אידישע נייעס אין אמעריקע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך ניקל »

א מיניווען וואס האט געפירט בחורים פון ישיבה יודעי בינה, מונקאטש מאנסי, אויפ'ן וועג אהיים פון אן אויספלוג איז געווען פארמישט אין א שווערע עקסידענט די נאכט, אויף די רוט 287 אין ניו-דזשערזי. עטליכע בחורים זענען פארוואונדעט געווארן צוויי פון זיי קריטיש, מען איז געבעטן געווארן צו מתפלל זיין פאר חיים זאב בן ברכה פריידא און פאר אהרן בן רייזל לרפו"ש.
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1850
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3613

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך ווער »

unnamed - 2023-08-17T130050.382.jpg
unnamed - 2023-08-17T130050.382.jpg (90.03 KiB) געזען געווארן 1565 מאל
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1850
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3613

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך ווער »

הערליכע אויפנאמע אין מאנטיסעלא פאר די ספיקער פון קאנגרעס מעקארטי און קאנגרעסמאן מאלינערוי ביי א זיצונג מיט הרב משה מארגארעטן און נאך צדק עסקנים
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5336
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9954

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אין אנדערע אידישע נייעס אין אמעריקא, האב איך אויפגעדעקט נעכטן א שרעקליכע אנטיסעמיטיזם וואס שפילט זיך אפ, ואין צופה צה ומפפפף.

ליינענדיג דא אויפן היימבלאט איבער די געוואלדיגע פריוועליגיע וואס איז יעצט דא צו פארן מיט די נייע "בארמוד עיר" פון וועסטשעסטער קיין בארעמודע פאר בלויז $199 א ביזנעס קלאס רייזע, ( https://rocklanddaily.com/news/bermudai ... tchester-1 ) האבעך באשלאסן אז דאס איז מורא'דיג! ס'איז דאך היי יאר דא א לאנגע חוה"מ סכודות, אפשר פארט מען אהין, מען באזוכט א פארק און א וואטערפול, און מען קומט צוריק!

אבער נאך א קורצע איבערזיכט אויף זייער וועבסייט שטעלט זיך ארויס אז דער סעיל איז ביז ענדע סעפטעמבער, כלומר, ביז ערב סוכות!!!! אויף חוה"מ סוכות קאסט שוין $1650 א טיקעט.

קלארע און אפענע אנטיסעמיטיזם.
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1850
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3613

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך ווער »

פון בית מדרש גבוה דלעיקוואוד איז ארויס אן אפיציעלע מעלדונג אז אויף די יעצטיגע נייע זמן וועט די געהאלט פון כולל אינגעלייט ארויף גיין מיט 5 פראצענט, צו 1,050 דאלאר א חודש
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך ניקל »

אינטערסאנט.
Screenshot_20230829_122533_WhatsApp.jpg
Screenshot_20230829_122533_WhatsApp.jpg (213.15 KiB) געזען געווארן 1420 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך ניקל »

משביע האט אויפגעשטעלט 2 טענטס ביים נעווי יארד ווי זיי פארטיילן בחנם עסן פאר אימיגראנטן
#קידוש השם
Screenshot_20230829_153437_WhatsApp.jpg
Screenshot_20230829_153437_WhatsApp.jpg (240.06 KiB) געזען געווארן 1410 מאל
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1850
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3613

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך ווער »

די 'אייזקרעים האוז' געשעפטן נעץ האט ארויס געגעבן א ריקאל אויף אירע געפרוירענע פראדוקטן צוליב זארג איבער א מעגליכע ליסטעריע פארפעסטיגונג
די פרייוויליגע ריקאל איז פארבינדן מיט די ליסטעריע וואס מען האט פריער אין חודש געפונען ביי 'סאָפט סערוו אַן דע גאָ' פראדוקטן פארקויפט אין פולע געשעפטן.
אין צוגאב צו די ריקאל אויף אירע צענדליגער מילכיגע און פרווה פראדוקטן, האט 'אייזקרעים האוז' אויך פארמאכט אויף צייטווייליג איר ברענטש אין בארא פארק, אין צייט וואס אירע לאקאלן אין וויליאמסבורג און אין פלעטבוש זענען יא געבליבן אפן. אין געווענטליכע פעלער טוט ליסטעריע נישט אנברענגן ערענסטע פראבלעמען, אבער ביי קליינע קינדער, שוואכע מענטשען, און ביי מענטשען אין פארשידענע אומשטענדן קען עס מער אפעקטירן. פאר וויכטיגע פראגן ארום די ריקאל קען מען רופן 845-445-7644
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 334
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 387

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך דאפלטער »

ניקל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 12:26 pm אינטערסאנט.
Screenshot_20230829_122533_WhatsApp.jpg
צוויי פאזיציעס אפגערוקט פון די סי אי אוי האט בלויז פיר הונדערט ארבעטער אינטער זיך? אינטערעסאנט
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1850
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3613

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך ווער »

