בלאט 2 פון 12
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:08 am
דורך פנים חדשות
פנים חדשות האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 23, 2023 3:30 pm
קודם כל איז קלאר אז מיט אלע מעשיות גייט מען לערנען ווייניגער סעקולערע לימודים ווי דאס וואס מ'לערנט אין (כמעט) אלע מוסדות אין חו"ל, אזוי אז איינער וואס וואוינט אין חו"ל, אדער איינער וואס האט נישט א פראבלעם מיט די סדרי הלימודים אין די מוסדות אין חו"ל, האט לכאו' נישט וואס אריינצורעדן דא בכלל.
דער תגובה איז געשריבען געווארען אן וויסען קיין פונקטליכע פאקטען, אזויווי פיל פון די שרייער'ס שרייען הגם זיי ווייסען אויך נישט קיין פונקטליכע פרטים, אבער למעשה איז עס טאקע נישט ריכטיג געווען מצדי, איך וואלט געדארפט שרייבען אז מ'גייט
מסתמא לערנען ווייניגער סעקולערע לימודים ווי אין
פיל היימישע מוסדות אין חו"ל, אבער מיין כוונה איז בעיקר געווען צוצושטעלן צו די מצב אין חו"ל, ווי קיינער האט נישט א פראבלעם אז מ'לערנט סעקולערע לימודים (לפחות ווען ס'קומט פאר אין אנדערע היימישע מוסדות, ווי די אין וועלכע ער שיקט זיינע קינדער), און פלוצלינג ווען די זעלבע זאך פאסירט אין א"י קומט מען מאכען קולות, אזויווי לגבי ווילדע מחאות פון אפשפארען גאסען אד"ג, וואס טאמער וואלט דאס פאסירט אין וויליאמסבורג וואלטען אלע פארשטאנען אז ס'נישט ריכטיג צו נעמען האסטעדזש די ציווילע בירגער, אויך ווען די מחאות זענען קעגן די גזירות החינוך צי מציצה בפה אד"ג, און מ'וואלט נאך מסתם גערופן די פאליציי קעגן זיי, און פלוצלינג ווען ס'פאסירט אין א"י ווערט עס אויפגענומען מיט גרויס כבוד און עהרע (אויך ווען מ'פארברענט גארבעדזשעס, וואס איז גע'אסר'ט געווארען דורך די ביד"ץ העדה"ח אין א בריוו געשריבען בכת"י הגאב"ד זצ"ל,
דא האב איך געברענגט די לשון המכתב) (און דאס האט אודאי נישט מיט "התגרות באומות", וואס האט כמעט נישט א מקור, און אין די גמרא שטייט די איסור "להתגרות ברשעים", און א מרידה באומות איז עס לכאו' נישט, היות אין דעמאקראטישע מדינות איז עס א נארמאלע זאך), און די זעלבע לגבי מאכען פשרות אויף גזירות חינוך, וואס אין ענגלאנד און אמעריקע פארשטייט מען אז מ'דארף מאכען געוויסע פשרות (וואס ווערן טאקע אראפגעריסען דורך די זעלבע רבנים אין א"י וואס רייסען אראפ די פשרות אין א"י, און וואס ווערן געווענטליך אראפגעברענגט מיט גרויס כבוד אין די קנאישע פלעצער), און פלוצלינג אין א"י ווי מ'מאכט פיל פיל שוואכערע פשרות מאכט מען קולות וברקים.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:41 am
דורך שמייכלדיג
פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:08 am

לגבי די נקודה פון היפאקריטיזם, במחכ"ת מאכסטו א קוגל פון די קנאישע פראקציעס וד"ל. זאגסט דאך אליינס אז דער בד"ץ פארדאמט אזאלכע מעשים, מיר זענען מיטן בד"ץ. און אויך קעגן פשרות אין חינוך בכל מקומות משבותינו.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:55 am
דורך פנים חדשות
שמייכלדיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:41 am
לגבי די נקודה פון היפאקריטיזם, במחכ"ת מאכסטו א קוגל פון די קנאישע פראקציעס וד"ל. זאגסט דאך אליינס אז דער בד"ץ פארדאמט אזאלכע מעשים, איך בין מיטן בד"ץ. און אויך קעגן פשרות אין חינוך בכל מקומות משבותינו.
