א הערליכע חשבון געמאכט[לשיטתו]. אבער די פראגע איז: ווער איז "ער" צו מאכן דעם חשבון? האט ער זיך דורכגערעדט מיט א דעת תורה פארן מאכן חשבונות?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 1:31 pmלכאורה איז זיין חשבון אז ענדערשט זאל איין איד פארלירן געלט און הונדערטער אידן זאלן נישט באוויינען זייערע קינדער'ס עדיקשאנס.
קען א יחיד אויפשטיין איין טאג, מאכן "חשבונות" און קאלקולאציעס, און נעמען די אויטאריטעט אין די אייגענע האנט?
קען א יחיד וואס האט דורכגעטון די וואקסינען נושא און איז צוגעקומען ברוחב בינתו אז ס'איז א הארבע געפאר, אנהייבן יעצט טעראריזירן מוסדות און רבנים, היימישע העלט צענטערס און יחידים, אין ליכט פון זיין "חשבון" וואס ער האט געמאכט?
האט א יונגערמאן וואס האט דורכגעטון די היסטאריע פון פאליטיקאנטן און צוגעקומען צו זיין אייגענע מסקנות, די רעכט צו אונטערנעמען ווילדע קאמפיינס און באשמוצן געשעצטע עסקנים, אונטערן מאנטל פון א "חשבון" וואס ער האט געמאכט?
וכהנה וכהנה, די ענטפער איז : ניין!
גיי צו א דעת תורה, רעד צו די רבנים, שטעל ארויס די אינפארמאציע וואס דו האסט אין באזיץ, און האף פאר די בעסטע רעזולטאטן.
קיין שום בעה"ב, קיין נפק"מ די 'סטאטוס' פון זיין 'סטאטוס געשטעלעכץ', זאל נישט זיין דער וואס מאכט אונזערע באשלוסן, עפנט און פארמאכט ביזנעסער, רייסט אונטער רבנישע אויטאריטעטן, און דערקלערט קאנטראל אויפן היימישן ציבור! אפגעזען ווי וויכטיג און ריכטיג זיין צוועק איז!