די מעשה פון דער מגילה

אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1869
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5145

Re: די מעשה פון די מגילה.

פאוסט דורך נקודות טובות »

שמייכלדיג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 2:04 pm
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 1:41 pm אויף וויפיל לענדער האט אחשוורוש נישט געקעניגט?

און ווער זענען געווען די קעניגן אויף די אנדערע לענדער?
מגילה יא. תנו רבנן שלשה מלכו בכיפה ואלו הן אחאב ואחשורוש ונבוכדנצר

ער האט געקעניגט אויף די גאנצע וועלט
עס איז כלל נישט אזוי פשוט, לאמיר זעהן.

אין מדרש רבה (פרשה א' ה') שרייבט די מדרש אז די וועלט האט 252 לענדער, וואס לויט דעם קומט אויס אז אחשורוש האט געוועלטיגט אויף איינס מער ווי האלב וועלט. און אזוי אויך אין פרקי דר' אליעזר (י''א) שרייבט ער אז די וועלט האט געהאט 232 לענדער, און אחשורוש האט מתחילה געקעניגט אויף פונקט האלב וואס דאס איז 116 לענדער, און נאכן נעמען אסתר האט ער בזכותה צובאקומען נאך 11 לענדער און צוזאמען קומט עס אויס 127 לענדער. (פארשטיי מיר שוין די מדרש מה ראתה אסתר, ווייל עס איז דאך געווען בזכותה)

דער בן איש חי אין בן יהוידע (מגילה יא) איז מסביר אז אחשורוש האט געקעניגט אויף די עיקר חלק פון די וועלט, וואס אין יענע צייטן האט מען בעיקר געוואוינט אין די מיטל מזרח, און אין אזיע. אבער אודאי זענען געווען נאך לענדער וואס אחשורוש האט דארט נישט געקעניגט. אבער די גמרא רופט אים אן מושל בכיפה וויבאלד ער האט געהערשט אויף די עיקר באוואוינטע חלק פון די וועלט.

באמת ווען מען קוקט אריין אין תרגום (ראשון) אויפן פסוק ג' ח'. זעהט מען אז המן זאגט פאר אחשורוש, איתי עמא חדא מבדר ומתפרש ביני עממיא ואמיא ולישניא ''ומקצת מנהון דירין בכל פלכי מלכותא'' וואס פון דעם זעהן מיר קלאר אז עס זענען געווען אידן וואס האבן געוואוינט אין פלעצער וואס אחשורוש האט נישט געקעניגט איבער דעם.

דער אבן עזרא שרייבט אויפן פסוק ויישם המלך אחשורוש מס על הארץ ואיי הים. אז נאך די נס פון פורים איז די פחד פון מרדכי געווען אויף די גאנצע וועלט, און וויבאלד מרדכי איז געווארן משנה למלך האט אחשורוש אויסגענוצט די געלעגענהייט און ארויף געשטעלט שטייערן אפי' אויף די לענדער וואס ער איז נישט געווען קעניג. און די לענדער האבן פון די פחד פון מרדכי באצאלט אפי' אחשורוש איז נישט געווען קעניג דארט. וואס פון דעם זעהן מיר קלאר אז דער אבן עזרא האט געלערנט אז חוץ פון די 127 לענדער, איז געווען נאך לענדער וואס איז נישט געווען אונטער די פרס'ישע אומפעריע.

אין מדרש תהילים קאפיטעל כ''ב שרייבט דער מדרש אז באמת איז יא אחשורוש געווען קעניג אויף די גאנצע וועלט, נאר ווען ער האט גע'הרג'עט ושתי האבן אלע לענדער מורד געווען אין אים. און ווען ער האט גענומען אסתר, האבן זיך 127 צוריק אונטער געוואפען אונטער אים. וואס לויט דעם שטימט אלעס!

דער חתם סופר אין די דרשות אויף פורים (קצט:) ברענגט בשם המדרש רבה אז קודם האט אחשורוש געקעניגט אויף די גאנצע וועלט, אבער א טייל לענדער האבן מורד געווען. אבער אני בעניי ווען איך קוק אריין אין מדרש זעה איך דאס נישט. די מדרש זאגט בסך הכל די סיבה פארוואס דער אויבערשטער האט מעניש געווען אחשורוש און אוועקגענומען פון אים א האלבע וועלט. אבער נישט אז מתחילה האט ער יא געקעניגט אויף דעם, נאר אז נבוכדנצר האט יא.