איך בין נישט אזוי באקאנט מיט אלע פראקציעס, איך פלעג בעיקר שרייבען די טענות קעגן ניק'ס אויף אייוועלט, אויך אין אישי, און איך געדענק קיינמאל נישט צו באקומען א ענטפער, אבער קען טאקע זיין אז אין דיין פראקציע איז נישטא די היפאקראטיע לגבי פשרות בגזירות החינוך און לגבי פארברענען מיסטען, אבער דאכט זיך אז אין די נושא האשכול איז יא דא היפאקראטיע ווי ארויסגעברענגט אנפאנג פון מיין תגובה, אז אין חו"ל האט מען נישט א פראבלעם מיט היימישע מוסדות וואס לערנען סעקולערע לימודים, און אין א"י יא [און הגם אז אין די אלטע צייטען פלעגט מען טאקע מקפיד זיין אין א"י נישט צו לערנען סעקולערע לימודים, איז פשוט אז נשתנו הענינים, און דעמאלטס איז געווען א קליינע ישוב וואס האט זיך געהאלטען אויף די שטיצע פון חו"ל, ווי אויך זענען דעמאלטס געווען די משכילים וואס האבען געעפענט די שקאלעס כדי אראפצופירען די קינדער פון אידישן דרך, ואגב על החרם כנגד לימוד שפות זרות לא חתם הגרש"ס זצ"ל, ורק על החרם כנגד השקאלעס המשכיליים חתם, וגם בשנים הקדמוניות היו בירושלים בתי ספר למלאכות בפיקוח הגה"צ ר' ישעי' ברדקי זצ"ל].
די בד"ץ האט פארדאמט די מעשים פון פארברענען מיסט קאסטענעס, איך געדענק נישט אז זיי זאלען האבען פארדאמט דאס אפשפארען געסער (אן א פריערדיגע נאטיץ, און אן קיין פערמיט'ס) ווי ס'וואוינען בלויז היימישע אידען, און טאמער פאסירט אזאנס אין וויליאמסבורג אדער ק"י זעהט מיר נישט אויס וואלט עס צו גוט אויסגענומען ביים עולם... אבער די אמת איז אז איך דערמאן זיך אז האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א האט דאכט זיך גערעדט דערקעגן עטליכע יאר צוריק, אזוי אז קען טאקע זיין אז אין געוויסע פראקציעס איז נישטא קיין היפאקראטיע דערביי.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 11:05 am
דורך טיפע טאשן
שמייכלדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 23, 2023 4:23 pm
פנים חדשות האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 23, 2023 3:30 pm
קודם כל איז קלאר אז מיט אלע מעשיות גייט מען לערנען ווייניגער סעקולערע לימודים ווי דאס וואס מ'לערנט אין (כמעט) אלע מוסדות אין חו"ל, אזוי אז איינער וואס וואוינט אין חו"ל, אדער איינער וואס האט נישט א פראבלעם מיט די סדרי הלימודים אין די מוסדות אין חו"ל, האט לכאו' נישט וואס אריינצורעדן דא בכלל.
צווייטנס איז דא נאך חסידישע מוסדות וואס זענען אונטער "בני יוסף", און זיי טשידן פיין ארום.
אה האמיר שוין דער ענטפער פון בעלזא.. מקען יא ארומטשידן און מ'גייט נאך לערנען ווייניגער לימודי חול ווי אין חו"ל
אגב, וואסערע 'סעקולארע' לימודים לערנט מען דען אין חו"ל? איך ווייס פון שפראך, חשבון, אפשר אביסעלע היסטערי
@פנים חדשות אפשר ענפערסטו?
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 11:13 am
דורך פנים חדשות
איך האב געשריבען מיין פריערדיגע תגובה, צו פארענטפערן די תמיהות אויף מיין ערשטע נישט מדוייק'דיגע תגובה, אבער אז דו ווילסט א פונקטליכע ענטפער אויף די תגובה וואס דו ציטירסט, וועל איך שרייבען.
קודם כל בין איך נישט א בעלזער, און מיינע תגובות זענען נישט קיין "ענטפער פון בעלזא" (אויך על הצד אז איך וואלט יא געווען א בעלזער).
אויף די צווייטע שאלה ווייס איך נישט פונקטליך וואס צו ענטפערן, היות אין יעדע מוסד זענען די לימודים אנדערש, אבער לכה"פ אין אסאך היימישע מוסדות לערנט מען היפש אסאך לימודי חול, און מיין פריערדיגע תגובה איז בעיקר געקומען אויסצוקלארען דער פוינט.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 11:22 am
דורך שמייכלדיג
פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:55 am
שמייכלדיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:41 am
לגבי די נקודה פון היפאקריטיזם, במחכ"ת מאכסטו א קוגל פון די קנאישע פראקציעס וד"ל. זאגסט דאך אליינס אז דער בד"ץ פארדאמט אזאלכע מעשים, איך בין מיטן בד"ץ. און אויך קעגן פשרות אין חינוך בכל מקומות משבותינו.
