"נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2632

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

ביידען שיקט עמוס האכשטיין קיין מדינת ישראל
09b80c98-f055-b679-f1c9-6249f3bfc90b.jpg
09b80c98-f055-b679-f1c9-6249f3bfc90b.jpg (81.66 KiB) געזען געווארן 405 מאל

תל אביב — פּרעזידענט ביידען שיקט צוריק היינט מאנטאג זיין אידישן מיטל–מזרח שליח עמוס האכשטיין קיין מדינת ישראל צו ארבעטן צו פארמיידן דעם אויסברוך פון א פולקאמען קאנפליקט צווישן מדינת ישראל און לבנון אין ליכט פון חיזבאלא‘ס פארמערטע ראקעט אטאקעס אויפ‘ן צפון גליל ראיאן.

איבער די פארגאנגענע טעג האט חיזבאלא געהויבן די רונדעס פון ראקעט שיסערייען אויף ישובים אין מדינת ישראל‘ס צפון און גלייכצייטיג האבן די איזראעליס פארמערט זייערע באמבארדירונגען אויף לבנון וואס דראעט אויפצופלאקערן א ברייטערן קאנפליקט מיט לבנון.

די פארמערטע פייער אויסטוישן זענען אין רעזולטאט פון דעם וואס מדינת ישראל האט ערב שבועות ליקווידירט א הויכן חיזבאלא קאמאנדיר אין דזשוואיא, 6 מייל פון דער לבנון גרעניץ. דעם אנדערן טאג מיטוואך (שבועות אין א“י) און דאנערשטאג האט חיזבאלא נקמה'דיג אפּגעשאסן באראדזשן פון ראקעטן
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2632

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

ביידען ”געפרוירן“
ביי פאנדרעיזער?!


9b32b4ec-2365-e9a2-3475-fe2b6713ff5d.jpg
9b32b4ec-2365-e9a2-3475-fe2b6713ff5d.jpg (38.01 KiB) געזען געווארן 405 מאל
אויפן בילד: פּרעזידענט ביידען ביים זיך ארום דריין אינמיטן א צערעמאניע

אויפן ווידיאוי זעט: פּרעזידענט ביידען געפרוירן ביי א פאנדרעיזער איווענט און אבאמא האט אים געדארפט ארויס באגלייטן

לאס אנדזשעלעס — פּרעזידענט ביידען האט געהאט א גרויסן פאנדרעיזער מוצאי שבת אין לאס אנדזשעלעס צוזאמען מיט‘ן געוועזענעם פּרעזידענט באראק אבאמא און נאך דעמאקראטישע שישקעס וואס האבן אים געהאלפן רעיזען 30 מיליאן דאלער. רעפּובליקאנער זאגן אז פארלאזנדיג, האט ער געהאט א מינוט וואס ווייזט אז ער איז געווען צעמישט. מען זעט ביידען שטיין פארגליווערט פאר 10 סעקונדעס בשעת מען אפּלאדירט פאר אים איידער אבאמא האט אים אנגעכאפּט און אראפּגענומען פון סטעידזש
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2632

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

אוצר היסטארישע מטבעות אנטדעקט אין לוד


9296d6f2-510a-2318-1895-f28789cd2b37.jpg
9296d6f2-510a-2318-1895-f28789cd2b37.jpg (80.59 KiB) געזען געווארן 405 מאל
לוד — אן אוצר היסטארישע מטבעות לכה“פ 1,670 יאר אלט איז אנטדעקט געווארן אין די פונדאמענטן פון אן אור אלטע געביידע אין לוד. לויט מבינים זענען די 94 מטבעות באהאלטן געווארן דורך אידן אנטלויפנדיג פון רוימישן קייסער פלאוויוס קלאודיוס קאנסטנטיוס גאלוס וואס האט זיך משתלט געווען אויף ארץ ישראל. נישט קיין סאך איז באקאנט איבער אים אויסער אז ער האט אראפּגעדרוקט דעם לעצטן אידישן אויפשטאנד וואס האט זיך אנגעהויבן אין ציפורי און אויסגעשפּרייט צו לוד און טבריא
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2632

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

פטירה פון מרי יחיא
בן יוסף ז“ל, פון די לעצטע
פרומע תימנ‘ער אידן

960dfb6f-beeb-80a7-0ca3-9bcede68da34.jpg
960dfb6f-beeb-80a7-0ca3-9bcede68da34.jpg (56.09 KiB) געזען געווארן 406 מאל
צאנא — פון תימן קומט די טרויעריגע ידיעה איבער דער פטירה פון איינעם פון די סאמע לעצטע ערליכע אידישע איינוואוינער אין לאנד, יחיא בן יוסף ז“ל. ער האט געוואוינט אין ארחב און האט ארויסגעשיינט מיט זיין פּאטריארכאלישע צורה מיט בארד און געקרייזלטע פיאות. ער איז פארבליבן וואוינען אפילו נאך ווי רוב אידן האבן פארלאזט תימן. אין יאר 21‘ האבן די הוטיס פארטריבן 13 אידן פון תימן. היינט זענען דא נאר 6 אידן. ער איז נפטר געווארן פאריגן דאנערשטאג. יהא זכרו ברוך
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2632

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

פייל און בויגן האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 3:03 pm פיינעלי.....

