בלאט 2 פון 7
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
געפאוסט: זונטאג יולי 27, 2025 8:53 pm
דורך גרינטליך
על פי תורה האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 27, 2025 7:50 pm
גרינטליך האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 27, 2025 6:06 pm
על פי תורה האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 25, 2025 11:48 am
געשיקט אלעס צו די בחורים
זיי באקומען אויסטערלישע חיזוק פון דעם
מ'קען זיך נישט פארשטעלן וואס דאס מיינט פאר זיי
ביטע באריכטען ווען מ'שיקט אריין די בריווען
צי מאל וויל מען עפעס פאריכטען צי צילייגען צים בריוו, מ'ווייסט אבער נישט צי ס'שוין געשיקט געווארען צי די בחורים
ok
יישר כח גדול
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
געפאוסט: מאנטאג יולי 28, 2025 10:41 am
דורך שמואל פוקס
על פי בקשת העסקנים, לייג איך דא איבער די בריוו וואס איך האב זיי געשריבן, וואס געפינט זיך יעצט אויף אייוועלט:
...
הוי, שניאור זלמן יקירי...
ווער וואלט עס געגלויבט, ווער וואלט גע'חלומ'ט דערפון...
דעמאלס אין יענע טעג, ווען מיר זענען געווען צוזאמען מיט אלע יושבים אין כנישתא חדא, ווען מיר זענען געזעצן אויף דעם רונדעכיגן באנק אינדרויסן... דארט אינדרויסן פונעם בנין וואו מען איז געשלאפן, דארט וואו אלע יושבים פלעגן ליב האבן צו זיצן אין די פרייע צייט און פארברענגען... דעמאלס האט מען נאכנישט געקענט פאראויס זען דער יעצטיגער מצב, נישט די גוטע חלקים און נישט די ווייניגער גוטע חלקים. אלעס איז נאך דעמאלס געווען פארנעפלט און מען האט נישט געוואוסט וואו דער עתיד געפינט זיך און וואס עס וועט זיך נאך אלס אפשפילן. היינט האלטן מיר שוין דא, אין א מזל'דיגע שעה. גלויבט השי"ת אויף דעם.
א וועלט. א וועלט איז אריבערגעגאנגען זינט דעמאלס. עס שפירט זיך ווי א צייט אפשניט פון פופציג יאר פון דעמאלס. עס שפירט זיך כאילו עס איז אריבערגעגאנגען א דריטע וועלט מלחמה אויף די וועלט.
און, איז עס טאקע נישט אריבערגעגאנגען?
געדענקסט נאך שניאור זלמן יענעם פרייטאג צו נאכטס, און ווען איך זאג "יענע", ווייסטו אוודאי פון וועלכע פרייטאג צו נאכטס איך רעד... דו געדענקסט נאך די טיפע שיחות נפש וואס מיר האבן אפגעהאלטן ביז אין די שפעטע שעות אריין... דו געדענקסט נאך בכלל די שפאצירן אין די ליידיגע געסער אין גואטאמאלא... אוי איז דאס געווען צייטן. געדענקסט נאך אונזערע טעלפאן געשפרעכן פון דעם האטעל, וואו דו האסט זיך געפינען מיט פיבער אין בעט... אוי איז דאס געווען צייטן.
דעמאלס אין יענע מאמענטן, ווען מען האט נישט געוואוסט ווי אזוי זאכן וועלן זיך אויסשפילן, האט אלעס אויסגעקוקט אזוי פארלוירן, אזוי טונקל, "וואס וועט דא זיין, וואס וועט פאסירן מיט מיר, וואס וועט פאסירן מיט מיין שטוב"? - אבער קוק ווי זיס דער אויבערשטער איז... א וועלט האט זיך איבערגעדרייט, נאר וועגן דיר, נאר אז עס זאל זיין גוט און געשמאק פאר דיר. היינט האלסטו שוין נאך א ברית פאר דיין בכור, אברהם יהושע חיים ני"ו. ווער וואלט עס געגלויבט?
נאך אביסל וועסטו ארויסקומען פון דעם גלות וואו דו געפינסט זיך, דו וועסט זיך פאראייניגן מיט דיין משפחה, און מיר וועלן זיך טרעפן אינאיינעם אונטער בעסערע אומשטענדן אי"ה.
אפרים פישל, אלימלך ברוך, ווי אזוי זענען ענק זיך מחזק דארט? - פאריגע מאל איך האב ענק געזען, האבן ענק אויסגעקוקט זייער גוט. מיר האפן אבער אייך צו טרעפן בקרוב אינדרויסן, דעמאלס וועט עס וועט אייך זיין "באמת" גוט. די וואך לערנען מיר אין די פרשה פון די מ"ב מסעות, בשעת אידן האבן געוואנדערט אין די מדבר אויף צוויי-און-פערציג מסעות. אין ספרים הקדושים שטייט געשריבן, אז יעדע מענטש אויף די וועלט דארף דורכגיין מ"ב מסעות אין לעבן, אנצוקומען צום ריכטיגן תכלית. איר האט שוין דורכגעמאכט די מסעות, גענוג פאר ענק און ענקערע קינדער און אייניקלעך. יעצט קענט איר שוין האבן מנוחה ושלום ושלווה.
וואס מאכסטו חיים אלעזר הצדיק? - מזל טוב פאר דיין נעפיו. איך האב דיר שוין געגעבן מזל-טוב פערזענליך, אבער דאפלט איז שטערקער. דער אב-בית-דין זאגט מיר די וואך שבת, אז דו ביסט א חשוב'ער יושב. מסתמא ווייסט ער וואס ער רעדט.
נו, איך קען דאך נישט אויסלאזן משה עמרם. הגם אז איך געדענק אים נישט פערזענליך, אבער אז איך רעד שוין צו אלעמען, וועל איך אים שוין אויך באגריסן מיט א ברכה, אז גאר בקרוב זאל ער זיך געפינען אל המנוחה ואל הנחלה, מיר זאלן שוין במהרה אויסגעלייזט ווערן פון דעם גלות המר בב"א.
יעצט איז דאך די צייט פון בין-המצרים, וואס עס איז טייטש, צווישן די גרעניצן. איר געפינט זיך יעצט צווישן די גרעניצן, צווישן גואטאמאלא אין אנדערע לענדער, צווישן אסאך זאכן מיט אסאך אפטייטשן. בקרוב וועט אונז דער אויבערשטער ארויסנעמען פון גלות און עס וועט זיין פאר יעדן איינעם גוט און וואויל.
געדענקט! - מיר האלטן יעצט ביי די לעצטע נסיון איידער ביאת הגואל. אוי ווי גוט און פיין וועט זיין, פאר דער וואס איז בייגעשטאנען די נסיונות און געהאט די כוחות צו זיין שטארק ביי זיך. בלייבט שטארק ביי דעם דאזיגן לעצטע נסיון, אז איר זאלט זוכה זיין צו דעם אור הגנוז פון ביאת משיח צדקינו בב"א.
הק' שמואל פוקס
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
געפאוסט: מאנטאג יולי 28, 2025 10:42 am
דורך שמואל פוקס
...
וואס מאכט איר טייערע אידישע העלדן?
צי ווייסט איר בכלל אייער כח? - צו אנערקענט איר אייער אייגענע גבורת הנפש?
אזעלכע מענטשן ווי אייך, וואס האבן געהיטן תורה ומצוות אונטערע ביטערע אומשטענדן, זייענדיג פארשפארט צווישן גוים, האבן געמאכט א רעש אין הימל, און ביז יעצט ליינען מיר זייערע געשיכטעס און מיר נעמען ארויס דערפון הויפענעס מיט חיזוק, ביזן היינטיגן טאג.
אפרים פישל, יעדע מאל וואס דו ביסט זיך מתגבר אויף דיין יצר-הרע, יעדע מאל וואס דו האלסט זיך איין פון א ראיה אסורה, מאכט עס אזא רעש אין הימל... אלע מלאכים און שרפים קומען זיך צוזאמען און זיי קענען נישט באגרייפן, אז א שוואכער בשר-ודם, א צובראכענע מענטש, וועמען מען האט אזוי צוקלאפט און דערנידערט, שלאגט זיך מיט אזעלכע מעכטיגע כוחות און ער קומט זיי ביי.
