אנקעטע: האסטו א פחד אויב משיח קומט 'שוין'?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא

האסטו א פחד אויב משיח קומט 'שוין'?

וואלן האבן זיך פארמאכט מיטוואך אוגוסט 02, 2023 5:10 pm

אחכה לו, ער זאל קומען די רגע! נישט קיין חילוק מיין מצב אין אידישקייט
29
69%
איך האף אז ער קומט שוין, אבער כ'וויל קודם פאררעכטן אלע מיינע מעשים
7
17%
כ'בין צומישט וואס איך דארף האפן
6
14%
 
Total votes: 42

אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 432
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 457

Re: אנקעטע: האסטו א פחד אויב משיח קומט 'שוין'?

פאוסט דורך משה רבינו »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 4:57 pm ס'דא א באקאנטע ווארט פון (?), אז א חתן האט די כח צו פועלן די גאולה ביום חופתו, און אויב וועט ער פארפירן און נישט וועלן גיים צום חופה ביז מיר ווערן אויסגעלייזט, וועט משיח מוזן קומען.
אויב אזוי, זעמיר אזעלכע נאראנים? וואו איז דערעולם? מ'דארף מיר איין חתן צו אויסבעטן די גאולה.
נאר וואדען, יעדע חתן וויל אז משיח זאל קומען תיכף נאך זיין חתונה, לאמיך האבן מיין אטענשען, וויסן אז כ'בין מסודר, און נאכדעם בינעך גרייט, אבער מ'וויל נישט אז משיח זאל צושאערן מיין חתונה...
ראפשיצער רב
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 756
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 716

Re: אנקעטע: האסטו א פחד אויב משיח קומט 'שוין'?

פאוסט דורך טראפקעלע »

וואלן זענען אפן ביז מיטוואך אוגוסט 02, 2023 5:10 pm

ס'איז שוין טאקע נאך שבת נחמו,
אבער די 12'טע אני מאמין איז/דארף נאך זיין אקטועל.
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 302

Re: אנקעטע:ווילסט משיח זאל 'שוין' קומען?

פאוסט דורך המברך יתברך »

ווירקליך האט געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 5:18 pm מיין פערזענליכע מיינונג: עפעס שפירט עס טשילי אזא אנקעטע... איך וואלט עס נישט געמאכט... גענוג אז מ'רעדט דערפון אין טעאריע
דארף מען מאכן אן אנקעטע, צי ס'פאסט דא אן אנקעטע.

אבער אמר"ש, משיח געוואונט ב"ה!
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 756
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 716

Re: אנקעטע:ווילסט משיח זאל 'שוין' קומען?

פאוסט דורך טראפקעלע »

טראפקעלע האט געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 6:44 pm
לעדי באג האט געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 5:35 pm
ווירקליך האט געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 5:18 pm מיין פערזענליכע מיינונג: עפעס שפירט עס טשילי אזא אנקעטע... איך וואלט עס נישט געמאכט... גענוג אז מ'רעדט דערפון אין טעאריע
פאסט נישט אן אנקעטע אויף דעם.
גערעכט,כ'בין טאקע נישט געווען אזוי רואיג מיטן לייגן די אנקעטע,
איך האב לכתחלה געעפנט דעם אשכול אן א אנקעטע, איך האב לכתחלה געעפנט דעם אשכול נאר ארויסצוברענגען א ווייטאגליכע נקודה,
נאר נאכן באקומען א בקשה צו עס לייגן, האב איך עס געמאכט.
אבער קלארצושטעלן, ס'איז זיכער יעדער וויל משיח זאל שוין קומען און אונז אויסלייזן,אבער מ'קען נישט פארהוילן א פאקט, אז ס'איז דא אידן וואס האבן א פחד פון דעם, נישט ווייל זיי זענען פושעים ח"ו נאר זיי ווילן זיין מער גרייט אויף דעם אזוי לאנג ארויסדערווארטענטע טאג,
און אדרבה, אויב קענט איר ארויסברענגען שיינע נקודות פאר די וואס וועלן אפציע 2 אדער 3, פארוואס מ'דארף נישט האבן דעם פחד, און ווי אזוי זיך מחזק צו זיין, טיילט עס ביטע מיט(דאס איז באמת די מטרת האשכול).
אפשר קען מען מאכן א אנקעטע צו מ'זאל לאזן די אנקעטע...
@המברך יתברך ארום 30% דארף נאך חיזוק אין די נושא.
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 302

Re: אנקעטע: האסטו א פחד אויב משיח קומט 'שוין'?

