בלאט 2 פון 6
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 12:10 pm
דורך מירון
אלף טויב האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 11:46 am
נאו לעיבל האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 9:12 am
אין אוגוסט האט די עקאנעמי צובאקומען 187,000 דזשאבס, מער ווי די עקאנאמיסטן האבן ערווארטעט.
באדייט לכוארה א רעיט העכערונג, בין איך גערעכט?
פשטות, יא. ס'איז אבער דא א שטיקל סברא אויף נישט ווייל די אוועיליבל דזשאבס איז היפש אראפ און דאס איז עפעס וואס די פעד וויל יעצט זען.
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:11 am
דורך ווער
קרעדיט קארד חובות וואס אמעריקאנער בירגער פארמאגן האט דערגרייכט העכער איין טריליאן דאלער
אלעס אינאיינעם זענען געוואקסן די קרעדיט קארד חובות מיט זעכצן פראצענט און איז צום ערשטן מאל אין היסטאריע אריבערגעגאנגען דעם אסטראנאמישן ציפער פון איין טריליאן דאלער. דאס קומט אלס א קאמבינירטע אפעקט פון הויכע אינפלעישאן און אויך דאס וואס די פעדעראלע רעזערוו האט געהויבן אינטערעסט ראטעס, וואס העכערט אויטאמאטיש די פראצענטן וואס מ'צאלט אויף קרעדיט קארד חובות.
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:17 am
דורך ניקל
גאלדמאן סאקס האט געשניטן די שאנסן פאר א עקענאמיע קראך צו 15 פראצענט
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 4:58 pm
דורך ווער
די פארלאנג פאר מארטגעדזשעס אין אמעריקא פאלט ווייטער, און איז געפאלן צום נידריגסטן שטאפל זייט יאר 1996 למס
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 11:11 pm
דורך ניקל
גרויסע סטאקס זענען היינט געפאלן צוליב זארג איבער א פרישע העכערונג אויף די אינטערעסט ראטעס
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 11:12 pm
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 11:11 pm
גרויסע סטאקס זענען היינט געפאלן צוליב זארג איבער א פרישע העכערונג אויף די אינטערעסט ראטעס

- Screenshot_20230907_231117_WhatsApp.jpg (155.51 KiB) געזען געווארן 1281 מאל
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 11:32 am
דורך ווער
אינפלאציע איז געשטיגן פאריגע חודש 0.6 פראצענט
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:41 pm
דורך אלף טויב
ווער האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 11:32 am
אינפלאציע איז געשטיגן פאריגע חודש 0.6 פראצענט
צופרידשטעלענד פאר די פעד? אדער נאכנישט.
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:09 pm
דורך ניקל
די פעדעראלע רעזערוו מעלדט אז זי וועט לאזן די אינטרעסט ראטע ביים יעצטיגן פונקט און עס נישט העכערן, נאך א צוויי טאגיגער פאליסי זיצונג.
די צענטראלע באנק האט געהעכערט די ראטעס 11 מאל זינט מארש 2022, זייענדיג די שנעלסטע פאזע פון איינצוימען די עקאנאמיע זינט די אנהויב 1980 יארן.
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:47 pm
דורך ניקל
די אמעריקאנער נאציאנאלע חובות ציפער האט דערגרייכט א היסטארישע רעקארד, מיט'ן דורכגיין $33 טריליאן דאלער פאר די ערשטע מאל.
דאס קומט ווייניגער ווי צוויי וואכן איידער די פעדעראלע רעגירונג שטייט מעגליך אויס א שאטדאון, צוליב פאליטישע גרידלאק.
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 2:45 am
דורך ניקל
די סי אי אוי פון דזשעי פי מארגן דזשעימי דיימאן זאגט אז מען דארף פרישע ראטעס העכערונגען צו בייקומען אינפלאציע
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:55 am
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:47 pm
די אמעריקאנער נאציאנאלע חובות ציפער האט דערגרייכט א היסטארישע רעקארד, מיט'ן דורכגיין $33 טריליאן דאלער פאר די ערשטע מאל.
דאס קומט ווייניגער ווי צוויי וואכן איידער די פעדעראלע רעגירונג שטייט מעגליך אויס א שאטדאון, צוליב פאליטישע גרידלאק.
די אמעריקאנער נאציאנאלע חוב איז געשטיגן צו 33.1 טריליאן דאלאר, הונדערט ביליאן איז צוגעקומען אין בלויז די פארגאנגענע פינעף טעג.
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 11:30 am
דורך ניקל
די אמעריקאנער דשאב מארקעט האט געהאט א שוואכערע מאנאט מיט 155 טויזנט צוגעקומענע דשאבס, און די אנעמפלאוימענט ראטע האט זיך ארויפגערוקט צו 3.9%.
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 9:31 am
דורך רואה חשבונות
די אינפלציע ראטע האט זיך געהאלטן גלייך לעצטע למספרם חודש, פרייזן זענען אפילו געפאלן מיט א צענטל פון א פראצענט אויף א יערליכע ראטע.
די יערליכע ראטע איז געפאלן פון לעצטן אקטאבער פון 3.2 צו 3.1 פראצענט. עקנאמיסן האבן פונקט דאס ערווארטעט.
