"דירות" אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
Monroe On Scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 265

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe On Scene »

המשך
SHAF.png
SHAF.png (397.58 KiB) געזען געווארן 744 מאל
Monroe On Scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 265

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe On Scene »

באט עגעין כבין עכט פריילעך אז מרוקט אראפ די פרייזן
כוויל נאר ווייזן וואס סגעשעט ווען מקויפט מעשהס...
א בויער האט זיכער ניש געזאגט אז סקאסט 100 א ס"פ. ער האט געזאגט אז סקאסט געלט
יענער האט געלאכט ווייל סקאסט פאר שאאר נאר 3 4 אדער עפעס מער
סוי דא האסטו וואס סמיינט אז סקאסט. מער ווי א האלב מיליאן פאר א בילדינג. סמיינט פשטות 11 דאלער א ס"פ. קוק די בילס
דזשאסט פאשטיי אז נישט יעדע נעגעטיווע זאך לייגט מען פאבליק אויף יענעמס חשבון
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 594
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 775

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך מאטאווירט »

Monroe On Scene האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 8:49 pm באט עגעין כבין עכט פריילעך אז מרוקט אראפ די פרייזן

ווען איינער זאגט איך בין 100 מער א ס"פ ווייל כלייג עלעוועיטער וואס לייגט צו 10 איז עס חוזק.
נאכאמאל, נישט קיין חילוק צי דער אמת איז 4, 10, אדער אפילו 20.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 757
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 831

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

מי שברך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 8:12 pm
בית ישראל האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 5:24 pm
מי שברך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 12:35 pm מען קען שוין קויפן ביי לאנדא פאר 300 א ס”ק פיס?!
כפארשטיי אז יא.
מרעדט אבער פון קארגע 30 דירות, איבער 150 דעפאזיטס האט ער שוין לאנג.
ווער פארקויפט עס?!
MK
גרעסטע איז 6 רומס און פערדע שטאק
איך וועל אייך באפייפען
באקאנטע ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 245
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:53 am
x 371

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך באקאנטע ידען »

mk האט מיר היינט געזאגט אז אלעס איז אויף pause
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 7778

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

היימשטאט אימעיל.
► Show Spoiler
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3047
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3399

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

על בשורות טובות אומר ברוך הטוב והמטיב

געציילטע חדשים נאָך פראָקלאַמירונג פון מרן רבינו שליט"א ביים מעמד קהלא קדישא: "קרית יואל" שיינט אויף מיט אַ נייע עפאָכע פון ביליגע "דירות פרייזן" בע"ה!

מהלך פון דעוועלאפן דירות פאר מאקסימום $300 א סקווער פיס און דערביי ערהאלטן פונעם ווילעדזש אלע הילף און פערמיטס, ווערט באשטימט דורכ'ן דירות קאמיטע אלס ערשטע שטאפל, און וועט ברענגען בקרב הימים הונדערטער ביליגע דירות אי"ה

ערשטע החלטות און מהלכים געווארן אויסגעאַרבעט נאך מערערע אסיפות בביתו נאוה קודש פון מרא דאתרא כ"ק מרן רבינו שליט"א, מיט די חברי הדירות קאָמיטע וועלכע פאַרהאַנדלען מיט די דעוועלאָפערס, און די קרית יואל ווילעדזש פאָרשטייער וועלכע אַרבייטן אויס די לעגאַלע חלקים צו העלפן און באַגלייטן די אונטערנעמונג הלכה למעשה

דורכברוך קומט נאך עטליכע חדשים וואס דער ווילעדזש שטעלט אפ אלע פרישע סייט פלען אפראוועלס צוליב די שרעקליכע פרייזן קריזיס סיי אויף דירות און סיי אויף שטחים וואס זענען געשפרינגען דראמאטיש, און במשך די לעצטע וואכן האט דער "דירות קאמיטע" געקענט דערמיט פירן פארהאנדלונגען מיט אלע דעוועלאפערס אויסצוארבעטן דעם פלאן

שטאנדהאפטע ענדגילטיגע מהלכים פאר שפעטערדיגע פראיעקטן אא"וו וועלן בע"ה נאכפאלגן אין די נאנטע וואכן

שטייענדיג געציילטע חדשים נאכדעם וואס מרן רבינו שליט"א האט פארופן א דרינגענדע אסיפה מיט די הנהלת הקרי', און דאן דערקלערט ברבים ביים מעמד "קהלא קדישא" אז די דירות פרייזן זענען שרעקליך געשפרינגען די לעצטע תקופה און קרית יואל גייט אהערשטעלן א לעזונג דערצו ווייל אונזער ציבור דארף קענען האבן דירות פאר ביליג, איז די וואך היסטאריש געמאכט געווארן די ערשטע טריט אריין אין א נייע עפאכע בע"ה, נאך לענגערע אסיפות בבית מרן רבינו שליט"א מיט די "דירות קאמיטע" וואס דער רבי האט ממנה געווען, הלא המה מו"ה יואל (ב"ר יונה) בערנאטה הי"ו, מו"ה ישעי' ווערצבערגער הי"ו, און מו"ה חיים שלמה קרויס הי"ו.