דאכט זיך אז אין די נושא האשכול איז יא דא היפאקראטיע ווי ארויסגעברענגט אנפאנג פון מיין תגובה, אז אין חו"ל האט מען נישט א פראבלעם מיט היימישע מוסדות וואס לערנען סעקולערע לימודים, און אין א"י יא
לגבי די לימודים בעצם בין איך נישט באקאנט, אבער דאס איז זיכער אז אין לדמות, ווייל לדוגמא אזא טעמע ווי היסטאריע וואס אין אמעריקא קען עס זיין מותר, איז אין מדינת ישראל טריפה מינות און אפיקורסות.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 11:25 am
דורך שבת קודש
אויב איינער קען אריינקומען פונקטליך מסביר זיין וואס איז דאס ליב''ה? וואס לערנט מען דארט?
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:20 pm
דורך פנים חדשות
שמייכלדיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 11:22 amאזא טעמע ווי היסטאריע וואס אין אמעריקא קען עס זיין מותר, איז אין מדינת ישראל טריפה מינות און אפיקורסות.
אויך אין אמעריקע קען היסטאריע האבען זאכען קעגן די תורה כידוע, נאר די מוסדות גייען עס איבער אז ס'זאל נישט פארמאגען אזאנס, איז אין א"י קענען די מוסדות פונקט אזוי איבערגיין די ביכער, און זיכער מאכען אז ס'פארמאגט נישט קיין מינות ואפיקורסות.
און טאמער איז דאס א טענה איבער זאכען אין וואס ס'דא א מחלוקת אויב ס'גייט אריין בגדר מינות ואפיקורסות, דאן האט דאס גארנישט מיט די לימודי חול סומאטוכע, נאר איז א אלטע טענה קעגן בעלזא/אגו"י.
אגב, לאמיר אייך פרעגן א אויפריכטיגע שאלה, טאמער וואלט די קאמאן קאור נושא נישט אויפגעברענגט געווארען אין אמעריקע, נאר אין א"י, און די אגודיסטישע מוסדות וואלטען אנגענומען די מהלך פון רוב/אסאך מוסדות אין אמעריקע, וואס מיינט איר באמת וואלט געווען די שטעלונג פון אלע קנאישע פראקציעס אין אמעריקע?
ביטע טראכט דאס דורך אויפריכטיג, און דאן וועט איר פארשטייען פארוואס פיל מענטשען האלטען אז ס'דא שטארקע היפאקראטיע, און דערפאר נעמען זיי שוין נישט אן קיין שום טענות וואס קומט פון די פלעצער.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:37 pm
דורך צייטווייליג
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 23, 2023 12:12 pm
מעג מען עס שרייבן דא?... דער סאטמאר רב זצ"ל האט געשריבן "בהכרח ינתקו"... דאס איז זייער א שנעלע התנתקות.
לאמיר שוין זאגן, לו יצייר, אז בעלזא פארט טאקע אפ.. האלט איר טאקע אז איד טיש מעג גענוצט ווערן אלץ א שופר איר צו שטעלן אין פלאץ? אוואדע און אוואדע נישט!
כלאז עס דייקא אז מזאל וויסן און פארשטיין אז אזא סארט שפראך זאל מען נישט נוצן בעתיד. מיטן האפענונג אז מיר אלע פארשטייען זיך.
נאכאמאל, פערזענליך מעג האלטן און קלערן וואס מוויל. מיר רעדן דא פון די אופן השמועסן אויף איד-טיש.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:49 pm
דורך שבת קודש
פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:20 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 11:22 amאזא טעמע ווי היסטאריע וואס אין אמעריקא קען עס זיין מותר, איז אין מדינת ישראל טריפה מינות און אפיקורסות.
אויך אין אמעריקע קען היסטאריע האבען זאכען קעגן די תורה כידוע, נאר די מוסדות גייען עס איבער אז ס'זאל נישט פארמאגען אזאנס, איז אין א"י קענען די מוסדות פונקט אזוי איבערגיין די ביכער, און זיכער מאכען אז ס'פארמאגט נישט קיין מינות ואפיקורסות.
און טאמער איז דאס א טענה איבער זאכען אין וואס ס'דא א מחלוקת אויב ס'גייט אריין בגדר מינות ואפיקורסות, דאן האט דאס גארנישט מיט די לימודי חול סומאטוכע, נאר איז א אלטע טענה קעגן בעלזא/אגו"י.
