ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ, לאמיר פרובירן…

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 757
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 1370

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך דעת קדשי »

אנדערער האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 11:43 pm
דעת קדשי האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 11:31 pm מאסיוו.
אין פלאן צו ארויס פרינטן און ליינען אימיטן זינגען וכל מאמינים 2טע טאג ר''ה..
וואס פונקט?
זייער גוט געשריבן אבער דארף האבן צייט צו עס ליינען מיט יישוב הדעת
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
מאניש בנבנשתי
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 4:22 pm
x 593

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך מאניש בנבנשתי »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 4:04 pm

@מאניש בנבנשתי קודם כל, ואני אבטח בך זעה איך נישט וואס איז ראנג מיט די ניגון. דוד המלך פריידט זיך מיט דעם אז ער פארזיכערט זיך אויפן אויבערשטען. ואני אבטח בך, דו ביסט אונזער טאטע דאך! ווען איך קום אריין צו א חתונה וואס מען זינגט דעם ניגון ערוועקט זיך אין מיר א געפיל פון שמחה אז איך האב א גרויסען באשעפער אויף וועמען זיך צו פארלאזן. סארי.
אויב דיין פראבלעם איז מיט די היינטיגע סטייל מוזיק זאג אזוי! אויף די ווערטער קומט א ניגון צו שפרינגען, נישט א ניגון דביקות! אויב איז דא א ניגון וואס שטימט נישט מיט די ווערטער איז עס די ניגון העי צמאה צמאה צמאה, צמאה לך נפשי. כמה כמה כמה כמה, כמה לך בשרי. טי רי ריי דיי ראדידידידאדאם ראדידידידאדאם ראדידידידאדאם... איך האב נאכנישט געטראפען א אינגעל שפרינגען און טאנצען אז ער איז דארשטיג, וויינען יא.
איז אזוי.. עטליכע האבן שוין זייער שיין גענטפערט דערויף, אבער איך וועל פרובירן צו מרחיב זיין אביסעלע..

א ניגון איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי זאכן, 1) תנועה. 2) ווערטער.
מ'קען זינגען א ניגון אן ווערטער אויך.. ס'דא אסאך לעבעדיגע ניגונים אן ווערטער וואס ברענגט דעם מענטש צו שמחה און ס'איז מעורר צו טאנצן.. ווידער איז דא אסאך ניגונים אן ווערטער וואס זענען מער שטייטע ניגונים וואס זענען מעורר צו תשובה ותיקון המעשים אדער געגועין.. ווידער איז דא ניגונים אן ווערטער וואס זענען נישט לכאן און נישט לכאן למשל מארטשעס, ס'האט נישט קיין ווערטער, ס'איז אבער נישט געגועין, און מ'טאנצט אויך נישט דערויף.. ווידער איז דא ניגונים אן ווערטער וואס זענען מעורר דעם מענטש צו זיין סתם צולאזט.. למשל וואס טרענד לעצטענס ביי חתונת אנצינדן אזא די זשעי סטייל דראמס, מ'זינגט נישט קיין ווערטער, סתם מ'שפרינגט ארויף און אראפ מיט די פינגער'ס אין די הייעך און מ'שרייט.. דאס איז נישט מעורר צו טאנצן אין א רינג, און אודאי נישט צו געגועין.. איז דעס מעורר צו שמחה? נאוי איידיע, נעווער טרייד איט..

היוצא לנו מזה, נגינה האט זייער אסאאאאאאאאאאאך קאטאגאריעס, יעדע קאטאגאריע דערציילט באמת א מעשה.. ווען איך זאל זינגען א ניגון פאר דיר אן ווערטער, וועסטו ביי א געוויסע פונקט קענען רילעיטן די ניגון מיט עפעס א פערזענליכע מעשה.. סאם האוי גייט דיין מח קאנעקטן די תנועות מיט עפעס פערזענליך און ס'גייט באמת האבן שייכות מיט די ניגון, גייסט פילן ווי די ניגון שפילט אפ די מעשה וואס איז פערזענליך מיט דיר, ווייל דעס איז באמת א ניגון, ס'דערציילט עפעס..