איזראעליס שטויבן אפּ דעם 'פייל און בויגן'

1027.gif
נגב — נישט זעענדיג קיין סוקסעס מיט זייער מאסיוון מיליטערישן כוח זענען די איזראעליס צוריקגעגאנגען צו אלטע מלחמה געצייג ארויסצונעמען דעם ”פייל און בויגן“ — וואס פלעגט גענוצט צו ווערן אין אמאליגע מלחמות — זיי צו העלפן אין דער יעצטיגער מערכה מיט כאמאס. בילדער ווייזן ווי איזראעלי טרופּן שטעלן זיך ביים מויער פון עזה און שליידערן אריבער פייער-ראדן אפּגעשאסן דורך פייל און בויגנס. דער פייל און בויגן איז שוין נישט אין באנוץ פאר מלחמה זינט דעם 16‘טן יארהונדערט. די ישראלים זאגן אז ס‘איז עמיצן איינגעפאלן אבער עס ווערט נישט געטאן אין ברייטפארשפּרייטן באנוץ.
ס'איז אמת אדער סתם געוויצלט...?
אוועיטער
פייל און בויגן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 535
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 910

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך פייל און בויגן »

ס'קען זיין אז.. האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 1:04 am
פייל און בויגן האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 3:03 pm פיינעלי.....

איזראעליס שטויבן אפּ דעם 'פייל און בויגן'

1027.gif
נגב — נישט זעענדיג קיין סוקסעס מיט זייער מאסיוון מיליטערישן כוח זענען די איזראעליס צוריקגעגאנגען צו אלטע מלחמה געצייג ארויסצונעמען דעם ”פייל און בויגן“ — וואס פלעגט גענוצט צו ווערן אין אמאליגע מלחמות — זיי צו העלפן אין דער יעצטיגער מערכה מיט כאמאס. בילדער ווייזן ווי איזראעלי טרופּן שטעלן זיך ביים מויער פון עזה און שליידערן אריבער פייער-ראדן אפּגעשאסן דורך פייל און בויגנס. דער פייל און בויגן איז שוין נישט אין באנוץ פאר מלחמה זינט דעם 16‘טן יארהונדערט. די ישראלים זאגן אז ס‘איז עמיצן איינגעפאלן אבער עס ווערט נישט געטאן אין ברייטפארשפּרייטן באנוץ.
ס'איז אמת אדער סתם געוויצלט...?
viewtopic.php?p=97465#p97465
א געזונטע ווינטער.
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2632

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

דאטום פאר רוסלאנד'ס
גערשקאוויטש פראצעס

6f9c9d6d-71c1-ce60-bd53-1d57ba4a0823.jpg
6f9c9d6d-71c1-ce60-bd53-1d57ba4a0823.jpg (37.9 KiB) געזען געווארן 342 מאל

מאסקווע – רוסלאנד האט געמאלדן אז אום יוני 26 וועט זיך אנהייבן דער שפיאנאזש פראצעס קעגן דעם ארעסטירטן אמעריקאנער "וואל סטריט זשורנאל" רעפארטער עוואן גערשקאוויטש. דער פראצעס וועט דורכגעפירט ווערן אונטער פארמאכטע טירן אינעם סווערדלאווסק ראיאנעלע געריכט אין דער שטאט יעקאטירענבורג, לויט ווי א געריכט ווארטזאגער האט נעכטן געזאגט. גערשקאוויטש ווערט שוין געהאלטן אונטער ארעסט פאר לענגער ווי א יאר, ווערנדיג באשולדיגט אלס שפיאן
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2632

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

פוטין וועט אפשטאטן
באזוך אין צפון קארעא


cddba0e7-b940-965b-613c-9fc3dc6697b0 (1).jpg
cddba0e7-b940-965b-613c-9fc3dc6697b0 (1).jpg (37.64 KiB) געזען געווארן 341 מאל
פיאנגיענג – דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין איז געווען ערווארטעט אנצוקומען היינט דינסטאג קיין צפון קארעא פאר א צוויי טאגיקן באזוך, זייענדיג דאס ערשטע מאל אין 24 יאר וואס ער באזוכט דארטן. פוטין איז ערווארטעט זיך צו טרעפן מיט'ן צפון קארעא פירער קים יאנג אן פאר געשפרעכן וואס וועלן זיך קאנצענטרירן איבער זייער אויסגעברייטערטע מיליטערישע קאאפעראציע, אינמיטן צוזאמארבעט צווישן די צוויי רעזשימען קעגן אמעריקע
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2632

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

אמעריקע ברויזט איבער
ביבי נתניהו ווידעא

d60d6152-9a6a-5266-083e-6663d12a9d60.jpg
d60d6152-9a6a-5266-083e-6663d12a9d60.jpg (63.01 KiB) געזען געווארן 316 מאל
תל אביב – דאס ווייסע הויז האט געקענסלט א וויכטיגע זיצונג מיט מדינת ישראל איבער איראן, נאכדעם וואס פּרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו האט פּובליצירט א ווידעא אין וועלכע ער טענה'ט אז אמעריקע האלט צוריק מיליטערישע הילף. די ווידעא האט ארויסגערופן אויפברויז ביי פּרעזידענט ביידען'ס העכסטע ראטגעבער וואס האבן געליפערט דעם מעסעדזש פון אויפברויז דירעקט צו נתניהו דורכ'ן דיפּלאמאט אמאס האכסטיין. מען האט געקענסלט די זיצונג איבער איראן וואס האט געזאלט זיין דאנערשטאג
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2632