במשך די לעצטערע וואכן איז די קאמיטע געווען שטורמיש אקטיוו צו זיצן מיט די דעוועלאפער און עקספערטן, און צוזאמצושטעלן די נומערן פון די מאמענטאלע קאסטן פאר די דעוועלאפער, בעפאר די רווחים צו בענעפיטירן פון די ארבעט און אינוועסטמענט. עס איז ארויסגעקומען א קלארקייט אז דאס בויען א פראיעקט נעמט אריין הארד קאנטראקשן קאסט, סאפט קאנסטקראקשן קאסט, שטח קאסט, לאונס אינטערעסט, און אינפראסטרוקטור. די אלע 5 הוצאות זענען אויסגעקומען צו גרייכן ביליגער ווי $300, ממילא איז דא א מעגליכקייט צו קענען שטעלן א מאקסימום פרייז פון $300 פער סקווער פיס, און כדי עס זאל נאך בלייבן גענוג ריוח פאר די דעוועלאפער בע"ה, וועט מען נידערן די קאסטן פון בויען מיט'ן אוועקנעמען אלע צוגעקומענע מותרות וואס זענען צואגעוואקסן די לעצטערע יארן, און אויך בכלל שפארן געלט דורך זוכן צו באקומען אויף אלעם די בעסטע פרייזן.

דער ערשטער יעצטיגער פלאן איז באזירט געווארן אויף די פרייזן וואס די עטליכע פראיעקטן וואס ווארטן יעצט אויף פערמיטס האבן געצאלט אויף זייערע שטחים. אבער די קאמיטע ארבעט באזונדער אקטיוו צו בע"ה נידערן די שטח פרייזן וואס יחידים פארקויפן, וואס דאס וועט האפנטליך ווידער ערמעגליכן צו גיין נאך נידריגער מיט די פרייזן פער סקווער פיס און נאך איבערלאזן פלאץ פאר די דעוועלאפער זיי זאלן בע"ה קענען פארדינען אז די שווערע ארבייט זאל זיך געהעריג אויסצאלן, אן דעם וואס ס'זאל קאסטן א פרייז פאר'ן ציבור תושבי העיר.

ביים אסיפה האט דער געטרייער ווילעדזש אדמיניסטארטאר מו"ה גדלי' סעגעדין הי"ו פארגעשטעלט די מהלכים וואס ווערן אויסגעארבעט דורך ספעציעל געדינגענע לויערס פון אלבאני וועלכע זענען שוין געווען אויף מערערע זיצונגען מיט'ן ווילעדזש און די דירות קאמיטע אינאיינעם, ארבעטנדיג אויף א קראנטע מהלך וויאזוי דער יעצטיגער אומאפיציעלער מאראטאירום זאל מצליח זיין צו ברעכן דעם יקרות קריזיס, און וויאזוי די פארהאנדלונגען מיט יעדן דעוועלאפער באזונדער זאל ברענגען די גינסטיגע רעזולטאטן, אז די אלע וועלכע ווארטן נאך אצינד צו ערהאלטן אפראוועלס און פערמיטן זאלן בעפאר דעם אויסארבעטן מיט'ן קאמיטע די פרייז וואס זיי וועלן בעטן, לויט די הוראות פון מרן רבינו שליט"א.

אויך איז געווארן אויסגעשמועסט די נושא פון "האום אוינער אקיופייד", וויאזוי מ'קען זיכער מאכן אז די דירות גייען פאר קונים וואס זוכן א דירה צו וואוינען, און נישט אויף צו מאכן ביזנעס און פליפ'ס צו פארדינען אויפ'ן חשבון פונעם דעוועלאפער. עס איז געווארן אויסגעשטעלט א מעגליכע מהלך אז די קאמיטע זאל אהערשטעלן א ליסטע פון קונים וואס די קאמיטע באשטעטיגט זייער מאטיוו צום וואוינען, און דאן וועלן די דעוועלאפער געבן ערשטע פריאריטעט פאר די ליסטע.

באזונדער איז באהאנדלט געווארן א מהלך וועגן צוקונפטיגע אנעקסעישן, ווען דער ווילעדזש האט פארגעשטעלט א פלאן אז ביים קומענדיגן אנעקסעישן פראצעדור אויף וואס מען ארבעט שוין אקטיוו מיט די הכנות א לאנגע צייט, זאל מען נישט אריינלאזן קיין שטחים נאר אויב דער בעל השטח פארפליכטעט זיך מיט א רעטריקשן אז ער וועט צושטעלן אפארדעבל האוזינג פאר קרית יואל לויט די אוועקגעשטעלטע סטאנדארטן פונעם קאמיטע.

די היינטיגע אנהויב וואך זענען די הכנות געענדיגט געווארן ביי אן אסיפה בבית מרן רבינו שליט"א, וואו עס איז אנגעקומען צו א פריידיגע קלארקייט שפאנענדיג פון דארט ווייטער זיך אראפצוזעצן מיט די דעוועלאפער וועלכע ווארטן אויף ווילעדזש אפראוועלס, צו מאכן ענדגילטיגע הסכמים בס"ד.

נעכטן מיטוואך איז שוין ב"ה געווארן אונטערגעשריבן דער ערשטער הסכם, מיט די ליוו-לענד טיעם וואס בויט יעצט א דעוועלאפמענט דא אין שטאט פון קרוב צו 200 דירות, און זייענדיג גענצליך גרייט צו אנהייבן די ארבעט שוין נאך די סיקרע און אנדערע פראצעדורן, און ווארט בלויז אויף די ווילעדזש אפראוועלס, האט די קאמיטע געמאכט מיט זיי דעם ערשטן הסכם, אז ער וועט ערהאלטן באלדיגע פערמיט'ס צו קענען זאפארט אנהויבן בויען, ווען אין אויסטויש וועט דער דעוועלאפמענט בע"ה זיין דער ערשטער צוצושטעלן די מאקסימום-פרייז וואס מרן רבינו שליט"א האט נארוואס אוועקגעשטעלט פאר די אלע צוקונפטיגע דעוועלאפמענטס מיט וועמען מען זיצט אצינד.

