דירות אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1937
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2317

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שבת קודש »

וואס טוט זיך מיט די חתן כלה דירות פאריעקט איז דא עפעס פארשריט איבער דעם?
א גוטן מועד
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 3:02 pm
x 33

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך א גוטן מועד »

טעקניקלי איז יעצט אויסגעקומען אז שכונת ויואל משה איז די איינציגסטע וואס האט שוין אלע אפראוועלס פון די ווילידזש און קאונטי און דארף שוין נישט צוקומען צו קיינעם,

אויב וויל ער קען ער בעטן פאר פאזע 3 אין 4 די אמאליגע פרייזן.

צי ער וועט למעשה קענען בעטן טייער ווען ס'דא ביליגער ווייס איך נישט, למעשה קען ער טעהנ'ן אז האט ער א מעלה אז ער האט שוין סוער און קען זיין שנעלער פארטיג.

ונזכה ונחיה ונראה
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6388
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14651

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

א גוטן מועד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 1:22 pm טעקניקלי איז יעצט אויסגעקומען אז שכונת ויואל משה איז די איינציגסטע וואס האט שוין אלע אפראוועלס פון די ווילידזש און קאונטי און דארף שוין נישט צוקומען צו קיינעם,

צו קלאר מאכן נאכאמאל, ווי שוין געזאגט. די פאלגנדע האבן שוין געהאט אלע ווילעדזש אפראוועלס (סייט פלענס און בילדינג פערמיטס) און האבן נישט געזאלט בכלל אריינפאלן אין די ווילעדזשעס נייע עפארדעבל געזעץ:

  • פארעסט ד"א ווידער (חיים נחום)
  • שכונת ויואל משה (עקיבא הערש-מאיר יענקל)
  • שכונת דברי יואל (יומי ווערצבערגער-יואל בראך)
  • חברון (אויבן, יענקי סופר)

וויפיל זיי וועלן למעשה בעטן, קען איך נישט וויסן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6388
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14651

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 1:52 pm

סארי כ'האב נישט געוויסט אלע און כ'האב אויסגעלאזט. יעצט הער איך אז ס'איז דא נאך 2 פראיעקטן וואס מ'בויט שוין און ס'האט שוין לאנג אפראוועלס:
  • קאונטי רוט 105, ר' יוזפא לאנדא
  • קאונטי רוט 105, ר' אהרן וויינבערגער
אוועיטער
לעבער מיט שוואמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:35 pm
Location: אין רעצעפט ביך
x 156

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך לעבער מיט שוואמען »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 3:49 pm בנוגע די דירות קאמיטע איז טאקע געווען אן ערנסטער מיטינג ביים רבי'ן שליט"א (מהר"א) יעצט דעם זונטאג הארט פאר דער רבי איז געפארן אויף אפרוה. די מיטינג איז געווען מיט'ן דירות קאמיטע און די ווילעדזש באאמטע צו שטיפן אינאיינעם פאראויס די פלענער וואס קאכן זיך פעסט. די קאמיטע באשטייט פון ר' יואל (ב"ר יונה) בערנאט, ר' ישעי' ווערצבערגער, און ר' חיים שלמה קרויס, וואס זיי געבן אוועק אסאך צייט און כח צושטאנד צו ברענגען א זאכליכע פלאן מיט די דעוועלאפער.

ס'איז נאכנישט דא ממש פיינעל געשעענישן אויפ'ן שטח, אבער מ'האט געמאכט גאר גרויס פארשריט און עס קען זיין אז בקרוב ממש וועט שוין ארויסקומען פאקטישע זאכן.

צו זאגן די פרטי הדברים אין קורצן:

די יעצטיגע פלאן פונעם דירות קאמיטע איז צו טרעפן א מהלך פון נעגאשיעיטן מיט יעדן בילדער וואס ווארט אויף א טובה פונעם ווילעדזש, צו פארשנעלערן סייט פלען און פערמיט אפראוועלס אדער צו ארלעדיגן סטעיט און קאונטי סוער אפראוועלס, זאלן אין אויסטויש זיך פארפליכטן צו געבן ביליגע דירות פרייזן.

דאס מיינט אז דער פלאן גייט אפעקטן אלע צוקונפטיגע דירות פראיעקטן וועלכע האבן נאכנישט קיין סייט פלענס, דאס נעמט אריין ר' חיים נחום ווערצבערגער אויף בעיקערטאון (נעבן בית רביה"ק), ר' משה דוד נידערמאן ביי שכונת ויואל משה, ר' יוזפא לאנדא אויף עצי תמרים, ר' יחזקאל בראך אויף פארעסט מעזיבוש, ר' משה פריעדמאן אויף פארעסט מעזיבוש, ר' אלימלך דייטש ביי שכונת ויואל משה, ר' בנציון קליין די נעקסטע 2 בנינים ביי עטרת זקנים, און נאך וואס זענען קלענערע בנינים, וואס די אלע ווארטן נאך אויף אפראוועלס און קוקן ארויס אויף א שנעלע פראצעדור.

