בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 859

בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך יענץ מבין »

דא קען מען שרייבן בריוון צו די בחורים וואס געפונען זיך אין שעלטער אין גוואטעמאלא און מען וועט עס ארויס פרינטן פאר די בחורים צו ליינען.

אין די בחורים שעלטער זיצען נאך יעצט דריי בחורים/אינגעלייט, זיי זענען דארטן איינזאם אליינס צווישען צענדליגער גוים, [צו פארשטיין און דערהערן טיפער וואס דאס מיינט, קענט איר ליינען אין די ערשטע חלק פונעם 'מעומקא דלב טהור' שמועס פון @על פי תורה], זיי זענען זיך ממש מחיה מיט יעדער גריס וואס זיי באקומען פון די אינדרויסענדיגע וועלט.

ממילא נעמט די פאר מינוט, און שריייבטס אראפ אפאר ווערטער פאר די טייערע בחורים, און עס וועט אי"ה ארויסגעפרינט ווערן אין גוואטעמאלא, און אריינגעברענגט ווערן אינעם שעלטער פאר די בחורים צו ליינען, און זיי העלפן צי פארגעסן פון זייערע פיין און ליידן - כאטש פאר אפאר מינוט.

די בחורים/אינגערלייט וואס זענען כעת אין שעלטער:

הודאה על העבר
שניאור זלמן לעווי
חיים אלעזר לעווי

ובקשה על העתיד
פישל העלבראנץ
אלימלך ברוך העלבראנץ
משה עמרם ראזנער
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 859

Re: בריוון צו די בחורים אין שעלטער

פאוסט דורך יענץ מבין »

שמועות טובות האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 7:07 pm
הערטס ענק צו טייערע בחורים תינוקות שנשבו!

דער באשעפער האט זיך אנגעהויבן אנצונעמען פאר ענקערע רעכטן
דאס קענען ענק זיך אליינס איבערצייגן סיי פון היינט און סיי פון נעכטן

אזוי נאנט צו זיין צום באשעפער ווי ענק זענען
זענען מיר אלע ענק מקנא און אונז שפירן מיט ענקערע קלעמען

צוביסלעך צוביסלעך וועלן ענק אלע צווישן ענקערע טייערע אידישע ברודער זיין
אפילו די וואס עס זעהט נישט אויס אז עס גייט נאך אמאל קומען א סוף צו זייערע פיין

ווייל דער אויבערשטער האט דא זיין גרויסן האנט פאר יעדעם איינעם געוויזן
אז ווער עס פרובירט ענק וויי צו טוהן וועלן צום סוף ביטערע טרערן פון זיינע אויגן רינען

וויסן זאלן ענק אז דער גאנצער וועלט זארגט זיך אויף ענק ביז גאר
און קיינער האט נישט קיין מנוחה ביז ווילאנג ענקער גאנצע באפרייאונג וועט שוין זיין זייער קלאר

נאר פון ענק בעטן מיר אלע אידן פון דער וועלט דער גאנצער
ענק זאלן אויך פאר אונז מתפלל זיין אז פאר אונזערע צרות זאל דער אויבערשטער שוין לייגן א פאנצער

ווייל ענקערע תפלות גייען ארויף העכער ווי יעדעם איינעם
ווייל ענק שרייען צום אויבערשטען פון א הארץ א ריינעם

אזוי פיל פיין וואס אונז האמיר ווער קען דאס דען באגרייפן
די שווערדן פאר אונזערע שונאים טוה שוין גוט אויסשלייפן

זאל שוין קיינמאל מער אזעלכע שווערע איבערלעבענישן אויף קיין שום איד נישט געשעהן
דעם אויבערשטענס גרויסן כבוד זאלן מיר אלע צוזאמען קענען אליינס זעהן
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 859

Re: בריוון צו די בחורים אין שעלטער

פאוסט דורך יענץ מבין »

א חסיד איז אמאל אריין צו זיין רבי און זיך אויסגעוויינט אז ער גייט אריבער צרות צרורות, אלעס אין זיין לעבן גייט איהם שווער, קיין פרנסה האט ער נישט, ער מיטשעט זיך מיט שידוכים, און אזוי ווייטער און ווייטער, און ער בעהט אז די רבי זאל איהם אנווינטשען און צוזאגן א ישועה.

די רבי קוקט אריין צום חסיד אין די אויגן, און מיט א ווייעכע שטימע רופט ער זיך אן צו איהם: הלואי וואלט איך דיר געקענט צוזאגן א ישועה, אבער ליידער זענען די טויערן אין הימעל פארשלאסן, און עס זעהט מיר נישט אויס ווי איך קען אייך אויספועל'ן א ישועה, אבער, זאגט די רבי ווייטער, עס איז דא איין זאך וואס איך קען יא טוהן, איך קען מיטוויינען מיט אייך, די רבי געבט א לייג אריין זיין קאפ אין זיינע צוויי הענט, און עס הייבט אן פליסען טייכען טרערן...

