בלאט 2 פון 5

Re: איך האלט עס שוין נישט אויס! 😭😭😭

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:19 pm
דורך בודקע
יעקב דוד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:15 pm
חמול על מעשיך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 2:50 pm אדערווייל האלט מען שוין ביי א חשבון פון איבער צווי מיליאן דאלער וואס דער יעניגער האט שוין באגנבעט פון אידישע אפגעשפארטע געלטער...

די וויי געשריי וואס @איש ציון האט געהויבן וואקסט פון שעה צו שעה, אינדערצייט וואס ער האט נאכנישט געזען קיין רויטן גרייצער...
אויב רעדט מען פון א רודף אחר ממון ישראל מעג מען נישט לייגן זיין נאמען און פובליק? לשון הרע לתועלת גדול במקום הפסד מרובה?!
מ'דארף ווען אריינמישן די לב טהור דיינים... זיי וואלטן זיכער מתיר געווען..

Re: איך האלט עס שוין נישט אויס! 😭😭😭

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:23 pm
דורך שאינו יודע לשאול
די נאמען איז שוין געווען אויף אייוועלט, מ'האט עס געמעקט.

Re: איך האלט עס שוין נישט אויס! 😭😭😭

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:24 pm
דורך צווייטער
shame on ivelt, פאר'ן שפארן דעם אשכול

Re: איך האלט עס שוין נישט אויס! 😭😭😭

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:28 pm
דורך בודקע
@אסמכתא בעלמא , מ'מעג שרייבן די נאמען דא?

Re: איך האלט עס שוין נישט אויס! 😭😭😭

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:32 pm
דורך אסמכתא בעלמא
בודקע האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:28 pm @אסמכתא בעלמא , מ'מעג שרייבן די נאמען דא?
אודאי געוויס נישט. אויב רבנים הייסן אנדערשט, קאנקאקט א חבר הנהלה אין אישי.

Re: איך האלט עס שוין נישט אויס! 😭😭😭

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:48 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:23 pm די נאמען איז שוין געווען אויף אייוועלט, מ'האט עס געמעקט.
אלע אישי שיקערס 👇👇👇
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:32 pm
בודקע האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:28 pm @אסמכתא בעלמא , מ'מעג שרייבן די נאמען דא?
אודאי געוויס נישט. אויב רבנים הייסן אנדערשט, קאנקאקט א חבר הנהלה אין אישי.

Re: איך האלט עס שוין נישט אויס! 😭😭😭

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:52 pm
דורך הדסים
בודקע האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:19 pm
יעקב דוד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:15 pm
חמול על מעשיך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 2:50 pm אדערווייל האלט מען שוין ביי א חשבון פון איבער צווי מיליאן דאלער וואס דער יעניגער האט שוין באגנבעט פון אידישע אפגעשפארטע געלטער...

די וויי געשריי וואס @איש ציון האט געהויבן וואקסט פון שעה צו שעה, אינדערצייט וואס ער האט נאכנישט געזען קיין רויטן גרייצער...
אויב רעדט מען פון א רודף אחר ממון ישראל מעג מען נישט לייגן זיין נאמען און פובליק? לשון הרע לתועלת גדול במקום הפסד מרובה?!
מ'דארף ווען אריינמישן די לב טהור דיינים... זיי וואלטן זיכער מתיר געווען..
חחחח

גראדע דער נאמען איז א סוד פאר גאנץ בראד מיין איך

Re: איך האלט עס שוין נישט אויס! 😭😭😭

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:56 pm
דורך בודקע
הדסים האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:52 pm
בודקע האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:19 pm
יעקב דוד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:15 pm

אויב רעדט מען פון א רודף אחר ממון ישראל מעג מען נישט לייגן זיין נאמען און פובליק? לשון הרע לתועלת גדול במקום הפסד מרובה?!
מ'דארף ווען אריינמישן די לב טהור דיינים... זיי וואלטן זיכער מתיר געווען..
חחחח

גראדע דער נאמען איז א סוד פאר גאנץ בראד מיין איך
יא יא, א וואויל באקאנטן שווינדלער

Re: איך האלט עס שוין נישט אויס! 😭😭😭

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 4:04 pm
דורך וואוילער
וועט מען מוזן זאגן אז ער איז נישט אזוי באקאנט, ווייל דער איד האט אים געגעבן געלט אין די הענט אריין, כ'גלייב נישט אז ער האט געוואוסט.