בעצם וואלטן די אלע געדארפט צושטעלן אויף א טייל פראיעקט (20 פראצענט) "אפארדעבל האוזינג" לויט די געזעץ וואס די ווילעדזש האלט אינמיטן אויפוועקן, און די ווילידזש האט דערווייל נישט געטיילט קיין סייט-פלען אפראוועלס ביז דער אפארדעבל געזעץ איז מסודר. אבער דער יעצטיגער פלאן פון די קאמיטע איז, עכ"פ אויף דערווייל, צו מאכן איין גרויסע פלעט-רעיט וואס די דעוועלאפער זאלן זיך צושטעלן דערצו אויפ'ן 'גאנצן פראיעקט' אין אויסטויש פאר השתדלות און שנעלע אפראוועלס.

די קאמיטע איז געזיצן אין די לעצטע 2-3 וואכן מיט רוב פון די דערמאנטע דעוועלאפער וועמען דאס וועט אפעקטירן, צו הערן פון זיי וואס די עכטע 'קאסטן' זענען אויפ'ן פאפיר, און וויפיל איז די מינימום ריוח וואס מאכט סענס אין זייערע אויגן לויט די ארבעט און ריסק, צו באקומען א שטיקל קלארקייט פון אלע זייטן.

יעצט האט די קאמיטע געברענגט צום טיש ביים רבי'ן אלע נומבערס פון קאסטן וואס די בילדער האבן געגעבן. ס'איז ארויסגעקומען א קלארקייט אז די עכטע ציפערן זענען צוטיילט אין 6, כזה:

1] קויפן די שטח
2] קאנסטראקשן הארד קאסט (אייטעמס צום בויען און די סובס)
3] קאנסטראקשן סאפט קאסט (אינדזשענירונג, ארכיטעקט, פערמיטס פיס, עקספעדייטערס, וואסער און סוער הוקאפס, לייעבילעטי און פייער אינשורענס, אפיס ארבייטער און קאנסטרוקשן אייגעשטעלטע, אנסייט אויסגאבן ווי קארס, מאשינען, טרעילארס וכדו', וכהנה)
4] אינפראסטרוקטור (אנסייט און אפפסייט)
5] קאסט אוו מאני, הארד מאני לאונס, קאנסטרוקשן לאון'ס, וכדו',
6] פראפיט.

די ערשטע 5, וואס זענען די קאסטן פאר דעוועלאפער, זענען אויסגעקומען צו זיין היינט צוטאג ערגעץ אין די הויכע 200'ס, אבער 'אונטער' 300 דאלאר פער סקווער פיס, ווען מען רעכנט אלע 'בילדעבל' סקווער פיס (הנקרא 'גראסס סקווער פיס', מיט די קאמאן עריעס, דאס איז בערך 20% מער ווי די סקווער פיס וואס מען פארקויפט).

אויף נומער 6, די פראפיט פארן דעוועלאפער אויף זיין אינוועסטמענט און ארבעט, האט מען לאנג דן געווען. וויאזוי זאל מען שאצן די בערך'דיגע פראפיט אויף די אפארדעבל און וויאזוי אויף די איבריגע 80 פראצענט, און עס איז געבליבן ווי געזאגט פריער אז אויף יעצט גייט מען מיט א פלאן צו מאכן (עכ"פ אויף יעצט) אלעס איין פרייז אנשטאט דרגות.

דער רבי האט אראפגעשטעלט זייער קלאר אז פאר אלע יעצטיגע פראיעקטן וואס ווארטן יעצט אויף הילף פון אפראוועלס, זאל עס זיין נאר פון $285 ביז $300 דאלאר א סקווער פיס, נישט מער, און אז דער דעוועלאפער האט נישט דא גענוג ריוח אז די ארבעט זאל זיך לוינען, זאל ער ענדערשט נידערן זיינע אויסגאבן, און דערמיט ארויפברענגען זיין פראפיט, ווי איידער בעטן טייערער.

דער בילדער זאל שפארן אויסגאבן, בויען מיט ווייניגער לוקסוס, אראפדרוקן אייטעם פרייזן, מאכן ביד'ס אויף יעדע סוב, וכדומה. דער רבי האט אנגעכאפט אלס משל די 9 פיסיגע דאך, און די ספאטלייטס, זאגנדיג אז אלעס וואס מ'האט אמאל נישט געמאכט מז דער בילדער היינט אויך נישט מאכן, און אזוי וועט ער קענען אראפברענגען די קאסט און מאכן גענוג פראפיט.

