מסורה פון לבוש ביי מענער

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
צאן קדשים
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:36 pm
x 51

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

פאוסט דורך צאן קדשים »

מחודש האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 11:51 pm
געצל האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 2:50 pm
וואלף האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 2:33 pm
ער איז מסתם א אונגערישער פונדערהיים, רעדט ער פונעם אונגערישן הוט

פארשטייט זיך אז מען רעדט פון אונגארן, אין גאליציע איז דאס געווען די נארם ביים חסיד'ישן עולם (אבער נישט ביי די רבי'ס און רבי’שע אייניקלעך)
צאנזער און אנדערע רבי’שע אייניקלעך כגון נכדי ראפשיץ זידיטשויב דינוב יש”מ ועוד(חוץ בעלזא און ריזשין) זענען נישט געגאנגען מיט הויכע זעה די בילדער פון באבובער רב פארן קריג איז געגאנגען א פלאכע
ולא פליגי וכנ”ל
און אפי’ אין באבוב למשל זענען די קדושת ציון’ס קינדער געגאנגען מיט פלאכע אויסער די איידעם ר’ משה סטעמפל איז יא געגאנגען מיט א הויכע הוט ווייל ער איז נישט געווען א רבי’שע אייניקל
דור שלישי ורביעי של הרה"ק מצאנז שחיו אחר המלחמה
פקק
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 8:49 pm
Location: עיה"ק ירושלם תובב"א
x 31

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

פאוסט דורך פקק »

את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 12:32 am
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 3:56 am לגבי הוטן וויל איך טאקע הערן. וואלט געווען אינטערסאנט.
לגבי די וויזשניצע היטן איז די מעשה מיטן אהבת ישראל טז ער האט געזען א גלח גיין מיט א היטל וואס האט געהאט א באו אויף די לינקע זייט האט ער ארום געדרייט דאס היטל און פון דעמעלטס אין ווייטער איז געווארן איינגעפירט אין וויזשניץ דאס די באו זאל זיין אויף די רעכטע זייט.
ס׳געווען די גלח פון גראסווארדיין. וועגען דעם איז די מנהג נאר ביי די אמרי חיים. סערעט וויזשניץ גייט אויף די לינקע זייט און איך מיין אז די דמשק אויכעט.
געצל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 196
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:54 am
x 127

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

פאוסט דורך געצל »

מחודש האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 11:51 pm
געצל האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 2:50 pm
וואלף האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 2:33 pm
ער איז מסתם א אונגערישער פונדערהיים, רעדט ער פונעם אונגערישן הוט

פארשטייט זיך אז מען רעדט פון אונגארן, אין גאליציע איז דאס געווען די נארם ביים חסיד'ישן עולם (אבער נישט ביי די רבי'ס)
צאנזער אייניקלעך זענען נישט געגאנגען מיט הויכע זעה די בילדער פון באבובער רב פארן קריג איז געגאנגען א פלאכע

דערפאר האב איך געשריבן 'אבער נישט ביי די רבי'ס', ווייל זיי (און זייערע קינדער און אייניקלעך) זענען געגאנגען מיט פלאכע
לומד
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 11:44 am
x 36

Re: מסורה פון לבוש ביי מענער

פאוסט דורך לומד »

וואס איז דער ענין איך זע אז ביי חומש סעודה'ס גייען יונגלעך מיט וואלענע טלית קטן און קעשקעטלעך?
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1973
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6733

Re: מסורה פון לבוש ביי מענער

פאוסט דורך מסתמא »

לומד האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 11:24 pm וואס איז דער ענין איך זע אז ביי חומש סעודה'ס גייען יונגלעך מיט וואלענע טלית קטן און קעשקעטלעך?
סאיז אן ענין? סאיז נישט
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1973
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 6733

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

פאוסט דורך מסתמא »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 8:44 am בין איך נישט זיכער ווי ווייט מסורה גייט, אבער ס'איז דא די באקאנטע שיעור פון רבי בערל טויבער וואו ער צולייגט די היסטאריע, ער טענה'ט אז ס'איז נישט געווען אזא זאך מ'זאל טוישן עני לבוש סתם אזוי.
יעך וויל פרעגן ר’ בערל צו ער ווייסט וויאזוי זיינע אויבערלענדער זיידעס פון סערדעהעל האבן אויסגעזעהן. דאונט ווארי, זיי זענען געוועזן ערליכע הייליגע גא-טספארכטיגע אידן, כרעד אבער פון די חלק הלבוש צו סהאט א מסורה.