טייערע בחורים, הלואי איך קען אייך העלפן, מיין הארץ גייט אויס פאר ענק, טאג טעגליך טראכט איך פון ענק און איך בין מתפלל פאר ענקער ישועה, אבער ליידער איז עס נאכנישט אנגעקומען, אבער עס איז דא איין זאך וואס איך קען יא טוהן, איך קען מיטוויינען מיט ענק, איז דעס טוה איך דא יעצט איך שרייב און איך וויין, איך שרייב ווייטער און איך וויין ווייטער...

אבער לאמיר זיך דאך פרובירן עטוואס זיך מחזק צו זיין.

ניין, איך קען נישט אנהייבן צו באגרייפן בכלל די שוועריקייטן און צער וואס איר גייט אלץ דורך, און עס איז קלאר אז די בעסטע זאך וואלט געוועהן ארויסצוקומען פון דארט ווי שנעלער, אבער דאך, ווילאנג די השגחה עליונה האט צוגעפירט אז איר זאלט נאך דארט זיין, פאר סיבות וואס מיר קליינע מענטשעלעך קענען נישט פארשטיין, זאלט איר וויסן אז איר האט כוחות וואס קיינער אנדערש האט נישט!

דוד המלך זאגט אין תהילים, כי קרוב ה' לנשברי לב, די אייבערשטער איז נאנט צו די וואס האבן א צעבראכן הארץ, ווער נאך ווי ענק פארשטייט אזוי גוט וואס דאס מיינט 'נשברי לב', זאגט ענק דוד המלך אז עס זאלטס וויסען אז די אייבערשטער איז נאנט צו ענק! ווען ענק זענען זיך מחזק און שטארקן זיך אפילו אויב נאר א יעדער דריטע מאל, האבן ענק א געוואלדיגע כח אין הימל, א ידער מאל ענק טוען א מצוה, דאווענען פארן באשעפער, אדער האלטן זיך איין פון א נסיון, דערגרייכט דאס דירעקט ביזן כסא הכבוד!

איז בעט איך פון אייך טייערע הייליגע בחורים נעקסטע מאל ענק דאווענען אין שעלטער אדער ווען ענק טוען סיי וואספארע דבר טוב, ניצט אויס די גלעגענהייט, ניצט אויס ענקער געוואלדיגע כוחות, און רייסטס איין צום באשעפער פאר ענקער ישועה, אבער אין די זעלבע צייט בעט איך ענק: פליז! פארגעסטס נישט פון כלל ישראל, האטס אונז אויכעט אונזען אין ענקער תפילות, אונז קענען ניצן אזעלעכע הייליגע מסירות נפש'דיגע תפילות! די אייבערשטער באקומט דאס נאר פון ענק! הלוואי איך קען ענק ווען שיקן מיין פריוואטע נאמען, אז ענק זאלן מיר אויכעט אינזינען האבן אין ענקערע הייליגע תפילות, איך וואלט ענק ווען אפי' בייצאלט דערפאר, איך קען ניצן אזעלעכע ריינע מסירות נפש זכותים!

שרייבט צו אייך,

א יוד פון ברוקלין, וואס זיין הארץ איז מיט ענק אין שעלטער
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 780
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3156

Re: בריוון צו די בחורים אין שעלטער

פאוסט דורך גרינטליך »

בחורים/אברכים יקרים,

כלל ישראל האט ענק ליב!!!
מיר דאווענען, געבען צדקה, מיט אלע סארט מצוות פאר ענקער זכות.

דער באשעפער קוקט אראפ פון הימעל ווי ענק האלטען זיך שטארק, און שעפט נחת פון ענק

מיט ערליכער וואוילע בחורים ווי ענק ווייסען מיר אלע ווען ענק וועלען ארויס קומען, וועלען ענק אלע ווערען גאר גאר שנעל פון די שענסטע און בעסטע וואס מיר פארמאגען

דער ישועה איז שוין באלט דא האלטס ענק שטארק!!!

מיט א הארץ אנגעשטאפט מיט ווארעמקייט און ליבשאפט צי ענק

ידידכם,

@גרינטליך
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 780
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3156

Re: בריוון צו די בחורים אין שעלטער

פאוסט דורך גרינטליך »

יענץ מבין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 10:04 pm דא קען מען שרייבן בריוון צו די בחורים וואס געפונען זיך אין שעלטער אין גוואטעמאלא און מען וועט עס ארויס פרינטן פאר די בחורים צו ליינען.