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

דרום קארעא שיסט
ווארענונג צו צפון זעלנער

bf67adff-8088-b118-ae2a-ade5efe50861.jpg
bf67adff-8088-b118-ae2a-ade5efe50861.jpg (85.72 KiB) געזען געווארן 316 מאל

פּיאנגיענג – דרום קארעא זעלנער האבן געשאסן נעכטן עטליכע ווארענונג קוילן צו פארטרייבן צפון קארעא זעלנער וועלכע זענען פאר א קורצער צייט אריבערגעקומען די גרעניץ ליניע. דרום קארעא זאגט אז די צפון זעלנער זענען אריבערגעקומען אינמיטן קאנסטרוקציע אויף אנטי-טאנק באריקאדן און אנדערע איינריכטונגען ביי דער גרעניץ, און דרום גלייבט נישט אז די זעלנער זענען דירעקט אריינגעקומען, נאר אז עס איז געווען א טעות, צוליב די שטארקע באוואקסענע ביימער און הויכע גראזן דארט
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2632

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

רוסישער פירער פּוטין
אויף היסטארישן באזוך
אין צפון קארעא


d5e5cd20-3e3c-e68e-45fc-a52d1d9aa3c0.jpg
d5e5cd20-3e3c-e68e-45fc-a52d1d9aa3c0.jpg (58.78 KiB) געזען געווארן 315 מאל

זעט אויפן ווידיאוי און אויפן בילד: די גאסן באצירט מיט בילדער פונעם רוסישן פרעזידענט פּוטין און רוסישער פענער
נאך בילדער

פּיאנגיענג – דער רוסישער פּרעזידענט וולאדימיר פּוטין איז אנגעקומען נעכטן קיין צפון קארעא אויף א באזוך, ווערנדיג אויפגענומען דורכ'ן פירער קים יאנג אן אליינס, וועלכער האט אים אפּגעווארט אויף א רויטן טעפּיך, און צוגעשטעלט אן אויפנאמע מיט פּאמפּע און פּאראדע.

פּוטין'ס באזוך, זיין ערשטער אין צפון קארעא אין 24 יאר, קומט אין א צייט וואס רוסלאנד און צפון קארעא טרעפן זיך איזאלירט פון דער מערב-וועלט און אין פארשטארקערטע באציאונגען, אינמיטן וואס דער קים רעזשים שטעלט צו וואפנס פאר פּוטין'ס אנגייענדיגע קריג אין אוקראינע.

דער באזוך איז ערווארטעט אנצוהאלטן פאר צוויי טעג, נעכטן און היינט. מען ערווארט אז פּוטין און קים וועלן פירן פּריוואטע געשפּרעכן ביי עטליכע געלעגנהייטן. עס איז אויך ערווארטעט אז זיי וועלן אונטערשרייבן אפּמאכן פון פארשטערקערטע קאאפּעראציע אויף א צאל פראנטן.
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2632

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

איבערפאל אויף אידיש
מיידל אין פראנקרייך


5432c6b5-b6e9-47ba-c863-1823844f3b45.jpg
5432c6b5-b6e9-47ba-c863-1823844f3b45.jpg (52.16 KiB) געזען געווארן 290 מאל

פראנקרייך – א 12 יעריג אידיש מיידל איז אטאקירט געווארן אין אן אינצידענט מיט אנטיסעמיטישע מאטיוון, לויט א באריכט אין דער פראנצויזישער מידיא. דריי כוליגאנעס זענען ארעסטירט געווארן היינטיגע וואך מאנטאג און זענען געברענגט געווארן פאר א ריכטער צו ווערן אנגעקלאגט איבער דעם אינצידענט, נאך וואס דאס אידישע קינד האט אריינגעגעבן א קאמפּלעינט צו די פּאליציי אין קאורבעוואי, וואו זי זאגט אז זי איז ווילד אטאקירט געווארן דורך די כוליגאנעס, וועלכע האבן געשריגן אויף איר לאזונגען וועגן אידישקייט
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2632

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

רוסלאנד ווארט אויף ארעסטאנטן אויסטויש

b31e9195-443e-9164-002c-f54d9d6d00ff.jpg
b31e9195-443e-9164-002c-f54d9d6d00ff.jpg (38.5 KiB) געזען געווארן 287 מאל
מאסקווע – רוסלאנד האט נעכטן געזאגט אז זיי ווארטן אויף אן אנטווארט פון וואשינגטאן אויף איר לעצטיגסטן פארשלאג פאר א מעגליכן אויסטויש פון ארעסטאנטן. דאס האט מען געהערט פון רוסלאנד'ס דעפּיוטי אויסערן מיניסטער סערגעי רייבאקאוו, וועלכער האט געזאגט אז יעצט ליגט די זאך אין אמעריקע'ס הענט, נאר ווי עס שיינט זענען די אמעריקאנער עפּעס נישט צופרידן מיט'ן דיעל וואס ליגט יעצט אויפ'ן פארהאנדלונגס טיש
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2632

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

צפון קארעא און רוסלאנד שליסן נאטא-סטיל פּאקט

c2d4825a-9cca-e59b-4bea-60d5ece62117.jpg
c2d4825a-9cca-e59b-4bea-60d5ece62117.jpg (38.52 KiB) געזען געווארן 287 מאל
פּיאנגיענג – דער רוסישער פּרעזידענט וולאדימיר פּוטין האט געזאגט נעכטן אז ער און דער צפון קארעא פירער קים יאנג אן האבן דערגרייכט אן אפּמאך אז די לענדער וועלן צושטעלן הילף איינער פאר'ן צווייטן אין פאל זיי ווערן אטאקירט דורך אויסלענדישע פיינט.