שוין, גענוג.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2136
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2606

Re: מסורה פון לבוש ביי מענער

פאוסט דורך שבת קודש »

לגבי די היינטיגע הויכע שטריימלעך מיט שפיצן, פון איין זייט זענען דא אדמורי''ם וואס פארפירן אז דאס איז א מאדערענע זאך א שטייגער ווי וויזניצער רבי פון שיכון. באבוב. תוא''י. יעצט איז מאחנובקא ארויס געקומען קעגן דעם, פון די אנדערע זייט זענען דא פילע אדמורי''ם ורבנים וואס גייען אליין מיט די הויכע שטריימלעך מיט שיינע שפיצן

איז דא עפעס א מסורה איבער דעם?
דאס אז אמאל איז מען געגאנגען מיט די דינע שטריימעלך איז נאכנישט קיין שום ראי' ווייל אלעס פון אמאל זענען געווען אויף מער א נאכגלאזטע צושטאנד קעגן היינט היינט איז אלעס שענער אהערגעשטעלט פון אמאל.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5599
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19703

Re: מסורה פון לבוש ביי מענער

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 12:33 pm לגבי די היינטיגע הויכע שטריימלעך מיט שפיצן, פון איין זייט זענען דא אדמורי''ם וואס פארפירן אז דאס איז א מאדערענע זאך א שטייגער ווי וויזניצער רבי פון שיכון. באבוב. תוא''י. יעצט איז מאחנובקא ארויס געקומען קעגן דעם, פון די אנדערע זייט זענען דא פילע אדמורי''ם ורבנים וואס גייען אליין מיט די הויכע שטריימלעך מיט שיינע שפיצן

דאס איז טאקע די נקודה, אז אמאל האט מען נישט אריינגעלייגט קאפ און מח אז די בגדים זאלן זיין אהערגעשטעלט, און דאס איז די שיינקייט פון א חסידישער איד.

אלעס איז טאקע היינט אויף אן אנדערע סטאנדארט, און מרעדט נישט פון שמוציג אדער נאכגעלאזן, אבער די שפיצן זענען א הכי תמצי וויאזוי צו מאכן א סטייל פונעם שטריימל, און דאס איז היפך כוונת השטריימל, וואס איז געווען ללעג ולקלס ביי די דרויסנדיגע וועלט וועלכע לויפט נאך סטיילס.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2686
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 5784

Re: מסורה פון לבוש ביי מענער

פאוסט דורך פשוט און גראד »

נישטא קיין שום מסורה אין דעים, סך הכול טוהן עס די סוחרים אויף צו קענען מאכען א שענערע פראדוקט.

לגבי אדמורי"ם, ביי געוויסע קהילות איז די אדמו"ר כעין בבחינת מלך ממילא גייט מען מיט בגדי מלכות. ביי אנדערע חסידות ווי חסידיש/כאניאקיש איז א דגוש כאילו, איז אראפ געקוקט די נקודה פון זיין פארנומען מיט די אויסזעהן.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2136
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2606

Re: מסורה פון לבוש ביי מענער

פאוסט דורך שבת קודש »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 2:02 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 12:33 pm לגבי די היינטיגע הויכע שטריימלעך מיט שפיצן, פון איין זייט זענען דא אדמורי''ם וואס פארפירן אז דאס איז א מאדערענע זאך א שטייגער ווי וויזניצער רבי פון שיכון. באבוב. תוא''י. יעצט איז מאחנובקא ארויס געקומען קעגן דעם, פון די אנדערע זייט זענען דא פילע אדמורי''ם ורבנים וואס גייען אליין מיט די הויכע שטריימלעך מיט שיינע שפיצן

איז דא עפעס א מסורה איבער דעם?
דאס אז אמאל איז מען געגאנגען מיט די דינע שטריימעלך איז נאכנישט קיין שום ראי' ווייל אלעס פון אמאל זענען געווען אויף מער א נאכגלאזטע צושטאנד קעגן היינט היינט איז אלעס שענער אהערגעשטעלט פון אמאל.
דאס איז טאקע די נקודה, אז אמאל האט מען נישט אריינגעלייגט קאפ און מח אז די בגדים זאלן זיין אהערגעשטעלט, און דאס איז די שיינקייט פון א חסידישער איד.