חיים אלעזר: דו ביסט בשמחה אפילו אין דער מצב וואו דו געפינסט זיך? - דו ווייסט, אז אלע שוועריגקייטן וואס עס גייט אריבער אויף דיר, איז בלויז ווייל דער יצר-הרע וויל דיר אריינברענגען אין עצבות, און וויל דיר מאכן שפירן אז קיינער איז נישט אינטערעסירט אין דיר. לאז זיך נישט פון אים! - האלט זיך שטארק, האלט זיך בשמחה. כי בשמחה תצאו - מיט שמחה וועסטו ארויסקריכן פון אלע פראבלעמען. לאמיר אינאיינעם זיין בשמחה!
משה עמרם, ווי אזוי גייט דיין התחזקות? - ביסט אן ערליכער איד, נישט קיין חילוק צי דו ביסט אינדערווייניג אדער אינדרויסן? - דער באשעפער געפינט זיך דארט אויך, אין די טיפע געפענגעניש געפינט זיך אויך גאט ברוך-הוא. דער אויבערשטער דארפן אידן וואס זאלן זאגן שמע-ישראל, אפילו אין די טיפענישן פון שאול. אפילו דארט, און דווקא דארט, זאל מען מקדש שם-שמים זיין און זאגן, "שמע ישראל ה' אלוקנו ה' אחד"! - משה עמרם, זיי מקדש שם שמים מסוף העולם ועד סופו. זאל די וועלט וויסן אז ס'איז דא א באשעפער אין איר.
שניאור זלמן מיין ליבע חבר: שטארק דיר שטארק דיר, זיי נישט צובראכן. דער אויבערשטער איז מיט דיר, כלל-ישראל איז מיט דיר, די גאנצע וועלט איז מיט דיר. די שאלה איז נאר צי דו וועסט זיך האלטן שטארק ביז דיין ישועה. די ענטפער ליגט אין דיינע הענט. שניאור זלמן, זיי א גיבור און ווייז פאר די וועלט וואספארא כוחות א איד פארמאגט.
אלימלך ברוך, אל תירא ואל תחת. שרעק זיך נישט און ציטער נישט. דער סוף וועט זיין א גוטער און דו וועסט קענען דערציילן די ישועה אין פריידן.
...
בניגון צמאה:
צמאה צמאה צמאה לך נפשי...
עס מעג זיין חושך פינסטער איבעראל
די גאנצע וועלט פיל מיט שנאה
בין איך זיך נישט מייאש קיינמאל קיינמאל
איך פארליר נישט מיין הייליגע אמונה
עס מעג זיין ווי פינסטער
עס מעג זיין ווי ביטער
איך בין זיכער און ישראלק'לס נצחון
דער סוף וועט זיכער זיין א גוטע
ג-טניו איך פארליר נישט מיין בטחון
צמאה צמאה...
עס זענען געווען מלכים ושרים
וואס האבן אונז פאריאגט און פארטריבן
זיי זענען געווארן חורבות און פגרים
און מיר זענען דאך איבערגעבליבן
אפילו מיר לעבן אין חרפה און בושה
דערלעבען מיר טראץ די אלע צרות
מיר וועלן נאך דערלעבן
אז (איראק) די מלכות הרשעה
וועט ווערן א פולע בית הקברות
צמאה צמאה...
איך וויל נישט פארלירן מיין הייליג גלייבן
עס איז נשט דא פון וואס צו זארגן
עס וועט נישט אייביג אזוי בלייבן
עס קומט נאך א ליכטיגטע מארגן
עס קומט א וועלט א רוהיגע א שטילע
א וועלט פון שלום און מנוחה
עס איז נאנט די צייט פון ישראלקעלס גאולה
והיתה לד' המלוכה
צמאה צמאה...
מען וועט ענדע צוזאם נעמען
אלע אידן אויף א מאל
מיט גרויס פאראד מיט גרויס מנוחה
צו פירן מיט וואלקענס קיין ארץ ישרא'
והיתה לד' המלוכה
צמאה צמאה...
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
געפאוסט: מאנטאג יולי 28, 2025 10:43 am
דורך שמואל פוקס
...
א גוט מארגן צדיקים, ווי אזוי גייט דער היינטיגער טאג?
אלימלך ברוך היקר, ווי אזוי גייט דיין התחזקות?
איך ווייס, אז פיל מאל ליגסטו ביינאכט אין בעט, דו טראכסט אריין אין דיין מצב און דו קלערסט, 'וואס וועט דאס זיין? - איך זיץ שוין פארשפארט דא אין דעם ארט איבער זיבן חדשים. אינדרויסן איז דא א וועלט, קינדער אין מיין עלטער דרייען זיך ארום, שפילן, פארברענגען, לערנען אין חדר, אפילו מיינע חברים געפינען זיך שוין אין אמעריקע, לערנען אין חדר, שפילן ארום און זיי זענען שוין באקוועם, און מיך? - ווען וועל איך ארויסקומען פון דעם פלאץ? - ס'איז דאך אזוי שווער דא צו זיין, אזוי שווער זיך צו האלטן דא נארמאל. וואס איז דער פלאן, און ווען וועל איך שוין ארויסקומען פון דא?
אלימלך ברוך, דו ביסט נישט אליין! - די שכינה איז אויך מיט דיר!
יעצט אין די צייט פון בין-המצרים, צווישן שבעה עשר בתמוז און תשעה באב, יעצט איז די צייט פון גלות. נישט נאר אידן זענען געגאנגען אין גלות, נאר אויך דער הייליגער באשעפער איז געגאנגען אין גלות צוזאמען מיט די אידן. קודם איז געווען "גלות בבל", שפעטער איז געווען "גלות אדום" (און אצינד האלטן מיר שוין נאכאמאל ביי "גלות בבל"). אין ספרים שטייט, אז יעדע יאר אין די צייט, לאזט זיך די שכינה אראפ און זי געפינט זיך אין גלות, מער ווי א גאנצע יאר. דאס מיינט אז די שכינה נידערט אראפ צו אלע ווייטאגן און אלע פלעצער וואו אידן ליגן פארשפארט און פארשמאכטעט, און דער אויבערשטער איז נאנט צו די דאזיגע אידן.
אלימלך ברוך, די שכינה איז יעצט נאנט צו דיר. זי וויינט אויך אויף איר מצב און אויף דיין מצב. זי טראכט אויך 'וואס וועט דא זיין'. דו ביסט נישט אליין אלימלך ברוך! - אויב די שכינה זארגט זיך אויף דיר, דאן וועסטו זיכער געהאלפן ווערן שנעל און גיך. קיין ספק נישט.
שניאור זלמן, וואס טוט זיך מיט דיר?
דו באגרייפסט אז יעדע מאל דו טוסט אן תפילין של יד דארט אינעם שעלטער, יעדע מאל דו טוסט א מצוה אפילו עס איז שווער, ווערט דערפון א מורא'דיגע רעש אין הימל? - די גמרא זאגט, "תורה שלמדתי באף" - תורה וואס איך האב געלערנט אונטער שווערע אומשטענדן, "היא עמדה לי" - דאס איז מיר בייגעשטאנען.
פאר אונז דאהי אין ניו-יארק, איז זייער גרינג צו טון א מצוה, צו דאווענען, לערנען אדער אנדערע זאכן. אבער דארט אינעם שעלטער - ווער קוקט אייך נאך בכלל, ווער גייט וויסן צי דו האסט געדאווענט, צי דו האסט געהיטן שבת... איין באשעפער גייט וויסן, און דער באשעפער ווייסט אויך ווי שווער עס קומט אן. די גערודער וואס עס ווערט דערפון אין הימל איז אין לשער.
משה עמרם הצדיק, איך וויל עפעס צוריקהערן פון דיר... דו ליינסט וואס די אידן אין אמעריקע שרייבן צו דיר? - איך בין זייער נייגעריג צו וויסן אויב דו זעסט די זאכן. נישט נאר איך וויל וויסן, נאר כלל-ישראל וויל דאס וויסן. אידן איבער די גאנצע וועלט טראכטן פון אייך, מען איז מתפלל פאר אייך און מען וויל אז עס זאל אייך זיין גוט. משה עמרם, שיק ביטע א לעבעדיגע גרוס פון דיר, לאז וויסן אויב דו ליינסט עס און דו זעסט וואס מען שרייבט דיר.
אפרים פישל, וואס מאכסטו? - עפעס ליגט מיר אין קאפ, אז דיין יום-הלדת דארף אויסגעפאלן איינע פון די טעג. עס שטימט? - וויפיל יאר ווערסטו און ווען פונקטליך איז דיין יום-הלדת (עס קען זיין אז איך פארמיש זיך מיט א צווייטן). הבן יקיר לי אפרים, אם ילד שעשועים, כי מדי דברי בו זכור אזכרנו עוד, על כן המו מעי לו.