אלע נייע קאנטראקטס פון דעם דעוועלאפמענט וועלן געמאכט ווערן לויט די נייע פרייזן, און די דירות וועלן געבויט ווערן לויט די נייע סטאנדארטן, שטארק און גוט, מיט 9 פיסיגע דאך, אבער אן קיין איבריגע מותרות אד"ג, אן די אלע נייע לוקסעריעזע הוספות און הוצאות וואס זענען צוגעקומען די לעצטע 20 יאר.

אויך פאר די קאנטראקטס וואס דער דעוועלאפמענט האט שוין געשלאסן מיט פאטענציאלע קונים, וועט די קאנטראקט געטוישט ווערן צו נייע הסכם פאר בלויז $300 א סקווער פיס און געבויט ווערן לויט די נייע סטאנדארטן. (ביי די וועלכע האבן שוין געשריבן א הסכם, אויב זיי וועלן דוקא וועלן בלייבן מיט די אלטע קאנטראקט, וועלן זיי קענען אויסוועלן צו צאלן די אלטע פרייז און באקומען די אלטע סטאנדארטן).

גלייך פון דארט איז די קאמיטע געגאנגען ווייטער, און האנדלט אצינד מיט נאך דעוועלאפער פון עטליכע ווייטערדיגע פראיעקטן וואס ווארטן נאך אויך צו באקומען אפראוועלס, און מען האנדלט מיט זיי אויסצוארבעטן ענליכע מהלכים בס"ד, און מעגליך אויך אראפברענגען די שטח קאסטן פון פארשידענע אפענע פראיעקטן.

אין די זעלבע צייט גייט ווייטער פאראויס די ארבעט צו ערגענצן און אהערשטעלן די פארטיגע פלענער פאר דעם רבינס "חתן כלה דירות" אויף וואס די הנהלת הקרי' ארבעט שוין אומערמידליך, צו צושטעלן בע"ה קרוב צו 1,000 ביליגע רענטאלס פאר חתן כלה צו ברענגען א דערלייכטערונג אינעם רענטאל מארקעט בע"ה, און פארגרינגערן פאר טויזנטער מחותנים און פאר הונדערטער פארפעלקער בע"ה.

דער ציבור אין קרית יואל איז מלא שמחה ורגש, זעענדיג ווי די שלוחי קודש פונעם מייסד העיר מרן רביה"ק זי"ע, הלא המה די געטרייע הנהלת הקרי', די איבערגעגעבענע דירות קאמיטע, ובראשם מרא דאתרא כ"ק מרן רבינו שליט"א, שפאנען פאראויס מיט גרויסע טריט אינעם הייליגן אונטערנעמונג, אז אין א צייט וואס 'היוקר יאמיר' און פרייזן שטייגן ממש אומדערטרעגליך, זאלן אידן אין קרית יואל יא טרעפן בע"ה א דירה נאה המרחבת דעתו של אדם, מיט הרחבת הדעת אן דארפן פארזינקען ווערן אין א לעבן פון חובות ח"ו, כן יהי רצון.

עס רופט זיך אויס "לכו בכוחכם זה והושעתם את ישראל", עס איז אלעמענס האפענונג אז מיט די הילף פון די געטרייע דעוועלאפער ווערט אינאיינעם אהערגעשטעלט א נייע סטאנדארט, קענענדיג באגליקן דעם ציבור מיט'ן אהערשטעלן בתים נאמנים פאר גוטע פרייזן, וואס דאס וועט זיין א שטאלץ פאר די גאנצע וועלט אז "קרית יואל" שטעלט אוועק אזא ניווא פון אפארדעבל דירות לטובת הציבור, וממנו ילמדו וכן יעשו בכל העולם!

אשריך קרית יואל.
Off Topic
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
--------
איינער בויט פאר פראפאגאנדע
אין איינער מאכט פראפאגאנדע צו קענען בויען...
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2016
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2111

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך אנדערער »

Monroe On Scene האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 8:49 pm באט עגעין כבין עכט פריילעך אז מרוקט אראפ די פרייזן
כוויל נאר ווייזן וואס סגעשעט ווען מקויפט מעשהס...
א בויער האט זיכער ניש געזאגט אז סקאסט 100 א ס"פ. ער האט געזאגט אז סקאסט געלט
יענער האט געלאכט ווייל סקאסט פאר שאאר נאר 3 4 אדער עפעס מער
סוי דא האסטו וואס סמיינט אז סקאסט. מער ווי א האלב מיליאן פאר א בילדינג. סמיינט פשטות 11 דאלער א ס"פ. קוק די בילס
דזשאסט פאשטיי אז נישט יעדע נעגעטיווע זאך לייגט מען פאבליק אויף יענעמס חשבון
וואו זעסטו א האלב מיליאן דאלער פאר א בילדינג?
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2016
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2111

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך אנדערער »

און די פרייז פאר סקווער פיס איז נאריש

גרעסערע דירות זענען די עלעוועיטערס ביליגער ווייל די קאסט ווערט צעטיילט אין מער סקווער פיס?
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2016
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2111

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך אנדערער »

וויפיל קאסט א גראסערי ארדער פער פונט?
Monroe On Scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 265

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe On Scene »

אנדערער קיק דא די בילס דעיס איז א בילדינג פון קרית יואל וואס האט אדוועטייזד עלעוועיטערס
viewtopic.php?p=111132#p111132
סיז 2 עלעוועיטערס א בילדינג
סקומט אויס איבער 550 טויזנט דאלער
אין בערך 11 דאלער פער סקווער פוס

