דירות אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
כתריאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 3:29 pm
Location: New York
x 26

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך כתריאל »

שמעק טאביק האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 6:44 pm איינער קען געבן צו פארשטיין וויאזוי נגידים פילן צו רייך ווערן אויף ארימע ברודער?
דאס איז קיינמאל נישט געווען עד היום, אמאל האט מען געוויסט א נגיד א גרויסע גביר האט א עמעזאן ביזנעס מיט הונדערטע ארבייטער וואס שארט גאלד, אדער אין די מעדיקעל פיעלד ווי ער ביללד די גאווערמענט פאר ביליאנען, בויעט וואלקען קראצערס אין מאנהעטען אדער בושוויק ,בראנקס וכולי וכולי,
וויאזוי שעמען זיך נישט מכלומערשטע גבירים צו שפילן עושר דורכן פארקויפן דירות פאר א מיליאן צו פראפיטען א ביליאן דאלאר דורך פארקויפן דירות פאר ביטערע טייערע פרייזן פאר ארימעלייט וואס האבן נישט קיין ברירה ווי צו וואינען,
באמת גערעדט וויאזוי שעמן זיך זיי נישט צו קומען אין בית המדרש יעדן טאג און פעיסן דעם עולם פון וועם זיי טרינקען בלוט?

מען ברויך אריין ברענגען א סטיגמע צו די אלע דעוועלעפערס אז איר זענט נישט קיין שיינע אידן און זיי זאלן זיך שעמען זיך צו דרייען צווישען עולם און זיכער נישט זיצן אויבן אן, א דעוועלעפער אין היימישע געגענטער וואס רייט אויפן היימישען עולם ברויך ווערן א אראפגעקוקטע זאך, מיט א גוטע געצילטע קאמפיין קען עס פיין ארבעטען איבערהויפט אין קרית יואל;
ווערן רייך און א ביליאנער אויף ארימע ברודער איז א בושה, איר קענט מופן אויף פלעטבוש אדער פייוו טאונס, פאמאנא , ביי אונז אין שטאט זענט איר אראפגעקוקט דאס צוטין , און זיכער אז איר באקומט נישט קיין כבוד מלאכים

*מלכים
שמעק טאביק
פרישער באניצער
פאוסטס: 79
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 6:01 pm
x 47

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך שמעק טאביק »

און באמת אינגעלייט זאלן אנהייבן צו גיין צו די אידן אין בית המדרש טעגליך און שיינערהייט זיי זאגן ביטע ווערט נישט רייך אויף אונזער בלוט, וועסט מאכן מיט אפאר הונדערט מיליאן דאלאר ווייניגער וועט גארנישט געשען, דאס איז באמת א זאך וואס קען ארבייטען, עס איז נישט דא וואס מורא צו האבן פון די נגידים, אז זיי וועלן זען אז זייער גאנצע כבוד וואס זיי רעדן זיך איין זיי האבן , איז א זייפן בלאז און אינגעלייט קוקן זיי אראפ פאר בלוט דארשטיגע מענטשן, ווען זיי שנעל אראפקומען פון בוים און פרובירן צו געפעלן דעם המון עם,
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 492
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 878

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך צווייטער »

ס'איז זייער א הייקעלע נושא, איך פלעג אויך זיך אלס רעגן אויף די עשירים וואס ווערן רייך אויפן חשבון פון זיין ארימען ברודער.

אבער ס'איז נישט ממש אזוי, אפשר ווערט די גראסערי מאן אויך רייך אויפן חשבון פון די ארימאן וואס דארף לייגן ברויט אויפן טיש? זאכן האבן א פרייז, אויב א פעקל ברויט קאסט 3 דאלער קאסט א הויז א מיליאן דאלאר, דאס איז די פרייז לויט די מציאות פון באשטימען פרייזן ארבייט.

קענסט נישט האבן קיין טענות ''וועט ער מאכן אפאר מיליאן דאלאר ווייניגער'', ניין, עמער זען ווען דו וועסט אוועקגעבן דיינע אפאר מיליאן דאלאר... אויב איז די דירה ווערט די פרייז איז עס ווערט, פארפאלן. אויב דו ווילסט דוקא קענסטו אים בעטן א נדבה. ער איז דיר 'גארנישט' שולדיג.

אויב דו דארפסט וויכטיג א דאך איבער'ן קאפ, גיי ווי ס'איז ביליגער, קיינער צווינגט דיר נישט דא צו בלייבן, ווילסט דא בלייבן? דאס איז די סיבה פארוואס עס איז טייערער! זיי מוחל. בעסער געזאגט, דער בויער איז נישט מחויב דיר צו בויען א הויז ווייל דו ווילסט דא וואוינען.

אויב איז דא רבנים וגדולים וואס פאר סיי וואספארא סיבה האלטן זיי אז מ'דארף דוקא וואוינען דא ווי ס'איז טייער, קענען זיי אויפבויען דירות פאר ביליג 'בתורת צדקה', פונקט ווי מ'בויעט מעכטיגע בנינים פאר קהלות און מוסדות התורה קען מען אויפבויען טויזענטער דירות ווי דארטן וועלן די גבירים מוחל זיין זייער אפאר מיליאן דאלאר פראפיט.
אבער דאס קענסטו נישט צווינגן א עושר אז ער איז מחויב, דאס קען נאר זיין בתורת נדבה 'מאת כל איש אשר ידבנו לבו'.

