אנקעטע: האסטו א פחד אויב משיח קומט 'שוין'?

פרעגנדיג היינט אפאר בחורים אויב זיי ווילן משיח זאל יעצט אין די מינוט קומען, בין ערשטוינט געווארן ווען יעדער האט געענטפערט כ'האב מורא, כ'וויל זיך נאך פארבעסערן קודם.
האב איך זיי מסביר געווען א משל - געהערט פון אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג מהר"א - אז ס'איז געווען איינמאל ווען די עלטערן זענען נישט געווען אינדערהיים און די קינדערליך האבן געוואלט מאכן א סורפרייז און אנגעהויבן מאכן א קעיק. שוין, מ'לייגט אריין אין די מיקסער אלע אינגרידיענס, פארגעסט (ווייסט נישט אז מ'דארף) צומאכן די דעקל, ממאכט מיטן דרייערל א 360 שארפן דריי און...... יא, דעיס איז טאקע געשען... די ווענט, דאך, אלעס איז אנגעשפריצט און פארשמירט.
דער טאטע קומט אהיים, וואלט די טאטע זעענדיג אזא חורבן געזאגט אז בעסער מאמי האט יעצט א עקסידענט און שטא…? אוודאי נישט, ס'איז צו א קליינע פראבלעם צו שטארבן פאר דעם.
די זעלבע אונזער מצב אין יודישקייט איז צו א קליינע פראבלעם קעגן דעם אז משיח איז נאכנישט דא.
זאגט מיר איינער, אפילו כ'ווייס אז די שכונה איז אין גלות בין איך נאכנישט אין די מדריגה זיך מוסר נפש זיין…
האב איך דערציילט אז ר' יאנקעלע פון פשעווארסק האט אמאל געפרעגט די חסידים, ווען איך האב ווען יעצט א קארב עפל, וואס איז דא מער, גיטע עפל אדער נישט גיטע?, דער עולם האט נישט פארשטאנען וואס די רבי פרעגט, האט ער געהייסן טיילן קוגל וואס איז משפיע דעת, נאכן עסן האט דער עולם נאכאלטס נישט געוואוסט, האט ער געזאגט, ווענד זיך, אויב וויל מען ארוסנעמען די גיטע וועט זיין מער גיטע, ווייל קודם וועט מען ארויסנעמען אלע גיטע נאכדעם וועט מען זען אז יענע איז נאך אויך אביסל גיט, דער שמייכלט נאך א טראפ, און ס'וועט איבערבלייבן נאר די גענצליך שוואכע, משא"כ ווען מוויל ארויס נעמען די נישט גיטע, קודם ארויס מיט די אלטע, נאכדעם דעיס איז שוין נישט אזוי פרישליך, יענע דערקענט זיך שוין עלטערע שטריכן וכדו', און מ'וועט בלייבן אן מנין…
האט ר' יאנקעלע געזאגט אז ווען משיח וועט קומען וועט ער אויסלייזן די אידן אזוי ווי מ'נעמט ארויס די גיטע עפלעך, קודם אלע סאטמארע… (אזוי האט ער געזאגט) און אזוי ווייטער און ווייטער, דער איד איז נאך גאנץ גיט, אויף יענעם קען מען נאך טרעפן אפאר מצוה'לעך, אא"וו! (ווען איך האב עס פארציילט אמאל פעזענליך פאר א בחור וואס מוטשעט זיך מיט אידישקייט האט עס אים זייער בארוהיגט).
עכ"פ ס'איז דא מענטשן וואס אינעווייניג זענען זיי דערשראקן פון משיח'ס אנקום, ס'איז א הימל שרייענדע פראבלעם מ'דארף באמת ווילן משיח זאל קומען די באשעפער דארף אונזערע אמת'ע תפילות.
שוין כ'האף איך ברענג מיך גיט ארויס, גיטע נאכט.

Re: ווילסט משיח זאל 'שוין' קומען?
WOW א הייליג ווארט!!!
ווי האסטו געזען דע מעשה עס איז עפעס מורא'דיג?
ווי האסטו געזען דע מעשה עס איז עפעס מורא'דיג?
Re: ווילסט משיח זאל 'שוין' קומען?
רבי מרדכי דוד קאהן ז"ל פלעגט זאגן די באשעפער איז א גוטע ורוצה להיטב, און ער ווייסט אז משיחס קומען איז אונז א געוואלדיגע טובה,
וען נישט וואלט משיח נישט געקומען והא ראיה ער איז נאך נישט געקומען.