פּוטין האט אויסגעלויבט און ארויסגעהויבן דעם אפּמאך נאך זיצונגען מיט קים, זאגנדיג אז דאס איז א דורכברוך וואס טוט העכערן און פארשטארקערן די קאאפּעראציע צווישן די צוויי לענדער, אז עס ווערט פון יעצט און ווייטער ווי א פולשטענדיגע מיליטערישע אליאנץ.

פּוטין און קים האבן נישט קלאר געמאכט צי דער נייער אפּמאך באדייט א פארשפּרעכונג אז אין פאל איין לאנד ווערט אטאקירט וועט דאס צווייטע לאנד קומען און קעמפן פאר יענעם זיך צו העלפן פארטיידיגן, אבער דער אפּמאך ווערט באטראכט ווי א נאטא-סטיל פּאקט
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2632

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

breaking

בלויז ארום פופציג משכונות ביים לעבן ה' ירחם
2527079e-ce13-5948-d27a-91cfc6301b32.jpg
2527079e-ce13-5948-d27a-91cfc6301b32.jpg (63.01 KiB) געזען געווארן 263 מאל

עזה – א באריכט אינעם "וואל סטריט זשורנאל" ציטירט פון אמעריקאנער רעגירונג באאמטע אז די צאל משכונות וואס ווערן געהאלטן דורך כאמאס אין עזה און זענען נאך ביים לעבן איז מעגליך אזוי נידריג ווי פופציג. פון די בערך 120 משכונות וואס זענען פארבליבן, האט מדינת ישראל אליינס שוין באשטעטיגט א צאל אז כאמאס האלט בלויז זייערע קערפּער, אבער די אמעריקאנער שאצונג איז אז נישט מער ווי פופציג זענען נאך לעבעדיג. רחמנא ליצלן
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2632

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

מיסיל פארטיידיקונג דירעקטירט פאר אוקראינע
ddfcb1d9-95bb-5fb1-7cfd-6aee576790ca.jpg
ddfcb1d9-95bb-5fb1-7cfd-6aee576790ca.jpg (38.56 KiB) געזען געווארן 262 מאל
קיעוו – די ביידען אדמיניסטראציע וועט אונטעריאגן די ליפערונג פון לופט פארטיידיקונגס סיסטעמען פאר אוקראינע, דורכ'ן אפּשטעלן ליפערונגען פון דער מיליטערישער מאשינעריע פאר אנדערע אליאירטע לענדער. פּרעזידענט ביידען האט שוין געלאזט הערן קאמענטארן וועגן דעם פּלאן פאריגע וואך, און נעכטן האט עס דאס ווייסע הויז באשטעטיגט, זאגנדיג אז אוקראינע וועט באקומען די פרישע פארטיידיגונג סיסטעמען ענדע זומער, און מ'יאגט עס אונטער אמשנעלסטן
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2632

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

באריכטן צייגן מדינת ישראל אינוואזיע אין דרום לבנון

25970ea9-00e3-945c-e853-9e4701458f45.jpg
25970ea9-00e3-945c-e853-9e4701458f45.jpg (83.71 KiB) געזען געווארן 262 מאל
ביירוט – באריכטן צייגן אז אמעריקע ערווארט אז מדינת ישראל וועט דורכפירן א געצוימטע אינוואזיע אויף דרום לבנון, אויסצוראטן כיזבאללא קרעפטן און איינריכטונגען נאנט צו צפון ארץ ישראל, פירנדיג צו זארג איבער א פולשטענדיגע מלחמה ה"י.

לויט די באריכטן האט אמעריקע'ס מיטל-מזרח שליח עמוס האכסטיין געזאגט פאר לבנון רעגירונג באאמטע ביי א זיצונג אין דער הויפּטשטאט ביירוט, אז מדינת ישראל גרייט זיך פאר אן אינוואזיע, געצילט אריינצורוקן כיזבאללא'ס אנוועזנהייט אריבער דער ליטאני טייך.

האכסטיין זאגט אז אמעריקע ערווארט די געצוימטע אינוואזיע זאל זיך אנהייבן ערגעץ אין די קומענדיגע פינף וואכן. ער האט געווארנט אז אויב כיזבאללא שטעלט נישט אפּ די אטאקעס אויף צפון ארץ ישראל, וועט אמעריקע פולקאם שטיצן די אינוואזיע
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2632

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

רעקארד דענגיו
ווירוס אינפעקציעס

d93c7c83-9761-9a90-8659-c192c98b458d.jpg
d93c7c83-9761-9a90-8659-c192c98b458d.jpg (33.79 KiB) געזען געווארן 225 מאל
אטלאנטא — דער צענטער פאר דיזיעז קאנטראל ווארנט קלינקס און געזונטהייטס לייט און די פּובליק איבער א פארמערונג פון דענגיו ווירוס אינפעקציעס אין אמעריקע אלס רעזולטאט פון רעקארד פעלער פון מאסקיטא ביסן. אין די ערשטע 6 מאנאטן פון 24‘ האבן לענדער אין אמעריקאנער קאנטינענט באריכטעט מער ווי 9.7 מיליאן דענגיו פאלן, דאפּעלט ווי אין גאנצן יאר 23‘ און די העכסטע צאל פון פעלער פאר א יאר אין רעקארד. פּארטא ריקא האט אפילו דערקלערט א פּאבליק העלט עמוירדזשענסי דאס יאר.
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2632