נ.ב איך בין נישט די בעסטע שרייבער, ס'איז מיר שווער זיך ארויסברענגן, כ'האף אז מ'פארשטייט
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 340

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך פרייליך »

בערל דער פייפער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 8:42 pm היינט איז פארגעקומען די אסיפה ביי מרן רבינו שליט"א מיט די עסקני והנהלת הקרי', דן צו זיין וויאזוי מען קען טרעפן לעגאלע לעזונגען צו נידערן די דירות פרייזן, נאכפאלגנדיג די נעכטיגע דברות קודש וואו דער רבי האט עטוואס אויפגעוויקלט די דעטאלן וואו דער פראבלעם שטעקט, סיי מיט לאנד אייגנטומער, און סיי מיט פליפער'ס וואס זענען גורם אז דער דעוועלאפער זאל לכתחילה בעטן דאס מערסטע וואס נאר שייך (מיט די טענה אז אויב נישט מאכט א צווייטער געלט אויף זיין ארבעט).

צום אסיפה האט דער רבי גערופן סיי עסקני הקרי' און סיי די קרית יואל ווילעדזש איינגעשטעלטע. פון די ועד הקרי' איז געווען ר' מאיר הירש און ר' אלעזר גרובער, און פון ווילעדזש איז געווען דער אדמיניסטראטאר ר' גדלי' סעגעדין, די האוזינג אפיס ר' משה אליעזר ניימאן, און דער ווילעדזש קאנסולטענט און אינפראסטרוקטור עקספערט ר' משה גרובער.

(אגב, ר' משה גרובער איז שוין בעבר געווען א גוטער שליח אויף פארשידענע מיסיעס לטובת דירות אין קרית יואל, אריינגערעכנט דאס איינקויפן שטחים, ווי ס'איז באקאנט וויפיל ארבעט ער האט אריינגעלייגט אויף דעם שטח פון "פארעסט עדזש" (די געוועזענע תפלה לאט) וואס איז לבסוף געווארן אויסגעכאפט דורך אינוועסטירער).

דער רבי האט גענומען די ציפערן פון שטחים און פון דירות, יעצטיגע און צוקונפטיגע, פון אין ק"י ווילעדזש און פון דרויסנדיגע געגנטער, און לפי זה אריינגעקוקט אינעם מצב.

בעיקר העיקרים וואס איז יעצט אויפ'ן טיש איז, אז דער רבי וויל טרעפן א שנעלע לעזונג 'אויפ'ן מינוט' צו ברענגען א מאמענטאלע דערלייכטערונג, אין צוגאב צו די פלענער פון עפארדעבל דירות, און אין צוגאב צו די בעפארשטייענדע אנעקסעישנס וואס מען ערווארט זיך אנצוהייבן בקרוב ביז די נעקסטע 4 יאר אי"ה. מ'האט אויפגעברענגט אויפ'ן טיש אלע פאקטן, וואסערע מציאות שטעלט א טשעלענדזש פאר וועלכע זאך, און וואס ברענגט דערצו אז דער מארקעט איז נאך אלס טייט, סיי אין ק"י ווילעדזש וואו עס בויען זיך יעצט הונדערטער דירות, און סיי אפילו אויך אין די ארומיגע געגנטער וואו ס'איז פאראן פילע ליידיגע שטחים, און מ'האט דורכגעטון וואו מ'קען די בעסטע טרעפן דעם לעזונג. אויך האט מען גערעדט וואס ס'האט געברענגט דערצו אז מ'האט דערווייל נישט געקענט מאכן קיין לעגאלע אינפארסמענטס קעגן פליפערס.

מ'האט דן געווען א לאנגע צייט אין פרטי פרטים אויף צוויי פונקטן. איינס, וואו דער מינוטליכער געברויך איז די מערסטע, חתן כלה דירות / גרויסע משפחות / קויפן / רענטן, און דאן די צווייטע פונקט, וואסערע עמערדזשענסי אפציעס מ'קען אויפטרעפן צו שאפן דעם לעזונג צום גרויסן פראבלעם - מיט וואס אלע גרויסע אידישע שטעט מוטשען זיך אבער דעם רבי'ן גייט עס בנפשו אז אונזערע אינגעלייט וואס בלוטיגן זאלן טרעפן א מנוח לנפשם, א דאך איבערן קאפ אן קיין ים פון חובות! און קרית יואל זאל ווידער זיין א וועגווייזער פאר אנדערע דעוועלאפער און געגענטער וויאזוי צו ברעכן דעם הויעכן מארקעט וואס איז העכער די מענטשליכע לעבנסשטייגער מעגליכקייט.

עס זענען ארויפגעקומען עטליכע נייע געדאנקען אין וואס מ'דארף אריינקוקן, און דער רבי האט באשטימט אז גלייך ווען די דעטאלן פון די געדאנקען און ציפערן און לעגאליטעטן ווערן קלאר, זאל מען זיך ווידער צוזאמזעצן און האפנטליך שפאנען פאראויס.

מלך מאזין שועה מחיש ישועה! דער ציבור איז מתפלל אז די סיעתא דשמיא זאל באגלייטן דעם רבין וחפץ ה' בידו יצליח!
עס האט איין אישו אז צווישן איין גרויסע מעמד און צווייטן שלאפן די נייעסליך איין א טיפע שלאף און דר'עולם האלט גארנישט מיט צו עפעס ריקט זיך אדער נישט, עס דארף ווען ערגעצווי ערשיינען וועכנטליכע אפדעיטס נייעס אין דעם געביט.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2928
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8361

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך פופציגער »

יוי... כ’ווער ליטערלי דיזי ווען איך ליין דא איבער טענות וואס מהאט שוין די וואך אליינס עטליכע מאל פארענטפערט...

