נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 27, 2025 5:44 pm
@מסתמא טייערער: אחר בקשת אלף פעמים מחילה מכבודך הגדול, איז ביי מיר קלאר אז דו האסט געשריבן זיצענדיג בין תנור לכיריים, זייענדיג ארומגענומען מיט הויפענעס פסח דישיס, בשעת די וויין איז נאך געזיצן אין מח, די מצות צווישן די ציין, און די פלייש אומפארדייט אין מאגן. אנדערש פארשטיי איך נישט וואו עס קומט צו דיר צו שרייבן אזאנס. כדי אנדערע זאלן נישט נאכגעשלעפט ווערן מיט דיין טעות שפיר איך פאר וויכטיג צו שרייבן דעם אמת.
דא רעדט מען נישט פון א שאלה אין מנהג, דא רעדט מען פון א געהעריגע מחלוקת הראשונים, וואס יתכן אז עס פארט אראפ ביזן מחבר ורמ"א. מען קען נישט זאגן פון ארבעל ארויס אז ס'פשוט אן הוספה.
► Show Spoiler
גאר אין קורצן, די ערשטע זאך פארשטיין פארוואס מיר זאגן נישט קיין ברכה ביים סדר ביי אמירת הלל.
שיטת רבי עמרם גאון ורבי צמח גאון (תשובות הגאונים שערי תשובה ק"ב) ואחריהם כמה ראשונים: מען זאגט נאר לגמור את ההלל ווען מען זאגט דאס אויף איינמאל, ביים סדר זאגט מען עס צוטיילט, איז נישט דא קיין ברכה. רבי האי גאון מצד אחר איז מודה צו די גאונים אז מען מאכט נישט קיין ברכה, אבער ער מאכט א צווייטע חילוק. די הלל וואס מען זאגט ביים סדר איז אנדערש ווי סיי וועלכע הלל. דאס איז א שיר, נישט קיין הלל. און ער ענדיגט צו דארט ולפיכך אם בא אדם לברך משתקין אותו!
(ובאמת אז ס'איז א שטיקל פלא, ווייל אין סדר רבי עמרם שרייבט ער יא אז מען זאל זאגן די ברכה. אבער ווען מען קוקט אריין אין ר"ן איז ער טאקע גורס רבי יוסף גאון אנשטאט רבי עמרם.)
דער רמב"ן (פסחים קי"ז) ברענגט בשם זיין רבי אז מען זאגט יא לגמור את ההלל. וכדבריו הסכימו כמה ראשונים.
דער רמב"ן ברענגט זיך א ראיה פון ירושלמי וואס שטייט אז די סיבה פארוואס מען מאכט נישט קיין ברכה איז וויבאלד מען האט שוין געמאכט א ברכה אין ביהמ"ד ביי הלל. און מיט דעם איז מען מוצא אויך די הלל וואס מען זאגט על הכוס. און אזוי אויך ברענגט דער רמב"ן פון מסכת סופרים די מצוה מן המובחר אז מען זאל זאגן הלל אין בית הכנסת בנעימה בציבור, און מען זאל זאגן די ברכה, און שפעטער ביים סדר זאל מען נישט מאכן קיין ברכה ווייל מען האט שוין געמאכט אין ביהמ"ד.
דער רשב"א (ברכות י"ב) לייגט צו, אז לויט די ירושלמי אפילו איינער האט נישט געזאגט הלל אין ביהמ"ד, זאל ער אבער פארט נישט מאכן א ברכה ביים סדר. ווייל די עיקר הלל איז דא וואס מען זאגט אין ביהמ"ד, און חכמינו ז"ל האבן מתקן געווען הלל ביים סדר אן א ברכה. און דאס איז בפשטת די פשט אין מסכת סופרים וואס שטייט אז די מצוה מן המובחר איז עס צו זאגן אין ביהמ"ד.
דער גר"א שרייבט אבער, אז די טעם פארוואס מען זאגט הלל אין ביהמ"ד איז ווי אלעמאל להוציא את מי שאינו בקי. אבער היינט אז מען איז יא בקי דארף מען טאקע נישט זאגן אין ביהמ"ד.
יעצט אויף למעשה האבן מיר דא א פירפאכיגע מחלוקה (ס'איז באמת דא מער שיטת, נאר די זענען נוגע לענינינו)
לשיטת רבי האי גאון וחביריו, איז נישט דא קיין חיוב פון הלל פסח ביינאכט, נאר דאס איז אן ענין פון שירה. און אויף דעם איז נישטא קיין ברכה.
לשיטת הרמב"ן ודעימיה, איז יא דא א חיוב פון הלל, און מען מאכט יא א ברכה נאר וויבאלד מען איז שוין יוצא אין ביהמ"ד (כמנהג ספרד) מאכט מען נישט נאכאמאל.