אלעס איז טאקע היינט אויף אן אנדערע סטאנדארט, און מרעדט נישט פון שמוציג אדער נאכגעלאזן, אבער די שפיצן זענען א הכי תמצי וויאזוי צו מאכן א סטייל פונעם שטריימל, און דאס איז היפך כוונת השטריימל, וואס איז געווען ללעג ולקלס ביי די דרויסנדיגע וועלט וועלכע לויפט נאך סטיילס.
שבת איז א ענין אנצוטועהן שיינע בגדים אויב אזוי דארף מען האבן א שיינע שטריימעל לכבוד שבת
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5599
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19703

Re: מסורה פון לבוש ביי מענער

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 2:10 pm

שבת איז א ענין אנצוטועהן שיינע בגדים אויב אזוי דארף די שטריימעל אויך זיין שיין נישט נאכגעלאזט
שיין, יא. סטייל, היפך חסידות.

א נידריגע שטריימל קען אויך געמאכט ווערן שיין, די שפיצן איז נאר שיין ווייל ס'איז א סטייל.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2136
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2606

Re: מסורה פון לבוש ביי מענער

פאוסט דורך שבת קודש »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 2:13 pm

פאר נישט אזוי לאנג צוריק איז נישט געווען אזא באגריף פון שיינע פענסי חסידישע בתי מדרשים אלע בתי מדרשים זענען געווען פארקראכט
היינט בויעט מען איבעראל הערליכע פענסי בתי מדרשים לויט די היינטיגע סטיילס יעדער פארשטייט אז ס'איז א גוטע זאך לפאר ולרומם בית ד'
פארוואס זאל זיין אנדערשט א שבת'דיגע לבוש וואס מען טוט אן לכבוד שבת?

אויב קוקסטו צוריק אויף די אייראפעאישע שולן האט מען אלעמאל געבויט פראכטפולע שולן, ווי עס פאסט פאר א מקדש מעט.

א סטייל אין ארכיטעקטור איז איין זאך, סטייל'ס ביי לבושים זענען דא צו באפוצן דאס גוף.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2136
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2606

Re: מסורה פון לבוש ביי מענער

פאוסט דורך שבת קודש »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 2:28 pm אויב קוקסטו צוריק אויף די אייראפעאישע שולן האט מען אלעמאל געבויט פראכטפולע שולן, ווי עס פאסט פאר א מקדש מעט.
נאר די שטאטישע בתי מדרשים זענען געווען שיין נישט די חסידישע שטיבלעך
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2686
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 5784

Re: מסורה פון לבוש ביי מענער

פאוסט דורך פשוט און גראד »

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 2:26 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 2:13 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 2:10 pm
שבת איז א ענין אנצוטועהן שיינע בגדים אויב אזוי דארף די שטריימעל אויך זיין שיין נישט נאכגעלאזט
שיין, יא. סטייל, היפך חסידות.

א נידריגע שטריימל קען אויך געמאכט ווערן שיין, די שפיצן איז נאר שיין ווייל ס'איז א סטייל.
פאר נישט אזוי לאנג צוריק איז נישט געווען אזא באגריף פון שיינע פענסי חסידישע בתי מדרשים אלע בתי מדרשים זענען געווען פארקראכט
היינט בויעט מען איבעראל הערליכע פענסי בתי מדרשים לויט די היינטיגע סטיילס יעדער פארשטייט אז ס'איז א גוטע זאך לפאר ולרומם בית ד'
פארוואס זאל זיין אנדערשט א שבת'דיגע לבוש וואס מען טוט אן לכבוד שבת?
פארוואס שטעלסטו דיר אפ ביים שטריימעל?