חיים אלעזר, האלט זיך שטארק! - עס קומט צו גיין אויף דיר גוטע צייטן. מהר אהוב כי בא מועד, נאך אביסל גייט ווערן ליכטיג. געדענק וואס איך שרייב דיר, צייכן דיר עס אן, וועסטו זען ישועת ה' במהרה.
ברידער אין גואטאמאלא, זייט פרייליך און אויפגעלעבט. נאך א שעה, נאך א שעה, און ער קומט צו פארן.
הכותב באהבה רבה וידידות נאמנה
שמואל פוקס
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
געפאוסט: מאנטאג יולי 28, 2025 10:43 am
דורך שמואל פוקס
ר' יצחק טייכמאן הי''ו האט מיר געבעטן דאס ארויפצולייגן:
טייערע חברים אין שעלטער, איך טראכט פון ענק 24 שעה א טאג, איך קען פשוט נישט טראכטן פון עפעס אנדערש. כ'ווייס אז ענק פילן זייער עלנד אליין, אבער די מציאות איז אז וואו איך שטיי און גיי הער איך נאר רעדן וועגן ענק, יעדע יוד אין כלל ישראל וויל נאר וויסן ווען ענק קומען ארויס. און די גוטע נייעס איז אז כאטשיג עס נעמט ליידער אסאך לענגער ווי מיר האבן געמיינט אז עס גייט נעמען, האלט מען שוין ממש אז אט אט גייען ענק ארויס בעז''ה. און ר' אברהם גרינהוט האט מיר שוין געבעטן מסדר צו זיין מוסדות פאר ענק, ווייל ענק קומען שוין ארויס בקרוב בעז''ה.
די רגע מען קומט ארויס זעט אלעס אויס ווי א חלום. משה'לע רומפלער זאגט מיר אז די שעלטער זעט אים אויס ווי טויזנט יאר צוריק עס קומען נאך אסאך גוטע צייטן פאר ענק. האלטס ענק שטארק נאך אביסל! ענק האבן שוין באוויזן אויסטערלישע שטארקייט די לעצטע פאר חדשים! נאך אביסל און מען גייט שוין!
ביטע מודיע זיין וועלעכע סייז וועסטל און הויזן און ציצית פישל און אלימלך ברוך דארפן און מען וועט עס שיקן אין די ערשטע געלעגנהייט, אזוי אויך זייטס מודיע וואס נאך ענק דארפן!
האלטס ענק שטארק!
יצחק
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
געפאוסט: מאנטאג יולי 28, 2025 12:27 pm
דורך שמועות טובות
מען זארגט זיך און מען ווארפט זיך
ווייל פאר יעדעם איינעם דאכט זיך
אז אפשר היינט איז שוין דער ריכטיגער טאג דא
וואס מען קען שוין מאכן פאר ענק אלע א ברוך הבא
שוין די דריטע טאג אין די טרויעריגע טעג אריין
אבער א האפענונג פאר ענקער הערצער עס זאל שוין קומען א שיין
א טאג נאך א טאג מען שטופט אדורך
און מען בעט ביים אויבערשטען ארויסגיין פון דעם שעלטער זאלעך
וויפיל מצות קען מען שוין האלטן דא צווישן די גוים
לאמיר שוין זעהן אביסל אידן פאר די אויגן מיר בעטן זיך צום אדיר איום
א שטיין קען צוגיין
פון זעהן קינדער אזוי אליין
און זיי זענען זיך מחזק אזוי
שיק שוין משיח
שנעל און גיך
זייערע נשמה'לעך זענען דאך נישט קיין טוי
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
געפאוסט: מאנטאג יולי 28, 2025 3:28 pm
דורך גרינטליך
שמואל פוקס האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 28, 2025 10:41 am
על פי בקשת העסקנים, לייג איך דא איבער די בריוו וואס איך האב זיי געשריבן, וואס געפינט זיך יעצט אויף אייוועלט:
...
הוי, שניאור זלמן יקירי...
ווער וואלט עס געגלויבט, ווער וואלט גע'חלומ'ט דערפון...
דעמאלס אין יענע טעג, ווען מיר זענען געווען צוזאמען מיט אלע יושבים אין כנישתא חדא, ווען מיר זענען געזעצן אויף דעם רונדעכיגן באנק אינדרויסן... דארט אינדרויסן פונעם בנין וואו מען איז געשלאפן, דארט וואו אלע יושבים פלעגן ליב האבן צו זיצן אין די פרייע צייט און פארברענגען... דעמאלס האט מען נאכנישט געקענט פאראויס זען דער יעצטיגער מצב, נישט די גוטע חלקים און נישט די ווייניגער גוטע חלקים. אלעס איז נאך דעמאלס געווען פארנעפלט און מען האט נישט געוואוסט וואו דער עתיד געפינט זיך און וואס עס וועט זיך נאך אלס אפשפילן. היינט האלטן מיר שוין דא, אין א מזל'דיגע שעה. גלויבט השי"ת אויף דעם.
א וועלט. א וועלט איז אריבערגעגאנגען זינט דעמאלס. עס שפירט זיך ווי א צייט אפשניט פון פופציג יאר פון דעמאלס. עס שפירט זיך כאילו עס איז אריבערגעגאנגען א דריטע וועלט מלחמה אויף די וועלט.
און, איז עס טאקע נישט אריבערגעגאנגען?
געדענקסט נאך שניאור זלמן יענעם פרייטאג צו נאכטס, און ווען איך זאג "יענע", ווייסטו אוודאי פון וועלכע פרייטאג צו נאכטס איך רעד... דו געדענקסט נאך די טיפע שיחות נפש וואס מיר האבן אפגעהאלטן ביז אין די שפעטע שעות אריין... דו געדענקסט נאך בכלל די שפאצירן אין די ליידיגע געסער אין גואטאמאלא... אוי איז דאס געווען צייטן. געדענקסט נאך אונזערע טעלפאן געשפרעכן פון דעם האטעל, וואו דו האסט זיך געפינען מיט פיבער אין בעט... אוי איז דאס געווען צייטן.
דעמאלס אין יענע מאמענטן, ווען מען האט נישט געוואוסט ווי אזוי זאכן וועלן זיך אויסשפילן, האט אלעס אויסגעקוקט אזוי פארלוירן, אזוי טונקל, "וואס וועט דא זיין, וואס וועט פאסירן מיט מיר, וואס וועט פאסירן מיט מיין שטוב"? - אבער קוק ווי זיס דער אויבערשטער איז... א וועלט האט זיך איבערגעדרייט, נאר וועגן דיר, נאר אז עס זאל זיין גוט און געשמאק פאר דיר. היינט האלסטו שוין נאך א ברית פאר דיין בכור, אברהם יהושע חיים ני"ו. ווער וואלט עס געגלויבט?
נאך אביסל וועסטו ארויסקומען פון דעם גלות וואו דו געפינסט זיך, דו וועסט זיך פאראייניגן מיט דיין משפחה, און מיר וועלן זיך טרעפן אינאיינעם אונטער בעסערע אומשטענדן אי"ה.
אפרים פישל, אלימלך ברוך, ווי אזוי זענען ענק זיך מחזק דארט? - פאריגע מאל איך האב ענק געזען, האבן ענק אויסגעקוקט זייער גוט. מיר האפן אבער אייך צו טרעפן בקרוב אינדרויסן, דעמאלס וועט עס וועט אייך זיין "באמת" גוט. די וואך לערנען מיר אין די פרשה פון די מ"ב מסעות, בשעת אידן האבן געוואנדערט אין די מדבר אויף צוויי-און-פערציג מסעות. אין ספרים הקדושים שטייט געשריבן, אז יעדע מענטש אויף די וועלט דארף דורכגיין מ"ב מסעות אין לעבן, אנצוקומען צום ריכטיגן תכלית. איר האט שוין דורכגעמאכט די מסעות, גענוג פאר ענק און ענקערע קינדער און אייניקלעך. יעצט קענט איר שוין האבן מנוחה ושלום ושלווה.
וואס מאכסטו חיים אלעזר הצדיק? - מזל טוב פאר דיין נעפיו. איך האב דיר שוין געגעבן מזל-טוב פערזענליך, אבער דאפלט איז שטערקער. דער אב-בית-דין זאגט מיר די וואך שבת, אז דו ביסט א חשוב'ער יושב. מסתמא ווייסט ער וואס ער רעדט.
