חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

נייעס אין אונזער קווארטאל
וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 49
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 131

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

נאר א יוד האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 12:54 am ברוכים הבאים בשם השם!!!
ברוך השם א פרישע משפחה ציט זיך אריבער צו אונז אין שטעטל!!
די באשעפער זאל העלפן עס זאל זיין מיט אסאך הצלחה!!!
זיין שווער איז א זוהן פון הרה"צ מעדעלין און איידעם פון הגאון רבי סענדר גראס שליט"א

יהא בואו לברכה.
קאסא גראנדע ביהמ"ד / גראסערי 913 E 8th st ביהמ"ד שבת / מקווה 1645 E Silver Reef Dr
תקנות הקהילה
וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 49
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 131

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 10:37 am
נאר א יוד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 3:01 am
עקסעס ביטע
דארף יעצט ארבייטן
פיילס
CasaGrande Email (2).jpg
CasaGrande Email (2).jpg (257.23 KiB) געזען געווארן 1280 מאל
קאסא גראנדע ביהמ"ד / גראסערי 913 E 8th st ביהמ"ד שבת / מקווה 1645 E Silver Reef Dr
תקנות הקהילה
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 360
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 736

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך צייטווייליג »

בקשה

היות דא איז א טעמע אויסצושמועסן אלעס איבער און ארום קאסא גראנדע. ביטע נישט איבערלייגן כסדר די זעלבע צעטלעך, נאר עפעס וואס ברענגט עפעס פריש אינפארמאטיוו צום טיש. ביטע האלטן דעם טעמע צו נייעסן און אנטוויקלונגען וכו’ נישט פאר קיין חזרה’ס.

ייש”כ למפרע
אלע צוזאמען
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 151

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

נאר א יוד האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 12:54 am ברוכים הבאים בשם השם!!!
ברוך השם א פרישע משפחה ציט זיך אריבער צו אונז אין שטעטל!!
די באשעפער זאל העלפן עס זאל זיין מיט אסאך הצלחה!!!
יאפ, עס איז א געוואלדיגע שמחה אז א פרישע אינגערמאן האט גענומען די קוראדזש זיך אויפצוהייבן מיט זיין געזינדל און זיך אריבערצוען וואוינען אינעם אויפבליענדן ישוב.

נאך מער איז די התפעלות און וויכטיג ארויסצוברענגן אז עס איז נאך מעגליך היינט פאר א אינגערמאן צו קויפן א שיינע גרויסע הויז (עטוואס העכער 3K סק"פ) פאר א נארמאלע פרייז און נאך מיט שפאט ביליגע טעקסעס, אן דארפן אפילו זיך שלאגן און אראפהאנדלן די פרייז, דער אינגערמאן האט געקויפט דעם הויז פאר די געהעריגע פרייז וואס דער הויז איז ארויסגעלייגט געווארן וואס איז געווען 399K דאלער, וואס באדייט אז עס קען זיין אז ער האט נאר געדארפט אראפלייגן ביז אזוי ווייניג ווי $15,000.

פאלגענד איז א זילאו לינק צו דעם הויז וואס דער אינגערמאן האט זיך איינגעהאנדלט, ווי איר קענט זעהן די פרייז פונעם הויז און די פרטים.
https://www.zillow.com/homedetails/1885 ... 6705_zpid/

און יא, איר קענט אויך האבן די מעגליכקייט צו קויפן דא א הויז פאר אזא סארט פרייז, דאס איז די געהעריגע מארקעט פרייז ווי די פרייזן לויפן פאר די לעצטע צוויי יאר (זינט די רעיטס זענען אזוי הויעך), א קלענערע הויז איז ארום 350K אדער אביסעלע ווייניגער, א גרעסערע הויז גייט ארום 400K און מיט א פול (שווימבאסיין) קען עס אנקומען צו ארום 450K.

די מארקעט איז זייער הייס דא אינעם געגנט, א שטייגער ווי דער הויז וואס איז געווען אויף דער מארקעט פאר אונטער צוויי טאג (די קלאוזינג שטייט האט גענומען צוויי חדשים, אבער דער עקטשול הויז איז געווען אויפן מארקעט פאר בלויז צוויי טאג), רובא דרובא הייזער גייט זייער שנעל אינעם געגנט היות קאסא גראנדע איז זייער א בליענדע שטאט נישט דווקא ביי די אידישע באפעלקערונג.

