ארויף אויפן 'טיש'… טיפס פאר משמחים און בדחנים

להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 731
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 2266

Re: ארויף אויפן 'טיש'… טיפס פאר משמחים און בדחנים

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

ווען צו פארטיגן די דרשה?

עס איז נישט שייך צו זאגן קיין כללים, ווייל יעדע סיטואציע איז אנדערש.
אבער דאך עטליכע טיפס

טייל בדחנים מאכן צומאל דעם טעות אז איינמאל דער עולם לאכט גוט דארף מען רעדן און רעדן ווייל זעהסט דאך אז עס גייט גוט... אבער למעשה רעדן זיי צו לאנג, אפטמאל מאכט זיך אז ער קריכט, און די לעצטע עטליכע מינוט קראכט עס נישט ווי ער האט געוואלט, און דער ציבור גייט אוועק מיט א געפיל "ער רעדט ווי א באבע, ער קריכט אויף די נערוון..."

דעריבער אויב האסטו שוין גערעדט א 10/15 מינוט און עס קראכט ב"ה, דאן געב אן ענדיג צו מיט ברכות לרוב
דער עולם גייט בעטן מער, אבער דער געשמאק פון לאזן דעם עולם הונגעריג, און זיי גייען ארויס מיט א גוטע געפיל אז דא האט געקראכט א מחיה, איז אסאך בעסער פון ענדיגן קארני

אוודאי איז דא דער מחותן אדער שוואגער וואס קרומט "פארדעם צאל איך 500 דאלער? פאר 15 מינוט???"
אבער ביי זיך דארף מען וויסן אז פאר יענעמ'ס טובה אז ער זאל בלייבן מיט געשמאקע זכרונות פון דעם שבע ברכות - און פאר דיין אייגענע ביזנעס, לוינט זיך אזוי ענדערש.

כמובן איז דאס נישט שייך ווען מען רופט דעם בדחן צו די סעודה אז ער זאל מאכן נויז אגאנצע סעודה, אבער דעמאלס דארף מען אויך זעהן, אויב זאכן פארן גוט, דאן שפיל מיט, אויב קומט עס ארויס קארני זיי ממעט אביסל.

איך טרעט כמעט נישט אויף - אבער פאריאר האב איך געהאט אן אויפטריט ביי א געוויסע צוזאמקום, כ'האב מיר צוגעגרייט א לאנגע צעטל מיט מסתמא 20 ווערטלעך, עס זענען פאר מיר געווען עטליכע רעדנערס וואס האבן מאריך געווען, אבער מיין דרשה האב איך מיך געמאכט א זייגער ווען צו ענדיגן, און איינמאל עס האט זיך גענדיגט האב איך מסיים געווען און געלאזט בערך האלב דרשה אומגעזאגט, (כ'האב געזאגט פארן ציבור אז דער דרשה גייט נישט נעמען לענגער פון כך וכך, - און ביי מסיים זיין האב איך געזאגט אז טראץ וואס עס איז נאך דא האלבע דרשה, אבער איך מוז מיך האלטן צו מיין זייגער)

דער ציבור איז געבליבן הונגעריג, און ארויס מיט א גוטע געשמאקע געפיל בס"ד.

עס איז נישט קיין מצוה צו אפזאגן דאס גאנצע וואס מען האט זיך צוגעגרייט, עס איז נישט קיין מגילת אסתר


אט דעם כלל גילט אויך ביים קופקע ביים לחיים אין בית המדרש, ביים זיך טרעפן אין סטאר, און ביי א וואכנאכט, אויב ביסטו דער גוטזאגער, אדער סתם אזוי זאפטיגער שמועסער און רעדל פירער, אויב זעהסטו אז דער עולם שמייכלט גאר גוט, יעצט איז צייט צו פארענדיגן דעם שמועס! אינמיטן דעם הויעכפונקט!
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 731
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 2266

Re: ארויף אויפן 'טיש'… טיפס פאר משמחים און בדחנים

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

אן אינטערעסאנטע טיפ.

ווען מען רעדט בדחנות, א דרשה און דו ווילסט זאגן א דבר צחות, סתם אין א שמועס אין בית המדרש און די ווילסט זאגן א ווערטל, איז כדאי צו מאכן תנועות/פאקסן (איבערגעטריבענע שארפע מינע, א בליץ מיט די אויג, צוקנייטשטע שטערן, ברייט צועפנטע אויגן, וכו' הכל לפי מה שהוא אדם) אדער רעדן אויף א וועג אז יענער זאל פארשטיין אז דו זאגסט יעצט א ווערטל.

אויב וועסטו עס זאגן גראד וועט יענער נישט כאפן אז דו זאגסט יעצט א ווערטל, ער וועט מיינען אז דו זאגסט א עכטע זאך, און צומאל וועט ער זיך וואונדערן אויף דיר אז דו רעדסט צומישט און נישט צו די זאך, אדער וועט ער טראכטן אז עפעס איז ראנג מיט אים אז ער פארשטייט נישט דיינע ווערטער...

דעריבער מאך זיכער אז דער ציבור ווייסט אז יעצט רעדט מען צחות, א געווענליכער ערנסטער בעל דרשן וועט אנהייבן אזוי "כ'האב אזוי געקלערט בדרך צחות אז..." אדער "מען דערציילט א ווערטל אז עס איז אמאל געווען א ...." ר' אברהם מרדכי מלאך זאגט געווענליך ביי זיינע דרשות מיט זיין תנועה "ווייסטעך עס איז געווען אמאל א...."

