ארויף אויפן 'טיש'… טיפס פאר משמחים און בדחנים
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2061
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 6628

פתיחה
כ'האב נישט יעצט קיין צייט צו מאריך זיין אבער א קורצע דעסקריפציע פאר דעם אשכול
דא וועט מען אי"ה זיך צונויפשמועסן אלעס ארום בדחנות,
צב"ש, ווי אזוי צו דעליווערן א ווערטל, ווי אזוי אראפצולייגן א קנאקעדיגע בדחנות
טיפס ווי אזוי צו האנדלען פארשידענע סארט סיטואציעס וואס זאלן זיך יא אדער נישט מאכן
געלונגענע איידיעס וואס מען קען מאכן
קארני איידיעס וואס מען זאל נישט מאכן
וכו' וכו' וכו'
עמער פרובירן ווען עס וועט זיין צייט צו שרייבן אביסל דערוועגן
אבער יעדער איז וועלקאם אריינצוקומען מיט זייערע קאמענטארן, כל זמן עס ווערט געשריבן בדרך כבוד ונימוס לתועלת הדבר.

דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.

Re: ארויף אויפן 'טיש'... טיפס פאר משמחים און בדחנים
געוואלדיג!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
Re: ארויף אויפן 'טיש'... טיפס פאר משמחים און בדחנים
עס איז גערעסערע ביזיונות ווען מען פארשטאלפערט זיך אויפן אויבנאן אדער אויפן בענקל, ווי זיך אויפשטעלן און ארויסנעמען צעטליך!
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2061
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 6628
Re: ארויף אויפן 'טיש'... טיפס פאר משמחים און בדחנים
די ערשטע תגובה עלעך שרייבן די ערשטע קאממאן
מען טאר נישט רעדן קיין אפיקורסית וכדו' אפילו לשם דזשאוק!!!
מען טאר נישט מאכן קיין ליצנות פון אידישקייט!!!
מען טאר נישט רעדן קיין ניבול פה!!!
מען טאר נישט מבזה זיין קיין איד!!!
מען האט ביטער חרטה דערויף!!! - אני בעניי בין אמאל געווען אויף א שבע ברכות פון מיין חבר אויף אפאר מינוט, דער בדחן האט זיך גענומען איבער מיינע ביינער און מיך מבזה געווען ברבים אויף א שרעקליכע פארנעם, (דער מחותן איז מיר נאכגעלאפן ביז אינדרויסן פון זאל איבערבעטן) און טראץ מיינע באמיאונגען אים צו מוחל זיין בלב שלם מיט אלע סארטן לימודי זכות, האט עס גענומען אפאר יאר ביז דער אייבערשטער האט מיך געהאלפן אז כ'האב יענעם מוחל געווען מיטן גאנצן הארץ און אפגעווישט יעדע טינא בלב ב"ה, עס לוינט נישט פאר די קורצע הנאה, זיך צו הרג'ענען
מער טיפס ווי אזוי צו האנדלען פארשידענע סיטואציעס - פאר דעם האב איך ג'עפנט דעם אשכול
און איבער אלעם איז דער יסוד, תפילה צדקה, און סייעתא דשמיא.
(כ'האב עס געקאפיט פון אייוועלט, פשוט ווייל כ'האב ווייניגער ישוב הדעת יעצט און ווייניגער צייט, און דארט איז עס ארויסגעקומען זייער קלאר דעריבער איז א שאד צו איבערצושרייבן פונדאסניי - כמובן קאפי איך נאר אייגענס, און נישט יענע גאנצע אשכול, און ניין, איך גיי דיר נישט צוצייגן יענע אשכול כמובן)
מען טאר נישט רעדן קיין אפיקורסית וכדו' אפילו לשם דזשאוק!!!
מען טאר נישט מאכן קיין ליצנות פון אידישקייט!!!
מען טאר נישט רעדן קיין ניבול פה!!!
מען טאר נישט מבזה זיין קיין איד!!!
מען האט ביטער חרטה דערויף!!! - אני בעניי בין אמאל געווען אויף א שבע ברכות פון מיין חבר אויף אפאר מינוט, דער בדחן האט זיך גענומען איבער מיינע ביינער און מיך מבזה געווען ברבים אויף א שרעקליכע פארנעם, (דער מחותן איז מיר נאכגעלאפן ביז אינדרויסן פון זאל איבערבעטן) און טראץ מיינע באמיאונגען אים צו מוחל זיין בלב שלם מיט אלע סארטן לימודי זכות, האט עס גענומען אפאר יאר ביז דער אייבערשטער האט מיך געהאלפן אז כ'האב יענעם מוחל געווען מיטן גאנצן הארץ און אפגעווישט יעדע טינא בלב ב"ה, עס לוינט נישט פאר די קורצע הנאה, זיך צו הרג'ענען
מער טיפס ווי אזוי צו האנדלען פארשידענע סיטואציעס - פאר דעם האב איך ג'עפנט דעם אשכול
און איבער אלעם איז דער יסוד, תפילה צדקה, און סייעתא דשמיא.
(כ'האב עס געקאפיט פון אייוועלט, פשוט ווייל כ'האב ווייניגער ישוב הדעת יעצט און ווייניגער צייט, און דארט איז עס ארויסגעקומען זייער קלאר דעריבער איז א שאד צו איבערצושרייבן פונדאסניי - כמובן קאפי איך נאר אייגענס, און נישט יענע גאנצע אשכול, און ניין, איך גיי דיר נישט צוצייגן יענע אשכול כמובן)
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2061
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 6628
Re: ארויף אויפן 'טיש'… טיפס פאר משמחים און בדחנים
אטמאספער> ציווילע משתתף(שוואגער/פעטער/שכן)>הכנה
לאמיר אנהייבן מיטן אויסשמועסן פארשידענע ענינים ואין מוקדם ומאוחר
פאר דו גייסט צו א שמחה, איז גוט זיך צו צוגרייטן אביסל, מיט נושאים וואס אויפצוברענגען ביים טיש.
אפטמאל מאכט זיך מען קומט צו א שמחה, עס איז קאלעמוטנע, מען ווארט איינער אויפן צווייטן, רוף דיך שוין אן מיט עפעס!, מען ווארט שוין אז דער זיידע זאל אויפטרעטן, און "ברענג שוין די נעקסטע קורס!" ביני לביני, זעהט איינער אז עס איז נישט קיין תכלית, טרייט ער צו זאגן א ווערטל אדער א פאני זאך, עס געלונגט קארני, און מען איז משמח חתן וכלה מיטן אפאטעמען אז שמחה איז שוין געקומען צו אן ענדע.
אויב קומסטו גרייט מיט נושאים וואס אויפצוברענגען אויפן טיש, פארשטענדליך זאכן וואס קאנעקטעט מיט יענעם ספעציפישן עולם, אז דער ציבור זענען טעגלאשע חסידים, ברענג ארויף טעגלאשע נייעס, צו סתם אזוי נייעס פון דעם היימישן הויף, אדער גאר נייעס פונעם צד שכנגד, אז עס זאל זיך קאכן און היצן א שמועס, (פארשטייט זיך נאר וואס מען מעג).
אז די קראוט זענען עקאנאמיסטן, ברענג ארויף די אינפראסטראקטשער ביל, מארגעטשעס, וכדו', זאכן מיט וואס זיי זענען באהאוונט, דו מוזט אפילו נישט זיין אויסגעקאכט, זיי וועלן שוין ממשיך זיין דעם שמועס.
זיי זענען פרומע חאניאקעס? ברענג ארויף כאניאקישע מערכות, לדוגמא: קברים אין א"י, חתונה תקנות, נייע מאדערניזם וואס כאפט זיך אריין, זאלן זיי וויינען און זיך אויסגעבן - דער עיקר, עס וועט נישט זיין קאלעמוטנע.
ביי א תורה'דיגע שטוב, גרייט דיך צו די לעצטע שערוריות, אדער אינטערעסאנטע שאלות, אינטערעסאנטע ענינים פון די סדרה, זאכן וואס קען אריינציען אין א שמועס,
און אזוי ווייטער
אז דער חתן זיצט עלנד אויפן אויבנאן, שלעפ אים אריין אין שמועס, פארריק די טישן אז ער זאל מיטהאלטן!
כמובן אז אויב די מצב איז סייווי לעבעדיג, טריי נישט צו ארויפברענגען דוקא דיינע טעמעס וואס דו האסט זיך צו צוגעגרייט, וועסט אויסקוקן ווי א נודניק, ענדערש שפיל מיט און ענדזשוי די שמחה מיט איעדעם.
תמצית היוצא:
פאר דו גייסט צו א שמחה, גרייט דיך צו אקטועלע נושאים וואס אויפצוברענגען, אז עס זאל זיך אנטוויקלען א געשמאקע שמועס.