העסקן ר' אבי שנעל פון אגדות ישראל איז נאמינירט געווארן דורך די דעמאקראטישע פארטיי צו זיין די אסעמבלי קאנדידאט אין די 30'סטע דיסטריקט
די דיסטריקט וואס נעמט אריין לעיקוואוד איז גאר שטארק געשטימט פאר די ריפובליקאנער זייט, און איז נאך קיינמאל נישט פארטרעטן געווארן דורך א דעמאקראט, וואס באדייט אז א געוואונס דורך אים וועט זיין א פאליטישע אויפשאקלונג. מיט ר' אבי אין די פארמעסט גייען זיין דריי קאנדידאטן וועלכע גייען זיך פארמעסטן פאר צוויי זיצן אין די אסעמבלי, און די צוויי וועלכע קומען אריין די שטארקסטע וועלן סערווירן. מאמענטאל ווערט די געגענט פארטרעטן דורך דריי ריפובליקאנער – סטעיט סענעטאר באב זינגער, אסעמבלימאן שאן קיען און אסעמבלימאן נעד טאמסאן
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1850
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3613

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך ווער »

דער ברוקלין בארא פּרעזידענט אנטאניא רעינאסא און סיטי קאונסילמאן ר' קלמן יעגער האבן געמאלדן נעכטן אז "חברה הצלה" וועט באקומען פאנדינג פון די ניו יארק סיטי רעגירונג צו דעקן די קאסטן פון פינף נייע אמבולאנסן, אריינגערעכנט צוויי וואס וועלן זיין עלעקטעריק. רעינאסא האט געזאגט אז ער וועט אוועקשטעלן 575,000 דאלער צו דעקן די צוויי עלעקטעריק אמבולאנסן, איינס פאר בארא פּארק און די צווייטע פאר וויליאמסבורג, און ר' קלמן האט ערלעדיגט 885,000 דאלער פאר נאך דריי אמבולאנסן – על כל צרה שלא תבוא
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 996
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1587

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך פארפאלענער »

א מורא'דיגע מעשה האט זיך אפגעשפילט פארלאפענעם פרייטאג אינדערפרי, ווען א אידיש קינד האט זוכה געווען צו לייגן תפילין צום ערשטן מאל אין זיין לעבן, זייענדיג הונדערט און צוויי יאר אלט!
די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן ווען א יונג בחור'ל א ליובאוויטשער חסיד איז ארויסגעגאנגען צו די גרויסע פארק נעבן קראון הייטס, מיטן ציהל צו מזכה זיין אידישע קינדער צו לייגן תפילין. דער בחור וואס לערנט אין א ישיבה אין ארץ ישראל, איז געווען דא אויף די ימים טובים און האט נישט געקענט צוריקפארן צוליב די מלחמה צושטאנד.
פארלאפענעם פרייטאג איז ער ארויס מיט זיין פאר תפילין צו די גרויסע פארק נעבן קראון הייטס, און זיך ארומגעדרייט צווישן די אלגעמיינע פארזאמלטע, פרובירט צו פרעגן מענטשן אויב זיי זענען אידיש אפשטאמיגע, און אויב זיי ווילן לייגן תפילין.
אנקומענדיג צו א פלאץ וואו עס זיצן פילע מענטשן און שפילן שאך, האט אים איינער פון די אנוועזנדע צוגעוויזן אויף א אלטער מענטש אז ער איז א איד, דער בחור איז צוגעגאנגען צום אלטן מענטש, און אים געפרעגט אויב ער איז א איד, אויף וואס ער האט געענטפערט אז אמאל איז ער געווען א איד, אבער היינט איז ער שוין נישט קיין איד.
דער בחור האט אים געפרעגט אויב ער וויל אנטון די תפילין, און דער אלטער מענטש האט נישט געענטפערט דערויף. דא איז דער בחור איינגעפאלן א גוטע געדאנק, ער האט געפרעגט דעם מענטש אויב ער וויל שפילן מיט אים שאך, אויף וואס ער האט צוגעשטימט. דאן האט דער בחור זיך אנגערופן אז ער איז גרייט צו שפילן שאך מיט אים, מיטן תנאי אז אויב דער בחור וועט געווינען, וועט ער מסכים זיין צו לייגן תפילין.
למעשה האט דער אלטער מענטש נישט געענטפערט דערויף, אבער ער האט זיך געזעצט שפילן שאך מיט דעם בחור. צען מינוט דערויף האט דער בחור געווינען דעם שפיל, און דער אלטער מענטש איז געווארן איבערגענומען, ער האט ארויפגעצויגן די ארבל און געצייגט זיינע אוישוויץ נומערן, און זיך אנגערופן: דאס לעצטע מאל וואס איך האב געזעהן מיין טאטן איז געווען ביי א שאך שפיל צווישן אונז, זינט דאן האב איך אים מער נישט געזעהן, און זינט דאן וויל איך מער גארנישט געדענקן אדער וויסן פון אידישקייט רח"ל.
דער אלטער איד האט צוגעלייגט, אז אין צוויי וואכן ארום גרייכט ער גאנצע הונדערט און צוויי יאר, און אצינד וועט זיין די ערשטע מאל אין זיין לעבן וואס ער וועט אנטון תפילין, ווייל אז מ'האט געמאכט א געשעפט קען מען נישט צוריקציען.
פיילס
unnamed (1) (9).jpg
unnamed (1) (9).jpg (58.9 KiB) געזען געווארן 1131 מאל
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1850
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3613