ובדרך אגב איז אינטערעסאנט דאס וואס דער רש''ש שרייבט (מגילה ז.) אז נישט אלע 127 לענדער איז אחשורוש געווען ממש קעניג דארט. נאר א חלק פון די לענדער האבן געהאט זייער אייגענע קעניג, נאר זיי האבן געצאלט יערליכע שטייער פאר אחשורוש.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1869
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5145

Re: די מעשה פון די מגילה.

פאוסט דורך נקודות טובות »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 12:20 am באמת ווען מען קוקט אריין אין תרגום (ראשון) אויפן פסוק ג' ח'. זעהט מען אז המן זאגט פאר אחשורוש, איתי עמא חדא מבדר ומתפרש ביני עממיא ואמיא ולישניא ''ומקצת מנהון דירין בכל פלכי מלכותא'' וואס פון דעם זעהן מיר קלאר אז עס זענען געווען אידן וואס האבן געוואוינט אין פלעצער וואס אחשורוש האט נישט געקעניגט איבער דעם.
אן אינטערעסאנטע שטיקעל חתם סופר ענליך צו דעם.
ד''ה שאלו.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 712
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1356

Re: די מעשה פון דער מגילה

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

פארוואס האט בגתן ותרש געוואלט הרג'ענען דעם אחשוורוש?
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1154
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 2679

Re: די מעשה פון דער מגילה

פאוסט דורך דעת קדשי »

רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 12:59 am פארוואס האט בגתן ותרש געוואלט הרג'ענען דעם אחשוורוש?
ווייל ער איז געווען א מלך טיפש...
זאג נאר דו ווילסט האבן א טיפש פאר פרעזידענט???...זיי האבן אויך נישט געוואלט...
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2672
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3043

Re: די מעשה פון דער מגילה

פאוסט דורך אנדערער »

רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 1:39 pm וַיְהִי, בִּימֵי אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ...

די מגילה הייבט זיך אן מיט דעם אחשוורוש וואס איז געווען קעניג, איר ווייסט וואס דאס מיינט בכלל א קעניג??? א קעניג האט אמאל געקענט טוהן מה שלבו חפץ במלוא מובן המילה.

ער האט נישט געקעניגט אויף איין לאנד, ער האט געקעניגט אויף הונדערט זיבן און צוואנציג לענדער!!!!!
געהערט נאכזאגן א מדרש אז די געזעץ אז דער קעניג קען הייסן הרגענען איינעם איז געווארן ביי די מעשה פון ושתי און טאקע דערפאר ווערט עס דערמאנט אין די מגילה. אזוי האט דער קעניג געקענט זאגן תלוהו עליו
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2672
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3043

Re: די מעשה פון די מגילה.

פאוסט דורך אנדערער »

רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 11:32 pm אינטערסאנט אז די סעודה איז געווען אפגעטיילט די מענער און די פרויען.

דער אלעמען באקאנטער ושתי, האט געמאכט אן עקסטערע סעודה אין פאלאץ פאר די נשים.
מדרש זאגט אז איר סעודה איז געווען ממש נעבן די מענער סעודה כדי צוברענגען צו מכשולות
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 543
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 468

Re: די מעשה פון די מגילה.

פאוסט דורך תינוק הבורח »

הימל האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:42 pm
דער רבי איז געזונט האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:32 pm
הימל האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:27 pm וואס איז פשט אז נאכדעם וואס די גזירה אויף די אידן איז בטל געווארן, האט מען אנגעהויבן הרג'ענען די גוים?

האט דאס אחשוורוש צוגעלאזט אז מ' זאל הרג'ענען מענטשן רעכטס און לינקס?
ער האט דאך געפלאנט מתחילה צוצולאזן אזאנס אויף די יודן, סא וואס איז דער חידוש?
אויף די אידן איז נישט קיין חידוש, ער האט דאך פיינט געהאט די אידן מער ווי המן האט פיינט געהאט די אידן. (גמ.)

שאלה איז, וואס עפעס דארף מען יעצט הרג'ענען די גוים?
געברענגט פון פריערדיקע, אז מען האט געברויכט מתקן זיין צו הרג'נענן די גוים, ווייל כתב אשר נכתב בשם המלך אין להשיב, איז די איינציקסטע וועג ארויס פון דאס איז געווען צו זאגן אז המן האט פארדרייט די ערשטע כתב.
( ועיין בדרשות כתב סופר שזה הרבותא של שושן פורים כי "ינתן גם מחר ליהודים אשר בשושן" לא נצרך כלל, רק אסתר רצתה שיום זה יגלה דכל המעשה מתחילתו ועד סופו היתה נס שלא ע"פ טבע)
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1154
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 2679

Re: די מעשה פון דער מגילה

פאוסט דורך דעת קדשי »

שושן איז געווען די נאמען פון די שטאט- והעיר שושן צהלה ושמחה
נייגעריג צו איינער ווייסט וויאזוי האט געהייסן די לאנד?
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 712
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1356

Re: די מעשה פון דער מגילה

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 3:15 am
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 1:39 pm וַיְהִי, בִּימֵי אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ...