נו, איך קען דאך נישט אויסלאזן משה עמרם. הגם אז איך געדענק אים נישט פערזענליך, אבער אז איך רעד שוין צו אלעמען, וועל איך אים שוין אויך באגריסן מיט א ברכה, אז גאר בקרוב זאל ער זיך געפינען אל המנוחה ואל הנחלה, מיר זאלן שוין במהרה אויסגעלייזט ווערן פון דעם גלות המר בב"א.
יעצט איז דאך די צייט פון בין-המצרים, וואס עס איז טייטש, צווישן די גרעניצן. איר געפינט זיך יעצט צווישן די גרעניצן, צווישן גואטאמאלא אין אנדערע לענדער, צווישן אסאך זאכן מיט אסאך אפטייטשן. בקרוב וועט אונז דער אויבערשטער ארויסנעמען פון גלות און עס וועט זיין פאר יעדן איינעם גוט און וואויל.
געדענקט! - מיר האלטן יעצט ביי די לעצטע נסיון איידער ביאת הגואל. אוי ווי גוט און פיין וועט זיין, פאר דער וואס איז בייגעשטאנען די נסיונות און געהאט די כוחות צו זיין שטארק ביי זיך. בלייבט שטארק ביי דעם דאזיגן לעצטע נסיון, אז איר זאלט זוכה זיין צו דעם אור הגנוז פון ביאת משיח צדקינו בב"א.
הק' שמואל פוקס
די האסט זיי געטראפען אינדערויסען פון שעלטער ווען זיי זענען שוין געווען אין שעלטער?
אויב איז שניאור זלמן געווען אין כנישתא חדא, פארוואס איז ער יעצט שטעקען אין שעלטער?
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
געפאוסט: מאנטאג יולי 28, 2025 3:55 pm
דורך גרינטליך
לידידיי היקרים,
עמרם משה היקר, איך האב א גריס פאר דיר, איך האב היינט געפארען אויף א בריק, און געזען די וואסער
האב איך געזאגט וואסער וואסער, די האסט געווען א גוטע שומר, אויף די לויתן פיש פאר אזויפיל יאר.
די לויתן זאל זיך נישט ציזלאזען און חרוב מאכען די וועלט.
די ביסט געווען א גוט'ע שומר, ווען "עמרם", האט געשיקט "משה" אין א קליינע קאסטען עם לייגן אין די נילוס.
קודם וויל איך שיק'ען איך א גריס פאר די לויתן פיש
און דערנאך בעט איך פון השי"ת "היט אפ "עמרם משה" וואס זיצט (אן זיין בני בית אליין אין שעלטער) פון אלע שלעכט.
דערנאך בין אדארך געפארען קראון הייטס, ווי דארט איז די צענטראל פון חב"ד- לובביטש, האבען איך זעך דערמאנט פון "שניאור זלמן", וואס טראגט די נאמען פון די בעל התניא, די ערשטע רבי פון חב"ד האב איך געבעטען הייליגע באשעפער
שניאור זלמן איז שוין אזוי נאנט געווען צי פרייהייט באפריי עם מיט די ווייב מיט זיין לעכטיגע צדיק שוין בקרוב.
ערשט האב איך געטראכט אז די מאכסט שוין באלט א פדיון הבן, ביז איך האב מיך געכאפט אז די ביסט א לוי בכלל, וואס מאכט נישט קיין פדיון הבן.
שפעטער בין איך אריין אין א בית מדרש, און געזען אויף איין טיש סיי די הייליגע ספר פון הרבי ר' אלימלך- נועם אלימלך און סיי די ספר עמודא דנהורא- וואס איז פון הרה"''ק ר' ברוכ'ל ממעזיבוז. פון וועמען מיינסט איך האב מיר דעמאלסט דערמאנט?
יא, די האסט גוט ציגעטראפען. אלימלך ברוך ני"ו אי"ה האבען מיר געדאווענט פאר די אויכעט. די וועסט שוין בקרוב זוכה זיין ציזאמען מיט דיינע 4 חברים לשעלטער צי פראווען עם כל ישראל אחיכם בקרוב.
איי איי פישל, איך בין זעכער די וואונדערסט זיך ווען האב איך מיר דערמאנט פון פישל? די ענטפער איז זייער פשוט.
לערנען'דיג אין בית המדרש א בלאט גמרא קומט צו צי מיר א יוד, מיט א שמייכעל ער וויל מיר זאגען א הערליכע מעשה.
האב איך עם געוויזען נאך'ן לערנען. דערנאך איז ער מגעקומען פארציילען א באקאנטע מעשה מיט הרה"ק ר' פישל סטריקיווע זצ"ל. וואס מיינסט מיר האבען געטוהן געזאגט מיט יענעם א קאפיטל תהלים פאר ענק אלע 5, ענק זאלען שוין זיין אינדערויסען פון דעם תפיסה וואס הייסט א שעלטער.
און זיין א חלק פון די רבבות יודען העושים את התורה.
נאך און לערנען בין איך געגאנגען אויף די גאס, און בארא פארק.
טרעף איך מיר ווארטען ביי א רוט'ע לעמפל (לייט בלע"ז), קעגען איבער מאנקאטש'ער בית מדרש, וואס הייסט בני יששכר.
ניין איך מאך א וויץ, ס'הייסט מנחת אלעזר, נאך הרה"ק ר' חיים אלעזר פון מאנקאטש. האמיר זיך שוין דערמאנט פון דיר אויכעט. און נאך אמאל געבעטען די זיסע ליבער דערבארימדיגע טאטע אין הימעל, מאך שוין זיס פאר חיים אלעזר'ל מיט זיין חברים.
נ.ב. איך בין אריבער די אלע פלעצער און מיין לעבען, אבער נישט פונקטליך היינט. איך האב נאר געוואלט 1. ענק זאלען געבען א שמייכעל 2. ענק זאלען וויסען ערנסטערהייט, אז מ'האט ענק אונזין אויף יעדער ריר.
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
געפאוסט: מאנטאג יולי 28, 2025 4:36 pm
דורך העלאו בעלאו
א גוטען הייליגע בחורים/אינגעלייט!!!
עטס זענטס הייליג און אויסגעלייטערט און זיכער אפגעקומען אלעס אויף די וועלט.
אבער איך וויל אייך פשוט לאזן וויסן אז חוץ א יענע וועלט ערווארטעט אייך אי"ה דעי וועלט אויכעט!
ווען די ישועה וועט אנקומען מען וועט אייך באפרייען און עטס וועטס בעזר השם אנקומען אהער ווי די עולם ווארט אייך שוין קוים צו באגריסן וועט זיך אנהייבן א לעבן אי"ה וואס ענק קענען קום חלומ'ן, עס וועט זיין מאפילה לאור גדול!!! א גוטן לעבן וואס ענק קענען לכאורה נישט אויס'משל'ן אין קאפ וואס דאס מיינט.
דו עולם דאהי קען אויך קום ווארטן אויף ענק נאכדערצו נאכן רעדן מיט ווער עס איז בקשר מיט די יוצאים זאגן אז ענק האבן אסאך צו פארקויפן גוטע וואוילע ערליכע געשמאקע באטמטע קלוגע כיטרע מענטשען, און ב"ה מען גלידערט זיך איין דא שנעלער און בעסער ווי געראכטן ווי די חדרים און ישבות גיבן איבער אז וואס פאר א געווענליכער בחור נעמט חדשים זיך אויסצולערנען פארשטייען ענק און בלויז אפאר טעג!
יהא בואכם לברכה בקרוב ממש!!
די וויכטיגסטע נקודה וואס איך וויל ענק זאלן וויסן אז ענק קענען פילן אליינס דארט אין שעלטער אדער חלילה א פילינג כאילו מען האט פארגעסן פון אייך , אבער די אמת איז אז איך טראכט א יעדן טאג פון ענק און נאך טויזנטער אידן אזוי ווי מיר טראכטו פון ענק און זענען מתפלל פאר דו פולקאמע באפרייאונג און פאר ענקער בעסטען וואוילזיין , אפגערעדט וויפול אידן געבן זיך אוועק פאר ענק בגוף ובממון אן וואס ענק גייען קיינמאל וויסן בלויז ווייל זיי ווילן די בעסטע פאר ענק.