עס זיצן דאכטצעך נאך פינף בחורים אינעם שעלטער, זיי זענען דארטן איינזאם אליינס צווישען צענדליגער גוים, [צו פארשטיין און דערהערן טיפער וואס דאס מיינט, קענט איר ליינען אין די ערשטע חלק פונעם 'מעומקא דלב טהור' שמועס פון @על פי תורה], זיי זענען זיך ממש מחיה מיט יעדער גריס וואס זיי באקומען פון די אינדרויסענדיגע וועלט.

ממילא נעמט די פאר מינוט, און שריייבטס אראפ אפאר ווערטער פאר די טייערע בחורים, און עס וועט אי"ה ארויסגעפרינט ווערן אין גוואטעמאלא, און אריינגעברענגט ווערן אינעם שעלטער פאר די בחורים צו ליינען, און אביסעלע פארגעסן פון זייערע פיין און ליידן.
ביטע ארויס שרייבען זייער נעמען, צי קענען ווארפען א גוט ווארט פאר יעדער פארזענליך
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 859

Re: בריוון צו די בחורים אין שעלטער

פאוסט דורך יענץ מבין »

גרינטליך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 10:22 pm

געשריבן וואס איך ווייס, די פיפטע פעלט מיר די לעצטע נאמען, דער וואס ווייסט קען מיר מודיע זיין, און איך וועל אפדעיטן
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 256
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 1659

Re: בריוון צו די בחורים אין שעלטער

פאוסט דורך קרני פרה »

יענץ מבין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 10:25 pm

אבער ער רעדט נאך נישט געהעריג, מיט מענטשן פון די וועלט...
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 859

Re: בריוון צו די בחורים אין שעלטער

פאוסט דורך יענץ מבין »

קרני פרה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 10:31 pm

מיינט אבער נישט אז מענטשן פון די וועלט קענען נישט רעדן געהעריג צו איהם...
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
הייליג
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 11:13 am
x 119

Re: בריוון צו די בחורים אין שעלטער

פאוסט דורך הייליג »

לכבוד די חשובע לעכטיגע בחורים יושבי חושך וצלמות הע"י
אחר דרישת שלומכם באהבה רבה מעומק הלב, ס'איז געווען א איד א גרויסער עובד ה' וואס איז געווען גאר א גרויסער בעל יסורים (איך מיין אז ער האט געהייסן רבי סנדר ארלנגר זצ"ל), ער איז נעבעך געליגן אין שפיטאל מיט שווערע יסורים, און זייענדיג א איש מפורסם זענען אסאך אים געקומען מבקר חולה זיין און מחזק זיין. האט ער אמאל געזאגט: קיינער האט מיר נישט אזוי מחזק געווען ווי הגאון רבי חיים קנייבסקי (זצ"ל), ווייל ער איז אריינגעקומען און גארנישט גערעדט נאר געגעבן א טיפן קרעכץ פון זיין הייליג הארץ איי רבי סנדר רבי סנדר, און דאס האט מיר געמאכט שפירן אז ער איז זיך באמת משתתף מיט מיין צער...
טייערע ברודער, איך האב נישט קיין ווערטער אייך צו מחזק זיין ווייל אייער צער און פיין איז העכער מיין השגה, אבער איך וויל אייך זאגן אז פון מיין פלאץ דא אין אמעריקא זענען שוין אסאך טרערן פארגאסן געווארן דורך מיר און דורך אייערע הארציגע אידישע ברודער וואס ווארטן שוין בכליון עינים צו הערן די גוטע בשורה אז איר זענט שוין אויף די פריי.
ווער בין איך צו שרייבן אז איר זאלט זיך מחזק זיין? אבער אזויפיל קען איך אייך יא זאגן אז מיר זארגן זיך פאר אייך און מיר זענען מתפלל פאר אייך בכל עת וזמן.
טייערע ברודער, מיר האבן אייך ליב און מיר ווארטן צו הערן גוטע בשורות פון אייך.
איך וועל ענדיגן מיט א ברכה און א תפלה אז איר זאלט זיך קענען מחזק זיין אין די שווערע צייטן, ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותיכם די.
אייער ברודער וואס דאווענט פאר אייך - המכונה הייליג
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

וואס איז שייך צו זאגן?

כבוד בחורי חמד, מצפים לישועת ה', כל אחד בשמו הטוב יבורך.

זיצנדיג פארשפארט אונטער מויערן און טויערן קען זיך ענק דאכטן אז ענק זענען דארט אליינס, מען מאכט מיט און קיינער זעט נישט.

ענק זענען אבער נישט אליינס.

כלל ישראל איז זיך מצער מיט ענקער צער, כלל ישראל לאזט טרערן אויף ענקער פיין, כלל ישראל איז מתפלל פאר ענקער באפרייאונג, און כלל ישראל וועט זיך בקרוב מיטפרייען מיט ענקער שמחה וועט דער אויבערשטער וועט ענק ארויסנעמען פון דארט.