די מגילה הייבט זיך אן מיט דעם אחשוורוש וואס איז געווען קעניג, איר ווייסט וואס דאס מיינט בכלל א קעניג??? א קעניג האט אמאל געקענט טוהן מה שלבו חפץ במלוא מובן המילה.

ער האט נישט געקעניגט אויף איין לאנד, ער האט געקעניגט אויף הונדערט זיבן און צוואנציג לענדער!!!!!
געהערט נאכזאגן א מדרש אז די געזעץ אז דער קעניג קען הייסן הרגענען איינעם איז געווארן ביי די מעשה פון ושתי און טאקע דערפאר ווערט עס דערמאנט אין די מגילה. אזוי האט דער קעניג געקענט זאגן תלוהו עליו
ווי ווערט דערמאנט אין די מגילה אז מ' האט גע'הרג'עט ושתי??

עס שטייט נאר אז מ' האט אויפגענומען א נייע מלכה, און ושתי האט מען פארבאטן איינטריט.

אֲשֶׁר לֹא תָבוֹא וַשְׁתִּי, לִפְנֵי הַמֶּלֶךְ אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ, וּמַלְכוּתָהּ יִתֵּן הַמֶּלֶךְ, לִרְעוּתָהּ הַטּוֹבָה מִמֶּנָּה..
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 543
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 468

Re: די מעשה פון דער מגילה

פאוסט דורך תינוק הבורח »

רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 1:06 pm

וכן פירשו הר"י קרא והרשב"ם.
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1286
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 5071

Re: די מעשה פון דער מגילה

פאוסט דורך Spa 42 »

עס שטייט טאקע נישט אין מגילה אז מ' האט איר גע'הרג'עט, עס איז א מדרש.

דא האסטו א חתם סופר בענין זה.
"דרשות חתם סופר" (עמוד רה ע"א):
פיילס
חתם סופר דרשות.gif
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1286
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 5071

Re: די מעשה פון דער מגילה

פאוסט דורך Spa 42 »

אחשוורוש האט געהאט א קינד מיטן צווייטן מלכה אסתר?
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1154
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 2679

Re: די מעשה פון דער מגילה

פאוסט דורך דעת קדשי »

Spa 42 האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 11:27 pm אחשוורוש האט געהאט א קינד מיטן צווייטן מלכה אסתר?
במדרש ויקרא רבה (פרשה יג פסקה ה) מבואר שדריווש נולד לאסתר מאחשוורוש.
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1154
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 2679

Re: די מעשה פון דער מגילה

פאוסט דורך דעת קדשי »

דעת קדשי האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 12:28 pm שושן איז געווען די נאמען פון די שטאט- והעיר שושן צהלה ושמחה
נייגעריג צו איינער ווייסט וויאזוי האט געהייסן די לאנד?
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1869
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5145

Re: די מעשה פון דער מגילה

פאוסט דורך נקודות טובות »

ויבז בעניו לשלוח יד במרדכי לבדו כי הגידו לו את עם מרדכי.

וואס איז פשט דערפון? ווייל מרדכי איז א איד דארף זיין גאנצע פאלק ליידען? און אויב וואלט ער געווען א כינעזער וואלט גוט געווען פאר המן ווען נאר מרדכי ווערט געהרג'עט?
חוץ אויב מען זאגט אז המן איז סתם געווען אן אנטיסעמיט, און די רגע ער האט געזעהן שלעכטס אויף איין איד, זענען אלע אידן געווארן חייב מיתה! אז נישט, וואספארא הגיון איז דאס?
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1869
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5145

Re: די מעשה פון דער מגילה

פאוסט דורך נקודות טובות »

ויאמרו לו חכמיו וזרש אשתו אם מזרע היהודים מרדכי אשר החילות לנפול לפניו נפול תפול לפניו.

איך פארשטיי נישט. ווער האט געגעבן פאר המן די עצה מתחילה, נישט זרש מיט זיינע חכמים? זיי האבן דאך געוואוסט פון פריער אז מרדכי איז א איד, טא וואס איז יעצט געשעהן? כאילו המן איז שולדיג אז ער האט געטוהן אנדערש ווי מען האט אים געזאגט!? וואס איז געווען די פלאן פון זרש וחכמיו מתחילה?
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1869
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5145

Re: די מעשה פון דער מגילה

פאוסט דורך נקודות טובות »

ואמר ר"א אמר רבי חנינא כל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם שנאמר ותאמר אסתר למלך בשם מרדכי.