אפשר גיי מיר צום גלעזער סטאר וכו‘ איינהאנדלען שיינע גלעזער לכבוד שבת?
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3931
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6556

Re: מסורה פון לבוש ביי מענער

פאוסט דורך וואוילער »

שיינע שפיצן, נו מילא, אבער די הייעך איז דאך סתם בושות, ס'קוקט אסאך מאל אויס ממש שרעקליך אבער מ'גייט מיט'ן סטייל.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
פשוט פשט
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 14, 2025 1:43 am
Location: בארא פארק
x 14

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

פאוסט דורך פשוט פשט »

שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:44 pm
ירא השם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:12 am הגה"צ ר' חיים רובין שליט"א אדמו"ר מראפשיץ האט אנגעטון א הויכע היט צו די בר מצוה וואינענדיג אין פלעטבוש
קומענדיג צום רבי'ן ז"ל (זיין פעטער) לייגן תפילין האט דער רבי אראפגענומען די היט פון זיין קאפ זאגענדיג פאר אים
דעם טאטענס א אייניקעל טוט נישט אן אזא היט
אויך פאר האדמו''ר משינווא ז''ל וואס איז געגאנגען מיט א הויכע היט האט די רבי געהייסען זיך טוישן פאר א פלאכע און אזוי האט ער טאקע געטועהן
מיר דאכט זיך אז אין די היסטארישע בילד פון סאטמאר רבין אין מאנסי סיון תשלט ווי אדמור משינאווע האט גערעד זענט מען אויפן בילד ווי ער טראגט נאך די הויכע היט... נישט אזוי?
ווער האט די בילד?
אנעקדאט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 269
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:37 pm
x 378

Re: וויפיל געוויכט טראגט די מסורה פון לבוש?

פאוסט דורך אנעקדאט »

פשוט פשט האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 9:18 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 1:44 pm
ירא השם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:12 am הגה"צ ר' חיים רובין שליט"א אדמו"ר מראפשיץ האט אנגעטון א הויכע היט צו די בר מצוה וואינענדיג אין פלעטבוש
קומענדיג צום רבי'ן ז"ל (זיין פעטער) לייגן תפילין האט דער רבי אראפגענומען די היט פון זיין קאפ זאגענדיג פאר אים
דעם טאטענס א אייניקעל טוט נישט אן אזא היט
אויך פאר האדמו''ר משינווא ז''ל וואס איז געגאנגען מיט א הויכע היט האט די רבי געהייסען זיך טוישן פאר א פלאכע און אזוי האט ער טאקע געטועהן
מיר דאכט זיך אז אין די היסטארישע בילד פון סאטמאר רבין אין מאנסי סיון תשלט ווי אדמור משינאווע האט גערעד זענט מען אויפן בילד ווי ער טראגט נאך די הויכע היט... נישט אזוי?
ווער האט די בילד?
פיילס
שינאווא.jpg
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2025 11:48 pm איך טו נישט און איך ווייס נישט, און ס'קומט נישט דא אריין.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3259
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10089

Re: מסורה פון לבוש ביי מענער

פאוסט דורך פופציגער »

מיר אויסגעקומען לעצטנס צו רעדן מיט עמיצן וואס פארפירט וועגן די הויכע שטריימלעך, און אים געפרעגט, זעסטו דען נישט אז רוב רבנים טראגן דאס? קלערסטו נישט אז דאס איז זה קלי ואנוהו? און, טראגסטו דען נישט א שטריימל וואס איז העכער ווי דיין זיידע’ס?

האט ער מיר ערקלערט אז נישט דער שפיץ, און אויך נישט די שיינקייט פונעם שטריימל, איז וואס אים באדערט.

אים באדערט דער וועג וויאזוי דער סטייל לויפט. קוק די עדס פון די שטריימל געשעפטן, און קוק וועלכע פאטא-שאטס זיי לייגן אויף די עדס.

מ’נעמט דעם שטריימל, מ’איז עס מגשם, און מ’מאכט עס פאר א שטעקן צו אריינברענגען א נייעם מאדע אז מענער מאכן זיך שיין. א זאך וואס ביי שטריימל-אידן איז אלעמאל געווען אפגעפרעגט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אנעקדאט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 269
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:37 pm
x 378

Re: מסורה פון לבוש ביי מענער

פאוסט דורך אנעקדאט »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 12:44 am מיר אויסגעקומען לעצטנס צו רעדן מיט עמיצן וואס פארפירט וועגן די הויכע שטריימלעך, און אים געפרעגט, זעסטו דען נישט אז רוב רבנים טראגן דאס? קלערסטו נישט אז דאס איז זה קלי ואנוהו? און, טראגסטו דען נישט א שטריימל וואס איז העכער ווי דיין זיידע’ס?

