"דירות" אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
צוויי צענט
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:05 am
x 6

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך צוויי צענט »

צוויי צענט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:52 am
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:46 am
צוויי צענט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:06 am @שמעק טאביק איך בין סתם נייגעריג נאכן ליינען דיינע תגובות אין די לעצטערע בלעטער ביסטו א פליפער אדער א זון פון א פליפער? עפשער א ברודער א פליפער?

נאך איין פראגע האסט עפעס א משפחה מיטגליד וואס שטייט מיט צענדליגע מיליאנען און ווארט אויף א דיוועלעפמענט זאל גיין קראכן און עס אויספארקויפן פאר א דריטל די פרייז און נאכדעם פארדינען מיליאנען אויף יענעמס בלוט?

איך בין זיך גרייט צו טענהן צו דאס וואס בילדערס טוהן איז גערעכט אדער נישט אבער אויב דאס גאנצע וואס דיין קאפ נעמט אריין איז אז די בילדערס זענען און אלעמען שולדיג ווייסט עס אז עפעס אינפארמאציע פעלט אייך
ברוכים הבאים צו אייער נייע ניק

עסמאיז דא אידן אין קר"י וואס טרונקען אויס הונדערטער מיליאנען פון ארימע אידן וואס זוכן א דאך איבערן קאפ , האט איר געהערט דערפון?

הערט אויף מיט די ליגענט און שטותים פון פליפערס, אידן בלוטיגן אויס אויפן חשבון פון אפאר עשירים , און איר דרייט א קאפ כאילו נאר אידן מיט אינטערעסן פון פליפערס טוט דאס וויי

עסנאיז א טעמע פון כלל ישראל אידן וואס האבן א פיצית רחמנות אויףצדי אייגענע ברודער וואס ברעכן אונטער און דאס טוט ווי פאר יעדעם איד מיט א אידיש הארץ
ברוכים הבאים צו דיר.. מיין ניק איז מיין ערשטע און דערווייל לעצטע
יעצט צוריק צום נושא
ביטע זיי מיר מסביר פארוואס א בילדער זאל פארקויפן א דירה פאר 300k ווען א פליפער פארקויפט עס דעם נעקסטן טאג פאר 600k?

איך זעה איך דארף מאכן א דיסקלעמער אז נישט מיינסטו עס באדירט מיר נישט.

דיסקלעמער: עס באדירט מיר זייער וואס עס גייט פאר און אידישע געגענטער אז פרייזן פון דירות זענען צודרייט טייער, היינט צוטאגס אל פי רוב קען א אינגערמאן בכלל נישט קויפן א דירה אין קר"י אן דעם וואס א משפחה מיטגליד (טאטע שווער) העלפט ארויס שטארק, אפילו ער וויל קויפן א 5 ראם אפארטמענט!

יעצט צוריק צו הרב @יום טוב איך האב געלייענט די לעצטערע בלעטער וואס די האסט געשריבן, נאכן רבינס דרשה ווי די רבי האט ארויסגעברענגט מיט ווייטאג וואס עס גייט פאר ביסטו אריינגעקומען און נאכגעזאגט פון רבין ווי גלייך די רבי האט נאר גערעדט פון די פראבלעם פון בילדערס למעשה האט די רבי גערעדט קעגן די פליפערס און קעגן די לאט אייגנטימער אויך!, יא און די ביסט גערעכט געווען ווען האסט געזאגט אז די רבי האט זייער גוט גערעדט נאר איין קלייניגקייט האסט ארויסגעשניטן די חלק וואס איז גוט פאר דיר, די רבי האט טאקע זייער גוט גערעדט פונעם פראבלעם און ארויסגעברענגט סיי פון די לאנד אייגנטימער און סיי פון די בילדערס און סיי די פליפערס, אבער פאר סאם ריזן שנייטסטו אראפ פון וואס די רבי האט געזאגט
@יום טוב איך האב צוגעלייגט צו מיין תגובה ברענג איך עס ארויף
ביסט גערעכט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:09 pm
x 385

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך ביסט גערעכט »