דאן האט ר' גדלי' סעגעדין פונעם ווילעדזש אויסגעשמועסט מיט'ן רבי'ן די מהלכים וואס זענען אויפ'ן טיש, אז סיי וואסערע החלטה דער רבי מיט'ן קאמיטע וועלן מאכן - אויף יעצט און אויף שפעטער - זאל די ווילעדזש קענען עס צושטאנד ברענגען דורך א לעגאלע מהלך פון גאווערמענט רולס און נעגאשיעישאנס, וואס ווערט יעצט אויסגעארבעט דורך די ספעציעל געדינגענע לויערס וואס זיי האבן געברענגט פון אלבאני דאס צו אויסארבעטן לעגאל און פראקטיש בס"ד.

עקסטער האט די קאמיטע אויפגעברענגט א נקודה בנוגע השתדלות אז די דירות זאלן ווערן פארקויפט אלס "אוינער אקיופייד", אז אינוועסטארס און פליפערס זאלן נישט הייבן די פרייז און מאכן געלט אויף די דעוועלאפערס חשבון. מ'האט אויפגעברענגט א מהלך אז די דירות קאמיטע זאל פארמאגן אן אייגענעם ליסטע פון קונים וואס זוכן א דירה "אויף צו וואוינען", וואס זיי וועריפייען, אזוי אז דער דעוועלאפער זאל געבן פריארעטי פאר דעם ליסטע, כדי די וואס זוכן באמת צו קויפן די דירה אויף צום וואוינען זאלן אלעמאל זיין די ערשטע צו באקומען די דירה פאר'ן גוטן פרייז.

א טאג דערויף, מאנטאג, איז די קאמיטע אריבער צו 2 דעוועלאפער פארשטעלן די החלטות פאר'ן מהלך. איינער פון די 2 דעוועלפער האבן יעצט אן אקטיווע קאנסטראקשן סייט פון בערך 200 דירות וואס ווארט אויף אפראוועלס, און זייענדיג גאר שטארק אנגעוויזן אויף שנעלע אפראוועלס איז ער ב"ה גרייט צו זיין דער ערשטער צו מיטארבעטן מיט די נייע פרייזן פון $300 א ס"פ אין אויסטויש פאר ווילעדזש הילף אויף שנעלע אפראוועלס.

אבער, היות ער האט שוין גענומען דעפאזיטס פאר א גרויס חלק דירות (בערך א יאר צוריק, פאר ארום 380 א ס"פ), און נאר א חלק דירות זענען נאך פארבליבן יעצט צו פארקויפן, איז זיין שאלה געווען, צו ער קען/דארף יעצט ברעכן זיינע קאנטראקטס, נידערן די פרייזן, און צושטעלן אנדערע סארט קוואליטי מיט ווייניגער אפגרעידס וכו'.

די קאמיטע האט אנגערופן דעם רבי'ן מיט די שאלה, און ס'איז געבליבן אז ער זאל 'געבן די אפציע' פאר אלע ביז יעצטיגע קונים צו אליינס באשליסן. אדער זאלן זיי בלייבן מיט די אלטע אפגרעידס פאר די אלטע פרייז, אדער קענען זיי מבטל זיין די קאנטראקט צו באקומען די נייע פרייזן, און דער דעוועלאפער וועט טוישן צו אראפנעמען אפגרעידס וכדו'.

יעצט וועט די קאמיטע ווייטער נעגאושיעיטן מיט די אנדערע דערמאנטע דעוועלאפער וועלכע ווארטן אויף די זעלבע הילף פאר אפראוועלס, און עס איז צום האפן אז מען וועט באווייזן צו ברענגען א דראסטישע טראסק אין דירות פרייזן, ווען קרית יואל וועט ווייטער ארויסשטיין אלס דער שטאלצער שטאט וואו עסקני העיר אין שפיץ פון רבי'ן שליט"א זענען אויף נעכט צו זארגן פאר'ן וואוילזיין פונעם ציבור.

ויה"ר שחפץ ה' בידם יצליח!!!
מפרסמין עושי מצוה
הני תרי שותפים לדבר מצוה וראש ראשון לכל דבר שבקדושה
הרה"ח ר' יוסף יוזפא לאנדא הי"ו און זיין שותף הרה"ח ר' לוי יצחק שווארטץ הי"ו - חברי הנהלת קיט"ל סאטמאר (מהרי"י)
און זיי האבן עס געטוהן נאך זיך אראפ זעצן מיט כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א (מהרי"י) און איבערגעגאנגען אלע דעטאלן, ווי רבינו שליט"א האט זיך אויסגעדריקט אז עטס האטס שוין א רעקארד פון ברענגען הרחבת הדעת פאר אידן, זאלט עטס ווייטער ברענגען, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב
אוועיטער
לעבער מיט שוואמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:35 pm
Location: אין רעצעפט ביך
x 156

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך לעבער מיט שוואמען »

Monroe On Scene האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 5:35 pm אין בלומינגראוו וויליזש איז שין א שטיק צייט אדווערטייזד עטליכע נייע דירות וואס ממאכט שוין גרייט צו מופן
אבער יעצט שטייט אז ער איז נאר 288 א ס"פ
און ער זאגט די דירה איז 3470 ס"פ
איך טריי צו קריגן מער קראנטע אינפא אבער לויט ווי סשטייט דא קומט עס אויס אינטער א מיליאן א ריזן דירה
ווי איז עס?
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 485
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 670