וויאזוי פילט א בדחן אויפן סטעיזש?
אלס אין מוקדם ומאוחר עמער היינט רעדן פון די נושא ווי אזוי דער בדחן פילט זייענדיג אויפן סטעידזש.
עס איז דא אסאך מענטשן וואס מיינען אז דער בדחן וואס שטעלט אן א פנים ווי א פרייליכער איד, ער איז א קלאון, ער איז א דאלי, ביי אים גליטשן זיך ארויס ווערטלעך פון ארבל ארויס, ער האט נישט קיין אימתא דציבורא, ער ווערט נישט דערשראקן און ריסטרעקטעד ווען איינער האקט אריין אדער שטערט אים, ער איז שוין אימיונט דערצו! ער דזשאוקט אז עס גייט א נחת, ער איז דער ציל ברעט פון ליצנות און עס באדערט אים נישט ווען מען מאכט אים אוועק און ווען מען מאכט חוזק פון אים.
ווער רעדט נאך ווען מען רעדט פון א סטאר רעדנער, א באקאנטע שטערן, ביי אים וואקלט זיך ארויס דרשות במחי יד אטאמאטיש!, איך זעה דאך ווי אזוי ביי דינערס און ביי מסיבות ווען איינער רעדט אריין האט ער א געלונגענע זאץ אזוי ספאנטאן, ניכט וואר?
דער אמת איז אבער פונקט פארקערט, יעדער רעדנער פאר ער האלט א פראפעסיאנאלע דרשה, א געלונגענע בדחנות, ציטערט ער אין די הויזן, צו גייט עס געלונגען צו נישט? וואס גייען זיין מיינע פלאפס? וואס זאל איך זאגן? און נאך מער, וואס זאל איך נישט זאגן?, עס דארף זיין צו די זאך, נישט פלעין קארני, פון וועם גיי איך כאפן נאכדעם? און אפשר קען שוין דער עולם די דזשאוק און קיינער וועט נישט לאכן? און אזוי ווייטער.
עס איז א פאקט אז אנגעהויבן פון פלוני און געגאנגען צו פלוני, מעכטיגע רעדנערס, וואס האלטן דעם עולם געשפאנט, און דער עולם קוילערט זיך פאר געלעכטער, געלונגענע גראמערס וואס גראמען ביי די גרעסטע רייסערישע נגידים, זיי זיצן אין די טעג און אין די שעות בעפארן אויפטריט אנגעצויגן ווי א בין מלא ספיקות, טראץ וואס פון דרויסן שטעלען זיי צומאל אן א גלאטע שמייכל כאילו זיי זיצן יעצט ביים וואסער האנימאאן.
איך רעד יעצט נאר פון די געציילטע נעמען פון וועם כ'האב געהערט כלי ראשון צו וועם טייל פון די דאזיגע חברה האבן זיך אויסגערעדט - וואס איך וועל כמובן דא זיי נישט אויספויקן ברבים.

יעצט שרייבנדיג קומט מיר אויף
און די אימתא דציבורא דאס איז גורם אויף צומאל ציפעדיגע רעזולטאטן ווען איינער שטערט זיי, אדער זיי ווערן ריסטרעקטעט פון עפעס אדער עמיצן.
דאס ברענגט אונז צו 2 זאכן:
1) ווען דו ווערסט אמאל נפגע פון א בדחן זאלסטו וויסן אז ער האט גארנישט קעגן דיר, ער וויל דיך חלילה נישט צונאר לייגן, ער וויל דיך חלילה נישט מבזה זיין, נאר סאם האו איז ער יעצט פארלוירן, צו ווייל האסט אריינגעוואקט, אריינגערעדט, אוועקגענומען די אטענשאן פון ציבור אינמיטן זיין דרשה, און ער ווערט פארלוירן, און אפילו דו האסט גארנישט געטון איז ער פארלוירן צו ווייל ער האט פארגעסן וואס ער האט געוואלט זאגן, אדער ער איז געווארן ריסטרעקטעט פון א צווייטן וועם ער קען נישט מעיז פנים זיין און דו דינסט אלס זיין רעטונגס ברעט אין וואס זיך אנצוכאפן, נעם אן די בזיונות און פריי דיך אז האסט געראטעוועט א אידיש נפש.
2) אויב ביסטו דער בדחן און משמח, פרוביר צו האבן די טיפס און איידיעס צו זיין צוגעגרייט אין סיי וואספארא אומגעראכטענע סיטואציע אז זאלסט עס געניט הענדלען אן צאפן אידיש בלוט.

און אז איך שרייב שוין לאמיר עס טאקע שרייבן און געהעריג ארויסברענגען
אויב ביסטו נפגע געווארן פון א בדחן - ווי כ'האב אויבן געשריבן ווען איך בין נפגע געווארן פון יענעם בדחן - לאמיר דיר געבן עטליכע געדאנקען פארוואס דאס האט פאסירט און אפשר וועט עס העלפן אז זאלסט אים מוחל זיין

- דו האסט אריינגערעדט אין זיין דרשה און ער האט דיר געמוזט אפענטפערן.
- האסט געטון עפעס אינמיטן זיין דרשה - מעגליך אומוועלנדיג - וואס האט אוועקגענומען די אטענשאן פונעם ציבור באיזה אופן שהוא.
- האסט גערעדט צום חתן אדער מחותן אינמיטן זיין דרשה.
- ער האט א זאפטיגע קאמענט און דאס גייט נאר אויף א צווייטנס חשבון און ער כאפט נישט אז עס טוט דיר וויי.
- ער מיינט ארויסצוברענגען דיין שבח און ער כאפט נישט אז דו נעמסט עס אן נעגאטיוו.
- ער איז נישט געהעריג צוגעגרייט און אין א פארלוירענע פרואוו נעמט ער דיר אלס ציל ברעט וואס זאל אים ראטעווען פון בושות.
- זאכן גייען אנדערש ווי געפלאנט, און ער זוכט סופארט און דורכן זיך נעמען אויף דיינע ביינער וויל ער זיך ראטעווען - אבער ער מיינט חלילה נישט דיר פערזענליך אבער ער עסט זיך בשעת מעשה זעלבסט אז ער דארף צוקומען דערצו.
- דו מאכסט א רושם ווי דו האסט הנאה צו זיין א פארט פון די זאך און באקומען זיין אטענשאן, דעריבער האלט ער אז עס איז א זה נהנה וזה נהנה, אבער ווען ער ווייסט ווען אז עס שטעכט דיר באמת וואלט ער עס חלילה נישט געטון - אין אזא פאל זאג אים נאכדעם איידעלערהייט אז דו האסט נישט ליב צו זיין אין פאבליק אדער אז דו האסט נישט ליב אזוינע סארט ווערטער אין דיין ריכטונג, ער וועט דיך אין רוב פעלער איבערבעטן, און אפילו נישט איז ער נאך אלס פארלוירן און עס פאסט אים נישט מודה צו זיין אין זיין דורכפאל, האב רחמנות אויף אים און זיי אים מוחל.
- אויב איז אלס זיין שטייגער אזוי צו טון איז ער זעלבסט א גרויסער רחמנות, ער האט שוועריגקייטן אין לעבן, ער איז א מר נפש ל"ע מיט ווייניג זעלבסטשאץ, ווייניג עכטע תוכן, און אט די חסרונות פרובירט ער צו פארדעקן מיט ווערטלעך און אפטמאל אויף א צווייטנס חשבון - זיי אים מוחל ווייל ער איז נעבעך א גרויסער רחמנות...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2061
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 6628
Re: ארויף אויפן 'טיש'… טיפס פאר משמחים און בדחנים
בדחן>עמטליכע אויפטריט> ווי אזוי הייבט מען אן די דרשה?
כמה אופנים, און אדרבה! זאל דער עולם אריינקומען!
={מיט א פריינטליכע שמייכל} "מזל טוב חתן! מזל טוב מחותן! דער באשעפער זאל העלפן אז אלע ברכות וואס מען האט געוואונטשן ביז אהער זאלן מקוים ווערן! גראדע ווייסטעך, איך דריי מיך אין ישיבה איז דארט פאריגע וואך וכו'
= איינער מיט א טאלאנט צו גראמען הייבט אן מיט א קורצע ניגון של שמחה באגראמענדיג די שמחה אויף א הומאריסטישן אופן.
= לא איש דברים אנכי איך בין נישט צוגעגרייט {בשעת'ן זאגן די ווערטער נעמט מען ארויס די צעטלעך וואס מען האט זיך צוגעגרייט מיט א בלעכענעם פנים} אבער דער מחותן איז מיר א פערזענליכע ידיד און אים קען מען נישט אפזאגן וכו' דער אמת איז איך בין פאריגע וואך געווען אין ישיבה האב איך וכו'
= א פרישע חידוש זאגט מיר א בדחן נעכטן אז היות דער עולם האט נישט ליב קיין הקדמות פאלט ער אריין אין א דרשה מיט דעם פאלגענדן סגנון "דער מחותן האט געזאגט אז שלום בית איז נישט אזא איידעלע זאך דעריבער עמער רעדן פון ישיבות, פאריגע וואך בין איך גראדע געווען אין ישיבה און דארט וכו'
איך כאפ נאר אן א דוגמא ווייל ביי די דריטע אופן קען מען קאסטומייזן און אנשטאט "פערזענליכע ידיד" קען מען נוצן "דער גבאי" קען מען נישט אפזאגן "דער בעל קורא" וכו' און סיי וואס דער מחותן וועט זיך פילן געשמאק און תן לחכם ויחכן עוד, ודי בהערה זו