מאטאווירט סיז נאריש צי שרייבן אז איינער האט געזאגט אז ער בעט 100 דאלער מער וועגן א עלעוועיטער
אויף מיין אחריות קיינער האט עס ניש געזאגט
טאמער איינער האט עס פארשטאנען אזוי איז עפעס ראנג מיט אים נישט מיט דער דעוועלעפער....
אין א צייטונג דארף זיין מער געווארנט ווען ממאכט חוזק פון אנדערע אידישע מענטשן
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1169
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2260

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

שמח האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 11:39 pm
על בשורות טובות אומר ברוך הטוב והמטיב

געציילטע חדשים נאָך פראָקלאַמירונג פון מרן רבינו שליט"א ביים מעמד קהלא קדישא: "קרית יואל" שיינט אויף מיט אַ נייע עפאָכע פון ביליגע "דירות פרייזן" בע"ה!

מהלך פון דעוועלאפן דירות פאר מאקסימום $300 א סקווער פיס און דערביי ערהאלטן פונעם ווילעדזש אלע הילף און פערמיטס, ווערט באשטימט דורכ'ן דירות קאמיטע אלס ערשטע שטאפל, און וועט ברענגען בקרב הימים הונדערטער ביליגע דירות אי"ה

ערשטע החלטות און מהלכים געווארן אויסגעאַרבעט נאך מערערע אסיפות בביתו נאוה קודש פון מרא דאתרא כ"ק מרן רבינו שליט"א, מיט די חברי הדירות קאָמיטע וועלכע פאַרהאַנדלען מיט די דעוועלאָפערס, און די קרית יואל ווילעדזש פאָרשטייער וועלכע אַרבייטן אויס די לעגאַלע חלקים צו העלפן און באַגלייטן די אונטערנעמונג הלכה למעשה

דורכברוך קומט נאך עטליכע חדשים וואס דער ווילעדזש שטעלט אפ אלע פרישע סייט פלען אפראוועלס צוליב די שרעקליכע פרייזן קריזיס סיי אויף דירות און סיי אויף שטחים וואס זענען געשפרינגען דראמאטיש, און במשך די לעצטע וואכן האט דער "דירות קאמיטע" געקענט דערמיט פירן פארהאנדלונגען מיט אלע דעוועלאפערס אויסצוארבעטן דעם פלאן

שטאנדהאפטע ענדגילטיגע מהלכים פאר שפעטערדיגע פראיעקטן אא"וו וועלן בע"ה נאכפאלגן אין די נאנטע וואכן

שטייענדיג געציילטע חדשים נאכדעם וואס מרן רבינו שליט"א האט פארופן א דרינגענדע אסיפה מיט די הנהלת הקרי', און דאן דערקלערט ברבים ביים מעמד "קהלא קדישא" אז די דירות פרייזן זענען שרעקליך געשפרינגען די לעצטע תקופה און קרית יואל גייט אהערשטעלן א לעזונג דערצו ווייל אונזער ציבור דארף קענען האבן דירות פאר ביליג, איז די וואך היסטאריש געמאכט געווארן די ערשטע טריט אריין אין א נייע עפאכע בע"ה, נאך לענגערע אסיפות בבית מרן רבינו שליט"א מיט די "דירות קאמיטע" וואס דער רבי האט ממנה געווען, הלא המה מו"ה יואל (ב"ר יונה) בערנאטה הי"ו, מו"ה ישעי' ווערצבערגער הי"ו, און מו"ה חיים שלמה קרויס הי"ו.

במשך די לעצטערע וואכן איז די קאמיטע געווען שטורמיש אקטיוו צו זיצן מיט די דעוועלאפער און עקספערטן, און צוזאמצושטעלן די נומערן פון די מאמענטאלע קאסטן פאר די דעוועלאפער, בעפאר די רווחים צו בענעפיטירן פון די ארבעט און אינוועסטמענט. עס איז ארויסגעקומען א קלארקייט אז דאס בויען א פראיעקט נעמט אריין הארד קאנטראקשן קאסט, סאפט קאנסטקראקשן קאסט, שטח קאסט, לאונס אינטערעסט, און אינפראסטרוקטור. די אלע 5 הוצאות זענען אויסגעקומען צו גרייכן ביליגער ווי $300, ממילא איז דא א מעגליכקייט צו קענען שטעלן א מאקסימום פרייז פון $300 פער סקווער פיס, און כדי עס זאל נאך בלייבן גענוג ריוח פאר די דעוועלאפער בע"ה, וועט מען נידערן די קאסטן פון בויען מיט'ן אוועקנעמען אלע צוגעקומענע מותרות וואס זענען צואגעוואקסן די לעצטערע יארן, און אויך בכלל שפארן געלט דורך זוכן צו באקומען אויף אלעם די בעסטע פרייזן.

דער ערשטער יעצטיגער פלאן איז באזירט געווארן אויף די פרייזן וואס די עטליכע פראיעקטן וואס ווארטן יעצט אויף פערמיטס האבן געצאלט אויף זייערע שטחים. אבער די קאמיטע ארבעט באזונדער אקטיוו צו בע"ה נידערן די שטח פרייזן וואס יחידים פארקויפן, וואס דאס וועט האפנטליך ווידער ערמעגליכן צו גיין נאך נידריגער מיט די פרייזן פער סקווער פיס און נאך איבערלאזן פלאץ פאר די דעוועלאפער זיי זאלן בע"ה קענען פארדינען אז די שווערע ארבייט זאל זיך געהעריג אויסצאלן, אן דעם וואס ס'זאל קאסטן א פרייז פאר'ן ציבור תושבי העיר.