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שמייכלדיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: שמייכלדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 24, 2024 5:22 pm
שטעלט זיך ארויס קליפ און קלאר אז דער רבי האלט פון צוימען די בילדערס אויך, אנדערש ווי די ''בלויז לאט'' האוקאס וואס מ'האט פראפעגאנדירט
אויך שטעלט זיך ארויס קליפ און קלאר אז דער רבי האלט פון צוימען די איינוואוינער אויך, אנדערש ווי די ''בלויז דעוועלאפער" האוקאס וואס מ'האט פראפעגאנדירט

ערעב איד... אז ס'איז דא גוטע נייעס מוז עס גיין מיט איינעם צובייסן? פלעין 'גוט' איז עפעס שלעכט?

לאמיר האפן עס זאל מצליח זיין אז ס'זאל זיין גוט פאר יעדן! יעדער זאל האבן די בעסטע און יעדער זאל מאכן די מערסטע געלט.
וואו זעסטו מיר בייסן? איך זאג דאך די זעלבע ווי דיר

איך האב נישט קעגן קיינעם גארנישט, ולא הייתי בעדת קרח וואס האבן גערעדט קעגן דעם אדער יענעם, איך בין בלויז אן אדוואקאט פאר ביליגע דירות ווי יעדעם דא, און איך וויל אז די בויער זאלן שיין פארדינען

איך האב מיר באצויגן צו אונזער וויכוח א צייט צוריק וואס דו האסט גע'טענה'ט אז דעם רבי'נס פראבלעם איז איבער די לאט פרייזן, משא"כ די דעוועלאפער פרייזן איז נישט שייך קיין באגרעניצונג ווייל: קאמוניזם, מארקעט פרייז, מ'דארף פארדינען די מערסטע שייך אז ס'זאל זיך לוינען וכו'
בעת וואס דער רבי האט יא עטליכע מאל קלאר גערעדט פון דעם אז בויען דארף נישט קאסטן אזוי סאך, און וואו ס'זעט זיך יעצט ארויס למעשה אז דאס איז ריכטיג

ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6388
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14651

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

לעבער מיט שוואמען האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:30 pmאון זיי האבן עס געטוהן נאך זיך אראפ זעצן מיט כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א (מהרי"י) און איבערגעגאנגען אלע דעטאלן
וואס מיינסטו צו זאגן דערמיט? אז זיי האבן עס געטון וועגן דעם רבי'ן? אויב יא איז די שאלה צו ער גייט אראפלאזן די פרייז אויף קאונטי רוט 105 אויך.

כ'פארשטיי אז ס'איז סתם געשריבן למען ה'וויזויהייסטעס... אבער א זאך דארף מאכן סענס.
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 485
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 670

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שמייכלדיג »

פופציגער האט געשריבן: שמייכלדיג האט געשריבן:
שטעלט זיך ארויס קליפ און קלאר אז דער רבי האלט פון צוימען די בילדערס אויך, אנדערש ווי די ''בלויז לאט'' האוקאס וואס מ'האט פראפעגאנדירט

שטעלט זיך ארויס אז דער רבי האלט די דעוועלאפערס זענען ארנטליכע לייט, והראי' מ'קען מיט זיי טון אזאנס.

די קרית יואלע דעוועלאפער וועלן געדענקט ווערן צום גוטן, אלס ביזנעסלייט, אינוועסטירער, וועלכע האבן קאמבינירט חסד מיט ביזנעס.
אמת אמת אמת

הגם מ'קען מקטרג זיין אז פאר קרית יואל פאסט עס סתם אזוי... ס'קומט נישט קיין קרעדיט... (און ס'דאך אביסל באונס אויך...) אבער אפי' לויט דעם זאגט דאך שוין דער חובת הלבבות אז מ'דארף געבן הכרת הטוב אפי' ווען ס'איז דא חשבונות אויך

מהם ילמדו וכן יעשו
איש חשוב
פרישער באניצער
פאוסטס: 80
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:40 am
x 119

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך איש חשוב »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:50 pm
לעבער מיט שוואמען האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:30 pmאון זיי האבן עס געטוהן נאך זיך אראפ זעצן מיט כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א (מהרי"י) און איבערגעגאנגען אלע דעטאלן
וואס מיינסטו צו זאגן דערמיט? אז זיי האבן עס געטון וועגן דעם רבי'ן? אויב יא איז די שאלה צו ער גייט אראפלאזן די פרייז אויף קאונטי רוט 105 אויך.

