ליכטעלע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 20, 2025 12:41 am
אט אזעי.
די וואס זענען אויפגעקומען מיט די יא נישט קרית יואל תורות האבן דאס געוואלט, עס זאל ווערן א כאילו עס איז דא אויף וואס דן צו זיין.
ווי שוין אנגעוויזן, אויב איז עס טאקע א נייע ערשיינונג וואס ווערט נאך בכלל נישט דערמאנט אין די פוסקים, דאן האט עס 'נישט' אויטאמאטיש א דין ווי איין שטאט אפגעזען ווי שטארק דו ווילסט און ווי שטארק דיין שכל איז אזוי מחייב. על פי הלכה קען מען נאר מחייב זיין אנדערע מענטשן מיט מנהגים, געלט זאכן וכדומה כדין בני העיר, אויב אין ש"ס ופוסקים איז מבואר אז אין אזא פאל האט עס טאקע א דין ווי איין שטאט.
דו ביסט נישט מסביר וואס דאס איז אנדערש להלכה ווי שכונת ויואל משה
קיין איין גלילות שטעטל איז נישט געווען אויטאמאטיש אונטערגעווארפן אונטער די קהילה פון די גרויסע שטאט, נאר אויב די איינוואוינער פון שטעטל האבן אזוי געוואלט. עס זענען געווען שטעטלעך וואס האבן געהאט אייגענע רבנים, און עס איז אפילו געווען שטעט וואס האבן געהאט איין רב פאר די שטאט און איין רב פאר די גלילות, לויט וויאזוי די גלילות אליין האבן מחליט געווען. וועסט נישט טרעפן אין קיין שום ספר פון פאר'ן קריג אז ווען א איד ציט זיך אריין די ערשטע איד אין שטעטל איז ער אויטאמאטיש משועבד צו די קהל פון די שכנו'דיגע גרויסע שטאט, און דאס אפילו ווען ער האט גענוצט די מקוה אין די גרויסע שטאט און איז אהינגעפארן ימים נוראים וכדומה. און ווען די שטאטישע איינוואוינער האבן געוואלט האבן זיי זיך געקענט אונטערווארפן א רב וואס האט געוואוינט ווייט אוועק, א שטייגער ווי קלויזענבורג אונטער רביה"ק מסאטמאר זי"ע.
כעדער געבן איין דוגמא וואס איך קען נישט שרייבן די נעמען ברבים משום חשש גילוי, אבער אין אישי קען איך דיר שרייבן די נעמען. אין א שטעטל נעבן א געוויסע באקאנטע גרויסע שטאט אין אונגארן האט מען געטראפן נאטורליכע אוצרות, און דאס האט געברענגט אז אידן האבן אנגעהויבן זיך באזעצן דארט. די אידן האבן אויפגענומען מיין זיידע אלס רב, און קיינעם אין די גרויסע שטאט איז נישט בייגעפאלן אז עכט זענען זיי משועבד צו די גרויסע שטאט. נאכמער, ווען אידן האבן זיך באזעצט אין נאך ארומיגע שטעטלעך און האבן באשלאסן זיך אנצושליסן אלס גלילות אין די רבנות פון מיין זיידנ'ס שטעטל, איז ווייטער קיינעם אין די גרויסע שטאט נישט בייגעפאלן אז עכט געהערן זיי אהין און זענען אונטערגעווארפן אונטער די גרויסע שטאט.
ליין אביסעלע וויאזוי די גלילות רבנות איז צוגעגאנגען, אדער פרעג ביי מענטשן וואס האבן געליינט אסאך. קוק אביסעלע אין די פסקים פון די דיני תורות אדער אין די תשובות וואס רעדן איבער די נושא.
ס'אינטערעסאנט וואס דו שרייבסט וועגן די שטעטלעך און די גלילות אינדערהיים, אבער דאס קומט נישט אריין דא ווען די גלילות איז אן עקסטענשן פון די שטאט קרית יואל וואס ציעט זיך אויס.
פאר א וויץ, וואס איז טאקע די דין אין די נייע עקסטענשן אין ביהמ"ד הגדול, ס'איז אויך בנשיאות אדמו"ר מהר"א שליט"א, אדער נישט?... דארף מען פרעגן די אידן וואס האבן זיצן דארט צי זיי ווילן
די גלילות דא האט נישט געהאט קיין קהלה פון בעפאר, ס'איז נישט געוועהן גארנישט בעפאר קרית יואל, ס'איז א פלעינע המשכה ואין לדמות צו פלעצער וואס האבן געהאט אן אייגענע מציאות פון בעפאר.
ס'איז דומה צו נייע געגנטער אין ירושלים הר נוף און מאה שערים וואס איז געוועהן מחוץ לעיר און נמשך געווארן לעיר ווי איידער צו עקסטערע זעלבסטשטענדיגע שטעט איינס נעבן די אנדערע.
ליין איבער וואס איך האב געשריבן. ווען די ערשטע אידן האבן זיך אריינגעצויגן אין א שטעטל, האבן זיי מחליט געווען צו זיי ווילן זיך אנשליסן אין די שכנות'דיגע גרויסע שטאט אדער מאכן שבת פאר זיך. עס איז קיינמאל נישט געווען אזא זאך א אידן ציען זיך אריין אין א פרישע געגנט זענען זיי אויטאמאטיש א חלק פון אן עקזיסטירנדע קהילה.
איך האב שוין מאריך געווען אין די נושא סאך מער ווי איך האב געפלאנט, און ווי די אחראים שרייבן האלט מען שוין ביים איבערשרייבן נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע טענות ומענות, וועל איך בלי נדר מער נישט אריינרעדן אין די נושא.
עס איז נישטא קיין סיבה ער זאל בכלל רעדן ברבים, און די פאקט פונעם זיך ארויסציען איז ריכטיג אן דעם וואס ס'זאל האבן געווען א של"ס תורה.
נארמאלערהייט ווען א קהילה ציט זיך ארויס פון א פראיעקט וואס די בני הקהילה קוקט שוין ארויס אויף אזוי לאנג, צענדליגע יונגעלייט וואינען אין פיצי דירות אלס ווייל אט אט נעמט מען דיפאזיטס און מען ציט זיך ארויס ביז געציילטע חדשים, וואלט ווען יא געווען פאסיג צו לאזן א סטעטמענט פאר די חסידים אדער כאטש אן אפיציעלע צעטל.
איך מיין אז דערווייל איז נאכנישט געמאלדן געווארן פאר די ציבור מטעם וויזשניץ נאר זיי דארפן לויפן קאלען 'קול סאטמאר' געוואר צו ווערן וואס עס איז געווארן מיט זייער קריה...

איך ווייס נישט אויב דער פלאן האט דער רבי יא געמאלדן, ביי של"ס אדער סיי ווען...
עכ"פ, אויב דו ווילסט זיך עקש'נען אז וויזשניץ פלאנט ווייטער אויף קרית יואל, דזשאסט וועיט ענד סי.

עס איז קלאר געמאלדן געווארן דורך די קהילה ביי אפיציעלע מעמדים, קען זיין די רבי אליינס נישט אבער מטעם הקהילה יא, עכ''פ די קהילה האט גערוישט מיט די נייע שטעטל, און יעצט איז שא שטיל נישטא קיין שום מעלדונג.
אהרן האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 23, 2025 3:29 pm