ביים אסיפה האט דער געטרייער ווילעדזש אדמיניסטארטאר מו"ה גדלי' סעגעדין הי"ו פארגעשטעלט די מהלכים וואס ווערן אויסגעארבעט דורך ספעציעל געדינגענע לויערס פון אלבאני וועלכע זענען שוין געווען אויף מערערע זיצונגען מיט'ן ווילעדזש און די דירות קאמיטע אינאיינעם, ארבעטנדיג אויף א קראנטע מהלך וויאזוי דער יעצטיגער אומאפיציעלער מאראטאירום זאל מצליח זיין צו ברעכן דעם יקרות קריזיס, און וויאזוי די פארהאנדלונגען מיט יעדן דעוועלאפער באזונדער זאל ברענגען די גינסטיגע רעזולטאטן, אז די אלע וועלכע ווארטן נאך אצינד צו ערהאלטן אפראוועלס און פערמיטן זאלן בעפאר דעם אויסארבעטן מיט'ן קאמיטע די פרייז וואס זיי וועלן בעטן, לויט די הוראות פון מרן רבינו שליט"א.

אויך איז געווארן אויסגעשמועסט די נושא פון "האום אוינער אקיופייד", וויאזוי מ'קען זיכער מאכן אז די דירות גייען פאר קונים וואס זוכן א דירה צו וואוינען, און נישט אויף צו מאכן ביזנעס און פליפ'ס צו פארדינען אויפ'ן חשבון פונעם דעוועלאפער. עס איז געווארן אויסגעשטעלט א מעגליכע מהלך אז די קאמיטע זאל אהערשטעלן א ליסטע פון קונים וואס די קאמיטע באשטעטיגט זייער מאטיוו צום וואוינען, און דאן וועלן די דעוועלאפער געבן ערשטע פריאריטעט פאר די ליסטע.

באזונדער איז באהאנדלט געווארן א מהלך וועגן צוקונפטיגע אנעקסעישן, ווען דער ווילעדזש האט פארגעשטעלט א פלאן אז ביים קומענדיגן אנעקסעישן פראצעדור אויף וואס מען ארבעט שוין אקטיוו מיט די הכנות א לאנגע צייט, זאל מען נישט אריינלאזן קיין שטחים נאר אויב דער בעל השטח פארפליכטעט זיך מיט א רעטריקשן אז ער וועט צושטעלן אפארדעבל האוזינג פאר קרית יואל לויט די אוועקגעשטעלטע סטאנדארטן פונעם קאמיטע.

די היינטיגע אנהויב וואך זענען די הכנות געענדיגט געווארן ביי אן אסיפה בבית מרן רבינו שליט"א, וואו עס איז אנגעקומען צו א פריידיגע קלארקייט שפאנענדיג פון דארט ווייטער זיך אראפצוזעצן מיט די דעוועלאפער וועלכע ווארטן אויף ווילעדזש אפראוועלס, צו מאכן ענדגילטיגע הסכמים בס"ד.

נעכטן מיטוואך איז שוין ב"ה געווארן אונטערגעשריבן דער ערשטער הסכם, מיט די ליוו-לענד טיעם וואס בויט יעצט א דעוועלאפמענט דא אין שטאט פון קרוב צו 200 דירות, און זייענדיג גענצליך גרייט צו אנהייבן די ארבעט שוין נאך די סיקרע און אנדערע פראצעדורן, און ווארט בלויז אויף די ווילעדזש אפראוועלס, האט די קאמיטע געמאכט מיט זיי דעם ערשטן הסכם, אז ער וועט ערהאלטן באלדיגע פערמיט'ס צו קענען זאפארט אנהויבן בויען, ווען אין אויסטויש וועט דער דעוועלאפמענט בע"ה זיין דער ערשטער צוצושטעלן די מאקסימום-פרייז וואס מרן רבינו שליט"א האט נארוואס אוועקגעשטעלט פאר די אלע צוקונפטיגע דעוועלאפמענטס מיט וועמען מען זיצט אצינד.

אלע נייע קאנטראקטס פון דעם דעוועלאפמענט וועלן געמאכט ווערן לויט די נייע פרייזן, און די דירות וועלן געבויט ווערן לויט די נייע סטאנדארטן, שטארק און גוט, מיט 9 פיסיגע דאך, אבער אן קיין איבריגע מותרות אד"ג, אן די אלע נייע לוקסעריעזע הוספות און הוצאות וואס זענען צוגעקומען די לעצטע 20 יאר.

אויך פאר די קאנטראקטס וואס דער דעוועלאפמענט האט שוין געשלאסן מיט פאטענציאלע קונים, וועט די קאנטראקט געטוישט ווערן צו נייע הסכם פאר בלויז $300 א סקווער פיס און געבויט ווערן לויט די נייע סטאנדארטן. (ביי די וועלכע האבן שוין געשריבן א הסכם, אויב זיי וועלן דוקא וועלן בלייבן מיט די אלטע קאנטראקט, וועלן זיי קענען אויסוועלן צו צאלן די אלטע פרייז און באקומען די אלטע סטאנדארטן).

גלייך פון דארט איז די קאמיטע געגאנגען ווייטער, און האנדלט אצינד מיט נאך דעוועלאפער פון עטליכע ווייטערדיגע פראיעקטן וואס ווארטן נאך אויך צו באקומען אפראוועלס, און מען האנדלט מיט זיי אויסצוארבעטן ענליכע מהלכים בס"ד, און מעגליך אויך אראפברענגען די שטח קאסטן פון פארשידענע אפענע פראיעקטן.