כ'פארשטיי אז ס'איז סתם געשריבן למען ה'וויזויהייסטעס... אבער א זאך דארף מאכן סענס.
וואס מאכט נישט קיין סענטס???
ער געהערט צו דעם קהלה, איז ער זיך געגאנגען איבערשמועסן מיט'ן רבי'ן. (אויב ס'איז אמת)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6388
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14651

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איש חשוב האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 3:55 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:50 pm
לעבער מיט שוואמען האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:30 pmאון זיי האבן עס געטוהן נאך זיך אראפ זעצן מיט כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א (מהרי"י) און איבערגעגאנגען אלע דעטאלן
וואס מיינסטו צו זאגן דערמיט? אז זיי האבן עס געטון וועגן דעם רבי'ן? אויב יא איז די שאלה צו ער גייט אראפלאזן די פרייז אויף קאונטי רוט 105 אויך.

כ'פארשטיי אז ס'איז סתם געשריבן למען ה'וויזויהייסטעס... אבער א זאך דארף מאכן סענס.
וואס מאכט נישט קיין סענטס???
ער געהערט צו דעם קהלה, איז ער זיך געגאנגען איבערשמועסן מיט'ן רבי'ן. (אויב ס'איז אמת)

אה. ס'איז זיין פריוואטע זאך אז ער האט גענומען א ברכה.

ווען ער גייט א שידוך טון גייסטו אויך שרייבן אז ער האט א שידוך געטון נאכ'ן זיך אדורכרעדן מיט' רבי'ן. איך הער...

עניוועי ס'נישט צו מאכן א גאנצע אישו דערפון, נאר כ'האב א פערזענליכע שנאה צו אזעלכע נארישקייטן.
קונטסל
פרישער באניצער
פאוסטס: 84
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 4:44 pm
x 91

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך קונטסל »

די זאגסט איבער שמוסן, דער ארגינעלע תגובה איז געשטאנען אז זיי האבן עס גוטן מדעת עצמם, און מדעת רבם, וואס אויב אזוי, אז האט גארנישט מיט די יעצטיגע אינציאטיוו, וואלטן זיי פארקויפט אלע דירות פאר ביליג.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2738
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3096

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך אנדערער »

יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 11:26 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 4:53 pm @שבת קודש אחרי שובי ניחמתי אז ס'קען יא זיין אז די 9 פיס מאכט א עכטע חילוק אין פרייז.

קוק אפילו נאר אויף מאטיריעל קאסט. אז מען דארף אויף אפאר הונדערט דירות צולייגן צון יעדע שטאק מער האלץ, מער פייפס, לענגערע ווייערס, מער אינסאלעישן, מער שיטראק, נאך סטעפס, מער סקווער פיס פעינט, און עיר קאנדישן און היעטינג גייט אויף אויף קיוביק פיס קאווערעדזש, אא"וו.

איך האב נישט קיין נומערן, אבער עס קען יא מאכן סענס. ונחי' ונראה.
זיכער מאכט עס עפעס אויס, אבער נישט אזוי סאך ווי מען מאכט עס... נאר ענדערש ממש א טראפקעלע פון די קאסט, און פון די אנדערע זייט נעמט מען אראפ א ריזיגע חלק הרחבת הדעת פון וואוינען אין אזא דירה..

ווייער און פייפינג מאכט ממש נישט אויס (ארום 50' ווייער אין טאטאל וואס קאסט $100 פער דירה... ניטאמאל א דשאוק..) די זעלבע מיט פייפס, סטעפס, פעינט וכדומה, וואס די סוב בעט אויפן דשאב און נישט פער קיוביק פיס.. ממילא אפילו ער שפארט זיך וועט ער נישט געבן ביליגער, סענטראל היטינג (פוי!) קאסט אויך נישט מער געווענליך ווייל עס גייט בערכדיג לויט די טאן, און נישט יעדע פאר סקווער פיס דארף מען לייגן א שטערקערע (און אפילו א שטערקערע מאשין איז ממש אביסל מער, אינסטאלעישאן איז די זעלבע וכו'.

האלץ און שיטראק מאכט יא אויס, אבער כלעיל, ממש א קלייניקייט וואס לכבוד דעם נעמט מען אוועק די הרחבת הדעת, ענדערש לייג נישט קיין סענטראל עיר קאנדישאן, סערעמיק טיילס אין טוילעט (און אפילואין קאך), שיינע רעילינגס אוו טרימינג, נאר איין סארט סיידינג, אא"וו מיט אלע פינישינגס אזויווי מען האט געמאכט ביי די גאווערמענט דירות אין עצי תמרים, אבער א נידריגע דאך נישט.
ספאט לייטס און אנדערע אפגרעידס קען מען צולייגן שפעטער

א נידריגע דאך איז מען סטאק אויף אייביג
Monroe on scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 319

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe on scene »

א גוטן קודם ווילעך באגריסן די נייעס אז יוזפא האט זיך ציגעשטעלט און מגייט בויען פאר ביליג
סיז א מוראדיגע זאך
אידן בלוטיגן און מטוט צו די זאך אזוי דאף זיין
האפנטלעך זאל זיך עס אויסארבעטן