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

נייער לאקאל פאר
”מנחה עריע“

9871e02b-fbb4-a8bd-01cf-418e3f98f22d.jpg
9871e02b-fbb4-a8bd-01cf-418e3f98f22d.jpg (50.28 KiB) געזען געווארן 225 מאל
קרית יואל — אידישע מאטאריסטן ארויף צו די קעטסקילס מארגן דאנערשטאג וועלן דארפן רע-פּראגראמירן זייער GPS צו א ניי פארברייטערטע ”מנחה עריע“. די סטעיט טרואוועי‘ס סלאוטסבורג רעסט-סטאפּ גייט נאך דורך רענאוואציעס און איז אין אומבאנוץ ווי די פריערדיגע פּאר יאר. די ”מנחה עריע“ וועט יעצט זיין אין בארימטן "מארקעטפּלעיס מאָלל" - ”Marketplace Mall“ אין טאון פון ספּרינג-וואלי, אראפּ פון עקזיט 14 פון די טרואוועי און עס וועט זיין אפן פאר‘ן ערשטן טאג אינעם סעזאן יוני 27. דער גענויער אדרעס איז 1 spring Valley Market Place, Spring Valley, NY — נאר איין מינוט דרייוו פונעם עקזיט.
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2632

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

וויקיפרי!!!
d39fb21f-dda2-9d48-8b7e-59160e9f26c1.jpg
d39fb21f-dda2-9d48-8b7e-59160e9f26c1.jpg (40.29 KiB) געזען געווארן 222 מאל
לאנדאן — אמעריקע האט אויפגעגעבן דעם קאמף מיט זשוליען אסאנדזש און אים געלאזט שליסן א פּלי-דיעל זיך אנצוגעבן שולדיג אויף נאר איין שפּיאנאזש קלאגע אבער ער ווערט אהיימגעלאזט צוריק קיין אויסטראליע — ווייל מ‘האט איינגעזען אז א נייע לעיבאר רעגירונג אין ענגלאנד וועט אים נישט אויסליפערן, זאגט דער לאיער פאר אסאנדזש וועלכער לייגט צו אז די פּראקורארן האבן זיך נישט געוואלט פארלאזן אז דער קומענדיגער פירער סטארמער וועט אים ארויפשטעלן אויף א פלייט אריבער דעם אטלענטיק.
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2632

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

באליוויע ברויזט וועגן פּוטש קאנספּיראציע טעאריעס
fb30d54b-f1b1-51e3-3112-d62455aae659.jpg
fb30d54b-f1b1-51e3-3112-d62455aae659.jpg (65.69 KiB) געזען געווארן 197 מאל
לא פּאז – באליוויע'ס רעגירונג איז פארנומען צו ברויזן קעגן סיי ווער ס'זאגט אז די דורכגעפאלענע פּוטש פאריגע וואך איז געווען אונטערגעשטעלט דורכ'ן פּרעזידענט אליינס מיט'ן ציל אים צו געבן א סימפּאטישן אימעדזש. צווישן אנדערן האט מען געהערט אזא באשולדיגונג פונעם ארגענטינער פּרעזידענט האוויער מילעי, וועלכער האט געזאגט אז אים שמעקט דער פּוטש אלס א שווינדל. אין רעאקציע האט באליוויע גערופן ארגענטינע'ס אמבאסאדאר פאר אן עמורדזשענסי זיצונג.
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2632

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

פּרעצעדענטלאזע סופּרים קאורט אורטייל איבער קעיסעס קעגן טראמפּ
6006659f-0eac-7d72-1241-097237a8c6a7 (1).jpg
6006659f-0eac-7d72-1241-097237a8c6a7 (1).jpg (54.63 KiB) געזען געווארן 197 מאל
וואשינגטאן – דער סופּרים קאורט האט נעכטן פארמיטאג געאורטיילט אז אמעריקאנער פּרעזידענטן זענען שטארק באשיצט פון ווערן קרימינאל אנגעקלאגט פאר "אפיציעלע אקטן" וואס זיי טוען בשעת זיי זענען אין אמט, אבער זיי זענען נישט באשיצט פון קלאגעס פאר "אומאפיציעלע אקטן".

דער אורטייל פונעם סופּרים קאורט איז געקומען אויף א טענה וואס דער געוועזענער פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ האט אריינגעגעבן, אז ער קען נישט קרימינאל ווערן געקלאגט פאר זיינע שריט נאך די יאר 20' וואלן, וויבאלד אלעס האט ער געטאן בשעת ער איז נאך געווען אין ווייסן הויז.

דאס געריכט ערווענט אז ס'ווערט באשולדיגט אז טראמפּ האט געבעטן וויצע פּרעזידענט מייק פּענס אז ער זאל טאן שריט ארום דער קאנגרעס פּראצעדור פון באשטעטיגן ביידען'ס געווינס נאך די 20' וואלן, און דער סופּרים קאורט זאגט אז דאס הייסן פאר פּענס איז געווען אן "אפיציעלע אקט".

