אמר המעתיק:
איך האב געבעטן איינער פון די אינגערלייט מיר צו שיקן א באריכט איבער דער איינדרוקספולע באזוך פונעם מנהל הרב עמרם הערצאג שליט"א אין שטאט דעם יום טוב חנוכה, היות איך האב נישט מיטגעהאלטן די מעמדים יענעם טאג.
איך האב שוין באקומען דעם באריכט עטליכע טאג צוריק, אבער געוואלט עס ארויפלייגן אינאיינעם מיט בילדער פון די חנוכה מסיבה וכדומה פון די קינדער, למעשה זעה איך אז די וואס שיקן מיר געווענדליך די בילדער שלעפן זיך, און נאך אביסל וועט דאס שוין זיין ווי א שירעם נאך א רעגן, במילא לייג איך דאס יעצט ארויף און האפענטליך אויב איך וועל באקומען די בילדער און די קומענדיגע טעג וועל איך דאס ארויפלייגן.
איך האב געלאזט דעם באריכט אזוי ווי עס איז געשריבן געווארן דורך דעם אינגערמאן, און נאר ארויסגענומען די פערזענליכע נעמען פון משפחות וכדומה היות איך האב זיי נישט געפרעגט קיין רשות, במילא וועט דער שפראך זיין אנדערש ווי איך לייג געווענדליך, אבער יעדער האט זיך דאך זיין יוניק שפראך און געשמאק.
החותם
@אלע צוזאמען
- - -
דעם מיטוואך - ז' דחנוכה - ראש חודש טבת העל"ט האבן מיר געהאט די געלעגנהייט אז די מנהל איז געקומען אויף א גאר קורצע באזוך, צו אפרעכטן א געהויבענע ''חנוכה מסיבה'' מיט די לעכטיגע תלמידים פון ת"ת עץ חיים.
די באזוך האט זיך אנגעהויבן מיט א געהויבענע הדלקת הנרות דינסטאג נאכט אין שטוב פון המלמד הנפלא הרה"ח ר' משה ברוינשטיין שליט"א, און פרי פארטאגס מיט די געשמאקע שיעור חק לישראל, נאכגעפאלגט מיט א גאר געשמאקע לעבעדיגע שחרית [געווען ב"ה שיין מנין] ווי די מנהל איז מכובד געווארן מיט הלל און מוסף, און נאכ'ן דאווענען איז געווען א געשמאקע לחיים לכבוד ר"ח [ע"י הרה"ח המלמד הנפלא ר' יואל טורעם שליט"א] און ב"ה מ'האט אנגעהויבן די לימודים אין חדר מיט געשמאק.
בערך ביי ריסעס איז די מנהל אנגעקומען אין חדר, און שלום גענומען ביי אלע פרייליכע תלמידים, די עלטערע האבן געהאט א געלעגנהייט פאר א פריוואטע שמועס מיט'ן מנהל שליט"א, און דערנאך האט די מנהל פארהערט די עלטסטע כתה, און זיך אומגעקוקט פון דערנאנט אויף די לימודים און פארשריט פון אלע כיתות, און ב"ה מ'זעהט די הארעוואניע פון די חשוב'ע איבערגעגעבענע מלמדים וואס דזשאלעווען נישט קיין כוחות, און יעדע תלמיד באקומט הויפענעס אויפמערקזאמקייט און די נויטיגע הילף און שטיצע צו קענען שטייגן 'על פי דרכו'.
בערך 1:15 האבן זיך די תלמידים געוואשן צו די 'סעודת ראש חודש - חנוכה' [אינזין האבנדיג אז מ'גייט ווייטער עסן און בענטשן 'ערגעץ אנדערש'] און מ'האט זיך אריינגעזעצט אין עטליכע קאר'ס און זיך ארויסגעלאזט צו די געשמאקע לופטיגע וואסער'דיגע ווילעגאו פארק' ווי מ'האט שיין איבערגעדעקט די טיש נעבן די הערליכע וואסער פאלל'ס, און זיך ארומגעזעצט פאר די סעודה, [וואס רוב דערפון איז געווארן צוגעשטעלט דורך משפחת - - - און - - -]
בשעת'ן עסן האבן די קינדער זיך צוגעהערט צו א גאר געשמאקע און אינטרעסאנטע דרשה דורך די מנהל שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט מיט הערליכע מעשיות די געוואלדיגע לעכטיגקייט וואס ווערט אנטפלעקט חנוכה, און וואס דאס האט מיט אונז, און אזוי אויך די כח פון דאנקען השי"ת אויף יעדע זאך, און מיר האבן טאקע געדאנקט אויף די הערליכע וועטער, און די געשמאקע טריפ בכלליות.
נאכ'ן עסן האבן די תלמידים שיין געזינגען אפאר ניגונים לכבוד ראש חודש און חנוכה, און געכאפט א שטיקל טענצל...
א הערליכע בענטשן מיט די באבוב'ע ניגונים האט אפגעקלינגען אין די גאנצע פארק, דאנקענדיג השי"ת אויף די געשמאקע סעודה וואס האט אונז געזעטיגט און געקרעפטיגט... [אלס א זייטיגע נאטיץ, ס'איז געווארן אראפגעלייגט אויף די טיש א גאנצע טאץ געשניטענע ירקות און די קינדער האבן זיך באלעקט דערמיט און גארנישט איבערגעלאזט... השי"ת זאל טאקע העלפן זיי זאלן אלע זיין געזונט און שטארק!]