א גוטן פורים
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
שמעק טאביק
פרישער באניצער
פאוסטס: 79
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 6:01 pm
x 47

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך שמעק טאביק »

ביטע גלייך נישט צו א פעקל ברויט צו א דירה פון פראפיטען אפאר הונדערט טויזענט דאלאר אין אידישע געגענטער,

און יא אז איינער וויל עפענען א טייערע גראסערי אין קרית יואל אדער וויליאמסבורג אדער אין א גויעשע געגענט פיין און וואיל, אבער טאמער איינער רייט אויפן ציבור אויף ברויט אדער אנדערע לעבענסוויכטיגע זאכן, איז די זעלבע בלוט דארשטיגע רוצח !

אין וויליאמסבורג האט איינער געפענט לעצטענס א גאר טייערע גראסערי געשעפט זייער שיין און פענסי און עס האט קיין איינעם נישט געבאדערט,
וועגן סאיז דא נאך 50 גראסעריס אין וויליאמסבורג,
למעשה טאקע האט זיך זיין פלאן נישט אויסגעארבעט ב"ה און ער דערלייגט יעדן טאג וואס ער שטייט אפען,
אבער טאמער קומט אזא איינער און עפענט אזא געשעפט אין לינדען אדער אין עני אנדערע געגענט ווי סאיז נישט דא נאך גראסעריס אזא געשעפט איז א בלוט דארשטיגע רוצח!

די זעלבע איז מיטן בויען דירות אין קרית יואל אדער אנדערע אידישע געגענטער און נעמען האסטעזש מענטשן וואס האבן נישט ווי צו וואינען און רייסן ביטערע געלטער איז א בלוט דארשטיגע רוצח!
ער איז נישט קיין גביר אדער נגיד, רייסן געלט זאל ער פום עמעזאן, אנליין, ביללען די גאווערמענט ביליאנען,טענענטס גוים אדער בויען פאר גוים דירות;

דירות אין קרית יואל פאר א מיליאן דאלאר אין די צייט ווען סאיז נישט דא קיין אנדערע דירות, און ער קען מאכן גענוג געלט ווען ער בעט 500 הונדערט טויזענט דאלאר און גיין און אויסקויפן און אפהאלטן אנדערע פון בויען אדער פארקויפן צו קענען הייבן פרייזן איז א פשוטע בלוט דארשטיגע רוצח!

זיין געלט איז בלוטיג! ער איז נישט קיין מענטש אויף וועם מען קוקט ארויף אדער מקנא! נאר פונקט פארקערט, קיינער וויל נישט זיין אין זיין שוך!

קרית יואל איז נישט געמאכט צו ווערן ביליאנערן אויפן ציבור חשבון!
סאיז א אידישע שטעטל וואס די רבי זי"ע האט געבויעט פאר אידן צו וואינען מחוץ לעיר! נישט פאר אפאר מיליאנערן צו ווערן ביליאנערן !
משה שלום
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 337
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:16 pm
x 104

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך משה שלום »

שמעק טאביק האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 6:44 pm איינער קען געבן צו פארשטיין וויאזוי נגידים פילן צו רייך ווערן אויף ארימע ברודער?
דאס איז קיינמאל נישט געווען עד היום, אמאל האט מען געוויסט א נגיד א גרויסע גביר האט א עמעזאן ביזנעס מיט הונדערטע ארבייטער וואס שארט גאלד, אדער אין די מעדיקעל פיעלד ווי ער ביללד די גאווערמענט פאר ביליאנען, בויעט וואלקען קראצערס אין מאנהעטען אדער בושוויק ,בראנקס וכולי וכולי,
וויאזוי שעמען זיך נישט מכלומערשטע גבירים צו שפילן עושר דורכן פארקויפן דירות פאר א מיליאן צו פראפיטען א ביליאן דאלאר דורך פארקויפן דירות פאר ביטערע טייערע פרייזן פאר ארימעלייט וואס האבן נישט קיין ברירה ווי צו וואינען,
באמת גערעדט וויאזוי שעמן זיך זיי נישט צו קומען אין בית המדרש יעדן טאג און פעיסן דעם עולם פון וועם זיי טרינקען בלוט?

מען ברויך אריין ברענגען א סטיגמע צו די אלע דעוועלעפערס אז איר זענט נישט קיין שיינע אידן און זיי זאלן זיך שעמען זיך צו דרייען צווישען עולם און זיכער נישט זיצן אויבן אן, א דעוועלעפער אין היימישע געגענטער וואס רייט אויפן היימישען עולם ברויך ווערן א אראפגעקוקטע זאך, מיט א גוטע געצילטע קאמפיין קען עס פיין ארבעטען איבערהויפט אין קרית יואל;
ווערן רייך און א ביליאנער אויף ארימע ברודער איז א בושה, איר קענט מופן אויף פלעטבוש אדער פייוו טאונס, פאמאנא , ביי אונז אין שטאט זענט איר אראפגעקוקט דאס צוטין , און זיכער אז איר באקומט נישט קיין כבוד מלאכים
איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די גאנצע זאך דא. נאר אז די ברענגסט אויף די רייך ווערן שמועס האב איך לעצטענס געהאט א שמועס מיט איינעם דערוועגן. אז די וועסט צוריק קוקען די לעצטע 40 יאר און קרית יואל איז נאך קיינער נישט רייך געווארן פון בויען דא. יעדע פאר יאר טוישט זיך די בילדערס און קרית יואל. ליגט נישט עפעס אונטער דעם ?