אבער אנשטאט צו אורטיילן קלאר אויף דער פראגע צי טראמפּ'ס אלע שריט ארום די יאר 20' וואלן זענען געווען "אפיציעלע אקטן" און ער איז דעריבער באשיצט פון ווערן אנגעקלאגט, האט דער סופּרים קאורט צוריקגעשיקט צו א נידריגערע געריכט צו אורטיילן און ענטפערן די פראגע.

דער באשלוס פונעם העכסטן געריכט צוריקצושיקן דעם ענדגילטיגן אורטייל צו א נידריגערע געריכט באדייט אז דער קעיס וועט ווערן פארשלעפּט און טראמפּ וועט נישט אויסשטיין א פּראצעס איבער די יאר 20' וואלן קלאגעס בעפאר די וואלן היי יאר נאוועמבער – אין א גאר שטארקע זיג פאר אים.
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2632

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

דעבאטע
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2632

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

טראמפ איבערגעלעבט אטענטאט!

פענסילוועניע – אמעריקע איז איינגעהילט אין שאק, נאכדעם וואס דער געוועזענער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט איבערגעלעבט א דראמאטישע אטענטאט פארזוך, ווערנדיג געשאסן און גאר לייכט פארוואונדעט ביי א קאמפיין ראלי אין פענסילוועניע.

דער אטענטאט פארזוך, און דער וועג וויאזוי טראמפ האט זיך אויפגעפירט אין די מילי-סעקונדעס הארט נאכ'ן געשאסן ווערן, האט ווארשיינליך פארזיכערט אז טראמפ וועט געווינען די וואלן אין נאוועמבער. עס האט אים צעמענטירט אלס א היסטארישער פיגור.

דער דראמאטיש עאטענטאט פארזוך

דער אטענטאט פארזוך האט זיך דראמאטיש אפגעשפילט שבת נאכמיטאג, ארום זעקס אזייגער, בשעת טראמפ איז ערשינען ביי א ראלי אין באטלער, פענסילוועניע, און ער האט אנגעהויבן געבן זיין רעדע. אין די ערשטע מינוטן פון זיין רעדע האבן זיך די שאסן געהערט.

טויזנטער זענען געווען פארזאמלט ביי דער ראלי צו הערן טראמפ רעדן, און ממש 2 מינוט נאך 6:00 האבן זיך געהערט ארום פינף קוילן. דערנאך האבן די מאסן מיטגעהאלטן וויאזוי טראמפ שטעלט זיך אפ פון רעדן און כאפט זיך אן דעם רעכטן אויער.

סיקרעט סערוויס אגענטן זענען באלד ארויפגעשפרונגען אויפ'ן פאדיום און אראפגעשלעפט טראמפ אויף דער ערד, שרייענדיג "גייטס אראפ!", אין יענער סעקונדע האבן אלע טויזנטער פארזאמלטע זיך אויך געווארפן צו דער ערד, פאלגנדיג די אנווייזונגען.

סעקונדעס שפעטער האט טראמפ זיך צוריק אויפגעשטעלט און אריינגערעדט עפעס אומקלארע ווערטער אינעם מיקראפאן. די מאסן האבן זיך אריענטירט און געזען וויאזוי טראמפ שטייט, מיט א צעבלוטיגטן אויער, פאכענדיג מיט זיין האנט צו צייגן אז ער לעבט.
044d6479-c1c9-c8f7-78c8-be5ea9caca22.jpg
044d6479-c1c9-c8f7-78c8-be5ea9caca22.jpg (54.88 KiB) געזען געווארן 165 מאל
אט דאס בילד וויאזוי טראמפ שטייט, ארומגענומען מיט סיקרעט סערוויס אגענטן וועלכע האבן אים באשיצט מיט זייערע קערפער, און פאכעט מיט דער האנט זיגרייך, בשעת בלוט טריפט אראפ פון זיין געזיכט, איז אויטאמאטיש געווארן א בילד פאר די היסטאריע ביכער.

די קוילן פונעם שיסער האבן באטראפן דריי מענטשן וועלכע זענען געווען אנוועזנד ביי דער ראלי צו הערן טראמפ רעדן און איינער פון זיי זענען אומגעקומען. די צוויי אנדערע זענען קריטיש פארוואונדעט געווארן און ווערן באהאנדלט אין לאקאלע שפיטעלער.

ממש אין די ערשטע סעקונדעס האט זיך די סיקרעט סערוויס אריענטירט און באוויזן מיט זייערע צוגעגרייטע צילשיסער צו טרעפן פון וואו די קוילן זענען געקומען. זיי האבן געעפנט פייער אין יענער דירעקציע און אומגעברענגט דעם שיסער אויפ'ן ארט.

טראמפ איז אוועקגעפירט געווארן פונעם ראלי פעלד, און איז אפגעפירט געווארן צו א לאקאלע שפיטאל פאר באהאנדלונג. מען האט פעסטגעשטעלט אז אויסער א בלוט וואונד אויפ'ן אויער איז ער הונדערט פראצענט אקעי און מ'האט אים באפרייט פונעם שפיטאל.