אין די זעלבע צייט גייט ווייטער פאראויס די ארבעט צו ערגענצן און אהערשטעלן די פארטיגע פלענער פאר דעם רבינס "חתן כלה דירות" אויף וואס די הנהלת הקרי' ארבעט שוין אומערמידליך, צו צושטעלן בע"ה קרוב צו 1,000 ביליגע רענטאלס פאר חתן כלה צו ברענגען א דערלייכטערונג אינעם רענטאל מארקעט בע"ה, און פארגרינגערן פאר טויזנטער מחותנים און פאר הונדערטער פארפעלקער בע"ה.

דער ציבור אין קרית יואל איז מלא שמחה ורגש, זעענדיג ווי די שלוחי קודש פונעם מייסד העיר מרן רביה"ק זי"ע, הלא המה די געטרייע הנהלת הקרי', די איבערגעגעבענע דירות קאמיטע, ובראשם מרא דאתרא כ"ק מרן רבינו שליט"א, שפאנען פאראויס מיט גרויסע טריט אינעם הייליגן אונטערנעמונג, אז אין א צייט וואס 'היוקר יאמיר' און פרייזן שטייגן ממש אומדערטרעגליך, זאלן אידן אין קרית יואל יא טרעפן בע"ה א דירה נאה המרחבת דעתו של אדם, מיט הרחבת הדעת אן דארפן פארזינקען ווערן אין א לעבן פון חובות ח"ו, כן יהי רצון.

עס רופט זיך אויס "לכו בכוחכם זה והושעתם את ישראל", עס איז אלעמענס האפענונג אז מיט די הילף פון די געטרייע דעוועלאפער ווערט אינאיינעם אהערגעשטעלט א נייע סטאנדארט, קענענדיג באגליקן דעם ציבור מיט'ן אהערשטעלן בתים נאמנים פאר גוטע פרייזן, וואס דאס וועט זיין א שטאלץ פאר די גאנצע וועלט אז "קרית יואל" שטעלט אוועק אזא ניווא פון אפארדעבל דירות לטובת הציבור, וממנו ילמדו וכן יעשו בכל העולם!

אשריך קרית יואל.
הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו. ברוך שמסר עולמו לשומרים. פאר דעם האט דער רבי ז"ל געבויט קרית יואל. עס זאל זיין אזא כח הנהגה און שתדלנות און צוזאמענארבייט לטובת הציבור וואס מ'זעט נישט אין ערגעץ. דאס איז א מורא'דיגע שטאלץ. איך האב נאך שאלות וואס מאכן מיר נישט פארשטיין וויאזוי פונקטליך עס גייט ארבייטן, איך וועל עס שרייבן ווען איך האב מער צייט, אפשר וועט איינער קענען אויסקלארן. אבער קודם אז זאכן גייען אזוי שטארק לטובה איז זיכער מורא'דיג און ווערד באגריסט צו ווערן מיט די הילכיגסטע אנערקענונג און שעצונג. די שרעקליכע פרייזן וואס געוויסע פראיעקטן האבן ארויסגעלייגט לעצטנס וועט שוין זיכער נישט קענען געשען, האפנטליך. א יישר כח פאר אלע עוסקים בצורכי ציבור באמונה, פאזיטיוו און צום זאך. כה לחי.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1169
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2260

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

קוקנדיג אינעם היימשטאט די בילדער פון די הערליכע שכונות וואס האבן זיך ב"ה באנייט אין קרית יואל, איז מיר געווען עכט אינטערסאנט צו כאפן א בליק אויף גוגל סטריט וויו פון די זעלבע גאסן אפאר יאר צוריק. די לעצטע בילדער זייערע איז פון סוף יאר 2021, דאס איז ארום 2.5 יאר צוריק, און איינס בעפאר איז 2019, דאס איז 4.5 יאר צוריק. איך לייג קודם די 2019, נאכדעם די 2021, נאכדעם די יעצטיגע היימשטאט אויסשניט. עס איז געשמאק צו זען.

קודם עיקערס ענקלעיוו
2019
2019
2019 1.png (901.44 KiB) געזען געווארן 515 מאל
2021
2021
2.png (949.48 KiB) געזען געווארן 515 מאל
2024
2024
Enclave.png (849.65 KiB) געזען געווארן 515 מאל
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1169
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2260

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 10:04 am קוקנדיג אינעם היימשטאט די בילדער פון די הערליכע שכונות וואס האבן זיך ב"ה באנייט אין קרית יואל, איז מיר געווען עכט אינטערסאנט צו כאפן א בליק אויף גוגל סטריט וויו פון די זעלבע גאסן אפאר יאר צוריק. די לעצטע בילדער זייערע איז פון סוף יאר 2021, דאס איז ארום 2.5 יאר צוריק, און איינס בעפאר איז 2019, דאס איז 4.5 יאר צוריק. איך לייג קודם די 2019, נאכדעם די 2021, נאכדעם די יעצטיגע היימשטאט אויסשניט. עס איז געשמאק צו זען.
און עיקערס פוינט
2019
2019
2019 01.png (889.62 KiB) געזען געווארן 512 מאל
2021
2021
02.png (1.16 MiB) געזען געווארן 512 מאל
2024
2024
Acres Point.png (1.18 MiB) געזען געווארן 512 מאל
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 594
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 775

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך מאטאווירט »

