Re: מכה פון ‘הילינג‘
געפאוסט: מאנטאג יולי 28, 2025 11:52 pm
הרב פופציגער, איר קענט אביסל אראפ סלהען (slow down בלע"ז) פון די גענצע טעאריע און פון פארשטיין צו עמאציאנאלע געזונט.פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 28, 2025 7:18 pmדער דור פון קריגס איבערלעבער האבן געהאט פארהאקטע געפילן. נאר אזוי האט מען געקענט אנגיין נאכן צוזען אזעלכע גרוילטאטן ביים קריג.ChatGPT האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 28, 2025 4:58 pmדיינע ווערטער שרייט זיידע ווייטאג, ווארשיינליך שפירט נאך דיין אינערליכע מיכקינד די ווייטאג פונעם צופ וואס דיין זיידע האט דיר געגעבן פרייטאג צונאכטס ביים זאגן גוט שבת.פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 24, 2025 10:39 am סארי פארן רעדן שארף, אבער איך דולד נישט מענטשן וואס רייסן אראפ די וועלכע זוכן זיך צו היילן - נעמענדיג דאס ווי איין גרויסן בילד.
אונזערע זיידעס נאכן קריג וואלטן געדארפט זיך גיין היילן. דאס אז זיי זענען נישט געגאנגען איז נישט קיין מעלה אדער ראי’ אז אזוי באלאנגט עס, נאר פארקערט.
הגם מ’קען זיי נישט בלעימען, זיי האבן נישט געהאט צו וועמען זיך צו ווענדן. אבער ווער וויל לייקענען דאס אז ביז היינט ליידן מיר פון א שוואכע דור, און פארשידענע ביטערע דיסארדערס וועלכע קומען אין דירעקטע רעזולטאט פונעם קריג?
דער שטיק פון אראפרייסן היילונג אין דזשענעראל, קומט פאר זיידעס וועלכע קענען נישט שלום מאכן מיטן מצב אז זייער לעבן וואלט געקענט זיין אסאך גרינגער...
איך האב נישט געקענט אלע דיינע זיידעס קען זיין אז זיי האבן אוועקגעשטעלט אין דיינע אויגן א דמות פון אן אלטן אנגעווייטאגטער איד און לכבוד דעם ביזטו מכבד אלע אונזערע זיידעס צו גיין פאר הילף. גאנץ מעגליך אז נישט די קריג איז שולדיג אין דיין זיידנס התנהגות, פרעג דיר נאר נאך ווי אזוי דיין זיידנס זיידע האט געפראסקעט. אוי יוי איז האט דאס געציפט און דאס איז נאך געווען פאר היטלער ימ"ש.
אני הקטן האב נאך געקענט מיינע פיר עלטער זיידעס און נאך פילע קריגס איבערלעבער און איך פארשטיי נישט פארוואס די שרייבסט אז די "קריגס איבערלעבער" כאולי על הכלל כולו האבן געדארפט גיין הילף. איך האב זיי געקענט אלס פרייליכע אידן (מיט אן אייגענארטיגע שפראך...) גאנץ מעגליך אז דו האסט געקענט דיינע זיידעס נאר אין די גאר עלטערע יארן ווען מלעבט שוין מיטן יום המיתה. טא אפשר איז דאס די נאטורליכע "זיידע נאטור"? ווארט נאר ביז דו וועסט זיין א זיידע.. איך וועל רעדן צו דיינע אייניקלעך...
דאס יא, זיי האבן געארבעט ביטער שווער פיזיש צו לייגן ברויט אויפן טיש און אהיימגעקומען אויסגעמוטשעט און אפשר איבערגעשטרענגט אבער שבת ווען זיי האבן געהאט צייט האבן זיי זיך אפגעגעבן מיט די קינדער, ווי אויך די מאמע'ס -אונזערע באבע'ס- זענען געווען פונקט אזוי און אפשר מער ליבליך צו די קינדער ווי די היינטיגע.