עס איז נישט מעגליך צו משיג זיין די נסיון מיט וואס השי"ת האט ענק געפרואווט, און מען קען נישט פארשטיין די אומגלויגבליכע העלדישקייט מיט וואס ענק גייען אן, זאל ענק דער אויבערשטער געבן די כוחות אלעמאל אנצוגיין מתוך שמחה והרחבה.
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1675
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2733

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך נפתלי »

העמיר ווארטן אז @להגדיל הטראסק זאל אריין קומען מיט חיזוק גראמען פאר די ציבראכענע בחורים
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1358
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13925

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך על פי תורה »

אלעס וועט אי''ה אנקומען צו די בחורים טעגליך
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 780
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3156

Re: בריוון צו די בחורים אין שעלטער

פאוסט דורך גרינטליך »

קרני פרה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 10:31 pm
יענץ מבין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 10:25 pm
גרינטליך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 10:22 pm

ביטע ארויס שרייבען זייער נעמען, צי קענען ווארפען א גוט ווארט פאר יעדער פארזענליך
געשריבן וואס איך ווייס, די פיפטע פעלט מיר די לעצטע נאמען, דער וואס ווייסט קען מיר מודיע זיין, און איך וועל אפדעיטן
משה עמרם ראזנער
אבער ער רעדט נאך נישט געהעריג, מיט מענטשן פון די וועלט...
ער איז שוין חתונה געהאט, אויכעט?
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
נין
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 9:53 am
Location: monroe
x 106

Re: בריוון צו די בחורים אין שעלטער

פאוסט דורך נין »

גרינטליך האט געשריבן: פרייטאג יולי 25, 2025 10:15 am
קרני פרה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 10:31 pm
יענץ מבין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 10:25 pm

געשריבן וואס איך ווייס, די פיפטע פעלט מיר די לעצטע נאמען, דער וואס ווייסט קען מיר מודיע זיין, און איך וועל אפדעיטן
משה עמרם ראזנער
אבער ער רעדט נאך נישט געהעריג, מיט מענטשן פון די וועלט...
ער איז שוין חתונה געהאט, אויכעט?
יא
משיח משיח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 205
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 4:11 pm
x 729

Re: בריוון צו די בחורים אין שעלטער

פאוסט דורך משיח משיח »

קרני פרה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 10:31 pm
יענץ מבין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 10:25 pm
גרינטליך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 10:22 pm

ביטע ארויס שרייבען זייער נעמען, צי קענען ווארפען א גוט ווארט פאר יעדער פארזענליך
געשריבן וואס איך ווייס, די פיפטע פעלט מיר די לעצטע נאמען, דער וואס ווייסט קען מיר מודיע זיין, און איך וועל אפדעיטן
משה עמרם ראזנער
אבער ער רעדט נאך נישט געהעריג, מיט מענטשן פון די וועלט...
אויב אזוי דארף ער ערשט חיזוק
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 859

Re: בריוון צו די בחורים אין שעלטער

פאוסט דורך יענץ מבין »

משיח משיח האט געשריבן: פרייטאג יולי 25, 2025 10:36 am
קרני פרה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 10:31 pm
יענץ מבין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 10:25 pm

געשריבן וואס איך ווייס, די פיפטע פעלט מיר די לעצטע נאמען, דער וואס ווייסט קען מיר מודיע זיין, און איך וועל אפדעיטן
משה עמרם ראזנער
אבער ער רעדט נאך נישט געהעריג, מיט מענטשן פון די וועלט...
אויב אזוי דארף ער ערשט חיזוק
%100

ווי איך פארשטיי האט @קרני פרה געמיינט צוזאגן - אז ער ליינט [נאכ]נישט די בריוון וואס מען שיקט פון דא.

אבער עס איז לדעתי נישט קיין סיבה אז מיר זאלן נישט שרייבן צו איהם, אדרבה, ער וועט נאך איין טאג צירוק קוקן, און שעפן פיל חיזוק פון די בריוון וואס מען האט איהם געשריבן בעת צר לו.

נו, ווער איז די ערשטע צו אריינשיקן א בריוו צו משה עמרם?
(און פארשטייט זיך, נישט צו פארגעסן די אנדערע 4 צדיקים)
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 780
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3156

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך גרינטליך »

לכבוד די צוויי באליבטע ברידער שניאור זלמן ואחיו היקר חיים אלעזר לעווי שיחיו

און לכבוד הני תרי אחי אפרים פישל מיט אלימלך ברוך העלבראנץ שיחיו

והאחרון משה עמרם ראזנער שיחיו

איר זאלט האבען א לעכטיגע זיסע שבת, דער באשעפער איז די מקור הטוב, ער איז מיט ענק דארטען און די שעלטערס אויכעט

ברידער'ליך טייערע,

קיינער אין די וועלט קען נישט באגרייפען וואס די גייסט יעצט אדארך.