עטס זיצט טאקע אליין אבער לכאורה פון דו מערסטע געטראכטע בחורים אין די וועלט ,גייטס אן זייטס ענק מחזק איינער דעם צווייטן כאטש איך האב געהערט וויפול ענק מאכן ליידער מיט דארט און עס איז זייער שווער זיך צו האלטן שטארק און אמאל איז טאקע געזונט צו וויינען אויף די מצב אבער געדענקטס אייביג אפילו טאקע אין דו טונקולסטע מאמענטן אז עס איז דא א עק א קץ ווי ליכטיגייט ביים עק פון טונעל וואס ווארטן ענק אפ ביי דו אנדערע זייט א ענדלאזע שפע וואס עס איז שווער זיך פארצושטעלן און אזא שווארצע מצב און טויזנטער מענטשען טראכטן פון ענק יעדן טאג און זענען מתפלל פאר ענק!
חזק חזק ונתזחזק
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
געפאוסט: מאנטאג יולי 28, 2025 5:46 pm
דורך גרינטליך
גרינטליך האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 27, 2025 8:53 pm
על פי תורה האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 27, 2025 7:50 pm
גרינטליך האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 27, 2025 6:06 pm
ביטע באריכטען ווען מ'שיקט אריין די בריווען
צי מאל וויל מען עפעס פאריכטען צי צילייגען צים בריוו, מ'ווייסט אבער נישט צי ס'שוין געשיקט געווארען צי די בחורים
ok
יישר כח גדול
איז עס שוין געשיקט געווארען האנט?
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
געפאוסט: מאנטאג יולי 28, 2025 6:25 pm
דורך קרני פרה
.
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
געפאוסט: מאנטאג יולי 28, 2025 9:37 pm
דורך ער זאגט עפעס
אונזער טייערע באליבטער חבר היקר ידיד נפש כל חי הצדיק ר' שניאור זלמן לעווי שליט''א.
"אוי אוי אוי" ברימט כלל ישראל, מיר אלע מאכן געוואלדעס.
ס'איז נישט נאר דיין צער, גאנץ כלל ישראל איז היינט דורך א טראגעדיגע, וועלכע איד האט נישט אויפטאנצען פון בענקעל ווען אונז האב מיר געהערט אז ר' שניאור זלמן לעווי'ס צדיק'ל איז נעבעך בעוה''ר געגאנגען לעלמא דקשוט, אלע ביינער האבן געכאפט א ציטער און א ווארף פון גרויס אנגסט אונזערע הערצער האבן זיך געגעבן א שטעל אפ, אונז ווייסן זיך נישט ווי אהין צו טון,
"המקום ינחם אותך בתוך שאר אבלי ציון וירושלים"
מה נאמר ומה נדבר, אונז קענען דיך נישט טרייסטן, אונז הייב מיר נישט אן צו וויסן וויאזוי מ'קען דורך טראגן איין מינוט אין אזא מצב, דיין בראך ווער קען דען באגרייפן, אונז ווייס מיר אז אונז קענען דיך נישט אנהויבן צו טרייסטן. אבער דער אויבערשטער וואס פילט מיט מיט יעדע איד און איז דארט ביי א יעדע איד'ס צער, נאך דערצו ביי אזא העלדיש בחור'ל שניאור זלמן לעווי וואס שטייט אויס אזויפיל נסיונות ווי ביי יוסף הצדיק, און איז זיך מחזק יעדע רגע און זאגט נאכאמאל ניין ניין. איז זיכער אז אויווען וויינען די מלאכים אלעס וויינט שכינה אומרת "קלני מראשי קלני מזרועי". אין אויווען ווערט אויסגערופן אין אלע הימלען און היכלות "מיין קינד שניאור זלמן וואס איז שוין אזויפיל דורך גייט דורך נאך אזא צער און נסיון" דו באשאפער וואס האט דיך באשאפן, ער קען דיך טרייסטן, און ער גייט דיך טרייסטן, ער וועט דיך ארויסנעמען פון דיין פיין און פון דיין טיפע טיפע ווייטאג, ס'וועט קומען נייע צייטן, ס'וועט זיך ענדיגן די ליידן, נאר ער דיין טאטע דער אבי היתומים ער קען, און גייט דיך טרייסטען בעזר השם.
כלל ישראל ווארט און קוקט ארויס אויף דיין הצלחה און ווארט צו הערן בעסערע בשורות טובות פון דיר.
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
געפאוסט: מאנטאג יולי 28, 2025 9:51 pm
דורך שמועות טובות
שניאור זלמן הער זיך איין
אונז דערהייבן נישט דיינע צרות און פיין
די צער השכינה ווער נאך ווי דיר שפירט
די ביינער אונזערע ממש עס פרירט
מיט וואס פאר א ווערטער קען מען דיר מנחם זיין יעצט
נאכן ווערן אין אזא מצב אזוי שטארק צוזעצט
אבער וויסן מיסטו אז א נשמה איז נישט קיין זאך וואס א מענטש פארשטייט
מען ווייסט נישט קיינמאל ווען עס קומט און אויך נישט ווען עס גייט
אבער דאס איז זיכער אז אן אדוואקאט גאר א גוטע האסטו יעצט אויבן אין הימל
פון דיינע מיטמאכענישן און קושמארן וועט ער יעצט מאכן דארט א גאנצע טומל
פון קליין ביז גרויס
נישט קיין חילוק אויף וועמענס שויס
ווארטן מיר שוין צוזאמען אלע
מען זאל זיך קענען אלע פרייען
און צוזאמען אויסשרייען
לכה דודי לקראת כלה
המקום ינחם אתכם בתוך שאר
קיין ירושלים וועט מען אונז מיט אן אדלער פירן און נישט מיט א קאר
א זיסע באשעפער
אזא אומגעהויערע העלפער
שטייט צו אונז שטענדיג גרייט
מיט א האפענונג א שטארקן
אז מען וועט זיך מער נישט דארפן פון קיינעם באהאלטן
ווייל די צייט איז שוין אזוי טייט
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
געפאוסט: מאנטאג יולי 28, 2025 10:07 pm
דורך קרני פרה
א גריס פון פישעלע נ”י און אלימלך ברוך נ”י, אין די תפיסה, זיי ליינען יעדן טאג מיט דורשט וואס מען שרייבט זיי דא, דאס איז זייער איינציגע טרייסט, ווען מען זעהט, אז אונז האבן חס ושלום נישט פארגעסן פון זיי.
זיי באדאנקען זיך מיט טרערן אין די אויגן פאר יעדן ווארט, ס’איז ממש משיבת נפש.
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
געפאוסט: מאנטאג יולי 28, 2025 10:55 pm
דורך פובליק ניק
טייערע בחורים ואברכים יושבי גיט-אמאלא - משאלותיכם לטובה ימלא
חזקו ואמצו האלט אייך אן מיטן אייבערשטן, דער אויבערשטער איז מלא כך הארץ כבודו, און געפינט זיך איבעראל אין יעדן ווינקל ווי א איד איז נאר פארווארפן, ובפרט אין די ימי בין המצרים ווען די שכינה איז בגלותא דער מלך איז אין גלות און ער זעט ענקער צער, שכינה מה אומרת קלני מראשי קלני מזרועי, און בכל צרתם לו צר
דער אויבערשטער זאל אייך שוין בקרוב אויפרעכטן ס'זאל מקוים ווערן ומקללך אאור - דיין שעלטע''ר וועל איך באלייכטן
ויהפוך ה' לכם את הקללה לברכה - דער אויבערשטער וועט איבערדרייען די שעלטער צו א ברכה, מעז יצא מתוק און איר וועט קענען דינען דעם אויבערשטן מתוך הרחבה ונחת ושמחה
דער אויבערשטער וועט אייך ארויסשלעפן בקרוב פון די חושך בתוך שאר אבילי ציון און מען וועט גיין קען משיח צדקינו בשמחה ובפנים מאירות במהרה בימינו אמן
ברוך פריעד
בארא פארק נ.י.
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
געפאוסט: מאנטאג יולי 28, 2025 11:12 pm
דורך שאינו יודע לשאול
די מיילער זענען פארשטומט, די טינט איז פארטריקנט. וויאזוי קען מען טרייסטן א טאטע אויף אזא שוידערליכער פארלוסט? אוי, רבוש"ע.
נאר דער אויבערשטער ווייסט וואס דו ביסט דורך ביז היינט, נאר ער פארשטייט די ביטערע צרה וואס איז דיר יעצט באפאלן, און נאר ער קען דיר טרייסטן.
אונז, פון אמעריקע און מארבע כנפות הארץ, קענען נאר מיטוויינען און פרובירן מיטצושפירן דיין צער, און מתפלל זיין אז פון יעצט און ווייטער זאל נאר זיין ליכטיג, דער בורא'ס חסדים זאלן זיין בגלוי, מער נישט קיין הסתר פנים.