ווען איינער זינגט מתוך רגש וגעגועין, וועט ער נעמען אזא תנועה וואס ברענגט ארויס געגועין, און עס ארויפלייגן אויף ווערטער וואס שטימען מיט געגועין.. ווען איינער פילט ער וויל טאנצן, סתם טאנצן וידעו אדער סיי וועלעכע טאנץ ניגון, ערשטע טאנץ ניגונים.. דעס איז קלאסיק סטייל, אדער צומאל קען עס אריינגיין אין קאנטרי מיוזיק סטייל.. עכט שווער מיט די היימישע ניגונים ווי זיי אריינצולייגן ווייל אונז זעמער ב''ה אזוי שטארק דיפרענט פון די גאס, אז אונז האמיר באמת א עקסטערע קאטאגאריע..

אבער צומאל איז דא אפילו טאנץ ניגונים וואס זענען א קאטאגאריע פאר זיך, נעם למשל די ברוך הוא אלוקינו, אוי כרחמיו וכרוב חסדיו.. דעס איז א געמיש פון געגועין, ריקוד, והודאה אין איין ניגון.. אבער אויב דו וועסט קוקן אויף די תנועה, וועסטו זעהן ממש דאס זעלביגע.. נעם בלויז די תנועה אן די ווערטער און זינג עס, וועסטו זעהן עס האט די זעלבע געמיש פון געגועין ריקוד והודאה, דו וואלסט אליינס געקענט ארויפלייגן די ווערטער אפילו דו זאלסט ניטאמאל וויסן אז ס'קומט דערויף.. דעס מיינט צוזאמשטעלן גוט א ניגון.. עס זאל קלעבן איינס מיטן צווייטן..

הלכות צווייטע טאנץ..

עס האט דען הלכות? איי דאוינט נאוי.. די געדאנק פון צווייטע טאנץ איז בכלל נישט הודאה! נישט געגועין.. עס איז נעמען ריקוד נעקסט לעוועל.. מ'גייט האפקענען.. נישט סתם טאנצן נאר ס'זאל שטיינער'ן.. ווילסט עס רופן שמחה? קענסט אויב דו ווילסט.. אויב דעס מאכט דיר מער בשמחה ווי א פשוט'ע ערשטע טאנץ ניגון, דעמאלטס גאוי פאר איט.. אבער די ווערטער דארפן קלעבן מיט די קאטאגאריע, ווען איך זאל נעמען א צווייטע טאנץ ניגון און דיר נאר זינגען די תנועה דערפון, וואלסטו צוזאמגעשטעלט אליינס די ווערטער דערויף? טאמער נישט דעמאלטס קלעבט נישט די ניגון, מ'האט סתם געזוכט עפעס א פסוק און געגעבן א ריק אריין דעם אייבערשטען דערינען און אזוי סאם האוי פילט מען קאנעקטעד יעצט..

יעצט צוריק צו די ואני אבטח בך.. דעס קומט צו שפרינגען? ריעלי? דו ווייסט די עברי טייטש דערפון? טראכט אריין דערין, נעם אביסל התבוננות, נאר אביסל.. עס ברויך ארויפגיין אויף א ניגון ריקוד אבער מתוך געגועין.. אזא סטייל ווי ברוך הוא אלוקינו, אוי כרחמיו וכרוב חסדיו.. עס דארף דערציילן א מעשה ווי כאילו די מענטש קען האבן די שווערסטע נסיונות אין לעבן, מ'זעהט נישט דעם וועג ארויס, אבער עם כל זה ואני אבטח בך.. די ווערטער שרייען געגועין.. הודאה קומט ניטאמאל אריין דא, התעוררות זיכער נישט, אבער צולאזקייט? ואני אבטח בך מיינט איך בין יעצט הויעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעך??? ווען איך זאל דיר זינגען נאר די תנועה דערפון נישט די ווערטער, וואלסטו ארויפגעלייגט דערויף ואני אבטח בך? איך בין 100% אז נישט.. עס האט באמת נישט קיין שייכות די סטייל ניגון צו די ווערטער.. די תנועה איז מער א נצחון ונקמה געפיל ניגון, טראכט אריין דערינען וועסטו כאפן וואס איך זאג.. דעס קען גיין מיט ואנקמה נקם אחת משתי עיני פלישתים.. אזא געדאנק..

הקיצור, צו מאכן א סך הכל, איך האב גארנישט קעגן די תנועה, אדער קעגן די ווערטער, די צוויי אינאיינעם איז וואס מאכט א רושם אז דער מחבר איז געווען בשעת מעשה אונטער די איינדרוק פון אלקאהאל אדער עפעס העכער דערפון..
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9371

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

וואף.. @מאניש בנבנשתי אין אן ערנסטן מינוט...