אפילו די וואס זענען געווען מיט אייך דארט בוז נישט לאנג צירוק, איין מאל מ'איז ארויס פארגעסט מען א חלק פון די פארקלעמט קייט

אי"ה ביי ענק אלע אויף שמחות עטס וועט אלע ארויס גיין און פארגעסען פון ענקער יעצטיגע צער

עטס וועט אויפשטעלען הערליכע אידישע לעבענס און די נאנטע צי קומט

ס' געווען א גרויסע וועלטס רבי פאר 200 יאר, מיט די נאמען הרבי ר' בונם מפשיסחא זצ"ל

ער האט געשריבען צי א תלמוד א גרויסע רב וואס האט געמוזט זיין פארשטעקט ערגיץ פאר די ימים הנוראים

א בריוו מלא חיזוק.

דער בריוו וועט ציטירט געדאנק און צענדליגע חסידיש'ע ספרים, א סאך מאל נאר מיט די לשון, אפילו אן די מקור

ס' דא אויף יעדער פאר ווערטער א סאך טיפע געדאנקען.

איל וויל ענק נאך שרייבען איין שורה'לע מיט איינער פון די געדאנקען אויף דעם

ער ברענגט א פסוק "מרחוק ה' נראה לי" און ער זאגט זה סוד ראש השנה

שטייט און ספרים: מרחוק ה' אויב מען שפירט די באשעפער איז ווייט- ווייל מ' איז פארקלעמט, און בצער

מ' פארשטייט וואס מ'האט נאר געקענט א מאל זינדיגען, צי האבען אזא שווערע דארכגאנג- ממש מ'שפירט מרחוק ה'

זאלסטו וויסען ה' נראה לי- די הייליגע באשעפער האט דיך ליב מער ווי יעדער אנדערעש אויפען וועלט, און ער וויל פאר דיר בלויז גוטס!

אפילו מיר קענען נישט באגרייפען, און אוודאי נישט פארשטיין זיינער הייליגע וועגען פון דעס וועגען ווייסען מיר אז "ה' נראה לי"

די רבונו של עולם וועט זיך נאך באווייזען צי מיר, און מיר גוט מאכען, בקרוב ממש.

( אגב, ס' דא א מצוה פון בטחון צי גלייבען אז ה' וועט מיר מאכען גוט בקרוב ממש.

אמונה איז גלייבען אלעס איז גוט, און בטחון איז זיין פארזעכערט אז איך האב געבעטען ה' און ער וועט מיר מאכען קלאר אפענער גוט'ס)

אויב מיר וועלען וויסען די "מרחוק ה' נראה לי" דאב איז "סוד ראש השנה" פריער דערמאנט

ראש השנה די סימבאל פון ממליך זיין די אויבערשטער, און פון די צווייטע זייט די צייט פון אויספועל'ן אלעס זאל זיך אנהייבען פון פריש

דארך דיין ממליך זיין די רבוש"ע מיט די גאנצע הארץ און וויסען אז אלעס וואס ער טוהט איז גוט וועסטו זוכה זיין צי א התחדשות-א באנייונג

אויף דיין גאנצע לעבען ברוחניות ובגשמיות

ס' לייכט פאר מיך אין ניו יורק צי רעדען

אבער, עט'ס זענטס אלע מבני אברהם יצחק ויעקב, און האבען גע'ירשנ'ט די כוחות פון זיי.

מיט גרויס שעצינג און הארץ פיהל מיט ווארעמקייט מיט ליבשאפט פאר ענק

@גרינטליך
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1358
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13925

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך על פי תורה »

געשיקט אלעס צו די בחורים
זיי באקומען אויסטערלישע חיזוק פון דעם
מ'קען זיך נישט פארשטעלן וואס דאס מיינט פאר זיי
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1358
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13925

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך על פי תורה »

א פרישע מעסידש וואס די בחורים האבן היינט איבערגעגעבן:
מיר האבן געליינט די חיזוק וואס מענטשן האבן געשריבן דאנערשטאג און פרייטאג
עס איז אונז מורא'דיג מחזק
ס'איז די איינציגסטע קשר וואס מיר קענען האבן פון יודן פון די דרויסנדיגע וועלט
מען ברענגט אונז טעגליך די בלעטער חיזוק און עס מיינט אלעס פאר אונז
א ספעציעלע שכויח פאר ר' שמואל פוקס שליט''א פאר זיינע לענגערע חיזוק רייד
דרך אגב פישל העלבראנץ הייסט בלויז פישל, נישט אפרים פישל
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 780
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3156

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך גרינטליך »

לכבוד די פרישע טאטע שניאור זלמן שליט"א

אתי עמו אחיו היקר חיים אלעזר שליט"א

מיט פישל (נישט אפרים פישל אנשולדיג פאר די טעות יענע מאל) שליט"א

ביחד עם אחיו היקר אלימלך ברוך שליט"א

און ווי קענען מיר אויסלאזען עמרם משה שליט"א וואס האט איז אליין מיט די באשעפער אפילו אן א ברידער

די סדר איך שרייב די נעמען איז אן א חשבון, ביטע נישט ווערען באליידיגט דערוועגען.