דער רשב"א לערנט אז די עיקר חיוב איז הלל אין ביהמ"ד, און נאר אויף דעם זאגט מען א ברכה.
דער גר"א לערנט אז עס איז נישט דא קיין שום חיוב אין ביהמ"ד.
יעצט קומט אויס אזוי. לשיטת הגאונים, וואס האלטן אז פסח איז נישט דא א חיוב הלל, און די גאנצע סיבה פארוואס מען זאגט אין ביהמ"ד איז נאר להוציא מי שאינו בקי. קומט אויס אז מען טאר נישט מאכן א ברכה אויף הלל. דאס איז א ברכה לבטלה! און וכן אויב איז נישט דא קיין אינו בקי, קען זיין א פראבלעם, וויבאלד די גאנצע חיוב פון הלל פסח איז נאר א שירה און דוקא נישט קיין הלל. און דאס מוז געזאגט ווערן מעומק הלב בבחינת כאילו הוא יצא ממצרים. און אזוי שרייבט טאקע דער ערוגת הבושם אין די תשובה וואס איך האב צוגעצייכנט.
דעריבער ווען דער רמ"א שרייבט אז מיר פירן זיך נישט צו זאגן הלל איז יתכן אז ער נעמט פשוט אן כשיטת הגאונים, און לשיטתם איז עס א ברכה לבטלה ממש!
ואשר ע"כ, האב איך געשריבן אז מען קען נישט קומען זאגן אז איך וויל מחמיר זיין. ווייל דאס איז נישט קיין חומרא! ס'איז א קולא! על כרחך מוז מען זאגן אז דער מהר"ם שיק האט נישט אנגענומען דעם רמ"א אלץ הלכה, נאר ער האט גע'פסק'ענט כהמחבר להלכה. ווייל אויב נעמט מען אן להלכה כהגאונים, טאר מען בשום אופן נישט זאגן קיין הלל עכ"פ מיט א ברכה.
ס'קען זיין איך האב נישט געשריבן אזוי קלאר, אויב עפעס איז דיר שווער אין מיינע וועטרע, פרעג און ווען איך וועל האבן צייט וועל איך אי"ה מסביר זיין. אבער דערווייל עיין בהתעוררות תשובה וואו עס איז אים שטארק נישט ניחא דאס זאגן הלל. און אזוי אויך קוק איבער די גאנצע תשובה אין ערוגת הבושם וואס איך האב צוגעצייכענט. ובודאי לערן דורך דעם ר"ן און רמב"ן אין פסחים.
עיין במגן אברהם סימן רט"ו ס"ק ו' אז די איסור פון שם שמים לבטלה איז נאר שייך ווען מען זאגט עס נישט באופן ברכה. ווען מען זאגט סיי וואס באופן ברכה איז נישטא ביי דעם די חשש פון שם שמים לבטלה און עס איז מותר. ער ברענגט אפילו פונעם של"ה א קלער אז מען זאל מעגן גורם זיין א ברכה שאינו צריכה בכדי צו יוצא זיין מאה ברכות, אפילו עס בלייבט נישט אזוי להלכה איז אבער מותר צו צוטיילן די סעודה לכתחילה בכדי לצאת סעודה שלישית עיי"ש ע"כ.
קומט אויס פון דעם מג"א אז איה"נ אז מען פסקנט ספק ברכות להקל, אבער ווען איינער מאכט א יא ברכה מספק איז ער נישט עובר אויפן מזכיר זיין די שם שמים לבטלה טראצדעם וואס ער טוט שלא כהלכה. אזוי קומט אויס פונעם מגן אברהם.
לעניננו, די סיבה פארוואס די בני אשכנז פירן זיך נישט צו זאגן הלל איז נישט מטעם חשש ברכה לבטלה ווייל מען קען דאך זאגן הלל אן א ברכה. די ברכה איז בכל אופן נישט מעכב די הלל. אלא מאי 'ואנו אין נוהגין כן' איז פשט אז מען זאגט נישט קיין הלל ביי אונז, פשוט ווייל מען זאגט נישט. עס איז נישט אונזער מנהג. גארנישט מטעם חשש.
יעצט ווען איינער גייט יא זאגן הלל כפי דעת המחבר איז נישטא קיין שום איסור צו מאכן א ברכה כנ"ל, וצונו גייט ארויף בכלליות אויף די ציווי פאר פסח צו לויבן אויף די נס יציאת מצרים. וכ"ש אז ער טוט ווי טייל פוסקים וואס האלטן אזוי אלץ חיוב.
ואחרי ככלות הכל, אין פילע פלעצער פלעגט מען טאקע זאגן די הלל בלי ברכה פסח ביינאכט. מען דארף אן עקסטערע מקור אויף יעדן גדול עקסטער צו זיי האבן געזאגט עם ברכה אדער בלי ברכה.