Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 05, 2024 1:43 pm
@פופציגער דו האסט פון די ערשטע מינוט נישט געלאזט ענטפערן. דו האסט אים ממש באוואשן און באשריגן אויף יעדעס ווארט זיינע על לא דבר. ער האט זייער ריכטיג מעיר געווען לכל הדיעות, אפילו @שאינו יודע לשאול פארשטייט עס. עס איז מיר נישט ווערד דיר צו אויפווייזן די אומריכטיגקייט פון דיינע שארפע אפענטפערס צו אים און צו אנדערע אין די טעמע, איך פרוביר נאר דאס מייניגע למען התועלת.
קוק איבער וועסטו זען אז איך האב גענומען צייט זיך צו באציען צו זיינע ארגומענטן, הגם טאקע אויסגעפירט מיט אביסל פרוסטראציע אויף זיין מחלוקה אגענדע.
לאמיר דיר ערקלערן פארוואס איך ווער אזוי פרוסטרירט, און פארוואס איך רעזערוויר די רעכטן צו זאגן אז דער שמועס איז פארפעסטיגט פון אנהייב.
אני הקטן, סיי מיט מיין פופציגער ניק, און סיי מיט מיין טלית בייטל נאמען, בין באקאנט צווישן מיינע ארומיגע אלס א פראו עסטעבלישמענט אקטיוויסט. איך האב א שיטה דערביי, שאכמ"ל, אבער אזוי איז עס, איך נעם געווענליך די צד פון די עסטעבלישמענט.
אין דעם נושא ספעציפיש, די דירות אין קרית יואל, און נאך מער ספעציפיש, די דעוועלאפער, און נאכמער ספעציפיש, דער בונה ומקים פון שכונת ויואל משה און עיקערס ענקלעיוו, האב איך שוין אסאך טינט פארגאסן. איך בין פארווארפן געווארן פון אייוועלט און געקומען אונטער דירעקטע גילוי אטאקעס, ווען איך האב זיך אנגענומען פאר'ן דעוועלאפער אין א צייט ווען עס איז נאכנישט געווען פאפולער צו נעמען זיין צד...
דעם שטעלונג האב איך נישט אויפגעגעבן, איך בין נאכאלץ פרא די היימישע דעוועלאפער - און איך רעד פון מערסטנס היימישע דעוועלאפער, נישט לימיטעט צו איינעם, אבער עס קען נישט פארלייקנט ווערן אז כ'האב א ספעציעלע הערצה צו איין דעוועלאפער וועמען איך באטראכט ווי א ריכטיגער העלד און א זעלטענער לב טוב.
נאר וואס? עס איז דא א סיבה פארוואס מיינע ארומיגע גלייכן צו דעבאטירן מיט מיר אין דעם נושא, און דאס איז ווייל איך פרוביר נישט אנגעשטעקט צו ווערן פון קאפ-אין-וואנטיזם.
דאס הייסט, ווען איינער גייט קאמפלעינען אויף א געוויסע סטאנדארט וויאזוי מ'בויט אין קרית יואל, וועל איך נישט תיכף אנהייבן טראכטן אז ער בלעימט דעם און יענעם, נאר איך וועל קענען טראכטן אויפריכטיג, און אפילו צושטימען אז דער סטאנדארט וואלט געמעגט זיין אנדערש, און פארשטיין אז ווען מ'רעדט פון א סטאנדארט, איז נישט פשט אז מבלעימט עמיצן. פארקערט, דער דעוועלאפער זאל טאקע בויען לויט'ן סטאנדארט.
דאס זעלביגע ווען א דעוועלאפער מאכט אמאל א טעות - עפעס וואס יעדע בשר ודגים קען באווייזן - ספעציעל א טעות וואס דער דעוועלאפער אליינס זאגט אז ס'געווען א טעות, וועל איך עס נישט זוכן צו פארדעקן, נאר פארקערט, איך האלט אז דאס מודה זיין אין א טעות שענקט די גרעסטע נאמנות.
אזוי אויך ווען מ'וויינט אויף פרייזן, און מ'פרובירט צו אפקילן די "פאניק" ביים ציבור דורכ'ן זאגן אז ס'דא האפענונג, וועל איך עס נישט באטראכטן ווי אן אנטי דעוועלאפער אגענדע, נאר ווי א מאוומענט וואס יעדער דעוועלאפער דארף זיך פרייען אז ס'דא ווער ס'טוט עס.
וואס פאסירט אבער ווען מ'נעמט דעם קאפ-אין-וואנט קארטל און אין יעדע זאך זעט מען אנטי דעוועלאפער רעטאריק? דאן הייבט מען אן אויסקוקן ווי דער נאר אין מקוה...
ווילאנג דו האסט זיך נישט אויפגעשטעלט שרייען "איך בין נישט קיין נאר" האט קיינער נישט געקלערט אז דא איז דא עפעס א דין ודברים בכלל איבער דיר, די רגע דו שטעלסט זיך אויף באשיצן דיין פאזיציע, האסטו געפליפט דעם קארטל... יעצט איז שוין דא פאזיציעס, ס'שוין א מערכה קעגן דיר, און אפילו אויב האסטו גערעכטע קאנטער-ארגומענטן זאגט די וועלט "דאס וועסטו שוין ענטפערן פאר די גאנצע שטאט"... דער גערוך איז פריי געשיקט געווארן.
אלזא, ווען איך שטיי אין פארטיידיג דעוועלאפער יעדע מאל ס'קומט אויף עפעס א שערורי' קעגן זיי, און מיטאמאל טרעף איך זיך מיט עמיצן כלומרשט אין מיין טיעם, פראו דעוועלאפער, וואס זיין איינציגע ציל איז צו אונטערדרייען נאך מערכות, און זיכערמאכן אז יעדע שערורי' זאל באיזה אופן דירעקטירט ווערן קעגן דעוועלאפער, ווער איך פרוסטרירט...