בדחן>עמטליכע אויפטריט> איינער זאגט מזל טוב אינמיטן רעדן.
איך וואלט ווען מאריך געווען מיטן אראפלייגן די מציאות הדברים ווי אזוי עס קוקט אויס ווען דער בדחן איז קאנצעטרירט אין זיין דרשה, ער האלט אינמיטן מעכטיגע באמבעס די זאל טרייסלט זיך פאר געלעכטער, און יאסי גימפלאוויטש, יאגט זיך צו זיין קאר וואס ווארט אים אינדרויסן, ער געבט א שטעק אריין די הענט און געבט מזל טוב.
דו קענסט זיך פארשטעלן ווי אזוי דער בדחן פילט דעמאלס...
אבער בלייבן שטיל איז נישט קיין עצה, סאו ווי אזוי האלט מען דעם שפאנונג און די המשך פון די רעדע?
עטליכע מהלכים און אדרבה! קומטס ארויף מיט נאך מהלכים און עקספיריענס!
" פאריגע וואך בין איך געווען אין ישיבה איז דארט געווען א בחור... {יענער שטרעקט אויס די הענט און געבט מזל טוב} יו - ו... { דא דרייט זיך דער בדחן אויס צום עולם} שוין! אין די מידטיים עלעך דערציילן פארן עולם א מעשה! א מעשה הפלא ופלא! פאריגע וואך בין איך געווען אין ישיבה, איז דארט געווען א בחור...
" פאריגע וואך בין איך געווען אין ישיבה איז דארט געווען א בחור... {יענער שטרעקט אויס די הענט און געבט מזל טוב} אה! מזל טוב!, {זיך באציענדיג צום מזל טוב געבער} און דער באשעפער זאל אויך דיך געבן אלע גוטע השפעות! געלט! כבוד! נחת! דזשאוקס! קעצלעך! ביי די גארביטש! זיך באדן! אין שמחה! {ביז יענער ענדיגט}
" פאריגע וואך בין איך געווען אין ישיבה איז דארט געווען א בחור... {יענער שטרעקט אויס די הענט און געבט מזל טוב} אה! אזא חשובע גאסט!, איך האב דרך ארץ פאר אים! עס שיינט די קדושה פון זיין פנים! פשש... און יעצט געבט ער מזל טוב פארן מחותן! אזוי הארציג! אבער נעבעך! די פאנטשליין וועט ער נישט הערן...אפשר האט ער מורא פון א פאנטשליין?... גראדע איך אינדערהיים באקום אויך דזשאוקס! עה... נישט ממש, נאר די פאנטשליין... {יענער האט שוין גענדיגט געבן מזל טוב} גראדע חתן! איך בין נעכטן געווען אין בית המדרש טרעף איך דארט יארמער ראש ישיבה זאג איך אים וכו'
איין זאך! אויב נוצטו די לעצטע 2 אופנים מאך נישט ליצנות פון יענעם פערזענליך!, רעד נישט מיט קיין גיפט צו יענעם!!!, אנשטאט מאך מצב פון יענעם, וואספארא איש מכובד און ערליכע איד ער איז, און אים באגיסן מיט ברכות און קאמפלימענטן לרוב.
אויב שטערט דיך יענער, נעקסטיים אויב וויל ער פארמיידן איבריגע אטענשאן זאל ער טראכטן פארן שטערן א בדחן אינמיטן רעדן, אבער דאס געבט נאך נישט קיין היתר פון יענעם צולייגן און מבזה זיין!!!
און נאכאמאל, דו האסט עני ערפארונג אדער איידיע? אל תמנע טוב מבעליו! קום און דערצייל!!!

בדחן>עמטליכע אויפטריט> דער זיידע נעמט זיך אריינרעדן מיט מעשה'לעך
לאמיר אפשפילן די סצענע און ווי אזוי יענע בדחן הענדלט עס
בדחן: פאריגע וואך בין איך געווען אין ישיבה איז דארט געווען א בחור...
זיידע: ווען איך האב געלערנט ביים רעבין זכרונה לברכה זענען אזוינע מעשיות נישט פארגעקומען, איך דערמאן מיך...
בדחן: וועלכע יארן זענט איר געווען אין ישיבה?
זיידע: תשל"ג
בדחן: וואו זענט איר געזעצן?
זיידע: אויף מזרח מיטן פנים צו מערב
בדחן: פיין הייסט אז איר זענט געווען אויף מזרח מיטן פנים צו מערב? אגאנצע זמן?
זיידע: יא! גראדע איין זמן בין איך געזעצן נעבן רעבין,
בדחן : האמער דא א לעבעדיגע עדות פון יענע יארן קעניינע הרע! און יעצט וועל איך אייך פארציילן וואס טוט זיך היינט אין די ישיבות, פאריגע וואך בין איך געווען אין ישיבה...
דאס הייסט אז מען געבט פארן זיידן זיין פול אטענשאן, ביז ער כאפט דעם רמז...