ווי אזוי איז אריבער ענקער שבת ראש חודש אב אין שעלטער?

יא, איך ווייס ענק קענען מיר נישט ענטפערען. אבער וויסען זאלט עטס אז איך האב ענק אלע כסדר אינזון וואס מאכען די צדיקים אין די שעלטער.

און איך ווארט שוין מיט האפענונג ווען וועל איך שוין ענק קענען טרעפען מיט גאנץ כלל ישראל און איינעם.

איך וויל ענק אפ שרייבען א מעשה, איך האב געהערט פאר עטליכע 30 יאר צירוק, פון איינער וואס האט עס געהערט פון די זון פון די בעל המעשה.

ס'געווען און די לאנד רוסלאנד, גאר גאר שווערע צייטען פאר אידען פאר בערך 70 יאר.

מען האט געשיקט אידען אין סיביר פאר היטען מצות אדער לערנען תורה, און די ערגסט זאך איז געווען אויב מ'האט איינער חושד געווען מיט "ארבעטען קעגען די מוטר לאנד= רוסלאנד"- וואס דאס איז געווען א קוד שפראך פאר איינער וואס האט געטוהן די מינדעסטע זאך צי פארשפרייטען אידישקייט

די רשעים פלעגען אריין באקען און די קליינע קינדער, וועגען די מאמע רוסיא אזוי שטארק, און אויס געלערנט די קינדער צי מאסר'ן אויף די עלטערען, א מאן אויף א ווייב און פארקערט.

בערך 60 יאר צירוק, איז געווען א איד אין מאסקווע די הויפט שטאט פון רוסלאנד, ער האט געזוכט איין עצה ווי אזוי קען אן ווארעמען אנדערע אידען צי דאס געפיהל אז

זיי זענען דאך אידען.

האט ער געמאכט א חשבון, לערנען תורה מיט היטען מצות וועט ער נישט קענען. איין זאך קען ער, ער וועט יעדען שבת אינערפרי, ארויף רופען שטילערהייט א גרופע אידען און זיי געבען עסען הייסע טשולענט.

אזוי אויב מ'ברעכט אריין אדער מ'כאפט איינער גייט בסך הכל עסען, וואס קען מען עם שוין באשילדיגען.

אזוי האט ער געמיינט...

איין שבת נאכמיטאג נאך די טשולענט עסען, נאך ער האט אויף גערייניגט די טיש, גייט ער ארויס אויף די גאס.

פלוצלינג שפרינגען ארויף אויף עם א פאר פאליציאנטען, און משלעפט עם אריין און א פאליציי מאשין (קאר בלע"ז)

וויבאלט מאסקווע איז געווען גאר א גרויסע שטאט, האבען זיי נישט דערקענט די מענטשען וואס זענען ארויס געגאנגען פון זיין שטיב.

האבען זיי עם געשלאגען און געפייניקט, מיט שרעקליכע עינוים קשים ואכזריים,"זאג אונז זאפארט, ווער זענען געווען די מענטשען וואס האבען געווען ביי דיר"

ער האט זיך געהאלטען שטארק, מיט די באקאנטע חובות הלבבות פרק א' שאר אהבת ה' (דא געברענגט די לשון לתועלתכם, ואם ייטיב לה תודה ואם יעניה תסבול ולא תוסיף

עם זה כי אם אהבה בו ובטחון עליו כמו שנאמר על אחד מן החסידים שהיה קם בלילה ואמר אלוקי הרעבתני ועירום עזבתני ובמחשכי הלילה הושבתני ועוזך וגדלך הוריתני אם

תשרפני באש לא אוסיף כי אם אהבה אותך ושמחה בך. דומה למה שאמר (איוב ג) הן יקטלני לו איחל.) דהיינן עטס קענסט מיר פאניקען וויפיהל ענק ווילען, איך וועל נישט

פאר'מסר'ן א צווייטע איד.

האט מען עם איינגעשפארט און א בודקע'לע וואס איז געווען אזוי קליין אז ער האט געמוזט שטיין איינגעבויגען, אדער ליגען אייניגבויגען, פאר א גאנצע יאר צייט.