צו הערן מער איבער די מארקעט אין קאסא גראנדע (און אין אריזאנע אין אלגעמיין), און זיך איינצוהאנדלען אייער אייגן הייזקע ווי איר וועט קענען קובע דירה זיין אי"ה, פארבינדט אייך מיט די היימישע אגענט אין קאסא גראנדע.

ר' נחמן לעפקאוויטש הי"ו
היימישער ריעל עסטעיט אגענט אין אריזאנע
845-422-2782
Nlefkowitzhomes@gmail.com

(ווי אלעמאל קענט איר מיר קאנטאקטן דיירעקטלי אין טישי אויב איז דאס גרינגער און באקוועמער און מיר וועלן פרובירן אייך צו ארויסהעלפן).
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן

פאריגע וואך זונטאג (און אזוי אויך דער וואך בעפאר) ביים וועכנטליכן כולל יום ראשון אינאיינעם מיט פת שחרית אינעם ביהמ"ד פון תושבי קאסא גראנדע האט דער רב שליט"א געבעטן פונעם חשובן גאסט הרה"ג נייפעסטער רב שליט"א פארצולערנען די וועכנטליכע שיעור הלכה וואס ווערט געווענדליך פארגעלערנט דורכ'ן רב שליט"א פארן ציבור הרחב, תושבים און געסט ביינאנזאם.

(איך האב פרובירט צו זוכן בילדער ווי מ'זעהט נישט מענטשן עסן משום כבוד הבריות, האפענטליך האב איך מצליח געווען...)

IMG_20241201_095355746_HDR.jpg
IMG_20241201_095355746_HDR.jpg (202.63 KiB) געזען געווארן 1174 מאל
IMG_20241201_095612091_HDR.jpg
IMG_20241201_095612091_HDR.jpg (223.44 KiB) געזען געווארן 1174 מאל
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 49
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 131

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

אלע צוזאמען האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 7:48 pm
נאר א יוד האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 12:54 am ברוכים הבאים בשם השם!!!
ברוך השם א פרישע משפחה ציט זיך אריבער צו אונז אין שטעטל!!
די באשעפער זאל העלפן עס זאל זיין מיט אסאך הצלחה!!!
יאפ, עס איז א געוואלדיגע שמחה אז א פרישע אינגערמאן האט גענומען די קוראדזש זיך אויפצוהייבן מיט זיין געזינדל און זיך אריבערצוען וואוינען אינעם אויפבליענדן ישוב.

נאך מער איז די התפעלות און וויכטיג ארויסצוברענגן אז עס איז נאך מעגליך היינט פאר א אינגערמאן צו קויפן א שיינע גרויסע הויז (עטוואס העכער 3K סק"פ) פאר א נארמאלע פרייז און נאך מיט שפאט ביליגע טעקסעס, אן דארפן אפילו זיך שלאגן און אראפהאנדלן די פרייז, דער אינגערמאן האט געקויפט דעם הויז פאר די געהעריגע פרייז וואס דער הויז איז ארויסגעלייגט געווארן וואס איז געווען 399K דאלער, וואס באדייט אז עס קען זיין אז ער האט נאר געדארפט אראפלייגן ביז אזוי ווייניג ווי $15,000.

פאלגענד איז א זילאו לינק צו דעם הויז וואס דער אינגערמאן האט זיך איינגעהאנדלט, ווי איר קענט זעהן די פרייז פונעם הויז און די פרטים.
https://www.zillow.com/homedetails/1885 ... 6705_zpid/

און יא, איר קענט אויך האבן די מעגליכקייט צו קויפן דא א הויז פאר אזא סארט פרייז, דאס איז די געהעריגע מארקעט פרייז ווי די פרייזן לויפן פאר די לעצטע צוויי יאר (זינט די רעיטס זענען אזוי הויעך), א קלענערע הויז איז ארום 350K אדער אביסעלע ווייניגער, א גרעסערע הויז גייט ארום 400K און מיט א פול (שווימבאסיין) קען עס אנקומען צו ארום 450K.

די מארקעט איז זייער הייס דא אינעם געגנט, א שטייגער ווי דער הויז וואס איז געווען אויף דער מארקעט פאר אונטער צוויי טאג (די קלאוזינג שטייט האט גענומען צוויי חדשים, אבער דער עקטשול הויז איז געווען אויפן מארקעט פאר בלויז צוויי טאג), רובא דרובא הייזער גייט זייער שנעל אינעם געגנט היות קאסא גראנדע איז זייער א בליענדע שטאט נישט דווקא ביי די אידישע באפעלקערונג.