כ'האב נישט געזאגט אז דו זאלסט אזוי טון, אבער טרעף דיין אייגנארטיגע וועג צו מסביר זיין בשעת'ן רעדן אז דו רעדטסט יעצט ווערטל'דיג - כמובן דארף מען אויך אכטונג געבן נישט צו זיין קארני, אבער פארשטייסט די נקודה...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 731
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 2266

Re: ארויף אויפן 'טיש'… טיפס פאר משמחים און בדחנים

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

עס איז בעצם א מילתא דפשיטא, אבער עס איז דאך אינטערעסאנט אז בדחנים און אזוי אויך משפחה מיטגלידער אויף א שמחה מאכט זיך אז עס ווערט פארזעהן.

נעמליך, היות דער בדחן איז דא חוזק צו מאכן, צולייגן א זאך, און צומאל קען זיין א געשמאקע נושא, נאר איין פראבלעם, צומאל איז דא איינער אין די משפחה וואס איז געשלאגן אין די נושא, און יעצט ווען דער בדחן צולייגט עס, שטעכט ער דערמיט אומוויסנד איינער פון די משתתפים, דאס קען זיין דער מחותן, דאס קען זיין א געהרטע זיידע, אדער דער חתן כלה זעלבסט!

דעריבער איז אלס כדאי אז דער בדחן מצדו זאל פרעגן פארדעם וואסערע בובו'ס עס איז דא אז ער זאל וויסן פון וואס נישט צו רעדן, און דאס זעלבע זאלן די משתתפים זיך פארשטענדיגן מיטן בדחן וואספארא נושאים עס קען דא ווייטוהן.

צב"ש אויב איז איינער גע'גט, אדער דער חתן האט א שוואכקייט מיט הערן, דער מחותן האט נארוואס פארלוירן זיין דזשאב, א זיידע וואס מען האט אפגעזאגט פון דאס גבאית אין בית המדרש, יעדע בובו איז כדאי אויסצושמועסן כדי צו פארמיידן אומאיינגענעמליכקייטן.

געשריבן אונטערן רושם וואס איינער האט מיר פארציילט איבער א געוויסער בדחן וואס שטייט ווייט כמטחוי קשת פון וויי טוהן א איד, אסאך ווערטלעך גייען ביי אים אין מיסט ווייל עס קען מצער זיין א איד, און פונקט ביי אים האט זיך געמאכט אז ער איז געווען אויף א שבע ברכות און צולייגט סעקאנד מערידזש און די סוגיא פון מס' גיטין, ער האט געפעיסט דעם זיידן ביים דאס צולייגן, ווי שאקירט און אויסמענטש איז ער געווארן ווען ער איז געוואר געווארן אז דער זיידע איז א גרוש...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 731
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 2266

Re: ארויף אויפן 'טיש'… טיפס פאר משמחים און בדחנים

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

אן אינטערעסאנטע איידיע האב איך געהערט פון ר' חיים מענדל ז"ל און לעצטנס איז נתפרסם געווארן אזא רעקארדינג פון הרב אברהם מערץ הי"ו
נעמען גראמען וואס שטימט דירעקט נישט
דער עולם וועט זיך וואלגערן

שטיי מיר דא ראש חודש ניסן
יעדער טוט פון די חלוקה הנאה האבן (געניסן)

עס קומען פאר חלוקות און אלע זייטן
יעדער טוט זייערע אפליקאציעס פובליצירן (פארשפרייטן)

די מצה בעקערייען זענען זייער פארנומען
יעדעמ'ס ארדער זאל מעטשן (שטימען)

די האוזווער סטאר נעמט אויף א פארברייטערטע סטעף
אז די קאסטומער'ס זאלן זייער אייטעם שנעל געבן א געפון (טרעף)

די שיך סטאר איז איבערגעשטאפט
עס איז נישטא פלאץ קיין פיצי (טראפ)

די רעסטאראנט האט געלט געספענדט
אינדרויסן אויפגעשטעלט א גרויסע שאטער (טענט)

פארשטייסט די איידיע

(עד כאן געקאפיט פון דארט
מכאן ואילך פריש פון אידטיש...)
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 323
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 182

Re: ארויף אויפן 'טיש'… טיפס פאר משמחים און בדחנים

פאוסט דורך אני-הק' »

מ'דארף עס אבער מאכן גוט, ווי למשל זיך אפשטעלן א האלבע סקונדע פארן ענדיגן די לעצטע ווארט פון די צווייטע שורה, אז יעדער זאל אליינס טראכטן די וואס קומט נעקסט, און למעשה נוצט מען די אנדערע ווארט...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 133
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 199

Re: ארויף אויפן 'טיש'… טיפס פאר משמחים און בדחנים

פאוסט דורך א טויב »

@להגדיל הטראסק יאויש איז דאס גוט, און נאכמער וויכטיג, א גרויסן יישר כח פארן ברענגן.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1550
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 3520

Re: ארויף אויפן 'טיש'… טיפס פאר משמחים און בדחנים

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 6:22 pm
(עד כאן געקאפיט פון דארט
מכאן ואילך פריש פון אידטיש...)
@להגדיל הטראסק דאס איז וואס דו גיבסט פאר אידטיש?!, נו... פארשעם אונז נישט...
נישט יעדער וואס רעדט אסאך, ווייסט אסאך...
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 731
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 2266

Re: ארויף אויפן 'טיש'… טיפס פאר משמחים און בדחנים

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

אדרבא!
האסט נאך טיפס און זאכן וואס מען דארף אויסשמועסן?
קום אריין!
עס ליגט אסאך חומר ביז אהער!
איך בין נישט קיין מחבר פון ווערטלעך, איך בין נישט קיין בעל דרשן, איך פארשטיי נישט קיין פסיכאלאגיע פון ווערטלעך
אבער אויב דו יא דאן קום אריין!
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
שרייב פאוסט