דער אויבערשטער זאל ענק טרייסטן און געבן די כוחות בייצושטיין דעם נסיון און אנגיין ווייטער, און ענק בקרוב ממש אויפרעכטן מיט א גאנצע ישועה.
החותם מתוך לב שבור ודמעות בעינים.
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
געפאוסט: מאנטאג יולי 28, 2025 11:34 pm
דורך דעת קדשי
עיני עיני יורדה מים
כָּלוּ בַדְּמָעוֹת עֵינַי, חמרמרו מעי נשפך לארץ כבדִי, בֵּעָטֵף עוֹלֵל וְיוֹנֵק
שָׁבַת מְשׂוֹשׂ לִבֵּנוּ, נֶהְפַּךְ לְאֵבֶל מְחֹלֵנוּ.
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
געפאוסט: מאנטאג יולי 28, 2025 11:50 pm
דורך ברוך השם
ר' שניאור זלמן די קענסט מיר נישט, אבער עס וויינט זוך.
איך האב מיט געהאלטן ווי די רעדסט אויפן טעלעפאון מיט הילד החשוב משה רומפלער (צוגעזען)
איך האב געזען די שמחה אויף אים, ווי ער פרייט זיך מיט דיר.
די שמחה פון אלע דיינע חברים, אין פון גאנץ כלל ישראל.
אין דא אזא בראך.
נאר די באשעפער קען דיר העלפן, ער קען דיר געבן די כוחת.
מיר אלע קענען מתפלל זיין פאר דיר אז די זאלסט טאקע האבן די כוחת.
המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון בירושלים
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
געפאוסט: מאנטאג יולי 28, 2025 11:54 pm
דורך שמואל פוקס
אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי....
שניאור זלמן, שניאור זלמן, מיין ידיד נפש!
איך זעה דיין צער, איך זעה דיין פיין, איך פארשטיי וואס דו שפירסט.
איך זיץ אין די ווייטע אמעריקע, אבער מיינע אויגן און מיין הארץ זענען מיט דיר דארט אין גואטאמאלא, איך האב נישט קיין מנוחה דערפון.
איך האב מיטגעהאלטן מיט דיר נאך מיט חדשים צוריק, איך געדענק נאך דיינע טרערן און דיינע ביטערע בכיות אין יענע שווערע מאמענטן, און געהערט האב איך פון דיר איבער נאך שווערערע זמנים בימים עברו, אין די אמאליגע טעג, דיינע קינדערישע יארן אלס יתום, דיינע שפעטערדיגע יארן מיט צרות צרורות מיום ליום... אזא קורצע לעבן און אזעלכע ביטערע צרות... אט האט מען געמיינט אז די שווערע צייטן זענען שוין פארביי און מען וועט שוין זען נאר ליכטיגקייט אין אור, און דא אצינד... אוי טאטע, וויפיל איז די שיעור?
שניאור זלמן, שניאור זלמן, השלך אל ה' יהבך! - ווארף ארויף אויפן באשעפער דיין פעקל!
דו ווייסט אוודאי די מעשה, מיטן איד וואס האט געטראגן א שווערן פעקל, גייענדיג אין וועג. דער איד האט געטראפן א בעל-עגלה, וועלכער איז געווען גרייט אים צו פירן צו די שטאט וואו ער האט געוואלט אנקומען, אבער ארויפקומענדיג אויפן וואגן, האט דער איד ווייטער געהאלטן דעם פעקל אויף זיינע פלייצעס. ווען דער בעל-עגלה האט אים געפרעגט, פארוואס לייגסטו נישט אראפ דעם פעקל אויפן ערד פון וואגן, האט דער איד געענטפערט, "נישט גענוג וואס דו נעמסט מיר מיט אויפן וועג, דארף איך דיר נאך מטריח זיין, אז דו זאלסט דארפן שלעפן דעם פעקל אויך"?
דער בעל-עגלה האט אים אנגעקוקט מיט שפאט: "דו שוטה איינער, איך טראג דאך דיר, מיטן פעקל צוזאמען. לאז שוין אלעס איבער אויף מיר"!
שניאור זלמן זיסער, מיר האבן דאך אזא גרויסער באשעפער, ער האט דאס אלעס געמאכט. ער פירט דיר און ער טראגט דיין פעקל פאר דיר. "השלך אל ה' יהבך" - ווארף ארויף אויפן באשעפער דיין פעקל, ער טראגט דאס דאך סיי ווי.
דו האסט מעגליך געלערנט אמאל ספר שמואל, דארט שטייט די מעשה פון דוד מיט בת-שבע. נאך די גאנצע מעשה וואס ווערט דארט דערמאנט אין פסוק, האט בת-שבע געבוירן א קינד פון דוד המלך. דוד המלך איז געווען זייער פרייליך מיט די נייע קינד וואס עס איז געבוירן געווארן, אבער קורץ נאכן געבוירן איז דאס קינד ל"ע קראנק געווארן. דאס איז געווען א שטראף פונעם אויבערשטן, צוליב די מעשה פון בת-שבע, אזוי ווי אין פסוק שטייט, וַיִּגֹּ֣ף ה' אֶת־הַיֶּ֜לֶד אֲשֶׁ֨ר יָלְדָ֧ה אֵשֶׁת־אוּרִיָּ֛ה לְדָוִ֖ד וַיֵּאָנַֽשׁ - דער אויבערשטער האט געשטראפט דעם קינד וואס די ווייב פון אוריה (בת שבע) האט געבוירן צו דוד.
וואס האט דוד געטון? - וַיְבַקֵּ֥שׁ דָּוִ֛ד אֶת־הָאֱלֹהִ֖ים בְּעַ֣ד הַנָּ֑עַר וַיָּ֤צׇם דָּוִד֙ צ֔וֹם וּבָ֥א וְלָ֖ן וְשָׁכַ֥ב אָֽרְצָה׃ דוד האט געבעטן דעם אויבערשטן אויפן קינד, ער האט געפאסט און ער איז געשלאפן אויפן ערד, מיט תפילות ותחנונים פארן אויבערשטן, אז ער זאל אויסהיילן דאס קינד. אין פסוק ווערט פארגעשטעלט, ווי אזוי זיינע באדינער און משרתים האבן אים געזוכט צו טרייסטן און זאגן אז אלעס וועט זיין בסדר, און מען האט געוואלט אז ער זאל עפעס עסן, אבער דוד האט נישט געוואלט עסן, נאר ער האט זיך שטארק מצער געווען אויפן קינד, וואס איז קראנק געווארן.
וואס איז געשען ווייטער? - די תפילות פון דוד האט נישט געהאלפן, און דער קינד איז ל"ע אומגעקומען פון זיין קראנקייט. וַיִּֽרְאוּ֩ עַבְדֵ֨י דָוִ֜ד לְהַגִּ֥יד ל֣וֹ ׀ כִּי־מֵ֣ת הַיֶּ֗לֶד - די קנעכט פון דוד האבן געציטערט אים צו זאגן אז דאס קינד איז געשטארבן, ווייל זיי האבן געמאכט דעם חשבון, הִנֵּה֩ בִֽהְי֨וֹת הַיֶּ֜לֶד חַ֗י דִּבַּ֤רְנוּ אֵלָיו֙ וְלֹא־שָׁמַ֣ע בְּקוֹלֵ֔נוּ - ווען דאס קינד האט געלעבט, האבן מיר פראבירט צו רעדן מיט אים, און ער האט אונז נישט אויסגעהערט, נו אויב אזוי, וְאֵ֨יךְ נֹאמַ֥ר אֵלָ֛יו מֵ֥ת הַיֶּ֖לֶד וְעָשָׂ֥ה רָעָֽה?! - ווי אזוי קענען מיר אים זאגן אז דאס קינד איז געשטארבן, ווער ווייסט וואס עס וועט געשען, ווען ער וועט הערן אזא ביטערע בשורה?!
נו, וואס קלערסטו שניאור זלמן טייערער, האט דוד-המלך טאקע געטון, ווען ער האט געהערט אז דאס קינד איז געשטארבן? - קלערסט אוודאי, אז ער האט זיך געריסן די האר פון קאפ, זיך געווארפן צו די ערד און ער האט נישט געקענט קומען צו זיך פון גרויס צער... מסתמא האט ער געפאסט תענתים און ער האט גענומען אויף זיך סיגופים... ווער רעדט נאך, אז דוד-המלך האט געוואוסט, אז דאס איז געשען צוליב זיינע זינד, אזוי ווי נתן הנביא האט אים אליין געזאגט. נו, מסתמא האט ער זיך באשלודיגט, און ער האט זיך שטארק מצער געווען דערויף... ניין ניין ניין, דער פסוק שטעלט אונז פאר אן אנדערן בילד!