צו הערן מער איבער די מארקעט אין קאסא גראנדע (און אין אריזאנע אין אלגעמיין), און זיך איינצוהאנדלען אייער אייגן הייזקע ווי איר וועט קענען קובע דירה זיין אי"ה, פארבינדט אייך מיט די היימישע אגענט אין קאסא גראנדע.

ר' נחמן לעפקאוויטש הי"ו
היימישער ריעל עסטעיט אגענט אין אריזאנע
845-422-2782
Nlefkowitzhomes@gmail.com

(ווי אלעמאל קענט איר מיר קאנטאקטן דיירעקטלי אין טישי אויב איז דאס גרינגער און באקוועמער און מיר וועלן פרובירן אייך צו ארויסהעלפן).
# מיסאינפארמאציע אלערט:

איך זיץ דא אין קאסא גראנדע און האלט מיט לעבעדיג וואס גייט דא פאהר. און עס זעהט אויס אז איר זענט נישט פון קאסא גראנדע און איר האט נישט ריכטיגע אינפארמאציע.

הייזער זיצן אויפן מארקעט פאר לאנגע חודשים, צומאל איבער א האלבע יאר. יא רוב סעלערס ליסטען זייער הייזער פאר היבש טייערער ווי די מארקעט פרייז און זיי בלייבן טאקע זיצן און ווארטן פאר א קונה.

דער יונגערמאן האט געהאט שכל און געארבייט מיט די קהילות אפיס וואס האלט א וואכזאם אויג. און ווי נאר עס איז דא א הויז אויפן מארקעט פאר די ריכטיגע פרייז טאנצן זיי אריין און מאכן זיכער אז עס קומט טאקע אן צו אידישע הענט.

אזוי אויך זענען זיי אין קאנטאקט מיט פיהל לאקאלע ריעל עסטעיט בראוקער'ס צו מאכן זיכער אז זיי ווערן אפדעיטעד מיט יעדע הויז וואס א סעללער האלט זיך ביים ברעכן און פארקויפן פאר די ריכטיגע פרייז. כיום האבן זיין שוין דעליווערט איבער 100 הייזער פאר אידן שפארענדיג איבער $2,500,000!!! פון די ליסינג פרייז וואס מענטשן האבן געוואלט איבערצאלן.

און טאקע נאר דורכ'ן זיך ווענדן צו קהל'ס אפיס האט דער אינגערמאן געמאכט זיכער אז די הויז קומט אן צו זיינע הענט בס"ד.

לויט די תקנות, איידער איר ניצט עני בראוקער מאכט זיכער אז דער בראוקער איז מאושר מצד די תקנות הקהל נישט קיין חילוק א אידישע אדער להבדיל א גויאישע בראוקער. פארלאזט זיך נישט אויף קיין שום אנדערע אינפארמאציע וואס איר באקומט ערגעץ אנדערש פון קהל'ס אפיס דירעקט,

אשאהד נאכדעם צו האבן קאפווייטאג דורכ'ן זיין לייכטזיניג.

520-535-1045
info@khalchasidimcg.com

אגב איך מוז ארויסברענגן מיין הכרת הטוב פאר קהל'ס אפיס און הרב יהושע רובין, ווען איך האב געמופט און מיינע חפצים זענען געווען אויפן טראק פון ניו יורק קיין קאסא גראנדע, און איך האב נישט געוואוסט ווי איך וועל וואוינען די צוויי וואכן וואס עס נעמט אנצוקומען די חפצים, האבן זיי מיר צו געשטעלט צוויי וואכן אשל מלא א הערליכע פריוואטע הויז אויסגערושט מכל טוב וטוב.

כה לחי!!
קאסא גראנדע ביהמ"ד / גראסערי 913 E 8th st ביהמ"ד שבת / מקווה 1645 E Silver Reef Dr
תקנות הקהילה
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1208
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3311

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך מסתמא »

בקיצור, האמיר דא א מחלוקת צווישן צוויי קאסא גראנדא איינוואוינער איבער די סטאטוס פון די הייזער, צו סאיז אין היי דימענד אדער אין לאו דימענד.