אגב, לאמיר אייך פרעגן א אויפריכטיגע שאלה, טאמער וואלט די קאמאן קאור נושא נישט אויפגעברענגט געווארען אין אמעריקע, נאר אין א"י, און די אגודיסטישע מוסדות וואלטען אנגענומען די מהלך פון רוב/אסאך מוסדות אין אמעריקע, וואס מיינט איר באמת וואלט געווען די שטעלונג פון אלע קנאישע פראקציעס אין אמעריקע?
ביטע טראכט דאס דורך אויפריכטיג, און דאן וועט איר פארשטייען פארוואס פיל מענטשען האלטען אז ס'דא שטארקע היפאקראטיע, און דערפאר נעמען זיי שוין נישט אן קיין שום טענות וואס קומט פון די פלעצער.
נישט אויסמישן מיט אנדערע ענינים, דא איז די שמועס וועלעכע לימודים מען גייט יעצט אנהייבן צו לערנען אדאנק זיין אינגאנצען אינטערגעווארפן אונטער די רעגירונג?
בכלליות איז טאקע דא א פראבלעם אז עס איז דא אסאך שרייערס אזויגערופענע עסקנים רעדענרס צייטונגען וואס שרייען מדעת עצמם אומריכטיגע זאכן,
וואס טייל טועהן דאס פשוט ווייל זיי ווילן אז מען זאל זיי דא משבח זיין אלץ קנאים.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:08 pm
דורך שמייכלדיג
פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:20 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 11:22 amאזא טעמע ווי היסטאריע וואס אין אמעריקא קען עס זיין מותר, איז אין מדינת ישראל טריפה מינות און אפיקורסות.
אגב, לאמיר אייך פרעגן א אויפריכטיגע שאלה, טאמער וואלט די קאמאן קאור נושא נישט אויפגעברענגט געווארען אין אמעריקע, נאר אין א"י, און די אגודיסטישע מוסדות וואלטען אנגענומען די מהלך פון רוב/אסאך מוסדות אין אמעריקע, וואס מיינט איר באמת וואלט געווען די שטעלונג פון אלע קנאישע פראקציעס אין אמעריקע?
ביטע טראכט דאס דורך אויפריכטיג, און דאן וועט איר פארשטייען פארוואס פיל מענטשען האלטען אז ס'דא שטארקע היפאקראטיע, און דערפאר נעמען זיי שוין נישט אן קיין שום טענות וואס קומט פון די פלעצער.
וואסערע מהלך האט מען גענומען?
איך זעה איין זאך, אין אמעריקע זאגן די ערליכע מנהיגים קלאר [אויף די אמעריקאנע גזירות] אז מען טאר נישט מאכן קיין שום פשרות און שינויים. האט מען רעכט צו שטורעמען אז מען טאר נישט מאכן פשרות.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:19 pm
דורך פנים חדשות
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:49 pm דא איז די שמועס וועלעכע לימודים מען גייט יעצט אנהייבן צו לערנען אדאנק זיין אינגאנצען אינטערגעווארפן אונטער די רעגירונג?
מ'רעדט נישט פון זיין אינגאנצען אונטערגעווארפען די רעגירונג (אזויווי די ממלכתי שטרעמונג), נאר פון זיין אונטער די ספרדישע חרדישע שטרעמונג "בני יוסף", און פון לערנען ליב"ה/לימודי חול, כעין וואס אין אמעריקע דארפען די לימודים זיין איקוועלענט (כ'האף איך האף עס גוט געשריבען) צו די לימודים אין פאבליק סקול.
נ. ב. איך קען זיך להדיא נישט אויס אין די פרטים, פונקט אזויווי אלע אנדערע שרייבער דאהי וואס קענען זיך נישט אויס אין די פרטים, און לגבי די פרטים פארלאז איך זיך אויף די בעלזער רב שליט"א אז ער ווייסט וואס איז ריכטיג פאר זיינע חסידים, איך שרייב נאר טענות כלליות אויף די אופן הטענות פון געוויסע קנאים פון חו"ל לגבי זאכען וואס קומען פאר אין א"י (אלס רעאקציע צו
דער תגובה וואס איז אויך געשריבען געווארען אן וויסען פרטים).
שמייכלדיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:08 pmאיך זעה איין זאך, אין אמעריקע זאגן די ערליכע מנהיגים קלאר [אויף די אמעריקאנע גזירות] אז מען טאר נישט מאכן קיין שום פשרות און שינויים. האט מען רעכט צו שטורעמען אז מען טאר נישט מאכן פשרות.
איך ווייס נישט וואס מ'זאגט, איך ווייס וואס מ'טוט...