וַיָּ֩קׇם֩ דָּוִ֨ד מֵהָאָ֜רֶץ וַיִּרְחַ֣ץ וַיָּ֗סֶךְ וַיְחַלֵּף֙ שִׂמְלֹתָ֔ו וַיָּבֹ֥א בֵית־ה' וַיִּשְׁתָּ֑חוּ וַיָּבֹא֙ אֶל־בֵּית֔וֹ וַיִּשְׁאַ֕ל וַיָּשִׂ֥ימוּ ל֛וֹ לֶ֖חֶם וַיֹּאכַֽל - איינמאל ער האט געהערט אז דאס קינד איז געשטארבן, האט ער זיך בארואיגט, זיך ארומגעוואשן און זיך געטוישט, זיך געבוקט פארן אויבערשטן און זיך גענומען עסן א סעודה.
ווען די באדינער פון דוד-המלך האבן דאס געזען, האבן זיי זיך שטארק געוואונדערט און געפרעגט פון זייער קעניג, "וואס איז פשט פון אייער אויפפירונג? - בשעת דאס קינד האט געלעבט, האסטו געקלאגט און געוויינט, און ווען די טראגעדיע איז ווירקליך געשען און דאס קינד איז געשטארבן, דעמאלס בארואגסטו זיך?
דער הייליגער דוד-המלך האט געענטפערט פאר זיינע באדינער א פחד'דיגע ענטפער, ווערטער וואס רייסן לעבעדיגע שטיקער פלייש:
בְּעוֹד֙ הַיֶּ֣לֶד חַ֔י צַ֖מְתִּי וָאֶבְכֶּ֑ה כִּ֤י אָמַ֙רְתִּי֙ מִ֣י יוֹדֵ֔עַ יחנני וְחַנַּ֥נִי יְהֹוָ֖ה וְחַ֥י הַיָּֽלֶד: וְעַתָּ֣ה ׀ מֵ֗ת לָ֤מָּה זֶּה֙ אֲנִ֣י צָ֔ם הַאוּכַ֥ל לַהֲשִׁיב֖וֹ ע֑וֹד?!
הער ווערטער שניאור זלמן, דערהער עס גוט און חזר זיך דאס גוט איין:
כל זמן דאס קינד האט נאך געלעבט, האב איך געפאסט און געוויינט, ווייל איך האב געהאפט און געזאגט, ווער ווייסט, אפשר וועט מיר דער אויבערשטער שענקען, און דאס קינד וועט בלייבן לעבן. אבער יעצט, איז דאך שוין דאס קינד געשטארבן! - פארוואס עפעס זאל איך פאסטן? - קען איך אים דען צוריקברענגען און לעבעדיג מאכן?
אוי, אוי, אוי, אוי, אוי...
הערסט ווערטער פון אונזער הייליגער דוד-המלך? - וואס עפעס זיך מצער זיין? - דעם קינד קענען מיר שוין נישט לעבעדיג מאכן... איי איי איי... ס'רייסט שטיקער, אבער ס'מאנט פון אונז... לאמיר קוקן אויפן עתיד, לאמיר נישט צוריקוקן אויפן עבר.
שניאור זלמן, ליין נישט אצינד ווייטער! - שטעל זיך אפ אביסל, און קוק צוריק די פריעדיגע שורות... לערן דאס אפ אביסל, לויף נישט ווייטער, זיי זיך מתבונן אביסל און נעם עס אריין אין דיר... לעב עס איבער און חזר דאס אביסל.
...
לאמיר זען וואס עס איז די תוצאה פון אזא בליק אויפן לעבן. וואס זאגט אונז די פסוק ווייטער:
וַיְנַחֵ֣ם דָּוִ֗ד אֵ֚ת בַּת־שֶׁ֣בַע אִשְׁתּ֔וֹ - דוד-המלך האט זיך געטרייסט, ער האט געטרייסט זיין ווייב, און ... נאך א יאר איז געבוירן געווארן ביי דוד מיט בת-שבע א נייער קינד. דו ווייסט ווער דאס קינד איז געווען? - שלמה המלך!
דער הייליגער שלמה-המלך איז געבוירן געווארן פון אזא התנהגות, פון אזא בליק אויפן לעבן, א בליק פון בטחון און אמונה אין השם-יתברך. א דאנק דעם הייליגן בליק פון אונזער קעניג דוד, האבן מיר זוכה געווען צו אזא קעניג, וואס האט אויפגעבויט דעם בית-המקדש און ער איז געווען באקאנט מיט זיין חכמה איבער די גאנצע וועלט.
שניאור זלמן, שניאור זלמן, וועק זיך אויף!
טראכט אריין און קוק, זעה וואספארא הייליגע מתנות מען קען באקומען, ווען מען פארלירט זיך נישט, ווען מען פארלירט נישט דעם מוח, מען לעבט מיטן באשעפער און מען ווייסט, אז ער איז דער וואס האט דיר געגעבן דיין אוצר'ל, און ער איז דער וואס האט דאס צוגענומען פון דיר... ער איז דיין רחמנות'דיגער טאטע און ער מיינט פאר דיר דאס בעסטע. איך בין זיכער אן קיין ספק, אז טאמער וועסטו אננעמען דיין נסיון ווי א אידיש קינד, וועט דיר דער באשעפער טרייסטן מיט א הערליכע מתנה, דו וועסט נאך אויפשטעלן אזא שטוב ווי דוד-המלך, מיט בנים ובנות, וועלכע וועלן שיינען און לייכטן אין אלע עולמות. דו וועסט נאך זיצן ביים טיש ארומגענומען מיט זוהן און טעכטער, שמייכלדיגע און פרייליכע, לעכטיגע און געזונטע. דו וועסט נאך איבערדערציילן די שווערע יארן מיט א שמייכל, איבערגיין די מ"ב מסעות מיט א זיסקייט, איבערדערציילן די שרעקליכע טראגעדיעס, און דאנקען דעם אויבערשטן אויף די נסים וואס ער וועט מאכן מיט דיר בעתיד, בשעת עס וועט דיר גיין גוט, זיס און גראד.
הַצּוּר֙ תָּמִ֣ים פָּעֳל֔וֹ, כִּ֥י כָל־דְּרָכָ֖יו מִשְׁפָּ֑ט, אֵ֤ל אֱמוּנָה֙ וְאֵ֣ין עָ֔וֶל צַדִּ֥יק וְיָשָׁ֖ר הֽוּא:
כִּ֛י שֵׁ֥ם ה' אֶקְרָ֑א הָב֥וּ גֹ֖דֶל לֵאלֹהֵֽינוּ׃
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
געפאוסט: מאנטאג יולי 28, 2025 11:59 pm
דורך על פי תורה
שניאור זלמן ני''ו האט געבעטן צו שרייבן דעי ווערטער (בזה הלשון)
א גוטע נאכט.
א גרויסן שכוח, איך האב געליינט אלעס אלעס, אבער אלעס, וואס מענטשן האבן געשריבן, און איך זאג א גרויסן שכויח פאר יעדן איינעם, פאר אלע חיזוק, אז יעדער איינער פילט מיט מיט מיין צער, און אז מענטשען וויינען מיט מיר, און טראכטן כאטשיג פון מיר!