שמעק טאביק האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 6:30 pm
ביסט גערעכט האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 6:17 pm
שמעק טאביק האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 6:05 pm
די מאכסט ווייטער אייגענע השערות און מסקנות, איך רעדט פון וואס די רבי האט גערעדט , עס שמעקט דיר נישט וואס די רבי האט געזאגט? דאן פארסטו אוועק אין א צווייטע נושא,
קרית יואל איז נישט וויליאמסבורג פינטעל! נישט נאר וועגן מען פארקויפט נישט קיין סושי און מאגאזינען , נאר אויך מיט דירות; אפילו בלוט דארשטיגע דעוועלעפערס וואס ווארפן צו א ביינדעל פאר די מוסדות ווילן אנדערש
סאיז באמת א ווייטאג אבער פאקט בלייבט פאקט אז עס איז א אפענע מארקעט פונקט ווי אלע אנדערע אידישע שטעט
סאיז נישט געווען א פאקט ביז יעצט אז בלוט דארשטיגע דעוועלעפערס ווערן ביליאנערן אין קרית יואל, סאיז יעצט א מלחמה וואס אויב די עולם וועט קאפערירן און מיטן אייבירשטענס הילף און מיטן רבין'ס סייעתא דשמיא וועט מען עס ביי קומען אי"ה
רבי יוד ווילאנג עס איז דא אן אפענע מארקעט זענען די דעוועלאפער נישט קיין בלוט טרינקער און נישט קיין רוצחים סך הכל האבן זיי גענומען הונדערטער מיליאנען דאללארן פון זייער אייגן טאש אין אינוועסטירט. אלזא האבן זיי אלע רעכטן צו ארויסקעשן די מערסטע פון זייער אינוועסמענט. פונקט ווי די פארשטייסט איינער וואס ווארפט אראפ זיין דירה אויף סאטמאר דרייוו אין בויט דארט 8 דירות האט די רעכט צו בעטן די מערסטע וואס שייך אין ווערט נאכנישט קיין בלוט טרינקער

וואס יא. זאגסט אז אין קרית יואל טאר ווען נישט זיין אזוי און סדארף ווען זיין א קאנטראל אויף די פרייזן? איך עגרי מיט דיר 1000 פערצענט הלואי זאל דאס געשען אבער שולדיג אין דעם זענען בכלל נישט די דעוועלאפער.
צוויי צענט
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:05 am
x 6

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך צוויי צענט »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:00 am
צוויי צענט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:52 am
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:46 am
ברוכים הבאים צו אייער נייע ניק

עסמאיז דא אידן אין קר"י וואס טרונקען אויס הונדערטער מיליאנען פון ארימע אידן וואס זוכן א דאך איבערן קאפ , האט איר געהערט דערפון?

הערט אויף מיט די ליגענט און שטותים פון פליפערס, אידן בלוטיגן אויס אויפן חשבון פון אפאר עשירים , און איר דרייט א קאפ כאילו נאר אידן מיט אינטערעסן פון פליפערס טוט דאס וויי

עסנאיז א טעמע פון כלל ישראל אידן וואס האבן א פיצית רחמנות אויףצדי אייגענע ברודער וואס ברעכן אונטער און דאס טוט ווי פאר יעדעם איד מיט א אידיש הארץ
ברוכים הבאים צו דיר.. מיין ניק איז מיין ערשטע און דערווייל לעצטע
יעצט צוריק צום נושא
ביטע זיי מיר מסביר פארוואס א בילדער זאל פארקויפן א דירה פאר 300k ווען א פליפער פארקויפט עס דעם נעקסטן טאג פאר 600k?
פארקויף נישט פאר קיין פליפערס פינטל

און אויב וועט זיך יא מאכן א פליפער קען ער נישט מארגן בעטן דאפעלט אויב דו באסט נאך הונדערטער דירות פאר די ביליגע פרייז

און אויב וועלן יא עטליכע אידן טון אזאנס איז דאס נאך נישט קיין תירוץ צו טרינקען בלוט פון טויזענטער אידן פאר אפאר אידנס נסיון העושר

און ב,ד,ו אויב איז דאס דיין ערשטע ניק און איר זענט פשוט אבער געקומען צו פארענטפערן די דיוועלאפערס דאן זאג נישט אז איך האב נגיעות...,
אויב קען מען רעדן נארמאל וועל איך דיר ענטפערן.
עס איז נישט דא אזא זאך און א נארמאלע אקנאמי אז מען בויט מער ווי די דימענט, נישט דא אזא זאך! נישט מיט קיין הייוועיס נישט קיין ברידשעס און נישט קיין דירות
וועלכע נארמאלע בילדער וויל זיצן מיט הונדערטער דירות און צאלן אינטרעס צו ארויסטראגן די פליפערס פון ביזנעס?

און יא איך קען אסאך בילדערס פון גאר נאנט און וויל דיר פשוט אביסל אריינלייגן זאכן און פערספעקטיוו פון די אנדערע זייט
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1979

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך יום טוב »

מלאכי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:14 am
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:00 am
צוויי צענט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:52 am

ברוכים הבאים צו דיר.. מיין ניק איז מיין ערשטע און דערווייל לעצטע
יעצט צוריק צום נושא
ביטע זיי מיר מסביר פארוואס א בילדער זאל פארקויפן א דירה פאר 300k ווען א פליפער פארקויפט עס דעם נעקסטן טאג פאר 600k?
פארקויף נישט פאר קיין פליפערס פינטל