זייער קלאר צולייגט.

אלס א משל וואלט איך גענוצט די חבד'סקע "פדה בשלום" וואס ענדיגט זיך מיט א לעבעדיגע ו-א-ני, א-א-א-בטח בך, ו-א-ני, א-א-א-בטח בך. ס'איז לעבעדיג אבער מיט א שמעק פון התבוננות און האפענונג.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9371

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אנדערער האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 11:43 pm
דעת קדשי האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 11:31 pm מאסיוו.
אין פלאן צו ארויס פרינטן און ליינען אימיטן זינגען וכל מאמינים 2טע טאג ר''ה..
וואס פונקט?
כ'ווייס נישט וואו ער דאווענט אבער ביינונז אין ביהמ"ד שטימט נישט די ניגון מיט די ווערטער...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9573

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך דער תהלים איד »

געזאגט האט מען מיר אז @מאניש בנבנשתי'ס אנקום גייט מיר קאסטן די מילצן.

למעשה איז עס פיל מער... ס'קאסט מיר געהעריגע שכוח'ס. טשי האסטו שיין צולייגט די נושא מיט א קלארקייט! איך אגרי מיט יעדעס ווארט.

און @שאינו יודע לשאול איך דענק נישט אמאל הערן עני געדאנק אויף וכל מאמינים וואס זאל נישט שטימען מיט די ווערטער.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9371

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:40 am געזאגט האט מען מיר אז @מאניש בנבנשתי'ס אנקום גייט מיר קאסטן די מילצן.

למעשה איז עס פיל מער... ס'קאסט מיר געהעריגע שכוח'ס. טשי האסטו שיין צולייגט די נושא מיט א קלארקייט! איך אגרי מיט יעדעס ווארט.

און @שאינו יודע לשאול איך דענק נישט אמאל הערן עני געדאנק אויף וכל מאמינים וואס זאל נישט שטימען מיט די ווערטער.
כ'האב שטייצעך געמיינט בדרך צחות.

א ניגון דארף עפעס ארויסברענגען, די ווצ"ב קאמפאזיציעס ברענגען גארנישט ארויס.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4582

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך וואוילער »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 5:17 pm אדער אפי' ניגונים אויף לשון הקודש, די באקאנטע ניגון עוז והדר לבושה ותשחק ליום אחרון... וואס זינגסטו דא בכלל? אדער שמחתי באומרים לי בית השם נלך, בית השם נלך??
וואס איז שלעכט מיט די ניגונים?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1091
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3669

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

ר'@מאניש בנבנשתי ברגע האמת...
די תגובה איז סופרייזינג...

דער געפיל ווען מען זעהט אז דער סעלעב איז א מענטש פונקט ווי דיר...

דער געפיל ווען כ'האב אמאל געהאט אין קאר א בארימטער משפיע עסקן ומחזק, יענעס מאל האט ער גערעדט אויפן פאון ווען ער האט געהאלטן פארן חתונה מאכן, מיט די גאנצע דאגת כסף מנלן וכו'...

עס אנטפלעקט זיך אונטער דעם 'קלאון פון קרעמל' א ערנסטער מענטש, קלאר מיט זיך, פול מיט עכטע תוכן...

-------------------------
גענדיגט ליינען
דו קומסט אריין קריסטאל קלאר!!!
מאך א שמועס מיט ר' עמרם אקער אויף יזמרו בקול האטליין! דער ציבור וועט זיכער הנאה האבן...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1091
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3669

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:28 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 5:17 pm אדער אפי' ניגונים אויף לשון הקודש, די באקאנטע ניגון עוז והדר לבושה ותשחק ליום אחרון... וואס זינגסטו דא בכלל? אדער שמחתי באומרים לי בית השם נלך, בית השם נלך??
וואס איז שלעכט מיט די ניגונים?
בנוגע עוז והדר לבושה - אין מיינע נישט נגינה'שע אויגן - איז א געפיל פון התבוננות אז טראכט פון יום המיתה, ווייס אז עס גייט קומען און נאר תורה ומצוות ומעשים טובים גייט בלייבן, אזא געדאנק ווי "כאפט אריין א וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן" - דאס הייסט נישט קיין דעפרעסטע ניגון, עס גייט קומען דיין שטארבן און דו גייסט באקומען גהינום, נאר פארקערט, דו גייסט שטארבן און כאפ אריין וויפיל דו קענסט, דאס גייט דיר בלייבן!