האט ער מיר ערקלערט אז נישט דער שפיץ, און אויך נישט די שיינקייט פונעם שטריימל, איז וואס אים באדערט.

אים באדערט דער וועג וויאזוי דער סטייל לויפט. קוק די עדס פון די שטריימל געשעפטן, און קוק וועלכע פאטא-שאטס זיי לייגן אויף די עדס.

מ’נעמט דעם שטריימל, מ’איז עס מגשם, און מ’מאכט עס פאר א שטעקן צו אריינברענגען א נייעם מאדע אז מענער מאכן זיך שיין. א זאך וואס ביי שטריימל-אידן איז אלעמאל געווען אפגעפרעגט.
והוא הדין טו"ת בייטלעך
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2025 11:48 pm איך טו נישט און איך ווייס נישט, און ס'קומט נישט דא אריין.
א”י’דיגע אידיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 03, 2025 3:03 pm
x 39

Re: מסורה פון לבוש ביי מענער

פאוסט דורך א”י’דיגע אידיש »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 12:44 am מיר אויסגעקומען לעצטנס צו רעדן מיט עמיצן וואס פארפירט וועגן די הויכע שטריימלעך, און אים געפרעגט, זעסטו דען נישט אז רוב רבנים טראגן דאס? קלערסטו נישט אז דאס איז זה קלי ואנוהו? און, טראגסטו דען נישט א שטריימל וואס איז העכער ווי דיין זיידע’ס?

האט ער מיר ערקלערט אז נישט דער שפיץ, און אויך נישט די שיינקייט פונעם שטריימל, איז וואס אים באדערט.

אים באדערט דער וועג וויאזוי דער סטייל לויפט. קוק די עדס פון די שטריימל געשעפטן, און קוק וועלכע פאטא-שאטס זיי לייגן אויף די עדס.

מ’נעמט דעם שטריימל, מ’איז עס מגשם, און מ’מאכט עס פאר א שטעקן צו אריינברענגען א נייעם מאדע אז מענער מאכן זיך שיין. א זאך וואס ביי שטריימל-אידן איז אלעמאל געווען אפגעפרעגט.
קומט אויס אז אויב גייען די הוט געשעפטן מאכן מאדערן עדס מיט שיינע ברייטע ביבער הוטן אויף אויסגעפיצטע אינגערלייט גייט עס ווערן אסור? מ’דארפ זיך נישט זארגן?
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 201
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 231

Re: מסורה פון לבוש ביי מענער

פאוסט דורך דריידל »

איז קאפס אויף די הויזן אויך א מסורה?

מיין ווייב זאגט מער אז די באפיצטע אינגעלייט גייען נישט מיט קיין קאפס
62, בלאק אריין די קעדי
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4517
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5950

Re: מסורה פון לבוש ביי מענער

פאוסט דורך שמח »

דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 11:11 am איז קאפס אויף די הויזן אויך א מסורה?

מיין ווייב זאגט מער אז די באפיצטע אינגעלייט גייען נישט מיט קיין קאפס
מסורה ווייס איך נישט

אבער דו קענסט קוקן ווער ס'טוט וואס און טראכט אויב דו ווילסט פארעכענט ווערן ווי אן חלק פון יענע סארט חברה.
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 201
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 231

Re: מסורה פון לבוש ביי מענער

פאוסט דורך דריידל »

שמח האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 12:48 pm
דריידל האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 11:11 am איז קאפס אויף די הויזן אויך א מסורה?

מיין ווייב זאגט מער אז די באפיצטע אינגעלייט גייען נישט מיט קיין קאפס
מסורה ווייס איך נישט

אבער דו קענסט קוקן ווער ס'טוט וואס און טראכט אויב דו ווילסט פארעכענט ווערן ווי אן חלק פון יענע סארט חברה.
אסאך בנשק'לך און אנדערע חסידישע אידן גייען נישט קיין קאפס אויף די האלבע הויזן.
62, בלאק אריין די קעדי
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5599
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19703

Re: מסורה פון לבוש ביי מענער

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דאן גיי אויך נישט מיט קאפס אויף די האלבע הויזן.
שרייב פאוסט