די רעפארט גיט נאך א סיבה פאר די פעדס נישט צו העכערן אינטרעסט רעיטס.
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 2:56 pm
דורך איך ווייס
די דאו דזשאונס האט היינט דערגרייכט צום העכסטע שטאפל וואס זי האט נאר אמאל געגרייכט. די היינטיגע אינטראדעי הייעך פון 37,007.59 (דערווייל) איז העכער פון סיי ווען, איבערנעמענדיג די ארט פון יאנאווער 5 2022, ווען עס האט געגרייכט 36,952.65.
אויב בלייבט עס העכער פון 36,799.65 ביז סוף טאג, וועט עס אויך זיין די העכסטע קלאוזינג פרייז פאר די אינדעקס, העכער פון די ביז יעצטיגע רעקארד וואס איז געשאפן געווארן אויף יאנאווער 4 2022.
עדיט: איבערגעשטיגן 37,000
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 9:27 pm
דורך דער תהלים איד
למעשה געבליבן?
און, צו איז די גוטע נייעס א שלעכטע סימן? (ווי דער שטייגער)
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 9:55 am
דורך ווער
פעדעראל רעזערוו" האלט אלגעמיינע אינטערעסט ראטעס אומגעטוישט
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 12:22 pm
דורך רואה חשבונות
א פרישע רעפארט פון Zumper’s Annual Rent Report - א זייטל און קאמפאני וואס האלט חשבון אויף רענט פרייזן אין גאנץ יונייטעד סטעיטס זאגט אז רענט פרייזן פאלן.
זיי זאגן אז אין 55 פון די 100 גרעסטע שטעט אין אמעריקא זענען אין 55 שטעט שוין געפאלן די רענט פון א יאר בעפאר און 17 זענען געבליבן די זעלבע (וואס טעקניקלי מיינט געפאלן צוליב אינפלעישן).
פרייזן זענען עקספעטעד צו פאלן כאטשיג אין די ערשטע צוויי קווארטלן פונעם קומענדע יאר למספרם. (די היימישע געגענטער זענען נישט פון דעי).
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 8:08 pm
דורך ס'קען זיין אז..
דעבאטע אין יעזורו איבער אינפלאציע

- 12.png (532.68 KiB) געזען געווארן 1065 מאל
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 8:31 am
דורך רואה חשבונות
די סטאק מארקעט שפאנט די טעג אין רעקארד טערטאריע. נעכטן האט זיך די דאו זיך געענדיגט צום ערשטן מאל ביי 37,557! ס'קען נאך ריעטשן 38k פאר די יאר ענדע.
די למספרם יאר קומט שוין צו אן ענדע און ווי ס'זעט יעצט אויס וועט זיך די יאר ענדיגן מיט גרויסע פארדינסטן פאר די סטאק מארקעט.
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 11:32 am
דורך רואה חשבונות
מארטגיטש רעיטס איז שוין געפאלן פאר די ניינטע וואך אין איין-צו. א עוורעטש 30 יאר (הלוואה) מארטגיטש רעיט איז יעצט ביי 6.66 פראצענט.
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 8:42 pm
דורך רואה חשבונות
די סטאק מארקעט איז היינט שטארק געפאלן נאכדעם וואס דער פעד טעשרמאן האט אנגעדייטעט אז ער גייט נישט אראפלאזן די אינטרעסט רעיט אזוי שנעל. ער זאגט אז די אקנאמיע איז אין א גוטע צושטאנד.
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 02, 2024 10:19 am
דורך רואה חשבונות
די עקנאמיע באואמט אריין!
די רעגירונג האט געמאלדן היינט פרייטאג אין זייערע חודש'ליכע דזשאבס רעפארט אז ס'איז צוגעקומען 353 טויזענט דזשאבס אין למספרם חודש יאנעווער!! די אניאיפלוימענט איז ביי 3.7 פראצענט.
--
אגב, די וואס האפן פאר נידדריגע אינטרעסט רעיטס פאר מארגעטזשעס, וועלן נאך דארפן אביסל ווארטן, אין ליכט פונעם היינטיגן רעפארט.
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: פרייטאג מערץ 08, 2024 9:37 am
דורך רואה חשבונות
די רעגירונג האט געמאלדן היינט פרייטאג אין זייערע חודש'ליכע דזשאבס רעפארט אז ס'איז צוגעקומען 275 טויזענט דזשאבס אין למספרם חודש פעיבער!! די אניאיפלוימענט איז ביי 3.9 פראצענט.
Re: עקאנאמישע נייעס און באריכטן
געפאוסט: דינסטאג מערץ 12, 2024 5:19 pm
דורך פעיק ניוז
רואה חשבונות האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 08, 2024 9:37 am
די רעגירונג האט געמאלדן היינט פרייטאג אין זייערע חודש'ליכע דזשאבס רעפארט אז ס'איז צוגעקומען 275 טויזענט דזשאבס אין למספרם חודש פעיבער!! די אניאיפלוימענט איז ביי 3.9 פראצענט.
די אנעמפלאימענט ראטע איז דערמיט געשטיגן פון איר ביז יעצטיגער 3.7 פראצענט שטאפל.