הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע (ר' ישעי'לע קערעסטירער) - ג' אייר תרפ"ה

אונזער היסטאריע
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3925
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5103

Re: הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע (ר' ישעי'לע קערעסטירער) - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך שמח »

ווער האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 9:46 am היסטארישע בילד פון די לוויה פון הרה"ק רבי ישעי מקערעסטיר זי"ע
nYQgms.jpeg
אמממ


אפשר...
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1470
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4754

Re: הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע (ר' ישעי'לע קערעסטירער) - ג' אייר תרפ"ה

פאוסט דורך מסתמא »

ניקל האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 10:02 pm
איינמאל איז דער צדיק הרה"ק רבי חיים אלעזר שפירא בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע געווען אין קערעסטיר ביים צדיק וקדוש רבי ישעי'לע מקרעסטיר זי"ע, עס איז דאן פאר געקומען א גרויסע סעודה לכבוד דעם גאסט, ווען דער צדיק רבי ישעי'לע האט זיך געוואשן צו די סעודה, און ער האט געמאכט די ברכה המוציא לחם מן הארץ, האט ער אויף געשניטן דעם חלה, און נאך בעפאר ער האט אליין געגעסן פון די חלה, האט דער צדיק רבי ישעי'לע ארויס גענומען א גרויסע חלק פון די ווייכע חלה, און ער איז צו געלאפן ביים עק פונעם טיש און דאס אהין געגעבן פאר א אלטן איד,

פארן הייליגען מנחת אלעזר וואס איז געווען באוויסט אלס א גאר שארפער צדיק, וואס פון אן הלכה פון שולחן ערוך האט דער צדיק ממונקאטש זיך נישט אוועק גערירט, האט ער מוסר געזאגט פארן צדיק וקדוש רבי שיעי'לע, אז היתכן ער האט נאך בעפאר ער האט אליין געגעסן געטראגן די חלה פאר דעם איד ביים עק פון טיש,

האט דער צדיק וקדוש רבי ישעי'לע געזאגט פארן מנחת אלעזר, ווען איך האב אויף געשניטן דעם חלה, האב איך געזען דעם איד ביים עק פון שטאט, ווי ער איז מורא'דיג הונגעריג, און ער האט ל"ע נישט קיין ציין, האב איך געוויסט אז ער ווען די הארטע חלה נישט קענען עסן, און דערפאר האב איך אים קודם געטראגן די ווייכע חלה כדי ער זאל זיך קענען שטילן זיין הונגער,

האט דער הייליגער מנחת אלעזר זיע געזאגט, איך האב בכלל נישט געוויסט אז דער איד איז הונגעריג און אז ער האט נישט קיין ציין, אבער דער צדיק רבי ישעי'לע מיט זיין ווייעך הארץ האט דאס אלעס געזען, און ער האט מוראדיג מפליג געווען דער מידת החסד פון דעם צדיק מקרעסטיר.
די מעשה האב איך געזעהן דערציילן אויפן דרכי תשובה ווען ער איז אים געקומען באזוכן דעם ערשטן מאל. ר’ ישעי’לע איז לכאורה געווען היבש עלטער פונעם מנחת אלעזר, ער פלעגט אים רופן אלטער צדיק.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שרייב פאוסט