Re: עקסערסייז ביי מענער
געפאוסט: דינסטאג יולי 25, 2023 6:23 pm
פשוט וואקן העלפט אבער נישט צו אויפלאזן אלע פארדזאוועטע ביינער, וואס ווערן טייט מיט די צייט, זינט מיר ארבעטן ווייניג פיזיש.
פארוואס זאג איך עס??נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:29 pm גלייב מיר, די איינציגע זאך וואס העלפט איז עסן מיט א חשבון.
1) עסן פרישטאג ''יעדן טאג'' (נישט שפעטער ווי 10 אזייגער)
2) עסן סאפיר נישט שפעטער ווי 730, און דערנאך גארנישט עסן ביז נעקסטע אינדערפרי.
בנוגע עקסערסייז, א צעהן פופצען מינוטיגע שנעלע שפאציר יעדן טאג.
טוה די דריי זאכן פאר צוויי וואכן, די וועסט זעהן גרויסע שינוים.
נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 9:00 pmפארוואס זאג איך עס??נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:29 pm גלייב מיר, די איינציגע זאך וואס העלפט איז עסן מיט א חשבון.
1) עסן פרישטאג ''יעדן טאג'' (נישט שפעטער ווי 10 אזייגער)
2) עסן סאפיר נישט שפעטער ווי 730, און דערנאך גארנישט עסן ביז נעקסטע אינדערפרי.
בנוגע עקסערסייז, א צעהן פופצען מינוטיגע שנעלע שפאציר יעדן טאג.
טוה די דריי זאכן פאר צוויי וואכן, די וועסט זעהן גרויסע שינוים.
דער דרך העולם ביי אונז היימישע חסידישע אידן איז. ווען איינער טרעפט זיך אין א מצב ווי דאס רעקל וואס ער האט געקויפט מיט פונקט זעקס חדשים צוריק מאכט זיך שוין נישט צו (אפילו נאר די אויבערשטע קנעפל שמייכעלט שוין) מאכט ער אפ ביי זיך יהיה מה שיהיה ער גייט פארלירן 30 פונט!!
און יעצט זאל יעדער אריין קלערן, וואס איז פשט אז מען זעהט ווי מען הייבט אן יעדען אסרו חג א פרישען דייעט? מען הערט נישט אויף דורך פאלן. די עוורידזש וואס א דייעט ביי 80% היימישע חסידישע אידן האלט, איז נישט מער ווי צוויי וואכן! פארוואס? וועל איך אייך זאגן!
וואס טוט דער אינגערמאן ווען ער זעהט כי כלתה אליו הרעה. ער סיינט זיך גלייך אויף א מעמבערשיפ אין א דזשים, שאפט זיך א טרעינער פאר טייער געלט אויף צוויי מאל א וואך. אדער באשטעלט ער א טרעדמיל ביי זיך אינדערהיים, מיט א פעסטע צוזאג אז יעדן טאג ער קומט אהיים, נאך אפילו פארן עסן סאפיר גייט ער אויפן טרעדמיל לכל הפחות 45 מינוט!
ער לויפט ער אריבער אין העלט פוד סטאר, ער קויפט זיך איין צוויי פלעווערס פון פראטין שעיקס, ווער דארף לאנטש בכלל? א שעיק איז גענוג און פארטיג!!
גייט אין גראסערי, האנדעלט זיך איין צוויי באקסעס ''ספעלט'' מצה. די היינטיגע ווייץ און בפרט ברויט, איז דאך אבנארמאל אומגעזונט און פעטנינג.
קויפט זיך איין פיינע וועדזשטעבלס מיט פרוכט, און פארטיג, רעדי טא רויל!
איין רגע איך האב פארגעסן, א סקעיל! ער מוז דאך זעהן יעדן טאג ווי אזוי ער פארלירט זיינע פונטען, דאס וועט אים דאך געבן דעם שטיפ!
די ערשטע טאג פרישטאג, וואס עסט מען?
איז אזוי, איין מצה (ווער דארף בכלל מער?) א ''פעפער'' אהן קיין אויל זאלץ אדער עפעס אנדערש (עס איז דאך נישט געזונט) און צוויי אייער אבער חלילה נישט די געילע (חלמון) דערפון, דאס איז ממש א סכנה צו עסן.