און אויב וועט זיך יא מאכן א פליפער קען ער נישט מארגן בעטן דאפעלט אויב דו באסט נאך הונדערטער דירות פאר די ביליגע פרייז

און אויב וועלן יא עטליכע אידן טון אזאנס איז דאס נאך נישט קיין תירוץ צו טרינקען בלוט פון טויזענטער אידן פאר אפאר אידנס נסיון העושר

און ב,ד,ו אויב איז דאס דיין ערשטע ניק און איר זענט פשוט אבער געקומען צו פארענטפערן די דיוועלאפערס דאן זאג נישט אז איך האב נגיעות...,
נישט יעדע פליפער וואס קויפט א דירה שטייט אויף זיין קאפ איך בין א פליפער!
און אפילו ווען מ׳שרייבט אריין אין די קאנטראקט אז מ׳טאר נישט פליפן פאלגט מען נישט די קאנטראקט אזויווי די עבר האט געוויזן.
און אפילו די דיוועלאפער פארקויפט פאר 300 קען א מענטש פליפן פאר 600 ווייל די דיוועלאפער פארקויפט דירות וואס גייען זיין פארטיג און א יאר און דער פליפער פליפט א דירה וואס איז יעצט גרייט און ער איז סה״כ געזיצן מיט א דעפאזיט פון 50 אלפים פאר צוויי יאר
קודם מאך זיך נישט אזוי טעמעוואטע אודאי קען זיך מאכן פליפערס אבער אז מפארקויפט פינף דירות פאר איין מענטש (אזוי ווי איך האב אליינס געהערט פון די דיוועלאפערס אפיס אז מען טוט) ווייסט מען אז סאמטיג פישי

און נאכדעם אז מוויל קען מען טרעפן סולאשעןס דערצו עפ"י תורה זיכער און בחוקי המדינה איז לכאורה אויך שייך

נאר וואזשע דען ? עס איז סאך געשמאקער ארייצופאקן אין טטש נאך א ביליאן מיט די א.ג. ביזנעס תירוץ ווי צו טון עפעס שריט קעגן די פליפערס

און ב.ד.ו אויף געוויסע קאנטראקטס איז קלאר אויסגעשמועסט אז אויב מען פליפט גייט די רווחים פארן דיוועלאפער

צוויי צענט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:22 am

רייך ווערן זאלן זיי פון אקאנאמי אין מה הערן און נישט פון היימישע ברודער וואס זוכן א דאך איבערן קאפ און גייען מארגן קלאפן אין זייער טיר אז זיי האבן נישט קיין ברויט פאר די קינדער צוליב זיין תאוות הממון

און אויב ווילסטו נישט בלייבן מיט די דירות צוליב די פליפערס דאן גיי אינוועסט עערגעץ אנדערש

מיר זענען אידישע קינדער און טראכטן ווי אידן

ביסט גערעכט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:16 am
שמעק טאביק האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 6:30 pm
ביסט גערעכט האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 6:17 pm
סאיז באמת א ווייטאג אבער פאקט בלייבט פאקט אז עס איז א אפענע מארקעט פונקט ווי אלע אנדערע אידישע שטעט
סאיז נישט געווען א פאקט ביז יעצט אז בלוט דארשטיגע דעוועלעפערס ווערן ביליאנערן אין קרית יואל, סאיז יעצט א מלחמה וואס אויב די עולם וועט קאפערירן און מיטן אייבירשטענס הילף און מיטן רבין'ס סייעתא דשמיא וועט מען עס ביי קומען אי"ה
רבי יוד ווילאנג עס איז דא אן אפענע מארקעט זענען די דעוועלאפער נישט קיין בלוט טרינקער און נישט קיין רוצחים סך הכל האבן זיי גענומען הונדערטער מיליאנען דאללארן פון זייער אייגן טאש אין אינוועסטירט. אלזא האבן זיי אלע רעכטן צו ארויסקעשן די מערסטע פון זייער אינוועסמענט. פונקט ווי די פארשטייסט איינער וואס ווארפט אראפ זיין דירה אויף סאטמאר דרייוו אין בויט דארט 8 דירות האט די רעכט צו בעטן די מערסטע וואס שייך אין ווערט נאכנישט קיין בלוט טרינקער

וואס יא. זאגסט אז אין קרית יואל טאר ווען נישט זיין אזוי און סדארף ווען זיין א קאנטראל אויף די פרייזן? איך עגרי מיט דיר 1000 פערצענט הלואי זאל דאס געשען אבער שולדיג אין דעם זענען בכלל נישט די דעוועלאפער.
די דיוועלאפערס וואס לייגן די געלט אין טאש זענען נישט שולדיג ? פארוואס ווייל הוידעל בוידעל, זיי נעמען די געלט אין טאש און פארטיג, מיט אלע גוטע תירוצים ליגט די אידיש געלט און בלוט אין זייער טאש

ידיכם דמים (תרתי משמע) מלאו
מלאכי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 110
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 3:21 pm
x 53

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך מלאכי »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:23 am
מלאכי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:14 am
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:00 am

פארקויף נישט פאר קיין פליפערס פינטל

און אויב וועט זיך יא מאכן א פליפער קען ער נישט מארגן בעטן דאפעלט אויב דו באסט נאך הונדערטער דירות פאר די ביליגע פרייז

און אויב וועלן יא עטליכע אידן טון אזאנס איז דאס נאך נישט קיין תירוץ צו טרינקען בלוט פון טויזענטער אידן פאר אפאר אידנס נסיון העושר

און ב,ד,ו אויב איז דאס דיין ערשטע ניק און איר זענט פשוט אבער געקומען צו פארענטפערן די דיוועלאפערס דאן זאג נישט אז איך האב נגיעות...,
נישט יעדע פליפער וואס קויפט א דירה שטייט אויף זיין קאפ איך בין א פליפער!
און אפילו ווען מ׳שרייבט אריין אין די קאנטראקט אז מ׳טאר נישט פליפן פאלגט מען נישט די קאנטראקט אזויווי די עבר האט געוויזן.
און אפילו די דיוועלאפער פארקויפט פאר 300 קען א מענטש פליפן פאר 600 ווייל די דיוועלאפער פארקויפט דירות וואס גייען זיין פארטיג און א יאר און דער פליפער פליפט א דירה וואס איז יעצט גרייט און ער איז סה״כ געזיצן מיט א דעפאזיט פון 50 אלפים פאר צוויי יאר
קודם מאך זיך נישט אזוי טעמעוואטע אודאי קען זיך מאכן פליפערס אבער אז מפארקויפט פינף דירות פאר איין מענטש (אזוי ווי איך האב אליינס געהערט פון די דיוועלאפערס אפיס אז מען טוט) ווייסט מען אז סאמטיג פישי

און נאכדעם אז מוויל קען מען טרעפן סולאשעןס דערצו עפ"י תורה זיכער און בחוקי המדינה איז לכאורה אויך שייך

נאר וואזשע דען ? עס איז סאך געשמאקער ארייצופאקן אין טטש נאך א ביליאן מיט די א.ג. ביזנעס תירוץ ווי צו טון עפעס שריט קעגן די פליפערס

און ב.ד.ו אויף געוויסע קאנטראקטס איז קלאר אויסגעשמועסט אז אויב מען פליפט גייט די רווחים פארן דיוועלאפער
איך זעה ס׳פעלט אייך די א ב פון ביזנעס סאיז דא אסאך אידן וואס קויפן פינף דירות צו מאכן פינף רענטעלס נישט צו פליפן.

און אפילו סאיז אויסגעשמועסט גייט פרעגט אייך נאך וויפיל אידן האבן געפליפט און גארנישט געגעבן פארן דיוועלאפער. איי וועסטו פרעגן פארוואס גייט ער נישט אין די״ת מיט זיי? די תירץ איז ווייל ער האלט נישט ביין זיך ארום קריגן מיט צענדליגער מענטשן אין די״ת
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1979

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך יום טוב »

מלאכי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:35 am

מיר פעלט די א.ב. פון ביזנעס?
געוויסע פעלט זיכער די א.ב. פון א אידיש הארץ מיט אביסעלע רחמנות אויף אידן

מען גייט נישט צו דין תורה ווייל מען האט נישט קיין כח דערצו , איך פארשטיי עס איז סאאך גרינגער צו נעמען נאך אביליאן אין טאש מיט א גוטן תירוץ ווי איידער צו גיין אין דין תורה
צוויי צענט
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:05 am
x 6

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך צוויי צענט »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:26 am
צוויי צענט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:22 am
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:00 am

פארקויף נישט פאר קיין פליפערס פינטל

און אויב וועט זיך יא מאכן א פליפער קען ער נישט מארגן בעטן דאפעלט אויב דו באסט נאך הונדערטער דירות פאר די ביליגע פרייז

און אויב וועלן יא עטליכע אידן טון אזאנס איז דאס נאך נישט קיין תירוץ צו טרינקען בלוט פון טויזענטער אידן פאר אפאר אידנס נסיון העושר

און ב,ד,ו אויב איז דאס דיין ערשטע ניק און איר זענט פשוט אבער געקומען צו פארענטפערן די דיוועלאפערס דאן זאג נישט אז איך האב נגיעות...,
אויב קען מען רעדן נארמאל וועל איך דיר ענטפערן.
עס איז נישט דא אזא זאך און א נארמאלע אקנאמי אז מען בויט מער ווי די דימענט, נישט דא אזא זאך! נישט מיט קיין הייוועיס נישט קיין ברידשעס און נישט קיין דירות
וועלכע נארמאלע בילדער וויל זיצן מיט הונדערטער דירות און צאלן אינטרעס צו ארויסטראגן די פליפערס פון ביזנעס?

און יא איך קען אסאך בילדערס פון גאר נאנט און וויל דיר פשוט אביסל אריינלייגן זאכן און פערספעקטיוו פון די אנדערע זייט
רייך ווערן זאלן זיי פון אקאנאמי אין מה הערן און נישט פון היימישע ברודער וואס זוכן א דאך איבערן קאפ און גייען מארגן קלאפן אין זייער טיר אז זיי האבן נישט קיין ברויט פאר די קינדער צוליב זיין תאוות הממון

און אויב ווילסטו נישט בלייבן מיט די דירות צוליב די פליפערס דאן גיי אינוועסט עערגעץ אנדערש

מיר זענען אידישע קינדער און טראכטן ווי אידן
עקזעקטלי דאס וואס די זאגסט דא געשעט שוין פאר די לעצטע 15 יאר, בילדערס רעכטס און לינקס פארלאזן די לאקאלע מארקעט ווייל מען מאַכט נישט קיין געלט און נישט קיין כבוד, יעדע בילדער ווערט באשמוצט ווי א בלוט זויגער אל אף ווען עס קומט צו געבן צדקה זאגט ער צו געלט וואס ער האט נאך ניטאמאל פארדינט.
יעצט וואס איז די ריזאלט מיינסטו? עס איז דא ווייניגער בילדערס וואס בויען אין געגנט, ווען א בילדער בויט שוין יא און געגנט דארף ער מאכן געניג עס זאל זיך לוינען צו זיין און יעדעמס מויל פאר א פאר יאר און פארדינען די אזויגעריפענע כבוד.. נאכן ווערן באשמוצט און גאנצן שטאט פאר אפאר יאר און געבן פאר די מוסדות און קהילה דאס גאנצע פראפיט גייט מען זיכן א פרישן בילדער פארן נעקסטן פראיעקט דא אין שטאט. און אז עס איז דא ווייניגער בילדערס=ווייניגער דירות + פליפערס גייען פרייזן ארויף
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1979

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך יום טוב »

צוויי צענט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:40 am

איך האב נישט אזוי מורא פארדעם עס איז געווען אפאר יאר צוריק א געשלעג איבער געוויסע פראפערטי און מען האט היבש ארויפגעטריבן די פרייז
.

און אויך האבן געוויסע אויסגעקויפט פראפערטי פון אנדערע

כי לא יחדל אביון מקרב הארץ
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 364
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 268

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

נישט געליינט די גאנצע טעמע ביז דא, לאמיר נאר אריינווארפן מיין צוויי צענט פארוואס די פרייזן זענען אזוי דראסטיש ארויף, נישט געזען איינער זאל עס שוין האבן געשריבן

אנהייב קאוויד אים סוף 2019 אנהייב 2020 זענען די מארגעדש ראטעס שרעקליך אראפ, פלאס וואס מענטשן האבן באקומען סטימולעס געלט און חליקות וואס האט גורם געווען איבריגע געלט אין באנק אקאונט, דאס האט ארויסגעטריבן די דירות פרייזן מיט א ראקעט! וויפיל די דיוועלאפער האבן געבעטן האבן מענטשן אראפגעלייגט אן א קרום מיט די נאז, געווען פון וואו צו נעמען און וואו צו בארגן גרינגערהייט פאר ריזיגע דאון פעימענטס.

יענע תקופה איז אויך געקומען די האלץ קריזיס ווען פרייזן זענען געווען דאפעלט ארום א יאר, האבן די דיוועלאפער שוין געהאט א כשרן תריץ צו הייבן פרייזן כעולה על רוחם אן געבן קיין שום דעקל פאר קיינעם

יעצט וויין מיר אונז אלע די דעמאלסדיגע געלטער, פאר דעם צאל מיר אונז דאפעלט אויף דירות גראסערי און רוב אנדערע סערוויסעס

תמצית: מען קען נישט קיינעם בלעימען דירעקט, שולדיג זעמער אונז אליינס פאר צאלן די וויפיל אפאר אידן האבן אפגעמאכט
צוויי צענט
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:05 am
x 6

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך צוויי צענט »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:43 am
צוויי צענט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:40 am
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:26 am
רייך ווערן זאלן זיי פון אקאנאמי אין מה הערן און נישט פון היימישע ברודער וואס זוכן א דאך איבערן קאפ און גייען מארגן קלאפן אין זייער טיר אז זיי האבן נישט קיין ברויט פאר די קינדער צוליב זיין תאוות הממון

און אויב ווילסטו נישט בלייבן מיט די דירות צוליב די פליפערס דאן גיי אינוועסט עערגעץ אנדערש

מיר זענען אידישע קינדער און טראכטן ווי אידן
עקזעקטלי דאס וואס די זאגסט דא געשעט שוין פאר די לעצטע 15 יאר, בילדערס רעכטס און לינקס פארלאזן די לאקאלע מארקעט ווייל מען מאַכט נישט קיין געלט און נישט קיין כבוד, יעדע בילדער ווערט באשמוצט ווי א בלוט זויגער אל אף ווען עס קומט צו געבן צדקה זאגט ער צו געלט וואס ער האט נאך ניטאמאל פארדינט.
יעצט וואס איז די ריזאלט מיינסטו? עס איז דא ווייניגער בילדערס וואס בויען אין געגנט, ווען א בילדער בויט שוין יא און געגנט דארף ער מאכן געניג עס זאל זיך לוינען צו זיין און יעדעמס מויל פאר א פאר יאר און פארדינען די אזויגעריפענע כבוד.. נאכן ווערן באשמוצט און גאנצן שטאט פאר אפאר יאר און געבן פאר די מוסדות און קהילה דאס גאנצע פראפיט גייט מען זיכן א פרישן בילדער פארן נעקסטן פראיעקט דא אין שטאט. און אז עס איז דא ווייניגער בילדערס=ווייניגער דירות + פליפערס גייען פרייזן ארויף
איך האב נישט אזוי מורא פארדעם עס איז געווען אפאר יאר צוריק א געשלעג איבער געוויסע פראפערטי און מען האט היבש ארויפגעטריבן די פרייז
.

און אויך האבן געוויסע אויסגעקויפט פראפערטי פון אנדערע

כי לא יחדל אביון מקרב הארץ
די ריזאלט פון דעם איז טייערערע דירות
מלאכי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 110
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 3:21 pm
x 53

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך מלאכי »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:39 am
מלאכי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:35 am
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:23 am
קודם מאך זיך נישט אזוי טעמעוואטע אודאי קען זיך מאכן פליפערס אבער אז מפארקויפט פינף דירות פאר איין מענטש (אזוי ווי איך האב אליינס געהערט פון די דיוועלאפערס אפיס אז מען טוט) ווייסט מען אז סאמטיג פישי

און נאכדעם אז מוויל קען מען טרעפן סולאשעןס דערצו עפ"י תורה זיכער און בחוקי המדינה איז לכאורה אויך שייך

נאר וואזשע דען ? עס איז סאך געשמאקער ארייצופאקן אין טטש נאך א ביליאן מיט די א.ג. ביזנעס תירוץ ווי צו טון עפעס שריט קעגן די פליפערס

און ב.ד.ו אויף געוויסע קאנטראקטס איז קלאר אויסגעשמועסט אז אויב מען פליפט גייט די רווחים פארן דיוועלאפער
איך זעה ס׳פעלט אייך די א ב פון ביזנעס סאיז דא אסאך אידן וואס קויפן פינף דירות צו מאכן פינף רענטעלס נישט צו פליפן.

און אפילו סאיז אויסגעשמועסט גייט פרעגט אייך נאך וויפיל אידן האבן געפליפט און גארנישט געגעבן פארן דיוועלאפער. איי וועסטו פרעגן פארוואס גייט ער נישט אין די״ת מיט זיי? די תירץ איז ווייל ער האלט נישט ביין זיך ארום קריגן מיט צענדליגער מענטשן אין די״ת
מיר פעלט די א.ב. פון ביזנעס?
געוויסע פעלט זיכער די א.ב. פון א אידיש הארץ מיט אביסעלע רחמנות אויף אידן

מען גייט נישט צו דין תורה ווייל מען האט נישט קיין כח דערצו , איך פארשטיי עס איז סאאך גרינגער צו נעמען נאך אביליאן אין טאש מיט א גוטן תירוץ ווי איידער צו גיין אין דין תורה
די האלטסט באמת אז די האסט געענטפערט צום זאך?
מקען מיט דיר נישט האבן א נארמאלע שמועס
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1979

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך יום טוב »

צוויי צענט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:46 am
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:43 am
צוויי צענט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:40 am

עקזעקטלי דאס וואס די זאגסט דא געשעט שוין פאר די לעצטע 15 יאר, בילדערס רעכטס און לינקס פארלאזן די לאקאלע מארקעט ווייל מען מאַכט נישט קיין געלט און נישט קיין כבוד, יעדע בילדער ווערט באשמוצט ווי א בלוט זויגער אל אף ווען עס קומט צו געבן צדקה זאגט ער צו געלט וואס ער האט נאך ניטאמאל פארדינט.
יעצט וואס איז די ריזאלט מיינסטו? עס איז דא ווייניגער בילדערס וואס בויען אין געגנט, ווען א בילדער בויט שוין יא און געגנט דארף ער מאכן געניג עס זאל זיך לוינען צו זיין און יעדעמס מויל פאר א פאר יאר און פארדינען די אזויגעריפענע כבוד.. נאכן ווערן באשמוצט און גאנצן שטאט פאר אפאר יאר און געבן פאר די מוסדות און קהילה דאס גאנצע פראפיט גייט מען זיכן א פרישן בילדער פארן נעקסטן פראיעקט דא אין שטאט. און אז עס איז דא ווייניגער בילדערס=ווייניגער דירות + פליפערס גייען פרייזן ארויף
איך האב נישט אזוי מורא פארדעם עס איז געווען אפאר יאר צוריק א געשלעג איבער געוויסע פראפערטי און מען האט היבש ארויפגעטריבן די פרייז
.

און אויך האבן געוויסע אויסגעקויפט פראפערטי פון אנדערע

כי לא יחדל אביון מקרב הארץ
די ריזאלט פון דעם איז טייערערע דירות
אט אזוי
האמיר שוין געטראפן די שולדיגע , נישט די דעמענד, נישט די פליפערס נאר..... די וואס פארפירן קעגן די פרייזן , געוואלדיג!! :lol:
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1979

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך יום טוב »

מלאכי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:47 am
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:39 am
מלאכי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:35 am
איך זעה ס׳פעלט אייך די א ב פון ביזנעס סאיז דא אסאך אידן וואס קויפן פינף דירות צו מאכן פינף רענטעלס נישט צו פליפן.

און אפילו סאיז אויסגעשמועסט גייט פרעגט אייך נאך וויפיל אידן האבן געפליפט און גארנישט געגעבן פארן דיוועלאפער. איי וועסטו פרעגן פארוואס גייט ער נישט אין די״ת מיט זיי? די תירץ איז ווייל ער האלט נישט ביין זיך ארום קריגן מיט צענדליגער מענטשן אין די״ת
מיר פעלט די א.ב. פון ביזנעס?
געוויסע פעלט זיכער די א.ב. פון א אידיש הארץ מיט אביסעלע רחמנות אויף אידן

מען גייט נישט צו דין תורה ווייל מען האט נישט קיין כח דערצו , איך פארשטיי עס איז סאאך גרינגער צו נעמען נאך אביליאן אין טאש מיט א גוטן תירוץ ווי איידער צו גיין אין דין תורה
די האלטסט באמת אז די האסט געענטפערט צום זאך?
מקען מיט דיר נישט האבן א נארמאלע שמועס
אין מיינע אויגן יא
צוויי צענט
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:05 am
x 6

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך צוויי צענט »

@יום טוב איך וויל הערן א נארמאלע עצה פון דיר וויאזוי עס זאל מאכן סענס אראפצוברענגען פרייזן, ביטע ענפער נישט אז די בילדער זאל האבן א הארץ פאר יידיש בלוט דאס איז סתם געשאסן א לאטקע

איך דארף א עצה פארן פראבלעם וואס נעמט אריין די פראבלעם פון אלע זייטן סיי די לאנד אייגנטימער סיי די בילדער סיי די פליפערס, אויב האלטסטו נישט ביים אנערקענען אז די פראבלעם איז דרייפאכיג דאן ביסטו בכלל נישט דא צו ברענגען ביליגע דירות פאר יודן די ביסט ענדערש דא פאר איינעמס טאש! און פון מיין זייט קען איך דא ענדיגן די שמועס
צוויי צענט
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:05 am
x 6

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך צוויי צענט »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:50 am
צוויי צענט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:46 am
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:43 am
איך האב נישט אזוי מורא פארדעם עס איז געווען אפאר יאר צוריק א געשלעג איבער געוויסע פראפערטי און מען האט היבש ארויפגעטריבן די פרייז
.

און אויך האבן געוויסע אויסגעקויפט פראפערטי פון אנדערע

כי לא יחדל אביון מקרב הארץ
די ריזאלט פון דעם איז טייערערע דירות
אט אזוי
האמיר שוין געטראפן די שולדיגע , נישט די דעמענד, נישט די פליפערס נאר..... די וואס פארפירן קעגן די פרייזן , געוואלדיג!! :lol:
ווייס איך נישט פונקטליך ווי די זעסט דאס
באקאנטע ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 245
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:53 am
x 375

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך באקאנטע ידען »

איך האב נאכנישט געליינט די לעצטע פאר בלעטער אבער איך מיין קיינער האט זיך נאך נישט באצויגן צום נקודה -און אויב יא ביטע צוצייכענען- אז די דיוועלעפער קאנטראלירן די מארקעט. איך גיי נישט אריין יעצט צו זיי בעטן טייער וכו' איך וויל וויסן פארוואס ווען איך האב אריינגערופן איבער אהאלב יאר צירוק (ווען איך האב געהאט אפאר דאללער אריינצוטאנצן אין א דירה) האט מיר אפסקעיל בראקער געזאגט אז ער האט שוין נישט קיין דירות ווען אפאר וואכן נאכדעם האט מיר א חבר פארציילט אז ער איז היינט געזיצן מיטן בראקער און ער האט נאך געציילטע דירות אויף עיקערס, און יעצט איז פלוצלים ארויפגעשווימען נאך אסאך דירות,?????
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1979