דהיינו ווען משיח וועט קומען וועט עס זיין ווייל עס איז אזוי אונזער טובה, 1000 מאל מער ווי ועון ער קומט נישט און מען האט נאך די געלעגענהייט תשובה צו טוען,
אבער באמת האבן מיר אן הבטחה פון באשעפער אז מען גייט תשובה טוהן אין גלות.
וְהָיָה כִי יָבֹאוּ עָלֶיךָ כָּל הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה הַבְּרָכָה וְהַקְּלָלָה אֲשֶׁר נָתַתִּי לְפָנֶיךָ וַהֲשֵׁבֹתָ אֶל לְבָבֶךָ בְּכָל הַגּוֹיִם אֲשֶׁר הִדִּיחֲךָ יְהֹוָה אֱלֹהֶיךָ שָׁמָּה: וְשַׁבְתָּ עַד יְהֹוָה אֱלֹהֶיךָ וְשָׁמַעְתָּ בְקֹלוֹ כְּכֹל אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוְּךָ הַיּוֹם אַתָּה וּבָנֶיךָ בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשֶׁךָ: וְשָׁב יְהֹוָה אֱלֹהֶיךָ אֶת שְׁבוּתְךָ וְרִחֲמֶךָ וְשָׁב וְקִבֶּצְךָ מִכָּל הָעַמִּים אֲשֶׁר הֱפִיצְךָ יְהֹוָה אֱלֹהֶיךָ שָׁמָּה
נאר דער באשעפער זאל העלפן עס זאל זיין מתוך רחמים וחסדים דורך א בליץ פון התעוררות תשובה פון ומל ד' אלקיך את לבבך, צו דורך אליהו הנביא המבשר צדק
און נישט דורך א מלך קשה כהמן, למשל גוג מלק מגוג

- באשיינפערליך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 201
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
- x 268
Re: ווילסט משיח זאל 'שוין' קומען?
מורא׳דיגע מעשה
אבער ווען די גייסט פרעגן עני עמל איד אויב ער וויל משיח זאל שוין קומען גייט ער - ליידער - אנהייבן קעקעצן. נאך אלעם דא איז ער געסעטלט מיט א ביזנעס, האט א שיינע הויז, א באקוועמע קאר… סיז א ווייטאג!!

כל מעשיך יהיו לשם שמים - אויך דער לשם שמים זאל זיין לשם שמים.
Re: ווילסט משיח זאל 'שוין' קומען?
זיכער וויל איך ער זאל קומען
Re: ווילסט משיח זאל 'שוין' קומען?
לייג צו א אנקעטע.
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
Re: ווילסט משיח זאל 'שוין' קומען?
משיח'ס קומען אין די גרעסטע רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע טובה פאר יעדן איד. אפגעזען אויף וועלכער מדריגה מען שטייט איין, ווען משיח וועט קומען וועט דער גילוי אלקות זיין אזוי גרויס אז אלע וועלן תשובה טון און נתעלה און נתקרב ווערן צום אויבערשטן ליהנות מזיו שכינתו, און אלע וועלן זינגען "זה אלי ואנוהו".
זאל דער אויבערשטער העלפן בקרוב בימינו.
זאל דער אויבערשטער העלפן בקרוב בימינו.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
Re: ווילסט משיח זאל 'שוין' קומען?
גוט געזאגט ר' פעיק.
אויב האט מען מורא דאן דארף מען טאקע מורא האבן, ווייל דעמאלטס טייטש אז דו ווילסט נישט גילוי אלקות, אבער עס איז נישטא וואס מורא צו האבן, טאקע ווייל א מענטש שפירט ביי זיך אז ער איז נישט ווי עס באדארף צו זיין, זיין התקרבות לבורא איז נישט בשלימות, טאקע צוליב דעם און דייקא צוליב דעם דארף ער אויסגיין פאר ביאת משיח אז די התגלות אלוקית זאל שוין פאסירן און מער זאל קיין התנתקות נישט זיין.

כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
Re: ווילסט משיח זאל 'שוין' קומען?
ס'דא וואס ווילן,אבער א האלבע שעה ארום...
Re: ווילסט משיח זאל 'שוין' קומען?
גיי צו די ערשטע תגובה ביי "עדיט תגובה", אונטן ביי די רעכטע זייט וועסטו זען די אפשען "לייג צו וואלן".
לייג יעדע אפשען פון די וואלן און א באזונדערע שורה, כזה:
יא
ניין
צומישט
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
Re: ווילסט משיח זאל 'שוין' קומען?