פיין, ואכלת ושבעת (?) וברכת, ער גייט ארבעטען...
גייט דורך צוויי שעה, די בויך מאנט זיך דאס זייניגע, ער ווייסט נישט פון קיין מעשיות, גייט אים גאנץ ווייניג אן אז דיין רעקל מאכט זיך נישט צו...
אינגאנצען איגנארירן קען מען אים נישט. איז נאכן דורכשטיפען א האלבע שעה לויפט מען אראפ אין קאר און מיט איין שמחה ברענגט מען ארויף די פרישע פראטין שעיק....
מישט עס אויס מיט דוקה די בלויע מילך (די רויטע איז געפערליך שעדליך) מען שטאפט זיך צו די נאז און מיט איין שאס איז עס אראפ געזויפט, ולא נשאר בהם עד אחד...
עס העלפט אויף פופצען מינוט, און עודך כי עניתני, דער בויך מאנט דאס זייניגע. גערעכט איז ער, אויב איז ער געווען בעל הבית ביז היינט וועט ער פייטן פאר זיינע רעכטן.
שוין דא ברעכט ער זיך שוין, ער האט דאך פשוט נישט קיין מנוחת הנפש ער קען נישט אנגיין ווייטער. לשם יוחד מען גייט דא טשיטען צום ערשטען מאל, ער לויפט אריבער צום נענסטען גראסערי און טראכט וואס קען מען קויפן ''דייעטעריק'' (דייעטעריק מיינט דאך נאר עפעס וואס מען קען נישט אין מויל נעמען) די אויגען פאלן אים תיכף אויף די גריק יאגורט אן די פלעיווער באצאלט, לויפט צוריק אין אפיס עסט עס אויף און געגאנגען...
ער קומט אהיים, אויסגעהינגערט ער וויל זיך געבן א צולאז אויף די פיינע פרישע גרינבינס וואס זיין ווייב האט ספעציעל געקאכט פאר אים לכבוד זיין ''נייע'' דייעט. אפפסס!!! ער דערמאנט זיך, ער דארף יעצט גיין 45 מינוט אויף די טרעדמיל!!!
אומר ועושה, (ער איז נישט קיין שוואכלינג, זיין ווארט איז א ווארט!!!) אינגאנצען מאכטלאז גייט ער צו צום טרעדמיל נעמט ארויס זיין פריש אנגעפילטע אייפאד מיט מוזיק, און געגאנגען ער ראקט אוועק...
ער לייגט ארויף די פינגער אויף די פלאס קנעפל, ריקט ארויף דעם ספיד מיט איין אייפער ביז 7, מען דארף דאך לויפן אויף זיבן מייל א שעה (אזוי געדענק ער האט ער געליינט אין די עונג שבת ביי די עס קען אייך צוניץ קומען) די הארט רעיט מוז ריטשען 150 אז נישט פארברענט מען נישט קיין קעלאריס (אזוי האט אים זיין ווייב געזאגט בשם איר בעסט פרענדס אינסטראקטער) איך דארף נישט אויספירן ווייטער...
צוויי מינוט איז ער אזוי געלאפן, און נאכן שפירן ווי ער כאפט אן הארץ אטאקע, האט ער צוריק אראפגעריקט צו 3.5 און געבליבען אזוי פאר נאך 43 מינוט.
ער ענדיגט נעמט א שויער, קומט שוין ענדליך עסן זיינע פיינע גרינבינס וועדזשטעבל זופ, מיט איין טשיקען קאטלעט נישט איבערגעצויגן מיט קיין קראמבס (עס איז דאך א סתירה מיט יעדן יסוד פון דייעט) ענדיגט עסן מאכט א בורא נפשות, און געגאנגען ווייטער.
נאכן לערנען ביינאכט זאגט אים זיין חברותא, דו ווייסט אז מיר האבן היינט א וואך נאכט. א וואך נאכט? יא, משה יחזקאל'ס ערשטע אייניקעל.
קומט אהן צו ר' משה יחזקל'ען אין שטוב. אנגעגרייט מכל טוב וטוב... זיין חברותא יעקב פנחס פילט זיך אן א גרויסען טעלער כאילו מען האלט דא נאך די 9 טעג אהן קיין איין סיום. אבער איך?? איך בין דאך אויף א דייעט??