און א בדחן מוז נישט אלעמאל זיין איינער וואס מאכן דזשאוקס, מען קען נעמען א נאיווע דומם איז עס מאכן פאר א ציל ברעט (אין די היינטיגע משוגענע וועלט מייניך הייסט עס 'טשעלענדזש' - אבער איך רעד ווען דו ביסט מיט אן ערוואקסענעם עולם, נישט קיין מגושמים און סמארטפאון אידן).
איך וואלט ממליץ געווען 1)נישט נאר א בדחן, נאר יעדע ציווילער משתתף 2)נישט נאר דזשאוקס, נאר סתם שמועסערייען, 3)נישט נאר ביי א שבע ברכות, נאר עניוועיר, ווארט, ביים ווארטן אין דאקטארס אפיס, ביי א בר מצוה, סיום, וכו'
אסאך מאל איז די מצב זייער פארמאל און פארפרוירן, קיינער ווייסט נישט ווי אזוי צו ריעקטן, עס הייבט זיך אן אזא איידעלע שמועס, דער ווארפט אריין א ווארט וועגן די זיידעס, און יעדע דריטע ווארט, איז "זייער א שיינע שידוך"- יא! א גאלדענע חתן! וכו' מיט אזא איידעלע שמייכל,
וואס ברענגט מיר צו שרייבן די שורות איז צוויי פורסט הענד מעשיות
1)פון א שמועס וואס כ'האב נעכטן מיטגעהאלטן ביי א קופקע, קומט צו דארט א אינגערמאן צום שמועס, רופט זיך אן איינער צום צווייטן "דער אינגערמאן האט מיך משמח געווען!" עס איז געווען אויף א ווארט, דער עולם איז דארט געזעצן ביים זיידן אין שטוב, די מצב איז געווען פארפרוירן, און אייזיג, שטיל און איידל, פלוצלינג קומט אריין דער אינגערמאן מיט א שמייכל, ער געבט א בליק אויף טיש און רופט זיך אן הויעך "נא! וואס איז דאס? א לחיים אן קיין קארנטשיפס? געטס אהער די ריפלד פאטעיטא טשיפס!" וכו', דער עולם האט זיך צושמייכלט, די לופט האט זיך אויפגעלאזט, עס איז געווארן גערודער און א געשמאקע אטמאספער.
דער אינגערמאן האט שוין ניטאמאל געדענקט די מעשה, אבער דער פארציילער האט עס געדענקט יארן שפעטער.
2) זאגט מיר א בדחן אז ער איז גערופן געווארן אויף א שבע ברכות, און איז געבעטן געווארן פלעין צו שמועסן, דעטס איט!, איז ער אריבערגעגאנגען גערעדט שטותים מיט לאקשאן, בשעת ער האט געפלאפלט איז געווען נויז, די מחותנים האבן געשמאק געשמועסט, די סעקונדע וואס ער האט גענומען די לעפל אין מויל איז צוריקגעווארן קאלעמוטנע און שטיל.
דער עולם האט אים באדאנקט דאנקבארע געפילן מיט ברכות לרוב
----------------
למעשה.
זעה צו שמועסן, כאפ דיך ארויף אפילו אויף נארישקייטן, רעד פון טשענדעליערס, חברה הצלה, און דירות פרייזן, אבער שטיל און פארפרוירן זאל נישט זיין!
איך וואלט ממליץ געווען 1)נישט נאר א בדחן, נאר יעדע ציווילער משתתף 2)נישט נאר דזשאוקס, נאר סתם שמועסערייען, 3)נישט נאר ביי א שבע ברכות, נאר עניוועיר, ווארט, ביים ווארטן אין דאקטארס אפיס, ביי א בר מצוה, סיום, וכו'
אסאך מאל איז די מצב זייער פארמאל און פארפרוירן, קיינער ווייסט נישט ווי אזוי צו ריעקטן, עס הייבט זיך אן אזא איידעלע שמועס, דער ווארפט אריין א ווארט וועגן די זיידעס, און יעדע דריטע ווארט, איז "זייער א שיינע שידוך"- יא! א גאלדענע חתן! וכו' מיט אזא איידעלע שמייכל,
וואס ברענגט מיר צו שרייבן די שורות איז צוויי פורסט הענד מעשיות
1)פון א שמועס וואס כ'האב נעכטן מיטגעהאלטן ביי א קופקע, קומט צו דארט א אינגערמאן צום שמועס, רופט זיך אן איינער צום צווייטן "דער אינגערמאן האט מיך משמח געווען!" עס איז געווען אויף א ווארט, דער עולם איז דארט געזעצן ביים זיידן אין שטוב, די מצב איז געווען פארפרוירן, און אייזיג, שטיל און איידל, פלוצלינג קומט אריין דער אינגערמאן מיט א שמייכל, ער געבט א בליק אויף טיש און רופט זיך אן הויעך "נא! וואס איז דאס? א לחיים אן קיין קארנטשיפס? געטס אהער די ריפלד פאטעיטא טשיפס!" וכו', דער עולם האט זיך צושמייכלט, די לופט האט זיך אויפגעלאזט, עס איז געווארן גערודער און א געשמאקע אטמאספער.
דער אינגערמאן האט שוין ניטאמאל געדענקט די מעשה, אבער דער פארציילער האט עס געדענקט יארן שפעטער.
2) זאגט מיר א בדחן אז ער איז גערופן געווארן אויף א שבע ברכות, און איז געבעטן געווארן פלעין צו שמועסן, דעטס איט!, איז ער אריבערגעגאנגען גערעדט שטותים מיט לאקשאן, בשעת ער האט געפלאפלט איז געווען נויז, די מחותנים האבן געשמאק געשמועסט, די סעקונדע וואס ער האט גענומען די לעפל אין מויל איז צוריקגעווארן קאלעמוטנע און שטיל.
דער עולם האט אים באדאנקט דאנקבארע געפילן מיט ברכות לרוב
----------------
למעשה.
זעה צו שמועסן, כאפ דיך ארויף אפילו אויף נארישקייטן, רעד פון טשענדעליערס, חברה הצלה, און דירות פרייזן, אבער שטיל און פארפרוירן זאל נישט זיין!
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2061
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 6628
Re: ארויף אויפן 'טיש'… טיפס פאר משמחים און בדחנים
דרשה> כאפן דעם עולם'ס אטענשאן (אפילס, דרשות מיט געשמאק, יושב ראש, וכדו')
סתם א געשמאקע טיפ פון הר"ר מאיר מרדכי בערקאוויטש שליט"א
מען האט אים געפרעגט וואס זאגסטו ביי דיינע אפילס - חוש - האט ער גענטפערט "וואס מען האט גערעדט די לעצטע 5 מינוט"
ראיתי בעיני לעצטנס ואין כאן פנאי להאריך בזה
איינער וואס איז אזא סארט מענטש קען געווענליך נעמען די מהלך פון אויספויקן די לעצטע שמועס אין זיין דרשה ביים אויפטרעטן, און אז דו באציעסט זיך צו עפעס קאנטראווערסיע (נישט לה"ר אדער זאכן וואס קענען באמת אויפרעגן דעם עולם כמובן) אדער דו ווארפסט דזשאסט אריין א ווארט פון די איצטיגע נייעס, כאפט עס דער עולם, און ברענגט אריין דעם ציבור דיך אויסצוהערן.

דרשה> תוכן הדברי תורה של הדרשה
אויך פון פמ"מ הר"ר מאיר מרדכי שליט"א
האט ער געזאגט "אינגעלייט קומען צו מיר פרעגן, ווי אזוי זאגסטו אזעלכע גוטע דרשות?, האט ער ג'ענטפער'ט, ווען דו דארפסט רעדן ביי א שלושים סעודה, קוק נישט אין דרשות חת"ס ביי די הספדים, דו זאג נאך די ווארט וואס דו האסט נאכגעזאגט ביים שבת טיש, וואס דו קענסט גוט און פליסיג נאכזאגן, עס אריינבלענדן איז שוין די גרינגסטע זאך. עכ"ד
און איך וועל צולייגן, עס מוז נישט זיין קיין תורה, קענסט נאכזאגן פון די בלאט גמרא וואס דו האסט היינט געלערנט, פון די שו"ע וואס דו האסט פריער געלערנט וכו'
דער טיפ האט מיר זייער פארגרינגערט, און היינט צוטאגס ווען איך דארף אויפטרעטן (זייער זעלטן טאקע) - סיום, שבע ברכות, יארצייט וכדו' האב איך ב"ה זייער א גרינג פעלד בס"ד
און אדרבא! טריי עס אליינס אויס!!!
נעם א פסוק אדער חסידיש ווארט אדער עניטינג תורה, נעם א מעמד וואו דו ווילסט רעדן און פרוביר עס צו צאמבלענדן, וועסטו זעהן וואו גרינג עס איז!!!
און למשל ווען אויף א סעודת ברית קומט אויף די פסוק, והייתם משוגע, קענסטו ארויסברענגען דעם אוה"ח אז ווען א מענטש וואלט ווען געוויסט די זיסקייט פון תורה וואלט מען ווען געווארן משוגע פאר זיסקייט, נו! באקאנט אז נאר א גע'מל'עטער קען משיג זיין תורה, א גוי קען שטודירן תורה אבער נישט משיג זיין און לערנען תורה, וועט דאך דער רך הנימול אויסשטייגן אלס ת"ח און שפירן א זיסקייט אין תורה, זאל דער אייבערשטער טאקע העלפן וכו'
און אזוי ווייטער
אויף א סיום מס' באציט מען זיך אויף אשמנו בגדנו - נו אבער תורה איז דאך מכפר, וכו'
און צומאל ווען דער מאמר איז פונקט די היפך קען מען אויספירן "דאס איז געזאגט געווארן ווען מען איז נישט ערליך, אבער פארקערט איז דאך מדה טובה מרובה וכו'
תן לחכם ויחכם עוד
-------------------------------
א איד האט עס קלאר מגדיר געווען
דער עיקר ציל פון דיין דרשה איז דאך נישט דעם דבר תורה, איא? מען האט דיך נישט גערופן אויף קיין שיעור אין השקפה, גמרא, אדער הלכה, ריכטיג?
דיין אויפטרעטן איז בסך הכל די צווייטע חלק פון דיין דרשה, דעם 'לענינינו'... מיר שטייען דא ביי א סעודת ברית/שבע ברכות/ הכנסת ספר תורה/ פסח/ פרשת ויקהל/ שלושים סעודה/ הכרת הטוב וכו'
אודה ה' מאד בפי אז דער באשעפער האט מיר געגעבן די זכיה אריינצוברענגען מיין זון לעול התורה והמצוות וכו' / מיר שטייען דא ביי די שלושים סעודה פון זיידי ז"ל, ווער עס האט אים געקענט איז מעיד וכו' / אונז זענען זיך צאמגעקומען צו שאפן געלט פארן מוסד עץ לשיניים בעט מען דעם ציבור וכו'
סאו די ערשטע חלק פון די דרשה מוז נישט זיין עפעס קולע אל השערה, די דבר תורה איז בסך הכל ווייל א איד הייבט נישט אן קיין דרשה אן קיין דבר תורה, אלזא איז דער עיקר אז זאלסט נישט קעקעצן און זיך פארהאנקערן, און עס אריינבלענדן אינעם לענינינו כנ"ל - וועגן דעם נעם דאס וואס דו קענסט נאכזאגן פליסיג, אזוי וועט עס זיין מיט הצלחה בס"ד און דארפסט נישט מאכן קיין 10 שעה'איגע הכנות פאר א דרשה פון 10 מינוט פאר 15 משתתפים.
עס לוינט נישט די קאפוויי און שברון לב, פחדים און אוסידיס, פאר א דרשה וואס קיינער קוקט נישט ארויס דערויף, און זיי גייען עס נישט געדענקן 2 טאג נאכדעם, נאר די דרשה ווערט געזאגט פונקט ווי עס דארף זיין א לעפל אויפן טיש דארף זיין א דרשה אויפן טיש
בקיצור: איך בין נישט קיין שרייבער - אבער פארשטייסט וואס איך ברענג ארויס, איא?