Re: אנקעטע:ווילסט משיח זאל 'שוין' קומען?
מיין פערזענליכע מיינונג: עפעס שפירט עס טשילי אזא אנקעטע... איך וואלט עס נישט געמאכט... גענוג אז מ'רעדט דערפון אין טעאריע
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
Re: אנקעטע:ווילסט משיח זאל 'שוין' קומען?
גערעכט,כ'בין טאקע נישט געווען אזוי רואיג מיטן לייגן די אנקעטע,
איך האב לכתחלה געעפנט דעם אשכול אן א אנקעטע, איך האב לכתחלה געעפנט דעם אשכול נאר ארויסצוברענגען א ווייטאגליכע נקודה,
נאר נאכן באקומען א בקשה צו עס לייגן, האב איך עס געמאכט.
אבער קלארצושטעלן, ס'איז זיכער יעדער וויל משיח זאל שוין קומען און אונז אויסלייזן,אבער מ'קען נישט פארהוילן א פאקט, אז ס'איז דא אידן וואס האבן א פחד פון דעם, נישט ווייל זיי זענען פושעים ח"ו נאר זיי ווילן זיין מער גרייט אויף דעם אזוי לאנג ארויסדערווארטענטע טאג,
און אדרבה, אויב קענט איר ארויסברענגען שיינע נקודות פאר די וואס וועלן אפציע 2 אדער 3, פארוואס מ'דארף נישט האבן דעם פחד, און ווי אזוי זיך מחזק צו זיין, טיילט עס ביטע מיט(דאס איז באמת די מטרת האשכול).
אפשר קען מען מאכן א אנקעטע צו מ'זאל לאזן די אנקעטע...
Re: אנקעטע: האסט א פחד אויב משיח קומט 'שוין'?
האבן א פחד מיט משיח קומען מיינט אז די ווייסט נישט וואס מיינט די זאך משיח
Re: ווילסט משיח זאל 'שוין' קומען?
טראפקעלע האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 26, 2023 5:12 pmשכח, געמאכט.
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 836
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 1355
Re: אנקעטע: האסט א פחד אויב משיח קומט 'שוין'?
רבותינו הק' פלעגן זאגן אז מ'דארף גלייבן אז מ'ווייסט נישט בכלל וויאזוי דאס גייט אויסקוקן. ס'איז בעצם נישטא קיין קלארע דברי נבואה אדער דברי חז"ל איבער דעם, ס'איז דא אסאך אבער נישט א לקארקייט וואס זאל מאכן אונזער מח דאס ארויסהאבן. יעדער פון אונז איז אויפגעוואקסן מיט דעם אז ס'איז פארהוילן פון אונז גענוי וויאזוי ביאת המשיח גייט אויסזען מלפניו ומלאחריו, אבער מיר ווייסן אז ס'גייט זיין א תיקון השלום און א א התגלות כבוד שמים. אוי, במהרה!!!
אזויפיל זעט מען אין די ספרים, אז ימות המשיח און ימות 'לעתיד לבא' זענען צוויי זאכן, בימות המשיח וועט די וועלט ווייטער אנגיין, אבער אן א שטן וואס וועט גע'שחט'ן ווערן, און דאס אידישע פאלק וועט שטיין אין שפיץ פון די וועלט. ווידער לעתיד לבא איז בבחינת עולם הבא, וואס מיר קענען בכלל נישט משיג זיין.
Re: אנקעטע: האסטו א פחד אויב משיח קומט 'שוין'?
ס'דא א באקאנטע ווארט פון (?), אז א חתן האט די כח צו פועלן די גאולה ביום חופתו, און אויב וועט ער פארפירן און נישט וועלן גיים צום חופה ביז מיר ווערן אויסגעלייזט, וועט משיח מוזן קומען.
אויב אזוי, זעמיר אזעלכע נאראנים? וואו איז דערעולם? מ'דארף מיר איין חתן צו אויסבעטן די גאולה.
נאר וואדען, יעדע חתן וויל אז משיח זאל קומען תיכף נאך זיין חתונה, לאמיך האבן מיין אטענשען, וויסן אז כ'בין מסודר, און נאכדעם בינעך גרייט, אבער מ'וויל נישט אז משיח זאל צושאערן מיין חתונה...

מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
Re: אנקעטע: האסט א פחד אויב משיח קומט 'שוין'?