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך יום טוב »

צוויי צענט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:56 am @יום טוב איך וויל הערן א נארמאלע עצה פון דיר וויאזוי עס זאל מאכן סענס אראפצוברענגען פרייזן, ביטע ענפער נישט אז די בילדער זאל האבן א הארץ פאר יידיש בלוט דאס איז סתם געשאסן א לאטקע

איך דארף א עצה פארן פראבלעם וואס נעמט אריין די פראבלעם פון אלע זייטן סיי די לאנד אייגנטימער סיי די בילדער סיי די פליפערס, אויב האלטסטו נישט ביים אנערקענען אז די פראבלעם איז דרייפאכיג דאן ביסטו בכלל נישט דא צו ברענגען ביליגע דירות פאר יודן די ביסט ענדערש דא פאר איינעמס טאש! און פון מיין זייט קען איך דא ענדיגן די שמועס
אין מיינע אויגן ליגט די שליסל אין די הענט פון די דעוועלעפערס וואס רייסן געלט פונעם ציבור אין די אייגענע טאש , ותו לא מידי

דאס איז די איינציגסטע פראבלעם פון דעם עמך איד , די איבריגע לאז איך פאר די דיוועלאפערס צו לעזן ווייל דאס איז נוגע זייער פראפיט (פארשטייט זיך אזמנישט אויפן ציבור חשבון )

ווער נעמט די געלט פונעם ציבור ? די דיוועלאפערס פינטל

נ.ב אייערע אסאמשעןס וואס מיין כוונה איז איז מיר בכלל נישט נוגע
פישפיקלאדיין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 497
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 641

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

@מלאכי
@כתריאל
@צוויי צענט

לכבוד אייך 3 וואס זענען געקומען צו גיין צו דעם סייט אין די לעצטע 2 טאג בשליחות פון די חשובע דעוועלאופער, ביטע גיט אייך אן יעדער איינער פאר וועלכן דעוועלאופער איר אדוואקאטירט, אזוי וועט זיין גרינגער צו פירן דעם שמועס צום פוינט וואס איז אייך נוגע.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1461
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1502

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך שבת קודש »

דאס איז קלאר אז ווילאנג ס'איז נישט דא קיין געהעריגע לעזונג צו די פליפען פראבלעם קען מען נישט גארנישט פארלאנגן פון די דיוועלאפערס.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1979

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך יום טוב »

שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 12:17 pm דאס איז קלאר אז ווילאנג ס'איז נישט דא קיין געהעריגע לעזונג צו די פליפען פראבלעם קען מען נישט גארנישט פארלאנגן פון די דיוועלאפערס.
מקען יא
זיי נוצן דאס פאר א תירוץ, און דאס איז נישט קיין תירוץ אויף צו באראבווענען דעם עולם און דערשטיקן היימיע ברודער
צוויי צענט
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:05 am
x 6

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך צוויי צענט »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 12:19 pm

גוט שבת

צוויי צענט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 12:22 pm
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 12:19 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 12:17 pm דאס איז קלאר אז ווילאנג ס'איז נישט דא קיין געהעריגע לעזונג צו די פליפען פראבלעם קען מען נישט גארנישט פארלאנגן פון די דיוועלאפערס.
מקען יא
זיי נוצן דאס פאר א תירוץ, און דאס איז נישט קיין תירוץ אויף צו באראבווענען דעם עולם און דערשטיקן היימיע ברודער
גוט שבת
גוט שבת גוט שבת
צוויי צענט
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:05 am
x 6

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך צוויי צענט »

פישפיקלאדיין האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 12:14 pm @מלאכי
@כתריאל
@צוויי צענט

לכבוד אייך 3 וואס זענען געקומען צו גיין צו דעם סייט אין די לעצטע 2 טאג בשליחות פון די חשובע דעוועלאופער, ביטע גיט אייך אן יעדער איינער פאר וועלכן דעוועלאופער איר אדוואקאטירט, אזוי וועט זיין גרינגער צו פירן דעם שמועס צום פוינט וואס איז אייך נוגע.
שכויח פאר די שלום עליכם, קיין איין בילדער האט מיר נישט געשיקט און איך ארבעט נישט פאר קיין בילדער

נב. פון דיין תגובה קוקט אויס ווי מען טאר אפילו נישט פארענטפערן א בילדער
שרייב פאוסט