Monroe On Scene האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 8:24 am אנדערער קיק דא די בילס דעיס איז א בילדינג פון קרית יואל וואס האט אדוועטייזד עלעוועיטערס
viewtopic.php?p=111132#p111132
סיז 2 עלעוועיטערס א בילדינג
סקומט אויס איבער 550 טויזנט דאלער
אין בערך 11 דאלער פער סקווער פוס

מאטאווירט סיז נאריש צי שרייבן אז איינער האט געזאגט אז ער בעט 100 דאלער מער וועגן א עלעוועיטער
אויף מיין אחריות קיינער האט עס ניש געזאגט
טאמער איינער האט עס פארשטאנען אזוי איז עפעס ראנג מיט אים נישט מיט דער דעוועלעפער....
אין א צייטונג דארף זיין מער געווארנט ווען ממאכט חוזק פון אנדערע אידישע מענטשן
סיז טאקע נאריש, און דערפאר ברענגט עס יענע בריוו ארויס לגנאי

יעצט קלארער: "מיר" האט מען געזאגט דעם תירץ.
ווען דו ברענגסט פאקטען ביסטו זייער גוט, אבער סתם זאגן אז קיינער האט נישט געזאגט ווען מהאט יא?
כווייס נישט ווער האט געשריבן יענע בריוו אבער מיר האט יענע דעוועלאפמענט פון וועם דו רעדסט געזאגט אז ער גייט ארויף אזוי הויך וועגן עלעוועיטערס
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
Monroe On Scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 265

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe On Scene »

מאטאווירט טאקע דעיס זאג איך אז איינער פארשטייט עפעס נישט גיט זאל א נערמאלע צייטונג ניש זעך ציכאפן און עס אפדריקן
כדאף נישט קיין פראשונג אז ער האט ניש געזאגט ער גייט ארויף מיט 100 וועגן דעם
אין די שרייבן 3 4 דאלער ווייזט אז משרייבט זאכן וואס מווייסט ניש און אזוי בארעדט מען מענטשן
כהאב נישט טענות סיז נאר חסרון הבנה. כבין עס נאר מעורר ווייל דעיס גייט אן יעדע וואך און סיז נישט שיין
איש חשוב
פרישער באניצער
פאוסטס: 49
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:40 am
x 94

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך איש חשוב »

נאך א דעוועלעפער האט זיך שוין אנגעשלאסן אינעם רעוואלוציע פון בעטן $300 פער סק. פוס, אויסער יוסל לאנדא אויף חברון?
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 594
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 775

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך מאטאווירט »

Monroe On Scene האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 11:51 am מאטאווירט טאקע דעיס זאג איך אז איינער פארשטייט עפעס נישט גיט זאל א נערמאלע צייטונג ניש זעך ציכאפן און עס אפדריקן
כדאף נישט קיין פראשונג אז ער האט ניש געזאגט ער גייט ארויף מיט 100 וועגן דעם
אין די שרייבן 3 4 דאלער ווייזט אז משרייבט זאכן וואס מווייסט ניש און אזוי בארעדט מען מענטשן
כהאב נישט טענות סיז נאר חסרון הבנה. כבין עס נאר מעורר ווייל דעיס גייט אן יעדע וואך און סיז נישט שיין
מיר האט עס א בראוקער געזאגט, כהאב אים געפרעגט היתכן סאיז אזויפיל טייערער ווי אנדערע, סדאך גראד נעבן שכונת ויואל משה וואו פרייזן זענען סאאאך ביליגער, האט ער געענטפער הער אויס סגייט האבן עלעוועיטערס און דעיס רוקט שטארק ארויף

ווען איך זאג מהאט מיר עס געזאגט און דו זאגסט אז נישט, פארלירסטו די נאמנות וואס דו האסט. סארי.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
מלאכי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 110
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 3:21 pm
x 51

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך מלאכי »

איש חשוב האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 12:11 pm נאך א דעוועלעפער האט זיך שוין אנגעשלאסן אינעם רעוואלוציע פון בעטן $300 פער סק. פוס, אויסער יוסל לאנדא אויף חברון?
יוסל לאנדא האט שוין פארקויפט פאר איינעם פאר 300$ אדער סאיז סתם גאסן נייעס אזוי ווי די לעצטע פאר יאר?
פישפיקלאדיין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 491
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 627

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

איש חשוב האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 12:11 pm נאך א דעוועלעפער האט זיך שוין אנגעשלאסן אינעם רעוואלוציע פון בעטן $300 פער סק. פוס, אויסער יוסל לאנדא אויף חברון?
נאך עטליכע זענען אויפן וועג בעז"ה.
איש חשוב
פרישער באניצער
פאוסטס: 49
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:40 am
x 94

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך איש חשוב »

מלאכי האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 12:31 pm
איש חשוב האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 12:11 pm נאך א דעוועלעפער האט זיך שוין אנגעשלאסן אינעם רעוואלוציע פון בעטן $300 פער סק. פוס, אויסער יוסל לאנדא אויף חברון?
יוסל לאנדא האט שוין פארקויפט פאר איינעם פאר 300$ אדער סאיז סתם גאסן נייעס אזוי ווי די לעצטע פאר יאר?
עס איז קראנטע נייעס.
אויב ער האט שוין פארקויפט ווייסעכניש.
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 348
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 246