יעצט איז מען שוין גרייט פאר די 'צווייטע חלק מסיבה' [פאר די עלטערע צוויי כיתות], מ'האט זיך ארויסגעלאזט צום ביהמ"ד, אבער אויפן וועג האט די מנהל מיט די עלטסטע כתה געמאכט א 'סורפרייז' און זיך אפגעשטעלט ביי א קליינע 'עירפארט' ווי די קינדער האבן מיטגעהאלטן פון דערנאנט ווי א פילאט לערנט זיך, און ווי ער הייבט זיך אין די לופטן... די קינדער האבן באטראכט מיט וואונדער די קליינע פליגערס און עס אפי' ארומגעטאפט [און באוואונדערט ווי ס'איז נישט מער ווי אביסל פלעסטיק! אבער ס'פליעט...] מ'האט אויך געטראפן דארט א יודישע פילאט וואס לערנט זיך פליען, און די חשוב'ע מלמד הרה"ח ר' ישעי שלעזינגער שליט"א האט ארויסגעברענגט פאר די קינדער די מוסר השכל אז מ'דארף נאר דרוקן די ריכטיגע קנעפלעך, און מ'קען זיך הייבן גאר גאר הויעך בס"ד...
אנקומענדיג אין ביהמ"ד האט מען זיך געזעצט צו די טישן ווי מ'האט געטיילט די געשמאקע 'פאנקען' וואס די חשוב'ע מנכ"ל שליט"א האט צוגעשטעלט, און בשעת'ן עסן האט מען צוגעגרייט די גאר געשמאקע 'סליידס געים' וואס די מנהל האט ספעציעל איבערגעמאכט פאר די לעכטיגע תלמידים, און פאר די קומענדיגע מער ווי א שעה זענען די תלמידים געזעצן און גענוצט די מח צו טראכטן וועלעכע ווארט גייט צוזאמען מיט די ווערטער וואס קומט ארויף אויף די סליידס, און אלע האבן פארדינדט א שיינע פאר 'פעניס' פאר זייערע גוטע ענטפערס.
מ'האט צוגעענדיגט מיט די גאר געשמאקע 'ניגונים סליידס' וואס די קינדער האבן געזונגען כמעט הונדערט ניגונים... אוי איז דאס געשמאק געווען...
און צום סוף האט יעדעס קינד באקומען זיין פערזענליכע זעקל פון די מנהל שליט"א, וואס האט אנטהאלטן א געבענטשטע מטבע פון כ"ק מסקולען זי"ע, וואס זיי האבן געהאט די זכי' צו באזוכן קוים א יאר צוריק ווען דער רבי זצ"ל איז געווען אין טוסאן... און אזוי אויך עכטע חנוכה געלט פון די מנהל, און נאך אפאר געשמאקע זאכן אריינצוגעבן א געשמאק אינעם יו"ט.
און מיט דעם האט די מנהל זיך געזעגנט פון די קינדער נאך אזא געשמאקע טאג וואס וועט זיי לאנג ליגן אין די ביינער, און בס"ד זיי געבן די כוחות ווייטער צו טוהן די רצון השי"ת און לערנען און דאווענען מיט גרויס חשק און התלהבות 'הכל ברצונך הטוב'....
שפעטער צווישן מנחה און מעריב האט די מנהל אויפגעטרעטן פאר די חשוב'ע עלטערן פון די ת"ת און מיידל שולע, ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע סייעתא דשמיא וואס מ'זעהט, און אז כדי צו קענען ווייטער ערציען לעכטיגע דורות דארף מען יעדעמ'ס השתתפות מיט דריי זאכן, 1] זיין א מוסטער פאר די קינדער, מיט א ווארימקייט פאר יעדע דבר שבקדושה, און זיין א סימבאל פון טוהן וואס איז ריכטיג.. 2] אסאך תפלה, ובפרט אין די יעצטיגע טאג פון 'זאת חנוכה' וואס איז ספעציעל מסוגל [מיט א פערזענליכע מעשה פונעם מנהל שליט"א] פאר תפילות פאר קינדער, און אז ס'דארף זיין טעגליך! נישט אדורך לאזן קיין שום חלק פונעם טאג אהן מתפלל זיין אויף יעדע קינד אפאר סעקונדעס... און דריטנס, נעמען א גלייכע חלק מיט חינוך הבנים והבנות דורך באצאהלן די מינימאלע שכר לימוד באצייטנס. און אז נאר אזוי איז מען מקיים דעם 'ושננתם לבניך' און אז דאס דארף זיין די ערשטע זאך וואס מ'באצאהלט, און שוין אפגערעדט פון דעם וואס די גמרא זאגט אז 'הוצאת בניו לתלמוד תורה' ווערט נישט אריינגערעכנט אין די הוצאות, און וויפיל מ'זאל נאר אויסגעבן אויף דעם וועט דיר זיכער נישט פעלן וועגן דעם. און דאס וואס מ'זעהט ווי די יצר הרע פארלייגט זיך אזוי אז מ'זאל נישט צאהלן מיט אלע סארט אויסריידן, ווייזט טאקע ווי הייליג און חשוב דאס איז... און אז די עלטערן וועלן זיך שטארקן אויף דעם יצר און יא צאלן צייטליך, וועלן די קינדער בעזהשי"ת האבן די כוחות זיך צו שטארקן אויף זייער יצר הרע'ס...
דער מנהל האט צוגעענדיגט מיט ווארימע ברכות אז די מקום תורה זאל ווייטער בליען און זיין א ריכטיגע פלאץ פאר השראת השכינה און המשכת הדורות ביז משיח'ס טאג.