יעצט אויף וואס מהאט זיך געטאנעט וועגן די בויערס האב איך נישט עכט אריינגערעדט ווייל סקימט אן צו פאליטיקס און סנישט מיין ליין
באט איך קען גיט מענטשן אין די ליין און סיז עכט איבערגעטריבן די וועג פון זיי מאכן אזוי שמוציג
ממיינט אז יעדע זאך וואס זיי זאגן אז סקאסט געלט איז אטעמאטיש ליגנט. סנישט אזוי זיכער. און ממעג נישט סתם באשמיצן

למשל אויף די גרופ וואס איך בין איז דא מענטשן מיט נאנטע קשר מיט די מארקעט און מיט בויערס אויך
לייגט איינער ארויס יעצט א בריוו וואס דע היימשטאט האט געמאכט וועגן עלעוועטערס אז סקאסט נאר 2 3 דאלאר א סקווער פיס
ווייל איינער האט געזאגט אז איינער האט געזאגט...
למעשה טענהט מען דא אז אויב מאכט מען א עכטע קאמערשל קאסט עס זיכער סאך מער ווי דאפלט מסתמה 10 דאלער פאר יעדע ס"פ

די גיטע זאכן פון אויפטין מיט פערמיטס זענען מוראדיג און סאל האבן הצלחה
באט די וואס באשמיצן און זענען ביזי חוזק מאכן דעיס איז נישט שיין
פיילס
WhatsApp Image 2024-07-25.jpg
קונטסל
פרישער באניצער
פאוסטס: 84
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 4:44 pm
x 91

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך קונטסל »

אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 4:25 pm
יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 11:26 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 4:53 pm @שבת קודש אחרי שובי ניחמתי אז ס'קען יא זיין אז די 9 פיס מאכט א עכטע חילוק אין פרייז.

קוק אפילו נאר אויף מאטיריעל קאסט. אז מען דארף אויף אפאר הונדערט דירות צולייגן צון יעדע שטאק מער האלץ, מער פייפס, לענגערע ווייערס, מער אינסאלעישן, מער שיטראק, נאך סטעפס, מער סקווער פיס פעינט, און עיר קאנדישן און היעטינג גייט אויף אויף קיוביק פיס קאווערעדזש, אא"וו.

איך האב נישט קיין נומערן, אבער עס קען יא מאכן סענס. ונחי' ונראה.
זיכער מאכט עס עפעס אויס, אבער נישט אזוי סאך ווי מען מאכט עס... נאר ענדערש ממש א טראפקעלע פון די קאסט, און פון די אנדערע זייט נעמט מען אראפ א ריזיגע חלק הרחבת הדעת פון וואוינען אין אזא דירה..

ווייער און פייפינג מאכט ממש נישט אויס (ארום 50' ווייער אין טאטאל וואס קאסט $100 פער דירה... ניטאמאל א דשאוק..) די זעלבע מיט פייפס, סטעפס, פעינט וכדומה, וואס די סוב בעט אויפן דשאב און נישט פער קיוביק פיס.. ממילא אפילו ער שפארט זיך וועט ער נישט געבן ביליגער, סענטראל היטינג (פוי!) קאסט אויך נישט מער געווענליך ווייל עס גייט בערכדיג לויט די טאן, און נישט יעדע פאר סקווער פיס דארף מען לייגן א שטערקערע (און אפילו א שטערקערע מאשין איז ממש אביסל מער, אינסטאלעישאן איז די זעלבע וכו'.

האלץ און שיטראק מאכט יא אויס, אבער כלעיל, ממש א קלייניקייט וואס לכבוד דעם נעמט מען אוועק די הרחבת הדעת, ענדערש לייג נישט קיין סענטראל עיר קאנדישאן, סערעמיק טיילס אין טוילעט (און אפילואין קאך), שיינע רעילינגס אוו טרימינג, נאר איין סארט סיידינג, אא"וו מיט אלע פינישינגס אזויווי מען האט געמאכט ביי די גאווערמענט דירות אין עצי תמרים, אבער א נידריגע דאך נישט.
ספאט לייטס און אנדערע אפגרעידס קען מען צולייגן שפעטער

א נידריגע דאך איז מען סטאק אויף אייביג
די דיסיזשן דארף די בויער מאכן, ער רעכנט אויס וואס ס'איז נישט וויכטיג און שפארט געלט, אז ער זאל מאכן גענוג פארפיט און האבן קונים.
די רבי האט אנגעוויזן אויף פלעצער ווי מ'קען אריינקוקן צו מאכן ביליגער, און נישט געמאכט קיין תקנה וואס מ'זאל שפארן.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 648
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 883

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך מאטאווירט »

Monroe On Scene האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 4:49 pm א גוטן קודם ווילעך באגריסן די נייעס אז יוזפא האט זיך ציגעשטעלט און מגייט בויען פאר ביליג
סיז א מוראדיגע זאך
אידן בלוטיגן און מטוט צו די זאך אזוי דאף זיין
האפנטלעך זאל זיך עס אויסארבעטן

