בלאט 2 פון 5

Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 1:36 pm
דורך שאינו יודע לשאול
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 1:31 pm
באחדות האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 12:02 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 11:50 am הו קעירס
אידיש געלט???!
לכאורה איז זיין חשבון אז ענדערשט זאל איין איד פארלירן געלט און הונדערטער אידן זאלן נישט באוויינען זייערע קינדער'ס עדיקשאנס.
א הערליכע חשבון געמאכט[לשיטתו]. אבער די פראגע איז: ווער איז "ער" צו מאכן דעם חשבון? האט ער זיך דורכגערעדט מיט א דעת תורה פארן מאכן חשבונות?

קען א יחיד אויפשטיין איין טאג, מאכן "חשבונות" און קאלקולאציעס, און נעמען די אויטאריטעט אין די אייגענע האנט?

קען א יחיד וואס האט דורכגעטון די וואקסינען נושא און איז צוגעקומען ברוחב בינתו אז ס'איז א הארבע געפאר, אנהייבן יעצט טעראריזירן מוסדות און רבנים, היימישע העלט צענטערס און יחידים, אין ליכט פון זיין "חשבון" וואס ער האט געמאכט?

האט א יונגערמאן וואס האט דורכגעטון די היסטאריע פון פאליטיקאנטן און צוגעקומען צו זיין אייגענע מסקנות, די רעכט צו אונטערנעמען ווילדע קאמפיינס און באשמוצן געשעצטע עסקנים, אונטערן מאנטל פון א "חשבון" וואס ער האט געמאכט?

וכהנה וכהנה, די ענטפער איז : ניין!

גיי צו א דעת תורה, רעד צו די רבנים, שטעל ארויס די אינפארמאציע וואס דו האסט אין באזיץ, און האף פאר די בעסטע רעזולטאטן.

קיין שום בעה"ב, קיין נפק"מ די 'סטאטוס' פון זיין 'סטאטוס געשטעלעכץ', זאל נישט זיין דער וואס מאכט אונזערע באשלוסן, עפנט און פארמאכט ביזנעסער, רייסט אונטער רבנישע אויטאריטעטן, און דערקלערט קאנטראל אויפן היימישן ציבור! אפגעזען ווי וויכטיג און ריכטיג זיין צוועק איז!

Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 2:07 pm
דורך נקודות טובות
שמוע בין אחיכם. איינער האט די די ווידאוי פון וואס די מדובר איז?

Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 2:17 pm
דורך וואוילער
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 2:07 pm שמוע בין אחיכם. איינער האט די די ווידאוי פון וואס די מדובר איז?
ס'איז לאו דוקא איין ווידיאו, ס'איז א לאנג פארצווייגטע מערכה וואס ער פירט.

כ'וואלט אויך הנאה געהאט אויב איינער קען ברענגען זיינע ווידיאוס.

Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 2:38 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 1:36 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 1:31 pm
באחדות האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 12:02 pm

אידיש געלט???!
לכאורה איז זיין חשבון אז ענדערשט זאל איין איד פארלירן געלט און הונדערטער אידן זאלן נישט באוויינען זייערע קינדער'ס עדיקשאנס.
א הערליכע חשבון געמאכט[לשיטתו]. אבער די פראגע איז: ווער איז "ער" צו מאכן דעם חשבון? האט ער זיך דורכגערעדט מיט א דעת תורה פארן מאכן חשבונות?

קען א יחיד אויפשטיין איין טאג, מאכן "חשבונות" און קאלקולאציעס, און נעמען די אויטאריטעט אין די אייגענע האנט?

קען א יחיד וואס האט דורכגעטון די וואקסינען נושא און איז צוגעקומען ברוחב בינתו אז ס'איז א הארבע געפאר, אנהייבן יעצט טעראריזירן מוסדות און רבנים, היימישע העלט צענטערס און יחידים, אין ליכט פון זיין "חשבון" וואס ער האט געמאכט?