נאך א שנעלער חשבון טראכט ער צו זיך, פטור בלא כלום אי אפשר. וועט עס זיין די וואדערמעלאן (פאר איינעם גרייט מען דאך דאס צו) געבט אים יעקב פנחס א פרעג, זאג נאר וועלוועל, דו ביסט אויף דייעט??? יא איך בין אויף דייעט! און איך קען דיר זאגן אז איך פיל ווי א נייער מענטש איך סאדזשעסט יעדן איינעם מיר צו נאכטוהן (א גאנצער מיינונג זאגער, נאך נישט קיין גאנצע 24 שעה אויף אויפן דייעט און ער אינקארעדזשד שוין אנדערע)
איך קען דא מאריך זיין און אן שמירען נאך צוויי בלעטער. אבער פרעג איך אייך, ווי לאנג גייט אזא דייעט אנהאלטען???
דער תירץ איז נישט מער ווי צוויי טעג!!!
וועט איר מיר זאגן אז איך בין עקסטרעם? אמת, פארדעם טאקע האט ער אויפגעגעבן זיין דייעט נאך צוויי טעג, און דו נאך א גאנצער קיילעכיגער וואך!!!
פארזעצונג קומט מארגן אי''ה...
זייער גוט ארויסגעברענגט מיינע דורכפעלער. נו, וואס יא?נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 9:00 pmפארוואס זאג איך עס??נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:29 pm גלייב מיר, די איינציגע זאך וואס העלפט איז עסן מיט א חשבון.

בעצם האב איך נישט געפלאנט צו שרייבן מער, דאס וואס איך האב געשריבען פארזעצונג קומט אי''ה איז מער אן אויסדריק ווי אן אמת, אבער שוין.בא יבא האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 13, 2023 1:31 amזייער גוט ארויסגעברענגט מיינע דורכפעלער. נו, וואס יא?נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 9:00 pmפארזעצונג קומט מארגן אי''ה...נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:29 pm גלייב מיר, די איינציגע זאך וואס העלפט איז עסן מיט א חשבון.
1) עסן פרישטאג ''יעדן טאג'' (נישט שפעטער ווי 10 אזייגער)
2) עסן סאפיר נישט שפעטער ווי 730, און דערנאך גארנישט עסן ביז נעקסטע אינדערפרי.
בנוגע עקסערסייז, א צעהן פופצען מינוטיגע שנעלע שפאציר יעדן טאג.
טוה די דריי זאכן פאר צוויי וואכן, די וועסט זעהן גרויסע שינוים.
און אויף דעם קריג איך אינגאנצען.אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:17 pm מורא'דיג. לא פשוט. דו זאגסט געוואלדיגע @נקודת טובות.
אבער, לאמיר נישט פארגעסן אז דער עיקר וואס פעלט איז לכאורה נישט עדיוקעישן. נאר "מ'קען זיך נישט גובר זיין אויף די תאוות"! זייער פשוט.
כנלענ"ד. הלואי זאל מען דאס קענען טוישן... אפילו ביי מיר אליינס.
איך רעד נישט פון ווער ווייסט וואספארא עדיוקעשין, איך רעד פון דברים פשוטים ממש. יעדע נוטרישעניסט קען דיר דאס געבן אין איין שעה.
גא"מ
איך בין איינשטימיג הונדערט פראצענט מיט אייך, ווי כאילו יעדער וואס לויפט אויף א טרעדמיל איז נאר כדי צו ארויסברענגן זיין זיקס פעק. וכו' וכו'.אהרן זאב האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 14, 2023 9:38 am @נקודת טובות הייליגע ווערטער!
איך וואלט נאר צוגעלייגט די ענין פון מאכן עקסערסייז.
חוץ פון עסן געזונט, איז די חלק פון זיך באוועגן א גרויסע פאקטאר אינעם געזונט.
און איך מיין אז סאיז עפעס אן איינגעגעסע איינרעדעניש וואס סאיז דא ביים היימישע ציבור אז נעמען קעיר פונעם גוף איז א גואישע זאך. סקומט לכאורה פון דאס אז ביי די גויים איז טאקע ספארט א ריזיגע טייל פון זייערע פראסטע לעבן. אבער מען דארף וויסן צו פונאנדערשיידן צווישן ספארט לשם תרבות (וואס איז די יודישע ווארט דערפאר?) און עקסערסייז לשם ונשמרתם מאוד לנפשותיכם.