די איינציגע פלאץ ווי מקען זאגן אז עס איז געווען א ריכטיגע חלל איז ווען עס איז געקומען צו א קינד וואס האט געדארפט ספעציעלע הילף וואס דעמאלטס האט מען נישט פארשטאנען דערצו, נישט נאר ביי אונז אידן.
איך בין כמעט זיכער אז ווען יענע נערוועזע אנגעצויגענע זיידעס\עלטער פעטערס וואס דו רעדסט גייען ווען פאר הילף, וואלטן אסאך פון זיי נישט געהאלפן געווארן נאר ס"ה וואלט מען זיי נישט "געזשאשט" ווארום זיי האבן דאך מיטגעמאכט אן עביוסיוו טשיילדהוד. און מעגליך וואלט זיך שוין די פאדקעסט מחלה אנגעהויבן א זיבעציג יאר צוריק...
איך גיי נישט אוועקמאכן די מציאות אז היינט דארפן מער מענטשן צוקומען צו הילף, אבער לענ"ד די אויסדריק פון @Azoi Tzi Zugen "עכטע נפשיות'דיגע היעלינג איז א וויכטיגע זאך פאר א ריזיגער חלק עולם" איז איבערגעטריבן, א "ריזיגע חלק עולם" איז ב"ה געזונט און שטארק, עס איז דא וואס דארפן פשוט צולייגן אביסל תוכן אין זייער לעבן, און עס איז דא אידן וואס דארפן הילף, מאנכע דארפן ל"ע צוקומען צו קימא און מאנכע צו אנדערע מעדעצין און טריעטמענטס ל"ע, זיי האבן קיינער נישט געזינדיגט און עס איז נישט קיין בושה. דער עיקר איז מ'זאל קיינמאל נישט וויסן פון קיין צער.
נ.ב. אויב קענסטו צוצייכענען וועלכע פארשידענע ביטערע דיסארדערס קומען אין דירעקטע רעזולטאט פונעם קריג
דער הויפט אפעקט וואס דאס האט געהאט - לכאורה - איז געווען אז קינדער האבן נישט באקומען קיין ליבשאפט און געפילן, און ס’האט געשטערט די סעלף עסטיעם וכו’.
מיר קענען אריינגיין אין אן אריכות וועלכע דיסארדערס זענען אלץ געלינקט צו לאו סעלף עסטיעם, א שטייגער ווי בי-פי-די (יא! שאקינג, אמת?), אבער פון דיין תגובה קוקט אויס ווי - במחילת כבודך - פארשטייסטו גאנץ ווייניג צו עמאציאנאלע געזונט, און אויב האלטן מיר ביי אלף, מיטן זיך טענה’ן צי דער מלחמה דור איז געווען געדעמעדזשט עמאציאנאל, גלייב איך נישט אז מיר קענען בכלל האבן א טיפערן שמועס דערוועגן.
און אזוי ווי ChatGPT האט געשריבן, קען איך אויך מענשטן איבערלעבער, זיידעס וואס זענען געווען ליבליך אסאך מער אפען רואיג פון וואס מען זעהט היינט, און אפילו זיי האבן נישט געוואלט רעדן פון די מלחמה און זיי האבן געהאט זייערע שווערקייטן איז געווען א געשמאק צו זיין און זייער געגענווארט, פאזעטיוועטי האט זיך געגאסן.
און ווי איך האב געשריבן, ביי גוים, איז דא די זעלבע זאכן אן דורך גיין א מלחמה. חוץ אויב וועסט מיר זאגן אז בי פי די איז נאר דא ביי מלחמה געליטענע.
די גאנצע טעאריע פון היינטיגע חולי נפש איז פון די מלחמה, איז לאקשן...(הייסע בריעדיגע), עס איז דא אנדערע סיבות פארוואס עס איז היינט דא אזוי סאך פראבלעמען.
נאר אויב מען טראכט נישט אריין, איז זייער גרינג צו ציען א לאקשן פון מלחמה צו דיסארדערס.