דאס רעדן פון נאר נוצן איינס פון די קהילות צענטראלע מעקלעריי איז לענ”ד שלא מן הענין. איין קהילה שטייט דערויף בשעת די צווייטע קהילה האלט דייקא יא פון א פרייע מארקעט. דאס האט נישט מיט די ’היי דימענד’ ’לאו דימענד’ דיספיוט.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 49
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 131

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 11:34 pm בקיצור, האמיר דא א מחלוקת צווישן צוויי קאסא גראנדא איינוואוינער איבער די סטאטוס פון די הייזער, צו סאיז אין היי דימענד אדער אין לאו דימענד.

קאסא גראנדע אריזאנע. דאס קומענדיגע בליענדע שטעטל פאר חסידישע אידן!

יא זיי האבן אהערגעשטעלט תקנות מיט א שטארקע סטראקטור פאר א ערליכע וואוקס פון די שטעיטל. ווער עס גלייכט עס נישט, אדער אויב האט איינער יא געמופט און נישט געוואוסט פון די תקנות, דארף נעבעך איינזעהן אז ער האט געמאכט א טעות און ער מעג אוועקמופן צו א פלאץ וואס עס שמעקט אים. אדער איז ער וועלקאם צו בויען א ישוב אין א צווייטע שטעיטל מיט די תקנות און סטראקטור וואס ער גלייכט! צו שטערן יענעם'ס פראיעקט איז קיינמאל נישט קיין שיינע זאך!

א קהילה מיט גרויסע בתי מדרשים, הערליכע מקוואות, אהערגעשטעלטע מוסדות, צוגעשטעלטע כשר'ע גראסערי, א חשוב'ע רבי האדמו"ר מדינוב שליט"א, א דיין וועלעכע וואוינט אויפן פלאץ א גאנץ יאר, שיעורי תורה, ועד העירוב, בית השחיטה אלץ אינטער א חשוב'ע רב הרב רבי חיים שלמה בערגער שליט"א.

צו שטערן יענעם'ס פראיעקט איז קיינמאל נישט קיין שיינע זאך!
קאסא גראנדע ביהמ"ד / גראסערי 913 E 8th st ביהמ"ד שבת / מקווה 1645 E Silver Reef Dr
תקנות הקהילה
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1208
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3311

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך מסתמא »

וכן נוהגין האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 12:25 am

אן ענטפער לענ”ד שלא מן הענין.

עמיצער דערציילט איבער די דירות מארקעט. קומט עמיצער און זאגט אז יענער איז נישט גערעכט און סאם האו ענדיגט ער מיט די תקנות וואס איינס פון די 2 קהילות האבן. קום איך און איך פוינט ארויס אז די תקנות איז פשוט שלא מן הענין, קומט יענער און דאבלד-דאון: ווער עס וויל זיך נישט צושטעלן צו די תקנות, וואס איינע פון די 2 קהילות האט געמאכט, זאל נישט אהער קומען וואוינען דא בכלל....

עהעם... וואו זעמיר אנגעקומען צו די נושא פון די 2 קהילות און די תקנות פון איינס פון די צוויי? מרעדט מיר דאך דא פון די דירות מארקעט אין קאסא גראנדע. ביטע צוריק לאזן די שמועס אויף די רעלסן.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
פנים חדשות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 167
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
x 226

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך פנים חדשות »

@מסתמא, ער האט געברענגט די תקנות ווייל איינער אנדערש האט געברענגט א נומער פון א בראוקער, איז דערפאר האט ער געשריבען אז לויט די תקנות פון זיין קהילה טאר מען נישט רופען סיי וועלכע בראוקער, און טאמער מען טוט אזוי קען מען זיך טרעפן אומוויסענדיגערהייט אויסגעשלאסען פון נוצען די סערוויסעס פון זיין קהילה, וואס דאס איז אודאי א גרויסע חיסרון פאר יעדער איינער, אויך איינער וואס זוכט נישט צו זיין עפילירט דווקא מיט יענע קהילה, וממילא קומט שטארק אריין זיין תגובה.

נאר דאס יא, אז ער וואלט געמעגט אנערקענען אז ס'דא א אנדערע קהילה, וואס איינער וואס קויפט שלא לפי התקנות קען זיך דארט טרעפן א פלאץ, אבער מען קען נישט ערווארטען פון איינער וואס געהער צו א קהילה, צו אפיציעל אנערקענען, און שרייבען וועגן, א קאנקורירענדע קהילה (וואס לפי די טענות פון זיין קהילה, טוט יענע קהילה שאדען מאכען פאר די וואוקס פון קאסא גראנדע און פאר אלע צוקונפטדיגער תושבים און פאטענציאלע קונים).
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1716
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3711

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

פנים חדשות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 11:57 am @מסתמא, ער האט געברענגט די תקנות ווייל איינער אנדערש האט געברענגט א נומער פון א בראוקער, איז דערפאר האט ער געשריבען אז לויט די תקנות פון זיין קהילה טאר מען נישט רופען סיי וועלכע בראוקער, און טאמער מען טוט אזוי קען מען זיך טרעפן אומוויסענדיגערהייט אויסגעשלאסען פון נוצען די סערוויסעס פון זיין קהילה, וואס דאס איז אודאי א גרויסע חיסרון פאר יעדער איינער, אויך איינער וואס זוכט נישט צו זיין עפילירט דווקא מיט יענע קהילה, וממילא קומט שטארק אריין זיין תגובה.

נאר דאס יא, אז ער וואלט געמעגט אנערקענען אז ס'דא א אנדערע קהילה, וואס איינער וואס קויפט שלא לפי התקנות קען זיך דארט טרעפן א פלאץ, אבער מען קען נישט ערווארטען פון איינער וואס געהער צו א קהילה, צו אפיציעל אנערקענען, און שרייבען וועגן, א קאנקורירענדע קהילה (וואס לפי די טענות פון זיין קהילה, טוט יענע קהילה שאדען מאכען פאר די וואוקס פון קאסא גראנדע און פאר אלע צוקונפטדיגער תושבים און פאטענציאלע קונים).
אט אזוי. אזוי שיין און איידל צו רעדן פון א הייקעלע נושא. א שטאלץ.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4062
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11260

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

פנים חדשות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 11:57 am @מסתמא, ער האט געברענגט די תקנות ווייל איינער אנדערש האט געברענגט א נומער פון א בראוקער, איז דערפאר האט ער געשריבען אז לויט די תקנות פון זיין קהילה טאר מען נישט רופען סיי וועלכע בראוקער, און טאמער מען טוט אזוי קען מען זיך טרעפן אומוויסענדיגערהייט אויסגעשלאסען פון נוצען די סערוויסעס פון זיין קהילה, וואס דאס איז אודאי א גרויסע חיסרון פאר יעדער איינער, אויך איינער וואס זוכט נישט צו זיין עפילירט דווקא מיט יענע קהילה, וממילא קומט שטארק אריין זיין תגובה.

נאר דאס יא, אז ער וואלט געמעגט אנערקענען אז ס'דא א אנדערע קהילה, וואס איינער וואס קויפט שלא לפי התקנות קען זיך דארט טרעפן א פלאץ, אבער מען קען נישט ערווארטען פון איינער וואס געהער צו א קהילה, צו אפיציעל אנערקענען, און שרייבען וועגן, א קאנקורירענדע קהילה (וואס לפי די טענות פון זיין קהילה, טוט יענע קהילה שאדען מאכען פאר די וואוקס פון קאסא גראנדע און פאר אלע צוקונפטדיגער תושבים און פאטענציאלע קונים).
געזונטערהייט, אבער פארוואס זיך קריגן אין פאקטן?

קענסט שרייבן אז ס'דא א היי דימענד אבער די קהילה קען עס סאלוון, סתם זיך קריגן אויף פאקטן האט נישט קיין פשט.

איך ווייס נישט וואס ס'איז די אמת דארט, אבער זיין ענטפער אויף די סתירה איז געווען שלא מן הענין.
אוועיטער
פנים חדשות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 167
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
x 226

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך פנים חדשות »

איך האב זיך באצויגען צו דאס וואס ער האט געברענגט די תקנות, הא ותו לא.
נאר א יוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 11:19 am
x 69

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך נאר א יוד »

די מארקעט אין קאסע גראנדע איז גאנץ שוואך יעצט און פרייזן פאלן אין רעזולטאט פון די הויכע אינטערעס, אין די ספעציפישע הויז איז עס געווען א אוף-מארקעט דיעל, די סעללערס בראקער האט עס נאר ארויף געלייגט אויף די מ-ל-ס פאר 1-2 טעג פארן גיין אין קאנטראקט אין אויך איז געווען אסאך גוטע קאנסעשינס
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3359
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4893

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וואוילער »

@וכן נוהגין אויב האב איך (בעסער געזאגט, איך האב) געהאט מחשבות פון איין טאג אהין מופן, מאכסטו מיר פארגיין די אפעטיט...