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
געפאוסט: דינסטאג יולי 29, 2025 12:07 am
דורך ברוך כבוד
טייערע און געשעצטע הר"ר שניאור זלמן ני"ו
המקום ינחם
מענטשליכע ווערטער איז צו ארעם צו קענען טרייסטן, אויפן פארלירן אזא יונג קינד אין אזא יונגען עלטער, דאס הארץ רייסט די מוח איז פארקלאפט און די מויל טרוקען. מיר קענען נאר מיט-וויינען, מיט-קרעכצן און מיט-פיהלן, אבער נאר די רבוש"ע וואס קען אלע חשבונות וואס מיר האבן נישט קיין השגה, ער און נאר ער קען טרייסטן! המקום ינחם
המקום ירחם
דער מסבב כל הסיבות האט צוגעפירט אז דו ביסט ליידער אין א תפיסה וואס מען רופט שעלטער, און דוקא דארט, נישט ארום גענומען מיט גוטע ברודער דארפסו ליידער דאס דורך גיין! נאר די רבוש"ע וואס איז מיט דיר דארט אין שעלטער, עמו אנוכי בצרה, ער זאל דיך ארויסנעמען פון דארט ווי שנעלער! אחינו הנתונים בשביה עליהם המקום ירחם
המקום אשר יבחר
מיר שטייען אין די ימי האבלות אויפן אונזער בית המקדש, שוין באלד 2000 יאר וואס מיר זענען נע ונד בארבע כנפות הארץ, וואלגערן זיך מדחי אל דחי, און ווארטן בכליון עניים אויף אונזער טאטע זאל אונז שוין אהיים נעמען קוממיות לארצינו, זאלן מיר שוין זוכה זיין, צו ותחזנה עינינו בשובך לציון ברחמים גדולים און אונז פירן אל המקום אשר יבחר
@ברוך כבוד
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
געפאוסט: דינסטאג יולי 29, 2025 12:26 am
דורך שווערמער
שניאור זלמן, המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבילי ציון וירושלים. גאנץ כלל ישראל וויינט מיט מיט דיר, דער אייבערשטער זאלסט שוין נישט וויסן מער פון קיין צער.
א שוידער איז מיר דורך די ביינער וואס איך האב געליינט די נייעס, וואס קען מען זאגן? וויאזוי קען מען בכלל טראכטן? שיער וואס עס פלאצט נישט דער מוח!
שניאור זלמן, איך גלייב! אז דו וועסט נאך ארויסקומען מהשעלטער המר, אויפשטעלן א אידישע שטוב, און האלטן נאך אסאך בעיביס אויף די הענט. בעיבי וואס וועלן שלאפן זיס כגמול עלי אמו, וואס וועלן שמייכלען בא'חנ'ט, וואס וועלן באבערן ווי געצערטלט. מיט אזא לעכטיג שמייכל.
וועסט נאך זען קינדער וואס וועלן לויפן און שפילן, לאכן און שפרינגען, לערנען אלף-בית מיט א ניגון, און חזר'ן נקודות מיט פארשטאנד; חומש מיט טייטש, משניות פון אויסנווענדיג, און בלעטער אויף בלעטער גמרא תוס' און ראשונים.
מיר פאשטייען נישט די הימלישע חשבונות, און איך פארשטיי נישט דיין הימל-שרייענדע צער. המקום ינחם אתכם.
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
געפאוסט: דינסטאג יולי 29, 2025 12:29 am
דורך חלא בר חמרא
טייערער שניאור זלמן ני"ו,
כ'קען פשוט נישט נעמען די פעדער אין האנט צו שרייבן. עס לאזט זיך נישט שרייבן. כ'בין שפראכלאז. מיינע טרערן גיסן זיך אומאויפהער אויף מיינע נאסע באקן. כ'הייב נישט אן צו אפילו באגרייפן דיין צער און פיין. מיין הארץ גייט אויס פאר דיר.
אנגעהויבן פון די גוטע בשורה איז אריינגעקומען, כ'האב מיך גלייך ארויפגעשארט די ארבל צו שאפן אפאר טאלער, ב"ה כ'האב געהאט א חלק. כ'האב מיך אזוי געפרייט פאר דיך. כ'בין אהיימגעקומען, און מיין שטוב פרעגט מיר מיט שפאנונג: "נו, וואס איז די נאמען?"
דיין שמחה איז געווען אונזער שמחה, מיר האבן עס געלעבט, מיר האבן פארלאזט הייסע טרערן ביום הברית, אז דער אליהו מלאך הברית זאל שוין מקיים זיין דעם "והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם." מיר האבן געריסן וועלטן אלעס זאל גיין כשורה אן קיין מכשול.
אינמיטן ארבעט, פרעגט מיר מיין שותף: "דו ביסט מיט מיר?," זאג איך אים: ניין, כ'בין ווייט אוועק אין גואטאמאלא. כ'האב מיך פשוט מיטגעפרייט מיט דיר, און מתפלל געווען עס זאל שוין מקוים ווערן דעם "נולד בן זכר נתרפא כל המשפחה."
כ'קען דיר נישט מחזק זיין, כ'האב פשוט נישט די מעגליכקייט. קיין בשר ודם, דאס קען נאר דער רופא לשבורי לב. פארט נעם איך די העזה צו מיך אליינס מחזק זיין.
אבל מלך עליון! דער הייליגער באשעפער, דער אדון כל הנשמות, האט צוליב זיינע טיפע מחשבות, דווקא געגלוסט זיך צו צוריק פאראייניגן מיט די טייערע נשמה פון דיין לעכטיג קינד, און צוריקגענומען די נשמה אויף אזא טראגישע אופן. מיר קענען דאס נישט פארשטיין. דער נביא ישעי' (נה, ח) זאגט שוין: כִי לֹא מַחְשְׁבוֹתַי מַחְשְׁבוֹתֵיכֶם וְלֹא דַרְכֵיכֶם דְּרָכָי נְאֻם ד'.
ס'קומט מיר ארויף דער פסוק אין ישעי' (ס, כ): לֹא יָבוֹא עוֹד שִׁמְשֵׁךְ וִירֵחֵךְ לֹא יֵאָסֵף כִּי ד' יִהְיֶה לָּךְ לְאוֹר עוֹלָם וְשָׁלְמוּ יְמֵי אֶבְלֵךְ.
דער הייליגער מצודת דוד (פון די פראמינענטע מפרשים אויפ'ן נביא) איז עס מפרש אזוי: דיין זין וועט מער נישט אונטערגיין, און דיין לבנה וועט מער נישט אריינגענומען ווערן [נאר ס'וועט שוין אייביג שיינען], ושלמו ימי אבלך – עס וועלן זיך ענדיגן די טונקלע טעג פון דיין אבילות.
דער אייבערשטער זאל העלפן דער פסוק זאל שוין מקויים ווערן ביי דיר במידה גדושה, און בחודש הנחמה זאלן מיר זיך אלע טרייסטן מיט משיח בן דוד, בב"א.
מריחוק מקום אך מעומק הלב, באהבה, חלא
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
געפאוסט: דינסטאג יולי 29, 2025 1:27 am
דורך פשוט און גראד
שניאור זלמן ני"ו
כ‘בין זייער ווייט פון א שרייבער, אין ס‘איז מיר זייער שווער זיך ארויס צוברענגען אויפן פאפיר, סיי די מחשבות, סיי די געפילען. ‘אבער‘ יעצט נישט צו שרייבען איז נאך אסאך שווערער.
המקום ינחם אותך ומשפחתך החשובה.
געהערט אמאל א אמת ווארט, אויף די פשט פונעם מאמר המקום ינחם, פארוואס דוקא די לשון? וועגן פשוט אין גראד ‘נאר‘ ער כביכול איז ביכולת צו טרייסטען ממילא ווינטשט מען אז ער זאל טאקע טרייסטען.
ועוד יותר, ס‘דאך ידוע פון ספרים הקדושים די ענין פון עמו אנכי בצרה, קומט אויס אז ער האט דאך שוין געהאט די צער נאך ביים עס מאכען געשעהן, ממילא בעט מען ער זאל טרייסטען.
אין נאך ווי ער גייט טרייסטען.
ביי פרק שירה טרעפט מען אז די חיה צרופה זינגט נחמו נחמו עמי, האב איך אמאל געהערט אז די רבש"ע זאגט כביכול ברציפות נחמו נחמו, וועגן דעים איז טאקע פשט פון די דאפעלטע לשון פון נחמו נחמו.
עניוועי, די ווייטאג אין עגמת נפש איז אסאך מער וויפיל מ‘קען פארשטיין אין דורכטראגען.
אדרבה אויב די קענסט, אפשר קענסטו אביסעל ארויסגעבען וויאזוי די דערהאלטסט דיר, איך טראכט אז ס‘קען זיין א שטארקע לימוד פאר אסאך פון אינז.
הכותב וחותם ומצפה לישועות השם בקרוב ממש.
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
געפאוסט: דינסטאג יולי 29, 2025 2:05 am
דורך בית הכנסת
טייערער שניאור זלמן.
איך האב נישט קיין ווערטער וואס דיר צו זאגן אין אזא צייט, איך קען נאר מיטוויינען מיט דיר פון דערווייטנס, מיין הארץ איז אינגאנצן מיט דיר! כאטש איך קען אפילו נישט פארשטיין דיין צער אין טיפע ווייטאג! המקום ינחם אתכם.