פאוסט דורך המברך יתברך »

פארשטענדליך, אבער נישט ווייל מ'דארף חיזוק אין דער נושא. נאר ווייל מ'כאפט נישט באמת דעם חובת האדם בעולמו, אין אנדערע ווערטער, וואס טו איך דא אויף מיט'ן פארשפעטיגן דעם באס וכו'...
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2816
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7979

Re: אנקעטע: האסטו א פחד אויב משיח קומט 'שוין'?

פאוסט דורך פופציגער »

האביך זיך אזוי אנגעשטויסן אין דעם אשכול.

זייער שיין, און אסאך גוטע חיזוק ווערטער.

פאלגענד ברענג איך וואס כהאב געשריבן אין אן ענליכער אשכול אויף אייוועלט
:



ליידער איז עס טאקע אזוי. די מערהייט פון אונז איז אויפגעוואקסן מיט א שווארצן נעפל ארום דעם גאנצן נושא פון ביאת משיח. פון אלס קליין קינד ציטערט מען אין די הויזן אז ווען משיח גייט קומען גייט ער זיך די ערשטע זאך אויפשטעלן אויף א סטעידזש, אנוועזנד וועלן זיין אלע גרויסע צדיקים, די עלטערן און זיידעס, און אלע קינדער פון קלאס... און משיח וועט דאן מגלה זיין דעם סוד אז דו ביסט געווען דער וואס האט געגאנבעט א ליקעריש פון שלומי'ס ריסעס!!
די קינדער פאניקן צומאל ווען מען רעדט פון משיח... יא יא יא... מען וויל ער זאל קומען... אבער......

אין ישיבה געדענק איך איז אמאל געווען אזא פנימי אנקעטע ווען א חבר מיינער האט געפרעגט פון א גאנצע ליסטע בחורים צווישן פיר אויגן "ביסט אקעי אויב משיח קומט אן דעי רגע?" רוב פון זיי האבן געהאפט און געוואלט און געגלייבט, אבער זענען דערציטערט געווארן בלויז טראכטענדיג דערפון...

שטעלט זיך די שאלה, איז עס טאקע אזוי אז מיר, די קליינע הייפעלע ערליכע אידן, די וועלכע מוטשען זיך מיט די היינטיגע נסיונות, די וועלכע ארבעטן מיט אגרעסיווע כוחות נישט צו פארשלעפט ווערן אין די פרעמדע גאס, אינעם הסתרה שבתוך הסתרה, בלויז ווייל מיר גלייבן אז איין טאג וועט עס זיין, ומלאה הארץ דעה את ה', מיר זאלן זיין די וואס וועלן אזוי פארשעמט ווערן???
דער פרייער איד וואס איז א וועלט בארימטער בעל עבירה, און דער איד וואס זיין באבע פופצן דורות ארויף האט ארויסגעטשעקט פון אידישקייט, זיי וועלן זיין די העלדן, זיי וועט מען ברענגען שי למורא אלס א מתנה פארן גואל צדק, מיט זיי וועט מען טאנצן און גיסן טרערן פון התעוררות והשיב לב בנים על אבותם, און אונז וועמיר כאפן א שטויס? דאן, ווען עס וועט זיין התגלות כבוד שמים, און די אלע נדחים בארץ אשור אין די נידריגסטע ערטער אין די וועלט וועלן קומען צולויפן כאפן א בענקל ביים גרויסן סעודה'ניו, דאן וועט מען נעמען די וועלכע זענען יא געווען ערליכע אידן - און צומאל - און אפילו אסאך מאל ליידער - דורכגעפאלן מיט קליינע און גרויסע עבירות, און זיי וועט מען אויפשטעלן אויפן סטעידזש און אריינשמייסן?

ווי ביטער הערט זיך דאס...

דער שמוציג קינד וועלכע איז ארויסגעקומען אין די עפנטליכקייט אז ער האט פארלאזט אידישקייט שעמט זיך נישט דערמיט... בס"ה ווער וועט האבן בושות? אונז... די אידן וועלכע האבן זיך נאך אנגעגעבן אז ערליכע אידן, און ליידער צומאל נכשל געווארן מיט עבירות...

אונזערע מלמדים האבן צומאל גענוצט דעם נעבעכדיגן משיח וועלכע איז נאך ליידער פארנומען באנדאדזשירן זיינע וואונדן, אלס א שטעקן... צדיק... מיינסט ס'הפקר וועלט?... בשעת דו טשידסט דא ביי די חומש רש"'י בחינה, מאכסטו א בובו פאר משיח, און מיינסט אז ער ווייסט נישט, הע? ווען ער גייט ווערן אויסגעהיילט, וועט ער קומען צופארן אויף א ריזן ווייסן אייזעלע... יא יא. איין טאג גייט עס זיין... און דאן וועסטו זעהן... הוי גייט גיין קלעפ... מייניש אז ער איז אזא נעבעכדיגע משיח'ל... ער איז פיינע נייעס... די רגע ער שטעלט זיך אויף פון יענע שטיין וואו ער זיצט, וועט ער דיר ווייזן וואסערע מאסלס ער האט...