מענין לבנין באותו קנין
נאך א גוטע טיפ פאר איינער וואס שטעלט זיך אויף רעדן בדחנות, טריי צו משלב זיין ענינים אז דער עולם זאל קענען מיטהאלטן.
למשל יעצט חודש אדר צולייג די סוגיא פון מזל אדר דגים, און רעד ארום די סוגיא פון פיש.
צב"ש מען הייבט אן מיט די גימ' פון מא"ד גימ' הערינג, - וועלכע צדיקים ווערן מגולגל אין פיש? ווער עס איז געגאנגען מיט א ווייסע בעקישע אין ווייט פיש וכו'' - וועגן דעם פלעגט כעלעמער דיין עסן די אויג פון די געפילטע פיש - פון דארט קומט מען אן צו דעם רעבין מיט צאמגעבינדענע הענט מיט די אויג פון די פיש וכו' - פון דעם רעבין דעם בעל הגוזמאות קענסטו אריינפארן צום חתן בעל גוזמאות וואס ענדיגט זיך מיט די צוויי בענק, פון דארט איז מען משלב "עס דערמאנט מיר די מעשה מיט דעם בחור וואס האט געלערנט מיט ר' עקיבא איגר אויפן עף טרעין וכו'
ווייל אויב וועסטו סתם זאגן דזשאוקס וואס האסט מלקט געווען, נעמט צייט פארן עולם צו קענען מיטשפרינגען, לדוגמא 1)די מעשה מיטן חזנס שיינע בארד 2) מצילי אש מיט סוף זמן קרי"ש 3)דעם דזשאדזש מיט כ'האב נאכנישט געזען אזא בהמה וכו
ווען דו וועסט ענדיגן דזשאוק 2 וועט דער עולם צומאל נישט לאכן, ווייל זיי פארשטייען נאכנישט וואס עס האט מיטן חזן, ער כאפט נישט אז האסט אנגעהויבן א פרישע סוגיא לגמרי.

וואס טוט מען צווישן איין דזשאוק און די צווייטער?
זאכן וואס זענען נישט געראטן
זאגן "יא, איז אזוי, וואס נאר?, אם אם עמעמ, וואו האלט איך דא? וואס נאך? טאקע טאקע, וכדו'
זיין שטיל פאר לענגערע סעקונדן ביז מען אריענטירט זיך.
---------
צו פארמיידן אזעלכע סיטואציעס איז כדי יא! מיטצוברענגען א צעטל, עס איז נישט קיין שום בושה פאר א בדחן נאכצוזאגן פון א צעטל, איך ווייס פון א בדחן וואס האלט אפילו א ליידיגע צעטל מחמת אן אומבאקאנטער טעם.
זאגט מיר בדחן א' אז ער איז געווען אויף א שבע ברכות און מען האט דארט גערופן אויך בדחן ב' - א באקאנטער היציגער בדחן מיט א שארף צינגל, בדחן ב' איז געווען נערוועז און פארלוירן און געבעטן סחורה פון בדחן א' - בדחן א' האט אים גערן געגעבן און בדחן ב' האט זיך פארשריבן,
למעשה ווען בדחן ב' איז ארויף אויפן טיש האט ער ניטאמאל כמעט נאכגעזאגט פון דאס וואס ער האט זיך פארשריבן, עס איז בלויז געווען פת בסלו און איינמאל ער האט געהאט פסיכאלאגיש אין וואס זיך אנצוכאפן אין קעיס אוו עמערדזשענסי, האט ער געקנאקט זיינע אייגענע זאכן אז עס איז געגאנגען א רויעך...
------------
איך ביי די געציילטע מאל וואס כ'האב יא גערעדט (זייער זייער זעלטן) האב עס שוין געשפירט, איך שרייב מיך פאר בערך 10 ווערטלעך, און איינמאל מען קומט אריין אין די זאך דערמאנט מען זיך שוין אטאמאטיש אסאך סחורה דרך אגב, און עס פליסט א מחי' בס"ד.
-----------
למשל יארמער רב - כ'האב עס געהערט אויף א רעקארדינג - און עס האט אויסגעקוקט אז צווישן איין ווערטל ביז ער דערמאנט זיך נאך א ווערטל וואונטשט ער ברכות לרוב, וכן נהגתי בעצמי, ביי די געציילטע אויפטריטן,
לדוגמא: און לעביטשקער רבי פלעגט עסן די אויג פון די געפילטע פיש, שוין זאל דער אייבערשטער העלפן אז דער חתן זאל האבן א גליקליך לעבן אויפשטעלן א בית נאמן בישראל (בשעת מעשה קוק איך אריין אין די צעטל און איך אריענטיר מיך וואס איך זאל נעקסט זאגן )- גראדע אינטערעסאנט פאריגע וואך בין איך געווען אויף די פאלעסיידס וכו' איך האב געטרייט די שנעלסטע (דער עולם לאכט) נו זאל דער אייבערשטער העלפן אזא שיינע שמחה, עס זאל זיך ציען ווייטער די גאלדענע קייט לתפארת בית אבותם (בשעת מעשה קוק איך אריין אין די צעטל און איך אריענטיר מיך וואס איך זאל נעקסט זאגן ) און אז איך רעד שוין האב איך מיך דערמאנט וואס גימפל פריינד האט מיך דערציילט א בדידיה לא הוה עובדא ווען ער איז געווען איך האלאנד און ער איז געווען אויפן פלעין מיט נאך אפאר אידן וכו'
די געדאנק איז א מען נוצט פאסיגע ווערטער וואס פאדערט נישט קיין קאנצטעטרירונג פונעם מח, און עס שטערט נישט די פליסיגקייט פון די דרשה
-------------------------------
און אדרבה!
זאל דער עולם אריינקומען מיט נאך טיפס און איידיעס!