יעצט אויף וואס מהאט זיך געטאנעט וועגן די בויערס האב איך נישט עכט אריינגערעדט ווייל סקימט אן צו פאליטיקס און סנישט מיין ליין
באט איך קען גיט מענטשן אין די ליין און סיז עכט איבערגעטריבן די וועג פון זיי מאכן אזוי שמוציג
ממיינט אז יעדע זאך וואס זיי זאגן אז סקאסט געלט איז אטעמאטיש ליגנט. סנישט אזוי זיכער. און ממעג נישט סתם באשמיצן

למשל אויף די גרופ וואס איך בין איז דא מענטשן מיט נאנטע קשר מיט די מארקעט און מיט בויערס אויך
לייגט איינער ארויס יעצט א בריוו וואס דע היימשטאט האט געמאכט וועגן עלעוועטערס אז סקאסט נאר 2 3 דאלאר א סקווער פיס
ווייל איינער האט געזאגט אז איינער האט געזאגט...
למעשה טענהט מען דא אז אויב מאכט מען א עכטע קאמערשל קאסט עס זיכער סאך מער ווי דאפלט מסתמה 10 דאלער פאר יעדע ס"פ

די גיטע זאכן פון אויפטין מיט פערמיטס זענען מוראדיג און סאל האבן הצלחה
באט די וואס באשמיצן און זענען ביזי חוזק מאכן דעיס איז נישט שיין
די פוינט איז רעלעוואנט אפילו ווען סאיז 10. און ביידעוועי שרייבט דער בריוו זייער קלאר אז סנישט קראנט דער נאמבער
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
Monroe on scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 319

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe on scene »

מאטאווירט כוואלט עס געריפן
געהעצט אין די וועלט אריין....
משיסט נומבערס ממאכט מעשית
ספאסט נישט
מקען דעך גיין נערמאל
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 653
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 710

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 3:58 pm
איש חשוב האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 3:55 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:50 pm

וואס מיינסטו צו זאגן דערמיט? אז זיי האבן עס געטון וועגן דעם רבי'ן? אויב יא איז די שאלה צו ער גייט אראפלאזן די פרייז אויף קאונטי רוט 105 אויך.

כ'פארשטיי אז ס'איז סתם געשריבן למען ה'וויזויהייסטעס... אבער א זאך דארף מאכן סענס.
וואס מאכט נישט קיין סענטס???
ער געהערט צו דעם קהלה, איז ער זיך געגאנגען איבערשמועסן מיט'ן רבי'ן. (אויב ס'איז אמת)

אה. ס'איז זיין פריוואטע זאך אז ער האט גענומען א ברכה.

ווען ער גייט א שידוך טון גייסטו אויך שרייבן אז ער האט א שידוך געטון נאכ'ן זיך אדורכרעדן מיט' רבי'ן. איך הער...

עניוועי ס'נישט צו מאכן א גאנצע אישו דערפון, נאר כ'האב א פערזענליכע שנאה צו אזעלכע נארישקייטן.
בארואיגט אייך..
יא, פונקט ווי ר' וואטעווער וואס בויט דירות ביז היינט האט געקענט פראקלאמירן אז עס איז נאכן איבערשמועסן מיטן רבין, זיכער ווען ער זאל עס געבן פאר ביליגער.. די זעלבע קען יענער נעמען ברכת קודש פון זיין רבי.
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 653
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 710

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

Monroe On Scene האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 4:58 pm מאטאווירט כוואלט עס געריפן
געהעצט אין די וועלט אריין....
משיסט נומבערס ממאכט מעשית
ספאסט נישט
מקען דעך גיין נערמאל
ביסט גערעכט אז מען קען נישט נעמען איין נומער און ווייזן אויף די גאנצע בילד, למשל דא איז אמת אז א עלעוועיטאר קאסט ארום 1-150 טויזענט, אבער עס איז דאך נישט גענוג איינס פאר א בילדינג ווייל עס קען נאר קאווערן איינס אדער צוויי סעקשאנס און היינטיגע בנינים האבן זעקס זיבן סעקשאנס..
בית ישראל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 261
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 1:54 pm
x 139

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך בית ישראל »

מי שברך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 12:35 pm מען קען שוין קויפן ביי לאנדא פאר 300 א ס”ק פיס?!
כפארשטיי אז יא.
מרעדט אבער פון קארגע 30 דירות, איבער 150 דעפאזיטס האט ער שוין לאנג.
בית ישראל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 261
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 1:54 pm
x 139

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך בית ישראל »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:50 pm
לעבער מיט שוואמען האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:30 pmאון זיי האבן עס געטוהן נאך זיך אראפ זעצן מיט כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א (מהרי"י) און איבערגעגאנגען אלע דעטאלן
וואס מיינסטו צו זאגן דערמיט? אז זיי האבן עס געטון וועגן דעם רבי'ן? אויב יא איז די שאלה צו ער גייט אראפלאזן די פרייז אויף קאונטי רוט 105 אויך.