גראדע האב איך אלעמאל געוואוסט פון די תקנות, און ביי די מיינונג אז ס'איז א גוטע זאך,
אבער יעצט ווען ס'דא א קבוצה וואס איז דארט, און שטעלט זיך נישט צו, און פון די אנדערע זייט ארבעט צו צושטעלן אלע סערוויסעס, ווערט די מצב אזוי הייס, אז ס'קוקט אויס ווי אויב קום איך אהין לייג איך מיך אריין אין קאפ וויי, יעדע טריט וועט מיר זיין געמאסטן, אזויווי ליידער אין די צייטן ווען אין געוויסע קהילות האט מען נאכגעקוקט צו וועם דו רעדסט און אין וועלכע שול דו טרעטסט אריין.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
פנים חדשות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 167
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
x 226

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך פנים חדשות »

פנים חדשות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 11:57 am(וואס לפי די טענות פון זיין קהילה, טוט יענע קהילה שאדען מאכען פאר די וואוקס פון קאסא גראנדע און פאר אלע צוקונפטדיגער תושבים און פאטענציאלע קונים).
נאכן הערן פון א כלי ראשון פון די אנדערע קהילה געוויסע פרטים, האב איך חרטה פארן שרייבען די צוויי שורות (נישט אז איך בין איבערצייגט אז ס'איז נישט ריכטיג, אבער איך זעה שוין צוויי צדדים, וואס איך פלאן נישט צו זיין די בי"ד וואס וועט פסקנ'ען ווער איז די דובר אמת... איז ממילא וואלט איך נישט געדארפט שרייבען די שורות).
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3359
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4893

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וואוילער »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 11:57 pm @וכן נוהגין אויב האב איך (בעסער געזאגט, איך האב) געהאט מחשבות פון איין טאג אהין מופן, מאכסטו מיר פארגיין די אפעטיט...

גראדע האב איך אלעמאל געוואוסט פון די תקנות, און ביי די מיינונג אז ס'איז א גוטע זאך,
אבער יעצט ווען ס'דא א קבוצה וואס איז דארט, און שטעלט זיך נישט צו, און פון די אנדערע זייט ארבעט צו צושטעלן אלע סערוויסעס, ווערט די מצב אזוי הייס, אז ס'קוקט אויס ווי אויב קום איך אהין לייג איך מיך אריין אין קאפ וויי, יעדע טריט וועט מיר זיין געמאסטן, אזויווי ליידער אין די צייטן ווען אין געוויסע קהילות האט מען נאכגעקוקט צו וועם דו רעדסט און אין וועלכע שול דו טרעטסט אריין.
באקומען פון איינעם אין פריוואט (ארויסגענומען די אומאקטועלע חלקים):

איך האב נאכנישט קיין צייט יעצט צו שרייבן א תגובה אין פאבליק, אבער איך פיל פאר וויכטיג אייך צו ענטפערן.

איך ווייס נישט אויב אייער תגובה איז ערנסט, אויב אבער יא, וויל איך אייך לאזן וויסן אז איר קוקט אן די מצב שווארצער ווי עס איז, ברוך השם די מצב אן דער גראנד איז גאנץ רואיג און געשמאק, [וכו'] ב”ה מען האט זיך זייער שיין מסדר געווען און זאכן ווערן בעסער מיט יעדן פארבייגייענדן טאג.

נאך א זאך, אלע תושבים האלטן אז מען דארף האלטן די פרייזן נידעריג און האבן סאם סארט פון תקנות, און קיין איינער פון די תושבים האבן זיך נישט קעגנשטעלט די תקנות לגבי הייזער, אויב עפעס איז דא וועגן די תקנות, איז עס א פיצי דיסעגרימענט אויף וויאזוי זאכן זאל זיך פירן (דעת תורה), [וכו'], איך האב נאר געוואלט קלארשטעלן אז עס איז נישט אז די איינוואוינער זענען אקעגן געוויסע תקנות.

אדרבה, איר זענט העפליך געלאדנט צו קומען באזוכן (איר זענט דאך דא געווען פאראיאר...) און הנאה האבן אין אלע בתי מדרשים, און באטראכטן אייער צוקונפטיגע וואוינארט...