דער שיסער און די שיסעריי

32b34ee4-5982-49f3-3a1f-d0b880324e74.jpg
32b34ee4-5982-49f3-3a1f-d0b880324e74.jpg (43.75 KiB) געזען געווארן 165 מאל
מוצאי שבת שפעט ביינאכט האבן די אויטאריטעטן אידענטיפיצירט דעם שיסער אלס טאמעס מעטיו קראקס, א 20 יעריגער לאקאלער פענסילוועניע איינוואוינער. ער איז געשאסן און אומגעברענגט געווארן דורך די סיקרעט סערוויס, אבער זיינע מאטיון זענען נישט קלאר.

לויט אינפארמאציע וואס איז פובליצירט געווארן דערווייל, האט דער שיסער וואס האט פרובירט אומצוברענגען טראמפ זיך פלאצירט אויפ'ן דאך פון א מאנופעקטשורינג פאבריק וועלכע איז געווען מער ווי 130 יארדס אוועק פון דעם פאדיום וואו טראמפ איז געשטאנען.

דער פאקט אז דער קאמפיין ראלי איז פארגעקומען אונטער'ן פרייען הימל ביי דער "באטלער פארם שאו גראונדס" פארק, האט געגעבן פאר'ן שיסער א גוטע מעגליכקייט צו זען דעם געוועזענעם פרעזידענט אומגעשטערט פון וואו ער האט זיך געפונען אויפ'ן דאך.

די געביידע באלאנגט פאר די "עי-דזשי-אר אינטערנעשאנעל", א פירמע וועלכע שטעלט צו אויטאמעישאן געצייג פאר דער גלאז און פלעסטיק אינדוסטריע. די פראפערטי פון דעם פאבריק איז הארט נעבן דער פארק פונעם ראלי אפגעטיילט בלויז מיט א פשוט'ן צוים.

בעפאר די אויטאריטעטן האבן ארויסגעגעבן דעם אידענטיטעט פונעם שיסער, זענען געווען פארשידענע אנליין באריכטן, אריינגערעכנט אז דער שיסער איז א לינקער "אנטיפא" קעמפער ביים נאמען מארק ווייעלעטס, אבער עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פאלש.

ווי ערווענט, האבן סיקרעט סערוויס צילשיסער געעפנט פייער אין ריכטונג פונעם שיסער אויפ'ן דאך פון דער פאבריק, און יענער איז אומגעברענגט געווארן אויפ'ן ארט. בילדער האבן שפעטער געצייגט וויאזוי זעלנער זענען אויפ'ן דאך נעבן דעם טויטן שיסער.

טראמפ סטעיטמענט נאך שיסעריי
IMG_20240714_042106_987.jpg
IMG_20240714_042106_987.jpg (151.78 KiB) געזען געווארן 165 מאל
א קורצע וויילע נאכ'ן אטענטאט פרואוו, האט טראמפ ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט אין וועלכע ער האט געזאגט "איך בין געשאסן געווארן דורך א קויל וועלכע האט דורכגעלעכערט דעם אויבערשטן טייל פון מיין רעכטן אויער. איך האב גלייך געוואוסט אז עפעס איז נישט ריכטיג".

טראמפ שרייבט: "איך האב געהערט א גערודער אריבערפליען נעבן מיין אויער, דערנאך שיסערייען, דערנאך האב איך גלייך געשפירט דעם קויל דורכרייסן די הויט פון מיין אויער. אסאך בלוטן האט פאסירט, און איך האט אנערקענט וואס עס פאסירט דא".

"איך וויל באדאנקען די סיקרעט סערוויס און אלע לאו ענפארסמענט פאר זייער שנעלע רעאקציע צו דער שיסעריי. בעיקר וויל איך געבן מיינע טרייסט ווינטשן פאר דער פאמיליע פונעם פערזאן ביי דער ראלי וואס איז אומגעקומען און צו די אנדערע וואס זענען געשעדיגט געווארן

רעאקציעס פון אנדערע פיגורן

צווישן די פארשידענע רעאקציעס צו דעם אטענטאט פארזוך, האט פרעזידענט ביידען גערעדט טעלעפאניש מיט טראמפ און אים געווינטשן. ביידען האט אויך אין א סטעיטמענט פארדאמט די שיסעריי, זאגנדיג אז אזא זאך האט נישט קיין פלאץ אין אמעריקע.

דאס ווייסע הויז האט אויך געזאגט אז דער פרעזידענט איז אין קאנטאקט מיט די נאציאנאלע זיכערהייט קאונסיל צו הערן אפדעיטס איבער די אויספארשונגען ארום דעם אטענטאט. ביידען וועט זיך אויך שנעלער צוריקקערן פון זיין ענדע-וואך אורלויב אין דעלעוועיר.

פירער איבער דער גארער וועלט האבן אויך רעאגירט מיט סטעיטמענטס פון שאק און פארדאמונג, אריינגערעכנט בריטישער פרעמיער סטארמער, ארגענטינע פרעזידענט מילעי, אוקראינע פרעזידענט זעלענסקי, מדינת ישראל פרעמיער נתניהו, און יו-ען פירער גוטערעז.

פאליטישע פיגורן אין אמעריקע האבן אויך רעאגירט צו דער שיסעריי אויף טראמפ, אריינגערעכנט דעמאקראטישע פארטיי פיגורן וועלכע האבן עס פארדאמט אויף א שטארקן פארנעם. רעפובליקאנער האבן עס פארדאמט און האבן געזאגט אז זיי וועלן דורכפירן אויספארשונגען

סעקיוריטי דורכפעלער ברענגט אויף פראגעס


דער פאקט אז עמיצער האט געקענט זיך אוועקשטעלן קנאפע 400 פיס אפגערוקט פון טראמפ'ס פאזיציע און דורכפירן א שיסעריי, און אז טראמפ האט איבערגעלעבט בלויז ווייל די קוילן האבן נישט באטראפן ערגעץ פאטאל, האט אויפגעברענגט גרויסע פראגעס.