איין מאל א פאר טעג האט ציך געפענט א לעכל פון אויבען און ס'אריין געפלויגען צי מאל א פאר טראפענס ווייסער, צי מאל א פאר רויע בעבליך, אויף קיין מאל ביידע ציזאמען.

נאך א יאר מיט א פאר חדשים שפעטער, זענען זיי שוין געווען זעכער אז ער איז שוין לאנג טויט, האט זיך פלוצלינג געגעבען א עפען אויף א טיר פון אינטער עם.

ער איז אראפ געפאלען א גאנצע שטאק אריין אין א ריזיגע מוסט, ער האט זיך ציברויכען די פלייצע, מיט א סאך ביינער, אבער ער האט עס איבער געלעבט, האט ער ארויס

געקראכען פון די מוסט, גיין האט ער נישט געקענט, פון זיין אזוי אנגעשפארט, בנוסף איז ער געווען אנגעקלאפט פון די קלאפ ער האט געכאפט ביי זיין פאלען.

אבער ער האט זיך געשטארקט און אהיים געקראכען.

ווען ער איז אנגעקומען אהיים, האט זיך זיין משפחה געפרייט מיט עם, זיי זענען שוין געווען זעכער זיי וועלען קיינמאל מער נישט זען.

נאך ער האט זיך א ביסל עטוואס דערמינטערט און גערייניגט, האט ער זיי פארציילט אלעס וואס ער איז אריבער.

האבען זיי עם געפרעגט: "טאטע ווי אזוי ביסט די נישט אראפ פון זינען" מקען דאך משוגע ווערען אזוי?!

האט ער גענטפערט און פאר די ווערטער שרייב איך דיר מיין טייערע ברידער די גאנצע מעשה.

"גלייב מיר ווען איך וואלט געוועזען אליין וואלט איך קיין 24 שעה נישט געקענט אויסהאלטען, אבער איך בין נישט געוועזען קיין איין מינוט אליין (די רבוש"ע, איז געווען מיט מיר און געגעבען די כוחות)

מיינע טייערע ברידערס, ענק זענען נישט אליין די הייליגע באשעפער וואס איז א אב רחמן א גוט'ער טאטע, איז דארט ציזאמען מיט ענק, ער געבט ענק די כוחות.

אי"ה מארגען וועל איך ממשיך זיין ווייטער שרייבען

@גרינטליך
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2959
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6909

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

wow
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 378
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1191

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך שמועות טובות »

טייערע קינדערלעך אינעם באהאלטענעם שעלטער
פון ענקער שטארקייט וויפיל נחת דער בורא קוועלט ער

א בחור מיט אזא צוקלאפטקייט
און דאך מיט א שטאלצע אמונע אינעם בורא ער גייט

איז דאך אזא קידוש ה' שוין פון לאנג נישט געווען
וואויל איז פאר די אויגן וואס קענען דאס צוזעהן

וויסן זאלן ענק טייערער אידן
כללל ישראל'ס הערצער צאפעלט אזוי צו זעהן ענק אין פרידן

דער באשעפער האט אויף אלעם א חשבון א גוטע
נישט קיין חילוק צו דאס איז שוין די צווייטע צרה אדער גאר די דריטע

פון קלייין ביז גרויס הערט מען ענקערע תפלות ביזן שמי מרום
דער פמליא של מעלה קוקט אויך אראפ אויף ענק אלע פון צפון ביז דרום

א כפרה פאר כלל ישראל'ס עבירות האט מען ענק ליידער גענועמען
אבער דער טאג וועט קומען וואס ענק וועלן אלע פון דארט ארויסקומען אנגעפילטע טעשער מיט מזומן

צווישן פרעמדע גוים איז בכלל נישט אזוי געשמאק צו וואוינען
אבער אויף יענע וועלט זענען ענקערע נשמות אנגעטוהן מיט הערליכע קרוינען

א איד צו זיין איז טייער איבעראל
סיי אין שעלטער און סיי אין שפיטאל

יעצט אין די ניין טעג ווען אויפן חורבן מען קלאגט
אלע אידן אויפן פלאר מען זיצט און קינות מען זאגט
וויינט אויך יעדער אויף ענקער ענגשאפט וואס פאר ענק אלס עס פלאגט
אזוי אויך אויף דאס וואס אין די פארגאנגענהייט האט מען ענק אזוי שטארק געשלאגט

בלוט האט זיך פון ענקער קערפער געגאסן פון די מלקות אזוי רשעות'דיג
דאס בלוט פון דער ערד שרייעט נאך ארויס אוי טאטע די צרות איז דאך שוין איבער גענוג

פון קולט ארויס און פון שעלטער באפרייט קוקן מיר אלע ארויס אזוי
און א הארציגע ברכה שיקט ענק יעדער ענק זאלן זיך מער נישט געפונען אין די הענט פון די גוי

