משה זיכמעך האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 26, 2026 8:33 pm
► Show Spoiler
משה זיכמעך האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 26, 2026 6:46 pm
פארטריבן האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 23, 2026 2:27 am
די קשיא איז מרפסין איגרא,
ווייל איר פרעגט שוין פשט פון די 99 פראצענט ריפארטס, נאך איידער איר האט אפילו געברענגט איין ריפארט
און מיר דארפן שוין יעצט ענטפערן א תירוץ אויף א קשיא וואס איר גייט פרעגן נאך שבת, און איז דערווייל נאך א דבר שלא בא לעולם...
הרב toty ווילאנג ער ענטפערט נישט אויף דיין קשיא זאלט איר טאקע אים מער נישט ענטפערן
פאר שבת האט ער נישט געדארפט ענטפערן צוליב וואס סאיז א דבר שלא בא לעולם די רעפארטס און יעצט נאכן ברענגען די רעפארטס פון סאטמאר און בעלז און נאך ספינט ער צי אנדערע זאכן...
חבר טייערע האלט אייך פאוקעסט און פאלט נישט אריין אין זיינע סקעמס איך מיין אז יעדער וואס וויל זיין קלאר איז שוין קלאר...
נאך וואס ער ענטפערט די קשיא קענסטו טראכטן פון גיין ווייטער...
הרב toty ביטע פאלגט מיר און נישט ענטפערן ביז ער ענטפערט די קשיא
איך ווייס סאיז שווער אבער פאלגט א גוטן פריינד...
@משה זיכמעך איר קענט רילעקסן און זיצן זייער רוהיג, און איר דארפט בכלל נישט פרובירן זיכער צו מאכן אז אייער גוטער 'פריינד'... זאל נישט ענטפערן מיינע קשיות אדער ברענגען די פארלאנגטע פראף,
ס'איז איהם סייווי אוממעגליך צו ענטפערן אדער ברענגען די פארלאנגטע פראף, (וואס די חינוך יו.קעי וואלט ווען געקענט צושטעלן אין איין מינוט אויב אזא זאך איז דא בנמצא),
און פונקט אזויווי ער האט דאס נישט געברענגט די פארגאנגענע וואך נישט מיטוואך און נישט דאנערשטאג, -נאך פאר מען האט אפילו אנגעהויבן צו רעדן פון די נייע ספין פון ריפארטס פון אנדערע מוסדות-, און דערנאך אויך נישט פרייטאג און נישט זונטאג -נאכן אנענעמען זיין פארלאנגטע תנאי-, די זעלבע וועט ער דאס ווייטער נישט קענען ברענגען נישט מארגן און נישט איבערמארגן און נישט נעקסטע וואך אדער נעקסטע יאר.
און די סיבה דערפאר איז זייער פשוט, ווייל:
די פראף עקזיסטירט נישט,
און די קשיות וואס מיר האבן געפרעגט האבן נישט קיין שום שכל'דיגע תירוצים.
און באמת ביי אונז פערזענליך איז דאס בכלל נישט קיין שום חידוש, ווייל מיר האבן שוין די גאנצע צייט געוואוסט אז די חינוך יו.קעי. מהלך מיט פערל'ס מהלך איז היינו הך,
און די גאנצע סיבה פארוואס מיר האבן אייך געבעטן צו ברענגען די אלע פראף, איז נישט געווען ווייל מיר האבן געהאלטן פאר איין מינוט אז איר וועט דאס קענען ברענגען, נאר מיר האבן דאס פשוט געוואלט איבערצייגן בפני קהל ועדה.
און יעדער האט טאקע מיטגעהאלטן די גאנצע צייט, וויאזוי דער עורך ראשי פון די חינוך יו.קעי. 'מסורה פאראיין'
@totty צוזאמען מיט זיינע אנדערקאווער חברים און שותפים, האבן דא פרובירט צו פארקויפן זייערע באבקעס און ספינערייען, אבער ווי נאר מען האט זיי צוגעדרוקט צו די וואנט מיט אויפריכטיגע קשיות, אדער געבעטן קראנטע פראף, זענען זיי אייביג אנטלאפן פון די נושא, און נישט געענטפערט די שאלות וואס מען האט געפרעגט, און אוודאי נישט צוגעשטעלט די מינימאלע קראנטע פראף, אפילו נאכן בעטן איינמאל און נאכאמאל.