איי, דער רבי זי"ע האט אויך גערעדט פון די גרויסע בזיונות? מוז מען איינזעצן אז ער האט נישט געמיינט דעם עפנטליכן סעלעקציע פון וואס אונזערע רבי'ס האבן גערעדט... אדער האטער גערעדט פון די בושה וואס יעדער וועט שפירן פאר זיך זעלבסט, און ווי מיר וועלן זיך שעמען פון אונזערע שוואכע מינוטן. אדער העט מען מוזן נידערן דעם טאן אביסל... יא יא, עס וועט זיין א יום הדין הגדול "והנורא". אבער, נישט דאס איז "די גאולה" אויף וואס מיר ווארטן! ווען מיר זאלן וויסן אויף וואס מיר ווארטן, ווען מיר זאלן ווען הערן דעם ריכטיגן באדייט וואס הייסט די גאולה השלימה, וואלטן מיר געהאפט און געווארט אויף דעם יום הדיון, רעגארדלעס! דאס איז דאך בלויז א טייל פונעם פראצעדור אנצוקומען דארט!

צום ענין; מען וועט אונז משפטן, און נאך ווי משפט'ן. פאר יעדע מחשבה דיבור ומעשה, אבער פון די אנדערע זייט וועלן מיר זיין די העלדן! די צדיקים הראשונים וועלן אונז צאמקושן! אין אזא דור שפל, מיט אזעכע נסיונות, און יא, מיט אזעכע מיאוסע דורכפעלער, האסטעך פארט געהאלטן!! ביסט געבליבן ווארטן!

מען וועט זעהן אונזערע דורכפעלער, אבער מען וועט אויך זעהן די נסיונות וואס מיר האבן געהאט!


---

און ווייסט וואס כ'על דיר זאגן? עם כל זה אחכה לו בכל יום שיבא!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 481
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 868

Re: אנקעטע: האסטו א פחד אויב משיח קומט 'שוין'?

פאוסט דורך צווייטער »

רעגנדיג האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 7:14 pm קןדם א דאנק @טראפקעלע פארן עפענען דעם נושא, ס'איז זייער וויכטיג צו רעדן היינט דערפון, ווייל ליידער, וויבאלד מיר האבן נישט קיין השגה אין וואס וועט דאן זיין, האט מען מורא דערפון וויבאלד מ'זעמיר ליידער פארשמירט מיט עבירות - עכ"פ איך..

די אמת איז אז ס'איז טאקע דא וואס מורא צו האבן, כמבואר אין חז"ל און אין אלע ספרים הקדושים איבער דעם יום הדין הגדול והנורא. נאר וואס דען, מ'ברויך וויסן אז די געוואלדיגע גוטס וואס וועט דעמאלטס זיין, די התקרבות אלקים אשר עין לא ראתה, איז אזוי זיס און געשמאק אז ס'שטייגט איבער פי כמה די חלק פון וועלכע מ'האט מורא, און ס'לוינט זיך אלעס דורכצוגיין כדי אנצוקומען צו דעם.

כ'האב אמאל געהערט א געוואלדיגע חידוש פון הרה"ק מ'סאטמאר בענין זה - א שאד אז כ'געדענק נישט די פונקטליכע מקור יעצט, אפשר וועל איך עס פרובירן אויפצוזוכן - וואס האט מיר געגבן געוואלדיגע חיזוק אויף די סארט מחשבות. כ'געדענק נישט פונקטליך די ווארט, אבער די תמצית היוצא איז אז ווען משיח וועט קומען וועט יעדער איד וואס גלייבט אין באשעפער האבן א תיקון, נישט קיין חילוק ווי זינדיג און פארשטויסן מען איז, אויב האט מען אמונה וועט מען זוכה זיין צו א תיקון.

דער באשעפער זאל טאקע העלפן אז אין זכות פון זיך מחזק זיין אין צפיה לגאולה זאלן אונז שוין טאקע אויסגעלייזט ווערן בקרוב.
דברי יואל פ' עקב (מהדו''ת)
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 321
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 1417

Re: אנקעטע: האסטו א פחד אויב משיח קומט 'שוין'?

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

נישט קיין חילוק ווי גוט עס איז פאר דיר יעצט, וועט נאכאלס זיין טויזנט מאל בעסער פאר דיר ווען משיח וועט קומען!! משיח גייט מחזיר בתשובה זיין אלע אידן.
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
שרייב פאוסט