אחר הדברים האלה. אמר רבא אחר שברא הקב"ה רפואה למכה דאמר ר"ל אין הקב"ה מכה את ישראל אא"כ בורא להם רפואה תחילה. (רפואה הוא מעשה דבגתן ותרש)

פארוואס איז די מעשה פון מרדכי און בגתן ותרש א חלק פון די נס? וועלכע ראלע האט דאס געשפילט אינעם נס, און אזוי אויך איז דאס פירן מרדכי אויפן פערד געווען א חלק פון די נס?
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1869
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5145

Re: די מעשה פון דער מגילה

פאוסט דורך נקודות טובות »

דעת קדשי האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 12:28 pm שושן איז געווען די נאמען פון די שטאט- והעיר שושן צהלה ושמחה
נייגעריג צו איינער ווייסט וויאזוי האט געהייסן די לאנד?
לויט ווי מיר האבן געשריבען דא איז עס געווען אין פרס, און שושן הבירה איז געווען אין עילם!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1869
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5145

Re: די מעשה פון דער מגילה

פאוסט דורך נקודות טובות »

רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 12:59 am פארוואס האט בגתן ותרש געוואלט הרג'ענען דעם אחשוורוש?
די גמרא מגילה יג: זאגט קלאר.

נאך א זאך וואס איך האב קיינמאל געהעריג פארשטאנען.
1) וואס איז געווען די מעשה מיט די אגרות וואס מרדכי ואסתר האבן געשיקט. די גזירה פון המן איז נישט בטל געווארן, כי כתב אשר נכתב ונחתום בטבעת המלך אין להשיב. נו אויב אזוי פארוואס האבן די גוים נישט גע'הרג'עט די אידן? עס איז דאך א גזירה פון אחשורוש!

2) בסך הכל האבן אידן באקומען די רעכט פאר סעלף דיפענס? יעצט לאמיר קלערן אויב וואלטן די אידן נישט באקומען די רעכט פון סעלף דעפענס, וואלטן זיי זיך נישט געטארט דיפענדען? וואס האבן זיי שוין געהאט צו פארלירן אויב זיי דיפענדען זיך יא, טוה כאטש וואס דו קענסט יא! און אויב זענען זיי געווען שוואכער ווי די גוים, וואס איז געשעהן ווען אחשורוש האט זיי געגעבן די רעכט צו דיפענדען? זענען זיי יעצט געווארן שטערקער ווי די גוים?

3)פארוואס האבן די שונאים זיך נישט צוריקגעשלאגען מיט די אידן און גע'הרג'עט פון זיי אויך? (אפשר יא, נאר עס שטייט נישט?)
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 543
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 468

Re: די מעשה פון דער מגילה

פאוסט דורך תינוק הבורח »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 4:30 pm נאך א זאך וואס איך האב קיינמאל געהעריג פארשטאנען.
1) וואס איז געווען די מעשה מיט די אגרות וואס מרדכי ואסתר האבן געשיקט. די גזירה פון המן איז נישט בטל געווארן, כי כתב אשר נכתב ונחתום בטבעת המלך אין להשיב. נו אויב אזוי פארוואס האבן די גוים נישט גע'הרג'עט די אידן? עס איז דאך א גזירה פון אחשורוש!

2) בסך הכל האבן אידן באקומען די רעכט פאר סעלף דיפענס? יעצט לאמיר קלערן אויב וואלטן די אידן נישט באקומען די רעכט פון סעלף דעפענס, וואלטן זיי זיך נישט געטארט דיפענדען? וואס האבן זיי שוין געהאט צו פארלירן אויב זיי דיפענדען זיך יא, טוה כאטש וואס דו קענסט יא! און אויב זענען זיי געווען שוואכער ווי די גוים, וואס איז געשעהן ווען אחשורוש האט זיי געגעבן די רעכט צו דיפענדען? זענען זיי יעצט געווארן שטערקער ווי די גוים?

3)פארוואס האבן די שונאים זיך נישט צוריקגעשלאגען מיט די אידן און גע'הרג'עט פון זיי אויך? (אפשר יא, נאר עס שטייט נישט?)#
איך האב געברענגט פריער פון אבן עזרא אז דער צווייטער (דריטער) כתב האט געזאגט אז המן האט פארדרייט דער פריערדיקער כתב.
אוועיטער
פייל און בויגן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 539
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 956

Re: די מעשה פון דער מגילה

פאוסט דורך פייל און בויגן »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 4:14 pm ויאמרו לו חכמיו וזרש אשתו אם מזרע היהודים מרדכי אשר החילות לנפול לפניו נפול תפול לפניו.

איך פארשטיי נישט. ווער האט געגעבן פאר המן די עצה מתחילה, נישט זרש מיט זיינע חכמים? זיי האבן דאך געוואוסט פון פריער אז מרדכי איז א איד, טא וואס איז יעצט געשעהן? כאילו המן איז שולדיג אז ער האט געטוהן אנדערש ווי מען האט אים געזאגט!? וואס איז געווען די פלאן פון זרש וחכמיו מתחילה?
זרש האט נישט געזאגט פאר המן אז ער איז דערנאך פשוט נאר ווייל מרדכי איז א איד, נאר אז אויב איז מרדכי דיר איינמאל בייגעקומען, ווייזט עס אז ער האט די געווינס אויף זיין זייט, גייט ער שוין גיין עד הסוף.
א געזונטע ווינטער.
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 712
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1356

Re: די מעשה פון דער מגילה

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 4:16 pm
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 12:59 am פארוואס האט בגתן ותרש געוואלט הרג'ענען דעם אחשוורוש?
די גמרא מגילה יג: זאגט קלאר.
אז?
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 560

Re: די מעשה פון דער מגילה

פאוסט דורך העלדיש »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 4:30 pm נאך א זאך וואס איך האב קיינמאל געהעריג פארשטאנען.
1) וואס איז געווען די מעשה מיט די אגרות וואס מרדכי ואסתר האבן געשיקט. די גזירה פון המן איז נישט בטל געווארן, כי כתב אשר נכתב ונחתום בטבעת המלך אין להשיב. נו אויב אזוי פארוואס האבן די גוים נישט גע'הרג'עט די אידן? עס איז דאך א גזירה פון אחשורוש!

2) בסך הכל האבן אידן באקומען די רעכט פאר סעלף דיפענס? יעצט לאמיר קלערן אויב וואלטן די אידן נישט באקומען די רעכט פון סעלף דעפענס, וואלטן זיי זיך נישט געטארט דיפענדען? וואס האבן זיי שוין געהאט צו פארלירן אויב זיי דיפענדען זיך יא, טוה כאטש וואס דו קענסט יא! און אויב זענען זיי געווען שוואכער ווי די גוים, וואס איז געשעהן ווען אחשורוש האט זיי געגעבן די רעכט צו דיפענדען? זענען זיי יעצט געווארן שטערקער ווי די גוים?

3)פארוואס האבן די שונאים זיך נישט צוריקגעשלאגען מיט די אידן און גע'הרג'עט פון זיי אויך? (אפשר יא, נאר עס שטייט נישט?)
כי נפל פחד היוהדים. איינמאל זיי האבן געזע די קעניג שטיצט זיי האבן זיי באקומען א פחד.

אבער וואס מ'זעט דערפון איז א טיפע נקודה. פיל מאל ווייסט נישט דער מענטש אליינס וואס פאר א כוחות ער האט און ער האט מורא, ער האט נישט קיין סעלף עסטיעם... איינמאל איינער געבט אים די קוראזש דאן קומט ער ארויס אין זיינע אמת'ע פארבן... (כ'האב גראדע געקלערט צו מאכן א לענגערע ארטיקל אויף די נקודה)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6274
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14277

Re: די מעשה פון דער מגילה

פאוסט דורך דער תהלים איד »

רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 6:58 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 4:16 pm
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 12:59 am פארוואס האט בגתן ותרש געוואלט הרג'ענען דעם אחשוורוש?
די גמרא מגילה יג: זאגט קלאר.
אז?
אמר ר' חייא בר אבא אמר רבי יוחנן הקציף הקב"ה ... עבדים על אדוניהן לעשות נס לצדיק ומנו מרדכי דכתיב ויודע הדבר למרדכי וגו'

אמר רבי יוחנן בגתן ותרש שני טרסיים הוו והיו מספרין בלשון טורסי ואומרים מיום שבאת זו לא ראינו שינה בעינינו בא ונטיל ארס בספל כדי שימות

הפנים, זיי זענען ברוגז געווען אז זייט אסתר איז געווארן די מלכה האבן זיי צופיל ארבעט און אחשורוש לאזט זיי נישט קיין מנוחה.
שרייב פאוסט