אויך אין א"י זאגען אלע מנהיגים אז מ'מאכט נישט קיין פשרות.
ס'איז ידוע אז אין אסאך מוסדות לערענט מען אויף די קאמאן קאור מהלך, למחצה לשליש ולרביע, צוליב די פאדערונג פון די רעגירונג, און עטליכע באקאנטע קנאישע רבנים (פון אמעריקע און פון א"י) האלטען אז דאס איז נגד האמונה והתורה, איז איך קום נישט זאגען אז ס'איז ראונג, אדרבה איך אליינס פארשטיי זייער גוט פארוואס קאמאן קאור איז נישט א פראבלעם, איך פרעג נאר טאמער וואלט דאס פארגעקומען אין א"י דורך די אגודיסטישע מוסדות, צי וואלטען נישט די אלע וואס אין זייערע מוסדות האט מען אנגענומען די "נישט פשרה" צו לערנען קאמאן קאור, צי וואלטען זיי נישט געשטורעמט בקולות וברקים קעגן די ווייטאגליכע פשרות וואס מ'טוט אדאנק'ן נהנה זיין משולחן איזבל...
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:31 pm
דורך שמייכלדיג
פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:19 pm
איך ווייס נישט וואס מ'זאגט, איך ווייס וואס מ'טוט...
פארקערט, וואס מ'זאגט ווייסט איר יא, וואס מ'טוט ווייסט איר נישט...
פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:19 pm אויך אין א"י זאגען אלע מנהיגים אז מ'מאכט נישט קיין פשרות.
גיוס: וואס מיינט דאס אויב נישט פשרות?
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 20, 2023 6:58 pm
ביי א זיצונג היינט צווישן די ראשי המפלגות איז געבליבן אז מ'קען נישט יעצט צופיל אויפטון און מ'דארף אנהייבן פארוואסערן די נושא.
גלייך דערנאך: השר מאיר פרוש ברשת ב': "מי שיושב ולומד תורה זכאי לדחיית השירות, מי שלא - שהצבא יעשה מה שצריך לעשות".
ווילסט לייקענען אז דער מהלך פון אגודת ישראל אלע יארן איז צו מאכן פשרות?
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:34 pm
דורך שבת קודש
פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:19 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:49 pm דא איז די שמועס וועלעכע לימודים מען גייט יעצט אנהייבן צו לערנען אדאנק זיין אינגאנצען אינטערגעווארפן אונטער די רעגירונג?
מ'רעדט נישט פון זיין אינגאנצען אונטערגעווארפען די רעגירונג (אזויווי די ממלכתי שטרעמונג), נאר פון זיין אונטער די ספרדישע חרדישע שטרעמונג "בני יוסף", און פון לערנען ליב"ה/לימודי חול, כעין וואס אין אמעריקע דארפען די לימודים זיין איקוועלענט (כ'האף איך האף עס גוט געשריבען) צו די לימודים אין פאבליק סקול.
נ. ב. איך קען זיך להדיא נישט אויס אין די פרטים, פונקט אזויווי אלע אנדערע שרייבער דאהי וואס קענען זיך נישט אויס אין די פרטים, און לגבי די פרטים פארלאז איך זיך אויף די בעלזער רב שליט"א אז ער ווייסט וואס איז ריכטיג פאר זיינע חסידים, איך שרייב נאר טענות כלליות אויף די אופן הטענות פון געוויסע קנאים פון חו"ל לגבי זאכען וואס קומען פאר אין א"י (אלס רעאקציע צו
דער תגובה וואס איז אויך געשריבען געווארען אן וויסען פרטים).
איך ווייס נישט פון וועלעכע לימודים מען רעדט דא
איך וויל פשוט פארשטיין אויב איז נישט דא קיין שום פראבלעם אין די אלע לימודים פארוואס האט מען זיך צוריקגעהאלטן ביז היינט צו זיין אונטער די ספרדישע "בני יוסף"?
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:44 pm
דורך פנים חדשות
שמייכלדיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:31 pm
גיוס: וואס מיינט דאס אויב נישט פשרות?
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 20, 2023 6:58 pm
ביי א זיצונג היינט צווישן די ראשי המפלגות איז געבליבן אז מ'קען נישט יעצט צופיל אויפטון און מ'דארף אנהייבן פארוואסערן די נושא.
גלייך דערנאך: השר מאיר פרוש ברשת ב': "מי שיושב ולומד תורה זכאי לדחיית השירות, מי שלא - שהצבא יעשה מה שצריך לעשות".
ווילסט לייקענען אז דער מהלך פון אגודת ישראל אלע יארן איז צו מאכן פשרות?