האט א יונגערמאן וואס האט דורכגעטון די היסטאריע פון פאליטיקאנטן און צוגעקומען צו זיין אייגענע מסקנות, די רעכט צו אונטערנעמען ווילדע קאמפיינס און באשמוצן געשעצטע עסקנים, אונטערן מאנטל פון א "חשבון" וואס ער האט געמאכט?

וכהנה וכהנה, די ענטפער איז : ניין!

גיי צו א דעת תורה, רעד צו די רבנים, שטעל ארויס די אינפארמאציע וואס דו האסט אין באזיץ, און האף פאר די בעסטע רעזולטאטן.

קיין שום בעה"ב, קיין נפק"מ די 'סטאטוס' פון זיין 'סטאטוס געשטעלעכץ', זאל נישט זיין דער וואס מאכט אונזערע באשלוסן, עפנט און פארמאכט ביזנעסער, רייסט אונטער רבנישע אויטאריטעטן, און דערקלערט קאנטראל אויפן היימישן ציבור! אפגעזען ווי וויכטיג און ריכטיג זיין צוועק איז!
זייער ריכטיגע ווערטער.

Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 2:57 pm
דורך שאינו יודע לשאול

Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 3:11 pm
דורך איטשע
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 2:57 pm
דיסלייק!!!

Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 3:47 pm
דורך פנים חדשות
שמות האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 3:50 pm איך בין היינט געווען אין קראלי ארום געזוכט די וועיפערס און די פושקע ווי מקען אריינלייגן געלט אהן קיין שום אויפזיכט און לא דובים ולא יער.
קען זיין סאיז אמאל געווען אזא זאך, ווייס איך נישט.
אויף די קליפ זעהט מען דאך אז "אמאל" איז יא געווען אזא זאך, זעהט מען קלאר וואס דער קליפ האט אויפגעטאהן.

כה לחי ר' יונתן!
(נאר קומענדיגע מאל איז בעסער נישט צו דערמאנען נעמען פון רבנים)

Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 3:55 pm
דורך להגדיל הטראסק
איך האב עס יעצט געהערט.

הכל רוח! מעגליך אז ביסט גערעכט! אבער פונדעסטוועגן דאך, ווער האט אייך געגעבן רעכט אזוי צו רעדן??? וועלכע דיין ומורה הוראה האט אייך געגעבן רעכט צו ריליסן אזא מעסעדזש? מיטן סטראשען רבנים?

און ווען איר וועט באשליסן אז געלט האט באצילן און קיינער טאר מער נישט נוצן קיין געלט, גייט איר מיר סטראשען פארן גיין נאך געלט און נאכדעם מיר פערזענליך באשמירן פארן נעמען קעש פאר מיינע צוועקן?

וועלכער רב געבט די היתר פאר טעראר?

סארי פאר מיין אויסברוך.

(איך רייכער נישט און איך וועפ נישט, אבער איך האלט נישט ביים מקבל מרות זיין פון איינער וואס וויל ארויפצווינגען זיינע שיטות ודיעות אן קיין דעת תורה.)

Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 4:00 pm
דורך פופציגער
איך פלעג יא רייכערן, איך וועיפ יא, און איך האף צו סטאפן איין טאג ווייל איך גלייך נישט קיין אדיקשאנס בכלל.

איך וואלט זיך געפריידט צו הערן עכטע סטאדיס איבער וועיפן, און איך בין זיכער אז איך קען סטאפן ווען איך זע אז ס'באמת שעדליך.

איך פארנעם אבער נישט דעם צוגאנג, און גלייכצייטיג פאל איך נישט פאר טיק טאק דאקטוירים.

Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 5:05 pm
דורך נקודות טובות
אן אריינרעדן אין די נושא ספעציפיש, וויל איך פארשטיין די עולה פון פארקויפן ציגרעטליך פאר איינער אונטער די 21? ווייל אזוי האט דער גוי אפגעמאכט? וואס טוישט זיך ביי די 21? אין אונזער תורה שטייט אז פון די דרייצן איז מען א בר דעת. פארקויפן ציגרעטליך פאר איינער וואס איז דרייצן, איז נישט אנדערש ווי פארקויפן פאר איינער וואס איז דרייסיג. אויב מעג מען ביי די 30 מעג מען ביי די 13, און אויב טאר מען נישט ביי די 13 טאר מען נישט ביי די 30 אויך נישט.

יעצט פרעג מיר נישט אויב איך וואלט געוואלט אז איינער זאל פארקויפן פאר מיין דרייצן יעריגס עפעס וואס איך האלט עס איז שעדליך. ווייל איך וואלט נישט געוואלט אז ער זאל עס אים פארקויפן ביי די דרייסיג אויך נישט. אבער ביי די דרייסיג טוט ער שוין סיי ווי וואס ער וויל. ביי די דרייצן רעד איך מיך איין אז איך האב נאך א כח איבער אים.

Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 5:10 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 5:05 pm אן אריינרעדן אין די נושא ספעציפיש, וויל איך פארשטיין די עולה פון פארקויפן ציגרעטליך פאר איינער אונטער די 21? ווייל אזוי האט דער גוי אפגעמאכט? וואס טוישט זיך ביי די 21? אין אונזער תורה שטייט אז פון די דרייצן איז מען א בר דעת. פארקויפן ציגרעטליך פאר איינער וואס איז דרייצן, איז נישט אנדערש ווי פארקויפן פאר איינער וואס איז דרייסיג. אויב מעג מען ביי די 30 מעג מען ביי די 13, און אויב טאר מען נישט ביי די 13 טאר מען נישט ביי די 30 אויך נישט.

יעצט פרעג מיר נישט אויב איך וואלט געוואלט אז איינער זאל פארקויפן פאר מיין דרייצן יעריגס עפעס וואס איך האלט עס איז שעדליך. ווייל איך וואלט נישט געוואלט אז ער זאל עס אים פארקויפן ביי די דרייסיג אויך נישט. אבער ביי די דרייסיג טוט ער שוין סיי ווי וואס ער וויל. ביי די דרייצן רעד איך מיך איין אז איך האב נאך א כח איבער אים.
וויאזוי מאכט מען א דיס-לייק?

Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 5:11 pm
דורך נקודות טובות
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 5:10 pm
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 5:05 pm אן אריינרעדן אין די נושא ספעציפיש, וויל איך פארשטיין די עולה פון פארקויפן ציגרעטליך פאר איינער אונטער די 21? ווייל אזוי האט דער גוי אפגעמאכט? וואס טוישט זיך ביי די 21? אין אונזער תורה שטייט אז פון די דרייצן איז מען א בר דעת. פארקויפן ציגרעטליך פאר איינער וואס איז דרייצן, איז נישט אנדערש ווי פארקויפן פאר איינער וואס איז דרייסיג. אויב מעג מען ביי די 30 מעג מען ביי די 13, און אויב טאר מען נישט ביי די 13 טאר מען נישט ביי די 30 אויך נישט.

יעצט פרעג מיר נישט אויב איך וואלט געוואלט אז איינער זאל פארקויפן פאר מיין דרייצן יעריגס עפעס וואס איך האלט עס איז שעדליך. ווייל איך וואלט נישט געוואלט אז ער זאל עס אים פארקויפן ביי די דרייסיג אויך נישט. אבער ביי די דרייסיג טוט ער שוין סיי ווי וואס ער וויל. ביי די דרייצן רעד איך מיך איין אז איך האב נאך א כח איבער אים.
וויאזוי מאכט מען א דיס-לייק?
האסט עס שוין געמאכט. יעצט זיי דיך מסביר...

Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 5:17 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 5:11 pm האסט עס שוין געמאכט. יעצט זיי דיך מסביר...
אקעי... דו האסט שוין א 13 יעריג בחור'ל? דו פארשטייסט טאקע נישט אז א אינגער בחור האט ווייניגער שטארקייט און פאלט אסאך שנעלער אריין אין עדיקשאנס ווי א אינגערמאן? פארשטייסט טאקע נישט פארוואס דו גייסט נישט שיקן דיין 12 יעריג אינגל ארבעטן אין מאנהעטן? איך מיין אז דו פארשטייסט עס יא.

Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 6:16 pm
דורך איטשע
א פרישע ווידיאו איז ערשינען ווי ער איז זיך מסביר פארוואס ער זאגט נעמען, מיט א משל וואס האט קנאפ שייכות מיטן נמשל, אז ווען איינער פארקויפט שמוץ אדער דרייווער'ס לייסענ'ס פאר בחורים וואלט מען איבערגעדרייט א וועלט און נישט געהאט טענות אז מ'זאגט אין פובליק נעמען...

ר' יונתן: לשיטתך איז רייכערן א סכנה פון טויט, נו, אדרבא ווייז אויף פאר כלל ישראל די פראבלעם דערפון, סך הכל וואס האסטו געטון? מודיע געווען דיין שיטה און אנגעהויבן טערערעזירן די מענטשהייט מיט טעראר וואס איז נאכנישט געזען געווארן, און דערנאך ווען האסט באקומען גרויס פרעשור און דרוק וואס דא גייט פאר, האסטו ארויפגעברענגט עטליכע אומבאקאנטע דאקטורים וואס האבן מיט אומקלארע רייד ארויסגעברענגט זאכן וואס דו האסט שוין עטליכע מאל איבערגעקייעט און ממש איבערגעזאגט דיינע ווערטער, אין א בחינה פון שכינה מדברת מתוך גרונו... (האסט זיי געצווינגן צו זאגן זיינע שיטות, אדער סתם באצאלט א פעטע פרייז???)

קענסט אפשר ברענגן די היסטאריע פון דיינע דאקטורים?

ווער איז דיין דעת תורה וואס האט בארעכטיגט צו אראפרייסן א יוד אין פובליק?


Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 7:42 pm
דורך להגדיל הטראסק
איטשע האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 6:16 pm א פרישע ווידיאו איז ערשינען ווי ער איז זיך מסביר פארוואס ער זאגט נעמען, מיט א משל וואס האט קנאפ שייכות מיטן נמשל, אז ווען איינער פארקויפט שמוץ אדער דרייווער'ס לייסענ'ס פאר בחורים וואלט מען איבערגעדרייט א וועלט און נישט געהאט טענות אז מ'זאגט אין פובליק נעמען...
זאג אים אז דעמאלס וואלטן די רבנים גערעדט, די עסקני העיר וואלטן גערעדט, פאליציי און שומרים וואלטן גערעדט, די הנהלת המוסדות וואלטן גערעדט

עס איז נישט זיין דאגה, ער מעג שלאפן רואיג און טון ווייטער שידוכים.

Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 11:01 pm
דורך אנדערער
פופציגער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 4:00 pm איך פלעג יא רייכערן, איך וועיפ יא, און איך האף צו סטאפן איין טאג ווייל איך גלייך נישט קיין אדיקשאנס בכלל.

איך וואלט זיך געפריידט צו הערן עכטע סטאדיס איבער וועיפן, און איך בין זיכער אז איך קען סטאפן ווען איך זע אז ס'באמת שעדליך.