פילע האבן ערווענט זייער אויפברויז און וואונדער וויאזוי די סיקרעט סערוויס האט נישט געקענט זען דעם פארשוין מיט א לאנגן ביקס אויפ'ן דאך פון א געביידע הארט נעבן פעלד פונעם ראלי, נאכדערצו אז אסאך אנטיילנעמער ביי דער ראלי האבן יענעם יא געזען.

עטליכע עדות, מענטשן וואס זענען געווען ביי דער ראלי, האבן געזאגט אז זיי האבן געזען דעם באוואפנטן פארשוין אויפ'ן דאך און האבן געשריגן צו די פאליציי דערוועגן, אבער די פאליציי האט גארנישט געטאן. איינער האט אפילו רעקארדירט דעם שיסער בעפאר דער שיסעריי.

די עף-בי-איי האט ביי א לענגערער פרעסע קאנפערענץ נעכטן שפעט ביינאכט אנערקענט אז עס איז טאקע א וואונדער וויאזוי די סיקרעט סערוויס האט פארפעלט אפצושטעלן דעם שיסער, און זיי האבן געזאגט אז עס וועלן זיין לאנגע מאנאטן פון אויספארשונגען.

אין קאנגרעס האבן רעפובליקאנער רעאגירט מיט אויפברויז וועגן די סעקיוריטי דורכפעלער. קאנגרעסמאן דזשעימס קאומער, פארזיצער פון איבערזיכט קאמיטע, האט שוין געשיקט א פארלאנג צו די סיקרעט סערוויס פירער צו קומען זיך לאזן פארהערן דערוועגן

פאליטישע קאנסעקווענצן פון דער שיסעריי

עס איז נאך צו פרי צו זאגן וואס די פאליטישע קאנסעקווענצן פון דעם אטענטאט פארזוך וועלן זיין, אבער אזויפיל איז קלאר אז טראמפ איז אריין אין דער היסטאריע ביכער מיט די דראמאטישע געשעעניש, נאכדערצו דער העלדישער וועג וויאזוי ער האט רעאגירט.

דער אטענטאט פארזוך קען אויפוועקן נייע סימפאטיע פאר טראמפ צווישן מעסיגע און אינדיפענדענט וויילער, און פירן דערצו אז זיינע נומערן וועלן זיך שטארקן. אסאך האבן געזאגט נעכטן אז די שיסעריי האט פארזיגלט די יאר 24' וואלן אז טראמפ וועט זיכער געווינען.

אומבאשטעטיגטע באריכטן נעכטן האבן אנגעגעבן אז דער ביידען קאמפיין וועט סוספענדירן דערווייל אלע זייערע פאליטישע רעקלאמעס און אנדערע קאמפיין באשטאנדטיילן, אזוי לאנג ווי דאס לאנד בארואיגט זיך פון דער שיסעריי און מען קומט צו זיך עטוואס.

דער "וואל סטריט זשורנאל" עדיטאריעל באורד האט נעכטן אין אן עדיטאריעל ערווענט די מעגליכקייט אז דער אטענטאט פארזוך זאל ברענגען א טויש און בארואיגונג אין פאליטישע רעטאריק, אדער גאר א פארערגערונג און אז עמיצער זאל זוכן נקמה אין טראמפ'ס נאמען.

דערווייל ווארט מען אויף די לאו ענפארסמענט באאמטע ארויסצוגעבן מער דעטאלן און מער אינפארמאציע, סיי איבער'ן שיסער און איבער זיינע מאטיוון, און סיי איבער די זיכערהייט דורכפעלער, און אויך איבער די שריט אויף ווייטער וויאזוי דער וואל סעזאן וועט צוגיין
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2632

Re: "נייעס בלאט" דורך @ס'קען זיין אז

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

ריכטערין לייגט אפּ
טראמפּ‘ס וואל משפט

ca26c174-bb9e-4127-1a9b-6f893eae0709.jpg
ca26c174-bb9e-4127-1a9b-6f893eae0709.jpg (51.4 KiB) געזען געווארן 66 מאל
די-סי — ריכטערין טשאטקאן האט אומדירעקט געשאנקען גוטע נייעס פאר טראמפּ — נאכדעם ווי ער האט זיך פריער איינגעגעבן נישט-שולדיג צו א ניי איבערגעמאכטע אנקלאגע — דורך באשטימען א סעריע פארהערן אין דעם קעיס וואס ווייזן אז דער פּראצעס וועט זיכער נישט געשען פאר די וואלן אבער האט נאכגעגעבן פאר’ן ספּעשל קאונסיל אז ער קען שוין אנפאנגען אריינצוגעבן באווייזן וואס קענען דאס פארוואנדלען צו א מיני פּראצעס. טראמפּ‘ס לאיערס האבן פּראטעסטירט אז זי יאגט זיך צו שנעל; האט זי געענטפערט: “כ’האב עס שוין א יאר, ס’איז נישט שנעל”.
שרייב פאוסט