ביטע נישט אריינגיין און קיין נעמען פון פריוואטע מענטשן נאר טראכט פאר דיר אליינס און פרעג דיר נאך אביסל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2928
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8361

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך פופציגער »

@שמעק טאביק

ווען דו שרייבסט אז "קיינער" וויל נישט זיין אין זיין שוך זאגסטו עס ווייל האסט גענאכט א סורוועי צווישן ציבור? אדער שטעלסטיך פאר?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
גראד
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 10:40 pm
x 15

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך גראד »

לאמיר זאגן לויט די יעצטיגע מצב קען מען בויען אין ק"י 5000 דירות קומעדיגע 5 יאר.
לאמיר אויך אנעמען אז

• פאר $400,000 גייען זיין 6000 מענטשן וואס ווילן קויפן
• פאר $500,000 גייען זיין 5000 מענטשן וואס ווילן קויפן
• פאר $600,000 גייען זיין 4000 מענטשן וואס ווילן קויפן

פארשטייט זיך די אז די פרייז וועט זיין $500,000.

לאמיר זאגן אז ממאכט א תקנה אז א דירה קען נישט קאסטן מער ווי $400,000, וועט זיין א גרויסע איבערקערעניש. ווייל עס וועלן זיין 6000 מענטשן וואס ווילן קויפן און נאר 4000 דירות אוועילעבל.

יעצט אז עס קומט דעוועלאפער ראובן און מיט זיינע פעולות (אנעקסעיש, סוער, וואסער, קויפט לענד פון מענטשן וואס ווילן נאכנישט בויען, אד"ג) איז ער גורם עס זאל זיין נאך 1000 דירות און לכבוד דעם וועט זיין 6000 דירות קומעדיגע 5 יאר, איז ער א גורם אז די פרייז זאל זיין $400,000 אנשטאט $500,000.
כאטש די דעוועלאפער ראובן מיינט זיין טאש און האט נישט אינזין די טובת הציבור "גרידי" בלע"ז, איז עס נאכאלץ א טובת הכלל.

די זעלבע איז די פליפער אויך גורם אז עס זאל זיין א גרעסערע סופליי ווייל ער מאכט גרינגער פארן דעוועלאפער צו פארקויפן און דורך דעם האט די דעוועלאפער אפעטיט צו בויען מער. אז עס איז דא מער סופליי פאלט די פרייז. די דעוועלפער אדער פליפער אפעקט סופליי, נישט די פרייז. די דעוועלפער אדער די פליפער זענען נישט נישט די וואס מאכן די פרייז. עס איז די סופליי און די דעמענד פון דירות וואס מאכן די פרייז.

טאמער אבער רייסט מען אראפ די דעוועלאפערס, וועט זיין ווייניגער דעוועלפערס, ווייניגער דירות און העכערע פרייזן.
צוויי צענט
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:05 am
x 6

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך צוויי צענט »

שמעק טאביק האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 8:12 pm ביטע גלייך נישט צו א פעקל ברויט צו א דירה פון פראפיטען אפאר הונדערט טויזענט דאלאר אין אידישע געגענטער,

און יא אז איינער וויל עפענען א טייערע גראסערי אין קרית יואל אדער וויליאמסבורג אדער אין א גויעשע געגענט פיין און וואיל, אבער טאמער איינער רייט אויפן ציבור אויף ברויט אדער אנדערע לעבענסוויכטיגע זאכן, איז די זעלבע בלוט דארשטיגע רוצח !

אין וויליאמסבורג האט איינער געפענט לעצטענס א גאר טייערע גראסערי געשעפט זייער שיין און פענסי און עס האט קיין איינעם נישט געבאדערט,
וועגן סאיז דא נאך 50 גראסעריס אין וויליאמסבורג,
למעשה טאקע האט זיך זיין פלאן נישט אויסגעארבעט ב"ה און ער דערלייגט יעדן טאג וואס ער שטייט אפען,
אבער טאמער קומט אזא איינער און עפענט אזא געשעפט אין לינדען אדער אין עני אנדערע געגענט ווי סאיז נישט דא נאך גראסעריס אזא געשעפט איז א בלוט דארשטיגע רוצח!

די זעלבע איז מיטן בויען דירות אין קרית יואל אדער אנדערע אידישע געגענטער און נעמען האסטעזש מענטשן וואס האבן נישט ווי צו וואינען און רייסן ביטערע געלטער איז א בלוט דארשטיגע רוצח!
ער איז נישט קיין גביר אדער נגיד, רייסן געלט זאל ער פום עמעזאן, אנליין, ביללען די גאווערמענט ביליאנען,טענענטס גוים אדער בויען פאר גוים דירות;

דירות אין קרית יואל פאר א מיליאן דאלאר אין די צייט ווען סאיז נישט דא קיין אנדערע דירות, און ער קען מאכן גענוג געלט ווען ער בעט 500 הונדערט טויזענט דאלאר און גיין און אויסקויפן און אפהאלטן אנדערע פון בויען אדער פארקויפן צו קענען הייבן פרייזן איז א פשוטע בלוט דארשטיגע רוצח!

זיין געלט איז בלוטיג! ער איז נישט קיין מענטש אויף וועם מען קוקט ארויף אדער מקנא! נאר פונקט פארקערט, קיינער וויל נישט זיין אין זיין שוך!