איך פארנעם אבער נישט דעם צוגאנג, און גלייכצייטיג פאל איך נישט פאר טיק טאק דאקטוירים.
יעדער מענטש מעג זאגן וואס ער האלט ווילאנג ער צווינגט עס נישט ארויף אויף יענעם

רבנים מעגן יא ארויפצווינגען די תורה ווילאנג עס איז נישט דא רבנים וואס האלטן אנדערש

יונתן שווארץ האט געטון זייער גוט ווען ער האט געפירט א אויפקלערונג קאמפיין קעגן וועיפן. איך האב געהערט אפאר מעשיות פון בחורים און יונגעלייט וואס האבן ערנסט געשעדיגט די לונגען און אפילו קאלעפסד לונגען

אבער צו גיין קעגן מענטשן פערזענליך איז א אנדערע נושא אינגאנצן. אויף דעם דארף מען שוין א פסק פון א רב

Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 12:03 am
דורך רואה חשבונות
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 5:05 pm אן אריינרעדן אין די נושא ספעציפיש, וויל איך פארשטיין די עולה פון פארקויפן ציגרעטליך פאר איינער אונטער די 21? ווייל אזוי האט דער גוי אפגעמאכט? וואס טוישט זיך ביי די 21? אין אונזער תורה שטייט אז פון די דרייצן איז מען א בר דעת. פארקויפן ציגרעטליך פאר איינער וואס איז דרייצן, איז נישט אנדערש ווי פארקויפן פאר איינער וואס איז דרייסיג. אויב מעג מען ביי די 30 מעג מען ביי די 13, און אויב טאר מען נישט ביי די 13 טאר מען נישט ביי די 30 אויך נישט.

יעצט פרעג מיר נישט אויב איך וואלט געוואלט אז איינער זאל פארקויפן פאר מיין דרייצן יעריגס עפעס וואס איך האלט עס איז שעדליך. ווייל איך וואלט נישט געוואלט אז ער זאל עס אים פארקויפן ביי די דרייסיג אויך נישט. אבער ביי די דרייסיג טוט ער שוין סיי ווי וואס ער וויל. ביי די דרייצן רעד איך מיך איין אז איך האב נאך א כח איבער אים.
כ'קען עס באמת נישט גלייבן, פון דיר קומט אזא תגובה? כ'האב מער געהאלטן פון דיר.

Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 1:15 am
דורך אויסגעשארפטע בליי
רואה חשבונות האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 12:03 am
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 5:05 pm אן אריינרעדן אין די נושא ספעציפיש, וויל איך פארשטיין די עולה פון פארקויפן ציגרעטליך פאר איינער אונטער די 21? ווייל אזוי האט דער גוי אפגעמאכט? וואס טוישט זיך ביי די 21? אין אונזער תורה שטייט אז פון די דרייצן איז מען א בר דעת. פארקויפן ציגרעטליך פאר איינער וואס איז דרייצן, איז נישט אנדערש ווי פארקויפן פאר איינער וואס איז דרייסיג. אויב מעג מען ביי די 30 מעג מען ביי די 13, און אויב טאר מען נישט ביי די 13 טאר מען נישט ביי די 30 אויך נישט.

יעצט פרעג מיר נישט אויב איך וואלט געוואלט אז איינער זאל פארקויפן פאר מיין דרייצן יעריגס עפעס וואס איך האלט עס איז שעדליך. ווייל איך וואלט נישט געוואלט אז ער זאל עס אים פארקויפן ביי די דרייסיג אויך נישט. אבער ביי די דרייסיג טוט ער שוין סיי ווי וואס ער וויל. ביי די דרייצן רעד איך מיך איין אז איך האב נאך א כח איבער אים.
כ'קען עס באמת נישט גלייבן, פון דיר קומט אזא תגובה? כ'האב מער געהאלטן פון דיר.
עס איז אמת אז פון די דרייצן איז מען שוין א בר דעת. אבער וואלסטו געווען באקוועם אז א בחור'ל אפילו פון פופצן יאר וואס וואוינט נעבן דיר דרייט זיך מיט א רעוואלווער?
פארשטייסט וואס איך מיין..... על פי הלכה איז אויך דא זאכן וואס זענען אנדערש אפילו ביז די צוואנציג... אינו בר עונשין.. בן שמונה עשרה לחופה..
איך האלט בכלל נישט אז יונתן שווארץ איז גערעכט אז מען טאר נישט לאזן קינדער דאווענען אין קראלי און רעדן אויפן קראלער רבי'ן אבער וואס דו זאגסט איז נאנסענס

Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 1:38 am
דורך אויסגעשארפטע בליי
איך טשעק אביסל אריין, לאמיר האפן אז איך וועל דא בלייבן פאר א שטיק צייט.