דאס מיינט געענטפערט שיין
כלל ישראל
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 7:53 pm
Location: Boro park
x 48

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך כלל ישראל »

תכלית וויפיל משפחות וואינען שוין דארט?
כלל ישראל
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 7:53 pm
Location: Boro park
x 48

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך כלל ישראל »

וכן נוהגין האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 12:25 am
קאסא גראנדע אריזאנע. דאס קומענדיגע בליענדע שטעטל פאר חסידישע אידן!
איך האב גארנישט מיט די ישוב אבער איך מיין אז דאס איז אביסל איבערגעטריבן. א בארא פארקער וואס זוכט א נייע דירה בדרך כלל גייט קיין לינדען אדער מאנסי, א וויליאמסבורגער סאטמארער גייט קיין קרית יואל והגלילות. ניין און ניינציג פראצענט מענטשן וואס זוכן דירות איז די אויסוואל לאקאל און נישט אין אריזאנע. איך מיין נישט אראפצורייסן פשוט די מציאות.
אלע צוזאמען
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 151

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

א גוטע נאכט.

זעמיר געווען פארנומען די לעצטע צוויי טעג און נישט אנגעקומען צו שרייבן, (איך ארבעט ב"ה, מיין דזשאב נעמט נישט אריין פאמפען א קהילה...), אבער איך זעה אז עס איז געווען א שטיקעלע דיסקוסיע איבער וואס איך האב געשריבן לגבי די האזינג מארקעט אין קאסא גראנדע אריזאנע, וועלמיר פרובירן צו מאכן קלאוזינג ארגומענטן אין דעם נושא.

איך מוז אבער קודם נעמען דעם געלעגנהייט קלארצושטעלן, היות איך זעה אז געוויסע נעמען אן ווי כאילו מיינע ווערטער פארטרעטן א געוויסע קהילה אדער גרופע מענטשן, מוז איך קלארמאכן, @אלע צוזאמען איז א ציווילע בירגער וואס פרובירט ארויסצוהעלפן מיט אינפארמאציע איבער טרעוול וכדומה און היות ער וואוינט אין קאסא גראנדע לייגט ער כסדר ארויס נייעסלעך און אינפארמאציע איבער דעם פלאץ, איך לייג ארויס סיי וואס איך באקום פון אינגערלייט דאהי און ווען איך שרייב עפעס איז עס געווענדליך מיין אייגענע מיינונג אדער וויסנשאפט און נישט א אפיציעלע שטעלונג פון א קהילה וכדומה.

יעצט צום ענין.

נאך וואס געוויסע האבן אנגעוויזן דאהי אז איך בין נישט גערעכט אז עס איז א סעלער'ס מארקעט אין קאסא גראנדע, האב איך געכאפט א שטיקל שמועס מיטן היימישן ריעל עסטעיט אגענט, ר' נחמן לעפקאוויטש, און אים אנגעפרעגט דערויף (קען זיין איך וואלט דאס קומענדיגע מאל געדארפט טוהן בעפארן שרייבן, איי עפאלעדזשייז), ער האט מיר קלאר געמאכט אז איך בין נישט גערעכט אז דער מארקעט איז 'זייער הייס' אבער דער מארקעט איז יא א סעלער'ס מארקעט מיט א סלייט עדווענטעדזש פאר פארקויפער.

און ווי @נאר א יוד האט טאקע ריכטיג אנגעוויזן די נקודה אז דער קויפער (דער אינגערמאן וואס האט געקויפט דעם הויז איבער וואס דער שמועס איז געווארן) האט געדארפט מאכן געוויסע קאנסעסיעס צו באקומען דעם פרייז אזוי שנעל (איך ווייס נישט אויב עס איז עטיש ארויסצולייגן די פריוואטע אינפארמאציע וואס זיינע קאנסעסיעס זענען געווען אבער איך מיין גראדע אז עס איז אינפארמאציע וואס איז גרינג צו טרעפן אויב ווייסט מען וויאזוי צו זוכן, איך וועל דאס אבער נישט ארויסלייגן), ער האט אבער בטעות געשריבן אז דער הויז איז געווען אף מארקעט וואס איז נישט אמת, דער הויז איז געהעריג געווען אויפן מארקעט ווי יעדער הויז אינעם געגנט.

ווי איר קענט זעהן אין דעם טשארט וואס ר' נחמן האט מיר געשיקט זענען טאקע געווענדליכע הייזער אויפן מארקעט דאהי ארום 2 חדשים און די פרייזן זענען אביסעלע געפאלן (ברוך השם), האועווער, ר' נחמן האט מיר אנגעוויזן אז דאס איז פאר גאנץ קאסא גראנדע און די געגנט ווי מיר וואוינען קען זיין אביסעלע טייערער און שנעלער ווי די גאנצע שטאט אבער נישט מיט צו סאך.