און דאס אלעס איז אפענע קארטן, וואס יעדער קען אליין גיין איבערליינען דא אויף אידטיש די גאנצע טעמע און די סדר הדברים מהחל ועד כלה, און זיך אליין איבערצייגן למי החותמת ולמי הפסולים, ווער עס ספינט און חושט און פירט אוועק צי אנדערע נושאים.
און דערמיט איז שוין יעצט קלאר באשטעטיגט און איבערצייגט פאר יעדן איינעם, אז
חינוך יו.קעי איז די זעלבע ווי פערל'ס,
וואס ביידע חושען ארום און פירען ארום דעם ציבור מיט שקרים וכזבים, און פאלשע כלומר'שטע דערגרייכונגען און געווינסן,
און פונקט ווי פערל'ס מוסדות דאהי אין ניו יארק האבן אויסגעפאפט די אייגענע רבנים און דיינים און דעם גאנצן ציבור, מיט כלומר'שטע קנאות'דיגע בריוון וואס מען האט געשיקט פאר די רעגירונג,
פונקטליך די זעלבע האבן די חינוך יו.קעי. מוסדות געטוהן מיט זייערע אייגענע דיינים און מיט די גאנצע שטאט, און זיי איינגערעדט אז מען האט געשיקט א 'מחאה בכתב' פאר אפסטעד, א זאך וואס איז לא הי' ולא נברא,
נאר די עזות און חוצפה פון די חינוך יו.קעי. מוסד גייט נאך מיט א שמיץ אריבער,
וואס בשעת די מעשה פון די פערל'ס מוסד אין ניו יארק האט כאטש געהאט עפעס אן אחיזת עינים של אמת, וואס זיי האבן געשיקט עפעס א בריוו פרייטאג, און אויך זונטאג (ווען עס האט שוין נישט מעלה ומוריד געווען) האבן זיי געשיקט די ארגינעלע שארפע קנאות בריוו,
האט אבער די מעשה פון די חינוך יו.קעי. מוסד ניטאמאל אן אחיזת עינים של אמת, ווייל אויב מען האט נאך ביז יעצט שוין 6 יאר נאך די מעשה נאכנישט געקענט אהער דעליווערען די 2 'מחאה בכתב' בריוון, דאן איז דאס ווי יענער זאגט, נאדאו, זילטש.
און יעצט
@totty דארפט איר שוין גארנישט ברענגען און גארנישט בעטן, ווייל די פאקטן שרייען שוין גענוג הויך פון זיך אליין, און יעדער האט זיך שוין איבערצייגט אז די פארלאנגטע פראף עקזיסטירט נישט,
און עס איז שוין קלאר פאר יעדן איינעם כשמש בצהרים, אז:
פאקט 1)
סקווירא מוסד האט קיינמאל נישט געשיקט קיין איין 'מחאה בכתב' פאר אפסטעד.
וואס דאס מיינט אז די רעגירונג ריפארט איז בפשטות ליידער אמת, און די מוסד האט זיך אונטערגענומען (פעטוועי בלע"ז) צו לערנען דברים אסורים, נאך אפילו מער ווי די ניו יארקע פעטוועי מוסדות.
פאקט 2)
עס עקזיסטירט נישט קיין שום איינגעגעבענע געריכט קלאגע פון חינוך יו.קעי. אקעגן אפסטעד.
פאקט 3)
עס איז נישטא קיין שום שינוי לטובה פון די שרעקליכע 'געזעץ' פון 14' בנוגע לערנען פון מינים וכופרים און אנדערע רעליגיעס, און רעספעקט פאר אנשי תועבה.
און נאכמער, לויט די לעצטע ריפארט וואס
@totty האט דא געברענגט, וואו מען זעהט אז א מוסד האט ליידער צוגעגרייט און געוויזן פאר אפסטעד זייער געשריבענע סקול פאליסי איבער די לימודי תועבה (רח"ל), איז די מצב גאר נאך פיל ארגער ווי מען האט געמיינט ביז יעצט.

- schools policy.jpg (33.51 KiB) געזען געווארן 186 מאל