קרית יואל איז נישט געמאכט צו ווערן ביליאנערן אויפן ציבור חשבון!
סאיז א אידישע שטעטל וואס די רבי זי"ע האט געבויעט פאר אידן צו וואינען מחוץ לעיר! נישט פאר אפאר מיליאנערן צו ווערן ביליאנערן !
די מיינסט אוודאי די פליפערס מיט די תגובה?
שמעק טאביק
פרישער באניצער
פאוסטס: 79
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 6:01 pm
x 47

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך שמעק טאביק »

גראד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 10:23 pm

טאמער אבער רייסט מען אראפ די דעוועלאפערס, וועט זיין ווייניגער דעוועלפערס, ווייניגער דירות און העכערע פרייזן.
דירות אין קרית יואל זאל ווערן געבויעט דורך א וועד הדירות, אזוי ווי אין תש"ס יארן האט וועד הקריה געבויעט דורך יודי גאלדבערגער עפפארדעבעל דירות אין עצי תמרים, און יעדער האט געמאכט געלט און יעדער איז געווען העפי, די זעלבע זאך קען ווייטער געטין ווערן אין קרית יואל צום צופרידענהייט פון גאנץ קרית יואל, עס וועט קיינעם נישט וויי טין אז דעס גייט געשען אויסער עטליכע יחידים וואס זיכן צו זויגן בלוט פון ארימע אינגעלייט
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2928
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8361

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך פופציגער »

שמעק טאביק האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 11:04 pm

כהאב הנאה איר האט אויפגעברענגט די תש"ס יארן, ווען אידן זענען כמעט געזעסן אין תפיסה צוליב מסירות און אנדערע (אן נעמען) האבן מיאוס אנגעזעצט זייער פארמעגן דארט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
מלאכי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 3:21 pm
x 53

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך מלאכי »

גייט אים טאקע פרעגן צו ער וויל נאכאמאל בויען אין קרית יואל?
מיט דעם וואס ער איז געווארן א שווערע מיליאנער דורכן בויען אין קרית יואל

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 11:06 pm

וואספאר א שטותים רעדסטו ? ווי ווער וואס?
קיינער האט גארנישט אנגעזעצט און קיין שום מסירות,
איך רעדט פון די שענסטע דעוועלעפמענט אין קרית יואל אין עצי תמרים, איך האב מורא אז די ביזט גאר אינג און די קענסט נישט קיין פינטעל היסטאריע, פארדעם פעלט אויס א בוך ארום צו שיקן צום עולם אויפקלערן די היסטאריע פון קרית יואל אביסעל צו פארשטיין אז קרית יואל איז קיינמאל געווען א פתח פאר דעוועלעפערס צו רייסן די הויט אן קיין רחמנות און די די דעוועלעפערס זענען נישט מכובד'יגע מענטשן נאר נידריגע מענטשן אן קיין שום געפילן אין זיך
שמעק טאביק
פרישער באניצער
פאוסטס: 79
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 6:01 pm
x 47

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך שמעק טאביק »

מלאכי האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 11:10 pm
שמעק טאביק האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 11:04 pm
גראד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 10:23 pm

טאמער אבער רייסט מען אראפ די דעוועלאפערס, וועט זיין ווייניגער דעוועלפערס, ווייניגער דירות און העכערע פרייזן.
דירות אין קרית יואל זאל ווערן געבויעט דורך א וועד הדירות, אזוי ווי אין תש"ס יארן האט וועד הקריה געבויעט דורך יודי גאלדבערגער עפפארדעבעל דירות אין עצי תמרים, און יעדער האט געמאכט געלט און יעדער איז געווען העפי, די זעלבע זאך קען ווייטער געטין ווערן אין קרית יואל צום צופרידענהייט פון גאנץ קרית יואל, עס וועט קיינעם נישט וויי טין אז דעס גייט געשען אויסער עטליכע יחידים וואס זיכן צו זויגן בלוט פון ארימע אינגעלייט
גייט אים טאקע פרעגן צו ער וויל נאכאמאל בויען אין קרית יואל?
מיט דעם וואס ער איז געווארן א שווערע מיליאנער דורכן בויען אין קרית יואל
נא וואס ווילסטו ארויסברענגען? אז מען דערלייגט פון בויען אין קרית יואל? נא זאלן אלע דעוועלעפערס אראפלייגן די געווער אין לאזן אנדערע בויען, ווען וועד הקריה האט געבויעט דורך יודי גאלדבערגער אין עצי תמרים איז יעדער געווען צופרידן אינקלודינג יודי גאלדבערגער, קענסט פרעגן די אלע מענטשן, זיי לעבן , און אויך קענסטו פרעגן יודי, אפריפן מענטשן ווערט מען נישט רייך,
מלאכי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 3:21 pm
x 53

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך מלאכי »