סתם אפאר שיינע איידיעס פון גראמערס
א געוויסע גראמער האט זיך געשטעלט ביי די ערשטע ניגון ווי מען לייגט אראפ די חתונה, האט ער גענוצט די ניגון "אוי חנוכה אוי חנוכה א יום טוב א שיינע" - א חתונה א חתונה א יום טוב א שיינע, א לוסטיגע א פרייליכע נישטא נאך א זיינע וכו'"
------------------
עס איז באקאנט היינט צוטאגס ביים אויסרופן די געשוויסטער און נישט אהבת קדומים פעטערס פון חתן כלה, אז אנשטאט זיך שטעלן אויף עכטע שבחים וואס קען צוקומען צו שפיכות דמים, לייגט מען אראפ נישט געשטויגענע טיטלען אז עס גייט א נחת
דער פעטער ר' יעקב דער שערער, נעמט היינט געלט מערער און מערער, טראץ וואס די ארבעט איז שווערער און שווערער, די מאשינדל שלעפט איין אלע צוהערער (ער איז א מגיד שיעור)
דער פעטער ר' חיים, אזא ירא שמים, יעדן טאג א חידוש א נייעם, שמח תשמח רעים (קוים וואס ער היט ליידער שבת)
דער פעטער ר' שמואל, א זינגער מיט געפיל, אן עקטער אויף די שפיל, אן אינטערטעינער אויף די מיעל (ער ארבעט אין גראסערי)
אא"וו
דער בדחן האט עס גענומען א שטאפל ווייטער (כמובן נאר וואו מען קען, ווער עס קען, והערום יעשה בדעת, נישט צו מאכן קיין אומאיינגענעמליכקייטן)
דער ברודער ר' יוסף חיים, ער איז נעמט א דרך א נייעם, אין בית המדרש הוידאנאנאש פראוועט ער לחיים
דער ברודער ר' שמואל בער, ביים רבין דרייט זיך ער, קיין שום טעראר און געווער, קען אים נישט אוועקנעמען מער
דער ברודער הבחור יעקב זאב, ביים ראש ישיבה בכל לב, דארט זיין געפיל ער טרעפט, פאליטיק איז ביי אים א געשעפט
(יענער האט גענוצט אקטועלע נעמען)
און דער עולם קאטשעט זיך פאר געלעכטער
נאכאמאל, יעדער בדחן דארף זיך קענען און וויסן וואס ער קען זאגן, איינער קען נאר רעדן פאזיטיוו, איינער איז מער שטעכעדיג (איך רעד נישט צו מבזה זיין פערזענליכקייטן, נאר שפיציגע ווערטער קולע אל השערה), איינער האט אין זיך מער עזות, בעת דער דריטער איז גוט אין עקט.
מען דארף זאגן מיט וואס מען פילט באקוועם צו זאגן, נישט פרובירן נאכצומאכן עפעס וואס איז נישט דיין טייפ, נאר ווייל בדחן פלוני טוט דאס
(ניין שעפעלע!!! טריי נישט נאכצומאכן זינגער פלוני!!! דו קענסט ניטאמאל האלטן די מינדענסטע טאן!!!, דו זאלסט ענדערש רעדן פין פרעסעריי ווייל צו דאס פארשטייסטו!!!
יאסעלע!!! דו קענסט יא זינגען!!! לייג אראפ א משזר ניגון מיט זאפט!!! דו קענסט נישט רעדן פון קאמפיוטערס, דו ווייסט ניטאמאל ווי אזוי מען דרוקט דארט די ענטער באטן! די ביסט קארני!!!)

זאגט מיר בדחן ראובן אז זייענדיג מיט בדחן שמעון פאר יענעמ'ס אויפטריט האט ער יענעם געגעבן סחורה און עס זאגנדיג פאר שמעון שאקלט צו שמעון מיטן קאפ אז ער פארשטייט עס און מען קען גיין נעקסט,
למעשה האט זיך שמעון אויפגעשטעלט און זיך פארהאנקערט אז עס איז געווען בזיונות,
וואס איז פשט? שמעון איז אן ערפארענעם לאנגיעריגן בדחן וואס האט פאסירט?
נאר שמעון האט עס נישט געהאט קיין צייט צו פארדייען און עס איבערטראכטן אין אייגענע ווערטער, ער האט געמיינט אז ער האט עס ארויס, און למעשה איז עס אריין אין איין אויער אין ארויס פון די אנדערע אויער, איבערלאזנדיג פארנעפלטע שיריים ביי אים אין מח
תמצית היוצא:
ווען דו ווילסט זיך אויפשטעלן בדחנ'ען און דו הערסט א חידוש, געב צייט עס איבערצוטראכטן אין דיינע אייגענע ווערטער אז דו זאלסט עס קענען שיין דעליווערן, זיך צוגרייטן הארט פאר די אויפטריט איז נאר גוט פאר ווערטלעך וואס דו קענסט, דו ברויכסט זיך פשוט דערמאנען און צאמקלויבן, משא"כ ביי נייע ווערטלעך דארפסטו קודם רואיג פארדייען אין חזרן ביי דיך אין מח
למעשה האט זיך שמעון אויפגעשטעלט און זיך פארהאנקערט אז עס איז געווען בזיונות,
וואס איז פשט? שמעון איז אן ערפארענעם לאנגיעריגן בדחן וואס האט פאסירט?
נאר שמעון האט עס נישט געהאט קיין צייט צו פארדייען און עס איבערטראכטן אין אייגענע ווערטער, ער האט געמיינט אז ער האט עס ארויס, און למעשה איז עס אריין אין איין אויער אין ארויס פון די אנדערע אויער, איבערלאזנדיג פארנעפלטע שיריים ביי אים אין מח
תמצית היוצא:
ווען דו ווילסט זיך אויפשטעלן בדחנ'ען און דו הערסט א חידוש, געב צייט עס איבערצוטראכטן אין דיינע אייגענע ווערטער אז דו זאלסט עס קענען שיין דעליווערן, זיך צוגרייטן הארט פאר די אויפטריט איז נאר גוט פאר ווערטלעך וואס דו קענסט, דו ברויכסט זיך פשוט דערמאנען און צאמקלויבן, משא"כ ביי נייע ווערטלעך דארפסטו קודם רואיג פארדייען אין חזרן ביי דיך אין מח
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2061
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 6628
Re: ארויף אויפן 'טיש'… טיפס פאר משמחים און בדחנים
ואס טוט זיך אויב מען רעדט עפעס וואס טרעט אויף אן אינגראוען טאו נעיל, און אדער כאפט מען זיך בשעת'ן רעדן, אדער איינער וואונקט, אז מיש אוועק די נושא ווייל עס איז ווייטאגליך? לדוגמא די דרשה פארט אריין אין סעקאנד מערידזש, און מען געבט זיך א כאפ אז דער מחותן איז סעקאנד מערידזש? אדער מען רעדט פון דעם זיידנס ביזנעס און מען כאפט זיך אז מען האט נארוואס געפייערט דעם זיידן פון זיין פאזיציע?
די ריכטיגע אופן איז לכאורה גראד אוועקצומישן די נושא, נישט מיט אן הפסק אז יעדער זאל כאפן וואס דא גייט פאר, נאר געניטערהייט פליסיג פארדרייען דעם שמועס.
אויב איינער פרובירט דיך פארצוהאלטן בשעת מעשה נאך וואס דו האסט שוין געכאפט דיין טעות, אדער ער דרייעט א קאפ סתם אזוי ווען ער טרעפט דיך נאך דעם אויפטריט, איז ער א בר דעת זיי אים מסביר אז עס איז געווען א טעות והא ראיה אז כ'האב עס מתקן געווען,
פארשטייט ער איז גוט, אויב פארשטייט ער נישט נאר ער זעצט פאר צו קריכן, דאן איז די איינציגסטע וועג, א טיפער פליק אז יענער זאל די נעקסטע דריי טעג נישט וויסן אויף וועלכע פלאנעט ער לעבט.(כ'געב דיר רשות צו זיין הנעלבים ואינם עולבים און זיך פאטערן פון גהינום אויף יענע וועלט, און אויספועלן ישועות אויף די וועלט, און כ"ש ווען עס איז א זיידע וועלן דיר זיינע קינדער און אייניקלעך דיר עס נישט מוחל זיין פארן טשעפענען מיטן ראש המשפחה, איך רעד נאר ווען דו האסט צוטון מיט א אינגער אדער זייטיגער נודניק)
די ריכטיגע אופן איז לכאורה גראד אוועקצומישן די נושא, נישט מיט אן הפסק אז יעדער זאל כאפן וואס דא גייט פאר, נאר געניטערהייט פליסיג פארדרייען דעם שמועס.
אויב איינער פרובירט דיך פארצוהאלטן בשעת מעשה נאך וואס דו האסט שוין געכאפט דיין טעות, אדער ער דרייעט א קאפ סתם אזוי ווען ער טרעפט דיך נאך דעם אויפטריט, איז ער א בר דעת זיי אים מסביר אז עס איז געווען א טעות והא ראיה אז כ'האב עס מתקן געווען,
פארשטייט ער איז גוט, אויב פארשטייט ער נישט נאר ער זעצט פאר צו קריכן, דאן איז די איינציגסטע וועג, א טיפער פליק אז יענער זאל די נעקסטע דריי טעג נישט וויסן אויף וועלכע פלאנעט ער לעבט.(כ'געב דיר רשות צו זיין הנעלבים ואינם עולבים און זיך פאטערן פון גהינום אויף יענע וועלט, און אויספועלן ישועות אויף די וועלט, און כ"ש ווען עס איז א זיידע וועלן דיר זיינע קינדער און אייניקלעך דיר עס נישט מוחל זיין פארן טשעפענען מיטן ראש המשפחה, איך רעד נאר ווען דו האסט צוטון מיט א אינגער אדער זייטיגער נודניק)
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4720
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14048
Re: ארויף אויפן 'טיש'… טיפס פאר משמחים און בדחנים
וואו!!! @להגדיל הטראסק קומסט אריין זייער קלאר! איינס ביי איינס!
איין זאך , למען השם זאג שוין אויס וואס איז געווען די דזשאוק מיטן בחור פאריגע וואך אין ישיבה?
איין זאך , למען השם זאג שוין אויס וואס איז געווען די דזשאוק מיטן בחור פאריגע וואך אין ישיבה?
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2061
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 6628
Re: ארויף אויפן 'טיש'… טיפס פאר משמחים און בדחנים
ווען דו זוכסט סחורה אויף א ספעציפישע נושא מוזטו נישט אלעמאל זאגן דאס וואס דו האסט געהערט גענוי מיט די פרטים
רוב ווערטלעך קען מען מאדיפיצירן לויטן געברויך
לאמיר נעמען א ביישפיל פון די לעצטע ווערטל אין מילתא דבדיחותא
איינער האט מיר געפרעגט ווי אזוי איך מאך קידוש יום טוב...
דערציילט מיר דער וויין סוחר אז א בעל תשובה איז אריינגעקומען און געפרעגט וכו'
אונזער משמש דערציילט אז אין וויין שטיבל האט זיך געמאכט אזא שמועס און איינער האט אויפגעברענגט אזא חקירה צו וכו'
יאנקל האט מיר גראדע פארציילט.... אז ער האט געכאפט א שמועס
דער מורא מקדש גבאי האט מיר דערציילט אז ביים שטיל מאכן אין בית המדרש ביים ליינען האט אים איינער געזאגט אז זיי שמועסן פון וויכטיגע זאכן נוגע אויף די מינוט! האב איך געפרעגט וואס? האבן זיי מיר גענטפערט...
רעדנדיג פון מאנסי דערמאן איך מיך איך בין לעצטע וואך שבת געווען און מאנסי אין געדאוונט אין סאלקע בית המדרש, האב איך מיטגעהאלטן א שמועס פון 3 אידן, איינער רופט זיך דארט אן וכו'.
רעדנדיג פונעם קייראפראקטער דערמאנט מיך וואס א איד האט אים געפרעגט אז עס וועט אים זיין שווער צו זיצן, אבער אויב מען דארף זיצן וועט ער זיך אנשטרענגען, דעריבער וויל ער וויסן די מנהג וכו'
בקיצור, נעם די פאנטש ליין פון די דזשאוק וואס דו קענסט שוין, און מיט עטליכע זייטיגע פאקטן געטוישט, קענסטו עס נוצן אין אסאך פלעצער אויסער די גרעניצן פון וואס דו האסט ארגינעל געהערט אדער געליינט דעם ווערטל.