בנוגע שמחתי, מיין ערשטע געפיל איז די אויפגעהייטערטקייט פון די עולי רגלים, עס טאנצט זיך אונטער אה! מען גייט אט אט אין בית המקדש, די זון בראט מען זיצט אין וואגן שוין עטליכע שעה אין אין צוויי טאג ארום קומט מען שוין אן קיין ירושלים!!! עס איז אזא ניגון וואס זינגט זיך אונטער מיט עקסטאז און שפרינגענדע טריט

איין פראבלעם מיט די ניגון האב איך נאר אז די גמרא זאגט אין מכות פרק אלו הן הגולין "וא"ר יהושע בן לוי מאי דכתיב (תהלים קכב, א) שיר המעלות לדוד שמחתי באומרים לי בית ה' נלך אמר דוד לפני הקדוש ברוך הוא רבש"ע שמעתי בני אדם שהיו אומרים מתי ימות זקן זה ויבא שלמה בנו ויבנה בית הבחירה ונעלה לרגל ושמחתי"

אבער מען קען אננעמען אז דוד המלך איז געווען אזוי אויסגעארבעט און אזוי געמיינט דעם בית המקדש אויפבוי לעשות נחת רוח להבוית"ש אז ער האט זיך באמת געפרייעט צו הערן אזוינע ווערטער! א שטייגער ווי דער ישמח משה האט געזאגט אז משיח זאל קומען אויך אויב ער זעלבסט וועט עס נישט קענען מיטהאלטן.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
בינת הלב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:59 pm
x 140

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך בינת הלב »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 5:17 pm אדער אפי' ניגונים אויף לשון הקודש, די באקאנטע ניגון עוז והדר לבושה ותשחק ליום אחרון... וואס זינגסטו דא בכלל? אדער שמחתי באומרים לי בית השם נלך, בית השם נלך??
ווען איר זינגט דאס פרייטאג ביינאכט וואס קלערט איר?!

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:51 pm
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:28 pmוואס איז שלעכט מיט די ניגונים?
בנוגע עוז והדר לבושה - אין מיינע נישט נגינה'שע אויגן - איז א געפיל פון התבוננות אז טראכט פון יום המיתה, ווייס אז עס גייט קומען און נאר תורה ומצוות ומעשים טובים גייט בלייבן, אזא געדאנק ווי "כאפט אריין א וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן" - דאס הייסט נישט קיין דעפרעסטע ניגון, עס גייט קומען דיין שטארבן און דו גייסט באקומען גהינום, נאר פארקערט, דו גייסט שטארבן און כאפ אריין וויפיל דו קענסט, דאס גייט דיר בלייבן!
גייט ארויף אויף די חלק הרוחני און חלק הפנימי פון א מענטש אדער עכ"פ די חלק האור הרוחני וואס געפינט זיך אויפן וועלט, געוויסע וועלן דאס אנרופן נפש המשכלת אנדערע וועלן עס אנרופן נשמה אנדערע וועלן עס אנרופן שכינה בתחתונים אנדערע וועלן רעדן פון די תורה. הצד השוה הוא אז מען רעדט פון די חלק האור וואס איז דא בתחתונים וועלעכע איז ציכטיג און הייליג א וועט זיך פרייען ליום האחרון - לעתיד לבוא אדער לעולם הבא - מיט איר צוריק-פאראייניגונג און התקשרות מיט איר שורש מיט א געוואלדיגע געגועים וחפץ און דביקות צום אין סוף ב"ה, און דאן וועט זי שיינען און בליען ביים טאטן און גארטן. ווי עס דערקענט זיך אינעם גאנצן קאפיטל דארטן איר געוואלדיגע איבערגעגעבענקייט און און אויסגעגייענדע בטל'דיגע התנהגות (צוליב דעם זאגט מען דאס שב"ק).

זייער געוואלדיגע און השתוקות'דיגע ווערטער צו כאפן א ריקוד אויף - און אויף די גאנצע קאפיטל דארט.
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9573

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך דער תהלים איד »

גא"מ צו @בינת הלב. איך פארשטיי נישט פארוואס @נקודות טובות זעט דערין עפעס ראנג.