דערפאר גלייב איך אז עס איז וויכטיג זיך נישט צו פארלאזן אויף מעסעדזשעס וואס מען הערט אדער זעהט פון דעם און יענעם (אינקלודינג מייסעלף), נאר טאקע גיין צו א פראפעסיאנאלע בראוקער וואס טוט דאס און ליגט דערין, און ארבעט דיירעקט פאר דיר אן קיין אנדערע נגיעות (דער כלל איז אין יעדע נושא, און יעדע מארקעט, האט נישט דווקא מיט קאסא גראנדע און נישט מיט די האוזינג מארקעט).

ובזה סיימתי.

CG-Market-Nov.jpg
CG-Market-Nov.jpg (333.89 KiB) געזען געווארן 479 מאל
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
אלע צוזאמען
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 151

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

כלל ישראל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 10, 2024 10:44 am תכלית וויפיל משפחות וואינען שוין דארט?
לויט ווי מען האלט יעצט וואוינען דא ארום 25 משפחות (עס איז שווער צו זאגן א פונקטליכע נומבער היות עס איז אלעמאל דא די שאלה וועם מ'רעכנט אריין אלץ תושב וכדומה).
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
אלע צוזאמען
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 151

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

ברכת מזל טוב פאר הרב אלעזר דאנציגער שליט"א פון קהל חסידים ד’קאסא גראנדע און מוסדות עץ חיים אין קאסא גראנדע.

(די מוסדות זענען בראשות הרב אברהם ראבינוביץ שליט”א רב ד’קהל חסידים ד’קאסא גראנדע אריזאנע).

danzinger-mazel-tov-01.png
danzinger-mazel-tov-01.png (1.64 MiB) געזען געווארן 478 מאל
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
אלע צוזאמען
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 151

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

פאריגע וואך דינסטאג זענען די קינדער פון די עלטערע קלאס אין תלמוד תורה עץ חיים אין קאסא גראנדע אריזאנע ארויפגעגאנגען אינאיינעם מיט זייער מלמד הרב ישעי' שלעזינגער שליט"א צום הויז פונעם נייפעסטער רב שליט"א ווי דער מלמד האט פארגעשטעלט פארן רב שליט"א א ליסטע פון שאלות אויף די גמרא וואס מען לערנט אין חדר וואס די קינדער האבן געפרעגט אין קלאס.

פאר ארום א שעה זענען די קינדער געזעצן און פארגעלייגט זייער שאלות וואס דער רב שליט"א האט מיט גרויס הנאה געענטפערט און אויסגעשמועסט מיט די קינדער.

DSCF0876.jpg
DSCF0876.jpg (203.02 KiB) געזען געווארן 476 מאל
DSCF0873.jpg
DSCF0873.jpg (211.14 KiB) געזען געווארן 476 מאל
DSCF0870.jpg
DSCF0870.jpg (243.09 KiB) געזען געווארן 476 מאל
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן
וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 49
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 131

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

וכן נוהגין האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 11:27 am
אנדערער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 10:37 am
נאר א יוד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 3:01 am
עקסעס ביטע
דארף יעצט ארבייטן
א בילד פון די כיתה א' בליעה"ר, תלמוד תורה כנסת יהושע ד'קהל חסידים
די מוסדות זענען בראשות די אריגינעלע קהילה פון תושבים, הרב רובין, אינטער די הנהגה הרה"צ רבי חיים שלמה בערגער שליט"א אבד"ק קהל חסידים ד'קאסא גראנדע,
פיילס
Screenshot_20241211-095350~2.png
Screenshot_20241211-095350~2.png (791.97 KiB) געזען געווארן 333 מאל
קאסא גראנדע ביהמ"ד / גראסערי 913 E 8th st ביהמ"ד שבת / מקווה 1645 E Silver Reef Dr
תקנות הקהילה
וכן נוהגין
פרישער באניצער
פאוסטס: 49
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 131

Re: חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

אויפצופרישן א וויכטיגע שמועס וואס (איך מיין) איז נאכנישט דא געווען און איז אלץ נוגע.

אינהאלטרייכע פאנעל צווישן ר' יצחק גרין - קאסא גראנדע אריזאנע און ר' זאב פעלדמאן- טעמפא פלארידע
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=2 ... tegories=1

שרייב פאוסט