דאכט זיך אז ס'איז תלוי אין שיטות, ס'זענען דא וואס נעמען אן אז משיח מיט תחיית המתים וועלן גיין צוזאמען, און ס'זענען דא וואס זאגן אז תחיית המתים וועט זיין לעתיד לבוא און ס'איז נישט דוקא געבינדן מיט ביאת המשיח.אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:31 pm
רבותינו הק' פלעגן זאגן אז מ'דארף גלייבן אז מ'ווייסט נישט בכלל וויאזוי דאס גייט אויסקוקן. ס'איז בעצם נישטא קיין קלארע דברי נבואה אדער דברי חז"ל איבער דעם, ס'איז דא אסאך אבער נישט א לקארקייט וואס זאל מאכן אונזער מח דאס ארויסהאבן. יעדער פון אונז איז אויפגעוואקסן מיט דעם אז ס'איז פארהוילן פון אונז גענוי וויאזוי ביאת המשיח גייט אויסזען מלפניו ומלאחריו, אבער מיר ווייסן אז ס'גייט זיין א תיקון השלום און א א התגלות כבוד שמים. אוי, במהרה!!!
אזויפיל זעט מען אין די ספרים, אז ימות המשיח און ימות 'לעתיד לבא' זענען צוויי זאכן, בימות המשיח וועט די וועלט ווייטער אנגיין, אבער אן א שטן וואס וועט גע'שחט'ן ווערן, און דאס אידישע פאלק וועט שטיין אין שפיץ פון די וועלט. ווידער לעתיד לבא איז בבחינת עולם הבא, וואס מיר קענען בכלל נישט משיג זיין.
און די י"ג עקרים זאגט מען יעדן טאג "אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח ואף על פי שיתממה עם כל זה אחכה לו בכל יום שיבוא"
און דערנאך זאגט מען "אני מאמין באמונה שלימה שתהיה תחיית המתים בעת שתעלה רצון מאת הבורא יתברך שמו ויתעלה זכרו לעד ולנצח נצחים"
קודם זעהט מען טאקע אז ס'איז צוויי באזונדערע זאכן, און אויך אז ביאת המשיח דארף מען גלייבן אז ער קען קומען יעדן טאג, און תחיית המתים גלייבן מיר אז ווען דאס וועט געשעהן ווען דער אייבערשטער גייט ווילן...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
Re: אנקעטע: האסטו א פחד אויב משיח קומט 'שוין'?
גייט זיין בזיונות
אבער מן הסתם לוינט עס
אבער מן הסתם לוינט עס
Re: אנקעטע: האסטו א פחד אויב משיח קומט 'שוין'?
קןדם א דאנק @טראפקעלע פארן עפענען דעם נושא, ס'איז זייער וויכטיג צו רעדן היינט דערפון, ווייל ליידער, וויבאלד מיר האבן נישט קיין השגה אין וואס וועט דאן זיין, האט מען מורא דערפון וויבאלד מ'זעמיר ליידער פארשמירט מיט עבירות - עכ"פ איך..
די אמת איז אז ס'איז טאקע דא וואס מורא צו האבן, כמבואר אין חז"ל און אין אלע ספרים הקדושים איבער דעם יום הדין הגדול והנורא. נאר וואס דען, מ'ברויך וויסן אז די געוואלדיגע גוטס וואס וועט דעמאלטס זיין, די התקרבות אלקים אשר עין לא ראתה, איז אזוי זיס און געשמאק אז ס'שטייגט איבער פי כמה די חלק פון וועלכע מ'האט מורא, און ס'לוינט זיך אלעס דורכצוגיין כדי אנצוקומען צו דעם.
כ'האב אמאל געהערט א געוואלדיגע חידוש פון הרה"ק מ'סאטמאר בענין זה - א שאד אז כ'געדענק נישט די פונקטליכע מקור יעצט, אפשר וועל איך עס פרובירן אויפצוזוכן - וואס האט מיר געגבן געוואלדיגע חיזוק אויף די סארט מחשבות. כ'געדענק נישט פונקטליך די ווארט, אבער די תמצית היוצא איז אז ווען משיח וועט קומען וועט יעדער איד וואס גלייבט אין באשעפער האבן א תיקון, נישט קיין חילוק ווי זינדיג און פארשטויסן מען איז, אויב האט מען אמונה וועט מען זוכה זיין צו א תיקון.
דער באשעפער זאל טאקע העלפן אז אין זכות פון זיך מחזק זיין אין צפיה לגאולה זאלן אונז שוין טאקע אויסגעלייזט ווערן בקרוב.