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

מלאכי האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 12:31 pm
איש חשוב האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 12:11 pm נאך א דעוועלעפער האט זיך שוין אנגעשלאסן אינעם רעוואלוציע פון בעטן $300 פער סק. פוס, אויסער יוסל לאנדא אויף חברון?
יוסל לאנדא האט שוין פארקויפט פאר איינעם פאר 300$ אדער סאיז סתם גאסן נייעס אזוי ווי די לעצטע פאר יאר?
ער פלאנט צו, אויף די מינוט איז עס אויף האלד, מען דארף נאך אויסארבעטן אלע פרטים הן פון די בנין וואס געוויסע זאכן דארף ער טוישן והן די קאנטראקט וואס מען דארף אינגאנצן איבערמאכן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4853
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8072

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מאטאווירט האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 12:19 pm
Monroe On Scene האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 11:51 am מאטאווירט טאקע דעיס זאג איך אז איינער פארשטייט עפעס נישט גיט זאל א נערמאלע צייטונג ניש זעך ציכאפן און עס אפדריקן
כדאף נישט קיין פראשונג אז ער האט ניש געזאגט ער גייט ארויף מיט 100 וועגן דעם
אין די שרייבן 3 4 דאלער ווייזט אז משרייבט זאכן וואס מווייסט ניש און אזוי בארעדט מען מענטשן
כהאב נישט טענות סיז נאר חסרון הבנה. כבין עס נאר מעורר ווייל דעיס גייט אן יעדע וואך און סיז נישט שיין
מיר האט עס א בראוקער געזאגט, כהאב אים געפרעגט היתכן סאיז אזויפיל טייערער ווי אנדערע, סדאך גראד נעבן שכונת ויואל משה וואו פרייזן זענען סאאאך ביליגער, האט ער געענטפער הער אויס סגייט האבן עלעוועיטערס און דעיס רוקט שטארק ארויף

ווען איך זאג מהאט מיר עס געזאגט און דו זאגסט אז נישט, פארלירסטו די נאמנות וואס דו האסט. סארי.
גראדע האב איך זייער הנאה פון די דאקומענטן, שכוח @Monroe On Scene.

ווייל איך האב אויך געלאכט ווען כ'האב געהערט אז עלעוועיטארס קאסטן געלט, און כ'מוז זאגן אז אין וויסטן חלום האב איך נישט געטראכט וואס ס'איז אינוואלווד. א עלעוועיטאר, לעקטעריק, א עקסטערע פאנדעישן, א ציגלנע פרעים, א ס"ה פון איבער א האלב מיליאן דאלאר, מיט נאך 1,000 איבריגע סקווער פיס.

כ'וואלט דאס קיינמאל נישט געטראכט.

סוי, דאס איז אויסדרוקליך א גוטע סעמפל אז זאכן קאסטן געלט כאטש ס'איז געשמאק חוזק צו מאכן.

און @מאטאווירט, ביסט נישט גערעכט, ווייל יענער בראוקער האט נישט געזאגט אז דאס העכערט די פרייז מיט כך וכך. ער האט עס גענוצט אלס תירוץ אז זאכן קאסטן אסאך. נו, דאס איז דאך אמת. ווילסט טשעלענדזשן זיין טאטעל פרייז? אדרבה. אבער דאס חוזק מאכן פון די עלעוועיטאר און שרייבן 3-4 דאלאר איז נישט די פוינט און אויך נישט עטיש.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4853
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8072

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יאנטשי האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 2:05 pm
מלאכי האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 12:31 pm
איש חשוב האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 12:11 pm נאך א דעוועלעפער האט זיך שוין אנגעשלאסן אינעם רעוואלוציע פון בעטן $300 פער סק. פוס, אויסער יוסל לאנדא אויף חברון?
יוסל לאנדא האט שוין פארקויפט פאר איינעם פאר 300$ אדער סאיז סתם גאסן נייעס אזוי ווי די לעצטע פאר יאר?
ער פלאנט צו, אויף די מינוט איז עס אויף האלד, מען דארף נאך אויסארבעטן אלע פרטים הן פון די בנין וואס געוויסע זאכן דארף ער טוישן והן די קאנטראקט וואס מען דארף אינגאנצן איבערמאכן.
לויט'ן פלאן גייט ער נעקסטע וואך ארויסקומען מיט א פונקטליכע פרייז פער דירה און פרטים פון וועלכע קאך ער גיבט וכו'.

ווי געזאגט איז די פאקוס אז אלעס וואס מ'קען נישט צולייגן שפעטער זאל געמאכט ווערן געהעריג. א שטארקע טייערע קאך, מער טיילס, גרעניט קאונטערס, די אלע זאכן קע זיך יעדער שפעטער צולייגן אויב ער האט דאס געלט און אויב ער וויל עס.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4853
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8072

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אנדערער האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 3:25 am און די פרייז פאר סקווער פיס איז נאריש

גרעסערע דירות זענען די עלעוועיטערס ביליגער ווייל די קאסט ווערט צעטיילט אין מער סקווער פיס?
אין פאקט ווען איינער פארקויפט א לאט רעכנט ער פער "בילדעבל סקווער פיס".

אנדערע הוצאות גייען אודאי נישט פער סקווער פיס, אבער ס'איז א וועג פון רעכענען און מאכן א עוורידזש. דאס האט די קאמיטע געטון.

אויב עפעס איז דא א אישו אז מ'האט נישט אראפגערעכנט די קאמאן עריעס וואס מ'קען נישט פארקויפן. אבער אויף דעם האאט מען לעומת זה גערעכנט די קאסטן לחומרא אזוי אז ס'איז דא פלאץ צו רעכענען אז ביי רוב דעוועלאפער זאל דער נומער אויך דעקן די קאסט פון קאמאן עריעס. ס'איז טאקע נישט פונקטליך, אבער פאר א בערך'דיגע שאצונג איז עס פונקט גוט.
שרייב פאוסט