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך ווער »

דער אמעריקאנער פּובליק פיגור קאניע וועסט, וועלכער האט אנגעדרייט א שטורעם מיט עטליכע מאנאטן צוריק פאר'ן לאזן הערן ווילדע אנטיסעמיטישע קאמענטארן מיט'ן זאגן אז מ'דארף אומברענגען אלע אידן, איז ארויסגעקומען מיט אן אנטשולדיגונג. וועסט, וועלכער האט צענדליגער מיליאנען נאכפאלגער, האט פּובליצירט א מעסעדזש אויף העברעאיש, אין וועלכע ער שרייבט "איך טו זיך אנטשולדיגן פאר דער אידישער געמיינדע פאר די אגרעסיווע זאכן וואס מיינע ווערטער האבן געברענגט".
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10719

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך פליט »

HCS האט אפגעקויפט די Raleigh hotel and cottages אין די קעטסקילס, וואס וועט דינען פאר זייער קעמפ.
מרעדט פון א דרייסיג מיליאן דאלאר דיעל
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10719

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך פליט »

פליט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 4:02 pm HCS האט אפגעקויפט די Raleigh hotel and cottages אין די קעטסקילס, וואס וועט דינען פאר זייער קעמפ.
מרעדט פון א דרייסיג מיליאן דאלאר דיעל
די לעגענדארע ראלי האטעל אין סאוט פאולסבורג, וועלכער איז א געשמאקע אכסניא פאר הונדערטער אידן דורכאויס די גאנצע יאר, איז אין די טעג אריין אין קאנטראקט, געקויפט צו ווערן דורך א נייע אייגענטומערשאפט, ווען דער ביז יעצטיגער בעל הבית הנגיד החסיד ר' אברהם אהרן לעזער הי"ו, טוט עס פארקויפן פאר די באקאנטע HCS ארגענעזאציע.
אין די לעצטע פאר יאר איז די האטעל אפט גענוצט געווארן דורך HCS פאר זייערע אקטיוויטעטן, ארויסצוהעלפן און אויפלעבן די ספעציעלע נשמות, אצינד ווערט די האטעל פארקויפט צו אירע נייע בעלי בתים, אבער ווי עס זעהט אויס וועט די האטעל ווייטער באדינען דעם היימישן ציבור אין די ווינטער טעג.
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1850
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3613

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך ווער »

1710880339679_1710880339679.jpg
1710880339679_1710880339679.jpg (179.88 KiB) געזען געווארן 660 מאל
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4828

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך וואוילער »

ווער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 5:08 pm 1710880339679_1710880339679.jpg
גוט מארגן... וואס איז געשעהן די יאר?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 12:01 pm
ווער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 5:08 pm 1710880339679_1710880339679.jpg
גוט מארגן... וואס איז געשעהן די יאר?
אין ארצינו הק' איז דא א מלחמה מיין פריינט...
הר ההר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 11:34 am
x 617

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך הר ההר »

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 12:01 pm
ווער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 5:08 pm 1710880339679_1710880339679.jpg
גוט מארגן... וואס איז געשעהן די יאר?
עס איז נישט דאס ערשטע יאר. יוסי געשטעטנער האט שוין גערעדט דערפון באלד צען יאר צוריק. און עס זענען שוין אויך געווען עדס די פארגאנגענע פאר יאר. אפשר איז דאס די ערשטע מאל וואס דו זעסט עס?
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4828

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך וואוילער »

המן.jpg
המן.jpg (605.67 KiB) געזען געווארן 569 מאל
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2503
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6552

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך פופציגער »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:17 pm המן.jpg
עכט?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4828

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך וואוילער »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 9:52 pm
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:17 pm המן.jpg
עכט?
עכט אז וואס?
אז די צעטל איז געהאנגען אין שול? יא!! כ'האב א קלארע בילד.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10879

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:17 pm המן.jpg
ליייציייםםם...

#לקדש שם שמים...
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1326
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3596

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך רואה חשבונות »

פסח פרייזן
פיילס
IMG-20240414-WA0099.jpg
IMG-20240414-WA0099.jpg (213.54 KiB) געזען געווארן 448 מאל
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 726
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2217

Re: אידישע נייעס אין אמעריקע

פאוסט דורך מירון »

עפעס שטימט נישט דא, כמעט דאפעלט פון איין סטאר צום צווייטן?
שרייב פאוסט