און אגב, הרב @להגדיל הטראסק, דו קומסט אריין לעצטנס אויסטערליש שיין. דיין תוכן איז אלעמאל געווען ריזיג, אבער דיין שריפט איז געווארן פראפעסיאנאל און געשמאק!
שיעלע
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 8:22 pm
x 8

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך שיעלע »

עס איז דא א ניגון אויף די ווערטער אויף
יָדַי אַחְסֵי אֲנָא, לְגַבֵּי חַד מָנָא, לְסִטְרָא חוֹרִינָא, דְּלֵית בָּהּ מַמָּשָׁא
געהערט זינגען אויף א חתונה
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9573

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שיעלע האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 3:27 pm עס איז דא א ניגון אויף די ווערטער אויף
יָדַי אַחְסֵי אֲנָא, לְגַבֵּי חַד מָנָא, לְסִטְרָא חוֹרִינָא, דְּלֵית בָּהּ מַמָּשָׁא
געהערט זינגען אויף א חתונה
:lol: :lol: :lol: :oops: :oops: :oops:
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1091
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3669

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

שיעלע האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 3:27 pm עס איז דא א ניגון אויף די ווערטער אויף
יָדַי אַחְסֵי אֲנָא, לְגַבֵּי חַד מָנָא, לְסִטְרָא חוֹרִינָא, דְּלֵית בָּהּ מַמָּשָׁא
געהערט זינגען אויף א חתונה
איז טאקע די ניגון די לעצטע צוויי פראזן?...
נאך ספירה אפשר קענסטו עס שיקן...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
שיעלע
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 8:22 pm
x 8

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך שיעלע »

עפעס אזוי יודאי יודאי יודאי אסחי אאנא לעגאבע לעגאבע לעגאבע חד מאנא לסטרא לסטרא חורינא
טאקע אן די לעצטע 3 ווערטער
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3585
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9371

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 4:15 pm
שיעלע האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 3:27 pm עס איז דא א ניגון אויף די ווערטער אויף
יָדַי אַחְסֵי אֲנָא, לְגַבֵּי חַד מָנָא, לְסִטְרָא חוֹרִינָא, דְּלֵית בָּהּ מַמָּשָׁא
געהערט זינגען אויף א חתונה
איז טאקע די ניגון די לעצטע צוויי פראזן?...
נאך ספירה אפשר קענסטו עס שיקן...
יא יא, צי דו גלייבסט צי נישט.

איך האב עס נישט אבער דו קענסט עס הערן אויף שלומי גערטנער'ס לעצטע סידי, דאכצעך ס'הייסט "יהללו".
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2225
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2368

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך אנדערער »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 2:12 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 4:15 pm
שיעלע האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 3:27 pm עס איז דא א ניגון אויף די ווערטער אויף
יָדַי אַחְסֵי אֲנָא, לְגַבֵּי חַד מָנָא, לְסִטְרָא חוֹרִינָא, דְּלֵית בָּהּ מַמָּשָׁא
געהערט זינגען אויף א חתונה
איז טאקע די ניגון די לעצטע צוויי פראזן?...
נאך ספירה אפשר קענסטו עס שיקן...
יא יא, צי דו גלייבסט צי נישט.

איך האב עס נישט אבער דו קענסט עס הערן אויף שלומי גערטנער'ס לעצטע סידי, דאכצעך ס'הייסט "יהללו".
https://j-m.app/?albumId=1240&title=Yeh ... -yodai.mp3
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3209
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3705

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך שמח »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 2:18 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 2:12 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 4:15 pm
איז טאקע די ניגון די לעצטע צוויי פראזן?...
נאך ספירה אפשר קענסטו עס שיקן...
יא יא, צי דו גלייבסט צי נישט.

איך האב עס נישט אבער דו קענסט עס הערן אויף שלומי גערטנער'ס לעצטע סידי, דאכצעך ס'הייסט "יהללו".
https://j-m.app/?albumId=1240&title=Yeh ... -yodai.mp3
ידי
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1209
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1577

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ, לאמיר פרובירן…

פאוסט דורך טיפע טאשן »

די ביסט גוט...

נאך די הדלקה אין קרית יואל האב איך נאך אפאר..
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 266
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 534

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ, לאמיר פרובירן…

פאוסט דורך העלדיש »

זייער שיין! גאר גוט און אמת!

נעים @העלדיש
שרייב פאוסט