וואס האט דאס מיט שיכורען? די קאסטיום גרייט מען אן נאך פארדעם , און גראדע מיין איך אז אין אנדערע פלעצער אים סאטמאר איז אויך ווייניגער די פארשטעלעןשבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 27, 2024 12:22 pmאיך מיין אז אין רוב חסידות'ער שיכור'עט מען בכלל נישט אדער אויף א קליינע פארנעם ממילא איז נישט קיין ראיה פון דארטןיום טוב האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 27, 2024 11:28 amקוקנדיג אויף די בילדער פון באבוב זעה אז כמעט די גאנצע ציבור גייט געהעריג בגדי שבת , בין איך נייגעריג צו אין די סיטי בכלל איז אנדערש , אפשר גייט דאס אויך אריין אין די שמועס פון אפסטעיט/סיטי לייףדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 26, 2024 8:51 pm ס'איז זיכער געווארן א שטארקע טויש אין די זאך.
פאר 10-15 יאר צוריק איז נישט געווען איינגעפירט אז יעדער צווייטער טוט עפעס אן אויפן קאפ. ס'איז געווען עפעס אזא "אומ-מעטשור" זאך... אין ארץ ישראל האט מען עס יא געזען אבער דאהי אין אמעריקא נישט. ס'איז ממש געווען ווי א מאדנע זאך. (כמיין... ס'עפעס פורים היינט?!)
פאר 15 יאר צוריק ווען איך בין צום ערשטן מאל געגאנגען נאך געלט פורים, האב איך געהאט א פעטער וואס האט געהאט א שווערע קאורט קעיס, און איך בין געגאנגען פאר "פדיון שבויים", האב איך אנגעטון 'ארעסטאנטן' קליידער. איך קאן אייך גארנישט זאגן וואספארא בליקן איך האב דעמאלס באקומען אין ביהמ"ד הגדול ק"י פונעם עולם. איך געדענק נאך גענוי ווער עס האט מיר זאגאר געגעבן א שארפע פסק אין פנים אריין, און איך געדענק נאך אפילו וואס ער האט געזאגט (געהיטן אין די רעדאקציע..)
איך האב יא אנגעהאלטן דעם מנהג ווייטער, ווייל לדעתי, כאטש ס'איז פורים, מעג מען פארט עפעס שמייכלען אויך... און היינט איז דאס שוין ממש נארמאל.
וויאזוי גייסטו אנגעטון פורים? (אנקעטע)
Re: גייסטו אנגעטון פורים ווי א יעדע שבת?-אנקעטע
Re: גייסטו אנגעטון פורים ווי א יעדע שבת?-אנקעטע
רוב מענטשען טועהן דאס אן הערשט ביים משתה היין טיש ווען זיי זענען בגילופין ווען די בושה איז נישט דאיום טוב האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 27, 2024 12:24 pmוואס האט דאס מיט שיכורען? די קאסטיום גרייט מען אן נאך פארדעם , און גראדע מיין איך אז אין אנדערע פלעצער אים סאטמאר איז אויך ווייניגער די פארשטעלען
Re: גייסטו אנגעטון פורים ווי א יעדע שבת?-אנקעטע
נישט ממש , איך מיין רוב מענטשן גייען אזוי פון נאכן דאווענעןשבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 27, 2024 12:29 pmרוב מענטשען טועהן דאס אן הערשט ביים משתה היין טיש ווען זיי זענען בגילופין ווען די בושה איז נישט דא
Re: גייסטו אנגעטון פורים ווי א יעדע שבת?-אנקעטע
איך גיי מיט א קליינע בעש"ט שטריימל פורים און אויף מקומות הקדושים, א גאנץ יאר פארשטעל איך זיך מיט א ריזיגע קרויס שטריימל...
Re: גייסטו אנגעטון פורים ווי א יעדע שבת?-אנקעטע
מיין טאטע גייט מיט א קאלירטע בעקיטשע און א הוטל.
איך האב אלעמאל געוואוסט אז מיין טאטע האלט נישט פון זיך פארשטעלן פראסט אדער אומפאסיג און אזוי טו איך טאקע.
איך גיי אמאל א קאלירטע בעקיטשע און אמאל מיין געהעריגע, א הוטל (מיין עכטע שטריימל אנטון פורים איז געלייגט א שטריימל אין גארבעדזש בדחילו ורחימו) און דעטס בערך איט.

נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1284
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4309
Re: גייסטו אנגעטון פורים ווי א יעדע שבת?-אנקעטע
זאל איך וואוטען "אינגאנצן פארשטעלט?" עס איז שקר! עס איז כולו אמת! (אקעי, דעם שטריימל שטימט ביזדערווייל מיט 'נאר אן אנדערע קאפ צודעק..."
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5374
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10138
Re: גייסטו אנגעטון פורים ווי א יעדע שבת?-אנקעטע
מיט די שטריימעל בין איך קיינמאל געגאנגען פורים. אבער פארשטעלט איז אמאל אזוי און אמאל אזוי.
די אמת איז אז רוב עולם וואס פארשטעלט זיך פארשטעלט זיך באמת נישט. עס איז נאר איין מאל א יאר וואס ער שפירט באקוועם אויסצוקוקען אזוי ווי ער וויל באמת א גאנץ יאר....
די אמת איז אז רוב עולם וואס פארשטעלט זיך פארשטעלט זיך באמת נישט. עס איז נאר איין מאל א יאר וואס ער שפירט באקוועם אויסצוקוקען אזוי ווי ער וויל באמת א גאנץ יאר....
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 67
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 6:41 am
- x 74
Re: גייסטו אנגעטון פורים ווי א יעדע שבת?-אנקעטע
מיין טאטע פארשטעלט זיך פורים אין … איך זאג נישט מחשש גילי איך אין מיינע ברודערס פארשטעלן זיך פורים נארמאל אידיש אן אנדערע בעקיטשע היטל שטריימל וכויום טוב האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 26, 2024 3:15 pm סתם נקודה למחשבה איבער דעם ענין
האב איך מיטגעהאלטן אין א געוויסע משפחה וואס דער טאטע איז אן ערענסטע חסידישע איד און אלע יארן פורים פלעגט ער אנטון עפעס אינטערעסאנט אבער פארשטייט זיך מיט א נאמאלן אידישן טעם , למעשה זעה איך היינט זיינע קינדער, נארמאלע אינגעלייט, טוען זיך אן פורים מאדנע איינן מער ווי די צוויטע נעריש און אן קיין אידישן טעם , האב איך זיך דערמאנט איבער צוויי ראשי ישיבות/מנהלים וואס פלעגן לייגן א מוראדיגן דגוש אז די בחורים זאלן גיין פורים מיט די געהעריגע הוטן , עס הערט זיך עקסטרעם , כמיין עס איז פורים אויף דער וועלט , וואס קען שוין געשען אז מען וועט גיין מיט אן אנדערע הוט? עס איז דאך א מנהג וואס דער בני יששכר ברענגט זיך צו פארשטעלן , אבער מיט די מציאות פון דעם אויבן דערמאנטן איד האב איך פארשטאנען אז עס איז דא א נקודה דערין , די זאך בלייבט נישט שטיין במילא איז דא א געדאנק צו זאגן לאז גיין פורים נארמאל, מען קען זיין פרייליך אזוי אויך
Re: גייסטו אנגעטון פורים ווי א יעדע שבת?-אנקעטע
כגיי קאלירטע זאקן אויך.
אנהייב טאג איז עס נאך ווייס, ביז שפעטער נאכן טאנצן איז עס א געמיש פון ווייס און שווארצע אפדרוקן פונעם טאג
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל