בלאט 2 פון 2
Re: עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:22 pm
דורך נקודות טובות
אנדערער האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 23, 2023 9:42 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 23, 2023 8:55 pm
אנדערער האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 8:52 am
וואס איז די פראבלעם?
אויב הייסט עס נישט איין סעודה מיט'ן קידוש, וויאזוי איז מען יוצא קידוש במקום סעודה.
במקום מוז זיין די זעלבע סעודה? איך פרעג ווייל איך ווייס נישט
מוז נישט דוקא זיין די זעלבע סעודה. אבער די רמ''א זאגט אז קידוש במקום סעודה דארף זיין לאלתר. עס איז דא א דיון אין די פוסקים פונקטלעך די שיעור פון לאלתר, אבער עכ''פ א קאפי ברעיק איז זיכער נישט בכלל.
יעצט די שאלה איז נאר ווי אזוי מען איז יוצא די מקום סעודה. בפשטות איז עס ברויט, דהיינו סעודה ממש. און דערנאך איז דא די שיטות הגאונים וואס די בית יוסף ברענגט און איז געברענגט אין מג''א להלכה. אבער כמדומה אז ביינאכט פארלאזט מען זיך נישט אויף דעם.
עכ''פ כאפ מיר נישט ביים ווארט, איך האב נישט אריינגעקוקט אין שלחן ערוך יעצט ביים שרייבען, און איך האב שוין לאנג נישט געלערנט די הלכות. אבער בפשטות אויב טרינקט מען א קאווע נאך קידוש דארף עס זיין כאטשיג מיט פת הבא בכיסנין, חוץ אויב מען פארלאזט זיך אויף די גאונים פון רביעית יין...
אלעס ארום עשרה בטבת שחל בערב שבת
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 06, 2025 4:46 pm
דורך דעת קדשי
ברוכים הבאים
Re: אלעס ארום עשרה בטבת שחל בערב שבת
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 06, 2025 4:56 pm
דורך בן נביאים
אינטערסאנט, שוין די צווייטע יאר אין איין צו
א זעלטענהייט
Re: אלעס ארום עשרה בטבת שחל בערב שבת
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 06, 2025 4:58 pm
דורך שינאווער
צ"ק. מען מאכט קידוש צווישן זעקס און זיבן - די וואס מאכן נישט פריער...
Re: אלעס ארום עשרה בטבת שחל בערב שבת
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 06, 2025 5:01 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
שינאווער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 06, 2025 4:58 pm
צ"ק. מען מאכט קידוש צווישן זעקס און זיבן - די וואס מאכן נישט פריער...
און מען זאגט אב הרחמים אלס שמירה
Re: אלעס ארום עשרה בטבת שחל בערב שבת
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 06, 2025 5:06 pm
דורך ווער
שינאווער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 06, 2025 4:58 pm
צ"ק. מען מאכט קידוש צווישן זעקס און זיבן - די וואס מאכן נישט פריער...
די זמן ר''ת איז 6:01