קיינמאל נישט חלילה זיך פארלירן און פונעם גרויסן גאט נישט פארגעסן
צוביסלעך צוביסלעך וועלן ענק שוין קענען האבן אן א שיעור פיינע כשר'ע עסן

אזויפיל זכותים ענק טוען אלס פארמאגן
אפילו א גיבור קען דאס נישט אויף זיינע הענט טראגן
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 780
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3156

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך גרינטליך »

על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג יולי 25, 2025 11:48 am געשיקט אלעס צו די בחורים
זיי באקומען אויסטערלישע חיזוק פון דעם
מ'קען זיך נישט פארשטעלן וואס דאס מיינט פאר זיי
ביטע באריכטען ווען מ'שיקט אריין די בריווען
צי מאל וויל מען עפעס פאריכטען צי צילייגען צים בריוו, מ'ווייסט אבער נישט צי ס'שוין געשיקט געווארען צי די בחורים
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
222555
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
Location: new york
x 474

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך 222555 »

(איך האף איך האב געמעגט נעמען הילף פון AI.... כהאף איר זענט נישט ברוגז אבער כהאב עס מילא מגיהה געווען נאר פשוט נישט געהאט צייט פאר אריכות האמיר גענומען הילף)

בס״ד

לכבוד
כבוד בחורי חמד ויקרים,
מצפים לישועת ה׳, קדושי עליון,
ה' עמכם גיבורי החיל!

שלום וברכה וישע רב!

עס איז אונז אוממעגליך נישט צו שפירן צוזאמען מיט ענק אין אייער צער, אין אייער נסיון, וואס דער אייבערשטער האט ענק געפירט.

מיר ווייסן קלאר אז ענק זיצן איצט אונטער פארשפארטע טויערן אין א פלאץ וואס ווייניג מענטשן פארשטיין. מיר ווייסן אז ענק זענט אפגעריסן פון משפחה און פון כלל ישראל, און ענק לעבן אין א סביבה וואס האט נישט קיין שמץ פון קדושה. מיר ווייסן אז דאס קען אויסזעהן ווי א פינצטער עולם, ווי א פלאץ פון פארגעסנהייט, ווי אן עק פון וועלט וואו קיינער הערט נישט און קיינער זעט נישט.

אבער די אמת איז אנדערש.

כלל ישראל הערט. כלל ישראל שפירט.
כלל ישראל טרייסט זיך נישט.
די הארץ פון אידן – פון ירושלים ביז ניו יארק, פון לאנדאן ביז אנטווערפן, פון מאנטרעאל ביז ב״נ – בלאזט מיט ווייטאג ווען מ'רעדט פון ענק. יעדע וואך ווען מען דערמאנט אייערע נעמען, גייט א ציטער ארויף אינעם גאנצן גוף. אידן שפירן אז איר זענט חלק ממנו ממש. אידן בעטן יעדן טאג פאר ענק. אידן טראגן ענק אין הארצן.

און חשוב'ע בחורים, געדענקט: ענק זענט נישט קיין שבויים – ענק זענט שלוחים!
שלוחים פונעם אייבערשטן, וואס האט אויסגעקליבן ענק צו זיין די וואס וועלן איבערלעבן דעם נסיון, און פון דארט ארויסברענגען א קידוש השם.

ענק פארשטייען עטליכע זאכן וואס קיינער קען נישט פארשטיין. ענק ווייסט וואס עס מיינט מסירת נפש. ענק ווייסט וואס עס מיינט טוהן רצון ה׳ אפילו אין א אמתע גלות. ענק ווייסן וואס עס מיינט בלייבן שטאלץ א איד אפילו ווען די צער דרוקט. דער אייבערשטער קוקט אויף ענק מיט חיבה, מיט אהבה, מיט שטאלץ. די מלאכים לערנען פון ענק וואס מיינט גבורה אמיתית.

און מיר – כלל ישראל – בעטן פאר ענק. מיר וויינען פאר ענק. מיר נעמען ענק צום "ותחזינה עינינו" יעדע תפלה. און מיר האלטן זיך זיכער און גלייבן מיט אמונה שלמה, אז די עת צרה תעבור, און בקרוב ממש וועלן מיר הערן בשורת טוב, בשורת ישועה ורחמים.

זייט שטארק. האלטט זיך צוזאמען. ברענגט נחת רוח פאר אבינו שבשמים. און געדענקט – מיט יעדע שעה וואס איר בלייבט שטארק, ברענגט איר גאולה פאר גאנץ כלל ישראל.

אַחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובשביה… המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרווחה ומאפילה לאורה, אמן ואמן.

באהבת אמת.
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1358
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13925

Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער

פאוסט דורך על פי תורה »

גרינטליך האט געשריבן: זונטאג יולי 27, 2025 6:06 pm

ok
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
שרייב פאוסט