קודם שלום עליכם יעדער, שוין לאנג נישט גערעדט צו אייך.

איך וויל רעדן איבער יונתן שווארץ, אבער וויבאלד עס רעדט זיך פון א יחיד וועל איך פראבירן צו גיין צווישן די שירות, און נישט טרעטן אויף די אידטיש סטאנדארטן.

יונתן שווארץ איז גאר א וואוילער איד, ער האט שוין אסאך אויפגעטוהן.

ער האט אויפגעטוהן מיט'ן פראדוצירן ביליגע שפילצייג, און איבער שידוכים.

ער וויל אויפטוהן איבער רייכערן.

קיינער אין די וועלט האלט נישט אז רייכערן איז געזונט, נישט ארגינעלע און נישט עלעקטעראנישע.

יונתן האט געמאכט א קאמפיין, און די סיבה אנגעגעבן, פארוואס ער מאכט דאס, איז צוליב דעם וואס עס איז געווען עדווערטייזט, אז עס וועט מאכן בעסער פארשטיין א תוספות ווען מען האלט דאס מאשינדל אין די האנט.

יונתן. איך בעט אייך.

דו און איך ווייסן ביידע, אז "קיינער איז פון די אדווערטייזמענט, נישט געגאנגען קויפן א ציגארעטל" "חוץ" אויב האט ער שוין גערייכערט פון פארדעם.

ווען די האסט געמאכט א ווידיא אז התאחדות טאר נישט געבן קיין הכשר, האסטו דיר אנטשולדיגט נאך עטליכע טעג, צוליב דעם וואס דו האסט באקומען צופיל היץ.

איז ווי שטעלט זיך עס אפ?! נאר דארט ווי דו באקומסט היץ?! קראלע רבי איז א גרויסער מענטש, אויב האסטו גערעדט צו אים איז איין זאך.

אבער נעמען די זאך אין די אייגענע האנט?!

באשמוצן סעבאג פשוט ווייל ער האט א קאמפאני וואס מאכט דאס?!

אפשר באשמוצטו פיליפ מאריס?!

אידישקייט האט פרינציפן.

א יחיד מעג מעורר זיין אויב שפירט ער פאר וויכטיג.

ער מעג גיין צו רבנים און דיינים פארלייגן זיינע טענות און...

שוין!!!

נעם נישט אידישקייט אין די אייגענע האנט.

פארגעס נישט, אז לאמיר שוין זאגן אז דו ביזט גערעכט.
האלטסטו אינמיטן פלאסטערן א וועג פאר מענטשן וואס ווילן גיין קעגן די רבנים, מיט נישט אזא גוטע מיינוג.

מען טאר נישט רעדן לשון הרע אויב גייט עס נישט אויפטוהן. פינטל!!

די רעדטסט וועגן בתי מדרשים אין בארא פארק ווי מען פארקויפט די סם המות...

דו ווייסט ווי נאך מען פארקויפט אין בארא פארק די סם המות?! כאפ נאר א שמועס מיט א פופצן יעריגע בחור... ער וועט דיר אויסרעכענען פלעצער ווי מען פארקויפט ציגארעטלעך.

פלעצער וואס איז פיל מער שעדליך ווי סעבאג'ס וועיפ ברוחניות און אויך בגשמיות...

עווערנעס? נישט קיין פראבלעם.


לשון הרע און נעמען די זאך אין די אייגענע האנט?

מען טאר דאס נישט טוהן.

יונתן. ביזט נישט גערעכט.

Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 10:03 am
דורך בן תורה
איך מיין מדארף אויך עפענען א אשכול "איז קראלע ביהמ"ד גערעכט?"

איך גיי בכלל נישט אריין צו יונתן שווארץ איז יא גערעכט אדער נישט, ווער בין איך זיך אריינצומישן. אבער איך וואונדער מיך צו קיינעם באדערט נישט אז מ'פארקויפט אין הארץ פון וויליאמסבורג ציגרעטלעך פאר יעדן טינעיזשער.

Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 10:08 am
דורך באחדות
בן תורה האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 10:03 am איך מיין מדארף אויך עפענען א אשכול "איז קראלע ביהמ"ד גערעכט?"

איך גיי בכלל נישט אריין צו יונתן שווארץ איז יא גערעכט אדער נישט, ווער בין איך זיך אריינצומישן. אבער איך וואונדער מיך צו קיינעם באדערט נישט אז מ'פארקויפט אין הארץ פון וויליאמסבורג ציגרעטלעך פאר יעדן טינעיזשער.
עס איז נישט אמת די ציגרעטליך ליגן פארשפארט אין די שמש שטיבל ווען א בחור בעט פון די משמש געט איר דיר נישט עס איז סתם א אויפגעבלאזענע באלאן

Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 10:25 am
דורך בן תורה
באחדות האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 10:08 am
בן תורה האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 10:03 am איך מיין מדארף אויך עפענען א אשכול "איז קראלע ביהמ"ד גערעכט?"

איך גיי בכלל נישט אריין צו יונתן שווארץ איז יא גערעכט אדער נישט, ווער בין איך זיך אריינצומישן. אבער איך וואונדער מיך צו קיינעם באדערט נישט אז מ'פארקויפט אין הארץ פון וויליאמסבורג ציגרעטלעך פאר יעדן טינעיזשער.
עס איז נישט אמת די ציגרעטליך ליגן פארשפארט אין די שמש שטיבל ווען א בחור בעט פון די משמש געט איר דיר נישט עס איז סתם א אויפגעבלאזענע באלאן
די פיקטשער איז צאמגעשטעלט אויף פאטא שאפ?
1.png
1.png (131.63 KiB) געזען געווארן 495 מאל

Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 10:26 am
דורך עדיטאריעל
פארוואס פעלט אויס צו זאגן נעמען?

https://www.dropbox.com/transfer/AAAAAM ... n9Tl_-LU60

Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 10:28 am
דורך באחדות
איינער האט די צוויי ווידאוס פון יונתן שווארץ וואס ער האט יעצט ארויף געלייגט? (פארוואס פעלט אויס צו זאגן נעמען-מוראדיג א וויכטיגע הודעה סקעם אלערט)

נישט אויף דראפבאקס

Re: איז יונתן שווארץ גערעכט?

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 10:30 am
דורך באחדות
בן תורה האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 10:25 am
באחדות האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 10:08 am
בן תורה האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 10:03 am איך מיין מדארף אויך עפענען א אשכול "איז קראלע ביהמ"ד גערעכט?"

איך גיי בכלל נישט אריין צו יונתן שווארץ איז יא גערעכט אדער נישט, ווער בין איך זיך אריינצומישן. אבער איך וואונדער מיך צו קיינעם באדערט נישט אז מ'פארקויפט אין הארץ פון וויליאמסבורג ציגרעטלעך פאר יעדן טינעיזשער.
עס איז נישט אמת די ציגרעטליך ליגן פארשפארט אין די שמש שטיבל ווען א בחור בעט פון די משמש געט איר דיר נישט עס איז סתם א אויפגעבלאזענע באלאן
די פיקטשער איז צאמגעשטעלט אויף פאטא שאפ?
1.png
ניין עס איז א עכטע בילד אבער די משמש שטייט א גאנצע צייט דארט אין ער לאזט נישט בחורים אדער יונגליך נעמען ווען ער איז נישט דארט איז עס צוגעשפארט