וואוינען...

פעלט אויס צו אויספירן?...
אז דו זאגסט שוין.. די רעפארם באוועגונג האט אמאל געדארפט העלפן דעם אנטיסעמיטיזם פראבלעם....
מיילעך פריילעך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 9178

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אמעריקע - אונטער די אויפזיכט פון הרב שלום בער ליפסקער פון די אלף אינסטיטוציע איז אין די טעג ר׳ חיים מור געווארן אויפגענומען צו דינען אלס דער ערשטער ליובאוויטשער שליח פאר די אמעריקאנער עיר פארס, מיט דעם ווערט ער דער זעקסטער שליח צו דינען אין די אמעריקאנער מיליטער.

טשאפלעין מור איז א ערשטע לוטענענט אין די עיר פארס און וועט ארומרייזן צו אמעריקאנער לופט באזעס איבער די וועלט צו איבערגעבן שיעורים צו אריינשיינען אידישקייט אין די 15,000 אידישע זעלנער וועלכע דינען אין די עיר פארס, ער האט זיך אצינד אריבערגעצויגן צו די שטאט אקינאווא אין יאפאן צו דינען אלס שליח אין די ארטיגע אמעריקאנער קאדענא לופט באזע.
שרייב פאוסט