אלע יארען איז געווען די מהלך אז די דיחוי איז נאר פאר דער וואס לערענט, אנגעפאנגען פון די צייטען פון די חזו"א, אזוי אז דער ציטאט פון מאיר פרוש ווייזט נישט אויף קיין פשרות.
אודאי איז די מהלך אלע יארען פון ערליכע עסקנות געווען צו מאכען דריידלעך מיט די רעגירונג, טאמער דו רופסט דאס "פשרות" זאל זיין אזוי.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:50 pm
דורך פנים חדשות
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:34 pm
איך וויל פשוט פארשטיין אויב איז נישט דא קיין שום פראבלעם אין די אלע לימודים פארוואס האט מען זיך צוריקגעהאלטן ביז היינט צו זיין אונטער די ספרדישע "בני יוסף"?
פשוט, פארוואס זאל מען דען וווילען זיין אונטער אנדערע, ווען מ'קען האבען די אייגענע מוסדות?
אבער יעצט זעהט/האלט בעלזער רב אז די מלמדים פאלען אונטער די פינאנציעלע דרוק, און מ'דארף מער רעגירונג פאנדינג (אזויווי אין אמעריקע באקומען אלע מוסדות, חוץ געציילטע שטארק קנאישע, אסאך רעגירונג פאנדינג), איז ער מסכים אז זיינע מוסדות זאלען גיין אונטער די ספרדישע מוסדות (וואס וועלן נישט אריינרעדן אין די החלטות לגבי די בעלזער מוסדות).
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:56 pm
דורך אדם השני
שמייכלדיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:31 pm
פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:19 pm
איך ווייס נישט וואס מ'זאגט, איך ווייס וואס מ'טוט...
פארקערט, וואס מ'זאגט ווייסט איר יא, וואס מ'טוט ווייסט איר נישט...
פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:19 pm אויך אין א"י זאגען אלע מנהיגים אז מ'מאכט נישט קיין פשרות.
גיוס: וואס מיינט דאס אויב נישט פשרות?
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 20, 2023 6:58 pm
ביי א זיצונג היינט צווישן די ראשי המפלגות איז געבליבן אז מ'קען נישט יעצט צופיל אויפטון און מ'דארף אנהייבן פארוואסערן די נושא.
גלייך דערנאך: השר מאיר פרוש ברשת ב': "מי שיושב ולומד תורה זכאי לדחיית השירות, מי שלא - שהצבא יעשה מה שצריך לעשות".
ווילסט לייקענען אז דער מהלך פון אגודת ישראל אלע יארן איז צו מאכן פשרות?
א פשרה איז ווען מען געבט נאך אביסל
ביזדערווייל איז נאך קיין איינער פון די חסידישע אגודה קרייזן נישט געגאנגען אין מיליטער, סיי איינער וואס לערנט און סיי איינער וואס לערנט נישט
פארשטייט זיך אז איך רעד נישט פון פארפוילטע עפלעך וואס גייען מרצונם וואס דאס איז ליידער דא איבעראל
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:01 pm
דורך יום טוב
פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:50 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:34 pm
איך וויל פשוט פארשטיין אויב איז נישט דא קיין שום פראבלעם אין די אלע לימודים פארוואס האט מען זיך צוריקגעהאלטן ביז היינט צו זיין אונטער די ספרדישע "בני יוסף"?
פשוט, פארוואס זאל מען דען וווילען זיין אונטער אנדערע, ווען מ'קען האבען די אייגענע מוסדות?
ו(וואס הייסט פארוואס? דו ביזט דאך אזוי שיין מסביר אין דעם נעקסטן שטיקל אז מקען באקומען סאך מער פאנדינג אזוי )
אבער יעצט זעהט/האלט בעלזער רב אז די מלמדים פאלען אונטער די פינאנציעלע דרוק, און מ'דארף מער רעגירונג פאנדינג (אזויווי אין אמעריקע באקומען אלע מוסדות, חוץ געציילטע שטארק קנאישע, אסאך רעגירונג פאנדינג), איז ער מסכים אז זיינע מוסדות זאלען גיין אונטער די ספרדישע מוסדות (וואס וועלן נישט אריינרעדן אין די החלטות לגבי די בעלזער מוסדות).
מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר
אן אריינגיין אין החלטות איז זיכער אז דאס איז א נעקסטע שטאפל וואס מען האט נישט געטון ביז היינט
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:11 pm
דורך דער תהלים איד
איך זע אז איך האב דא א וועלט מגיב צו זיין, כווייס נישט צו כוועל אנקומען צו אלעם, איך הייב אן אין די רייע.
פשוט, ס'איז א פארגעניגן צו אויסשמועסן, און אפילו אויסשמייסן... נושאים ווען ביידע צדדים שרייבן נאר וואס זיי האלטן באמת, און נישט סתם רייצענישן.
פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:55 am
אבער דאכט זיך אז אין די נושא האשכול איז יא דא היפאקראטיע ווי ארויסגעברענגט אנפאנג פון מיין תגובה, אז אין חו"ל האט מען נישט א פראבלעם מיט היימישע מוסדות וואס לערנען סעקולערע לימודים, און אין א"י יא
אין חו"ל הא מען נישט קיין פראבלעם צו לערנען וויפיל מיר האלטן פאר וויכטיג און ריכטיג. נישט וואס די רעגירונג פאדערט צוצולייגן.
למשל, אין מאנטריאל פארלאנגט שוין די רעגירונג אפיציעל אז מען מוז לערנען אסאך מער. וואס טוען אלע מוסדות? מען פייפט זיך אן מיט א גרויסן פייפער. מען האט "נישט" צוגעלייגט זייערע לימודי חול, און "נישט" אראפגענומען דעם שם ה' פון אלע לימודי העולם וכו'.
הגם איין מוסד דארט אין מאנטריאל איז געווען א אויסנאם, דאס איז בעלזא. זיי האבן יא געענטפער פאר די רעגירונג אז מען שטעלט זיך צו, און זיי נעמען אריין די אינספעקטארס וכו'.
פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:55 am
און הגם אז אין די אלטע צייטען פלעגט מען טאקע מקפיד זיין אין א"י נישט צו לערנען סעקולערע לימודים, איז פשוט אז נשתנו הענינים, און דעמאלטס איז געווען א קליינע ישוב וואס האט זיך געהאלטען אויף די שטיצע פון חו"ל, ווי אויך זענען דעמאלטס געווען די משכילים וואס האבען געעפענט די שקאלעס כדי אראפצופירען די קינדער פון אידישן דרך, ואגב על החרם כנגד לימוד שפות זרות לא חתם הגרש"ס זצ"ל, ורק על החרם כנגד השקאלעס המשכיליים חתם, וגם בשנים הקדמוניות היו בירושלים בתי ספר למלאכות בפיקוח הגה"צ ר' ישעי' ברדקי זצ"ל].
למעשה איז יא דא א חרם קעגן לימוד שפות זרות אין ירושלים. וויאזוי גיט מען זיך א עצה דערמיט???
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:12 pm
דורך שבת קודש
פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:50 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:34 pm
איך וויל פשוט פארשטיין אויב איז נישט דא קיין שום פראבלעם אין די אלע לימודים פארוואס האט מען זיך צוריקגעהאלטן ביז היינט צו זיין אונטער די ספרדישע "בני יוסף"?
פשוט, פארוואס זאל מען דען וווילען זיין אונטער אנדערע, ווען מ'קען האבען די אייגענע מוסדות?
אבער יעצט זעהט/האלט בעלזער רב אז די מלמדים פאלען אונטער די פינאנציעלע דרוק, און מ'דארף מער רעגירונג פאנדינג (אזויווי אין אמעריקע באקומען אלע מוסדות, חוץ געציילטע שטארק קנאישע, אסאך רעגירונג פאנדינג), איז ער מסכים אז זיינע מוסדות זאלען גיין אונטער די ספרדישע מוסדות (וואס וועלן נישט אריינרעדן אין די החלטות לגבי די בעלזער מוסדות).
די סיבה פארוואס מען האט זיך דאס צוריקגעהאלטן ביז היינט איז זיכער געווען ווייל עס האט פראבלעמען
די שאלה איז אויב האט מען יעצט געטראפן א וועג אויסצושפילן די סיסטעם?
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:14 pm
דורך דער תהלים איד
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 11:25 am
אויב איינער קען אריינקומען פונקטליך מסביר זיין וואס איז דאס ליב''ה? וואס לערנט מען דארט?
למען האמת האב איך דאס שוין לאנג געוואלט אדורכטון צו וויסן דעם אמת שבדבר. אבער איך ווייס נישט וואו צו באקומען אינפא.
אפשר וועט אידטיש זיין דער פלאץ. אדרבה.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:19 pm
דורך פנים חדשות
דאכט זיך אז די בינינים גייען באלאנגען פאר "בני יוסף", און דאס איז גענוג א סיבה נישט אריינצוגיין דארט... אבער ווייזט אויס אז די פינאנציעלע דרוק ווערט ערגער און ערגער, האבען זיי מסכים געווען אויף דעם (נאכן איינזען אז זיי קענען נישט עפענען א (כמו) נייע שטרעמונג, צוליב די שטארקע התנגדות פון דגה"ת ובראשם הגריג"א זצ"ל).