שמעק טאביק האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 11:18 pm
מלאכי האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 11:10 pm
שמעק טאביק האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 11:04 pm
דירות אין קרית יואל זאל ווערן געבויעט דורך א וועד הדירות, אזוי ווי אין תש"ס יארן האט וועד הקריה געבויעט דורך יודי גאלדבערגער עפפארדעבעל דירות אין עצי תמרים, און יעדער האט געמאכט געלט און יעדער איז געווען העפי, די זעלבע זאך קען ווייטער געטין ווערן אין קרית יואל צום צופרידענהייט פון גאנץ קרית יואל, עס וועט קיינעם נישט וויי טין אז דעס גייט געשען אויסער עטליכע יחידים וואס זיכן צו זויגן בלוט פון ארימע אינגעלייט
גייט אים טאקע פרעגן צו ער וויל נאכאמאל בויען אין קרית יואל?
מיט דעם וואס ער איז געווארן א שווערע מיליאנער דורכן בויען אין קרית יואל
נא וואס ווילסטו ארויסברענגען? אז מען דערלייגט פון אין קרית יואל? נא זאלן אלע דעוועלעפערס אראפלייגן די געווער אין לאזן אנדערע בויען, ווען ווד הקריה האט געבויעט דורך יודי גאלדבערגער אין עצי תמרים איז יעדער געווען צופרידן אינקלודינג יודי גאלדבערגער, קענסט פרעגן די אלע מענטשן זיי לעבן , און אויך קענסטו פרעגן יודי, אפריפן מענטשן ווערט מען נישט רייך
פון אייער ידיעה איבער יענע יארן וואלט איך געשאצט איר זענט אונטער 25 יאר
שמעק טאביק
פרישער באניצער
פאוסטס: 79
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 6:01 pm
x 47

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך שמעק טאביק »

מלאכי האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 11:26 pm
שמעק טאביק האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 11:18 pm
מלאכי האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 11:10 pm

גייט אים טאקע פרעגן צו ער וויל נאכאמאל בויען אין קרית יואל?
מיט דעם וואס ער איז געווארן א שווערע מיליאנער דורכן בויען אין קרית יואל
נא וואס ווילסטו ארויסברענגען? אז מען דערלייגט פון אין קרית יואל? נא זאלן אלע דעוועלעפערס אראפלייגן די געווער אין לאזן אנדערע בויען, ווען ווד הקריה האט געבויעט דורך יודי גאלדבערגער אין עצי תמרים איז יעדער געווען צופרידן אינקלודינג יודי גאלדבערגער, קענסט פרעגן די אלע מענטשן זיי לעבן , און אויך קענסטו פרעגן יודי, אפריפן מענטשן ווערט מען נישט רייך
פון אייער ידיעה איבער יענע יארן וואלט איך געשאצט איר זענט אונטער 25 יאר
איר האט געענטפערט מיט אייער אנדערע ניק
מלאכי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 3:21 pm
x 53

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך מלאכי »

שמעק טאביק האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 11:36 pm
מלאכי האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 11:26 pm
שמעק טאביק האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 11:18 pm
נא וואס ווילסטו ארויסברענגען? אז מען דערלייגט פון אין קרית יואל? נא זאלן אלע דעוועלעפערס אראפלייגן די געווער אין לאזן אנדערע בויען, ווען ווד הקריה האט געבויעט דורך יודי גאלדבערגער אין עצי תמרים איז יעדער געווען צופרידן אינקלודינג יודי גאלדבערגער, קענסט פרעגן די אלע מענטשן זיי לעבן , און אויך קענסטו פרעגן יודי, אפריפן מענטשן ווערט מען נישט רייך
פון אייער ידיעה איבער יענע יארן וואלט איך געשאצט איר זענט אונטער 25 יאר
איר האט געענטפערט מיט אייער אנדערע ניק
הא????
זיי מסביר
צוויי צענט
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:05 am
x 6

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך צוויי צענט »

@שמעק טאביק איך בין סתם נייגעריג נאכן ליינען דיינע תגובות אין די לעצטערע בלעטער ביסטו א פליפער אדער א זון פון א פליפער? עפשער א ברודער א פליפער?

נאך איין פראגע האסט עפעס א משפחה מיטגליד וואס שטייט מיט צענדליגע מיליאנען און ווארט אויף א דיוועלעפמענט זאל גיין קראכן און עס אויספארקויפן פאר א דריטל די פרייז און נאכדעם פארדינען מיליאנען אויף יענעמס בלוט?

איך בין זיך גרייט צו טענהן צו דאס וואס בילדערס טוהן איז גערעכט אדער נישט אבער אויב דאס גאנצע וואס דיין קאפ נעמט אריין איז אז די בילדערס זענען און אלעמען שולדיג ווייסט עס אז עפעס אינפארמאציע פעלט אייך
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2003

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך יום טוב »

צוויי צענט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:06 am @שמעק טאביק איך בין סתם נייגעריג נאכן ליינען דיינע תגובות אין די לעצטערע בלעטער ביסטו א פליפער אדער א זון פון א פליפער? עפשער א ברודער א פליפער?

ברוכים הבאים צו אייער נייע ניק

עס איז דא אידן אין קר"י וואס טרונקען אויס הונדערטער מיליאנען פון ארימע אידן וואס זוכן א דאך איבערן קאפ , האט איר געהערט דערפון?

הערט אויף מיט די ליגענט און שטותים פון פליפערס, אידן בלוטיגן אויס אויפן חשבון פון אפאר עשירים , און איר דרייט א קאפ כאילו נאר אידן מיט אינטערעסן פון פליפערס טוט דאס וויי

עס איז א טעמע פון כלל ישראל אידן וואס האבן א פיצי רחמנות אויף די אייגענע ברודער וואס ברעכן אונטער און דאס טוט ווי פאר יעדעם איד מיט א אידיש הארץ
צוויי צענט
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:05 am
x 6

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך צוויי צענט »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:46 am
צוויי צענט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:06 am @שמעק טאביק איך בין סתם נייגעריג נאכן ליינען דיינע תגובות אין די לעצטערע בלעטער ביסטו א פליפער אדער א זון פון א פליפער? עפשער א ברודער א פליפער?

נאך איין פראגע האסט עפעס א משפחה מיטגליד וואס שטייט מיט צענדליגע מיליאנען און ווארט אויף א דיוועלעפמענט זאל גיין קראכן און עס אויספארקויפן פאר א דריטל די פרייז און נאכדעם פארדינען מיליאנען אויף יענעמס בלוט?

איך בין זיך גרייט צו טענהן צו דאס וואס בילדערס טוהן איז גערעכט אדער נישט אבער אויב דאס גאנצע וואס דיין קאפ נעמט אריין איז אז די בילדערס זענען און אלעמען שולדיג ווייסט עס אז עפעס אינפארמאציע פעלט אייך
ברוכים הבאים צו אייער נייע ניק

עסמאיז דא אידן אין קר"י וואס טרונקען אויס הונדערטער מיליאנען פון ארימע אידן וואס זוכן א דאך איבערן קאפ , האט איר געהערט דערפון?

הערט אויף מיט די ליגענט און שטותים פון פליפערס, אידן בלוטיגן אויס אויפן חשבון פון אפאר עשירים , און איר דרייט א קאפ כאילו נאר אידן מיט אינטערעסן פון פליפערס טוט דאס וויי

עסנאיז א טעמע פון כלל ישראל אידן וואס האבן א פיצית רחמנות אויףצדי אייגענע ברודער וואס ברעכן אונטער און דאס טוט ווי פאר יעדעם איד מיט א אידיש הארץ
ברוכים הבאים צו דיר.. מיין ניק איז מיין ערשטע און דערווייל לעצטע
יעצט צוריק צום נושא
ביטע זיי מיר מסביר פארוואס א בילדער זאל פארקויפן א דירה פאר 300k ווען א פליפער פארקויפט עס דעם נעקסטן טאג פאר 600k?

איך זעה איך דארף מאכן א דיסקלעמער אז נישט מיינסטו עס באדירט מיר נישט.

דיסקלעמער: עס באדירט מיר זייער וואס עס גייט פאר און אידישע געגענטער אז פרייזן פון דירות זענען צודרייט טייער, היינט צוטאגס אל פי רוב קען א אינגערמאן בכלל נישט קויפן א דירה אין קר"י אן דעם וואס א משפחה מיטגליד (טאטע שווער) העלפט ארויס שטארק, אפילו ער וויל קויפן א 5 ראם אפארטמענט!

יעצט צוריק צו הרב @יום טוב איך האב געלייענט די לעצטערע בלעטער וואס די האסט געשריבן, נאכן רבינס דרשה ווי די רבי האט ארויסגעברענגט מיט ווייטאג וואס עס גייט פאר ביסטו אריינגעקומען און נאכגעזאגט פון רבין ווי גלייך די רבי האט נאר גערעדט פון די פראבלעם פון בילדערס למעשה האט די רבי גערעדט קעגן די פליפערס און קעגן די לאט אייגנטימער אויך!, יא און די ביסט גערעכט געווען ווען האסט געזאגט אז די רבי האט זייער גוט גערעדט נאר איין קלייניגקייט האסט ארויסגעשניטן די חלק וואס איז גוט פאר דיר, די רבי האט טאקע זייער גוט גערעדט פונעם פראבלעם און ארויסגעברענגט סיי פון די לאנד אייגנטימער און סיי פון די בילדערס און סיי די פליפערס, אבער פאר סאם ריזן שנייטסטו אראפ פון וואס די רבי האט געזאגט
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2003

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך יום טוב »

צוויי צענט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:52 am
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:46 am
צוויי צענט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:06 am @שמעק טאביק איך בין סתם נייגעריג נאכן ליינען דיינע תגובות אין די לעצטערע בלעטער ביסטו א פליפער אדער א זון פון א פליפער? עפשער א ברודער א פליפער?

נאך איין פראגע האסט עפעס א משפחה מיטגליד וואס שטייט מיט צענדליגע מיליאנען און ווארט אויף א דיוועלעפמענט זאל גיין קראכן און עס אויספארקויפן פאר א דריטל די פרייז און נאכדעם פארדינען מיליאנען אויף יענעמס בלוט?

איך בין זיך גרייט צו טענהן צו דאס וואס בילדערס טוהן איז גערעכט אדער נישט אבער אויב דאס גאנצע וואס דיין קאפ נעמט אריין איז אז די בילדערס זענען און אלעמען שולדיג ווייסט עס אז עפעס אינפארמאציע פעלט אייך
ברוכים הבאים צו אייער נייע ניק

עסמאיז דא אידן אין קר"י וואס טרונקען אויס הונדערטער מיליאנען פון ארימע אידן וואס זוכן א דאך איבערן קאפ , האט איר געהערט דערפון?