Re: איך האלט עס שוין נישט אויס! 😭😭😭

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 4:06 pm
דורך כאטש טראץ אפי'
וואוילער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 4:04 pm וועט מען מוזן זאגן אז ער איז נישט אזוי באקאנט, ווייל דער איד האט אים געגעבן געלט אין די הענט אריין, כ'גלייב נישט אז ער האט געוואוסט.
ער איז וואויל באקאנט

Re: איך האלט עס שוין נישט אויס! 😭😭😭

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 4:13 pm
דורך וואוילער
כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 4:06 pm
וואוילער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 4:04 pm וועט מען מוזן זאגן אז ער איז נישט אזוי באקאנט, ווייל דער איד האט אים געגעבן געלט אין די הענט אריין, כ'גלייב נישט אז ער האט געוואוסט.
ער איז וואויל באקאנט
@אסמכתא בעלמא ער האט אויסגעזאגט...
כ'גיי מוזן עפענען א נייע ניק.

Re: איך האלט עס שוין נישט אויס! 😭😭😭

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 4:54 pm
דורך בודקע
וואוילער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 4:13 pm
כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 4:06 pm
וואוילער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 4:04 pm וועט מען מוזן זאגן אז ער איז נישט אזוי באקאנט, ווייל דער איד האט אים געגעבן געלט אין די הענט אריין, כ'גלייב נישט אז ער האט געוואוסט.
ער איז וואויל באקאנט
@אסמכתא בעלמא ער האט אויסגעזאגט...
כ'גיי מוזן עפענען א נייע ניק.
איי געס גארנישט אזא @וואוילער ..

Re: איך האלט עס שוין נישט אויס! 😭😭😭

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 8:34 am
דורך גארנישט
סתם לידיעה בעלמא, אזאלעכע מעשיות פאסירן ליידער כסדר,
איך האב מיטגעהאלטן ווי א שווינדלער (נישט קיין היימישער, א ישיבה'ישער פון מאנסי) איז פשוט געפאלן פאר סקעמערס אין יוטא, און אריינגעפאמפט דארט מיליאנען פון אידישע געלטער, און עס האט נישט געהאלפן קיין גוטנס און קיין בייזענס, ער האט בא'גזל'ט א געוויסע רב אין מאנסי מיט א גלאטע מעלאנע.
ווען אני הקטן האט פרובירט עפעס צו טוען דערצו און אנגערופן געוויסע רבנים צו פרובירן עפעס צו טוען האב איך שוין פארשטאנען פארוואס מען זאגט אלעמאל אז אויב וויל מען אויסברענען זאל מען מאכן א קול קורא...
איין רב זאגט מיר אמת מען דארף עפעס טוען, אבער ער פארט ביז אפאר טעג אין די קאנטרי אויף א וואך ווען ער וועט אהיימקומען וועט מען עפעס טוען דערצו...

Re: איך האלט עס שוין נישט אויס! 😭😭😭

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 8:52 am
דורך ז'וריקער
חמול על מעשיך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 2:50 pm אדערווייל האלט מען שוין ביי א חשבון פון איבער צווי מיליאן דאלער וואס דער יעניגער האט שוין באגנבעט פון אידישע אפגעשפארטע געלטער...
וואס הייסט? ער האט געטון די זעלבע צו נאך אידן??

Re: איך האלט עס שוין נישט אויס! 😭😭😭

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 11:10 am
דורך חמול על מעשיך
ז'וריקער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 8:52 am
חמול על מעשיך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 2:50 pm אדערווייל האלט מען שוין ביי א חשבון פון איבער צווי מיליאן דאלער וואס דער יעניגער האט שוין באגנבעט פון אידישע אפגעשפארטע געלטער...
וואס הייסט? ער האט געטון די זעלבע צו נאך אידן??
אידן?! די פאפלערסטע פיגורן און די שענסטע פרזענדליכקייטן פון כלל ישראל...