און דאס קען מען טאקע טוישן מיט ריכטיגע עדיוקעישן.
אן א דיעטע איז נישט מעגליך צו פארלירן וואג, עקסערסייז איז גוט פאר'ן קערפער עס צו האלטן געזונט און פריש.העלדיש האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 25, 2023 1:20 pmאיך ווייס אז עס העלפט צו בויען די מוסקלען. מיין שעלה איז אויב עס העלפט אויף צו פארלירן וואג? און אויף דעם האב איך געפרעגט אויב דו האסט עס שוין אויספראבירט און צו דו האסט פארלוירן וואג?לאז געמאך האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 24, 2023 10:37 pmיא און עס האט געארבעט
פארברענען קעלאריס האט מיט די הארץ, אויב ארבעט עס שווער דארף ער מער כח וואס דאס מאכט די גוף אויסנוצן פעטנס
ד.מ. עני עקסערסייז וואס די גייסט טוען און דיין הארץ ראטע גייט ארויפגיין מאכט עס שוין פארלירן קעלאריס
יעצט ווען מען טארגעט א געוויסע חלק פון די גוף דאן ווערן די מוסקלען דארט אויפגעבויעט, וואס דאס ווערט אריבער געטוישט פון די לאקאלע איבריגע פעטנס צו מוסקלען
ע"כ לפי עניית דעתי הק'(צרה)
אפי' על הצד אז מען פארלירט נישט וואג איז עס אויך שטארק כדאי, איך פרעג אבער אויב דאס העלפט אויף צו פארלירן?
די פינקטליכע דעטאלן קענען זיין אביסל אנדערש ביי יעדן איינעם, אבער דער עיקר איז צו זיין קאנסעקווענט. סיי ווען מ'עסט, און סיי צו מאכן איבונגען יעדן טאג אפילו נאר פאר פינף צען מינוט.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:29 pm גלייב מיר, די איינציגע זאך וואס העלפט איז עסן מיט א חשבון.
1) עסן פרישטאג ''יעדן טאג'' (נישט שפעטער ווי 10 אזייגער)
2) עסן סאפיר נישט שפעטער ווי 730, און דערנאך גארנישט עסן ביז נעקסטע אינדערפרי.
בנוגע עקסערסייז, א צעהן פופצען מינוטיגע שנעלע שפאציר יעדן טאג.
טוה די דריי זאכן פאר צוויי וואכן, די וועסט זעהן גרויסע שינוים.
אויב מאכט מען גרויסצוגיגע פלענער (וואס איז רוה מאל איבערגעטריבן און אומנויטיג) איז אודאי שווער זיך גובר צו זיין, אבער טאמער ווייסט מען וואס און וויאזוי מ׳טוט, און מ'לויפט נישט ארויף דעם לייטער, גליטשט מען זיך אויך נישט אויס אזוי שנעל.אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:17 pm מורא'דיג. לא פשוט. דו זאגסט געוואלדיגע @נקודת טובות.
אבער, לאמיר נישט פארגעסן אז דער עיקר וואס פעלט איז לכאורה נישט עדיוקעישן. נאר "מ'קען זיך נישט גובר זיין אויף די תאוות"! זייער פשוט.
כנלענ"ד. הלואי זאל מען דאס קענען טוישן... אפילו ביי מיר אליינס.
נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:20 pmאון אויף דעם קריג איך אינגאנצען.אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:17 pm מורא'דיג. לא פשוט. דו זאגסט געוואלדיגע @נקודת טובות.
אבער, לאמיר נישט פארגעסן אז דער עיקר וואס פעלט איז לכאורה נישט עדיוקעישן. נאר "מ'קען זיך נישט גובר זיין אויף די תאוות"! זייער פשוט.
כנלענ"ד. הלואי זאל מען דאס קענען טוישן... אפילו ביי מיר אליינס.
עס איז יא דער עדיוקעשן, ווען מען פארשטייט וואס מען טוט איז אסאך גרינגער זיך גובר צו זיין.
ס׳איז דא זייער אסאך עקסערסייזעס וואס מ׳קען טון סיי וואו אן קיינע ספעציעלע מאשינען און צוגעהערן. ווי למשל: