בלאט 84 פון 99

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:19 pm
דורך חכם
ווי קאנטעקט מען מרבה לשמחה? וואס קען מען אלץ האבן פון זיי?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:32 pm
דורך בן תורה
חכם האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:19 pm ווי קאנטעקט מען מרבה לשמחה? וואס קען מען אלץ האבן פון זיי?
gemach1747@gmail.com
שיק זיי א אימיעל וועסטו באקומען א גאנצע בראשור מיט אלע זייערע זאכן.

אדער קענסטו אויפפיקן א בראשור ביי קרית יואל ספרים סטאר, און ביי דרייוו גודס (איך געדענק נישט ווי נאך).
זיי האבן טישן און בענק פון אלע סייזעס, דישעס, סענטער פיסעס, קאוט רעקס, מחיצות, מייק/ספיקער, טישטיכער. איך געדענק נישט וואס נאך

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:42 pm
דורך שאינו יודע לשאול
בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:32 pm
חכם האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:19 pm ווי קאנטעקט מען מרבה לשמחה? וואס קען מען אלץ האבן פון זיי?
gemach1747@gmail.com
שיק זיי א אימיעל וועסטו באקומען א גאנצע בראשור מיט אלע זייערע זאכן.

אדער קענסטו אויפפיקן א בראשור ביי קרית יואל ספרים סטאר, און ביי דרייוו גודס (איך געדענק נישט ווי נאך).
זיי האבן טישן און בענק פון אלע סייזעס, דישעס, סענטער פיסעס, קאוט רעקס, מחיצות, מייק/ספיקער, טישטיכער. איך געדענק נישט וואס נאך
בענקלעך, חלה דעקלעך -זמירות'לעך - בעכערס, האט פלעיטס, קראקפאטס, פיטשערס, גלעזלעך, און נאך.
Off Topic
סאיז א שטאלץ פאר קרית יואל!

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 9:13 pm
דורך שאינו יודע לשאול
:o :o :o !!!

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:06 pm
דורך דער תהלים איד
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 9:13 pm :o :o :o !!!
פחדים!!

דאס איז אויף מירון?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:18 pm
דורך דער תהלים איד
ועד הכשרות:
viewtopic.php?p=106249#p106249

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג יולי 12, 2024 11:28 am
דורך דער תהלים איד
דירות נייעס:
viewtopic.php?p=106316#p106316

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג יולי 14, 2024 2:01 pm
דורך בן תורה
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 9:13 pm :o :o :o !!!
און דער דרייווער האט זיך ניטאמאל אפגעשטעלט.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג יולי 15, 2024 6:55 am
דורך Headquarters
Screenshot 2024-07-15 065407.jpg
Screenshot 2024-07-15 065407.jpg (519.44 KiB) געזען געווארן 1374 מאל

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 11:21 am
דורך דער תהלים איד
א שטיקל קלארקייט וואס כ'האב מברר געווען בנוגע די "ברך משה/עיקערס" קאנעקטער ראוד וואס איז לעצטנס אין די נייעס נאך א הירינג אין וואודבורי, צו האבן נאך א וועג ארויס פון שכונת ברך משה.

ארגינעל איז דער בויער פון שכונת ברך משה געווען ר' אברהם יודא גאלדבערגער. ווען מען האט אפראווד זיין סייט פלען, איז געווען אינקלודעד א תנאי אז ער גייט מאכן א ראוד אויבן ארויס צו עיקערס, אויף שטח פון ועד הקרי' וואס איז אונטער וואודבורי. ער האט געדארפט טון סיי די ביוראקראטיע ארבעט מיט וואודבורי, כמבן מיט די הילף פונעם ווילעדזש, און סיי דאס בויען און באצאלן.

יודי האט שוין טאקע געהאט אריינגעגעבן אן אפליקעישן צו מאכן דעם ראוד, עס האט געהאלטן אינמיטן די פראסעס, אבער וואודבורי האט עס אריינגעשלעפט אין קאורט אינאיינעם מיט די קוואל וואס די ווילעדזש האט דארט געגראבן צו קענען האבן גענוג וואסער.

אינצווישן האט יודי געמוזט מאכן א שארט סעיל אויף גאנץ ברך משה און קארלסבורג לאטס, און די אוינערשיפ איז דעמאלס אריבער צו ר' יעקב זוסמאן סופר. די ועד הקרי' איז דעמאלס געזיצן מיט'ן נייעם אוינער צו אויסארבעטן אסאך דיטעילס, למשל די פרייזן פון די ביליגע דירות וואס יודי האט זיך געהאט אונטערגענומען און פארקויפט, און נאך אסאך פרטים. איינע פון די זאכן וואס יענקי האט נישט געוואלט ממשיך זיין איז בויען דעם ראוד, וואס איז סיי א קאמפליצירטע ארבעט מיט וואודבורי און סיי א קאסטבארע זאך.

בערך א יאר צוריק איז אריינגעקומען אביסל א נייע ווירטשאפט אין וואודבורי, און די ווילעדזש האט געהאלטן אז ס'איז א שעת הכושר צוריק אויפצוברענגען דעם ראוד, אפשר וועט עס געלונגען אדורכצוגיין, כאטש די לופט אין וואודבורי איז נאך הכלל נישט אזוי סימפאטיש, אבער היבש רואיגער ווי די פאריגע אדמיניסטראציע וואס איז געווען ממש אויסגעשפראכן און געטיילט צרות צרורות פאר אלע וואודבורי אידן.

די ווילידזש האט אליינס אנגעהויבן ארבעטן אויף די אייגענע קאסט, אויפגענומען א לויער און געשיקט פרישע אפליקאציעס צו וואודבורי. דער מהלך איז אז מען בעט פרעמישן פאר א "עמערדזשענסי ראוד", אזוי דארף עס נישט אדורכגיין אזויפיל טרעפיק שטודיעס, און די ראוד קען זיין א פריוואטע אוינערשיפ און מוז נישט ווערן איבערגעשריבן צו א מוניציפאליטי. כמובן איינמאל ס'איז דא אן עמערדזשענסי ראוד, קען מען הערשט דעמאלס אנהייבן מיט א רואיגקייט ארבעטן אויף ווייטער...

יעצט איז געווען דער "הירינג" אין וואודבורי, וואס בעפאר דעם האט וואודבורי געשיקט פאר'ן ווילעדזש א רייע מיט קאמענטס אויפן אפליקעישן פון זייער אינדזשעניר.

ביי די הירינג האט דער ווילעדזש לויער פארגעשטעלט אלע תירוצים אויף וואודבורי'ס קאמענטס, אויך איז געווען דארט ר' יואל מאנן אלס עקספעדייטער, און ס'האט געשיינט אז אלע זארגן זענען געווארן אפגעענטפערט, און מען ווארט יעצט אויף א ווייטערדיגע רעספאנד פון וואודבורי.

למשל, איז געווען א דיספיוט וואס א "עמערדזשענסי ראוד" איז טייטש. ווייל ביי זיי מיינט עס נאר עמערדזשענסי וויהעקלס, אבער די ווילעדזש האט געשריבן אז מ'זאל עס קענען עפענען אין יעדע צייט פון נויט, למשל אז דינוב ביי בעיקערטאון ווערט געבלאקט פאר סיי וועלכע סיבה. האבן זיי גע'טענה'ט אז דאס קען נישט ארבעטן ווייל "ווער וועט עס עפענען?!..." הלמאי אן עמערדזשענסי ראוד מיינט אז מ'גיט דעם שליסן פאר עמערדזשענסי אגענטורן. האט דער לויער מסביר געווען אז מען האט אלעמאל אויפ'ן פלאץ גענוג פובליק סעיפטי און אנדערע אגענטורן וואס קענען עס עפענען ווען מען זעט די געברויך.

הפנים, ווי כהאב געשריבן האט אויסגעזען ווי אלעס איז געווארן געענטפערט, עס בלייבט נאר איבער צו זען ווי גרינג זיי וועלן עס אננעמען און אפראוון.

דא איז א באריכט פון פאטא-ניוס נאכן יעצטיגן הירינג אין וואודבורי:
20240711_151714.jpg
20240711_151714.jpg (167.53 KiB) געזען געווארן 1207 מאל
20240711_151850.jpg
20240711_151850.jpg (365.23 KiB) געזען געווארן 1207 מאל




דאס איז די אפליקעישן פאר'ן עמערדזשענסי ראוד:
Screenshot 2024-07-16 105834.jpg
Screenshot 2024-07-16 105834.jpg (168.95 KiB) געזען געווארן 1207 מאל

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 1:15 pm
דורך שבת קודש
א שווערע עקסידענט האט יעצט פאסירט אין קרית יואל ווען א פיקאפ טראק האט זיך איבערגעדרייט אויף די קוויקוועי גאס. חברה הצלה אין מצילי אש האבן שווער געארבעט ארויס צי ראטעווען איין פארכאפטע פאסאנדזשיר וואס ווערט יעצט אפגעפירט אין שפיטאל אין א קריטישע צישטאנד. די גאנצע געגנט ארום איז אפגעשלאסן פארן פארקער..

וואס איז די מצב פונעם דרייווער?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 3:11 pm
דורך aitch
ווער אין קרית יואל פארדינגט טעבלעטס אויסער טעקספאט?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 3:17 pm
דורך Monroe On Scene
בנוגע די עקסידענט ר"ל אויף קוויקוועי די מצב פונעם דרייווער זעט אויס אקעי ב"ה אין שפיטאל. מצילי אש און הצלה האבן געראטעוועט זיין לעבן
דער דרייווער האט געהאט א סידזשער אינמיטן זיין דרייוון ל"ע

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 4:19 pm
דורך Landau238
Monroe On Scene האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 3:17 pm בנוגע די עקסידענט ר"ל אויף קוויקוועי די מצב פונעם דרייווער זעט אויס אקעי ב"ה אין שפיטאל. מצילי אש און הצלה האבן געראטעוועט זיין לעבן
דער דרייווער האט געהאט א סידזשער אינמיטן זיין דרייוון ל"ע
ב"ה

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 6:52 pm
דורך שאינו יודע לשאול
נאך פונעם קוויקוועי עקסידענט. קוקט אויס שרעקעדיג.
► Show Spoiler

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 10:37 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 6:52 pm נאך פונעם קוויקוועי עקסידענט. קוקט אויס שרעקעדיג.
► Show Spoiler
ווידיאו פונעם עקסידענט.

@את פתח לו

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך יולי 17, 2024 6:14 am
דורך דער תהלים איד
"ביתי" רענטעל בראוקערעדזש דורכברוך:

viewtopic.php?p=107927#p107927

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך יולי 17, 2024 9:20 am
דורך אנדערער
► Show Spoiler
פארוואס האט מען נישט געמאכט א ראוד ביי די דרייוועיס אויף דינוב?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך יולי 17, 2024 10:27 am
דורך Landau238
אנדערער האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 9:20 am
► Show Spoiler
פארוואס האט מען נישט געמאכט א ראוד ביי די דרייוועיס אויף דינוב?
ווייל עס איז א דרייוועי נישט קיין ראוד

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך יולי 17, 2024 10:29 am
דורך אנדערער
Landau238 האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 10:27 am
אנדערער האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 9:20 am
► Show Spoiler
פארוואס האט מען נישט געמאכט א ראוד ביי די דרייוועיס אויף דינוב?
ווייל עס איז א דרייוועי נישט קיין ראוד
מען האט נישט געקענט לכתחילה יא מאכן א ראוד?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך יולי 17, 2024 10:40 am
דורך דער תהלים איד
אנדערער האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 10:29 am
Landau238 האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 10:27 am
אנדערער האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 9:20 am
► Show Spoiler
פארוואס האט מען נישט געמאכט א ראוד ביי די דרייוועיס אויף דינוב?
ווייל עס איז א דרייוועי נישט קיין ראוד
מען האט נישט געקענט לכתחילה יא מאכן א ראוד?

צו מאכן דארט א ראוד, וואלט יודי גאלדבערגער געדארפט בויען 2 בנינים ווייניגער לכה"פ, און אויך מאכן א טרעפיק סטאפ אינמיטן דינוב.

דערפאר האט יודי געמאכט דעם פלאן צו מאכן דעם ראוד ארויפציר אויף שטח וואס איז אונטער וואודבורי. און ווי געזאגט האט פאסירט וואס ס'האט פאסירט.

יעצט מאכן א דרייוו-וועי אויף גינוב זאל ווערן א מעין ראוד איז דאך פשוט אז ס'איז נישט שייך אזא זאך. ממילא ארבעט מען ווייטער פעסט מיט וואודבורי, מיט די האפענונמג אז די נייע טראסטי'ס און נייע ווירטשאפט וועלן זיין מער בויגזאם. פארגעס נישט אז דער שטח געהערט פאר ועד הקרי', נישט פאר וואודבורי...

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך יולי 17, 2024 5:44 pm
דורך Headquarters
IMG-20240717-WA0128.jpg
IMG-20240717-WA0128.jpg (260.68 KiB) געזען געווארן 512 מאל

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך יולי 17, 2024 6:13 pm
דורך מי שברך
Headquarters האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 5:44 pm IMG-20240717-WA0128.jpg
וואס איז יעצט געשען אז מען מעג?!
באטער בלענד און גרענט פאד טארן נישט?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך יולי 17, 2024 7:04 pm
דורך מכבי
מי שברך האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 6:13 pm
Headquarters האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 5:44 pm IMG-20240717-WA0128.jpg
וואס איז יעצט געשען אז מען מעג?!
באטער בלענד און גרענט פאד טארן נישט?
קוקט אויס אז מיט די איבערגעמאכטע חומות העיר איז עס שוין נישט קיין פראבלעם....

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך יולי 17, 2024 7:08 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
מכבי האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 7:04 pm
מי שברך האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 6:13 pm
Headquarters האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 5:44 pm IMG-20240717-WA0128.jpg
וואס איז יעצט געשען אז מען מעג?!
באטער בלענד און גרענט פאד טארן נישט?
קוקט אויס אז מיט די איבערגעמאכטע חומות העיר איז עס שוין נישט קיין פראבלעם....
איך וועל זיך זייער פרייען צו הערן אז דאס איז טאקע די תשובה.