דאס קענסטו דערציילן בשייכות מיט שבת,אפאר אידן שמוסן איינער פרעגט ביי ענק מאכט מען קידוש שבת צופרי שטייעדיג אדער זיצעדוג? יענל זאגט ביי אונז זיצעדיג יוסף זאגט ביי אונז שטייעדיג רופט זיך אן מענדל ביי אונז קידוש שטייעדיג אבער אויסטרינקן די בעכער זיצעדיג..
איינער האט מיר געפרעגט ווי אזוי איך מאך קידוש יום טוב...
דערציילט מיר דער וויין סוחר אז א בעל תשובה איז אריינגעקומען און געפרעגט וכו'
אונזער משמש דערציילט אז אין וויין שטיבל האט זיך געמאכט אזא שמועס און איינער האט אויפגעברענגט אזא חקירה צו וכו'
יאנקל האט מיר גראדע פארציילט.... אז ער האט געכאפט א שמועס
דער מורא מקדש גבאי האט מיר דערציילט אז ביים שטיל מאכן אין בית המדרש ביים ליינען האט אים איינער געזאגט אז זיי שמועסן פון וויכטיגע זאכן נוגע אויף די מינוט! האב איך געפרעגט וואס? האבן זיי מיר גענטפערט...
רעדנדיג פון מאנסי דערמאן איך מיך איך בין לעצטע וואך שבת געווען און מאנסי אין געדאוונט אין סאלקע בית המדרש, האב איך מיטגעהאלטן א שמועס פון 3 אידן, איינער רופט זיך דארט אן וכו'.
רעדנדיג פונעם קייראפראקטער דערמאנט מיך וואס א איד האט אים געפרעגט אז עס וועט אים זיין שווער צו זיצן, אבער אויב מען דארף זיצן וועט ער זיך אנשטרענגען, דעריבער וויל ער וויסן די מנהג וכו'
בקיצור, נעם די פאנטש ליין פון די דזשאוק וואס דו קענסט שוין, און מיט עטליכע זייטיגע פאקטן געטוישט, קענסטו עס נוצן אין אסאך פלעצער אויסער די גרעניצן פון וואס דו האסט ארגינעל געהערט אדער געליינט דעם ווערטל.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2061
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 6628
Re: ארויף אויפן 'טיש'… טיפס פאר משמחים און בדחנים
@שאינו יודע לשאול
כ'געדענק נישט גענוי אבער לאמיר זאגן אז עס איז געווען די מעשה...
140. מעשה שהיה: געהערט היינט א שיינע ווערטל אבער אויך א אמתע מעשה ר' יד"ל פארציילט אז א בחור די זמן סוף זמן ווען מען פארהערט אלע לימודים פון די זמן און מען האט אים פארהער און למעשה האט ער ממש גארנישט געקענט גארנישט מיינט גארנישט האט אים דער מגי"ש ר' י"ק געפרעגט וואס קען דיר פארהערן? חומש רשי משניות עפעס האט דער בחור גענטפערט מקען מיר פארהערן איזהו מקומן האט אים די מגי"ש געזאגט איך וועל דיר פארהערן איזהו מקומן און ער פרעגט אים אויב ער ווייסט וויפיל טעג מען מעג עסן א קרבן עולה דער בחור האט זיך פרובירט צו דערמאנען זאגט אים דער מגי"ש מוזט נישט קענען אויסענווייניג קענסט אריינקוקן! דער בחור נעמט א סידור און ער קוקט אהער און אהין און ער ענטפערט ער ווייסט נישט די תירוץ עס שטייט נישט אין די משנה וויפיל טעג... אה...! ווי נעמט מען די היינטיגע עם הארצים...