בעצם ביסטו גערעכט אז אין א"י ווערט עס אנגעקוקט ווי א נייע שטאפל, אבער די סיבה איז בעיקר וועגן די ליטווישע קרייזען אין א"י וואס האלטען גאר שטארק קעגן סיי וואסארא לימודי חול אין די חדרים און אזוי אויך האלטען זיי שטארק אז יעדער יונגערמאן דארפען בלייבען אין כולל עד זקנה ושיבה וכו', אבער פון א חו"ל'דיגע שטאנדפונקט זעה איך עס נישט ווי א נעקסט לעוועל.
@דער תהלים איד האקט אריין אין גרויסען...
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:24 pm
דורך פנים חדשות
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:11 pm
אין חו"ל הא מען נישט קיין פראבלעם צו לערנען וויפיל מיר האלטן פאר וויכטיג און ריכטיג. נישט וואס די רעגירונג פאדערט צוצולייגן.
למעשה איז יא דא א חרם קעגן לימוד שפות זרות אין ירושלים. וויאזוי גיט מען זיך א עצה דערמיט???
כאילו די אלע סייענס און היסטאריע וואס מ'לערנט אין אסאך היימישע מוסדות אין חו"ל האלט מען פאר וויכטיג צו לערנען... ס'איז קלאר אז מ'שטעלט זיך צו צום רעגירונג, טאקע נישט ביי זאכען וואס זענען די "ציפור הנפש", אבער יא ביי אנדערע זאכען.
די חרם איז גע'חתמ'עט ביי די מהרי"ל דיסקין זצ"ל, און דוקא נישט דורך הגר"ש סאלאנט זצ"ל (וראיתי שפעם פרסמו החרם ההוא נגד הגרש"ס זצ"ל שהשתתף באיזה מוסד כזה, אינני יודע הפרטים, ואז אמר הגרש"ס זצ"ל שגם יפרסמו ברחובות קריה החרם שכנגד החסידים, להראות שכתוקף זה החרם כן תוקף החרם ההוא), און בכלליות איז דאס א כלליות'דיגע טענה קעגן גאר אסאך מוסדות אין ירושלים.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:24 pm
דורך דער תהלים איד
פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:19 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:49 pm דא איז די שמועס וועלעכע לימודים מען גייט יעצט אנהייבן צו לערנען אדאנק זיין אינגאנצען אינטערגעווארפן אונטער די רעגירונג?
מ'רעדט נישט פון זיין אינגאנצען אונטערגעווארפען די רעגירונג (אזויווי די ממלכתי שטרעמונג), נאר פון זיין אונטער די ספרדישע חרדישע שטרעמונג "בני יוסף", און פון לערנען ליב"ה/לימודי חול,
כעין וואס אין אמעריקע דארפען די לימודים זיין איקוועלענט (כ'האף איך האף עס גוט געשריבען) צו די לימודים אין פאבליק סקול.
נו, אין אמעריקא שרייט מען דאך אפן אז מען גייט זיך "נישט" צושטעלן! אט דאס רופט מען דא "גזירת החינוך". ניין?
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:29 pm
דורך דער תהלים איד
פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:50 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:34 pm
איך וויל פשוט פארשטיין אויב איז נישט דא קיין שום פראבלעם אין די אלע לימודים פארוואס האט מען זיך צוריקגעהאלטן ביז היינט צו זיין אונטער די ספרדישע "בני יוסף"?
אזויווי אין אמעריקע באקומען אלע מוסדות, חוץ געציילטע שטארק קנאישע, אסאך רעגירונג פאנדינג
דאס איז א גרויסע טעות מחסרון ידיעה.
אין אמעריקא נעמט מען נישט קיין "חינוך" געלט פון קיין רעגירונג עדיוקעישן פאנדס! עכ"פ די היימישע מוסדות זיכער נישט. אפשר ביי די קליינע קינדער, העדסטארט וכדו', אבער פאר די חדר אין סקול גארנישט!
די גאנצע וואס מען נעמט איז "לאנטש" פראגראמען פאר עסן, "סעקיורעטי" פראגראמען, "טראנספארטאציע" געלטער, ועוד כהנה. אך ורק פאר זייטיגע זאכן פון זייטיגע דעפארטמענטס, גארנישט מיט'ן עדיוקעישן.