Re: איך האלט עס שוין נישט אויס! 😭😭😭

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 11:17 am
דורך פשוט און גראד
@איש ציון

????

Re: איך האלט עס שוין נישט אויס! 😭😭😭

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 11:18 am
דורך פשוט און גראד
איך זיך א טעראפיסט עסעפ

איך נער ווייס נישט פון וועם די מדובר איז - נאך איינער??

אפשר גיי מיר פאר א קרעש קורס

Re: איך האלט עס שוין נישט אויס! 😭😭😭

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 12:09 pm
דורך אנדערער
פשוט און גראד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 11:18 am איך זיך א טעראפיסט עסעפ

איך נער ווייס נישט פון וועם די מדובר איז - נאך איינער??

אפשר גיי מיר פאר א קרעש קורס
איך ווייס אויך נישט

גרופ טעראפי?

Re: איך האלט עס שוין נישט אויס! 😭😭😭

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 12:14 pm
דורך בערנשטיין
איש ציון האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 5:32 am לכבוד אלע חברים וידידים, ניין כ'האב נאכנישט קיין געלט, נאר א הסכם.
העמיר צו ווארטן ביז מאנטאג, אז נישט, הכונו הכונו וכו', פרטים יבואו.
וואס איז געווארן?

Re: איך האלט עס שוין נישט אויס! 😭😭😭

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 1:51 pm
דורך Think and Thank
קוקט אויס אז דערווייל איז נישט געווארן :oops:

Re: איך האלט עס שוין נישט אויס! 😭😭😭

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 2:14 pm
דורך זבולון שטיינקלאץ
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 12:09 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 11:18 am איך זיך א טעראפיסט עסעפ

איך נער ווייס נישט פון וועם די מדובר איז - נאך איינער??

אפשר גיי מיר פאר א קרעש קורס
איך ווייס אויך נישט

גרופ טעראפי?
ביי די סעשאנס גייט מען אויסזאגן?

סיין מי אפ...

Re: איך האלט עס שוין נישט אויס! 😭😭😭

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 2:32 pm
דורך Think and Thank
זבולון שטיינקלאץ האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 2:14 pm
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 12:09 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 11:18 am איך זיך א טעראפיסט עסעפ

איך נער ווייס נישט פון וועם די מדובר איז - נאך איינער??

אפשר גיי מיר פאר א קרעש קורס
איך ווייס אויך נישט

גרופ טעראפי?
ביי די סעשאנס גייט מען אויסזאגן?

סיין מי אפ...

ניין, מען גייט דיר אויסלערנען וויאזוי צו קענען אנגיין מיט'ן לעבן טראץ די טראומע פון נישט וויסן...

Re: איך האלט עס שוין נישט אויס! 😭😭😭

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 2:40 pm
דורך זבולון שטיינקלאץ
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 2:32 pm
זבולון שטיינקלאץ האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 2:14 pm
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 12:09 pm

איך ווייס אויך נישט

גרופ טעראפי?
ביי די סעשאנס גייט מען אויסזאגן?

סיין מי אפ...

ניין, מען גייט דיר אויסלערנען וויאזוי צו קענען אנגיין מיט'ן לעבן טראץ די טראומע פון נישט וויסן...
👍
תכלית הידיעה שנידע שלא נידע

Re: איך האלט עס שוין נישט אויס! 😭😭😭

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 5:59 pm
דורך אני-הק'
ביזדערווייל האלט מען שוין ביי נאך א אשכול אויף אייוועלט, און ווי עס האלט יעצט איז די גניבה נישט אומגעקערט געווארן צום בעה"ב, עפעס א באהאלטענע הסכם איז געמאכט געווארן אויך מיט הבטחות אז מארגן אן קיין זארגן וכו'... מיטן קלארן אפמאך אז מ'וועט נישט ארויסגעבן דעטאלן דערפון, ביזדערווייל ווארט מען נאך. ולה' הישועה.

Re: איך האלט עס שוין נישט אויס! 😭😭😭

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 6:01 pm
דורך ז'וריקער
איז עס די זעלבער וואס האט ארויסגעשווינדלט בערך א יאר צוריק אפאר מעלאנעס פון היימישע אידן, א פלומעניק פון א עסקן?