כ'פארשטיי אז ס'איז סתם געשריבן למען ה'וויזויהייסטעס... אבער א זאך דארף מאכן סענס.
זייער פשוט. אז זיי האבן זיך שואל עצה געווען ביים רבין וואס צוטוען.
די מאכסט עס מער קאמפליצירט ווי סאיז.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 648
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 883

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך מאטאווירט »

Monroe On Scene האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 4:58 pm מאטאווירט כוואלט עס געריפן
געהעצט אין די וועלט אריין....
משיסט נומבערס ממאכט מעשית
ספאסט נישט
מקען דעך גיין נערמאל
ניין. די פוינט איז אז ווען דו זאגסט די גייסט ארויף מיט 100 א סקווער פוס וועגן עלעוועטערס, מאכסטו חוזק. נישט קיין חילוק צי די עכטע נאמבער איז 4 אדער 10 אדער 15.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
Monroe on scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 319

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe on scene »

מאטאווירט די פוינט איז אז מהעצט ארום
ווייל קיינער זאגט נישט אז וועגן א עלעוועטער גייט ער ארויף 100 דאלער....
ער זאגט אז סקאסט אסאך געלט. ני סקאסט טאקע אסאך
שרייבט די היימשטאט אז סקאסט כמעט גאנישט... סיז זייער נאריש און ספאסט ניש
totty2024
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 180
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:07 am
Location: new york
x 385

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך totty2024 »

Monroe On Scene האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 4:49 pm א גוטן קודם ווילעך באגריסן די נייעס אז יוזפא האט זיך ציגעשטעלט און מגייט בויען פאר ביליג
סיז א מוראדיגע זאך
אידן בלוטיגן און מטוט צו די זאך אזוי דאף זיין
האפנטלעך זאל זיך עס אויסארבעטן

יעצט אויף וואס מהאט זיך געטאנעט וועגן די בויערס האב איך נישט עכט אריינגערעדט ווייל סקימט אן צו פאליטיקס און סנישט מיין ליין
באט איך קען גיט מענטשן אין די ליין און סיז עכט איבערגעטריבן די וועג פון זיי מאכן אזוי שמוציג
ממיינט אז יעדע זאך וואס זיי זאגן אז סקאסט געלט איז אטעמאטיש ליגנט. סנישט אזוי זיכער. און ממעג נישט סתם באשמיצן

למשל אויף די גרופ וואס איך בין איז דא מענטשן מיט נאנטע קשר מיט די מארקעט און מיט בויערס אויך
לייגט איינער ארויס יעצט א בריוו וואס דע היימשטאט האט געמאכט וועגן עלעוועטערס אז סקאסט נאר 2 3 דאלאר א סקווער פיס
ווייל איינער האט געזאגט אז איינער האט געזאגט...
למעשה טענהט מען דא אז אויב מאכט מען א עכטע קאמערשל קאסט עס זיכער סאך מער ווי דאפלט מסתמה 10 דאלער פאר יעדע ס"פ

די גיטע זאכן פון אויפטין מיט פערמיטס זענען מוראדיג און סאל האבן הצלחה
באט די וואס באשמיצן און זענען ביזי חוזק מאכן דעיס איז נישט שיין
ליין וואס די בריוו שרייבט אינמיטן
"אפילו אויב עס קומט אויס מער איז עס נישט קיין סאך מער ווי דאס"

ואשרי להם ההיימשטאט ציציהעלפן רצון קדשו פון רבי'ן וואס זאגט אז ער שלאפט נישט קיין נעכט פון די דירות פראבלעם הויעכע פרייזן און יא ער האט נאך א באזע וואס איז גרייט אים צי העלפן מיטן ווייגעשריי אפילו עס איז נישט פונקטליך כפי אוות נפש פון די געלט מענטשן אין די קהילה...
פיילס
10 איז די זעלבע זאך .png
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 648
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 883

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך מאטאווירט »

Monroe On Scene האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 5:56 pm מאטאווירט די פוינט איז אז מהעצט ארום
ווייל קיינער זאגט נישט אז וועגן א עלעוועטער גייט ער ארויף 100 דאלער....
ער זאגט אז סקאסט אסאך געלט. ני סקאסט טאקע אסאך
שרייבט די היימשטאט אז סקאסט כמעט גאנישט... סיז זייער נאריש און ספאסט ניש
איך פארשטיי נישט.

דער בריוו שרייבער זאגט אז מהאט אים אזוי געזאגט, זאגסטו אז קיינער זאגט עס נישט?
דו האסט געהערט אויפן טעלעפאן ווי יענער זאגט עס נישט? וויאזוי ארבעט עס?
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
שרייב פאוסט