הערט אויף מיט די ליגענט און שטותים פון פליפערס, אידן בלוטיגן אויס אויפן חשבון פון אפאר עשירים , און איר דרייט א קאפ כאילו נאר אידן מיט אינטערעסן פון פליפערס טוט דאס וויי

עסנאיז א טעמע פון כלל ישראל אידן וואס האבן א פיצית רחמנות אויףצדי אייגענע ברודער וואס ברעכן אונטער און דאס טוט ווי פאר יעדעם איד מיט א אידיש הארץ
ברוכים הבאים צו דיר.. מיין ניק איז מיין ערשטע און דערווייל לעצטע
יעצט צוריק צום נושא
ביטע זיי מיר מסביר פארוואס א בילדער זאל פארקויפן א דירה פאר 300k ווען א פליפער פארקויפט עס דעם נעקסטן טאג פאר 600k?
פארקויף נישט פאר קיין פליפערס פינטל

און אויב וועט זיך יא מאכן א פליפער קען ער נישט מארגן בעטן דאפעלט אויב דו באסט נאך הונדערטער דירות פאר די ביליגע פרייז

און אויב וועלן יא עטליכע אידן טון אזאנס איז דאס נאך נישט קיין תירוץ צו טרינקען בלוט פון טויזענטער אידן פאר אפאר אידנס נסיון העושר

און ב,ד,ו אויב איז דאס דיין ערשטע ניק און איר זענט פשוט אבער געקומען צו פארענטפערן די דיוועלאפערס דאן זאג נישט אז איך האב נגיעות...,
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2928
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8361

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך פופציגער »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:00 am

@יום טוב

כ’וויל זיך נישט באציען צום עצם שמועס, אבער א פראגע צו דיר.

אמת אז דיינע אלע טענות זענען שוין פארענטפערט געווארן אין די לעצטע פאר טעג?

אמת אז דו ווייסט שוין יעצט אז דו קריכסט אויף גראדע ווענט?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2003

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך יום טוב »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:03 am
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:00 am
צוויי צענט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:52 am

ברוכים הבאים צו דיר.. מיין ניק איז מיין ערשטע און דערווייל לעצטע
יעצט צוריק צום נושא
ביטע זיי מיר מסביר פארוואס א בילדער זאל פארקויפן א דירה פאר 300k ווען א פליפער פארקויפט עס דעם נעקסטן טאג פאר 600k?
פארקויף נישט פאר קיין פליפערס פינטל

און אויב וועט זיך יא מאכן א פליפער קען ער נישט מארגן בעטן דאפעלט אויב דו באסט נאך הונדערטער דירות פאר די ביליגע פרייז

און אויב וועלן יא עטליכע אידן טון אזאנס איז דאס נאך נישט קיין תירוץ צו טרינקען בלוט פון טויזענטער אידן פאר אפאר אידנס נסיון העושר

און ב,ד,ו אויב איז דאס דיין ערשטע ניק און איר זענט פשוט אבער געקומען צו פארענטפערן די דיוועלאפערס דאן זאג נישט אז איך האב נגיעות...,
@יום טוב

כ’וויל זיך נישט באציען צום עצם שמועס, אבער א פראגע צו דיר.

אמת אז דיינע אלע טענות זענען שוין פארענטפערט געווארן אין די לעצטע פאר טעג?

אמת אז דו ווייסט שוין יעצט אז דו קריכסט אויף גראדע ווענט?
ניין
מלאכי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 3:21 pm
x 53

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך מלאכי »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:00 am
צוויי צענט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:52 am
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:46 am
ברוכים הבאים צו אייער נייע ניק

עסמאיז דא אידן אין קר"י וואס טרונקען אויס הונדערטער מיליאנען פון ארימע אידן וואס זוכן א דאך איבערן קאפ , האט איר געהערט דערפון?

הערט אויף מיט די ליגענט און שטותים פון פליפערס, אידן בלוטיגן אויס אויפן חשבון פון אפאר עשירים , און איר דרייט א קאפ כאילו נאר אידן מיט אינטערעסן פון פליפערס טוט דאס וויי

עסנאיז א טעמע פון כלל ישראל אידן וואס האבן א פיצית רחמנות אויףצדי אייגענע ברודער וואס ברעכן אונטער און דאס טוט ווי פאר יעדעם איד מיט א אידיש הארץ
ברוכים הבאים צו דיר.. מיין ניק איז מיין ערשטע און דערווייל לעצטע
יעצט צוריק צום נושא
ביטע זיי מיר מסביר פארוואס א בילדער זאל פארקויפן א דירה פאר 300k ווען א פליפער פארקויפט עס דעם נעקסטן טאג פאר 600k?
פארקויף נישט פאר קיין פליפערס פינטל

און אויב וועט זיך יא מאכן א פליפער קען ער נישט מארגן בעטן דאפעלט אויב דו באסט נאך הונדערטער דירות פאר די ביליגע פרייז

און אויב וועלן יא עטליכע אידן טון אזאנס איז דאס נאך נישט קיין תירוץ צו טרינקען בלוט פון טויזענטער אידן פאר אפאר אידנס נסיון העושר

און ב,ד,ו אויב איז דאס דיין ערשטע ניק און איר זענט פשוט אבער געקומען צו פארענטפערן די דיוועלאפערס דאן זאג נישט אז איך האב נגיעות...,
נישט יעדע פליפער וואס קויפט א דירה שטייט אויף זיין קאפ איך בין א פליפער!
און אפילו ווען מ׳שרייבט אריין אין די קאנטראקט אז מ׳טאר נישט פליפן פאלגט מען נישט די קאנטראקט אזויווי די עבר האט געוויזן.
און אפילו די דיוועלאפער פארקויפט פאר 300 קען א מענטש פליפן פאר 600 ווייל די דיוועלאפער פארקויפט דירות וואס גייען זיין פארטיג און א יאר און דער פליפער פליפט א דירה וואס איז יעצט גרייט און ער איז סה״כ געזיצן מיט א דעפאזיט פון 50 אלפים פאר צוויי יאר
שרייב פאוסט