לאמיר רעדן פון א געוויסע ווייטאגליכע נושא וואס מענטשן כאפן נישט צומאל, אבער עס איז שפיכות דמים!!!
דאס איז דער ענין פון נעמען עטליכע בדחנים אז זיי זאלן זיך פארמעסטן צווישן זיך.
מענטשן ווילן האבן א גוד טיים און צומאל באשליסט מען אז מען גייט רופן עטליכע בדחנים, און מצוה מן המובחר די וואס האבן געשליפענע צינגלעך, און מען גייט זיי ארויפשטעלן אויפן סטעידזש אויף א פארמעסט.. עס וועט גיין פייער פון די באלאטעס, איינער וועט שניידן שטיקער פונעם צווייטן, יעדער וועט מוזן ווייזן וואס ער קען, און ער עולם וועט זיך ריי-יי-סן פאר געלעכטער...
יעצט לאמיר דיר עס זאגן אין פנים "עס איז יענץ געלעכטער..."
קיינער פון די בדחנים וועט דיר נישט אפזאגן 1) ווייל ער דארף די געלט 2) עס פאסט אים נישט אפצוזאגן, ווייל אויב זאגט ער אפ איז ער אטאמאטיש דער פארלירער, דעריבער גייט ער און מען רייסט זיך ביי די קעפ מען פליקט זיך ווי דער שור הבור ולויתן, דער נארמאלער ציבור וואס האלט מיט, רייסט זיך פאר געלעכטער, אבער אין הארץ רייסט אויך נישט קענענדיג פארנעמען די שוידערהאפטיגע שוישפיל וואו אידן מיט כלומר'שטע שמייכלען רייסן זיך ביי די קעפ, און מען גייט ארויס פון אזא שמחה מיט געוויסנסביסן....
כ'האב געהערט פון אזא שבע ברכות אין א בית המדרש פון א משתתף דארט וואו מען האט גערופן 2 באקאנטע שארפע צינגלעך צו א פארמעסט, דער עולם האט זיך געווארפן, אבער עס האט געשניטן שטיקער, דער רב האט אראפגעקוקט און עס נישט אויסגעהאלטן.
כ'האב נישט איבערגעפרעגט די בדחנים, אבער זיי זענען זיכער נישט אהיים זיך רייבנדיג דעם בייכל מיט פארגעניגן...
א איד האט מיר דערציילט איבער א מעשה מיט יארמער רב וועם מען האט אמאל מיט יארן צוריק אויפגעשטעלט צו א פארמעסט מיט א געוויסע שארפער צינגל, יענער האט אינמיטן רעאגירט אויף יארמער רב מיט א פאסיג ווערטל וואס האט דערקלערט יארמער רב אלס "לאו לייפ" - יענער האט עס נאר געזאגט דרך אגב אלס א פאנטש ליין וואס איז אריינגעקומען זייער קלאר דארט אויפן פלאץ, אבער יארמער רב האט אים נישט מוחל געווען פאר יארן.
סאו וואס איך איך ברענג ארויס איז "מאך נישט קיין פארמעסט פון בדחנים!!! זיי נישט זיי מצער - אפגעזען זייער שמייכל, אפגעזען וואס זיי זאגן פאלשערהייט אז זיי טוען עס גערן!!! פארגיס נישט זייער בלוט, און מאך נישט אומאנגענעם פארן פארזאמלטן ציבור וואס דארפן מיטהאלטן דעם גרויליכן שוי שפיל!!!"

ואו איז יא אינטערעסאנט עטליכע בדחנים? (לאמיר נישט רעדן אז האסט פארשפילט א געלעגנהייט אז זיי זאלן קענען נאכאמאל אויפטרעטן ביי אן אנדערע שבע ברכות פון די זעלבע חתן כלה...)
אויב זענען די צוויי, אידן וואס ארבעטן אינאיינעם און האבן נאנטע רילעישאנשיפ, און די קאפ לויפט ענליך, און איינער וועט ארויסהעלפן דעם צווייטן, אדער 2 מענטשן וואס זענען ספעציאליסטן אין 2 באזונדערע פעלדער לדוגמא: איינער וואס קען גוט נאכמאכן מענטשן, מיט איינעם וואס האט א צינג וואס זאגט נישט ארויס קיין גראד ווארט, א חסידישער איד וואס רעדט תורה'דיגע דברי צחות מיט איינער וואס איז א גוטע עקטער, אין אזא פאל איז עס 2 באזונדערע פאכן און 2 באזונדערע ענטערטעינמענטס, און קענסט זיי אויסרופן באזונדער.
אדער אז דו ווילסט אז זיי זאלן יא ארבעטן אינאיינעם, זאג זיי קלאר אז זיי זענען נישט אויף קיין פארמעסט, נאר אויף א געשמאקע שמועס ווי יעדער וועט אויספאקן זיין זאק מיט חידושים, גענוי ווי ווען 2 בדחנים טרעפן זיך ביים תיקון טישל וואו מען טוישט אויס סחורה איינער מיטן אנדערן מסיח לפי תומם,
איינער הייבט אן מיט א חידוש, דער צווייטער לייגט צו זיין פורים תורה, איינער ברענגט אויף א מעשה מיט א שדכן, דער אנדערער דערמאנט זיך נאך א זאפטיגס אויף שדכנים בשייכות מיט שקר, דער ערשטער קומט גראד מיט א בליץ וועגן שקר, וכו' וכו' און די ארומיגע פלאצן אויס יעדע פאר מינוט פון די פרישע חידושים אויף וואס מען רישט זיך נישט, עס גייט א רויעך!!!...
אין אזא פאל ווי 2 הומאריסטיש געשטימטע מענטשן טרעפן זיך מיט איין מיסיע, מען גייט אינאיינעם ענדזשויען און משמח זיין חתן כלה צוזאמען, אין אזא פאל איז עס אנגענעם, געשמאק, בא'טעמ'ט, יעדער גייט ארויס מיט א גוטע געפיל, און די בדחנים זעלבסט אויך, ווייל מען האט אים געשעצט, דער אנדערער בדחן האט אים געשעצט און גערעדט מיט דרך ארץ, דער אנדערער בדחן האט צוגעשטימט צו מיין חידוש און נאך צוגעלייגט דערצו, קומט אויס אז מיינס איז גוט געווען! און ער גייט נאך אהיים מיט א באגאזש פול מיט פרישע סחורה וואס ער האט דא קונה געווען...
פארשטענדליך אז אויב מען זעהט אז עס גייט נישט פאר איינעם, די סייעתא דשמיא העלפט אז איינער רעדט פליסיג בעת דער אנדערער שטאמלט, טשעפע נישט און בייס נישט, מערק גארנישט אויף, העכסטנס אויב עס קריכט שוין אויף די נערוון און עס איז אומבא'טעמ'ט טרעף א בכבוד'דיגע תירוץ צו ענדיגן די סעסיע, צאל און געגאנגען ווייטער
כ'האף אז כ'האב מיך קלאר ארויסגעברענגט
(פארשטייסט? עס מאכט זיך ביים טישל אין בית המדרש ארום דעם בדחן פון שול אזא קרעמל, און ווען א צווייטער בדחן שארט זיך צו, גיסט זיך צאם קאטטאן קענדי מיט אייזקריעם און דער ציבור שאקלט זיך בעת יענער כעלעמער פארשטייט נישט פארוואס מען לאכט ווען איך פרעג "וועלכע דזשעלי בין קען נישט שטעכן...?")

נישט יעדע דזשאוק וואס דו האסט געליינט קענסטו דעליווערן כמות שהוא
לאמיר אנכאפן א פאקטישע עקזעמפלאר
אויף די ערשטע מאל האסטו עס לכאורה נישט געכאפט, ביים צווייטל מאל עס ליינען האסטו זיך ספאנטאן צושמייכלט, איא?
ווען דו זאגסט דאס אויף א שבע ברכות בזה הלשון גייט עס נישט קראכן! דער עולם גייט דיך אנקוקן ווי כעלעמע חכמים!
אבער אויב דו וועסט עס צולייגן בערך זה הלשון
לאמיר אנכאפן א פאקטישע עקזעמפלאר
ס'איז דא דריי סארט מענטשן:
ס'איז דא וואס קענען זייער גוט רעכענען, און ס'איז דא וואס קענען נישט אזוי גוט רעכענען.
אויף די ערשטע מאל האסטו עס לכאורה נישט געכאפט, ביים צווייטל מאל עס ליינען האסטו זיך ספאנטאן צושמייכלט, איא?
ווען דו זאגסט דאס אויף א שבע ברכות בזה הלשון גייט עס נישט קראכן! דער עולם גייט דיך אנקוקן ווי כעלעמע חכמים!
אבער אויב דו וועסט עס צולייגן בערך זה הלשון
אזוי וועלן זיי כאפן וואס דו ווילסט פון זייס'איז דא דריי סארט מענטשן: ווייז מיט די פינגערס
ס'איז דא וואס קענען זייער גוט רעכענען, און ס'איז דא וואס קענען נישט אזוי גוט רעכענען. וואס קוקסטו מיר אן? וואס איז די דריטע סארט?! אה! דו ביסט פון די וואס קענען יא רעכענען... אדער וועלעכע פון די 3 ביסטו? וועלכע דריי?! אה דו ביסט פון די וואס קענען יא רעכענען...